1923 Deposit Slip in Yiddish from Kaunas Jewish People’s Bank
◊
◊
אַ „הכנסה אָרדער“ (אײַנצאָל⸗דאָקומענט) פון קאָוונער (?) יידישן פאָלקס⸗באַנק פון 1923
דאָס איז אַ „הכנסה אָרדער“ (אײַנצאָל⸗דאָקומענט, דעפּאָזיט⸗קבלה) פון (קאָוונער?) יידישן פאָלקס⸗באַנק פאַרן קליענט ק. קאַטלינסקי (? — ניט צום איבערלייענען קלאָר) וואָס צאָלט אַרײַן אין זײַן אָדער איר קאָנטאָ די סומע פון 200 ליט. דער סך⸗הכל (פאַרקירצט אינעם בלאַנק: ס″ה) באַשטייט פון 199.50 צום קאָנטאָ און 50 סענט קאָמיסיע, ווי ס′איז דער שטייגער. דער נאָמען פון אונטערגעחתמעטן בוכהאַלטער איז אויך ניט אינגאַנצן קלאָר, אפשר „זילבער“.
פונדעסטוועגן איז בפירוש קלאָר איין זאַך: אַז אַ יידנס באַנק ענינים האָבן זיך געקענט פירן אין אָט דער צייט און אין אָטאָ דעם אָרט — אינגאַנצן אויף יידיש, אַ זעלטנהײַט ממש אין דער געשיכטע פון יידיש. . .
◊◊
◊
אין מוזייעלע געפינט זיך אויך אַ ניט⸗אויסגעפילטן (און דעריבער ניט דאַטירטן) צוויישפּראַכיקן (יידיש⸗ליטווישן) בלאַנק פון זעלביקן באַנק צום זעלביקן צוועק:
- ◊
- הירשע⸗דוד כ″ץ
- ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
- פופצן טעג אין כסלו תשע″ח \ דעם 3טן דעעמבער 2017