Keepsakes of Old Jewish Vilna (28)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

כ″ח

          דער באַנד יחזקאל און תרי⸗עשר (ראָם, ווילנע תרל″ג; אַפּנים די ערשטע חדשים, רוסישער שער גיט: 1872) טראָגט אָט דעם טשיקאַוון, גוטמוטיק⸗הומאָריסטישן צוגעשריבענעם טעקסט אַקעגן דעם שער⸗בלאַט, וואָס שטעלט מיט זיך בעצם פאָר אַ העברעאיש⸗יידישן צונויפמיש, אָדער אַנדערש געזאָגט געוואָרן, אשכנזיש לשון קודש מיטן איבערחזרנדיקן באַנוץ פונעם איינאינציקן און שטאַרק הנאה⸗געבנדיקן יידישן וואָרט „פאָרט“. צו דער פאָרגעשלאָגענער טראַנסקריפּציע וואָס גייט דאָ ווייטער ווערן צוגעגעבן דיאַקריטישע צייכנס און פּונקטואַציע; ווייטער גייט אַ טענטאַטיווע איבערזעצונג.

                    זה הספר שייך… למי שייך? למי ששייך שייך!

                    פאָרט למי שייך? למי שקנה! מי קנה?

                    מי שקנה קנה! פאָרט, מי קנה?

                    מי שנתן מעות! מי נתן מעות?

                    מי שנתן נתן! פאָרט מי נתן?

                    לר′ יחזק[א]ל מרדכי שטאַמלער.

טראַנסקריבירטערהייט:

  • Ze haséyfer sháyekh… Lǝmí sháyekh? Lǝmi shesháyekh sháyekh!
  • Fort lǝmi sháyekh? Lǝmí shekóno! Mi kóno?
  • Mí shekóno kóno! Fort, mí kóno?
  • Mí shenósan móyǝs! Mí nósan móyǝs?
  • Mi shenósan nósan! Fort mi nósan?
  • LǝReb Yekhézkl [Khatskl] Mórdǝkhay [Mórdkhe] Shtámler.

איבערגעזעצטערהייט:

                    אָט דער ספר געהערט… וועמען געהערט עס? דעם וואָס ס′געהערט אים, אים געהערט!

                    פאָרט: וועמען געהערט עס? דעם וואָס האָט עס געקויפט! איז ווער זשע האָט געקויפט?

                    ווער ס′האָט געקויפט האָט געקויפט! פאָרט: ווער האָט געקויפט?

                    ווער ס′האָט געגעבן געלט! איז ווער זשע האָט געגעבן געלט?

                    ווער ס′האָט געגעבן האָט געגעבן! פאָרט: ווער האָט געגעבן?

                    [עס געהערט צו] ר′ יחזקאל מרדכי שטאַמלער.

 ◊

אויבן לינקס פונעם טעקסט גייען די ווערטער  

                    עשרים וארבעה

                    נביאים

                    ד″ה עשרים וארבע (\ סוואַרבע; דער תנ″ך)

 ◊

און אויפן שער⸗בלאַט גופא, וואָס איז אַקעגנאיבער אָט דעם זייטל, איז צוגעשריבן אונטן אַ צווייטע, שיין⸗סופריש געכתיבהטע שורה:

                    זה העשרים וארבע נדב ר′ חיים ב″ר יוסף עם זוגתו שרה ב″ר זלמן בקלויז חברה תהלים

וואָס איז בערך טייטש: אָט דעם תנ″ך האָט געשאָנקען ר′ חיים ב″ר יוסף און זיין ווייב שרה בת זלמן פאַרן קלויז חברה תהלים.   

ווייטער גייען די פאַקסימיליעס פון די צוויי זייטן.

 ◊


Comments are closed.