Keepsakes of Old Jewish Vilna (41)

by Dovid Katz


 ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

מ″א

          אין ווילנע, אין דער אַלטער שטאָט, האָבן אַזעלכע וואָס באַמערקן טשיקאַוועקייטן בכלל זיך געוואונדערט אַ קאַפּ וועגן פיר יידישע אותיות איינגעקריצטע אין אַן אַלטן ציגל אינמיטן גאַס. די וואָס לייענען יידיש, סיי צווישן ווילנער סיי ביי באַזוכער אין שטאָט, זיינען אָבער נשתומם געבליבן, זעענדיק אויף אַן אַלטער ציגלנער וואַנט אַן איינאיינציקן ציגל מיטן וואָרט הורן אויסגעקריצט אַפדערוף.

          דאָס זעט אויס ווי „הורן“ (′פּראָסטיטוטקעס′, ′גאַסן⸗פרויען′), אַ פּעיאָראַטיוו, אַ באַליידיקונגס⸗וואָרט (הגם ניט אַזוי וואולגאַר⸗מעסיק ווי „נפקאות“ אָדער „קורוועס“). קיין יידישע אותיות זעען זיך ניט אויף די אַרומיקע ציגל.

          און אויב טאַקע אַ באַליידיקונגס⸗אויפשריפט מצד (לאָמיר אָנכאַפּן) אַ שונא פון די איינוואוינער אינעם הויז, איז פון ווען? פון די צייטן פון ווילנער געטאָ ווי אַן אויסדרוק פון כעס אויף עמעצן וואָס אין אָט דעם בנין? פון די סאָוועטישע אָדער נאָך⸗סאָוועטישע צייטן אַלס אַריינזאָגעניש אָדער סתם אַ שפּיצל אויף⸗צו⸗להכעיס?

          אַזאַ מין וואָרט, איינגערקיצט אין אַ ציגל וואָס אַ דרויסנדיקער וועט ניט איבעריקס באַמערקן, וואָלט געקענט אויך דינען פאַר אַ בסודותדיקן פּאַראָל, צי אַ סימן אויף אַ געהיימען טרעפונגס⸗אָרט.

          צי קען עס האָבן גאָר אַן אַנדער באַדייט, און אויב אַזוי, אַוועלכן?

          לעניוות דעתי קען דאָס פון  פ אַ ר  דער מלחמה ניט זיין. אין סאַמע תוך פון אַ יידיש ריידנדיקער באַפעלקערונג וואָלט מען אַפּשיטא גלייך אַראָפּגענומען אַזאַ ניט⸗אָנשטענדיקן „גראַפיטי“. ניט דער באַלעבאָס פון הויז, ניט די איינוואוינער וואָלטן עס קיין איינאיינציקן טאָג ניט געלאָזן שטיין.

          נאָר אַזלעכע סאָציאַלע אָפּרופן אויף „שלעכטע ווערטער אין גאַס“ ווערן בטל דעמאָלט ווען דער ציבור וועמענס שפּראַך דאָס איז ווערט אַלס ציבור נעלם.

         איז תיקו בלייבט אַ קשיא.


DSC01715

Comments are closed.