Keepsakes of Old Jewish Vilna (42)

by Dovid Katz


 ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן מ″ב

אַ שטיקל יידישער דרוק⸗בליי אויף דריי יידישע שפּראַכן, מיט דריי שריפטן

facing

 דאָס שטיקל אָפּגעריסענע בליי איבערגעדרייט מען זאָל לייכט קענען לייענען (רעכטס) און כמות שהיא (לינקס).

   פאַרריכטנדיק אונטערערדישע שטאָטישע רערן און קאַנאַליזאַציע אויף פּילימאָ גאַטווע, אַמאָליקע זאַוואַלנע גאַס אין ווילנע, האָט איינער פון די אַרבעטער באַמערקט אין דער ערד אַ שטיקל בליי מיט יידישע אותיות און געשאָנקען אונדזער מוזייעלע. דאָס איז געווען זייער נאָענט צום בנין פון אַמאָליקן ווילנער פאַרלאַג „ראָזענקראַנץ און שריפטזעצער“. 

     פון די צוויי בילדער, כמות⸗שהיא, און האָריזאָנטאַל איבערגעדרייט מען זאָל קענען לייכטער לייענען, איז צו זען אַז דאָס איז פון אַן אַמאָליקן אלף⸗בית ביכל וואו מען לערנט מיט קינדער עברי מיט טראַף. דער אלף⸗בית און פאַרשיידענע קאָמבינאַציעס אותיות (אות+נקודה) קומען לערנען די אותיות (מערסטנטייל קאנסאָנאַנטן) מיט די נקודות (וואָקאַלן).

     טשיקאַווע איז אויך, וואָס אָט דאָס צעבראָכענע שטיקל דרוק⸗בליי, ווי קליין עס זאָל ניט זיין, פאַרמאָגט דוגמאות פון אַלע דריי יידישע שפּראַכן ביי אשכנזים: לשון⸗קודש, אַראַמיש, יידיש; און יידיש לויטן שיינעם קלאַסיש מזרח⸗אייראָפּעאישן נוסח פון ניינצעטן יאָרהונדערט, פון מענדל לעפין און אויף ווייטער, פון מרובע מיט פולן ניקוד וואָס באַגלייט אַן עכט⸗מזרחדיקן יידישן לשון.

     צודערצו ווערן אויפן פראַגמענט געבראַכט גאַנצע דריי יידישע שריפטן: מרובע, רש″י, און האַנט⸗כתיבה. די האַנט כתיבה איז ענלעך אויף געוויסע אַמסטערדאַמער דרוקן. די פאָרמעס פון די אותיות זיינען ביסודם ניי⸗אשכנזיש, ניט משקיט⸗מעסיק, נאָר וואָס דער רפה — די דעכעלעך — ווערן קאָנסעקווענט צוגעשריבן אויפן אלט⸗יידישן שטייגער איבער אַלע פיר ספּיראַנטן בֿ [v], כֿ [x], פֿ [f], תֿ [s], בכדי זיי אונטערשיידן פון די עקספּלאָסיוון בּ [b], כּ [k], פּ [p], תּ [t].


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • פופצן טעג אין כסלו תשע″ה   \  דעם 7טן דעצעמבער 2014

Comments are closed.