Keepsakes of Old Jewish Vilna (26)

by Dovid Katz


 

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

כ″ו

          דער באַנד מדרש רבה (צו בראשית), ווילנע תר″ג (1843) טראָגט אויפן שער⸗בלאַט דעם אייגנטימערס נאָמען: ישראל בר′ אברהם הלוי פון „ח[ברה] ק[דישא] בית יעקב אשר היא כעת ברחוב דייטש בחצר סמאָלענסקין“, ד.ה. אויף סמאָלענסקינס הויף וואָס געפינט זיך איצטער אויף דייטשישע גאַס (דייטשע גאַס אין ווילנע, היינט Vokiečių gatvė, אַמאָליקע Niemiecka ,Nemeckaja).

          אירינאַ גוזענבערג (ווילנע), די מחברטע פון א ריי ווערק וועגן דער יידישער ווילנע, גיט צו וויסן, אז דאָס איז היינט דער הויף וואָס געהערט דייטשע גאַס 12, וואָס האָט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט געהערט צלאל (צאַלעל) נאָז און פריער, אין ניינצעטן יאָרהונדערט געהערט דער משפּחה: סמאָלענסקי. זי גיט איבער ווייטער, אַז דאָרט איז אַמאָל געווען פארשריבן האַלפּערינס קלויז, וואָס קען אפשר זיין צו רעכטס⸗צו אויפן צווייטן גאָרן.

          אין ספרים מיטן שטעמפּל פונעם קלויז שטייט טאַקע סמאָלענסקי, ניט סמאָלענסקין, אַשטייגער אין דער צווייטער פאַקסימיליע דאָ אונטן, פונעם שער⸗בלאַט פון אַ משניות סדר מועד, ראָם, תרכא \ 1861. דער שטעמפּל לייענט זיך: „חותם הגבאים דחק′ בית יעקב בח′ סמאלענסקי“.




Comments are closed.