A Yiddish Cultural Dictionary

for the 21st Century

 

AN ENGLISH-YIDDISH LEXICON
A WORK IN PROGRESS IN VILNIUS, LITHUANIA


ornament 1

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z

 Ornament2

Apologies! Letters from S to Z are in the repair shop for a week to 10 days. But in the meantime, you can view these entries on our temporary reference page.

by Dovid Katz 

 

ווילנא תשע″ח       ווילנע 2018

Logo$20from$20Facebook

Vilnius 2018 

AUTHOR’S PROJECTS IN THE FIELD OF YIDDISH

Compiled with reference to the author’s earlier work in Yiddish stylistics, grammar, sociology, history, orthography and other fields of Yiddish

How do you say [COMMAND+f+your word] in Yiddish? If the word you are looking for is not yet in the Yiddish Cultural Dictionary (©2018), please email it to us at: info-{a}-defendinghistory.com. Thanks also for corrections and suggestions. We regret we cannot in most cases reply individually (but contributors are acknowledged). Thank you for your understanding. Donations for the project’s development may be pay-palled here (please add note: FOR DICTIONARY PROJECT).

This version was initially constructed for a group of intermediate and advanced students of Yiddish in Vilnius, with thanks to them and to the many visiting Yiddish students from around the world whose input is invaluable. None of them is responsible for errors, weaknesses or the stylistic views inherent in the work.

“This is a project looking for a grant. It is built to be permanently improving and permanently available free online.”

Acknowledgments: Many works are consulted in the course of the project, including those by Paul Abelson, Aaron Bergman, Solomon A. Birnbaum, Alexander Harkavy, Miriam Hoffman, Y.M. Lifschitz, Yudel Mark, Wolf Moskovich, Yitskhok Niborski & Simon Neuberg, Nehemiah Pereferkovich, Zalmen Reyzen, Mordkhe Schaechter, Israel Steinberg, Nokhem Stutchkoff, Max Weinreich, Uriel Weinreich, and Yehoash & Spivak.

The project was inspired, over half a century, by Shimon Alperovich, Stanley H. Barkan, Hartog Beem, Solomon A. Birnbaum, Milan Chersonski, Donald Cohen, David Djanogly, Yoni Fain, Vivian Felsen, William J. Fishman, Itche Goldberg, Troim Handler, Marvin I. Herzog, Miriam Hoffman, Gershon Jacobson, Y.Y. Jacobson, Harriet Jasper, Edward M. Katz, Blumke (Bliuma) Katz, Menke Katz, Kalmen Kovl (Carl Cowl), Chatskel Lemchen, Yisroel Lempert, I.A. Lisky, Raphael Loewe, Shlomo Noble, David Patterson, Leyzer Ran, Aryeh Rohn, Mordkhe Schaechter, Meir Shub, Abraham Shulman, Sheine Sideraite, Harry Smith, Avrom-Nokhem Stencl, Abraham Sutzkever, Gershon Winer, Chic Wolk, and Wolf Younin.


A

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


a

(דער) אַ (ערשטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [ey].

a(n)

אַ {אומבאַשטימטער אַרטיקל; פאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָנעט מיט אַ וואָקאַַל:} אַן.

Aaronites (within the Satmar movement)

אהרונים [aróynim], די בני⸗אהרן [bney-árn] {שפּאַסיק}; אַריס {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער}; זע אויך: Zalmenites.

abandon (v.)

אָפּלאָזן (אינגאַנצן); איבערלאָזן אויף הפקר [af héfkər]; מפקיר זײַן [máfkər] {לומדיש}.

abate

אַראָפּלאָזן זיך; אײַנגעשטילט ווערן.

abdicate

אַבדיקירן {בײַ אַ מלך אָדער מלכה}; אָפּלאָזן; אויפגעבן [úvgebm]; אָפּזאָגן זיך (פון); צוריקציען זיך (פון); אַנטזאַגן זיך (פון).

ability

(די) פעאיקײַט [féy(i)kayt]; (דער) יכולת [y(ə)khóyləs] {לומדיש}; (די) געניטקײַט [gənítkayt] {אויף אַ ספּעציפישן געביט}. {אָפטמאָל נעגאַטיוו איראָניש:} (די) קראַפט: „די קראַפט אַלצדינג קאַליע מאַכן האָט ער דווקא יאָ“.

ablaze

ברענענדיק(ערהייט); פלאַמענדיק(ערהייט); אין גאַנג פון ברענען; אין פלאַמען; צעפלאַקערט; בעתן סאַמע [sámə] ברענען.

able

פעאיק [féyik]; בכח (זײַן) {אויך: בכוח} [pkóyəkh] ,[bəkóyəkh]; מסוגל [m(ə)súgl]; אין שטאַנד {אַרכעאיש דיאַלעקטיש}; אימשטאַנד {אַרכעאיש, דײַטשמעריש, צײַטונגס⸗שפּראַך}.

abortion

(דער) אַבאָרט [abórt], ל″ר: אַבאָרטן; מעדיציניש מפּיל⸗מאַכן [mápl-màkhn].

about (concerning)

{אויף אַ בערכדיקן מהלך פון טאָגטעגלעך ביז לומדיש:} וועגן; וואָס (איז) שייך [sháyəkh]; אין שייכות מיט [sháykhəs] ; מכח [mikóyəkh]; בנוגע [b(ə)nəgéyə].

abracadabra

אַברעקעדאַברע! {ווערטער פון אַ כישופדיקן שפּרוך}; עָבְרָא כְּדַבְּרָא! [óvro kədábro] {לויט אַ געוויסער השערה וואָס האַלט פון אַ יידיש⸗אַראַמישן, קאַבאַליסטישן מקור}; ענגע בענגע! [ָéyngə béyngə] {אָנהייב פון פאַרשיידענע יידישע שפּרוכן און קינדער⸗שפּרוכן}; לאָקש⸗כאָטש⸗שאָך! {און אַ סך אַנדערע…}.

accident

(די) אָוואַריע {דער עיקר אין רוסיש ריידנדיקע לענדער}; (דער) אַקצידענט [aktsidént] {דער עיקר אין מערב}; {טאָמער זייער ערנסט\טראַגיש:} (דער) אומגליק(ס)פאַל; (ַדי\אַ) סיבה [síbə] {טראַדיציאָנעל יידיש וואָרט, הײַנט שיער ניט אַרכעאיש אין אָט דעם זין, נאָר ליטעראַריש באַנוצט, באַליבט בײַ יודעי חן אין דער יידישער לינגוויסטיק}.

{אין טאָגטעגלעכן לעבן, פראַזעס:} ניט⸗ווילנדיק האָט זיך געמאַכט, ניט געוואונטשענערהייט, זיך געמאַכט דורך אַ טעות.

accidentally

אומגעוואונטשענערהייט [ùmgəvùntshnərhéyt]; צופעליק; על⸗פּי צופאַל [àlpə-tsúfal]; דורך אַ צופאַל; ווי ס′האָט זיך [sódzakh] \ [sótsəkh] (ניט ווילנדיק) געמאַכט.

accord (n.)

(דער) הסכם [héskəm]; (דער) אָפּרייד; (דער) אָפּמאַך.

Adar (Jewish month)

אדר [ódər], דרומדיק [údər]: דער זעקסטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער צוועלפטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינלעך אין פעברואַר–מערץ, האָט דרײַסיק טעג. חודש פון יום⸗טוב פּורים {אַחוץ אין עיבור⸗יאָרן ווען ער ווערט אָנגערופן אדר א′ [òdər-áləf] ←אדר ב′}. 

 

Adar 2 (Jewish month in leap years only)

ואדר [véy-òdər] (דרומדיק: [váy-ùdər]), אָדער אדר ב′ [ódər-béyz] (דרומדיק: [údər-báys]), דער צוגעגעבענער דרײַצעטער חודש פון יידישן לוח (רעכענענדיק פון ניסן, אין אַן עיבור⸗יאָר), דער זיבעטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי אין אַן עיבור⸗יאָר). געוויינלעך אין פעברואַר–מערץ, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק טעג. חודש פון יום⸗טוב פּורים (אין אַן עיבור⸗יאָר).

advance (payment) (n.)

(דער) אַדערויף [adərúf]; (דער) אַוואַנס [aván(t)s]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} (דער) דעפּאָזיט [dəpózit].

advance (payment) (v.)

צאָלן אַדערויף [adərúf]; געבן אַוואַנס [aván(t)s]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} געבן אַ דעפּאָזיט [dəpózit].

(afraid) be

מורא האָבן [móyrə hobm] (דרומדיק: [móyrə ubm], ליטוויש: [méyrə hobm]) שרעקן זיך (פאַר \ פון).

African American (n.).

(דער) אַפריקאַן⸗אמעריקאַנער, ל″ר: Ø, ל″נ: Ø אָדער: (די) אַפריקאַן⸗אַמעריקאַנערין, ל″ר: אַפריקאַן⸗אַמעריקאַנערינס; {אַרכעאיש:} (דער) נעגער, ל″ר: Ø; ל″נ: נעגערינס.

African American (adj.)

אַפריקאַן⸗אַמעריקאַנער {אומבייגעוודיק}; אַפריקאַן⸗אמעריקאַניש {בייגעוודיק}.

afternoon (n.)

נאָכמיטיק (⸗צײַט); {עלטערער סטיל וואָס האָט אַ געוויסע עלעגאַנטישקײַט:} נאָכמיטאָג (⸗צײַט).

afternoon (adj.)

נאָכמיטעדיק; נאָכמיטאָגדיקנאָכמיטיק(ע)(ר)

afternoon: Good Afternoon!

