Keepsakes of Old Jewish Vilna (8)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ח′

          די מערקווערדיקע צילע זשיבורקיענע (1917 – 2010) איז געווען אַ באַליבטע פיגור אין אונדזער ווילנע. זי פלעגט געבן אָט וועלכע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי מען טרעפט צו איר אין דער דירה:

          „פּונקט איידער מ′קומט צו, וועט איר אויף לינקס זען דעם בלומען⸗מאַרק. דאָרטן קויפט איר מיר אַ בלום און דערנאָך ווייטער אויף לינקס, זעט איר מיין גאַס, מואיטינעס, אַמאָליקע טאַמאָזשנע, קומט איר אַרויף צו מיר אין דער דירה מיטן בלום.“

          צילקע (פאַמיליע פון דער היים: בעסל), אַ בת פּלונגיאַן איז געווען פאַר דער מלחמה אין קאָוונע אַ פייערדיקע רעוואָלוציאָנערקע און בעת דער מלחמה אַ העלדישע קעמפערין אין קאַמף קעגן היטלערן.

          צילע האָט אונדז דערציילט ווי אַזוי, נאָכדעם ווי ס′האָט זיך אָקט. 1939 געעפנט די גרענעץ צווישן קאָוונע און ווילנע (נאָך סטאָלינס „מתנה“ פון ווילנע פאַר סמעטאָנאַ′ס ליטע), איז זי אָנגעקומען אין ווילנע און זיך גוט באַקענט מיטן קרייז יידישע שרייבער. זי האָט זיך מער ווי אַביסל פאַרליבט אין חיים גראַדע (און ער אין איר). זי האָט געזונגען אין דעם יידישן „מאדים“ טעאַטער וואָס אויף פערד גאַס (קאָנסקאַ, היינטיקער אַרקליו).

          מיט אַ סך יאָר שפּעטער, בעת אַ באַזוך אין ניו⸗יאָרק אין 1976, האָט איר גראַדע געשאָנקען זיין באַנד דערציילונגען, „דער שטומער מנין“, מיט אַ וואַרעמער ווידמונג. אין 1999 האָט עס צילע ווייטער געשאָנקען פאַר אונדזער „מוזייעלע“ . . .


Comments are closed.