Hemingway in Brooklyn (by Noyekh Barrera)


העמינגוויי אין ברוקלין

פון

נח באַרעראַ

  • שלמה פרוינטלעכ׳ן ― „בונדי“ (1974  ̵̵  2020)
  • אַ קרבן פון קאָוויד⸗קאַראָנע
  • ער האָט מיר באַקענט מיט קראַון⸗הײַטס

   אַ שרײַאיקע סירענע האָט זיך געלאָזט הערן איבער די גאַסן, ווי ס′וואָלט אויף מלחמה אָנדײַטן. מענער מיט לאַנגע מאַנטלען אײַלן זיך אויפן אויסגעשטרעקטן פּאַרקוויי, זייער שוואַרצע זשלאַפּעס שפּרינגען זיך אויף די קעפּ, נאָר ווי דורך אַ השגחה פּרטית פאַלן זיי נישט אַראָפּעט. ס′איז ערב שבת אין קראַון⸗הײַטס. די פוילע זומערדיקע זון באַהאַלט זיך כמעט אינגאַנצן הינטער די אַלטע הויכע רויט⸗געמויערטע בנינים, אײַנגעבויגענע ווי באַנק⸗קוועטשער איבער אַ בלאַט גמרא. די ליכט אירע רוט זיך אויף די דעכער, פינקלענדיק געלבלעך⸗גאָלד ווי אַ קרוין אַזש בײַ אַ מלך.

   מחנות מיט מענטשן גייען אַרויף אויף די טרעפּ פון דער סאָבוויי, אַ מאָדנער עולם: ווער חסידישע מענער מיט גוואַלדאָוונע בערד, מיט ווײַסע העמדער און קאַפּאָטעס, ווער יונגע היפּסטער, אויך מיט בערד, נײַערט מיט מאַיקע⸗העמדלעך און אַנטבלויזטע אָרעמס—געפאַרבטע.

   אָבער אַפילו נאָך מער מאָדנע איז אָ⸗דער פרעמדער מאַנספּאַרשוין אָ⸗דאָ, וואָס צווישן זיי. נישט קיין חסיד איז ער, קיין היפּסטער אויכעט נישט. בכלל ניט קיין ניו⸗יאָרקער אַפילו. אַ פּנים האָט ער גאָר פון אַ פאַרמער. אַ סברא אַז קומען קומט ער פון מיטעלן מערב. אָנגעקליידט איז ער ווי ער וואָלט געווען גרייט אויף יאַגד ערגעץ אין אַפריקע. טאָ, וואָס⸗זשע טוט דער פרעמדער אָטאָ דאָ⸗אָ?

   ער ווייס אַליין נישט — געהאַט געטראָפן עמעצן גלאַט אַזוי אין אַ קאַווע⸗שטיבל, אין מאַנהאַטן. זיי האָבן זיך געשמאַק געשמועסט אַ לענגערע צײַט, ביזקל וואַנעט ער האָט אים ענדלעך אַהערצוצו פאַרבעטן. ער איז אים דווקא געפעלן געוואָרן — אויך אַ שרײַבער. נישט פון ענגליש, נאָר פון עפּעס אַ פרעמדער שפּראַך — „יודעש“ … הייסט עס?  

   „עקסקיוז מי, מיסטער, צי זײַט איר אפשר נישט קיין ייד?“ דאָס האָט אַ פרעג געטאָן אַ יונגער בחור מיט ברילן, אין די הענט האָט ער געטראָגן אַ זעקל. ער איז געשטאַנען אין גאַס פאַר עפּעס אַ גרויסער געבײַדע — אַ מין קירך?

   צי אַ ייד בינעך?, האָט דער פרעמדער מאַנספּאַרשוין בײַ זיך געפרעגט, אַ געפּלעפטער. קיינער האָט אים קיינמאָל נישט געהאַט געפרעגט אָט אַזאַ מין פראַגע. וואָס איז דען אַ ייד? גערטרוד סטײַן, למשל, נאָר ער האָט זיך נישט געקענט דערמאָנען ווען זי זאָל האָבן ווען ניט איז וועגן דעם גערעדט, געוויס איז זי קיין גלייביקע נישט געווען.