{ניטאָ אויף יידיש; מען נוצט אַנדערע באַגריסונגען; טאָמער פרי נאָכמיטיק איז נאָך מעגלעך בײַם טרעפן זיך:} גוט מאָרגן! {טאָמער שפּעטלעך נאָכמיטיק איז מעגלעך בײַם געזעגענען זיך:} אַ גוטן אָוונט!;
 {בײַם געזעגענען זיך ווען ס′זאָל ניט זײַן בײַטאָג איז אַמפּשוטסטן:} אַ גוטן טאָׁג

{באַוואָרעניש: אויף יידיש קלינגט ווי אַ גרילצנדיקער גרײַז דער באַנוץ פון „אַ גוטן טאָג“ בײַם באַגעגענען זיך};

{ס′איז אַלעמאָל מעגלעך באַנוצן זיך מיט די „פרײַע באַגריסונגען“: ביים טרעפן זיך אַשטייגער:} שלום⸗עליכם מיטן ענטפער עליכם⸗שלום {אַז מען גיט אַ האַנט}; האַלאָ! א.א.; {און בײַם געזעגענען זיך:} אַ גוטן, אַ גוטן תמיד, זײַ(ט) געזונט, א.א.

{אין טיל ישיבהשע קרײַזן קען מען גראַדע טרעפן נאָכמיטיק:} אַ גוטע מנחה! {מנחב איז דאָך די טעגלעכע נאָכמיטאָגדיקע תפילה).

agenda

(א) {רשימה ענינים אויף צום באַהאַנדלען, אַשטייגער אויף אַ זיצונג, אין אַ (דער עיקר — פאָרמעלן) שמועס אָדער אַן אויסבײַט פון שריפטלעכע קאָמוניקאַציעס:} (דער) סדר היום [sèydər (h)ayóm]; ל″ר: סדר היום רשימות. {אַרכעאיש, פאָרמעל, נאָר בײַ זיצונגען, קאָנגרעסן און אַנדערע פיזישע טרעפונגען:} (די) טאָג אָרדענונג [tóg-òrdenung]. 

(ב) סעריע, קאָמפּלעקס, אָדער סיסטעם פון פּלענער, געוואונטשענע אויפטוען, אָדער אויפגעשטעלטע אויפגאַבן. 

(ג) {ניט בפירוש אַרויסגעזאָגטע כוונות און צילן, (טיילווײַז) כיטרע פאַרבאַהאַלטענע}: ניט⸗אַרויסגעזאָגטע כוונה [kavónə] \ ציל \ פּראָגראַם:} אַ פאַרבאַהאַלטענער סדר היום; וואָס האָט \ מיט פּניות [pní(y)əs].

air conditioner

{וואָס מאַכט קיל:} (דער) קאָנדיציאָנער; {וואָס רעגולירט די טעמפּעראַטור, אי אויף אָנוואַרעמען, אי אויף אָפּקילן:} לופט⸗מאַשין.

airplane

(דער) עראָפּלאַן [eroplán], ,[èrəplán]; (דער) סאַמאַלאָט [samalót] {אין רוסיש ריידנדיקע לענדער}.

airfare

(די) רײַזע געלט (צום פליען); דער שכר נסיעה [skhar-nesíyə] (צום פליען); וויפל ס′קאָסט דער בילעט; אָפּפלי⸗געלט.

 

alef, aleph

(דער) אלף [áləf]; {ערשטער אות פון יידישן אלף⸗בית}.

 

alphabet

(דער) אַלפאַבעט [alfabét]. {בנוגע יידיש, לשון⸗קודש, אַראַמיש:} (דער) אלף⸗בית [áləvbeyz], (דער) יידישער אַלפאַבעט.

 

alphabetize

אַלפאַבעטיזירן; {בנוגע יידיש, לשון⸗קודש, אַראַמיש:} מאַכן \ (אויס)שטעלן לויטן אלף⸗בית [áləvbeyz].

{היימיש:} אלף⸗ביתעווען [àləvbéyzəvn]. {היימיש שפּאַסיק (דורכן צונויפקלאַנג מיט „בייז“, „בייזערן“:} אַלעפבייזערן [àləvbéyzərn].

amazing; (adj.) 

נסים⸗ונפלאותדיק [nìsəm-vənifló(y)ə(s)dik]; אויסערגעוויינלעך; פאַנטאַסטיש; וואונדערלעך; וואונדער איבער וואונדער.

amazing! (interj.)

{אין באַוואונדערונג:} נסים ונפלאות! [nìsəmvənifló(y)əs]; אַ נס מן השמים! [anés minashomáyəm]; או⸗וואַ! וואַ! 

{בײַם אײַנזען אַז אַ „ניט מעגלעכע זאַך“ איז פאָרט וואָרהאַפטיק:} טויזנט⸗איין נאַכט!; אַ קשיא אויף אַ מעשה! [akáshəf-amáysə]; ניט צום גלייבן!; {פראַזע:} אַז גאָט וויל שיסט אַ בעזעם [bézm].

America

(די) אַמעריקע; (די) פאַראייניקטע שטאַטן {ל″ר};

 {שפּאַסיק גוטמוטיק:} אַמעריטשקע; אַמעריטשקע גנב {בפרט בײַם באַוואונדערן אַן אַמעריקאַנער טעכנאָלאָגישן אויפטו}.

{פראַזע:} די גאָלדענע מדינה [góldinə mədínə].

Amsterdam

אַמסטערדאַם [ámstərdam] {ל″ז}.

{אין אַמאָליקן האָלענדישן יידיש און אין היינטיקן האָלענדיש, און צווישן קענער פון יידיש:} מקום א′ [mó:kəm áləf] ,[mó:kəm óləf]; העט מקום [het mó:kəm].

analogically

אַנאַלאָגיש; על⸗פּי אַנאַלאָגיע; על⸗פּי גזירה שווה [àlpə gzèyre-shóvə].

 

analogy

(די) אַנאַלאָגיע [analógyə]; (די) גזירה שווה [gzéyre shóvə].

 

analogy: false analogy

אַ פאַלשע גזירה שווה [gzéyre shóvə]; פאַלשע אַנאַלאָגיע [analógyə]; {איידעלערהייט:} ניט⸗געלונגענע גזירה שווה (\ אַנאַלאָגיע).

{מיט ביטול, אָפּלאַכעריש:} אַ גזירה שווה פון כעלמער רבין; י ע נ ע גזירה שווה

anger (n.)

(דער) כעס [káəs]; (די) בייזקײַט; {ליטעראַריש:} (די) רוגזא [rúgzə]; {לומדיש, בפרט וועגן כעס פון גאָט אָדער פון אַ זייער חשובן מענטשן:} ירגזון [yirgózn];

{דער בײַנאַנדיקער כעס צווישן צוויי מענטשן צי צדדים:} (דער) ברוגז [b(ə)róygiz].

anger management

(דער) כעס⸗קאָנטראָל [káəs-kəntròl].

anger (v.)

אין כעס מאַכן [inká(y)(ə)s-màkhn]; אויפבייזערן [úvbeyzərn]; אַרײַנפירן אין אַ כעס \ רוגזא [rúgzə]; {מיט אַַ באַזונדערער כוונה יענעם אַרײַנפירן אין אַ כעס: אָנדרודלען [óndrùdlən].

angry

אין כעס [inkáyəs], [inká(ə)s]; ברוגז [bróygiz]; בייז; {ליטעראַריש:} ברוגזא, ברוגזאדיק [b(ə)rúgzədik]}.

answer (n.)

(דער) ענטפער; די תשובה [tshúvə] {לומדיש}.

{אין דער רבנישער טראַדיציע פון אַ תשובה אויף אַ שאלה אין הלכה:} (די) שאלת⸗תשובה [shàyləs-tshúvə]; אַ\די תשובה אויף דער שאלה [tshúvə avdər sháylə].

answer (v.)

ענטפערן; געבן אַ תשובה [tshúvə]; משיב זײַן [méyshəv-zayn] {לומדיש, ליטעראַריש}.

ant

(די) מוראַשקע [muráshkə], ל″ר: מוראַשקעס.

anus

(דער) אַנוס; (די) אַנאַלע עפענונג; {לומדיש אַקאַדעמיש:} (דער) פּי⸗טבעת [pì-təbáəs]; {וואולגאַריש, קען זיך באַציען סײַ אויפן פּי⸗טבעת, סײַ אויפן גאַנצן הינטערלחק:} (דער) תחת [tókhəs], דרומדיק: [tú(:)khəs].

 

Aquarius (astrol.)

מזל דלי [màzl-dlí].

are (main v. in present; aux. in past)

זײַנען (איר זײַט); זענען (איר זענט); {„זײַנען“ און „זענען“ זײַנען פולשטענדיק גלײַכבאַרעכטיקע פאָרמעס אין ליטעראַרישן און געלערנטן יידיש — וויכטיק איז:

(א) זײַן אויסגעהאַלטן אינעם באַנוץ אין אַוועלכן ניט איז איינאיינציקן טעקסט;

(ב) געוואָר זײַן, אַז דער חילוק גופא איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין איקאָנישן, תיכפדיקן אָנווײַז צי דער מחבר (רעדאַקטאָר, פּובליקאַציע וכו′) האַלט זיך, אַדורך „זײַנען“ נענטער מיטן צפון (ליטוויש) צי דורכן „זענען“ מיטן דרום (פּויליש, אוקראַיניש, אונגאַרש, רומעניש א.א.);

(ג) בײַם אַרויסגעבן אויפסנײַ עלטערע ווערק, איז עס פאַררעכנט פאַר איידל און דרך⸗ארצדיק צום מחבר און צום ווערק, אַז די אויסגאַבע (סײַ אַן איבערגעדרוקטער טעקסט מיט דערהײַנטיקטער אָרטאָגראַפיע סײַ אַ נײַע הקדמה פונעם רעדאַקטאָר אָדער אַרויסגעבער) זאָלן מיט דער שרײַבונג פון אָט דעם שבולת, דעם „לאַקמוס וואָרט“, דרך⸗ארץ אָפּגעבן דעם מחבר און דעם מחברס וועזן אויף דער ברייטערער מאָדערנער שפּראַכיקער מאַפּע פון יידיש וואו דער ערשטער סימן הירושה איז: צפון צי דרום.

Aries (astrol.)

מזל טלה [màzl-tlé], דרומדיק: [màzl-tléy].

artificial intelligence

(די) געקינצלטע אינטעליגענץ; געמאַכטע אינטעליגענץ; (דער) קאָמפּיוטערשער שכל.

