Keepsakes of Old Jewish Vilna (27)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

כ″ז

          פון אַ ספרל וואָס האָט געהערט חייקל לונסקי הי″ד, דעם אייביקן „שומר פון ירושלים דליטא“, וואָס האָט אַזוי מלכותדיק פאַראייניקט דעם ווילנער גייסט פון זיין פאַרטיפט סיי אין יידישן טראַדיציאָנעלן לעבן און אויך אין מאָדערנע יידישע שטודיעס. ער איז כידוע יאָרן לאַנג געווען דער ביבליאָטעקאַר פון דער סטראַשון ביבליאָטעק, און האָט אין דער וואַרשעווער „יידישער פילאָלאָגיע“ (1924) און אין ערשטן באַנד פון די ווילנער „פילאָלאָגישע שריפטן“ (1926) באַוויזן זיין גבורה אין פאַראייניקן, ווילנער⸗מעסיק  ממש, די תחומען פון יידישן לערנען און וויסן מיט זיינע אַרבעטן וועגן יידיש ביי גרויסע רבנים פון אַמאָליקע דורות.

          אָטאָ דער קעניגסבערגער „מצוות השם“ (תרי″ז \ 1857) טראָגט דעם שטעמפּל אויפן שער⸗בלאַט: „חייקיל לונסקי ― ווילנא“.

          אַ שאלה נאָר, צי די רש″י⸗כתבעדיקע הגהות צוגעשריבן אינעם ספרל געהערן לונסקין (דאָס קען מען אַ סברא גיך פּסקענען לויט אַנדערע מוסטערן אין דער ייוואָ און אַנדערשוואו).  אַזוי אויך די צושרייבונג אויפן שער⸗בלאַט פון יידישן יאָר אונטערן געגעבענעם פּסוק מיטן יאָר איינגעגלידערט אין אַ פּסוק אויפן שער⸗בלאַט.


חייקל לונסקי

לונסקי 2

Comments are closed.