1929 Letter from Solsky Brothers and Sh. Kh. Broyde in Kazlų Rūda (Kazlove-Rúde) to the Priest of Šeštokai (Shestok)


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 4
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

miniature

 די ברידער סאָלסקי און ש. ח. ברוידא אין קאַזלאָווע רודע שרײַבן דעם גלח פון שעסטאָק וועגן געהילץ וואָס זיי קענען אים צושטעלן

  דאָס איז אַ פּאָסטקאַרטל פון אַ יידישער פירמע אין קאַזלאָווע רודע מיט אַוועלכער ס′האָבן אָנגעפירט די שותפים: די ברידער סאָלסקי און ש.ח. ברוידא (ברוידע). דאָס איז געווען אַן אונטערנעמונג פון: „זעגעווערק, דאַמף⸗מיל און אייל פאַבריק“. זיי האָבן געהאַט אַ קאָוונער געשפעטס⸗ביוראָ אויף נעמונאָ (ניעמען גאַס) 16, און ס′ווערן דערצו געגעבן טעלעפאָן נומערן סײַ אין קאַזלאָווע רודע (טעלעפאָן: 10) און סײַ אין קאָוונע (דער נומער ווערט פאַרדעקט פון דער מאַרקע). דער פּאָסט⸗שטעמפּל אין קאַזלאָווע רודע איז פון 6טן סעפּט. 1929 און אין שעסטאָק איז עס לויטן דאָרטיקן שטעמפּל פון דער פּאָסט אָנגעקומען דעם 7טן. ס′איז אַדרעסירט דעם גלח פון שעסטאָק, אַ דאָרף אין מאַריאַמפּאָלער קרײַז. דער טעקסט פונעם בריוול, אויף דער פאַרקערטער זײַט, וואָס איז דאַטירט דעם 6טן סעפּטעמבר 1929 זעצט זיך איבער אַן ערך:

קאַזלאָווע רודע, דעם 6טן סעפּטעמבער 1929

צום גלח פון שעסטאָקער קלויסטער

   מיר ענטפערן אויף אײַער בריוו פון 5טן סעפּטעמבער מיטן מוסר מודעה זײַן, באַשיידענערהייט דעם האַר, אַז בײַ אונדז איז טאַקע פאַראַן די געהילץ וועגן וועלכען איר האָט נאָכגעפרעגט. די ברעטער זײַנען זייער טרוקן, זיי זײַנען אָדער סאָסנעווע צי יאָדלעווע. די ברייט פון די סאָסנעווע איז 7, אָדער 8 און 9 אינטש און פון די יאָדלעווע (שמאָלער) פּינקטלעך 6, 7, 8, 9. אין דער ברייט איז דאָ פאַרשיידענע. די ברעטער זײַנען זייער גוט און טרוקן. מיר קענען אויך פאָרשלאָגן דעם האַר טרוקענע סאָסנעווע ברעטער פון דער זעלביקער לענג און ברייט. די ברייט איז 8 אינטש און די לענג איז  15 פוס.

   מיר פאַרהאָפן אַז דער האַר וועט אונדז פאָרלייגן אַן אָנבאָט און מיר זאָגן צו עס אַדורכפירן מיט ערלעכקײַט און מיטו גוטן רעזולטאַט. מיט הויכער אָפּשאַצונג


◊◊

Image (300) - Copy

 ◊

Image (299)8


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • צען טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 28טן נאָוועמבער 2017

Comments are closed.