{מיט ביטול:} (די) מיט⸗קונצן אינטעליגענץ{מיט ביטול, שפּאַסיק:} (די) אויכמיר אינטעליגענץ; {וועגן אַ פּרט⸗פאַל:} דעם קאָמפּיוטערס אַ חכמה; {וועגן דוחק אין מענטשלעכן שכל:} מיט אַ קאָמפּיוטערשן שכל.

asshole (anat.) → anus

asshole (fig.)  → ‘nasty person’

asslicker (fig.)

(דער) אונטערלעקער, (די) אונטערלעקערקע; (דער) תחת⸗לעקער, [tókhəs-lèkər] (די) תחת⸗לעקערקע {סלענג, וואולגאַר}; (דער) צולעקער, (די) צולעקערקע {סלענג, ווייניקער וואולגאַר}; (דער) חונף [khóynif], (די) חונפטע [khóyniftə]; (דער) חניפהניק [kh(ə)nífənik], (די) חניפהניצע [kh(ə)nífinitsə]; דער חנפן [khánfm], די חנפנטע [khánf(ə)ntə].

ATM (UK: cashpoint)

{פראַזע:} גיין צו דער וואַנט („איך קום באַלד, איך דאַרף גיין צו דער וואַנט קריגן מזומן“); (די) געלט⸗מאַשין.

augmented reality (cf. virtual reality)

(אַ\די) צוגאָב רעאַלקײַט; (די) באַאַרבעטע רעאַליטעט; אָגמענטירטע רעאַליטעט.

aunt

(די) מומע.

(די) טאַנטע {דיאַלעקטיש אָדער דײַטשמעריש און צײַטונגס⸗שפּראַך};

(די\דאָס) מעמעלע {אין טיילן פון אַמאָליקן מערבדיקן יידיש}.

autumn (n.)

(דער) האַרבסט; (דער) אָסיען; {אין מזרח אייראָפּע איז האַרבסט מער ליטעראַריש (אָדער אַפילו פּאָעטיש), אָסיען מער טאָגטעגלעך — אין מערב פּונקט פאַרקערט}.

autumnal; autumn (adj.)

האַרבסטיק [hárpstik]; אָסיענדיק [ósyəndik]; {פיגוראַטיוו, פּאָעטיש}: חשוונדיק [khéshv(ə)ndik].

Av (Jewish month)

אב [ov], דרומדיק: [u:f]: דער עלפטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער פינפטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינלעך אין יולי–אויגוסט, האָט דרײַסיק טעג; חודש פון טרויער⸗טאָג תשעה⸗באב.

avatar

{בכלל:} (דער) אַוואַטאַר [avətár]; סימבאָלישע פיגור וואָס רעפּרעזענטירט אַ ברייטערע אידיי; מענטש וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ מוסטער פון אַ באַוועגונג, אידעאָלאָגע, תקופה אָדער אַנדער אַבסטראַקטן ברייטערן יש.

{הינדואיזם:} אַ מענטש וואָס שטעלט מיט זיך פאָר דאָ אויף דער וועלט אַ מוסטער בזעיר אנפּין פון אַ העכערן געטלעכן וועזן; (דער) רעליגיעזער משולח [religézər m(i)shúlekh], ל″נ (די) אַוואַטאַריטע [avətáritə]; רעליגיעזע משולחתטע [religézə m(i)shulákhəstə].

{אויפן עקראַן פון קאָמפּיוטערס, מאָבילנע טעלעפאָנען און אַנדערע מכשירימלעך:} מענטשעלעאיקאָן, בילדעלע וואָס שטעלט מיט זיך פאָר, אויף גיך⸗גיכער דערקענונג, אַ ספּעציפישן באַנוצער.

awesome! (interj.)

גוואַלדיק!; או⸗וואַ!; וואַ! [va:a:a]; אָהאָ! אײַ אײַ אײַ! [á-yáy-yáy]; אָט (האָסטע) אַ מעשה! [ót (hostə) a màysə];

{מיט גוזמאשקײַט, אַז אַזאַ גרויסע זאַך איז שוין מסוכן:} געפערלעך! סכנותדיק! [sakónəzdik]; אַ שרעק!

{דווקא יידישלעך:} נסים ונפלאות! [nìsəmvənifló(y)əs]; אַ נס מן השמים! [anés minashomáyəm]; די אַנדערע טעג יום⸗טוב! [yóntəf]; {אין ישיבהשן לשון צומאָל:} ממש! [máməsh].

awesome (adj.)

נסים⸗ונפלאותדיק [nìsəmvənifló(y)ə(s)dik]; אויסערגעוויינלעךפאַנטאַסטישוואונדערלעך; {פראַזע:} וואונדער איבער וואונדער
 


B

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


 b

(דער) בע (צווייטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:bi].

 

baby girl naming ceremony

(דער) האָלעקרייש {מנהג פון עלטערן אשכנז, וואו⸗ניט⸗וואו אויפגעלעבט אין פאַרשיידענע קרײַזן].

background check

(די) פּערזענלעכע אונטערזוכונג; {ווי אַו אַמעריקאַנער פּרט⸗באַגריף, צי מיט אַ קאַפּ הומאָר:} (דער) בעקראָנד טשעק.

bakery

(די) בעקערײַ [bekəráy].

balls (sl. for ‘courage’)

בצים [béytsəm] {ניט⸗פאָרמעל, טיילמאָל שפּאַסיק, בײַ טראַדיציאָנעלע קרײַזן פאַררעכנט וואולגאַר}. סטיליסטיש נייטראַלע וואַריאַנטן: מוט, באַהאַרצטקײַט, קוראַזש, בראַווקײַט.

baloney! (interj.)

אַ פאַלשע מעשה! [afálshə-máysə]; אַ ליגן די מעשה! {אַרכעאיש:} אַ באָבע⸗מעשה [bóbə-màyse], דרומדיק: [búbə-má:nsə]; כזב ושקר! [kózəvəshé(y)kər]; אַ ליגן די מעשה!; ס′הייבט זיך ניט אָנעט! [s-héybdzakh-nitónit], דרומדיק: [s-háyptsakh-nishtúnit];

{פראַזעס:} אַ נעכטיקער טאָג!דעם קאָפּ געדרייט! ליטוויש: די קאָפּ געדרייט!; ני(ש)ט געשטויגן ני(ש)ט געפלויגן [ni(sh)t-gishtóyn ni(sh)t-giflóygn],  ליטוויש: [nìgishtéygn-nìgifléygn]; אין תמוז גייט אַ שניי! [intáməz geyt-ashnéy];

{לומדיש:) לא דובים ולא יער [loy-dúbəm vloy-yáər], דרומדיק: [loy-dí:bm vloy yá:r]; להד″ם! [l-hódəm] ,[lahadám] = לא היו דברים מעולם [loy-hóyu dvórəm meyóyləm], דרומדיק: [loy-húyə dvú:rəm mayóyləm].

bannister, railing

(דער) פּאַרענטש [paréntsh].

basics

יסודותדיקע זאַכן [yəsóydəzdikə zákhn]; יסודותדיקײַטן [yəsóydékáytn]; וואָס ס′איז אַ יסוד [y(ə)sód]; פונדאַמענטאַלקײַטן [fundamèntálkaytn]; דער פונדאַמענט [fundamént] ,[fundámənt].

battery

(די) באַטאַרייקע [bataréykə]; ל″ר: באַטאַרייקעס.

beginner (elementary student)

(דער) אָנהייבער [ónhèybər] (דרומדיק: [ún(h)àybər]), ל″ר אויך אָנהייבער (Ø פּלוראַל) בײַם רוב יידיש ריידנדיקע, אָבער: אָנהייבערס אין נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן; ביידע זײַנען אָנגענומען. גילט פאַר ביידע מינים, מען קען אָבער מפרט זײַן: (די) אָנהייבערין, ל″ר: אָנהייבערינס; עלטערע שרײַבונג און אויך פּאָפּולערער אַרויסרייד אין צוואַנקציסטן יאָרהונדערט: אָנהויבער.

{אויך:} עלעמענטאַר סטודענט; {שפּאַסיק אין טייל יידישע שפּראַך קורסן:} אַ ←דרדקי שילער [dárdəkə]; {אַרכעאיש דײַטשמעריש:} אָנפאַנגער.

Belarus

בעלאַרוס [belarús] {הײַנטיקע מדינה}.

בעלאַרוסיע {די סאָוועטישע רעפובליק, אויך פאַרשיידענע גלגולים בעת און נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה}.

ווײַסרוסלאַנד [váysrùsland] {אומאָפּהענגיקער באַגריף וואָס איז לאו דווקא אָנגעווענדט אָן ספּעציםפישע גרענעצן, אָבער אָפטמאָל אָנגעווענדט לגבי די צאַרישע צײַטן און פריער נאָך אין דער תקופה פון ליטווישן גרויספירשטנטום (און במשך דעם פאַראיין מיט דער פּוילישער מלוכה)}.

די מזרחדיקע ליטע [mízrekhdikə lítə] {פון שטאַנדקפּונקט פון דער יידישער קולטור געאָגראַפיע פון מזרח אייראָפּע און בפרט מצד דער יידישער דיאַלעקטאָלאָגיע און פאָלקלאָר; אויך פון דער עלטערער געשיכטע פון ליטווישן גרויס פירשטנטום}. 

רײַסן {טראַדיציאָנעלער יידישער נאָמען פון אַ טעריטאָריע וואָס דעקט זיך נישקשהדיק מיט דער טעריטאָריע פון הײַנטיקן בעלאַרוס, אַ נאָמען וואָס טרעפט זיך אין די מקורות שוין הונדערטער יאָרן און איז לעבעדיק געווען אין מויל פון אַ סך יידן ביזן חורבן, און בײַ דער שארית הפּליטה שיער ניט ביז איצטער. פון משה קולבאַקס באַליבטער פּאָעמע „רײַסן“, אין די צוואַנציקער יאָרן פון צוואַנצקסטן יאָרהונדערט, איז קלאָר אַז אַ גאַנצער ריי שטעטעלעך אין ווילנער געגנט, צו מזרח צו פון ווילנע גופא, געהערן אין פּאָעטס קולטור געאָגראַפיע — רײַסן.

