Gershke (Gubersky) Perecman (±1923 — 2017)


צו ראש⸗השנה תשע″ח \ 2017 

גערשקע (גובערסקי) פֶּרֶצמאַן ז″ל

מיטן גרעסטן טרויער איז צו מיר אָקערשט דאָ אין ווילנע אָנגעקומען די פינצטערע ידיעה אַז אונדזער אַלעמענס באַליבטער גערשקע איז אַוועק פון אונדז. בעת דער טרויער ווערט ניט פאַרמינערט פון זײַן דערגרייכן די גבורותדיקע יאָרן, אַזש עטלעכע יאָר האָט געהאַלטן ביז צו די מאה, בלײַבט מיט אונדז אַלעמען אויף די אַלע טעג וואָס זײַנען אונדז אַלעמען נאָך באַשערט דאָ אויף דער וועלט, אונדזער ליכטיקער גערשקע מיטן גיכן שמייכל און ווייכן צוגלעט צו אַיעדער טאָגטעכלעכקײַט.

אַז עמעצער איז געווען וועגן וואָס⸗ניט⸗איז (אָדער מיט אַוועמען⸗ניט⸗איז) שטאַרק ברוגז, צי פאַרמָרה⸗שחוֹרהט, צי פאַרדאגהט, האָט גערשקע געוואוסט, שיער ניט מיט אַ כישוף פון גוטסקײַט⸗וועגן די זאַך צו פאַרגלעטן, און דעם מענטשן אײַנרואיקן, מיט געציילטע ווערטער און אַ מענטשלעך⸗ווייכער מינע. און אַז ער האָט געהערט ווי מ′רעדט, פאַר קיינעם ניט געדאַכט, שלעכט וועגן אַן אַנדערן, האָט ער גלײַך געבראַכט פאַר די ליפּן אַוואָס⸗ניט⸗איז אַ גוטיקײַט פון יענעמס וועגן. זײַן אָפּווייכן פון איטלעכן שמץ אַפילו פון לשון⸗הרע וועגן אַ מענטשן, איז געווען גלאַט אַ זעלטנהײַט אין אונדזערע צײַטן, אַזש אין גײַסט פונעם חפץ⸗חיים, פון ראַדין, גאָר ניט אַזוי ווײַט פון אונדזער משפּחהס שטעטעלע מיכאַלעשיק.

ער איז דער אייביקסטער, שענסטער משל פון אַ וואַרעמהאַרציקן, גוטן, קלוגן, מענטשן. געווען אַ מייסטערישער זייגערמאַכער (וואָס האָט אַזויפל מענטשלעכקײַט און האַרציקײַט אַרסויגעוויזן יעדן אַרײַנגייער אין זײַן קראָם אויף וויילי עוועניו אין ניו⸗הייוון, דער פון קינדווײַז אויסגעבענקטער „נעוו האַוון“, אַזש ביז די קראָם גופא איז מער, אָן אַ שיעור מער ווי אַ קראָם געוואָרן, זי איז בפירוש פאַרוואַנדלט אין אַ ריכטיקער יידישער אינסטיטוציע אין שטאָט אין משך פון אַ קיימא⸗לן זיבעציק יאָר). אַ זייגערמאַכער אַ מײַסטער, פון אונדזער אַלטער פאַרשניטענער היים אין מיכאַלעשיק, דאָ ניט ווײַט פון ווילנע, וואו ס′האָט אונדזער משפּחה דור דורות געלעבט. אַלע זײַנע יאָרן, אַוויפל זײַן נאָמען אין ניו⸗הייוון איז ניט אויסגעוואַקן אַלס אַ מומחה איבער זייגערס און זייגערלעך אַ חד⸗בעירא, טאַקע אין אַ באַוואוסטער שטאָט אין אַמעריטשקע, האָט ער אויפגעהיט אין זײַן עצם וועזן אַיעדן חן, יעדן גלאַנץ, יעדע עכטיקײַט פונעם אמתן מיכאַלישקער יידן.

Gershke olev-hasholem

און דווקא אין ניו⸗הייוון האָבן אויסגעפירט גערשקע און זײַן לעבנס⸗באַגלייטערין רבקה ע″ה, אַז אויך די קינדער זאָלן אויך קענען ריידן אויף אַן אמתן שיינעם יידיש.

טאַקע האַלטנדיק פאַרן אויג וויפל פּײַן, גרויזאַמקײַט און אכזריות גערשקע האָט אַדורכגעמאַכט אינעם חורבן, וויפל אבידות פון נאָענטע און אייגענע, און פודעסטוועגן באַוויזן האָט ער אונדז אַלעמען צו דערהייבן און געבן כח און מוט און באַהאַרצטקײַט אָנצוגיין און צו שטרעבן פאַר אַלץ בעסער און שענער דאָ אויף דער וועלט, ניט ריידנדיק פון זײַנע קלוגע עצות וואָס האָבן פאַראייניקט די גוטע האַרץ מיט דער טיפער קלוגשאַפט.

איז לאָמיר זײַן געטרייסט און לאָמיר אינאיינעם קדיש זאָגן נאָך אונדזער באַליבסטן טײַערסטן גערשקען. און איך, גערשקע טײַערינקער, דײַן אמתער, געטרײַער און פאַרטרויערטער שוועסטערקינד, הירשע⸗דוד מעינקעס, וועל איך דיר אַלע מײַנע יאָרן נאָענט, גאָר נאָענט אין האַרצן האַלטן.

זאָלן די קינדער און קינדסקינדער געטרייסט זײַן, לאָמיר אַלע געטרייסט זײַן.

אַ ליכטיקן גן⸗עדן, טײַערסטער גערשקע . . .

קדיש לויט אונדזער ליטווישן נוסח

רעקאָרדירט אויף אַ קול

Comments are closed.