Keepsakes of Old Jewish Vilna (23)

by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

כ″ג

          בלומקע קאַץ (בלומע כ″ץ) איז געבאָרן געוואָרן אין דאָרף גאַוויקען ניט ווייט פון סווינציאַן אין 1913, זיך אויסגעהאָדעוועט אין סווינציאַן, שטודירט יונגערהייט אין ווילנע ביי מאַקס וויינרייך, משה קולבאַק און אַנדערע גדולי ווילנע. די איז מיטן ערשטן מאַן שמעון יאַוויטש אַוועק אין סאָוועטנפאַרבאַנד, וואו מען האָט אים דערשאָסן און איר פאַרשיקט אויף צען יאָר לאַגער⸗אַרבעט אויף קאַלימאַ. איר מאַמע און אַנדערע קרובים וואָס זיינען פאַרבליבן אין סווינציאַן האָט מען דערשאָסן אויפן מאַסן⸗קבר „פּאָליגאָן“ האַרט ביי סווינציאַנקע (ניי⸗סווינציאַן, אַ צען וויאָרסט צו מערב⸗צו).

          נאָך דער מלחמה האָט זי זיך ווידער באַזעצט אין סווינציאַן, מיטן צווייטן מאַן קלמן סעגאַלאָוויטש, אַ ווילנער. בלומקע  איז געווען אַ יחיד אַ שומר פון דער יידישער ירושה ביז צו איר טויט, ניט ווייט פונעם 94טן געבאָרנטאָג, אין 2006. צו איר אין דער קליינינקער אָרעמער סאָוועטישער דירה איז מען געקומען פון איבער גאָר דער וועלט.

          טאַקע אין 2006, ווען זי האָט דערשפּירט אַז דער סוף רוקט זיך האַסטיק צו, האָט זי מיר אַוועקגעשאָנקען אַזאַ מין מתנה וואָס האָט פאַר איר סימבאָליזירט איר לעבנס⸗געשיכטע:

          איר מאַנס ברודער, חיים יאַוויטש, האָט זיך באַזעצט אין טשערנאָוויץ, אוקראַינע; ער האָט אָבער קיינמאָל ניט אָנגעוואָרן דעם קאָנטאַקט מיט זיין ברודערס באַליבטסטער בלומקע אין ווייטן סווינציאַן. ווען ער, חיים יאַוויטש, האָט געהאַט דערשפּירט דעם סוף פון זיינע יאָרן, איז ער געקומען צו פאָרן אין סווינציאַן, שוין אין דער אומאָפּהענגיקער ליטע, זיך געגעזענען מיט בלומקען, און איר געבראַכט אָט וועלכע מתנה: אַ פּראַכט אויסגאַבע פון תנ″ך, פאַקטיש דער צווייטער באַנד ― נביאים אחרונים און כתובים, אַ ירושה פון זיין ווייבס טשערנאָוויצער משפּחה.

          ער האָט אויך געבראַכט אַ צווייטן אָנדענק⸗חפץ: זיין דיפּלאָם פון ווילנער יידישן לערער סעמינאַר (וואָס געפינט זיך איצטער אויך אין אונדזער „מוזייעלע“).

          מיט בלומקען האָב איך זיך נאָענט באַפריינדט בעת מיין ערשטן באַזוך אין דער ליטע (דאַמאָלסט נאָך אין סאָוועטנפאַרבאַנד) אין דעצעמבער פון 1990טן יאָר. דער עיקר בין איך געקומען פאַרן טאַטן, דעם פּאָעט מעינקע קאַץ (1906 ― 1991) און געבראַכט צו טראָגן אין זיין געבאָרנשטאָט סווינציאַן אַ גאַנצע ריי פראַגעס, למשל: וואו איז געווען פּאָשמענער גאַס 27? וואו איז געווען די גאַסטיניצע „איטאַליאַ“? און דער אַלטער בית⸗מדרש מיטן נייעם בית⸗מדרש?

          האָט בלומקע גלייך געענטפערט: „דו האָסט ריכטיק געטראָפן צו מיר, איך מעג דיר זאָגן דו, אַז דו ביסט אַ סווינציאַנער זון, אַיאָ? אַנדערע צען טויזנט מענטשן קען מען דאָ פרעגן, און קיינער וואָלט ניט וויסן גאָרניט פון אונדזער יידישן אַמאָל און במילא ניט וועגן די פראַגעס. קום, איך וועל דיר אַלצדינג באַווייזן.“

          אין אַפּריל 1991, ניט לאַנג פאַר זיין טויט, האָט מעינקע טעלעפאָנירט בלומקען פון זיין וואַלד⸗הויז אין ספּרינג גלען, ניו⸗יאָרק. איך געדענק זיין פרייד, דער מאַמעס צו לאַנגע יאָר פרייד, אונדזער פרייד, אַז ער האָט צום ערשטן מאָל אין העכער זיבעציק יאָר „גערעדט מיט סווינציאַן“.

          צווישן בלומקעס מעמואַרן: מיין לערער מאַקס וויינרייך (1991); מיין ערשטע לערערין דבורה פישער (1995); דאָס יאָר 1937 (1995); אונדזער יוגנט⸗חבר אברהם סוצקעווער (1996).

           אייגענע אַרטיקלען וועגן בלומקען: אין „פאָרווערטס“ (2002); אין „אלגעמיינעם זשורנאַל“ (2005); זע אויך: אונדזער זייטל לכבוד בלומקען.

           פאַראיינוועגס דערנעענטערט זיך בלומקעס זיבעטער יאָרצייט, אָטאָ זאָל אָט דער בלאַט אין מוזייעלע פאַררעכנט ווערן אַ קדיש נאָך אַ נאָענטן.

           שיער ניט פאַרגעסן: ביים שענקען מיר יאַוויטשעס תנ″ך האָט בלומקע מיט אַ וואַרעמען ווילנער יידישן שמייכל מיר אַ טאַפּ געטאָן אין דער פּלייצע, בקול דממה דקה און מיט אַ מינע פון פּיעטעט אַ זאָג געטאָן ―

           „דוד, דו פאַרשטייסט, דער אמת איז, אַן מיין לערער מאַקס וויינרייך וואָלט ניט געווען זייער צופרידן מיט אַזאַ מתנה. ער וואָלט געזאָגט אַז ס′איז אַ דייטשמערישע איבערזעצונג, און ער וואָלט געווען, פאַרשטייט זיך, גערעכט…“

הירשע⸗דוד כ″ץ
ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
פאַר ערב יום כיפּור תרע″ד


Comments are closed.