אין אַמאָליקע ווילנער אויסגאַבעס פון סליחות און אַנדערע ספרים האָט מען אָנגעגעבן דעם נוסח בזה הלשון: ליטא, זאמיט, רייסן}.

believer (in God)

{בײַ יידן:} (דער) גלייביקער, ל″נ: גלייבערין; {לומדיש:} (דער) מאמין [máymən], ל″נ מאמינטע [máyməntə], ל″ר מאמינים [mamínəm] {נאָכמער לומדיש:} [maymínim].

{אוניווערסאַל:} וואָס \ זיי גלייבן אין גאָט.

betray

פאַרראַטן [farátn]; פאַרנאַרן; בוגד זײַן (אין) [bóygəd].

 

betrayal

(דער) פאַרראַט [farát]; (די) פאַרנאַרונג; {בפרט אין אַן אידעאַל, וועזן, גלויבן אָדער אין אַ מלך אָדער אַנדער הערשער:} (די) בגידה (אין) [b(ə)gídə]. 

Bible (Jewish)

{אין דער טראַדיציאָנעלער יידישער סביבה:} תנ″ך [tanákh] מאַכט: תורה [tóyrə], נביאים [n(e)ví(y)əm], כתובים [ksúvəm]; אויך: עשרים וארבע [svárbə]; כדלהלן:

תורה; {אין געדרוקטע אויסגאַבעס מיט ניקוד און טראָפּ:} דער חומש [khúməsh], די פינף חומשים [khumóshəm]: בראשית [bréyshəs], שמות [shmóys], ויקרא [vayíkrə], במדבר [bamídbor], דברים [dvórəm].

נביאים [nevíyəm]: די נביאים ראשונים [nevìyəm rishóynəm] — יהושע [yəhəshúə], שופטים [shó(y)ftəm], שמואל א′ [shmúəl áləf] און שמואל ב′ [shmúəl béyz], מלכים א′ [mlókhəm áləf] און מלכים ב′ [mlókhəm béyz]; נביאים אחרונים  [nevìyəm akhróynəm]  — ישעיה [yəsháyə], ירמיהו [yirmiyóhu], יחזקאל [yəkhézkl], תרי עשר [trèyósər] (די צוועלף נביאים): הושע [həshéyə], יואל [yóy(ə)l], עמוס [óməs], עובדיה [oyvádyə], יונה [yóynə], מיכה [míkhə], נחום [nókhəm], חבקוק [khavəkuk], צפניה [tsfányə], חגי [khágay], זכריה [zəkháryə] \ [skháryə], מלאכי [malákhə]).

כתובים {דווקא אָן דעם באַשטימטן אַרטיקל:}: תהלים [tíləm], משלי [míshlə], איוב [íyəv]. די פינף מגילות: שיר השירים [shìrashírəm], רות [rus], איכה [éykhə] , קהלת [kehéləs], אסתר [éstər]. דניאל [d(e)níy(ə)l], עזרא [ézrə], נחמיה [n(ə)khémyə], דברי הימים א′ [dìvreyayóməm áləf] און דברי הימים ב′ [dìvreyayóməm béyz].

Bible (nondenominational, interdenominational)

(די) ביבל — דער תנ″ך [tanákh]: דער אַלטער טעסאַמענט {פּלוס} דער נײַער טעסטאַמענט \ די קריסטלעכע ביבל \ ברית חדשה [bris khadóshə].

bicycle

{אין מערב:} (דער) בײַסיקל, ל″ר: בײַסיקלעך צי בײַסיקלס [báysəklz]; {אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} וועלאָסיפּעד צי וועליסאָפּעד {געבליבן פּאָפּולער אויך אַנדערשוואו}; אַרכעאיש, בײַ שטאַמיקע פון צווישנמלחמהדיקן פּוילן:} (דער) ראָווער.

bill (demand for payment)

(דער) חשבון [khéshbm]; (דער) אָפּצאָל⸗צעטל; (די) מאָנונג.

bio thief (biography plagiarist / copycat)

(דער) לעבנס⸗גנב [lébms-gànəv], ל″ר: לעבנס⸗גנבים [lébms-ganòvəm]; ביאָגראַפישער אָפּקאָפּירער; נאָך⸗מאַלפּעווער [nókh-màlpəvər].

 

bitcoin

(דער) ביטקאָין; „אינוועסטירן אין ביטקאָין“. {ביטולדיק:} ביטקאָין⸗שמיטקאָין.

blog (n.)

(דער) בלאָג, ל″ר: בלאָגס [blógz].

 

blog (v.)

בלאָגן; {קריטיש וועגן בלאָגן צופיל אָדער ניט צו דער זאַך:} אָנבלאָגעווען; האַקן  (\קלאַפּן) אויפן בלאָג.

blogger

(דער) בלאָגער, ל″נ בלאָגערין {\צי וואַרעם⸗ביימיש צי מיט אַ קאַפּ איראָניע:} בלאָגערקע.

blue

בלאָ; בלוי.

book (n.)

{בײַ הייליק יידישע, למשל אַ סידור, חומש, גמרא וכד′:} (דער) ספר [séyfər], ל″ר: ספרים [sfórəm]; אין דרומדיקע דיאַלעקטן: [s(ə)fú:rəm] ,[sáyfər].

{אויסער הייליק יידישע ביכער:} דער\דאָס בוך [bukh], אין די דרומדיקע דיאַלעקטן [bi:kh], ל″ר: ביכער.

{ערשטער דימינוטיוו:} (דאָס\דער) ביכל ′פּאַמפלעט′, ′זייער קורצער בוך′ {אָדער באַליידיקנדיק, ביטולדיק:} ′אַ שלעכטער \ נאַרישער בוך’, וואָס איז דערצו דווקא קורצלעך′.

{צווייטער דימינוטיוו:} (דאָס\דער) ביכעלע ′פּאַמפלעטל′, ′זייער אַ קליינער ביכל′ {אָפטמאָל מיט צאַרטקײַט, ליבשאַפט, אינטימקײַט}.

boots

שטיוול (ל″ר).

boring

נודנע; {אַרכעאיש:} לאַנגווײַליק.

box (n.)

(דער\דאָס) קעסטל; {אַ זעלטן גרויסער:} (דער) קאַסטן; (אַ קליינינקער, צומאָל מיט צאַרטקײַט:} (דאָס\דער) קעסטעלע

boxer

(דער) באָקסער; (די) באָקסערקע.

boyfriend

(דער) חבר [khávər], ל″ר חברים [khavéyrəm] {ווען די נאָענטשאַפט איז קלאָר; אין אַ סך פאַלן איז נייטיק דער פּאָסעסיווער פּראָנאָם, למשל ′מײַן חבר′, ′איר חבר′ וכו′. (דער) ליובאָווניק [l(y)ubóvnik] {בפרט אין פאַלן וואו די ליבע איז אַ נײַע, אַ חידושדיקע אָדער גאָר אַ בסודותדיקע אָדער אין דער בחינה פון אַ לינקער ליבע}. (דער) ליבהאָבער, (דער) געליבטער [gelíptər] {די ביידע קענען אָנווײַזן אויף אַן אַנטוויקלטער סטאַדיע פון די באַציאונגען, און טראָגן ביידע אַ מער ליטערערישן, טיפערן טאָן}. (דער) טרענער {סלענג, ערנסט אָדער שפּאַסיק געווענדט אין קאָנטעקסט}.

Bratislava

{הײַנטיקע קרוינשטאָט פון סלאָוואַקיע:} בראַטיסלאַווע {אין דער יידישער געשיכטע אייביק לויטן נאָמען אין דער עסטרײַכיש⸗אונגאַרישער מלוכה:} פּרעשבורג [prés(h)barg], [préshburg], [présburg].

bravo!

בראַוואָ!; יישר⸗כח!; ש′כח[shkóyakh] ,[yish(ər)kóyakh], און אַנדערע וואַריאַנטן (אין ליטווישע וואַריאַנטן מיטן באַטאָנטן [shkéyakh] — [éy] וכו′.

{דעם „בראַוואָ“ קען מען אויך אויסדריקן מיטן אָנרופן דעם בעל⸗הבראַוואָ גופא:} אַ מאַלאַדיעץ! [malad(y)éts] אין זין פון: „אײַ האָסטו זיך פאַרדינט שוין איינמאָל אַ בראַוואָ“.

 

bribe (n.)

(דער) שוחד [shóykhəd]; {ניט⸗פאָרמעל און אָפטמאָל שפּאַסיק:} (דער) כאַבאַר [khabár].

bribe (v.)

געבן שוחד [shóykhəd]; {ניט⸗פאָרמעל און אָפטמאָל שפּאַסיק:} געבן כאַבאַר [khabár]; אונטערצאָלן; אונטערקויפן; {סלענג:} אונטערשמירן; {מיט אַ קאַפּ הומאָר:} אַרײַנרוקן (אין קעשענע אַרײַן). 

bribed person

(דער) משוחד [m(ə)shúkhəd], ל″נ (די) משוחדתטע [m(ə)shukhédəstə], ל″ר: משוחדים [m(ə)shukhódəm], {אין דרומדיקע דיאַלעקטן: [m(ə)shi:khú:dəm] וכד′.

bro

(דער) חבר⸗אָ [khàveró]; פּאַני⸗בראַט; גוטער⸗ברודער; דער ר′ ייד [reb(y)íd] {אין דריטער פּערזאָן}.

{וואָקאַטיוו:} העי, חבר! אָ⸗חבר! {צו אַ יידן:} ר′ ייד [reb(y)íd].

Brooklyn

ברוקלין {ל″ז}.

Brooklynite (n.)

(דער) ברוקלינער [brúklinər], ל″נ: (די) ברוקלינערין [brúklinər(i)n].

Bronx

די בראָנקס {ל″ר}, „זיי וואוינען אין די בראָנקס“.

