A Letter Opener (or Spoon, or Fork) with the name “M. Katz” Engraved in Yiddish


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן צ′ (90

טייל פון אַ בריוו⸗עפענער (?) וואָס געהערט צו מ. קאַץ

  צו רעכטס צוצו פון אָטאָ דער שברי כלי (אַן ערך 8.5 צמ די לענג), וואָס האָט זיך פון אונטער דער ווילנער ערד אָפּגעזוכט, זעט זיך די אײַנגראַווירטע ווערטער: „מ. קאץ“. אַ סברא, אַז דאָס איז געווען עמעצנס אַ מתנה אַ געוויסן מ. קאַצן אין ווילנע (אַז ס′וואָלט געווען פון דער פאַבריצירנדיקער פירמע, וואָלט געווען טל⸗ומטר אותיעלעך אויף צום זוכן מיט אַ לופּע). אַ בריוו⸗עפענער? צי גאָר אַ לעפל? צי אַ גאָפּל? פונעם יידישיסטיש⸗פאָנעטיזירטן אויסלייג פונעם משפּחה⸗נאָמען (היסטאָריש: כ″ץ = ′כהן צדק′) איז צו זען אַז דאָס שטאַמט אַפּנים פון די ווילנער וועלטלעכע יידישיסטישע קרײַזן. אַ דאַנק אַפריער טאָמער קענען באַזוכער אין ווירטועלן מוזייעלע דאָ קומען צו הילף מיט שייכותדיקע אינפאָרמאַציעס צי אײַנזעענישן, צי אַפילו גלאַט אַ טשיקאַוון אײַנפאַל…


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • מיטוואָך, אַכט⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אייר תשפ″ד \ דעם פינפטן יוני 2024

Comments are closed.