28 Oct. 1919 Issue of Kóvne’s Zionist Yiddish Paper “Yídishe shtíme”


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 9
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

Thumbnail of yidishe shtime 1919

 דער נומער פון קאָוונער טאָג⸗צײַטונג „אידישע שטימע“ פון 28טן אָקטאָבער 1919

  דאָס איז דער 73טער נומער פון  ע ר ש ט ן  יאָרגאַנג פון באַקאַנטן קאָוונער יידישן ציוניסטישן טאָגבלאַט „די אידישע שטימע“, דאַטירט דעם 28טן אָקטאָבער 1919. די צײַטונג, וואָס באַשטייט פון פיר זײַטלעך, שפּרודלט מיט דער נײַאיקײַט פון דער תקופה. ס′איז אַלעמערשטנס אַ צײַטונג אין אַ שפּאָגל⸗נײַער מלוכה: די דעמאָקראַטישע ליטווישע רעפּובליק, אין איר סאַמע דע⸗פאַקטאָ קרוינשטאָט קאָוונע (ליטוויש Kaunas) — „דע⸗פאַקטאָ“ מחמת דער מחלוקה מיט דער נײַער פּוילישער רעפּובליק איבערן סטאַטוס פון ווילנע (פּויליש Wilno, ליטוויש Vilnius). די צײַטונג פאַרמאָגט נאָך ניט די טיפּאָגראַפישע מעגלעכקײַט פאַרן געבן דעם נייטיקן מינימאַלן אינפאָרמאַציע טעקסט אין דער מלוכהשער שפּראַך, ווערט צוגעגעבן דער ליטויישער נאָמען פון בלאַט פון אוינבאָן מיט אַ שטעמפּל: ŽYDU BALSAS, אין וועלכן ס′פעלט דער דיאַקריטישער צייכן אונטערן u (סטאַנדאַרד ליטוויש און די שפּעטערדיקע יאָרן פון דער צײַטונג מיט שיין געדרוקטן ליטווישן בײַ⸗טעקסט: Žydų balsas). ס′איז נאָך גאַנגבאַר די דײַטשישע געלט פון די מלחמה יאָרן (מאַרק און פּעניג), נאָך ניטאָ די ליטווישע געלט (ליט און סענט).

  וואָס שייך אַמעריקע איז די ערשטע וועלט מלחמה שוין געווען פאַרענדיקט, נאָר אין מזרח אייראָפּע און אַנדערשוואו האָבן נאָך ביטערע שלאַכטן געבושעוועט; דאָס שפּירט זיך שטאַרק אין דער יידישער פּרעסע און אויך דאָ אין קאָוונער „אידישער שטימע“, אין דער רובריק „טעלעגראַמעס“. עס האַלט זיך אין אויסקריסטאַליזירט דער מזרח⸗אייראָפּעאישער סדר וואָס נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה.

Telegrames

   די צײַטונג שפּילט די בירגעריש⸗אחריותפולע ראָלע פון אַנאָנסירן באַלד אויף דער ערשטער זײַט די מעגלעכקײַטן אין שטאָט אויף צום דערלערנען כדבעי די ליטווישע שפּראַך (וואָס איז אָקערשט דעמאָלט געוואָרן די מלוכה שפּראַך צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע אין אַוועלכן ניט איז היסטאָרישן גלגול פון דער ליטע). דער אַנאָנס איז מוסר מודעה אַז די שפּראַך לימודים ווערן אַדורכגעפירט לויטן „בערליץ“ מעטאָד.

Image (314)

   

   די קאָוונער „אידישע שטימע“ שאַפט זײַן נעץ פאַרקויף⸗פּונקטן אין קאָוונע גופא, ס′ווערן דערמאָנט: קאַפּלאַנס פּאַפּיר⸗האַנדלונג אויף פרײַהײַטס⸗אַלייע (Laisvės alėja) נומער 43, און ליוביטשעס פּאַפּיר⸗האַנדלונג וואָס אַקעגן וואָקזאַל און די ביכער⸗געשעפטן פון פּטאַשעק אויף נײַ⸗ווילנער גאַס, און מאיראָוויטש אויף בית⸗מדרש געסל. דערצו ווערן דערמאָנט, אומעטום נוצנדיק די טראַדיציאָנעלע יידישע נעמען, די קאָוונער פאָרשטעט סלאַבאָדקע (ליטוויש Vilijampolė), אַוואו מען קען די „שטימע“ באַקומען „בײַ ליפּמאַן אין אַפּטייק געשעפט“; אין שאַנץ (Šančiai) בײַ סענדער גאָרדאָנען, און אין פּאַנעמון (Panemunė) בײַ באַראָנען. די קאַלאָנקע „אַנאָנסן“ הייבט זיך אָן מיט אַן אינפאָרמאַציע וועגן „שנײַדער אַרטעל פון דאַמען קליידער“. דער אַדרעס איז פרײַהײַטס⸗אַלייע הייף 41, קוו[אַרטיר] 15 — טאַקע „הייף“ ([hejf]) געשריבן ליטוויש דיאַלעקטיש. אין שפּעטערדיקע יאָרן האָט זיך אײַנגעפונדעוועט די סטאַנדאַרד⸗יידישע שרײַבונג „הויף“.

   וואָס שייך אַנדערע שטעט ווערט אויפגעוויזן אין אַ באַזונדערן קעסטעלע אַז אין מאַרנפּאָל (מאַריאַמפּל, Marijampolė)  איז דער אַגענט הער ווײַסבערג. אַ סברא אַז אין שטעטל האָט מען מער קיין פּרטים ניט געדאַרפט צוגעבן, איטלעכער האָט אים גוט געקענט…

Image (318)

   צום מהות פון דער צײַטונג איז צענטראַל דער ציוניסטישער אינהאַלט. צום בײַשפּיל די רובריק „פון פּראָווינץ“ גיט איבער, אין אָטאָ דעם נומער, אַ באַריכט פון וואָרנע (Varniai), אַז אין דער מערבדיקע ליטע איז געקומען צו פאָרן פון טעלז „דער חבר זאַקס“ פון טעלזער צעירי ציון (צינויסטישע יוגנט אָרגאַניזאַציע) און האָט געהאַלטן אַ לעקציע אויף דער טעמע „די אויפגאַבן פון געגנוואַרטיקן ציוניזם“ נאָך וועלכער „ס′האָבן זיך אײַנגעשלאָסן מער ווי 60 מיטגלידער. אין אַ פּאָר טעג אַרום נאָך אַ צווייטן רעפעראַט איז די צאָל מיטדליגער געשטיגן ביז 90“.

Image (320)


   אַן אָפּבילד פון אייבערשטן דריטל (אַן ערך) פון דער ערשטער זײַט פונעם נומער:

Image (313)


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זעכצן טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 4טן דעצעמבער 2017

 

Comments are closed.