A ‘Faked’ 1851/1852 Vilna Bible from the Days of the Mid 19th Century Culture Wars (87)

 


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן פ″ז (87) 

אַ „געפעלשטער“ (צי „געבלאָפטער“) ספר ויקרא פון די יאָרן פון די השכלה⸗פּלוגתאות אין ווילנע (פון תרי″ב \ 1852-1851)

  דאָס איז אַ ספר ויקרא, אַן איינצלבאַנד פון אַ קאָמפּלעט תנ″ך, וואו דער טראַדיציאָנעלער פּשוטער פרומער ייד קען אויפן ערשטן בליק דערשנאַפּן אַ היימישן, כשרן חומש, ניט קוקנדיק וואָס אָט דער  ע ר ש ט ע ר  שער⸗בלאַט דערמאָנט ניט קיין „ויקרא“ נאָר איז סטאַנדאַרדיזירט פאַר די אַלע ספרים פון תנ″ך. אָט אַזאַ איינעם קען זיך אויך אָנוואַרעמען דאָס האַרץ פון דעם וואָס דאָס איז אַן אויסגאַבע פון באַליבטן גראַנדיעזן ווילנער פאַרלאַג „ראָם“; פון דעם וואָס דאָס יאָר ווערט אָנגעגעבן בלויז לויטן יידישן לוח; און אפשר ועל כולם, וואָס אין דער רשימה רבנים וואָס ווערן אויסגערעכנט אין פאָרם פון אַ טראַדיציאָנעלער רשימה רבנישע הסכמות אויף אַ ספר, וועט אַ ווילנער ייד גלײַך טרעפן דאָ צווישן די אַנדערע די נעמען „סטראַשון“, „מ″ץ“, „ר′י [ר′ יצחק] דוואלאזין“ (ד.ה. ר′ איצעלע וואַלאָזשינער); טאָמער איז דער ייד פונעם חב″דיש⸗חסידישן מיעוט וועט ער דאָ טרעפן ניט מער און ניט ווייניקער: „הרב ר′ מנחם מק″ק ליובאוויטש“ (ד.ה. דער ליובאַווישער רבי ר′ מנחם⸗מענדל פון ליובאַוויטש = דער דעריטער ליובאַוויטשער רבי, היימיש גערעדט: דער צמח צדק); און נאָך פּרטים וואָס פאַרדינען אַ באַזונדערע פאָרשונג. דאָ אין ווירטועלן מוזייעלע גייט אויפן שפּיץ מעסער פון סך⸗הכל וועגן.

  וועט דאָס אָבער אָנקוקן אַ ייד וואָס איז האַרט אינמיטן נײַנצעטן יאָרהונדערט געווען גוט באַהאַוונט אין די קולטור⸗מלחמות מיט די משכילים, וועט ער גלײַך זען וואָס דאָ טוט זיך. שוין אויבנאָן שטייט „עם פּירוש רש″י ז″ל ובאור“ — מיטן פּירוש רש″י און אַ באור. ניט „ב(י)אור“ אין זין פון ′סתם אַ קאָמענטאַר′ נאָר דער „באור“ פון גרינדער פון דער בערלינער השכלה משה (מאָזעס) מענדעלסאָן.

  גאָר אַ ספק צי מ′קען אַזוי גרינג טרעפן אַ ספר מיט הסכמות סײַ פון מתנגדישן מנהיג ר′ איצעלע וואַלאָזשינער און סײַ פונעם ליובאַוויטשער רבין ר′ מנחם⸗מענדל.

  קוקנדיק אויף דער רשימה רבנים אַראָפּצוצו, וועט ער זען אַז דאָס זײַנען גאָרנישט קיין הסכמות. ס′שטייט: „נדפס על פי ש″ות רבנינו וסופרינו“ (′געדרוקט לויט די שאלות ותשובות פון אונדזערע רבנים און שרײַבער′), איז אָט וואָס: אויף אַ שער⸗בלאַט פון אַ הייליקן ספר טרעפט מען ניט, מ′זאָל זיך וואַרפן מיט רבנים און ש ר ײַ ב ע ר  אינאיינעם אַלץ יסוד פון אַ פּירוש (אָדער „באור“).