   „העמינגוויי!“ האָט דאָס אַרויסגערופן אַ קול פון הינטער אים. ס′איז געווען חנן, יענער פונעם קאַווע⸗שטיבל. „עס פרייט מיר וואָס דו ביסט טאַקע געקומען. נו, קענסט וואַרטן דאָ אַ מינוטקעלע? איך מוז לייגן תפילין.“

   חנן האָט זיך געקערט צום בחור מיט די ברילן. „ר׳ ייד„, האָט ער געזאָגט, „איך האָב נאָך נישט געלייגט תפילין“. 

   דער בחור האָט געשווינד—נאָר בעת מעשה מיט גרויס דרך⸗ארץ ווי בײַ אַ טאַליסמאַן—אַרויסגעצויגן די שוואַרצע לעדערנע רצועות, ווי לייצעס, פון דעם זעקל וואָס בײַ אים אין האַנט. דער בחור האָט געניטערהייט אַרומגעבונדן די פּאַסן בײַ חננען אויפן אָרעם. העמינגוויי האָט אַ שמייכל געטאָן, ס′האָט אים דערמאָנט אין די יונגע יאָרן ווען ער פלעגט כאַפּן ווילדע פערד אָדאָרטן אין נעוואַדע. מאָדנע, האָט ער באַמערקט, וואָס ס′זײַנען דאָ פאַראַן אין די שוואַרצע קעסטעלעך?

   „מ′טוט תפילה, צו שחרית צו, מיט די תפילין“, דערקלערט חנן העמינגווייען אויף איין פוס. „ס′פאַרבינדט אונדז מיטן אייבערשטן, צום רבונו של עולם. ס′ליגן דערין אין די קעסטלעך אָט⸗דאָ —  קלף מיט פּסוקים.“

   העמינגוויי האָט זיך צוגעהערט אַן אָנגעשטרענגטער… דער אייבערשטער? רבונו של וועלכן עולם? פּסוקים? דער עיקר, האָט ער בײַ זיך סוף כל סוף אַרויסגעדרונגען: תפילין זײַנען דאָך פאַר פרומאַקעס…

   „נו שוין“, טוט חנן אַ זאָג. „לאָמיר גיין צו מיר אַהיים. מ′מוז זיך אײַלן, אַז שבת קודש קומט רוקט זיך שוין צו“.

 ❊

   העמינגוויי און חנן זײַנען געשטאַנען אין אַן ענגער קעלער⸗שטוב אויפן ראָג פון קערל און אָלבאַני. פון סאָבוויי שפּאַצירט מען אַן ערך פיר מינוט אויף קינגסטאָן עוועניו, דאַן אַ קער זיך אויף לינקס און… שוין, אָנגעקומען.

   „מ′עט גיין אין שול אַריין דאַוונען, דערנאָך ט′מען זיך סטאַרען, מ′זאָל אונדז פאַרבעטן אויף אַ שבתדיקער סעודה“, טוט חנן העמינגווייען אַ זאָג. אין ענגער קעלער⸗שטוב האָט העמינגוויי אויסגעזען מיט אַ קאָפּ⸗צוויי העכער, ער האָט זיך געמוזט אײַנבייגן בײַם שוועל פון שטוב. אַניט וואָלט ער מיטן קאָפּ אין דער סטעלע אַרײַן געטראָפן. „זאָרג זיך נישט, מ′עט געפינען… קיין בעסערע מכניסי אורחים ווי די חב″דניקעס ט′מען ניט טרעפן, אַז ס′דאָך אַ מצווה.“

   אונטערוועגנס אין שול האָבן די פאַרבײַגייער אָפּגעגעבן חננען גוט⸗שבת, העמינגוויי האָט מען אויך גוט⸗שבת געוואונטשן—נאָך עטלעכע סעקונדן קווענקלעניש.

