Max Weinreich’s 1931 Review of Vorobeichic’s Photo Book on Jewish Vilna


by Dovid Katz                                            Index in English

ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ט (79) 

טייל פון מאַקס וונרכס רעצענזיע אין „ווילנער טאָג“ (1931) איבער וואָראָבייטשיקס פאָטאָ⸗אַלבאָם בוך איבער ווילנע (מיט זלמן שניאורס הקדמה)


  דאָס איז דער צווייטער טייל פון מאַקס ווײַנרײַכס רעצענזיע איבער מ. וואָראָבייטשיקס פאָטאָ⸗אַלבאָם ביכל איבער דער יידישער ווילנע, וואָס איז צוערשט דערשינען אין 1929 (אַרויסגעגעבן דורכן אָרעל פיסלי פאַרלאַג, ציריך און לייפּציג, 65 בילדער מיט אַן הדקמה פון זלמן שניאור, פּלוס 14 זז. אין יידיש און דײַטש און העברעאיש און דײַטש; נאָך אַן אויפלאַגע: 1931).

 ◊

  די רעצענזיע ווײַנרײַכס איז פונעם „ווילנער טאָג“ פון 27טן דעצעמבער 1931 (דעמאָלט אונטער דער רעדאַקציע פון שמשון כהן, ווי ס′ווערט איבערגעגעבן אויפן לעצטן זײַטל).

  דאָ טרעפט מען וויכטיקע ווײַנרײַכישע אײַנשטעלונגען לגבי דעם מהות פון דער מאָדערנער יידישער ווילנע פון (ווי ס′רופט זיך לאחר המעשה) די צווישנמלחמהדיקע יאָרן. באַזונדערס בולט איז ווײַנרײַכס קריטיק וועגן דעם וואָס מ′האָט דורכגעלאָזן די מאָדערנע יידישע קולטור און אירע אינסטיטוציעס, בתוכם דעם ייוואָ. ער האָט אויך וואָס צו זאָגן לגבי זלמן שניאורס הקדמה אויכעט. וויבאַלד די פאַקסימיליע גופא פונדערפון ווערט דאָ געבראַכט, איז ניט נייטיק מאריך זײַן. האָפנטלעך וועט אַווער⸗ניט⸗איז פון די לייענער און חברים פון אונדזער ווירטועלן מוזייעלע צושטעלן אַ פאַקסימיליע פון ערשטן חלק פון ווײַנרײַכס רעצענזיע, אַ סברא אין נומער פון „ווילנער טאָג“ פון אַ טאָג צי עטלעכע טעג פריער.

  צו דער ביאָגראַפיע און די שאַפונגען פון מ. וואָראָבייטשיק (רביב), איז כדאי צוערשט אַ קוק טאָן לייזער ראַנס ביאָגראַפישן צושטײַער איבער וואָראָבייטשיקן אין דריטן באַנד פון „נײַעם לעקסיקאָן“ (נ.י. 1960), ז. 305.

  ◊


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • מאָנטיק, נײַן⸗און⸗צוואַנציק טעג אין אייר תשפ″ב \ דעם 30טן מאַי 2022

Comments are closed.