Keepsakes of Old Jewish Vilna (29)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

כ″ט

        

          אַ פלאַש ניט⸗אויסגעטרונקענע פּסחאָווקע (פּייסאַכאָווקע), וואָס די פירמע אין לובלין האָט אַ נאָמען געגעבן Pejsachspir מיט פּוילישער אָרטאָגראַפיע, וואָס עס האָט געקויפט אַ ייד אין ווילנע אַפּנים אַ זאַרעטשער (אין געגנט זאַרעטשע, דער היינטיקער אוזשופּיס), און וואָס איז פון די דרייסיקער יאָרן (ווען סיי לובלין סיי ווילנע זיינען געווען אין דער פּוילישער רעפּובליק) געלעגן אויפן בוידעם ביז דאָ ניט לאַנג. עס איז געגעבן געוואָרן דעם טייערן חבר און קאָלעגע טאָמאַס טשעפּאַיטיס, הויפּט פון זאַרעטשער רעפּובליק, ווי עס רופט זיך, וועלכער האָט אונדז די פלאַש אַוועקגעשאָנקען אין 2010.

          די פלאַש איז געבליבן אַ ניט אויסגעטרונקענע און געבליבן אומגעזוכט און אומגעטשעפּעט מער ווי זיבעציק יאָר, אַפּנים ווייל די יידישע משפּחה וועמען עס האָט געהערט איז פאַרשיקט געווען אין ווילנער געטאָ און אומגעבראַכט געוואָרן אינאיינעם מיט אַלע ווילנער יידן אויף פּאָנאַר.

          אגב איז די פאָטאָגראַפיע פון דער פלאַש אַזוי ווי זי שטייט ביי היינטיקן טאָג; הינטער איר איז אַן איינגעראַמטער כתב⸗יד פון יידישן פּאָעט מעינקע קאַץ.


Comments are closed.