   „נאַ, טו דאָס אָן אויף זיך, וועסט זיך בעסער צופּאַסן“, האָט חנן געזאָגט, דערלאַנגנדיק העמינגווייען אַ העל בלוי קאַפּל, פלאַך ווי אַ שטיקל מצה, מיט אַ שוואַרצער שפּילקע צוגעטשעפּעט. דערויף שטייט געשריבן מיט קליינע טונקעלע בלויע אותיות: חיים בן קלמן, בר מצווה, תשל″ב.

   „לכה דודי לקראת כלה, פּני שבת נקבלה…“

   די טענער פונעם זינגען זײַנען געוואַקסן אַלץ העכער אינעם האַלב טונקעלן שולעכל, מיטן נאָמען אהבת ישראל, אויף אַלבאַני עוועניו. העמינגוויי איז געשטאַנען ווי אַ זעלנער בײַ דער טיר, אויף אַ ווינקל, לעבן חננען, דער סידור טרייסלט זיך בײַ אים אין האַנט. דאָס זינגען אינאיינעם האָט אים שיער ניט אומגעקעקרט צוריק אויף די מלחמה⸗יאָרן, ווען די שפּאַנישע חיילות פלעגן זינגען ברידערלעך הויך אויפן קול. אָבער אויף די דאָזיקע יידישע געזאַנגען, אויף לשון קודש, האָט גערוט עפּעס אַן אַנדער געמיט… אַ מין שלום מיט אַן אוראַלטן חן פון קדמונים.

   אַוודאי האָט העמינגוויי דאָ גאָרנישניט געשוואומען ווי אַ פיש אין וואַסער, נײַערט ווי אַ הונט! איינער פון די דערבײַאיִקע מתפּללים האָט אָפט בײַ א י ם אַ בלעטער געטאָן אין סידור און אַ פינגער געשטעלט אויף אַ שורה, אָנווײַזנדיק אַוואו מ′האַלט. העמינגוויי האָט אַרויסגעמורמלט אַ „טהענק יו“.

   פונדעסטוועגן איז דאָס דאַוונען געווען כאַאָטיש—אַ תוהו ובוהו פון קולות מיט זשעסטן. מ′האָט זיך געמאַכט מיט די זײַטן, ווער אַהין, ווער אַהער. אַפּנים אַז טייל האָט זיך געהאַלטן מיט אַ טריט אין פאָראויס און אַ צווייטער טייל מיט אַ פוס אויף צוריקצוצו —יהי כאַאָס. ויהי כאַאָס.

   העמינגוויי האָט זיך אַ דערמאָן געטאָן אין די פּײַנלעכע זונטיקן פון זײַנע קינדער⸗יאָרן ווען ער פלעגט הערן מיט איין אויער די לאַנג⸗פאַרשלעפּטע דרשות פון פּאַסטאָר. בײַ זיי איז כאָטש געווען מיט אַ סדר אַקעגן די יידישע — זינגען זינגט מען צוערשט די טיפּישע הימענס, דערנאָכדעם דרשנט דער פּאַסטאָר ביזקל וואַנעט איין פרוי, די זעלביקע פרוי, לאָזט אַרויס אַ טרער מיט אַ קוויטשעניש—ערשט דעמאָלט בורטשעט מען אַרויס אַן „אָמן“ און, הײַדאַ, און: אין רעסטאָראַן אַרײַן!  

   „שמע ישראל יי אלהינו יי אחד“—אינטימע שטילקײַט. מ′זיצט מעדיטירנדיק. מיט עטלעכע מינוט שפּעטער שטעלט מען זיך אויפעט און מ′שטייט נאָך אַלץ אין דער שטיל, ווי אונטערטעניקע פאַר אַ מלך.

