by Dovid Katz
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן
א′
אָדאָס איז די איינלאַדונג וואָס עס האָט באַקומען יעקב טראָק אויף דער אַלגעמיינער פאַרזאַמלונג פון בית הכנסת גחש″א (= גמילת חסד של אמת ― ד.ה. חברה קדישא), וואָס איז געווען באַקאַנט אין ווילנע אַלס די קברנישע קלויז אָדער די קברנישע שול. צו דער געשיכטע פון „קברנישע“, וואו ס′האָבן געדאַוונט די קברנים, באַדאַרף מען אַלעמערשטנס אַ קוק טאָן אין דער קורצער און פּראַכטפולער באַשרייבונג ביים „שומר פון ירושלים דליטא“ חייקל לונסקי הי″ד, אין זיין מאמר „ווילנער קלויזן און דער שולהויף“ וואָס האָט זיך געדרוקט אין צווייטן באַנד פון צמח שאַבאַדס ווילנער זאַמלבוך (ווילנע 1918, זז. 97 – 112, דאָרטן ז. 102).
די שרייבונג „קבראנישע“ איז פאַרזעך טשיקאַווע, ס′העלפט מיטן ריכטיקן איבערלייענען און בעת מעשה היט מען אויפעט כדבעי דעם העברעאישן שרש קב″ר (וואָס האָט פאַרשיידענע לעבעדיקע קרובהטעס אין יידיש, בתוכם: קבר, קברן, מקבר זיין).
דער אַדרעס פון יעקב טראָק, וואָס איז אויפגעשריבן אויף דער איינלאַדונג, איז פּילסודסקי גאַס (אַמאָליקער אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר, היינטיקער אַלגירדאָ) נומער 13, וואוינונג 6.
דער סדר היום פון דער אַלגעמיינער פאַרזאַמלונג איז כולל דעם באַריכט און די וואַלן אויף גבאים.
די דאַטע פון דער פאַרזאַמלונג, אויף וועלכער ס′איז פאַרבעטן יעקב טראָק, איז צוואַנציק טעג אין טבת תרצ″ז (דעם 3טן יאַנואַר 1937).
דאָס איז צווישן די פּאַפּירעלעך וואָס ליגן אין אַ באַנד משניות קדשים. צווישן זיי איז דאָ אַ קבלה פאַר אַ ביישטייערונג פאַר ראַמיילעס ישיבה פון משה דב טראָק. דער שער⸗בלאַט פונעם באַנד משניות טראָגט דעם שטעמפּל פון חברה משניות „נאוואגאראד“, ד.ה. נאָוויגאָרעד ― דער היינטיקער נאַוגאַרדוקאָ.
זע: לונסקי אין שאַבאַדס ווילנער זאַמלבוך II, ז. 102; לייזער ראַן I, ז. 110; שטעמפּלעך זז. 86 – 87.