 

Bronxer

(דער) בראָנקסער, ל″נ: די בראָנקסערין, {מיט מער וואַרעמקײַט, אינטימקײַט:} בראָנקסערקע.

brothel

(דער) באַרדאַק [bardák]; (דאָס\די) שאַנד⸗הויז; (דאָס) הײַזל;

{ניט פאָרמעל, שפּאַסיק, וואולגאַריש: (דאָס\די) קורווע⸗הויז; נפקא⸗הויז [nafkə-hoyz]; (לומדיש⸗שפּאַסיק⸗וואולגאַריש:} בית-הנפקאות [beys-anafkó(y)əs], דרומדיק [bays-anafkú:əs].

building (n.)

(דער) בנין [bíyən] ,[bínyən], ל″ר: בנינים [binyónəm]; {אַרכעאיש, דײַטשמעריש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} (די) געבײַדע, ל″ר: געבײַדעס.

{אָפּלאַכעריש:} אַ געבויעכץ!

bullshit (n.)

(דער) בולשיט; רייד וואָס האָבן ניט קיין האַפט; ניט⸗אמתע רייד; {פראַזעס:} אָנגעבאַרעט אַ קאָפּ; פאַרדרייט אַ קאָפּ; סתם געזאָגט געוואָרן; סתם אין דער וועלט אַרײַן; האָט ניט קיין שום ממשות [mamóshəs]; האָט ניט קיין האַפט; קינסטלעריש פאָרגעשטעלטע ניט⸗אמתדיקײַטן.

bullshit (v.)

ריידן סתם אין דער וועלט אַרײַן; קינסטלעריש אָנריידן אָן אַ שייכות צו דעם אמת; איבערצײַגעוודיק אָנריידן ניט⸗ריכטיקע זאַכן; דרייען אַ קאָפּ; דרייען אַ ספּאָדיק; אָנבאַרען; אָנהאַקן; ריידן בולשיט (←).

businessman; businesswoman business person

(דער) סוחר [sóykhər], ל″ר [sókhrəm]; ל″נ: (די) סוחרטע [sóykhertə]; {פון די ענגליש ריידנדיקע לענדער, פאַרשפּרייט אויך אַנדערשוואו:} (דער) ביזנעסמאַן, ל″ר: ביזנעסלײַט; {אין די רוסיש ריידנדיקע לענדער און די לעצטע יאָרן פאַרשפּרייט אויך אַנדערשוואו:} (דער) ביזנעסמען [biznismén], ל″נ: (די) ביזנעסמענקע [biznisménke].


 C

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


 c

(דער) צע (דריטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:si].

calendar

{אַלגעמיינער:} (דער) קאַלענדאַר [kaləndár], ל″ר: קאַלענדאַרן. {יידישער אָדער וואָס נעמט אויך אַרײַן די יידישע דאַטעס:} (דער) לוח [lúakh], [lúəkh], ל″ר: לוחות [lúkhəs].

 

Canadian (person)

(דער) קאַנאַדער [kanádər], ל″נ (די) קאַנאַדערין [kanádər(i)n].

Canada

קאַנאַדע [kanádə] (ל″נ); (אַרכעאיש:) קאַנאַדאַ.

Canadian

קאַנאַדיש {בייגעוודיק}; קאַנאַדער {אומבייגעוודיק}.

Cancer (astrol.)

מזל סרטן [màzl-sártn].

Capricorn (astrol.)

מזל גדי [màzl-g(ə)dí].

ceiling

(די) סטעליע [stél(y)ə]. {פאַראַן אַ צאָל וואַריאַנטן אין יידישע דיאַלעקטן, בתוכם: (די) סטאָלעוואַניע; (דער) סופיט; (דער) באַלקן;, {ל″ר} (די) ליובעס א.א.}

cellphone

   (דער) טעלעפאָנטשיק; (דער) מאָבילנער (טעלעפאָן), סעלפאָן, סעל{אַ נעאָלאָגיזמען וואָס זײַנען עלול אַרויסרופן געלעכטער בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך:} מאָבילקע, סעלקע.

cemetery

{בײַ יידן:} (דער) בית⸗עולם [bəsóyləm], ליטוויש: [bəséylom]; (דער) בית⸗עלמין [bəsálmin]; (דער) בית⸗הקברות [beysakvórəs] {לומדיש}; (דער) בית⸗(ה)חיים {לומדיש, לס″נ}; (דער) פעלד {אַרכעאיש, ליטעאַריש, אָבער נאָך אין באַנוץ אין דער פראַזע: אויפן פעלד [àfn-féld]; אין ווילנע: „אויפן אַלטן פעלד“ [afn áltn féld] וועגן אַלטן ווילנער בית⸗עולם אויף פּיראַמאָנט}.

{ביי קריסטן:} (דער) צווינטער; (דער) קברים⸗פעלד; {אין אַ ספּעציפישן שטעטל אָדער געגנט:} בײַ די שטיינער.

certainly! (interj.)

אַוודאי! [avádə]; געוויס! [givís]; זיכער!;

{פראַזעס:} וואָס פאַראַ פראַגע?; אַ פראַגע?; הונדערט פּראָצענט!; זיכער ווי גאָלד!; פאַרשטייט זיך! [farshtéytsakh], [farshtéydzakh]; וואָדען? [vodén]; אָן קיין שום צווייפל [ón kéynshum tsvéyfl].

Chabad-Lubavitch

חב″ד [khabád], ליובאַוויטש [ləbávitsh] {אין עלטערן באַנוץ: ליבאַוויטש]; חב″דיש [khabádish]; חב″דסקע [(khabádskə(r)] {אָפטמאָל באַליידידנדיק, צי מצד אַנדערע חסידים צי מצד מתנגדים};

{אַדווערביאַל⸗אַגענטיוו:} (זײַן) חב″ד: „ער איז חב″ד“, „מיר זײַנען חב″ד″;

{נאָכפאָלגער פון חסידות חב″ד:} (דער) ליובאַוויטשער {אומבייגעוודיק}; (דער) חב″דניק [khabádnik], (די) חב″דניצע [khabádnitsə]; {מיט ביטול:} (דער) חב″דסקער, ל″נ (די) חב″דסקערין; {מיט נאָכמער ביטול:} חב″דסקערקע [khabádskərkə].

challah

(די) חלה [khálə], ל″ר: חלות [kháləs].

{אין צפונדיקע דיאַלעקטן אויך:} (די) קיטקע, ל″ר קיטקעס.

{אין עלטערן מערבדיקן יידיש און עד היום אין געוויסע אונגאַרישע קרײַזן: באַרכעס \ בערכעס {צומאָל געשריבן: ברכות}.

charlatan

(דער) שאַרלאַטאַן [sharlatán]; (דער) זשוליק; (דער) אָפּנאַרער; (דער) בלאָפער; (דער) פייקער.

Cheshvan (Jewish month)

חשוון [khéshv(ə)n]: דער צווייטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער אַכטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינלעך אין אָקטאָבער–נאָוועמבער, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק צי דרײַסיק טעג.

China

כינע [khínə] (ל″נ); קיטאַי [kitáy] (ל″ז, אין סלאַוויש ריידנדיקע לענדער).

Chinese

כינעזיש [khinézish].

Christmas

{נייטראַל:} קריסמעס [krísməs]; (דער) קאַלייד [kaléyd] {אין טייל ליטווישע דיאַלעקטן}; {היסטאָריש, טיילמאָל באַליידיקנדיק, טיילמאָל ביטולדיק⸗שפּאַסיק (צוליב דער אַסאַציאַציע מיט נִיתָּל ‘דער געהאַנגענער’ = ‘דער קרוציפיצירטער’:} ניטל; {סלענג, שפּאַסיק און אָפטמאָל באַליידיקנדיק:} קראַצמאַך, קראַצמעך {מיט שאַרפערע אַסאָציאַציעס אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן וואו „עך קראַצמאַך“ = ′איך קראַץ זיך′}.

chromebook

(דער) קראָמבוק, ל″ר: קראָמבוקס, צומאָל דווקא אויך: קראָמביכער.

church (building)

{קריסטלעך:} (דער) קלויסטער {קאַטויליש אָבער אויסער מזרח אייראָפּע אָנגעווענדט לגבי אַוועלכן ניט איז קריסטלעכן געבעט⸗הויז}; (די) צערקווע {רוסיש⸗אָרטאָדאָקסיש}; {בכבודיק עקומעניש:} (דאָס) קריסטעלכע געבעט⸗הויז; {אָפּלאַכעריש און באַליידיקנדיק:} די טיפלע, תיפלה [tíflə];

{אוניווערסאַל:} (דאָס) תפילה⸗הויז; (דאָס) געבעט⸗הויז; אַ הויז פון געבעט

church (institution)

(די) קירך; {באַנוץ וואָס גרילצט בײַ מזרח⸗אייראָפּעאיש געבאָרענע בײַ וועמען „קלויסטער איז פאָרט אַ בנין“, נאָר ס′גייט אַ סברא אַרײַן אין באַנוץ פאַרן ברייטערן באַגריף:} (דער) קלויסטער.

circumcision

{לויט דער טראַדיציע, בײַ יידן:} ברית מילה [bris-mílə] {אין אַלגעמיין}; (דער) ברית [bris] {אַ ספּעציפישער פאַל פון דער צערעמאָניע וואָס איז כולל תפילות, די נאָמען⸗געבונג, פאַרשיידענע טראַדיציעס און דער מל⸗זײַן גופא}; {אין אַלגעמיין וועגן דער אָּפּעראַציע גופא:} דער\דאָס מל זײַן [mál-zayn]; {לס″נ און אַלס יידישער באַנעם}: דער\דאָס יידישן.

{ווי אַ רעליגיעזע טראַדיציע בײַ אַנדערע פעלקער, דער עיקר מוסלמענער:} דער\דאָס מל זײַן [mál-zayn].

{ווי אַ מעדיצינישע פּראָצעדור אָן אַ שייכות מיט רעליגיעזע גלויבנס}: (די) באַשנײַדונג (בײַם זכר); (די) צירקומציזיע.

climate change

(די) קלימאַטישע פאַרענדערונג; (דער) קלימאַטישער איבערבײַט.

