by Dovid Katz Index in English
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן נ″ט
◊
דער ווילנער „טאָג“ גיט אויבנאָן אויף דער ערשטער זייט די נייעס וועגן אַן אָוונט לכבוד דעם מערקווערדיקן שרייבער אהרן⸗יצחק גראָדזענסקי (דעם 17טן יאַנואַר 1922)
די וועלכע אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פון יידן אין ווילנע אין גאַנג פונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט קענען גוט דעם נאָמען פון גרויסן ווילנער רב ר′ חיים⸗עוזר גראָדזענסקי וועמענס אַמאָליקע דירה אויף ראָג זאַוואַלנע און גרויס פּאָהולאַנקע ציט צו עד היום רעליגיעזע יידן פון אַלע עקן וועלט וואו נאָר זיי לעבן, וואָס ווילן אָנקוקן דעם בנין מיטן באוואוסטן באַלקאָן.
ווייניק ווייסן אָבער — אַפילו אין קרייזן וואו מען פאַרנעמט זיך מיט דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור — אַז זיין פּלימעניק אהרן⸗יצחק, באַקאַנט אין דער ליטעראַטור ווי א.י. גראָדזענסקי (1891 — 1941) איז געווען אַ חשובער און באַליבטער וועלטלעכער יידישער שרייבער אין ווילנע.
אין אָטאָ דעם נומער פון ווילנער „טאָג“, פון 17טן יאַנואַר 1922 (אין אָט דער תקופה: „אונזער טאָג“), רעדאַגירט פון זלמן רייזען, ווערט דער קאָפּ וועגן דעם „א. י. גראָדזענסקי⸗אָוונט“ געגעבן פון אויבנאָן אויף דער ערשטער זייט. סבווערט אַנאָנסירט אַז פּונקט זיבן אַזייגער אָוונט, שבת (צו⸗נאַכט) וועט זיך אָנהייבן דער אָוונט מיטן אָנטייל פון זלמן רייזען, משה שאַליט און ל. גיליגיטש, וואו מען וועט צווישן אַנדערע זאַכן פאָרלייענען פון גראָדזענסקיס נאָכניט פאַרעפנטלעכן ראָמאַן לעבן.
דער ראָמאַן איז דערשינען אין 1923 און איז אין ווילנע געווען שטאַרק באַליבט. אַ סברא אַז עס וועט פאַרררעכנט ווערן פאַר זיין דויערהאַפטיקסטן לעבנס⸗ווערק. דאָס גובר זיין מכשולים דורך שעפערשיקייט שטעלט מיט זיך פאָר אַ סובטילן פאָדעם. כדאַי, אַז היינטיקע לייענער זאָלן זיך מיטן ווערק באַקענען.
א. י. גראָדזענסקי איז געבאָרן געוואָרן אין וועקשנע, טיף ליטע און איז מיט טאַטע⸗מאַמע אַוועק לעבן אין ווילנע אַז אים איז געווען דריי יאָר. אין 1910 איז ער אַוועק אין אַנטווערפּן לערנען דימענט שלייפן, גענומען שרייבן יידישע לידער און דרוקן זיך אין פאַרשיידענע זשורנאַלן. ער האָט זיך אָבער אומגעקערט אין ווילנע אין 1913 און מיט דער שטאָט געווען אַ גאַנץ לעבן פאַרבונדן ביז זיין אומקום ביי די דייטשן אין 1941, וואָס עס האָט שפּאָרזאַם אָבער גרונטיק געשילדערט שמערקע קאַטשערגינסקי אין זיין חורבן ווילנע.
גראָדזענסקי איז געווען איינער פון די טאַלאַנטפולסטע און באַליבטסטע יידישע שרייבער אין דער צווישנמלחמהדיקער ווילנע אין אַ ריי זשאַנרען, בתוכם דערציילונגען, ראָמאַנען, פּאָעזיע און נאָך. ער איז פיזיש געווען אַ צווייפאַכיקער בעל⸗מום: אַ רייד⸗פעלער איז געווען ביי אים פון אַן אינצידענט אין דער פריסטער קינדהייט. בעתן צאַרישן גירוש ליטא אין די יאָרן פון דער ערשטער וועלט מלחמה האָט ער אין יעקאַטערינעסלאַוו, וואוהין ער האָט זיך אויף אַ צייט פאַרוואָגלט מיט די עלטערן אין 1916 פאַרלאָרן ביידע פיס אין אַ שוידערלעכן אומגליק⸗פאַל מיט אַ טראַמוויי.
דאָס אַלץ האָט אים אויף אַן אייגנאַרטיקן אופן געגעבן כח אָפּגעבן זיין לעבן זיין שרייבן און זיין יידישער שטאָט ווילנע, ביזקל זיין לעצטן ווערק, דעם באַנד ווילנער אַלמאַנאָך פון 1939, וואָס דער ווילנער אָוונט קוריער האָט אַרויסגעגעבן. אין 1992 איז אין ניו⸗יאָרק דערשינען אַ פאָטאָמעכאַנישער איבערדרוק אין בוך⸗פאָרם מיט הקדמות פון די ניו⸗יאָרקער יידישע קולטור פירער יאָסל מלאָטעק און יאָני פיין (אויפן צוגעגעבענעם ענגלישן שער⸗בלאַט הייסט דער באַנד: Vilna Almanac, Edited by A.I. Grodzenski). די ערשטע מקורות צו גראָגעדנסקיס ביאָגראַפיע זיינען ווי געוויינלעך זלמן רייזענס לעקסיקאָן און דער נייער לעקסיקאָן (רייזען 1: 607 — 609; נייער לעקסיקאָן 1: 333 — 335, וואו די ביאָגראַפיע האָט געשריבן יצחק כאַרלאַש).
אַ יישר⸗כח אירינאַ גוזענבערגן (ווילנע) פאַרן אידענטיפיצירן דעם אַדרעס פונעם קולטור⸗הויז אויף פּאָליציי גאַס 3 וואָס ווערט דערמאָנט אין דער צייטונג: ס′איז דער בנין וועמענס היינטיקער אַדרעס איז: אַרקליו 5. די גאַס איז אַמבעסטן באַקאַנט ביי יידן אַלס קאָנסקע, אָדער: פערד גאַס.
◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
- זיבן טעג אין אייר תשע″ה \ דעם 26טן אַפּריל 2015