  און וואָס נאָך דאַרף מען, אַז צווישן אַזעלכע הייליקע רבנים טרעפט מען ממש אַרײַנגעפלאָכטן די נעמען פון מנהיגים פון דער השכלה באַוועגונג אין דער רוסישער אימפּעריע וואָס האָבן אָן אַ שיעור כוחות אָפּגעגעבן פאַרדערפאַר, די מאַכט זאָל ניט נאָר שטיצן נאָר בפירוש אַרויפצווינגען אַ מאָדערניזירטן פאַרהשכלהטן יודאַאיזם אויפן אָרט פון דער טראַדיציאָנעלער יידישקײַט. אין דער רשימה פיגורורט ניט קיין קלענערער משכיל ווי כבודו ובעצמו: „רי″ב לעווינזאהן מק″ק קרעמעניץ“. ווער איז דאָס? ריב″ל: יצחק בער לעווינזאָן, דער מחבר פון „תעודה בישראל“ (1827), אַ מין „ביבל“ פאַר דער השכלה אין דער רוסישער אימפּעריע.

  ניט שווער איז משיג צו זײַן די משכילישע הנאה בײַם שטעלן אויפן שער⸗בלאַט אין דער זעלביקער רשימה ר′ איצעלע וואַלאָזשינער און דער ליובאַוויטשער דערלעבן; דאָס איז שיער ניט קיין נקמה פאַרדערפאַר, אַז ר′ איצעלע האָט טאַקע אַ מין שלום געמאַכט מיטן ליובאַוויטשער אינעם קאַמף קעגן די משכילים וועלכע האָבן זיך געסטאַרעט איבערצײַגן קיסר ירום הודו צו פאַרבאָטן דעם באַליבטן היימישן חדר און אײַנפירן מאָדערנע שולן מיט רוסיש אַלץ די הויפּט⸗שפּראַך. אָט אַ משכיליש נקמהלה…

  ואחרון אחרון:  אַוויפל אין דער רשימה האָבן זייערע ווערק מחבר געווען שוין  נ אָ ך מענדעלסאָנד טויט, ד.ה לאַנג נאָכן „באור“, בתוכם דער וואַלאָזשינער מיטן ליובאַוויטשער? אַזוי אַרומעט אַז דער „באור“ האָט ניט געקענט צונויפגעשטעלט ווערן אויפן סמך פון זייערע כתבים.

  נאָך אָן אַ שיעור קען מען אָפּנעמען פון אָט דעם „געבלאָפטן“ שער⸗בלאַט וואָס קומט געבן אַ גאָר פאַלשן בילד וועגן דעם ספר, וואָס איז בעצם אַ חומש מיטן אַראַמישן תגרום אונקלוס און מיט פּירוש רש″י און מיט (טראַדיציאָנעלע יידן וואָלטן דאָ מוסיף געווען אַ להבדיל) מענדעלסאָנס „באור“. דער געבלאָפטער שער⸗בלאַט ווערט געבראַכט מיט דער זעלביקער טיפּאָגראַפיע ווי דער צווייטער, ריכטיקער שער⸗בלאַט, אַ סברא אַז דער משכילישער בלאָפער דאָ האָט געהאַט אַ צוטריט צום יידישן דרוק ⸗וועזן, און איז אפשר אַליין געווען אַן אָנגעשטעלטער אין ראָמס דרוקערײַ.

  איז וואָס שטייט אויפן צווייטן שער⸗בלאַט? אָט איז ער:

