Mini-Museum of Old Jewish Vilna (57)

by Dovid Katz                        Index in English



ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
 נ″ז

אַ פּריוואַטער שטעמפּל פון יצחק [בן?] אליעזר…

    אָטאָ דער שטעמפּל, וואָס האָט זיך לעצטנס באַוויזן דאָ אין ווילנע, האָט מען געפונען, לויט ווי עס גיט איבער דער מענטש וואָס האָט עס פאַרקויפט, אין אַ פעלד עטלעכע הונדערט מעטער פונעם אייזנבאַן וואָקזאַל אין טראָק (פּויליש Troki, און ביי היינטיקן טאָג אויף ליטוויש Trakai). דער אָוואַלער שטעמפּל איז בערך צוויי⸗מיט⸗אַ⸗פערטל צענטימעטער די לענג, איינס⸗מיט⸗דריי⸗פערטל די ברייט, און קאַרגע צוויי צענטימעטער די הייך.

פון אויבן אַראָפּצוצו: דער שטעמפּל האָריזאָנטאַל איבערגעקערט (מיטן קאָמפּיוטערס ′פליפּ′ פונקציע) מען זאָל קענען לייענען, כמות שהוא (ניט איבערגעקערט), און דער גאַנצער שטעמפּל שטייענדיקערהייט

    מיר האָבן איבערגעלייענט דעם ערשטן נאָמען פונעם בעל⸗השטעמפּל יצחק און דעם צווייטן נאָמען אליעזר, ביידע מיט כתב אותיות, ניט מרובע. מיר האָבן ניט געקענט לייענען די צוויי אותיות אָדער סימבאַלן וואָס אינצווישן. אויב פאָרט קומען מיט אַן השערה, קען דער ערשטער מיטלדיקער אות זיין א בית (בן = ′זון פון′?)  און דער צווייטער קען זיין אַ פּא, אַפילו מיט אַ דגש (פּינטל) וואָס ווערט קינסטלעריש „אַראָפּגעבראַכט“ פון אַן אַראַפּפליענדיקער ליניע וואָס ציט זיך פון דער דרוק⸗צאַצקע וואָס אויבן (פּויליש פּאַן = הער?). נאָר לויטן פּשט וואָלט עס גיכער געדאַרפט זיין אַ ר (ר′ = רעב, פאַרן פאָטערס נאָמען, ד.ה. יצחק בר′ אליעזר. צווישן די געסט אין מוזייעלע וועט זיך האָפנטלעך אָפּזוכן ווער ס′קען קומען מיט אַ בעסערן באַשייד, און מען וועט פאַרשטייט זיך דאָ מודיע זיין לויטן בשם⸗אמרו.

        די לאַטיינישע (אַּפּנים פּוילישע) איניציאַלן אונטן, IL, שטימען מיט די יידישע נעמען. I מאַכט אַשטייגער Isaak בעת L וואַקסט פון אַן ענטפערער פון יידישן לייזער  אויף אליעזר, אַשטייגער (דאָ לויט דער ייוואָ טראַנסקריפּציע): Lazar, Lazarovitsh, Leyzerovitsh; די ערשטע צוויי קענען אין אַ רוסיש⸗שפּראַכיקער סביבה (דהיינו פאַר דער ערשטער וועלט מלחמה אין דיאָ מקומות) מיט זיך טאַקע פאָרשטעלן אַ פּאַטראָנים און זיין דער קאָרעלאַט פון בן, טאָמער איז טאַקע דאָ אַן אָנדייט אַפדערויף אין דעם יידישן נוסח פונעם נאָמען. דעמאָלט קען דאָס זיין פּאַטראָנימיש, סיי מיט יידישע אותיות און סיי די פּוילישע איניציאַלן, און דעמאָלט קען דער אות אינצווישן זיין אן איניציאַל פון דעם פאַמיליע נאָמען (למשל מיט א פּ).

    אַ האַרציקן דאַנק פאַר דער פריינטלעכער הילף און די פאָרשלאָגן פון די קאָלעגן ד″ר יוליוס נאָרווילאַ (ווילנע), ד″ר משה נתן ראָזענפעלד (לאָנדאָן), הרב אברמי קיעוומאַן (ליווערפּול),  פּראָפעסאָר סטעפאַן שרײַנער (טובינגען).


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • זעקס טעג אין ניסן תשע″ה \ דעם 26טן מערץ 2015

Comments are closed.