Keepsakes of Old Jewish Vilna (4)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ד′


          מיר האָבן לעצטנס געמאַכט אַ שפּאַציר איבער די איצט גאָר אָרעמע ווילנער גאַסן וואָס האַרט ביים וואָקזאַל. ווער איז דאָס „מיר“? איך מיט צוויי „געזונטע יאַטן“, מחמת קיין העלד איז מען ניט אויסן צו זיין. וואָס איז געווען דער צוועק? קלאַפּן אין טירן פון די דירות אין די גרויסע הייזער (וואָס מען זעט אַז אַמאָל זיינען דאָס געווען עשירותדיקע בנינים) און איידל אַ פרעג טאָן צי איז אַמאָל וואָס פאַרבליבן פון אַמאָליקן יידישן לעבן.

          דער רעזולטאַט? אין אַ סך אָרעמע דירות, וואו מען האָט עד היום קיין ערנסטע רעמאָנטירונג ניט געמאַכט פון זינט דער מלחמה, איז געבליבן צוגעקלאַפּט צום ביישטידל ― אין טייל פאַלן שיער ניט אין אַלע צימערן פון דער דירה ― די אַמאָליקע מזוזה. זי האָט די איינוואוינער קיינמאָל ניט געשטערט אָדער אינטערעסירט. וואָס אַן אמת, זיינען די אַמאָליקע ווילנער מזוזות בדרך כלל גאָר קליינינקע, און אַז מען באַפאַרבט וויפל מאָל דעם ביישטידל זעט זי זיך ניט אָנעט.

          דער אָפּרוף? מען האָט זיך דערפרייט אַז עמעצער איז געקומען אָפּקויפן אַ חפץ וואָס זיין אייגנטימער האָט בכלל ניט געוואוסט אַז ס′איז פאַראַן…

Old Vilna mezuzah

Comments are closed.