   העמינגוויי האָט זיך באַמיט נאָכזאָגן די לעצטע תפילות, „אַל⸗טיראָ מיפּאַכאַד פּיסוים“. פאַרשטיין פאַרשטייט ער דאָך גאָרנישט, נאָר עפּעס לעבט זיך פאָרט בײַ אים אין האַרצן אויפעט אַז ער ברענגט פאַר די ליפּן די ווערטער.

   דער עולם איז זיך צעגאַנגען. איינצלנע, גיריקע אויף אַן אײַנלאַדונג, האָבן געוואַרט אינדרויסן.

   „שכר טירחא“, האָט חנן אַ זאָג געטאָן העמינגווייען. „מ׳האָט געשמאַק געדאַוונט, קומט אונדז דאָך אַ געשמאַקע וועטשערע אויכעט“.

   עמעצער האָט אַ טאַפּ געטאָן בײַ העמינגווייען אויף דער פּלייצע. „האָסט בײַ וועמען צו עסן, ר׳ ייד?“ דאָס האָט אַ פרעג געטאָן יענער וואָס האָט בײַ אים געהאַט געבלעטערט דאָס ספרל מיט די תפילות.

   „איך בין נישט קיין—“

   „ניין, מ’זוכט“ האָט אים חנן איבערגעהאַקט.

   „אויב אַזוי, איז קום מיט אונדז“ האָט דער ייד געזאָגט שמייכלענדיק, קענטיק צופרידן וואָס ער האָט געטראָפן שבתדיקע געסט. „די ווײַב מײַנע וואַרט דאָך אויף אונדז.“

   דער מכניס אורח הייסט וועלוול⸗יצחק. ער שטייט בײַם טיש אויבנאָן און זינגט אויסעט מיט אַ באַלעבאַטישער געניטקײַט די שבתדיקע זמירות. אַ קליינוואוקסיק יידעלע איז ער, נאָר מיט אַ שטערן, אַ פולער מיט קנייטשן. ערנעסט איז געזעסן גלײַך לעבן אים, אויבנאָן, אויף זײַן רעכטער זײַט—חנן ערגעץ העט ווײַט, צווישן די אַנדערע געסט. ס׳איז געווען בולט אַז בײַ וועלוולען איז פאַראַן אַוואָס דערציילן.

   „איך בין נישט קיין היגער. קומען קומט די משפּחה מײַנע פון אייראָפּע, פון דער ליטע. געבאָרן בין איך נאָך דער מלחמה, אין אַ די⸗פּי קעמפּ“ האָט וועלוול דערציילט, קוקנדיק אויף העמינגווייען.

   העמינגווייען האָט זיך גוט פאַרגעדענקט יענע מלחמה, ווען מיליאָנען יידן זײַנען געגאַנגען מאַסנווײַז ווי לעמעלעך אויף דער שחיטה. זיי האָבן זיך גאָרנישניט ווידערגעשפּעניקט. פאַרוואָס⸗זשע נישט? האָט ער בײַ זיך אַליין אַ פרעג געטאָן. ער האָט פאַרלאָרן דאָס ביסעלע בטחון אין גאָט נאָך דער מלחמה און שיער נישט צודערצו אָנגעוואָרן זײַן בטחון אין דער מענטשהײַט—ווען ניט אַמעריקע. האָבן די יידן נישט אָפּגעשאַצט זייערע לעבנס, אָדער די לעבנס פון קינד⸗און⸗קייט?

   „איך בין געווען אַ קאָרעספּאָנדענט אין צוויי מלחמות—אין דער ערשטער וועלט⸗מלחמה און אין דער שפּאַנישער בירגער⸗קריג“ האָט העמינגוויי איבערגעגעבן מיטן טאָן פון אַ רעפּאָרטער וואָס גיט איבער פאַקטן הוילע.

