Keepsakes of Old Jewish Vilna (40)

by Dovid Katz


 ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

′מ

          אַ באַפעל פון דייטשישן מיליטערישן קאָמענדאַנט (Militärbefehlshaber), וואָרנענדיק אַז מען טאָר ניט קומען צו הילף אַוועלכע ניט איז פיינטלעכע באַוואָפנטע מענטשן, און מען טאָר זיי ניט צו הילף קומען, אַשטייגער מיטן געבן ציווילע קליידער זיי זאָלן זין קענען אויסבאַהאַלטן. ס′איז אַ באַשטעטיקונג פון אַ פריערדיקן באַפעל פון יאַנואר 1916. אַ סברא אַז אויך דער באַפעל איז פון זעלבן יאָר, אָדער פון 1917; מען ווייס פון ענלעכע דאָקומענטן וואָס טראָגן אויך אָטאָ דעם דרוקערס נאָמען: Zeitung Homan (זע למשל אַ פינף⸗שפּראַכיקע מעלדונג וואָס איז אין 1917 אַרויס ביים זעלביקן דרוקער). דאָס הייסט אַפּנים אַז ס′איז געדרוקט אין (אָדער דורך) דער בעלאַרוסישער צייטונג מיט אָט דעם נאָמען (אַ דאַנק וויטאַל זאַיקאַ′ן פאַר אָט דער אָנווייזונג).

          טשיקאַווע, די שפּראַך איז אין אַ גרויסער מאָס דער דייטשמערישער סטיל פון דער יידישער פּרעסע פון יענע יאָרן; נאָר וואָדען, ביי געוויסע „צענטראַלע פּונקטן“ וואו מען וויל דערגיין צום האַרצן פון לייענער באַנוצט זיך דער איבערזעצער מיט טערמינען פון טראַדיציאָנעלן יידיש. דער רבנישער פּעריפראַסטישער ווערב מתרה זיין (′באַוואָרענען′) קומט למשל אינעם זאַץ: „איך בּין מתרה אלע פיינדליכע מיליטער⸗אנגעהעריגע וואס האלטען זיך אויף אין פארנומענעם ראיאן רוסלאנדס וכו′.

          און אין לעצטן פּאַראַגראַף, אַז ס′גייט אין אָנוואָרענען דעם לייענער וועגן די קאָנסעקווענצן פון עובר זיין אויפן באַפעל, ווערט די שפּראַך גאָר היימיש: די וואָס גיבן ציווילע קליידער אָדער געווער צו פיינטלעכע מיליטערלייט וועלן באַשטראָפט ווערן אהן רחמנות


lite

printer's name in Wilna

Comments are closed.