Kaunas Society of Jesus Buys its Apron Cloth, Oil Cloth & Canvas from M. Tabatchnik’s Dry Goods Store


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 14
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

 מ. טאַבאַטשניקס מאַנופאַקטור⸗קראָם „מאָדערן“ פאַרקויפט וואַרע אויף פאַרטעכער, סעראַטע, און לײַוונט — דעם קאַטוילישן „אָרדן פון יעזוס“ אין קאָוונע

   דאָס איז אַ קבלה פון 15טן יולי 1929 (אויבן רעכטס שטייט מיט רויטע טינט: 14טן יולי, אַפּנים איז עס אויף מאָרגן דערלאַנגט אָפיציעל און אָפּגעצאָלט געוואָרן) פון געשעפט:

מ· טבצניק

מאַנופאַקטור⸗האַנדלונג

קובנה

לייסוועֶס אַלעֶיעֶ 31b

28-85 תּיליפון

  פון דער ליטווישער שרײַבונג אויבן לינקס איז קלאָר אַז דער פאַמיליע⸗נאָמען פון באַלעבאָס דאַרף מען אַרויסריידן „טאַבאַטשניק“, ניט „טאַבאַצניק“ (הגם בײַ אַ ליטוואַק קענען זיך די צוויי גרײַלעך צונויפפאַלן צי אויסמישן לויטן שטייגער פונעם „סאַבעסדיקן לאָסן“). אין דעם טעקסט אויף יידיש סטאַרעט מען זיך אַוואָס מער העברעאיזירן און  „טאַבאַטשניק“ שרײַבט זיך אין אָט דעם נוסח „טבצ′ניק“, אַזויאַרומעט אַז פעלן פעלט נאָר דאָס שטריכעלע וואָס אין סטאַנדאַדרן העברעאישן באַנוץ מאַכט פון אַ [ts] (אַ [c])  — אַ [č] (אַ tš). די שפּראַך פונעם יידישן טעקסט איז טאַקע יידיש  — אַ „מאַנופאַקטור⸗קראָם“ אויף „לייסוועֶס אַלעֶיע“, אָבער אַוואו מעגלעך ווערט די אָרטאָגראַפיע העברעאיזירט: די שטאָט איז „קובנה“ (ניט ווי אויף יידיש „קאָוונע“ און ניט ווי אויפן טראַדיציאָנעלן אשכנזישן לשון קודש „קאוונא“ צי „קובנא“), און מען גיט דעם נומער „תּיליפון“ (ניט „טעלעפאָן“). מען נוצט דעם סגול מיטן עין (עֶ).

  וואָס איז דערפון געדרונגען? אַז דער באַלעבאָס פון געשעפט איז ציוניסטיש און העברעאיסטיש געשטימט, אַ סברא אַ לייענער פון קאָוונער „אידישער שטימע“, ניט פונעם „פאָלקסבלאַט“. דערצו איז ער „ברייטער אייראָפּעאיש“ געשטימט: טאָמער קען זיך נאָך אַ פּאָטענציעלער קליענט פון אַ פרעמדן לאַנד פאַרוואונדערן, אַוואו איז דאָס „קובנה“ \ «Kaunas» ווערט אָנגעגעבן דער נאָמען פון לאַנד גאָר אויף דײַטש: Litauen.

  פונעם ליטווישן טעקסט קען מען אויך נישקשה אָפּלערנען. אינעם שטעמפּל (אונטן לינקס) אויף ליטוויש ווערט געגעבן דער נאָמען פון געשעפט (אפשר אַ נײַער, צי גאָר אַ געוועזענער נאָמען): «MODERN». אין דער קבלה שרײַבט זיך אַוואָס גייט אַרײַנעט אינעם חשבון:  פון 21טן יוני —  23 מעטער פון וואַרע אויף פאַרטעכער צו 2.25 מאָל (סך⸗הכל 51.75 ליט);  צען מעטער ציראַטע צו דרײַ (סך⸗הכל 30 ליט); פון 12טן יולי — 50 מעטער לײַוונט צו 1.9 (סך⸗הכל 95 ליט). אַרום און אַרום: 176.75 ליט.

  אַ סברא אַז קולטור⸗היסטאָריש גערעדט נאָך אינטערעסאַנטער קען אויסקומען ווער ס′איז גראָד דער קונה בײַ מ. טאַבאַטשניקן אויף לײַסוועס אַלעיע 31b, דהיינו: „די געזעלשאַפט פונעם הייליקן קינד יעזוס“, אַ באַקאַנטע קאַטוילישע  רעליגיעזע און וואוילטוערישע אָרגאַניזאַציע. די יעזוס⸗געזעלשאַפט האָט זיך געפילט פולשטענדיק באַקוועם בײַם געבן בכבודיקע באַשטולענגן דעם יידן מיטן צוויישפּראַכיקן יידיש⸗ליטווישן געשעפטס⸗בלאַנק.

  דאָס איז אַלץ געווען פאַרשטייט זיך כשר אָפיציעל, מה⸗דאָך די צוויי שטײַער⸗מאַרקעס, באַשטעטיקט מיט אַ שטעמפּל פון טאַבאַטשניקן, ווײַזו אָנעט אַז צוואַנציק סענט שטײַער האָט מען לויטן דין אָפּגעצאָלט.

 


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • צוואַנציק טעג אין אדר א′ תשע″ט \ דעם 25טן פעברואַר 2019

Comments are closed.