   „ס′פאַראַן אַ מיינונג, אַז יידן האָבן ניט רעוואָלטירט, זײַנען פרײַוויליק אין די גאַז⸗קאַמערן אַרײַן, צי אויף פּאָנאַר אויף דער אויסשיסונג. נאָר ס′איז נישט אמת. דער זיידע האָט אַרײַנגעשמוגלט זעקלעך מיט תפילין אין געטאָ אַרײַן, זיך געשטעלט דאָס לעבן אין געפאַר, לשם מצווה, יידן זאָלן קענען לייגן תפילין. אויף פּאָנאַר איז ער לסוף אומגעבראַכט געוואָרן מיט אַ שמע ישראל אויף די ליפּן“.

   העמינגוויי איז פון זײַנע רייד נתפּעל געוואָרן, קלאָר אַז וועלוול איז געווען אַ געניטער דערציילער. ס′איז העמינגווייען קיינמאָל נישט אײַנגעפאַלן אַז אַרײַנשמוגלען תפילין אין געטאָ אַריין הייסט ווידערשפּעניקן. אָך, ס׳איז אים געפעלן געוואָרן וועלוולס צוטרוי צום שטייגער לעבן זײַנעם. ער איז אַן ערלעכער, האָט העמינגוויי באַמערקט, בײַ הײַנטיקן טאָג אַ מעלה אַ זעלטענע…

   „האָט איר געזאָגט אַז אַ קאָרעספּאָנדענט זײַט איר געווען, אין דער שפּאַנישער ביגער⸗קריג?“

   „יאָ, געזאָגט“.

   „געהערט זיכער פון נפתלי באָטווינען, אַנישט?“

   נפתלי באָטווין, נאַפ⸗טאָל⸗י באָט⸗ווין, עפּעס באָמבלט זיך בײַ אים אין קאָפּ. ער האָט געשאָקלט אויף ניין. „איך בין נישט זיכער“.

   „געווען אַ יידיש ריידנדיקער ייד פון פּוילן, אַ יידישן באַטאַליאָן האָט מען געשאַפן אויף זײַן נאָמען, און געקעמפט אין ביגער⸗קריג. איר ווייסט דען פון די ווילנער פּאַרטיזאַנער? פון אויפשטאַנד  אין וואַרשעווער געטאָ ווייסט איר דאָך, נישט וואָר?

   „…יידן האָבן געקעמפט נישט נאָר מיט תפילות נאָר אויך מיט געווער“.

   העמינגוויי האָט אַ פאַרשעמטער געשוויגן, שטעכנדיק בעת מעשה מיטן גאָפּל דאָס שמאַלציקע שטיקעלע קוגל אויף זײַן טעלער. די נעמען זענען אים לחלוטין נישט באַקאַנט.

   חנן און העמינגוויי זײַנען צו צום זעלביקן בנין אַוואו זיי האָבן זיך געהאַט געטראָפן ערב שבת. „ס′איז אַ וויכטיקער צענטער פון יידישקייט, ס׳הייסט 770, דער בית⸗מדרש איז דאָ אינעווייניק. אויף דער טיר אָטאָ דאָ⸗אָ הענגט מען אויף אַ רשימה מיט אַלע אַדרעסן פון די שלום⸗זכרס וואָס קומען פאָר הײַנט צו נאַכט⸗צו אין געגנט“.  

   „שלום⸗זכרס?“ האָט העמינגוויי אַ פרעג געטאָן, הגם נאָך עטלעכע פון די אַנדערע ווערטער האָט ער אויך נישט פאַרשטאַנען.

   „ס׳איז אַ שמחה. אַ סך דעזערט און וואָס צו טרינקען—משקה!“

   װאָס צו טרינקען! העמינגוויי האָט זיך דערפרייט, סוף כל סוף! אַוואָס⸗נישט⸗איז װאָס לאָזט זיך גרײַלעך פאַרשטיין.

