by Dovid Katz Index in English
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ס″ג (63)
◊
אַ קאָלאַזש מיט בער האָראָוויצעס צייכענונגען פון באַליבטע ווילנער יידישע פּערזענלעכקייטן אין 1929
◊
דאָס איז אַ זייטל פון די וואַרשעווער ליטעראַרישע בלעטער, פונעם 4טן אָקטאָבער 1929, מיט זעקס צייכענונגען א.נ. „ווילנער פּנימער“ פון באַוואוסטן גאַליצישן יידישן שרייבער און קינסטלער בער האָראָוויץ (געבאָרן 1895 אין דאָרף מיידאַן אין די מזרחדיקע קאַרפּאַטן, היינט אין מערב אוקראַינע; אומגעקומען 1942). נאָך אַן אויפהאַלט אין ווילנע האָט ער געצייכנט אַ צאָל באַקאַנטע פיגורן פון דער דעמאָלטיקער יידישער ווילנע.
פון אייבערשטן⸗רעכטן ווינקל זייגערוועגנס: ד″ר מאַקס וויינרייך (1894 — 1969); ד″ר יעקב וויגאָדסקי (1855 — 1941); א.י. גאָלדשמידט (1882 — 1941 \ 1942); ד″ר צמח שאַבאַד (שב″ד) (1864 — 1935); משה שאַליט (1885 — 1941); און ש. ל. ציטראָן (1860 — 1930).
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
- פופצן טעג אין טבת תשע″ו \ דעם 27טן דעצעמבער 2015