{אָפּלאַכעריש, אָנזידלדיק בײַ די ניט⸗גלייביקע צו דער זאַך, עלעהיי בײַ טראָמפּיסטן:} קלײַמעט טשיינדזשקלײַמעט טשיינדזש — שמײַמעט טשיינדזש.

clueless

 גלאַט תמעוואַטע [taməvátə]; (זײַן) אַ שאינו יודע לשאול [sh(ə)èynə-yədèyə-lísh(oy)l] ′וואָס ווייס גאָר ניט אַוואָס צו פרעגן′ {< פון די פיר זין וואָס אין דער הגדה}; וואָס הייבט ניט אָן צו וויסן; אָן אַ ברעקל וויסן (\קענטעניש \ צוגרייטונג וכו′).

clumsiness

{וועגן פיזישער באַוועגונג:} (די) אומגעלומפּערטקײַט; גיין (\שפּרינגען, לויפן וכו′) ווי אַ קלאָץ; (די) קלאָצישקײַט.

{וועגן יענעמס אַרגומענטירונגס⸗מעטאָדאָלאָגיע, פראַזעס}: אומגעלומפּערט!; שוואַכע ראיות! [ráyəs] {ל″ר}; שוואַכלעך געדרשנט [gədárshnt].

clumsy

אומגעלומפּערט; {פיזיש:} ווי אַ קלאָץ, קלאָצעוודיק, מעשה קלאָץ.

coast guard

(דער) ים⸗וואַך [yám-vakh].

cobble-stoned (street)

(דער) ברוק; ברוקירט.

coffee (drink)

(די) קאַווע; {הומאָריסטיש, וועגן שוואַרצע קאַווע וואָס אַפילו דער פרומסטער ייד פאַררעכנט פאַר כשר:} משקה ישראל [máshkə-(y)isró(ə)l] {מיטן מעגלעכן (פאָלקלאָריסטישן) בײַ⸗באַדײַט אַז יידן „טרינקען פאָרט ווייניקער“ (אַלקאָהאָל) און אַז שוואַרצע קאַווע טויג יעדן יידן, זאָל זײַן דער סאַמע אָפּגעהיטענער};

{ל″ר:} קאַוועס [káviz]; {אַז ס′גייט די ריידן וועגן אַ בכבודיקן אָפּקלײַב פון פאַרשיידענערליי און בפרט עקזאָטיש⸗מיני קאַוועס, קען מען מיט גוטמוטיקער באַוואונדערונג אָנווענדן אויך דעם רבים:} קאַוואָעס [kavó(y)əs].

coffee (social event)

(די) קאַווע;

{פראַזעס:} אַ שעה בײַ אַ גלעזל קאַווע; קומען אויף אַ גלאָז קאַווע; קומען אויף קאַוועס.

cold (n.)

(די) קעלט; (די) קאַלטקײַט; {אַ וועטער וואָס האַלט זיך אויף אַ צײַט}: (די) קרירה [krírə], (די) קעלטעניש.

cold (n.) (ailment) (have a cold)

זײַן פאַרקילט; (האָבן אַ:) פאַרקילונג; גריפּע; קאַטער.

 

cold (adj./adv.) (low temperature)

קאַלט; {מיט רעפלעקסיוו:} קאַלט זײַן (+ דאַטיוו פון דעם וועמען ס′איז קאַלט): „אונדז איז אינדרויסן זייער קאַלט געווען“;

{דימינוטיוו}: קאַלטלעך;

{עקספּאַנסיוו:} אײַז⸗קאַלט; בײַסיק; קרירהדיק [krírədik]; אײַזיק; אײַזעדיק; פראָסטיק; קאַלט שבקאַלט [kált-shebəkált] וואָס ס′קען נאָר קאַלט זײַן;

{פראַזעס:} אויף פאַרפראָרן (צו) ווערן; ס′נעמט אַדורך די ביינער; קאַלט ווי אין סיביר; קאַלט ווי אין שבט [shvat]; קאַלט ווי אין שבט⸗נע⸗בראַט [shvát-n(y)ə-brát].

cold (adj./adv.) (figurative)

קאַלט; מיט קאַלטע בלוט; קאַלטבלוטיקאומפרײַנטלעך;

{אָדאָרטן אַוואו מען באַטאָנט דעם איבערבײַט לגבי אַ פריערדיקער וואַרעמקײַט:} אָפּגעפרעמדט; אָפּגעווײַטערט;

{פראַזעס:} ווי אַ קאַלטער לונג און לעבער; קאַלט ווי אַ מת [vì-a-més]; אָן אַ ברעקל וואַרעמקײַט.

cold: a cold person

(דער) קאַלטער („ער איז אַ קאַלטער“); (די) קאַלטע („זי איז אַ קאַלטע“); אַ קאַלטבלוטיקער; {צומאָל מיט הומאָר, באַטאָנענדיק מער וואָס יענעם אַרט גאָרניט איידער די קאַלטקײַט גופא:} אַ קאַלטער מלאך [akáltər-máləkh]; {אַוואו מ′האַלט, אַז די קאַלטקײַט שטאַמט פון גאווה:} אַ גאַנצער קנאַקער.

{פראַזעס:} אַ קאַלטער לונג או לעבער; אַ שטיק אײַז; (ער\זי) האַלט זיך אָפיציעל; מיט אַ דיסטאַנץ צו אַלעמען; (איז) אַ קאַלטע פיש.

colloquial

פון דער שמועס⸗שפּראַך; שמועס⸗שפּראַכיקאין טאָגטעגלעכן באַנוץ {וועגן אַ שפּראַכיקן שטריך}; קאָלאָקוויאַל.

collusion

(די) קאָלוזיע; אומלעגאַלע צונויפריידעניש; (דער) אומבאַרעכטיקטער אָפּרייד; כיטרער אָפּמאַך; (די) צונויפדַבּרעניש. 

committee, board, council

(דער) קאָמיטעט [komətét]; (די) קאָמיסיע [komísyə] {סתם לײַט קענען זיך מאַכן אַ קאָמיטעט, בשעת ווען קאָמיסיע טראָגט פאָראויס אַ געפיל אַז די אָפּקלײַבונג פון די מיטגלידער האָט אַ פעסטן אינסטיטוציאָנעלן יסוד}; (דער) ועד [vá(ə)d] {בפרט בײַ טראַדיציאָנעל יידישע קהילות און קערפּערשאַפטן}.

comprehensive immigration reform

{אַמער.} אַרומנעמיקער רעפאָרם פון אײַנוואַנדערונג (געזעצן).

computer

(דער) קאָמפּיוטער, ל″ר: קאָמפּיוטערס.

condom

 (דער) קאָנדאָם; (דער) פּרעזערוואַטיוו {אין רוסיש ריידנדיקע לענדער}; (דער) ראָבערל {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער};

{הומאָריסטיש:} (דער) שמעקלדעקער [shmékldèkər] {אַ סברא געשאַפן פון הומאָר וועגן פון קלמן קאָוול אין 1980 — האָט זיך נישקשהדיק זינט דעמאָלט פאַרשפּרייט};  (דאָס) פראַנצייזישע היטעלע.

 

Conservative Judaism

(דער) קאָנסערוואַטיווער יודאַאיזם; (די) קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג {אַוואו די שייכות מיט יידן איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט}; די קאָנסערוואַטיוון (ל″ר).

{מיט ביטול מצד אָרטאָדאָקסישע יידן:} (פון) שעכטערס סעמינערי.

Conservative Judaism: member, follower

 (דער) קאָנסערוואַטיווער ייד [konservatívər (y)id]; (ער\זי) איז פון די קאָנסערוואַטיוון); {אַמעריקאַניש, צומאָל מיט ביטול מצד אָרטאָדאָקסישע יידן:} ער\זי איז קאָנסערוואַטיוו [konsóyvətiv].

consider (think about, take into account)

נעמען אין באַטראַכט; באַטראַכטן; באַקלערן; אַרײַננעמען אין חשבון [khézhbm].

contradiction

(די) סתירה [stírə], ל″ר: סתירות [stírəs]; {אין טייל קרײַזן אַרכעאיש:} (דער) ווידערשפּרוך; {באַליבט אין געוויסע וועלטלעכע קרײַזן געלערנטע:} (דער) ווידעראַנאַנד.

contribution (financial)

(די) מתנה [matónə], ל″ר מתנות {אַוואו ס′איז קלאָר דער אינסטיטוציאָנעלער קאָנטעקסט}; (די) בײַשטײַערונג; (דער) בײַשטײַער; {מעגלעך אויך, ווען דער געבער איז אַ פאַרמעגלעכע אינסטיטוציע, און די בײַשטײַערונג איז אַ בכבודיקע:} (די) סובווענץ; (די) סובסידיע [supsídyə]; {אַז ס′איז פאַר אָרעמעלײַט, פאַר אַ אביון:} (די) נדבה [n(ə)dóvə], ל″ר: נדבות [n(ə)dóvəs] {דער באַנוץ פון „נדבה“ אויף אַ געבעטענער אָרגאַניזאַציאָנעלער בײַשטײַערונג אין טייל פּוריסטישע קרײַזן, רופט אַרויס געלעכטער בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך; ס′ברענגט פאַרקערט געפילן פון נאָסטאַלגיע טאָמער מיט גענדזנפיסלעך; נאָכמער אין אַלטן בקשה פאָרמל „שענקט אַ נדבה“}.

contribution (non-financial)

(דער) צושטײַער; (דער) חלק [khéylik] אין דער זאַך; אָנטייל [ónt(ey)l] (אין…); ממשותדיקע הילף [mamòshezdikə-hílf].

conversion (religious)

{אויף צו ווערן אַ ייד:} (דער) גיור [gíyər] ,[gíyur]. (דער\דאָס) זיך מגייר זײַן [zəkh-məgáyər-záyn]; דער\דאָס ווערן אַ ייד {צוויידײַטיק, גענוצט אויך אויף אַ יידן, וואָס קערט זיך אום צו יידישקײַט}; דער\דאָס יידישן זיך {וועגן אַ פרוי; בײַ אַ מאַנסביל איז דאָ דער טײַטש ′לאָזן זיך אָפּמַלְן′}.

