A 1930/1931 Vilna Zionist Pin Celebrating Support for the Land of Israel


by Dovid Katz                                            Index in English

  ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ה (75) 

אַ ווילנער בראָשקע פון תרצ″א (1930–1931) „לטובת ארץ ישראל“


  דאָס איז אַ קליינע בראָשקע (פון דער צווייטער זײַט בלײַבט אַ שפּור פון דער שפּילקע) מיט דער קײַלעכדיקער העברעאישער אויפשריפט „לטובת א″י [ארץ ישראל] וילנה תרצ″א [ווילנע 1930–1931]“. אפשר קען אַווער⸗ניט⸗איז צו הילף קומען בכדי אידענטיפיצירן די גענויע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע וועמענס עמבלעם שטייט אין צענטער פון דער בראָשקע (וואָס איר דיאַמעטער איז קאַרגע 2 צמ)?


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, אַכט⸗און⸗צוואַנציק טעג אין שבט תש″ף \ דעם 23טן פעברואַר 2020

Comments are closed.