1921 Pin Celebrating in Yiddish Fifth Anniversary of the Vilna Jewish Craftmens Association


by Dovid Katz                                            Index in English

  ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ח (78) 

אַ ווילנער בראָשקע פון 1921 לכבוד דעם פינפטן יובל פון „אַלגעמיינעם יידישן האַנטווערקער פאַראיין אין ווילנע“


  דאָס איז אַ קליינע בראָשקע מיטן עמבלעם פון ווילנער יידישן האַנטווערקער פאַראיין און דעם יידישן טעקסט:

1921       1916

אלג⸗יידישער

האַנטווערקער

פאַראיין

ווילנע

  ווי תמיד בײַ אַ ווילנער געפינס, איז דער ערשטער אַדרעס צום זוכן, ווי געוויינטלעך, לייזער ראַנס דרײַ⸗בענדיקער פּראַכט⸗אויסגאַבע „ירושלים דליטא. אילוסטרירט און דאָקומענטירט“ (צוויי בענד אין אַלבאָם פאָרמאַט, דער דריטער איז דער זוכצעטל), אַרויס אין נ.י. אין 1974. טרעפן מיר טאַקע אין ערשטן באַנד, אַז ז. 189 איז געווידמעט אינגאַנצן דעם „צענטראַלן יידישן האַנטווערקער⸗פאַראיין“ וואָס ווערט אָנגערופן אויף ענגליש Central Jewish Artisans Association, מיט פיר דאָקומענטן און רעפּראָדוקציעס פונעם פאַראיין גופא, און אַ פינפטן פון איינער פון די פריערדיקע אָרגאַניזאַציעס (מיט אַן אויפרוף פון 1910).

  צווישן די דאָקומענט וואָס לייזער ראַן ברענגט איז די הילע פון ווילנער זשורנאַל, „דער יידישער האַנטווערקער“ פון 30טן יולי 1921 (כ″ד תמוז תרפ″א), וואו דער הויפּט⸗אַרטיקל, טאַקע אויף דער ערשטער זײַט, רופט זיך: „צום 5-יאָריקן יוביליי פון ווילנער יידישן האַנטווערקער⸗פאַראיין“ — מיט אַנדערע ווערטער  ג ע נ ו י  דער טעקסט וואָס קלערט אויף אַלצדינג אַרום דער בראָשקע וואָס איז אָקערשט אָפּגעפונען געוואָרן אין דער ווילנער ערד און גלײַך אַרײַן דאָ אין אונדזער באַשיידענעם ווירטועלן ווילנער יידישן מוזייעלע.

Source: Leyzer Ran, Jerusalem of Lithuania (N.Y. 1974, vol. 1, p. 189)

Source: Leyzer Ran, Jerusalem of Lithuania (N.Y. 1974, vol. 1, p. 189)


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • זונטיק, אַכט⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אייר תשפ″ב \ דעם 29טן מאַי 2022

Comments are closed.