Dovid Lipman’s Corner Shop is for Electrics, but Also Offers a Cosmetics Section


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 13
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

 דוד ליפּמאַנס עלעקטראָטעכנישער געשעפט אויפן ראָג יאַטקעווער און ווילקאָמיר אין קאָוונע רופט זיך „חשמל“; פאַראַן אויך אַ קאָסמעטישער אָפּטייל

   דאָס איז אַ חשבון און קבלה פון דוד ליפּמאַנס עלעקטראָנישן געשעפט „חשמל“ אויפן ראָג פון יאַטקעווער און ווילקאָמירער אין קאָוונע. דעם חשבון האָט מען אויסגעשריבן דעם 19טן מערץ 1926 און ער איז אַפּנים אָפּגעצאָלט געוואָרן דעם 26טן, אַלץ לויט אַ באַשטעלונג פון 11טן פעברואַר. אין געשעפט איז דאָ „אַ גרויסער אויסוואַל פון אַלערליי עלעקטראָטעכנישע צודאַטן, גלי⸗בירנען [לעמפּלעך], ליוסטרעס, מאָטאָרן א·א· “.

ווי תמיד איז אַן עלטערער דאָקומענט עלול צו טראָגן מיט זיך געוויסע קולטור⸗היסטאָרישע נײַעסן וועגן דעם באַשאַפער און וועגן דעם אָרט און צײַט; ניט אַלעמאָל קענען מיר זײַן אויף הונדערט פּראָצענט גערעכט, נאָר סטאַרען זיך פונדעסטוועגן באַדאַרף מען בפירוש. דער באַנוץ פון „איבעריקע נקודות“, און דער עיקר סגול⸗עין (עֶ), וואָס האָט (שיער ניט ביז הײַנט) כאַראַקטעריזירט דעם מאָדערנעם עברי⸗טײַטש סטיל אין מזרח אייראָפּע (פון ערגעץ אין נײַנצעטן יאָרהונדערט און ווײַטער) האָט אַ סברא אין דער קאָוונער ליטע צוגעוואונען אַ צווייטן סאָציאָלינגוויסטישן אַסיגנאַט: ליבשאַפט צו העברעאיש — איז זאָל טאַקע דער טעקסט אויסזען פאַרן אויג וואָסאַמאָל מער ווי אַ לשון⸗קודשדיקער דאָקומענט מיט נקודות. והא ראיה: פאַרן עצם נאָמען פון געשעפט נעמט דער באַלעבאָס פון געשעפט דעם טערמין „חשמל“ (khashmál), וואָס דער מאָדערנער העברעאיש האָט געלונגענערהייט אויפגעלעבט פון די מיסטישע פונקען וואָס אין תנ″ך בײַ יחזקאל⸗הנביאן (א′: ד′, כ″ז).

  הייסן הייסט דאָס, אַז קיין צו איבעריקס ריזיקאַליש אַן אָפּדרינגעניש וועט דאָס ניט זײַן, אַז מיר זאָלן זיך אָפּגעהיטערהייט משער זײַן אַז דער באַלעבאָס דוד ליפּמאַן איז געווען ציוניסטיש געשטימט, אַ סברא אַ לייענער פון דער קאָוונער „אידישער שטימע“, ניט פון לינק געשטימטן „פאָלקסבלאַט“. דערצו איז קענטלעך פון די (אייגנטלעך) צוויי ביזנעסער („אַ קאָסמעטיש⸗פּאַרפיומערישע אָפּטיילונג“ אין צוגאָב צו די אַלע עלעקטרישע מכשירים) אין אַ געשעפט אויפן ראָג, אַז ער איז געווען קיין עין⸗הרע אַ בעל⸗הצלחה מיט זײַן געשעפט. צודערצו אַ ראיה וואָס בײַ אים איז דאָ דער „טעלעגראַם⸗אַדרעס“.

  נאָכוואָס: אין דער קאָוונע ליטע איז שיער ניט דער גאַנצער עולם גיך און אָן גרויסע שוועריקײַטן באַלד אין די אָנהייב צוואַנציקער יאָרן אַריבער אויף דער נײַער יידישער אָרטאָגראַפיע, ניט שייך צי מען איז געווען אַ יידישיסט צי אַ העברעאיסט, פרום צי פרײַ: אַז מען שרײַבט אויף דער מוטערשפּראַך דאַרף מען שרײַבן בכבודיק לויטן פּראָגרעס פון דער תקופה — אַזויאַרומעט: „מאָטאָרן“, ניט „מאָטאָרען“; „רעכענונג“, ניט „רעכנונג“.

  בשעת אינעם ליטווישן טעקסט ווערן געגעבן נאַטירלעך בלויז די דעמאָלט נײַע נעמען פון די גאַסן אין דער אויפגעקומענער ליטווישער רעפּובליק (Petro gatvė און Lukšio gatvė) ברענגט מען אינעם יידישן טעקסט — להיפּוך צו אַ סך אַנדערע סוחרים וואָס פלעגן געבן אויך די נײַע נעמען (צי  ב ל ו י ז  די נײַע נעמען) — נאָר און בלויז די טראַדיציאָנעלע יידישע נעמען (וואָס שטאַמען געוויינלעך פון יידישן נוסח פון אַמאָליקע נעמען, אין דעם פאַל פון פאַר דער רעוואָלוציע): „יאַטקעווער גאַס 29 ווינקל ווילקאָמירער גאַס 58“. פון אונדזערע לייענער אין קאָוונע ווייסט אפשר ווער צי עס שטייט נאָך דער אַלטער מויער?

  אַפילו פונעם ביסל טעקסט אויף יידיש זעט זיך אָן אָדאָס וואָס מיר ווייסן סײַ ווי, אַז דוד ליפּמאַן איז אַ ליטוואַק, אֲזוי אויך בלשונו: ער נוצט „ווינקל“ אויפן אָרט פון „ראָג“, און בײַ אים איז געשעפט לשון זכר, ניט נייטראַל („עלעקטראָטעכנישער געשעפט“).

  פון האַנט⸗געשריבענעם ליטווישן טעקסט פון אָטאָ דעם חשבון וואָס איז פאַראיינוועגס אַ קבלה, ווערן מיר געוואָר, אַז די קאָוונער האַנטווערקער⸗שול האָט דעם 11טן פעברואַר געהאַט באַשטעלט אַכט לעמפּלעך 25ער; נײַן לעמפּלעך 32ער צו 2.25 ליט; אַכט לעמפּלעך 50ער, 56.25 ליט; צען מעטער דראָט אַ מילימעטער די גרייס, 5.50 ליט. דער סך⸗הכל: 61.75 ליט, אויף וועלכע ס′חתמעט זיך דער באַלעבאָס ד. ליפּמאַן.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • נײַנצן טעג אין אדר א′ תשע″ט \ דעם 24טן פעברואַר 2019

Comments are closed.