Keepsakes of Old Jewish Vilna (12)

by Dovid Katz


 

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן

י″ב

          דער אָנהייב און דער סוף פון כתב⸗יד פון מאַרק ראַזומני (1896 –1988): „מאָטקע כאַבאַד: קאָמעדיע אין פיר אַקטן“. אויפן לעצטן זייטל ווערט אָנגעוויזן אַז ס′איז אויסגעענדיקט געוואָרן: „דריי אַזייגער ביינאַכט אין קאָוונע“, דעם 22טן יאַנואַר 1968. ראַזומני (ראַזומנע) איז געבאָרן געוואָרן אין זשאַגער, ליטע, און איז געווען אַ פירנדיקע פיגור אין דער יידישער ליטעראַטור און קולטור אין ריגע פאַר דער מלחמה און אין סאָוועטנפאַרבאַנד נאָך דער מלחמה.

          דער כתב⸗יד איז אַ מתנה פון טייערן ווילנער חבר מילאַן כערסאָנסקי, וועלכער איז צוואַנציק יאָר געווען דירעקטאָר פון ווילנער יידישן פאָלקס⸗טעאַטער, צוועלף יאָר רעדאַקטאָר פון „ירושלים דליטא“ (וואָס איז אַרויס אויף פיר שפּראַכן), און איז היינט אַ פירנדיקע פּערזענלכקייט אין דער יידישער ווילנע, וועלכער איז אויך דאָ אין אונדזער זשורנאַל אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער.

          צו מאַרק ראַזומני′ס ביאָגראַפיע זע: רייזען 4, 95 – 97; נייער לעקסיקאָן 8, 322 —  324; ייוואָ ענציקלאָפּעדיע.


Comments are closed.