Ms. Š. Vulfartaitė’s Butter Shop at 28 Daukšos St. in Kaunas


 מוזייעלע פון יידישן לעבן אין דער קאָוונער ליטע
Mažasis žydų gyvenimo tarpukario Lietuvoje muziejus
Mini-Museum of Jewish Life in the Interwar Lithuanian Republic
by Dovid Katz
EXHIBIT № 12
See also: Yiddish Mini-Museum of Old Jewish Vilna

 פרוי ש. וואולפאַרט (וואולפאַרטײַטע) און איר געשעפט פון פלאַנצן⸗פּוטער אויף יאַטקעווער גאַס (דאַוקשאָס) אין קאָוונע

   דאָס איז אַ קבלה פון געשעפט פון דער פרוי  ש. וואולפאַרט אויף יאַטקעווער גאַס 28 אין קאָוונע, דאַטירט דעם 23טן אָקטאָבער 1925. פונעם שיינעם צוויישפּראַכיקן בלאַנק ווערן מיר געוואָר אַז אויף ליטוויש איז זי ש. וואולפאַרטײַטע, ד.ה. אָדער זי איז ניט חתונה געהאַט אָדער איר איז בילכער נוצן דעם מיידלשן פאַמיליע⸗נאָמען (אַנדערש געזאָגט געוואָרן: דעם טאַטנס פאַמיליע⸗נאָמען וואָס דריקט זיך אויסעט מיטן ליטווישן סופיקס „ײַטע“). איר געשעפט שטעלט מיט זיך פאָר דעם קאָוונער צווײַג פון דער פירמע „נאָוואַ“ אין ריגע, לעטלאַנד. פון די בילדער איז קלאָר אַז די ספּעציאַליטעט פון דער פירמע איז „פלאַנצן⸗פּוטער“, אַפּנים אויפן אָרט פון מילכיקן פּוטער. מיט שטאָלץ ווערט אויפן בלאַנק אָנגעוויזן אַז אין 1923טן יאָר האָט די פירמע באַקומען דעם זילבערעם מעדאַל אויף דער אויסשטעלונג פון ליטווישער לאַנדווירטשאַפט. ש. וואולפאַרט (אויף ליטוויש: וואולפאַרטײַטע) איז שטאָלץ מעלדן אויף איר פירמעס בלאַנק אַז די איז די אָפיציעלע פארטרעטערין אין קאָוונע פון דער ריגער פאַבריק „נאָוואַ“.

   ווי אַלעמאָל זעען זיך אָנעט טשיקאַווע פּרטים. דער נאָמען פון גאַס ווערט אויף ליטוויש געשריבן אויפן סטאַנדאַרדן אופן Daukšos; אויף יידיש ווערט אָבער אָנגעגעבן די „פאַר⸗יידישטע“ פאָרמע „דאַוקשאָ“ און גלײַך אויף אַן אָרט גייט אין האַלבע לבנות דער עלטערער נאָמען וואָס איז געווען בײַ קאָוונער יידן אין די צוואַנציקער יאָרן נאָכאַלץ היימישער — יאַטקעווער גאַס.

   די קבלה באַשטעטיקט אַז די געזעלשאַפט פאַרן געבן אַן אכסניא אָרעמע יינגלעך האָט געקויפט 26 שטיק פונעם „נאָוואַ“ פּוטער צו אַ ליט מיט 85 סענט (1.85), אַזוי אַרום אַז דער סך⸗הכל, וואָס זײַן אָפּצאָל ווערט באַשטעטיקט מיט ש. וואולפאַרטײַטעס פּערזענלעכן שטעמפּל און חתימה, איז 48.10 (אַכט⸗און⸗פערציק ליט מיט צען סענט).

 



  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • פערצן טעג אין אדר א′ תשע″ט \ דעם 19טן פעברואַר 2019

Comments are closed.