by Dovid Katz
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
ל″ג
אָט די גמרא, מסכת קידושין פון בבלי, אין קלענערן תלמידס פאָרמאַט, וואָס איז אַרויס אין ווילנע אין 1939, האַרט פאַר דער מלחמה, ביי ראָזענקראַנץ און שריפטזעצער (לידער גאַס 7), האָט געהערט: „רובינשטיין, תלמיד בישיבה ראמיילעס“.
אויף די פּוסטע זייטלעך פאַר און נאָך דער גמרא געפינען זיך צייכענונגען, דער עיקר פון מענטשן, אַ וואָרענונג אַז עס איז אַנדערע פאַרווערט צונעמען אָט די גמרא, און אויך אַפּנים נאָטיצן פון אַ לעקציע וועגן יידישער געשיכטע, וואו ס′ווערט אָנגעוויזן ווער עס האָט חרוב געמאַכט דעם ערשטן און דעם צווייטן בית המקדש. דערצו זיינען דאָ, ווי געוויינלעך, פאַרשיידענע פּאַטשקערייען און ציפערן פונעם יונגן תלמיד, וועלכער איז מן הסתם ניט זייער לאַנג נאָכדעם אומגעקומען אין איינעם מיט אַלע ווילנער יידן אויף פּאָנאַר.