Mini-Museum of Old Jewish Vilna (47)

by Dovid Katz                        Index in English


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן מ″ז

אַ רשימה פון 27 קלויזן (בתי⸗מדרשים) אין ווילנע

(אין זלמן רייזענס ווילנער „טאָג“ פון 30טן דעצעמבער 1921)

       לייזער ראַן האָט אין זיין „ירושלים דליטא“ (באַנד I, נ.י. 1974, ז. 104) אויסגערעכנט 160 ווילנער בתי⸗מדרשים און שולן. אין ווילנער יידיש האָט מען זיך אַמערסטנס באַנוצט מיטן טערמין „קלויז“, בפרט אין אַזעלכע פראַזעס ווי „גיין אין קלויז“, „געווען אין קלויז“ וכדומה.

       אין זלמן רייזענס ווילנער „טאָג“ פון 30טן דעצעמבער 1921 ווערן אָנגערופן אין אַ מודעה אויף דער ערשטער זייט 27 קלויזן, איטלעכן פון זיי מיט זיין באַקאַנטן נאָמען ביי ווילנער יידן, אין שייכות מיט אַ קאַמפּאַניע צו שאַפן געלט פאַר עלף ווילנער תלמוד⸗תורהס, וואו עס האָבן זיך געקענט לערנען בחינם קינדער פון אָרעמע און ניט⸗פאַרמעגלעכע משפּחות, טאַקע אין גייסט פון ליטווישן דראַנג צו בויען וואָס מער מוסדות פאַר חינוך און דערציאונג. לויטן מנהג ווערן מנדבים פאַרבעטן צוזאָגן זייערע נדבות אין שייכות מיטן אויפגערופן ווערן צו עליות צו קריאת התורה. אין דעם פאַל ווערט די אַקציע לטובת די תלמוד⸗תורהס דורכגעפירט אין גאַנג פון די צוויי שבתים פון חנוכה.

       די מודעה קומט אין צוויי טיילן; אינצווישן גייען דריי אַנאָנסעלעך וואָס זיינען פאַר זיך טשיקאַווע, בתוכם פון בונימאָוויטשעס באַנק.

LITE

       צוליב לעגאַלע סיבות איז דער ווילנער „טאָג“ אין פאַרשיידענע צייטן אַרויס מיט פאַרשיידענע וואַריאַנטן פונעם נאָמען, בתוכם „ווילנער טאָג“, „טאָג“, און ווי אין דעם איצטיקן פאַל — „אונ[ד]זער טאָג“.

Lite masthead

       ווי ס′איז דאָ געווען יענע יאָרן דער סטיל, ווערט אָנגערופן דעם רעדאַקטאָרס נאָמען צום סאַמע סוף פון בלאַט, אונטן אויף דער לעצטער זייט.

001 (6) - Copy


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • ניינצן טעג אין שבט תשע″ה \ דעם 8טן פעברואַר 2015

Comments are closed.