The Lapel Pin (Medallion) of an Agricultural (or Gardening) Institution


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן צ″ב (92

דער מעדאַליאָן (צי בראָשקע) פון דער „ל. ש.“ (?), צו לאַנדווירטשאַפט (צי גערטנערײַ) אין ווילנער געגנט

  אָדאָס איז אַ מעדאַליאָן (צי בראָשקע) פון אַ יידישער גרופּע, ישוב, צי שול געווידמעט לאַנדווירטשאַפט צי גערטנערײַ. ס′איז אַן ערך 3 צמ די הייך אויף 2.5 צמ די ברייט בײַם ברייטסטן פּונקט. ס′האָט זיך לעצטנס אָפּגעזוכט דאָ אין ווילנע. פונעם עמבלעם (אַ טאַטשקע מיט אַ קאָסע) איז קלאָר מער ווייניקער די בראַנזשע.

  נאָר וואָס, מיר ווייסן ניט אַוואָס איז דאָס „ל. ש.“ (אַ היגער קאָלעגע האָט פאָרגעלייגט „לער“ אַלץ דעשיפרירונג). טאָמער קען אַווער⸗ניט⸗איז פון אונדזערע באַזוכער פּותר חלום זײַן, וועלן מיר פאַרשטייט זיך ווי תמיד אַקרעדיטירן בשם אומרו אין דער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג, מיט דאַנק אַפריער.


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, זיבעצן טעג אין סיוון תשפ″ד \ דעם דרײַ⸗און⸗צוואַנציקסטן יוני 2024

Comments are closed.