   „אַ, גוט, ס′איז דאָ אַ שלום⸗זכר אויף פּרעזידענט און קיגנסטאָן, ס′איז זייער נאָענט, ממש אַ פּאָר בלאָק פון דאַנען.“

   די דירה שטייט איבער אַ בעקערײַ. פון דרויסן האָבן זיך דערהערט די קולות פון שיכור⸗פריילעכע מענער. די טיר איז געווען פאַרזשמורעט. אַ שטיין וואַלגערט זיך אויפן שוועל.

   אויף אויבן אַרויפצוצו מוז מען אַרויפקלעטערן אַ באַרג מיט טרעפּ. חנן האָט געפירט. נאָך אים―העמינגוויי.

   „צי זײַט איר דער טאַטע?“ האָט חנן געפרעגט, דריקנדיק די האַנט פון אַ מיטליאָריקן מאַנספּאַרשוין מיט אַ שוואַרצ⸗גרויער באָרד.

   „יע, אָדאָס ביך איך!“ האָט ער אַ זאָג געטאָן האַלטנדיק אַ הויכן פלאַש גריי⸗גוס, ווי מ′וויגט אַן עופעלע.

   „מזל טוב“, האָט אים חנן אָנגעוואונטשן.

   „מזל⸗טוב!!“ האָבן אַלע מענער אַרום אַ לאַנגן גרויסן טיש אין אַ קליינעם אָנגעפּאַקטן סאַלאָן איבערגעחזרט.

   „מאַמאַזאָל טעף“ האָט העמינגוויי נאָכגעזאָגט מיט שוועריקײַטן.

   „זעצט זיך אַוועקעט, מאַכט זיך היימיש“, האָט דער טאַטע פונעם זכר⸗זון אָנגעזאָגט. ער איז געגאַנגען אײַלנדיקערהייט פאַר העמינגווייען און חננען, און געלאָזט צוויי גלעזער וואָדקע אויף זייערע ערטער. „נו, זעצט זיך אַוועקעט! יידן, מאַכט אַן אָרט, קלײַבט זיך צונויף די ביינער!“

   דער טאַטע האָט גערעדט אויף אַ היימישן אייראָפּעאישן יידיש. העמינגוויי האָט געכאַפּט אַוואָס איז ער דאָ אויסן, ס′איז געווען טאַקע ענג אין סאַלאָן און שוויציק⸗הייס מיט בגילופנדיקע קערפּערס.

   „נו, לחיים לחיים“, האָט דער טאַטע אַראָפּגעשלונגען דאָס שנעפּסל מיט אַן איינאיינציקן שלונג. העמינגוויי האָט אָנגעקוקט, אימפּאָנירט, און האָט געטאָן אַ טרונק אויס דאָס גלעזעלע וואָדקע.

   דער טאַטע האָט געקוקט אויף אַלעמען מיט פאַרמאַכטע אויגן, גלעטנדיק מיט צוויי פינגער זײַן גרויע באָרד. „ס′איז דאָ אַ מסורה, אַז איידער מ′ווערט געבאָרן, לעבט מען אין גן⸗עדן. מ′לעבט דאָרטן צווישן די צדיקים און מ′לערנט—תורה לערנט מען בײַ זיי“.

   ער טוט אַן עפן⸗אויף די אויגן, זײַן בליק ווערט צוגעצויגן צום ספרים⸗שראַנק וואָס הינטער די געסט. „אָבער גלײַך פאַרן געבאָרן ווערן דאָ אויף דער וועלט—קומט אַ מלאך, וואָס טוט אַ שנעל אָטאָ דאָ⸗אָ אונטער דער נאָז, און מ′פאַרגעסט אין אַלציקעדינג! אויס תורה! אויס גן⸗עדן!“  

   „פאַרוואָס וויל ער מ′זאָל דװקא פאַרגעסן אָן תורה? וואָס קען דען זײַן דער תכלית דערפון?“—האָט חנן אַ נײַגעריקער אַ פרעג געטאָן.

