Mini-Museum of Old Jewish Vilna (54)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן נ″ד

ווילנע און וואַרשע: צוויי רעקלאַמעס פון יידישע פאַרלעגער אין ביכער וועלט (1922)

    אין וואַרשעווער ביכער וועלט פון יאַנואַר⸗פעברואַר 1922 זיינען פאַראַן צום סוף פון זשורנאַל אַ צאָל זייטלעך מיט רעקלאַמעס פון יידישע פאַרלעגער. אויף די שפּאַלטן 107  —  108 טרעפט מען צוויי רעקלאַמע⸗קעסטלעך לעבנאַנאַנד, אויף רעכטס פון „ווילנער פאַרלאַג פון ב. א. קלעצקין“ (קליין סטעפאַן גאַס [היינט: ראַוגיקלאָס] 23 אין ווילנע) און קעגנאיבער אויף לינקס פון פאַרלאַג פון די „ברידער לעווין⸗עפּשטיין און שותפים“ (גענשע 5 אין וואַרשע).

    פון די צוויי קען מען אפשר וואָס ניט איז אָפּדרינגען וועגן דעם ספּעציפישן טראָפּ וואָס עס איז געלייגט געוואָרן אויף פאַרשיידענע מיני פּובליקאַציעס און איטלעכער פון די צוויי עיר⸗אם בישראל שטעט וואָס האָבן זיך ביידע דאַמאָלסט געפונען אין דער זעלביקער פּוילישער רעפּובליק (דע פאַקטאָ; דער סטאַטוס פון ווילנע איז כידוע געווען אַ סלע מחלוקת צווישן דער פּוילישער און דער ליטווישער רעפּובליק).

    פאַרשטייט זיך אַז ווילנע גופא און איר יידישע באַפעלקערונג זיינען געווען אַ סך קלענער איידער וואַרשע און די יידישע באַפעלקערונג וואָס דאָרטן. די אויסער⸗פּראָפּאָרציאָנעלע יידישע שעפערישקייט אין ווילנע איז אַ גאַנץ מערקווערדיקע דערשיינונג אין פאַרשיידענע תקופות.

    דאָס איז אגב דער נומער וואו מען טרעפט מלך ראַוויטשעס באַוואוסטער עסיי, „וואו איז דער צענטער?“ וואו ער שטעלט זיך איין פאַר פּוילן בכלל און וואַרשע בפרט אַלס וועלט צענטער פון דער נייער וועלטלעכער יידישער קולטור, אָפּוואַרפנדיק דעם געדאַנק, אַז אַזוינס קען מען אויסבויען אין אַמעריקע. זיין עסיי ענדיקט זיך מיט די ווערטער: „ניין, דאָ און נאָר דאָ!“


 ◊
  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • זיבעצן טעג אין אדר תשע″ה \ דעם 8טן מערץ 2015

Comments are closed.