Keepsakes of Old Jewish Vilna (31)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ל″א

          אויף די ליידיקע בלעטער צום אָנהייב פון אָט דעם באַנד נביאים ראשונים, האָט עמעצער (אַ קינד?) געשריבן אויף רוסיש דעם (זיין?) נאָמען: פייוויש, און אויפן אַקעגנדיקן זייטל דעם נאָמען מיט דער פאַמיליע: פייוויש קאָוונער, ווילנע; און דערנאָכדעם: אַ געריסעוועטע (געקאָפּירטע?) צייכענונג פון אַ סאָלדאַט (?).

          אויפן שער⸗בלאַט גופא פונעם באַנד נביאים ראשונים (ראָם, ווילנע תר″ך \ 1860), וואָס איז כולל מלכים א′ און ב′ און דברי הימים א′ און ב′ (אַזוי אָפטמאָל, טאַקע מיט דברי הימים פאַראייניקט טעמאַטיש מיט נביאים ראשונים), איז שוין דאָ אַ געשריבענער (ניט אינגאַנצן קלאָרער) עקס⸗ליבריס פון אַ דערוואַקסענעם: ר′ משה מרדכי בר′ צבי (?) בעקער און יאכע (?) בר′ דוב (?) בעקער.

          אויפן רוסישן שער⸗בלאַט ווערט צוגעגעבן אויף העברעאיש דער פּרייז פונעם באַנד: ומקחו תשעה רו″כ [רובל כסף] (ד.ה. און זיין פּרייז איז ניין רובל די געלט).


Comments are closed.