Yiddish Medallion Honoring Memory of Vladimir Medem (82)


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″ב (82) 

אַ מעדאַליאָן אין אָנדענק פון וולאַדימיר מעדעם

  דאָס איז אַ דינינקער מעטאַלענער מעדאַליאָן מיטן אײַנגעקריצטן אימאַזש פון גרויסן בונדישן טעאָרעטיקער, אָנפירער און מחבר וולאַדימיר מעדעם (1879 – 1923). די אויפשריפט פון אונטן: „וול. מעדעם“ איז אויסגעשטאַלטיקט לויט דער האַלברונדער פאָרמע פון אונטערשטן חלק פונעם מעדאַליאָן.

  וולאַדימיר מעדעם, אַ געבאָרענער אין ליבאַווע (ליבאַו, הײַנט לעפּאַיע, לעטלאַנד) וואָס איז אויסגעהאָדעוועט געוואָרן דער עיקר אין מינסק, איז געזעסן אין צאַרישע תפיסות, און האָט זײַנע לעצטע יאָרן אויסגעלעבט אין ניו⸗יאָרק. זײַן שטעלונג און זײַנע שריפטן האָבן באַטאָנט דעם דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם און ער האָט געהאָלפן פעסטשטעלן דעם בונדס אַנטי⸗באָלשעוויסטישע שטעלונג. ער איז אויך געווען אַן אינספּיריער פונעם וואוקס פון דער בילדונגס⸗ראָלע און מעמד פון דער יידישער שפּראַך אין ראַם פונעם בונד. דער בונד ווידער האָט געשפּילט אַ הויפּט⸗ראָלע אין דער פונאַנדערבליאונג פון די וועלטלעכע יידישיסטישע שולן אין דער צווישנמלחמהדיקער פּוילישער רעפּובליק, וואו עס האָט זיך געפונען אויך ווילנע — אָט דאָ אָ, אַוואו ס’האָט זיך אַנומלטן אָפּגעזוכט אָט דער מעדאַליאָן.

  דער מעדאַליאָן איז אַן ערך צוויי⸗אַהאַלבע צענטימעטער די הייך. אפשר ווייסן ספּעציאַליסטן, לויט די צוויי לעכעלעך, גענוי ווי דער מעדאַליאָן איז גענוצט געוואָרן, אפשר צוגעטשעפּעט צו אַ שול⸗אוניפאָרם אָדער צו באַקליידונג אַלץ אויסצייכענונג פאַר אַ שילער, צי אויף אַן אַנדער אופן.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, ערב סוכות תשפ″ג \ דעם 9טן אָקטאָבער 2022

Comments are closed.