1932 Mazltof Telegram from Marijampolė (Márnpol) to Kaunas (Kóvne)


מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע

Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus

Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic

by Dovid Katz

EXHIBIT № 6

See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna


mini

אַ מזל⸗טוב טעלעגראַמע פון מאַריאַמפּאָל צו דער חתונה פון חברים אין קאָוונע אין 1932

  דאָס איז דער דעפּעש⸗בלאַנק אויף וועלכן זעקס משפּחות אין מאַרנפּאָל (מאַריאַמפּאָל) — אַן ערך (דער כתב איז ניט אינגאַנצן קלאָר און אפשר פאַרגרײַזט אַביסל צוליבן איבערשרײַבן מיט דער האַנט דורך אַ טעלעגראַפישן אַרבעטער): אַראָוו, דאָוואַלשטיין, שלאָסבערג, דאַווקער, אַמסטערמאַן, בראָדאַוויטש — באַגריסן דער משפּחה יאַקאָבסאָן אין קאָוונע (לאַיסוועס אַלייע 57) בזה הלשון:

Oser vehaclacha lasug hanechmad

דאָס איז אַ „טעלעגראַפישער נוסח“ פון אַשטייגער

Ošer vehaclacha lazug hanechmad

  דאָס הייסט, אויף אַ מאָדערנעם (ארץ⸗ישראלדיקן, „ספרדישן“) העברעאיש, טראַנסקיבירט אויף לאַטיינישע אותיות לויט דער אָרטאָגראַפיע פון דער ליטווישער שפּראך — די ווערטער: 

אושר והצלחה לזוג הנחמד

וואָס איז טײַטש: „גליק און הצלחה דעם מחיהדיקן פּאָרל“. לויט דער הײַנטצײַטיקער ייוואָ טראַנסקריפּציע וואָלט אויסקומען (מיט צוגעגעבענע צייכנס אויפן וואָרט⸗טראָפּ): Ósher vehatslakhá lazúg hanekhmád.

  דעם דעפּעש האָט מען פון מאַריאַמפּאָל אָפּגעשיקט אום 13:20 אַזייגער און ער איז אין קאָוונע אָפּגעשריבן געוואָרן 14:01 אַזייגער. ס′איז אַפּנים דער דרײַסיקסטער טאָג פון חודש, נאָר ניט אינגאַנצן קלאָר פון אַוועלכן חודש. . .


◊◊

1932 Telegram


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • עלף טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 29טן נאָוועמבער 2017

Comments are closed.