Crucifix with (Unverified) Wartime (Hidden) Insert of Page of Hebrew Psalms (80)
◊
אַ קעשענע קרוציפיץ (יעזוס⸗צלם) מיט אַ באַהאַלטענעם קאַפּיטעלע תהלים
◊
אָט דאָס איז אַ קעשענע קרוציפיץ (יעזוס⸗צלם) וואָס זעט אויס אויפן בליק צו זײַן פון סאָלידן מעטאַל. שטעקט מען אָבער אַרײַן אַ שפּילקע אין אַ קליין לעכעלע, עפנט זיך עס אויפעט און ס′איז דאָ אָרט אויף אַוואָס ניט איז, אַשטייגער אַ פאַרוויקלט פּאַפירל, אַרײַנצולייגן. אַ ווילנער עקספּערט איבער אַזעלכע זאַכן באַשטעטיקט אַז ס′איז געווען אָט אַזאַ באַקאַנטער חפץ אין די יאָרן פאַר דער מלחמה אין ליטע און פּוילן, און אַז דער עצם קרוציפיץ איז אויטענטיש. פּראַלט מען אויפעט אָטאָ ד ע ם קעשענע קרוציפיץ מיטן „באַהאַלטענעם קאָמפּאַרטאַמענט“ טרעפט מען אַ בלעטל פון אַ קעשענע תהלימל אויף לשון קודש — אויף איין זײַטל סוף תהלים נ″ו (56) אָנהייב נ″ז (57), אויפן אַנדערן: סוף נ″ז אָנהייב נ″ח (58).
איז מאי קא משמע לן? דער אומבאַקאַנטער מענטש פון וועמען מיר האָבן דעם חפץ באַקומען (פאַר זייער אַ קליינעם פּרייז) האָט איבערגעגעבן, אַ דאָס האָט זיך אָפּגעזוכט אין אַלטן „קריסטלעכן קוואַרטאַל“ פון ווילנער אַלטשטאָט, בײַ עמעצן וואָס האָט אָטאָ ד ע ם מענטשן דערציילט, אַז אַ יידישע טאַטע⸗מאַמע אין ווילנער געטאָ האָט דאָס געגעבן זייער טעכטערל וועמען זיי האָבן אַוועקגעגעבן קריסטן באַהאַלטן, פאַרשטייענדיק אַ זיי וועלן מן הסתם אַליין ניט דערלעבן (די קליינע געטאָ האָט עקזיסטירט נאָר אין סעפּטעמבער און אָקטאָבער פון 1941טן יאָר, די גרויסע פון סעפּטעמבער 1941 ביז איר ליקווידירונג אין סעפּטעמבער 1943). האָבן מיר אין יעדן פאַל דאָ צו טאָן מיט „פערדס פוס, פּאָדקעוועס אַן אייניקל“ (אַ ווײַטלעכער מהלך צווישנשייכותן) דערצו אינגאַנצן אָן נעמען אָדער אַנדערע פּרטים. און דאָס סאַמע וויכטיקסטע: מיר האָבן ניט די קלענסטע באַשטעטיקונג, אַז די מעשה איז בכלל אַ וואָרהאַפטיקע, אַז אויף אַזאַ אופן איז דאָס בלעטעלע פון אַ קעשענע תהלימל אַרײַן אין באַהאַלטענעם קאָמפּאַרטאַמענט פונעם קעשענע קרוסיפיץ.
גיבן מיר עס פונדעסטוועגן אַרײַנעט אין מוזייעלע מיט דער באַוואָרעניש אַז מיר ווייסן ניט צי דער נאַראַטיוו איז בכלל היסטאָריש, האַלטנדיק אַז אַ צלמל מיט אַ בלעטל תהלימל, אָפּגעזוכט דאָ אין ווילנע, איז פאָרט אַ טשיקאַווער חפץ — אַבי מיט אָט די אַלע באַוואָרענישן.
◊◊
◊
◊ ◊
◊
◊
- ◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- פרײַטיק, פיר טעג אין סיון תשפ″ב \ דעם 3טן יוני 2022