by Dovid Katz
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
י″ז
אויבן לינקס אויפן שער⸗בלאַט פון אָטאָ דעם „חיי ישראל“, שטייט:
- מִסִפְרְי נחמי′ ליכטשטיין ווילנא
- קורא בביכנס דר′′ זאוויל זל
דאָס הייסט אפּנים:
- פון די ספרים פון נחמיה ליכטשטיין, ווילנע
- בעל⸗קורא אין דער זאַוול שול
ביי היינטיקן טאָג איז די זאַוול שול נעבעך אַ פאַרוואָרלאָזטע חורבה דאָרטן וואו עס קרייצט זיך סאַדאָווע (איצט: סאָדו) מיט בלומען⸗גאַס (געלו), ניט ווייט פון ווילנער וואָקזאַל. הלוואי זאָל זי האָבן אַ תיקון און אין יעדן פאַל ניט פאַרקויפט ווערן אויף אַראָפּוואַרפן.
זע: ר′ ישעיה עפּשטיין (תל אביב) דערמאָנט זיך אין דער זאַוול שול.