   „מ′זאָל דווקא לערנען תורה אָטאָ דאָ⸗אָ אויפן עולם השקר, אין דער וועלט פון קליפּות! דורך תורה לערנען דערהייבט מען די וועלט צום אייבערשטן אַרויפצוצו, מ′מאַכט פון איר הייליק!“

   מינוטן שטילקייט… אָטעמלאָז… בלויז שטילקײַט.

   עמעצער וואָס אין עולם האָט זיך גענומען אונטערברומען אויף זייער אַ נידעריק, אומעטיק קול, ווי מ′וואָלט דאָס געשלעפּט פון די טיפסטע תהומען פונעם מענטשלעכן האַרץ אַרויס.

   אַלע האָבן מיטגעזונגען מיטן טאַטן בראש:

  •    צמאה לך נפשי, כמה לך בשרי
  •    בארץ ציה ועיף,
  •    בלי מים…

   שאָטנס האָבן זיך אויף די ווענט צעטאַנצט, געהאָפּקעט אין יעדן ווינקל פון שטוב. די ליכט איז משמעות געוואָרן שוואַכער. אינדרויסן, דאַכט זיך, בלאָזט אַ ווינט, וואָס זינגט מיט. העמינגוויי זיצט ווי אַ צוגעשמידטער, מיט גענדזענער הויט.

   דער בעל הבית זינגט ווײַטער, דער עולם זאָגט נאָך אים שטאַרקער:

  •    כן בקודש חזיתיך
  •    לראות עוזך וכבודך“
  •    אײַ⸗אײַ⸗אײַ⸗אײַ⸗אײַ. אײַ⸗אײַ⸗…

   ס′איז שוין ריכטיק פריילעך אין שטוב. חסידים טאַנצן פּאָרלעכווײַז, די הענט געלייגט אויפן אַקסל איינער בײַם צווייטן.

   העמינגוויי און חנן טאַנצן צוזאַמען. דער טאַטע פון זכר⸗זון, דער אָנגעזשלאָקעטער אויף דער שמחה, מאַכט לחיימס מיט די געסט.

   אויף די ליפּן זייערע איז נאָכאַלץ געווען דער זעלביקער ניגון וואָס פריער, נאָר ס′האָט זיך פאַרוואַנדלט אין א פריילעכס! דער עולם איז מלא שמחה, ממש אָנצוטאַפּן. אַלע הוליען ביז טיף אין דער נאַכט אַרײַן.

   העמינגוויי שטייט פאַרן אָפּגאָס אין בית הכסא פון 770 און וואַשט זיך די הענט. ער האָט געשפּירט ווי פאַרכישופט פון דעם אַלעמען ער איז געבליבן, אַוואָס ער האָט דאָ אַדורכגעלעבט! ער האָט קיינמאָל ניט געהאַט געטראָפן אַזעלכע מענטשן מיט אַזאַ תאוות חיים און מיט אַזאַ עקשנותדיקער איבערגעגעבנקײַט… בײַם אָנהייב האָט אַלץ אויסגעקוקט אַזוי פרעמד און פּריקרע, אָבער איצטער שפּירט ער זיך היימיש, ווי ער וואָלט טאַקע געווען דאָ איינער פון די חברה…

   —„ר′ ייד, שוין צײַט דאַוונען!!“, אָדאָס האָט אַרויסגערופן אַ קול פון די טרעפּ וואָס אַראָפּצוצו, דער קול איז דערגאַנגען גלײַך אין וואַשצימער אַרײַן. 

   חנן?? האָט העמינגוויי געטראַכט.

   …מאָדנע, אויפן דערבײַאיקן מעטאַלענעם קעסטל מיט די פּאַפּירענע האַנטעכער, האָט ער דערזען עפּעס אַ פּנים, זײַנס, נאָר וואָדען—מיט אַ באָרד און פּאות.

דער סוף

 ◊

Comments are closed.