by Dovid Katz
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
ל″ד
אַ העברעאישער בלאַנק פונעם (אַפּנים יערלעכן) באַריכט פאַר אַ תלמיד פון דער העברעאישער תרבות גימנאַזיע אויף זאַוואַלנע גאַס אין דער צווישנמלחמהדיקער ווילנע. אויף דער צווייטער זייט פונעם בלאַנק געפינט מען דעם פּוילישן טעקסט.
דער בנין איז כידוע דער היינטיקער בנין פון דער יידישער קהילה פון ליטע און פון ווילנע, און אַ חלק דערפון איז אַ טייל פון יידישן מוזיי, אין איצטיקן ווילניוס, וואו דער אַדרעס פונעם בנין איז פּילימאָ 4.