◊
חד גדיא
די ציגעלע
- אַמאָל איז געווען אַ ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן.
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
די קאַץ
- איז געקומען אַ קאַץ
- און האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן,
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
דער הונט
- איז געקומען אַ הונט
- און האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן,
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
דער שטעקן
- איז געקומען אַ שטעקן
- און האָט געשלאָגן דעם הונט
- וואָס האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
דער פײַער
- איז געקומען אַ פײַער
- און האָט פאַרברענט דעם שטעקן
- וואָס האָט געשלאָגן דעם הונט
- וואָס האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
די וואַסער
- איז געקומען אַ וואַסער
- און האָט אויסגעלאָשן דעם פײַער
- וואָס האָט פאַרברענט דעם שטעקן
- וואָס האָט געשלאָגן דעם הונט
- וואָס האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
דער אָקס
- איז געקומען אַן אָקס
- און האָט געטרונקען די וואַַסער
- וואָס האָט אויסגעלאָשן דעם פײַער
- וואָס האָט פאַרברענט דעם שטעקן
- וואָס האָט געשלאָגן דעם הונט
- וואָס האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
דער שוחט
- איז געקומען אַ שוחט
- און האָט געשאָכטן דעם אָקס
- וואָס האָט געטרונקען די וואַַסער
- וואָס האָט אויסגעלאָשן דעם פײַער
- וואָס האָט פאַרברענט דעם שטעקן
- וואָס האָט געשלאָגן דעם הונט
- וואָס האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
דער מלאך המות
- איז געקומען דער מלאך המות
- און האָט צוגענומען דעם שוחט
- וואָס האָט געשאָכטן דעם אָקס
- וואָס האָט געטרונקען די וואַַסער
- וואָס האָט אויסגעלאָשן דעם פײַער
- וואָס האָט פאַרברענט דעם שטעקן
- וואָס האָט געשלאָגן דעם הונט
- וואָס האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.
דער רבונו של עולם
- איז געקומען דער רבונו של עולם
- און האָט אַוועֶקגעֶהַרְגעֶט דעם מלאך המות
- וואָס האָט צוגענומען דעם שוחט
- וואָס האָט געשאָכטן דעם אָקס
- וואָס האָט געטרונקען די וואַַסער
- וואָס האָט אויסגעלאָשן דעם פײַער
- וואָס האָט פאַרברענט דעם שטעקן
- וואָס האָט געשלאָגן דעם הונט
- וואָס האָט געביסן די קאַץ
- וואָס האָט פאַרצוקט די ציגעלע
- וואָס דער טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן
- חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.