by Dovid Katz Index in English
ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן צ″ג (93)
◊
דירעקטאָר פון ווילנער יידישן טעכניקום אויף גרויס פּאָהולאַנקע רעקאָמענדירט דעם סטודענט שעפּסל ראַטנער פון זעלווע, ער זאָל שטודירן פיזיק
(אַפּריל 1923)
◊
◊
אָדאָס איז אַ בריוו אויפן בלאַנק פון ווילנער יידישן טעכניקום (בײַם „אָרט“) אויף גרויס פּאָהולאַנקע 18 (בײַ הײַנטיקן טאָג: באַסאַנאַוויטשיוס 20), דאַטירט דעם 11טן (צי דעם 21טן?) אַפּריל 1923 (די גרייס: 13.5 אויף 21 צמ). ס′איז אַ רעקאָמענדאַציע פונעם דירעקטאָר לטובת שעפּסל ראַטנער פון זעלווע (גראָדנער געגנט, דעמאָלט, אַזוי ווי ווילנע, אין דער פּוילישער רעפּובליק; דער דירעקטאָר נוצט פון געוויינטשאַפט דעם טערמין „גראָדנער גובערניע“ פון די צאַרישע צײַטן וואָס איז בײַ יידן פאַרבליבן אַ קולטור⸗היסטאָרישער באַגריף). דעם סטודענט רעקאָמענדירט מען אויף אָנגענומען צו ווערן צו דער שטודיע פון פיזיק אין אַ טעכנישן אינסטיטוט, לויבנדיק זײַן נייגונג צו וויסנשאַפט. דער טעקסט:
◊
ווילנער יידישער טעכניקום
ביי „אָרט“
1923 [?21] 11 \ IV ווילנע
גר. פּאָהולאַנקע 18
№ 1003
אויסקונפט
דער איבערגעבער, שעפסל ראטנער פון זעלווע, גראדנ. גוב.,
אויף וויפל ער האט באקאנט געמאכט די ספעציאליסטן פון טעכניקום מיט זיינע ארבעטן, ווייזט
ווירקליך ארויס פייאיקייטן או[י]פן געביט פון פיזיק, און פארדינט די געזעלשאפטליכע אופמערק⸗
זאמקייט, כדי ער זאל באקומען די מעגליכקייט צו לערנען זיך אין א טעכנישן אנשטאלט
זיך צו אנטוויקלן זיין נויגונג צו טעכנישער וויסנשאפט.
דירעקטאר י.[?]
סעקרעטאר פ[?]
[שטעמפּל: ווילנער יידישער טעכניקום ביי געז. „ארט“]
◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- דינסטיק, פערצן טעג אין טבת תשפ″ה \ דעם פערצעטן יאַנואַר 2025