1931 Letter from Meyshe in Klaipeda (Memel) to His Brother Motl in Kharkov (Kharkiv)


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 15
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

 משה אין מעמל (קלפּעדע) שרבט דעם ברודער מאָטל אין כאַרקאָוו

 דאָס איז אַ פּאָסטקאַרטל געדרוקט מיט אַ רעקלאַמע פאַר אַ געוויסן עסיק וואָס פאַרקויפט זיך אינעם קאַרטל⸗שרײַבערס געשעפט. דער האַנט⸗געשריבענער בריוו, פון פערצטן נאָוועמבער 1931, איז פונעם באַלעבאָס פון געשעפט, וועלכער רופט זיך משה, צו זײַן ברודער אין כאַרקאָוו (כאַרקיוו), דעמאָלט די קרוינשטאָט פון דער אוקראַינער רעפּובליק פונעם סאָוועטנפאַרבאַנד (קיעוו איז דאָס געוואָרן ערשט אין 1934). דער שייכות פונעם בריוו שרײַבער מיטן געדרוקטן פּאָסטקאַרטל ווערט קלאָר פון זײַנע ווערטער וואָס אונטערן בילד פון אַ פלעשל פון „ד″ר פישערס עסיק⸗עסענץ“ (אויף דער עטיקעטע געשריבן אויף דײַטש: Dr. Fischers Eßig-Eßenz).

  פונעם רוסיש⸗געשריבענעם אַדרעס ווערט מען געוואָר אַז דער פאַמיליע⸗נאָמען פון מאָטלען (א סברא אויך פונעם ברודער) איז: אשרי⸗יודעלעוויטש, און אַז ער איז אַן אינזשעניר. דער אַדרעס זײַנער איז ליבקנעכט גאַס 16 אין כאַרקאָוו (הײַנט כאַרקיוו אין אוקראַינע).

  די געדרוקטע שורה אויף ליטוויש לייענט זיך אַן ערך: „פאָדערט ס′זאָל זײַן בלויז ד″ר פישערס עסיק עסענץ. גאַראַנטירט: 80% די קראַפט, 200 גראַם“. די פּאָסט שטעמפּלעך: אויף ליטוויש בײַם אַרויסשיקן („קלײַפּעדער פּאָסט“), אויף אוקראַיניש בײַם אָנקומען („כאַרקיוו“). פון ליטווישן טעקסט אָדאָרטן אַוואו מען דאַרף שטעלן די מאַרקע שטייט אַז אין לאַנד גופא איז עס פופצן סענט, אין אויסלאַנד — 36 סענט (דעמאָלטיקע ליטווישע סענט).

  דאָ גייט ווײַטער אַ פּראָוויזאָרישע טראַנסקריפּציע פונעם טעקסט פון בריוו (אַלץ ווי אין אָריגינאַל, בלויז דער אויסשטעל און אײַנטיילונג אין פּאַראַגראַפן ווערן דאָ צוגעפּאַסט). אַ יישר⸗כח יונתן פעלענדערן פאַר דער הילף מיטן דעשיפרידן דעם ראשי⸗תיבות „הו″ק“ (הוצאות קטנות — קליינע הוצאות); ווי ער ווײַזט אָנעט, ווערט דער ראשי⸗תיבות גענוצט דווקא אין יידיש און ניט אויף העברעאיש. אַ יישר⸗כח אויך מיכאל מאַסאַרסקין פאַר אַ צאָל תיקונים און אָנווײַזונגען.

14/XI – 31

מעמל, ד′ כסלו

שבת צונאכט

ליבער מאטל!

כ′האב דיר שוין א גאנץ לאנגע צייט ניט געשריבן, ווייל דוּ בינסט דאך א שוואכערער קארעספאנדענט פון מיר, ווערט מען אלץ ערווייטערט איינער פון צווייטן. איך בין דא ניט לאנג געווארן 34 יאר און דוּ ווערסט שוין באלד 33 יאר. אונזערע יארן גייען, זיי לויפן, און מיר ביידע האבן פאר זיך נאך גארניט געבויט. מיר בויען פרעמדע וועלטן, און אָן זיך האָבן מיר פארגעסן.

כ′בין דעם זומער געוועזן אין קאוונע. דעם מאנטאג בין איך געקומען אהער, ווייל דער אנקל יצחק משה איז פארייזט. מוז איך דא לייטן דעם געשעפט.

פון שיינקען איז דאָ גאנץ היימלאכע בריוו, זי לערנט אין נְהַלַל, אין בית-ספר חַקְלאי לִצְעִירות. מיר מוזן איר נאך געלד שיקן אף הוצאות, אזוי האט זי פריי אלעס אויסער בגדים, שיך הו″ק [הוצאות קטנות], דאס איז אויך אפוּנט אחודש.

די וואָך קלייבט זיך פאפא מיט איידען אין א נייע דירה[.] דער נייער אדרעס וועט זיין Prieplauko[s] kranto  21, ד.ה. אף רוסיש Набережная. דאס האט מען א פיינעם אויסזיכט אף′ן ניעמאן און אלעקסאטער בערג. אין די דירה וועלן מיר האבן א וואנע אויך. אין די זעלבע הויז וואהנט מאיר ברוידע און זיין פארהייראטער זון אבראשע. דוּ מוזסט זיי נאך געדיינקען פון קאטרינאסלאוו. אפשר קענסטוּ שיינקען א ביסל שטיצן, וואלט ניט זיין קיין נארישקייט. ווייל פרומע און איך דארפן איסהאלטן איידען און פאפא. איידער האט קיין ארבעט ניט און פאפא איז שוין 68 יאָר, איז ער אויך א קנאפער פארדינער. ער האלט זיך גז″ד [גאָט זײַ דאַנק = גאָט צו דאַנקען] גאנץ פיין, אלואי ווייטער אזוי.

איידע[,] ניט האבענדיג וואס צוּ טאן, לערנט זינגן אין קאנסערוואטאריע. ס′איז אַרחמנות אף איר. דער באוואוּסטזיין אז מיר גיבען איר צום לעבן, שאפט איר ניט קיין גרויסע הנאה. און זי זעהט דעריבער אויס ניט אם בעסטן. נאר אז זי האט נעבעך קיין מזל ניט, איז ניט צו מאכן.

זיי געזונט און שרייב עפטער

משה

שרייב אמאל פריידען אויך

דאס איז אונזערע אַ געשעפט רעקלאמע.



  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זעקס⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אדר א′ תשע″ט \ דעם 3טן מערץ 2019

Comments are closed.