A packet of Bundist materials found in an attic on Novigóred (Nowogrodzka, today’s Naugarduko St.)

by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן צ″א (91

אַ בינטל בונדישע מאַטעריאַלן אויפן בוידעם פון אַ כאַטע אויף נאָוויגאָרעד, אין ווילנע, פון צאַרישע צײַטן אין פריאיקן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט

  דאָס איז אַ בינטל מיט בונדישע מאַטעריאַלן פון די יאָרן פאַר דער ערשטער וועלט⸗מלחמה, וואָס האָט זיך אָקערשט אָפּגעזוכט אנטער די דיל⸗ברעטער פון אַ בוידעם, פון אַ כאַטע העכער אַרויפצוצו אויף נאָוויגאָרעד, אַ ברייטע גאַס אין ווילנע וואָס רופט זיך הײַנט Naugarduko אויף ליטוויש, און איז אין די צווישנמלחמהדיקע יאָרן, אין דער פּוילישער רעפּובליק, געווען Nowogrodzka און פאַר דעם, אין די צאַרישע צײַטן Новгородская (אויך אַנדערע נעמען אין משך פון דער ווילנער געשיכטע). די שטאַרק פאַרשטויבטע פּאַפּירן האָבן די בוי⸗אַרבעטער געפומען בײַם צענעמען די כאַטע (אויף צו בויען אויפן אָרט אַ נײַ הויז). דער יידישער אַרבעטער בונד איז כידוע געווען אומלעגאַל אין דער צאַרישער אוסלענדישער אימפּעריע, אַזויאַרומעט אַז אָטאָ די מאַטעריאַלן זײַנען במילא אומלעגאַלע און רעוואָלוציאָרישע געווען, און אפשר דערפאַר זײַנען זיי געלעגן אין אַ באַהאַלטן אָרט, וואָס אַדאַנק דעם, זײַנען זיי צו אונדזער מוזייעלע דערגאַנגען, אַדאַנק די בוי⸗אַרבעטער וואָס קענען אונדז שוין כמה וכמה יאָרן, און פאַרשטייען גוט, אַוואָס מיר זוכן…

  באַלד ווי קענער פון דער בונדישער געשיכטע וועלן מוסיף זײַן מער פּרטים, וועלן מיר זיי דאָ צוגעבן, ווי תמיד בשם אומרם.

  די העקטאָרגראַפירטע מודעה (מיטן כאַראַקטעריסטישן פּורפּורנעם טינט⸗קאָליר) וועגן משפּטן אַן אַרעסטירטן חבר:

  דער רוסישער נוסח פונדערפון:

 

  דער פּלאַקאַט (אַפיש) וואָס רופט זיך אָפּעט אויפן פּלאַן פונעם קיסר ניקאָלאַי עפענען די דומע דעם 27טן אַפּריל 1906. ס′ווערט אונטן אָנגעגעבן דער טיראַזש פון פּלאַקאַט אין איטלעכער פון די דרײַ שפּראַכן: יידיש — 135,000; רוסיש — 35,000; פּויליש — 20,000, מיטן אָנווײַז אַז ס′איז געדרוקט אין דער (אונטערערדישער) דרוקערײַ פונעם בונד גופא:

  דער אָפּגעדרוקטער פּאַמפלעט (געדרוקט אין פּיראָזשניקאָווס דרוקערײַ אין 1906) איז דער „אוסטאַוו“ (די סטאַטוטן, די כללים) פונעם פּראָפעסיאָנעלן פאַראיין פון די יידישע שוסטער, שטעפּער און רימער אין ווילנע:


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, זיבעצן טעג אין סיוון תשפ″ד \ דעם 23טן יוני 2024

Comments are closed.