by Dovid Katz
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
י″א
די צייגעניש וואָס די מאַמעטאַטיש⸗נאַטורוויסנשאַפטלעכע גימנאַזיע אין ווילנע האָט דעם 15טן יוני 1930 געגעבן חנה זלאַטקאָוויטש (1913 – 1995), די שפּעטערדיקע חנה פרידבערג, ביים אויסענדיקן מיט הצלחה צען יאָר שטודיעס אין דער גימנאַזיע. צווישע אירע לערער איז געווען דער יידישער פּאָעט משה קולבאַק.
חנה זלאַטקאָוויטש פרידבערג איז די מוטער פון היינטיקן פּראָפעסאָר פּנחס פרידבערג, וועלכער איז היינט אַ צענטראַלע פיגור אין יידישן לעבן אין ווילנע.