   אָטאָ דער צווייטער שער⸗בלאַט (משמעות דער לכתחילהדיקער ע ר ש ט ע ר און א י י נ צ י ק ע ר שער⸗בלאַט בײַ ראָמען, איידער ס′האָט אַ מושב לצים מוסיף געווען דעם פריער⸗קומעדיקן געבלאָפטן). לויטן טראַדיציאָנעלן שטייגער, זעען מיר אַז דאָס איז נאָר פאַרן באַנד „ויקרא“ (אויך ע″פּ אַ  כ מ ע ט⸗היימישן נוסח: „והוא חלק שלישי מחמשת חומשי תורה“, משכיליש „פאַרריכט“ פון טראַדיציאָנעלן „מחמישה…“); דאָס אַלץ מיט קעפּל⸗אותיות. און ס′ווערט אויסגערעכנט דער גענויער ריכטיקער תוכן, ניט קיין אָנגעפּלוידערט⸗פאַרמישטע רשימה „רבנים און שרײַבער“ וועמענס שאלות און תשובות עס זאָלן האָבן משפּיע געווען אויפן „באור“. אָט דאָ אויפן צווייטן, ריכטיקן, היסטאָריש ערשטן און איינציקן שער⸗בלאַט שטייט מיט קלאָרע דיבורים און מיטלמאָסיקע אותיות אַז דער ספר ויקרא ווערט געדרוקט מיט „תרגום אונקלוס ופירוש רש″י ובאור“ און אָט דער לעצטער שותף צום מזומן ווערט דערקלערט אין אַ באַזונדערער שורה מיט טל⸗ומטר אותיעלעך: „מאת הרב החכם המפורסם“ און דערנאָכדעם, צוריקגייענדיק אויף די מיטעלע אותיות: „משה בן⸗מנחם מדעסויא“ מיט שיינינקע טיטלען פאַרן און נאָכן נאָמען אויפן שטייגער פון עכט⸗פרומע היימישע גרויסע רבנים: „מוהר″“ (= מוהר″ר = מורינו הרב ר′) פאַרן נאָמען, און נאָכן נאָמען, ניט סתם אַ „ז″ל“ נאָר וואָדען, אַ „זצ″ל“ (זכר צדיק לברכה) ממש.

  אויך דאָ שטעקן משכילישע שטיק. „משה בן⸗מנחם מדעסויא“ וואָלטן אַ סך ניט אַסאָצירירט מיטן בערלינער ראש המשכילים מענדעלסאָן, ס′גייט לויטן היימישן שטייגער פון אָנרופן לויט דער היימשטאָט מענדעלסאָנס, דעסוי (Dessau) אין דײַטשלאַנד. ס′קען זײַן פאַרפירעריש פאַר טייל קונים פון חומשים, אָבער קיין ליגן איז עס ניט (להיפּוך צו די שטותערײַען אויפן ערשטן שער וואָס ברענגען דעם וואַלאָזשינער מיטן ליובאַוויטשער מיטן בעל⸗משכיל לעבענזאָהן אין אַ מזומן בײַ איין טיש). איז ווי קען דאָס זײַן אַז דער וועלט באַוואוסטער ראָם פאַרלאַג זאָל אויף אַזאַ אופן עמעצן פאַרפירן אַפילו „אַ ביסל“ (מיטן ניט אָנרופן דעם נאָמען „מענדעלסאָן“)? אַן ענטפער אויף דער קשיא טרעפט מען אויף יענער זײַט פון צווייטן שער⸗בלאַט, טאַקע אַקעגנאיבער די ערשטע ווערטער פון „ויקרא“:

    דהיינו: „יצא לאור על פּי פּקודת הממשלה“ (‘פּובליקירט געוואָרן לויט דעם באַפעל פון דער רעגירונג’). מיט אַנדערע ווערטער, דער פאַרלאַג ראָם האַנדלט דאָ ערלעך שבערלעך: איבערגעבנדיק צווישן שער⸗בלאַט און די ערשטע ווערטער פונעם חומש, אַז דאָס איז אַ באַפעל פון דער רעגירונג (די משכילים האָבן טאַקע געפּועלט בײַם קיסרס מומחים איבער דער „יידישער פראַגע“ אַז מ′זאָל באַצווינגען די גרויסע פאַרלאַגן אין ווילנע און זשיטאָמיר אַרויסגעבן ווערק צוגעגרייטע פון די משכילים פאַרן „רעפאָרמירן“ דאָס יידישע פאָלק, מ′זאָל נעמען לערנען מענעדלסאָנס — דעם דעסויערס — פּירוש ווי אַ הייליקע זאַך, צונויפגעשדכנט מיט אונקלוסן און מיט רש″י′ן.

   איז אַפּשיטא שוין, אַז אַ טראַדיציאָנעלער ייד פון אַ גאַנץ יאָר, זעענדיק די ווערטער „על פּי פּקודת הממשלה“, וואָלט אַזאַ חומש געקויפט פּונקט ווי יא וואָלט אויסגעכאַפּט אַ שטיק טרייפעכץ אויפן מאַרק. און בעת מעשה האָבן די אלמנה און די ברידער ראָם אויסגעפירט קיסר יר″ה′ס פּקודה…


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דינסטיק, זעקס⸗און⸗צוואַנציק טעג אין ניסן תשפ″ג \ דעם זיבעצעטן אַפּריל 2023

Comments are closed.