Keepsakes of Old Jewish Vilna (6)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ו′


          אַן אויפרוף, מיט דער האַנט⸗צוגעשריבענער חתימה פון ר′ „אברהם צבי⸗הירש, מנהל“ פון ראַמיילעס ישיבה האַרט איבער דער געדרוקטער חתימה פון ווילנער רב ר′ חיים⸗עוזר גראָדזענסקי אַליין. דער אויפרוף קומט בעטן ביי „אַמעריקאַנער ברידער בכלל“ און „ווילנער לאַנדסלייט בפרט“ קומען צו הילף, מ’זאָל ניט דאַפן חלילה „פאַרמאַכן די ישיבה“.

          דער אויפרוף גיט אויך בתכלית הקיצור אַ געשיכטע פון דער וועלט⸗באַוואוסטער ישיבה, וואָס עס האָט געגרינדעט  ר′ אבא′לע פּאָסוועלער און וואו עס זיינען געווען ראש ישיבה גדולי ישראל וגדולי ווילנא בתוכם: ר′ ישראל סאַלאַנטער, ר′ מרדכי מעלצער און ר’ מאיר מיכל.

          דער אויפרוף איז דאַטירט: הכותב וחותם בחדש אלול תרפ″ח, ד.ה. חודש אלול, וואָס איז אויסגעפאַלן אין טיילן אויגוסט און סעפּטעמבער 1928.


Comments are closed.