Keepsakes of Old Jewish Vilna (2)

 by Dovid Katz


ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

ב′

          אַ פּאַס פון דער דייטשישער אָקופּאַציע⸗מאַכט אין ווילנע בעת דער ערשטער וועלט מלחמה. דער פּאַס איז אַ צוויישפּראַכיקער: דייטש און יידיש (הגם אַ שטאַרק פאַרדייטשמערישטער יידיש, אָדער אין טייל פאַלן גלאַט דייטש מיט יידישע אותיות).

          זעט אויס, אַז דאָס איז דער פּאַס פון פרומע ראַזאַנסקי (?), וואָס איז געבאָרן געוואָרן דעם 16טן יאַנואַר 1898 און האָט געלעבט אויף גלעזער געסל 8, וואוינונג 2 (אפשר אויסגעמעקט און פאַרביטן מיטן נומער 4). זי איז געווען אַ פאַרקויפערקע לויטן פאַך. דער פּאַס איז דאַטירט דעם 9טן יוני 1916, און פאַראַן צום סוף אַ באַשטעטיקונג פון דער נייער פּוילישער מאַכט פונעם 20טן יוני 1919. אַ יישר⸗כח אַדאַלבערט וואַגנער (Adalbert Wagner) אין ווין פאַרן איבערלייענען די דייטשישע האַנטשריפט וואָס אינעם פּאַס.


WWI Yiddish passport 2 (Dovid Katz collection)

WW1 Yiddish passport

Comments are closed.