{אַז אַ ייד ווערט אַ קריסט:} (דער) שמד [shmad] {מיט ביטול און פאַרדרוס}; (דער\דאָס) זיך שמדן [shmádn]; (די) טויפונג {מיט ביטול}; (דער\דאָס) אויסבײַטן דאָס(\דעם) רענדל {ליטעראַריש, מיט פאַרטראַכטקײַט; (דער\דאָס) איבערקניידלען זיך {אָפּלאַכעריש און ביטולדיק}; (דער) באַפּטיזם {מער נייטראַל}; (די) אַפּאָסטאַזיע {מער נייטראַל און מער וועגן פענאָמען איידער אַ פּרט⸗פאַל}; (דער\דאָס) ווערן אַ קריסט {נייטראַל, שייך צו אַיעדן וואָס ווערט אַ קריסט, לאו דווקא אַ ייד}.

{שייך צו אַוועלכע ניט איז רעליגיעס און איבערבײַטענישן:} (די) רעליגיעזע קאָנווערסיע; (דער) רעליגיעזער איבערגאַנג;  (דער\דאָס) איבערבײַטן די רעליגיע, {אַרכעאיש און דיאַלעקטיש:} טוישן די רעליגיע.

cool (good, fun, enjoyable, well done)

אַ מחיה [am(e)kháyə]; מחיהדיק [məkháyədik]; אַ מאכל! [máykhl], מאכלדיק [máykhldik]; או וואַ! [uvá]; געלונגען! [g(i)lúngn]; אַן אײַנפאַל!; גוט! אָקיי!; ש′כח! [sh(ə)–kóyakh]; ממש קול [màməsh kúl] {סטודענטיש}; אָלרײַט! [ol–ráyt].

corner

(דער) ווינקל; {דימינוטיוו מיט צאַרטקײַט, היימישקײַט, אָפטמאָל אין זין פון אַ באַליבט אָרט אויף טרעפן זיך בײַ צוויי נאָענטע:} (דער\דאָס) ווינקעלע [vínkalə].

{אַוואו ס′טרעפן זיך צוויי גאַסן אין שטאָט:} (דער) ראָג; {דיאַלעקטיש:} (דער) ווינקל.

courage

(דער) מוט; (די) באַהאַרצטקײַט; (דער) קוראַזש; (די) בראַווקײַט.

{ניט⸗פאָרמעל, טיילמאָל שפּאַסיק, בײַ טראַדיציאָנעלע קרײַזן פאַררעכנט וואולגאַר:} בצים [béytsəm].

coward

{מיט שטאַרקן ביטול:} (דער) טרוס; {מער נייטראַל:} (דער) פּחדן [pákhdn], ל″ר: פּחדנים [pakhdónəm]; ל″נ: פּחדנטע [pákhdntə], ל″ר: פּחדנטעס.

Cracow (n.)

קראָקע [krókə] {ל″נ}; {בײַ קראָקעווער גופא: [krúkə]}.

Cracow (adj.)

קראָקעווער [krókevər] (בײַ קראָקעווער גופא: [krֹúkevər]); {אומבייגעוודיק}.

crazy

משוגע [m(ə)shúgə], אין די דרומדיקע דיאַלעקטן [m(ə)shígə]. {אין דער אַדיעקטיווישער קאָנסטרוקציע באַווײַזט זיך דער פאַרבינד⸗נון וואָרט⸗אויס, למשל:} „אַ משוגענער מאַן“, „די משוגענע געדאַנקען“ וכו′.

crazy person

(אַ\דער) משוגענער [m(ə)shúgənər], אין די דרומדיקע דיאַעלקטן [m(ə)shígənər]; ל″נ (די) משוגענע [m(ə)shúgənə], {דרומדיק:} [m(ə)shígənər]. (דער) מטורף [m(ə)túrəf], ל″נ: (די) מטורפטע [m(ə)túrəftə], מטורפת [m(ə)turéfəs], {עמפאַטיש:} מטורפתטע [m(ə)turéfəstə]; (דער) צעדרייטער, ל″נ (די) צעדרייטע.

crypto-currency

(די\דאָס) קריפּטישע געלטקאָמפּיוטערשע געלט; אינטערנעטישע געלטאומזעעוודיקע געלט [umzéə(v)dikə gèlt]; קונציקע געלט.

{שפּאַסיק, בחשד, ביטולדיק, אפּיקורסיש דערײַן:} קריפּטאָ⸗שמיפּטאָ; בלאָף געלט [blóvgèlt]; אומגעלט [úmgelt]; שטות געלט [shtúz-gelt]; פּליטה געלט [pléytə-gelt]; (די) נאַרישע געלט {ל″ר}; נאַראָנים געלט [narónəm-gelt] {ק″ס}.

cudos → kudos


D

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


 d

(דער) דע (פערטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:di].

democracy

(די) דעמאָקראַטיע [demokrátyə], (די) דעמאָקראַטישקײַט.

 

democrat; Democrat (party follower or member)

(דער) צי (די) דעמאָקראַט; (דער) דעמאָקראַטישער, ל″נ: (די) דעמאָקראַטישע. {אָדאָרטן אַוואו נייטיק איז מפרט זײַן דווקא די פּאַרטייאישע אָנגעהעריקײַט, קען מען ספּעציפיצירן אויף פאַרשיידענע אופנים, למשל:} „זי איז מיט (\פון) די דעמאָקראַטן“; „ער האַלט מיט דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי“.

depression (mood)

(די) מרה⸗שחורה [mor(ə)shkhóyrə]; (די) דעפּרעסיע [dəprésyə]; (די) מעלאַנכאָליע {בלויז בײַ אַ טייל — אין געוויסע דיאַלעקטן איז דאָס טײַטש ′אָבסעסיע′}.

die (v.)

אָפּשטאַרבן [ópshtàrbm]; שטאַרבן [shtàrbm].

{איידעלער געזאָגט געוואָרן:} נפטר ווערן [níftər] {טראַדיציאָנעל, בלויז הנוגע אַ יידן}; אַוועק(גיין) אין דער אייביקײַט {בײַ מאָדערנערע}; {אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן: פעלן}.

{נאָכמער איידל, מיט יראת הכבוד און בפרט וועגן אַ גרויסן רב:} נתבקש ווערן [nizbákəsh]; {בפרט וועגן אַ חסידישן רבין:} נסתלק ווערן [nistálik].

{אומגעריכטערהייט געשטאָרבן; מיט ווייניק דרך⸗ארץ:} מאַכן אַ שטאַרב.

{אומדרך⸗ארצדיק, אומבתרבותדיק, מיט ביטול ממש און ווען⸗ניט⸗ווען שאָדנפרייד:} פּגרן [péygərn], אַוועקפּגרן [avékpèygərn] {וועגן אַ היימישער חיה קען אָבער פּגרן זײַן נייטראַל אָדער אַפילו וואַרעמהאַרציק}.

difference

(דער) אונטערשייד; (דער) חילוק [khílək]; {בײַ אַ העכערן ענין; אָדער, בײַ  אַ קליינער פראַגע: שפּאַסיק): (די) נפקא מינה [nàfke-mínə] {אין גאַנג פון אַרגומענטאַציע: „איז וואָס איז די נפקא מינה?“}.

differentiate

דיפערענצירן; {לומדיש:} מבחין זײַן [máfkh(ə)n-zayn]; זיך פונאַנדערקלײַבן  [fənándər-klàybm].

{פראַזעס:} אײַנזען דעם חילוק; באַנעמען דעם אונטערשייד.

differentiation

(די) דיפערענצירונג; (די) דיפערענציאַציע; (די) אונטערשיידונג.

digital

דיגיטאַל(יש) [(digitál(ish]; {אין רוסיש ריידנדיקע לענדער אויך:} ציפערנע(ר).

disadvantage (n.)

(דער) חסרון [khisórn], דרומדיק: [khəsú:rn]; ל″ר חסרונות [khisróynəs], ליטוויש: [khisréynəs]; {דער ל″ר „חסרונים“ וואָס בײַ קלענערע פּוריסטיש⸗נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן רופט אַרויס געלעכטער בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך}.

disgusting

עקלהאַפט; עקלדיק; עקלהאַפטיק; שרעקלעך מיאוס [míyəs]; פּאַסקודנע; {לומדיש, צומאָל הומאָריסטיש:} מוקצה מחמת מיאוס [múktsə màkhməs míəs]; פע („ס′איז אויף פע זאָגן“).

dorm

(די) שלאָף⸗צימערן; (דאָס) סטודענטן⸗הויז; (די) חדרי לינה [khàdrelínə] {ישיבהש{; (די) דאָרמיטאָריע {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער}; אינטערנאַט (אין רוסיש ריידנדיקע לענדער).

dossier

(דער\די) דאָסיע [dosyé]; (דער) פּרט⸗כתב [prát-ksàv]; (דער) באַריכט, פאַקטן⸗באַריכט.

dream (n.)

(דער) חלום [khóləm], ל″ר חלומות [khalóyməs]. {וועגן אַן אידעאַל אָדער ציל פון געזעלשאַפטלעכע האָפענונגען, אויך:} (דער) טרוים.

dream (v.)

{בכלל גענומען:} חלומען [khóləmən]; {וועגן אַ גענויען פּרט פון אַ חלום:} קומען צו חלום {פּלוס רעפלעקסיוו פאַרן בעל⸗חלום גופא:} „דער וואַסערפאַל איז חיימען צו חלום געקומען“; „אַ יאָר נאָך זײַן טויט, איז די באָבע דעם זיידן צו חלום געקומען“.

{פיגוראַטיוו, אַז ס′האַנדלט זיך אין אַן אידיי אָדער באַוועגונג:} טרוימען; „זיי האָבן געטרוימט וועגן אַ בעסערער, שענערער וועלט“.

dreamer

{וועגן אַ מאַן אָדער אַ פרוי אין פיגוראַטיוון זין פון האָפן אויף עפּעס אויסערגעוויינלעך, אָפטמאָל אין דער בחינה פון אַ בעסערער וועלט:} בעל⸗חלומות [balkhalóyməs]; ל″נ בעל⸗חלומותטע [balkhalóyməstə] קען האָבן אַ שמץ איראָניע וועגן דער ערנסטקײַט (אָדער רעאַליזירלעכקײַט) פונעם חלום, אַזוי אַרום אַז בילכער איז, אַז ס′גייט די רייד ערנסטערהייט: (דער) טרוימער {אויף ביידע מינים}.

