by Dovid Katz Index in English
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″א (81)
◊
דער צווייטער נומער פון ווילנער „טאָג“ (11טן מאַי 1919): אַ מין פאָטאָגראַפישער אַרײַנבליק אין אַ גורלדיקן קערפּונקט אין דער קולטור געשיכטע פון יידיש
◊
בלײַבן בלײַבט עס אַ האָפענונג אַווען⸗ניט⸗איז קענען אַרײַננעמען דעם ערשטן נומער פון ווילנער „טאָג“ אין אונדזער מוזייעלע (אגב: אין פאַרשיידענע תקופות איז דער נאָמען פון דער טאָג⸗צײַטונג אויבנאָן געווען „טאָג“, „אונדזער טאָג“, „ווילנער טאָג“). דערווײַלע פרייען מיר זיך מיטן צווייטן נומער! אָט דער נומער צוויי, פון זונטיק דעם 11טן מאַי 1919, שטעלט שוין דעם כאַראַקטעריסטישן און אייגנאַרטיקן טאָן פון אַ ווילנער טאָג⸗צײַטונג וואָס איז בעת מעשה אַן אומפּאַרטייאישע היים פאַר דער באַוועגונג פאַר אַ הויך⸗קולטור אויפן יסוד פון דער יידישער שפּראַך. מיט אַנדערע ווערטער, קורץ און שאַרף — דער ווילנער יידישיזם. ס′שטייט געשריבן: „אומפּאַרטייאישע דעמאָקראַטישע צײַטונג“ און גלײַך דערנאָכדעם די רשימה מיט די „שטענדיקע מיטאַרבעטער“, ואלו הן: ש. אַנ–סקי, א.י. גאָלדשמידט, מ. ווײַנרײַך, פּ. נאָוויק, ש. ניגער, ז. סעגאַלאָוויטש, ד. קאַפּלאַנאָוויטש (Don), י.ח. ראָזענבוים, ז. רייזען, ד″ר צ. שאַבאַד“.
וועגן דעם צוזאַמענקומען דאָ אין ווילנער „טאָג“ פון די צוקונפטיקער ייוואָ גרינדער מאַקס ווײַנרײַך (1894–1969), ד″ר צמח שאַבאַד (1864–1935) און זלמן רייזען (1887–±1940); דעם קלאַסישן יידישן ליטעראַטור קריטיקער ש. ניגער (1883–1955) וואָס האָט זיך דערנאָכדעם באַזעצט אין ניו⸗יאָרק; דעם ווילנער כראָניקער און זשורנאַליסט א.י. גאָלדשמיד (1882–±1941); דעם גרויסן שרייבער און פאָלקלאָריסט ש. אַנ–סקי (שלמה⸗זאַנוויל ראַפּאָפּאָרט, 1863–1920), אַן אָנדערהאַלבן יאָר פאַר זײַן טויט; דעם צוקונפטיקן ניו⸗יאָרקער רעדאַקטאָר פון דער „מאָרגן פרײַנײַט“ פּסח נאָוויק (1891–1989), און אַנדערע, קען מען אַ סך פאָרשן און שרײַבן. דעם באַליבטן יידישן פילאָלאָג, מחבר פון קלאַסישן „לעקסיקאָן“ און ייוואָ רעדאַקטאָר זלמן רייזענען איז באַשערט געווען צו זײַן, מיט פאַרשיידענע הפסקות, דער הויפּט רעדאַקטאָר פון ווילנער „טאָג“ אַזש ביז זיין פאַרמאַכט ווערן אין סעפּטעמבער 1939 בעתן אויסבראָך פון דער צווייטער וועלט מלחמה און דער צעפאַלונג פון דער פּוילישער רעפּובליק.
☰
שיער ניט אַלע יידישע צײַטונגען פון אַלע תקופות און לענדער ברענגען אויבנאָן אויף דער ערשטער זײַט דעם נאָמען פון בלאַט צי אַנדערע יסודותדיקע אינפאָרמאַציעס (שטאָט, דאַטע, וכדומה) אויך מיט לאַטיינישע (צי צירילישע) אותיות. פאַרוואָס ניט אָט אָטאָ דאָ⸗אָ? ווײַלע ס′איז אַרויס אין טעג ווען ס′איז לחלוטין אומקלאָר געווען וועמען געהערט ווילנע — אַ ווײַסרוסישע\רוסישע Vilna? אַ פּוילישע Wilno? אַ ליטווישע Vilnius? קלאָר איז אָבער שוין געווען, אין 1919, פאַרשטייט זיך, אַז קיין דײַטשישע Wilna וועט דאָס ניט זײַן. אַכלל, דאָס פעלן פון „גלחות אותיות“ קען סימבאָליש באַנומען ווערן ווי אַ מעטאַפאָר פאַר דער יידישער ווילנער אין משך פון דור דורות: די מלוכות קריגן זיך איבער דער שטאָט, וואָס בלײַבט בשעת מעשה אַ מערקווערדיקער מאַגנעט פאַרן שעפערישן יידישן טאַלאַנט.
אין די באַשיידענע פיר טאָבלאָיד זײַטלעך טרעפט מען אַ זשורנאַליסטישן צוגאַנג פון אומפּאַרטייאישקײַט לגבי די פּאָליטישע ריכטונגען, אָבער ניט לגבי יידיש. יידיש און איר מעמד שטעלן מיט זיך פאָר אַ בפירושדיקן ענין פאַר יידישע נײַעס. למשל, אין צײַטונג איז דאָ אַ פּראָטעסט וועגן דעם וואָס די שטאָט⸗פאַרוואַלטונג דערלויבט ניט בריוו אויף יידיש (סײַדן מיט לאַטיינישע אותיות!)…
◊
לסוף, דער לעצטער טייל פון דער לעצטער (פערטער) זײַט. דאָ טרעפט מען (צו לינקס) אַ רעקלאַמע פאַר נײַער קינדער⸗ליטעראַטור אויף יידיש, און סאַמע אונטן, כנהוג, די פּרטים פון רעדאַקציע, אַרײַנגערעכנט דער אַדרעס פון דער רעדאַקציע, קליין סטעפן גאַס 23. היסטאָריקער פון ווילנע ווייסן אַז דאָס איז די הײַנטיקע ראַוגיקלאָס גאַס (Raugyklos gatvė) אין ווילנע. היסטאָריקער פון דער יידישער ווילנע ווייסן אויך אַז דאָס איז געווען דער באַוואוסטער ווילנער אַּדרעס פון — באָריס קלעצקינס שיער ניט לעגענדאַרישן ווילנער פאַרלאַג…
◊
- ◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- דינסטיק, צוויי⸗און⸗צוואַנציק טעג אין סיון תשפ″ב \ דעם 21טן יוני 2022