{אין זין פון אַ מענטשן אַוועמען ס′האָט זיך וואָס געחלומט \ וואָס האָט געהאַט אַ חלום:} בעל⸗חלום [bal-khóləm], ל″נ בעל⸗חלומטע [balakhólemtə].

{אויף דעם וואָס זוכט נאַאיווערהייט די וועלן איבערבײַטן קען מען גוטמוטיק אָנווענדן:} (דער) דאָן קיכאָט [donkikhót]. {אויף דעם וואָס חלומט נאַרישערהייט אויף אַזוינס וואָס האָט זיך שוין אַרויסגעוויזן פאַר פאַלש:} (דער) שבתי⸗צביניק [shaptsətsvínik], ל″נ (די) שבתי⸗צביניצע [shaptsətsvínitsə].

Dreamers (Amer.)

די טרוימער; ל″י: טרוימער; ל″נ טרוימערין, ל″ר: טרוימערינס. אַזעלכע וואָס זײַנען אין די קינדערשע יאָרן געבראַכט געוואָרן אין אַמעריקע ניט⸗דאָקומענטירטערהייט, און האָפן צו קענען בלײַבן און ווערן בירגער; {דער שייכותדיקער אַקט פונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס:} (דער) טרוים⸗אַקט.

drink (n.)

{דער אַקט פון טרינקען:} (דער) טרונק; {אַלקאָהאָליש, געטרונקען אינצווייען, אין חברשאַפט, בכבודיק}: (דער) לחיים [ləkháyəm], ל″ר: לחיימס [ləkháyəmz].

{דאָס וואָס ווערט געטרונקען:} (דער) געטראַנק; {אַלקאָהאָליש:} (די) משקה [máshkə], ל″ר משקאות [máshkó(y)əs]; דער (דער) לחיים [ləkháyəm], ל″ר: לחיימס [ləkháyəmz]; {פיגוראַטיוו] אַ רפואה שלימה [a-r(ə)fùe-shléymə], דער עיקר אין דרומדיקע דיאַלעקטן, אַזוי אַרומעט — [arfí:(y)(ə)shláymə].

drive (v.) (a car, truck or other land vehicle)

טרײַבן {אין די מערבדיקע לענדער}; פירן {אין די מזרחדיקע לענדער}.

driver’s license

(דער) טרײַב⸗רשות [tráyb-r(ə)shùs], ל″ר טרײַב⸗רשותן; (דער) שאָפער⸗דאָקומענט; {ניט פאָרמעל, שטאַרק פאַרשפּרייט אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער: (דער) לײַסענס [láysins].


E

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


 e

(דער) ע (פינפטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:i].

ear

(דער\דאָס) אויער [óyər], אין דרומדיקע דיאַלעקטן [ó:ər].

{צווישן די דיאַלעקטיזמען אין צפון: עווער {מזרח ליטוויש, ווײַסרוסיש}; אייווער {צענטראַל ליטוויש, ווילנער}; אייער (גראָדנע, קאָוונע א.א.); עוער (זאַמעט, קורלאַנד).

earring

(דער\דאָס) אוירינגל, ל″ר אוירינגלעך.

East End (of London)

ווײַטשעפּל [vaytshépl], [váytshepl].

{פראַזעס:} אין דער איסט ענד; אויף דער עסט ענד [avdér isténd].

Easter

פּסחא [páskhə].

ebook

(דער) עלעקטראָנישער בוך; בוך אויפן עקראַן; ע⸗בוך.

elevator

(דער) ליפט; (די) ווינדע {אַרכעאיש הומאָריסטיש}.

Elul (Jewish month)

אלול [éləl], לומדיש: [élul]: דער צוועלפטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער זעקסטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינלעך אין אויגוסט–סעפּטעמבער, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק טעג; חודש פון סליחות זאָגן פאַר די יום⸗טובים.

 

email (single message)

(דער) אימייל {אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער: [ímeyl]; אין די רוסיש ריידנדיקע לענדער: iméyl]}; אַ בליצפּאָסט {אין געוויסע קרײַזן פּוריסטן און נאָרמאַטיוויסטן, פּאָפולער בײַ די וואָס שרײַבן יידיש מיט לאַטיינישע אותיות}.

 

email (address)

(דער) אימייל (אַדרעס) {אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער: [ímeyl], אין די רוסיש ריידנדיקע לענדער: iméyl]}; בליצפּאָסט(⸗אַדרעס) {אין געוויסע קרײַזן פּוריסטן און נאָרמאַטיוויסטן, פּאָפולער בײַ די וואָס שרײַבן יידיש מיט לאַטיינישע אותיות}.

 

endgame

(די) ענדגילטיקע פאַזע; (די) סטראַטעגיע צום סוף; (דער) סאָפקלסאָפעדיקער (\סוף⸗כל⸗סופעדיקער) תכלית [sofklsòfədikər tákhləs]; (די) פינאַלע; (דער) ענדגיים {גענוצט אויך אויסער די ענגליש ריידנדיקע לענדער}.

{פראַזעס:} (דער) סוף פון דער מעשה [máysə]; ווי אַזוי ט′מען דערפון אַרויסקריכן? ווי קריכט מען אַרויס? צו וואָס קען מען דאָ דערגיין? (וואָס איז) סוף⸗כל⸗סוף [sofklsóf] דער תכלית [tákhləs]?

 

energy1 (human attribute)

(די) זריזות [zrízəs]; (דער) אימפּעט; (די) ענערגיעכוחות (צו) [kóykhəs], ליטוויש: [kéykhəs].

energy2 (non-human)

(די) ענערגיע [enérgyə].

England

ענגלאַנד {ל″ז} [éyngland].

English (language)

ענגליש [éynglish]; {אָפּלאַכעריש:} ענגאַליש; {הומאָריסטיש אין די געוועזענע סאָוועטישע לענדער:} שפּראַך פון די קאַפּיטאַליסטישע פּיאַווקעס [pyáfkiz].

 

enough! (interj.)

גענוג! [g(ə)núg]; גענוג שוין [g(ə)núg shòyn]; דיינו! [dayéynu], דרומדיק [:dayáyni] {< פּסחדיקע הגדה}; {לומדיש:} יוצא! [yóytsə].

enough: more than enough

איבערגענוג; {לומדיש:} די והותר [dayv(ə)-hóysər].

envious, jealous

(וואָס האָט) קנאה [kínə]; אײַפערזיכטיקמלא קנאה [mòləkínə]; מיט קנאה⸗שנאה [kìnəsínə] {מער עקסטרעם — די קנאה וואָס פירט צו שנאת חנם און האַס}.

envy, jealousy

(די) קנאה [kínə]; (די) אײַפערזיכטיקײַט [áyfərzəkhtikàyt]; (דער) אײַפערזוכט; (די) קנאה⸗שנאה [kìnəsínə] {מער עקסטרעם — די קנאה וואָס פירט צו שנאת חנם און האַס}.

escalator

(דער) עסקאַלאַטאָר; (די) עלעקטרישע טרעפּ {ל″ר}.  {בײַ קלענערע קרײַזן פּוריסטן און נאָרמאַטיוויסטן:} (די) וויקלטרעפּ {ל″ר; עלול אַרויסרופן געלעכטער בײַ די וואָס ריידן נאַטירלעך יידיש}.

Estonia

עסטאָניע [əstónyə]; עסטלאַנד [éstland].

 

Estonian (adj.) (also: language)

עסטאָניש; עסטיש; {בײַ מער עקסטרעמע נאָציאָנאַליסטן פאָדערט זיך:} עסטניש.

evil man (‘bad person’)

(דער) שלעכטער (מענטש); ממש [máməsh] אַ שלעכטער; שלעכטהאַרציקער (מענטש); פּאַסקודניאַק [paskudnyák] {באַליידיקנדיק}; פּאַסקודסטווע [paskúdstvə] {באַליידיקנדיק, וואולגאַר}; רשע [róshə] {לומדיש אָדער שפּאַסיק, לס″נ}; רשע⸗מרושע [ròshəm(ə)rúshə], דרומדיק [rùshəm(ə)ríshə] {לומדיש אָדער שפּאַסיק, לס″נ}. אַ ירבעם בן נבט [yəróvm bén nəvót]; {ליטעראַריש, צומאָל אַרכעאיזירנדיק:} שאַלקהאַפטיקער.

 

evil woman (‘bad person’)

(די) שלעכטע (פרוי); ממש [máməsh] אַ שלעכטע; שלעכטהאַרציקע (פרוי); אַ \ די מכשפה [makhashéyfə]; פּאַסקודניצע [paskúdnitsə] {נאָכמער באַליידיקנדיק}; פּאַסקודסטווע [paskúdstvə]; מרשעת [marshá(y)(ə)s], {עמפאַטיש:} מרשעתטע [marshá(y)əstə]; רשע⸗מרושעטע [ròshəm(ə)rúshətə], דרומדיק [rùshəm(ə)ríshətə] {לומדיש אָדער שפּאַסיק, לס″נ}; אַן איזבל המלכה [izévl (h)amálkə], {עמפאַטיש:} [izévl hamálko].

exaggerate

איבערטרײַבן [íbərtraybm] {אַרכעאיש: [ibertráybm]}; מגזם זײַן [məgáz(ə)m-zayn]; {שמועסדיק, עמאָציאָנעל:} צעבלאָזן.

exaggeration

(די) איבערטרײַבעניש; (די) איבערטרײַבונג; (די) גוזמא [gúzmə], ל″ר גוזמאות [guzmó(y)əs] אָדער גוזמות [gúzməs].

example
(דער) משל [móshl] {בלויז ל″י מחמת דער היסטאָרישער רבים „משלים“ איז טײַטש ′פּאַראַבלען′}; (דער) בײַשפּיל [báyshp(i)l], ל″ר: בײַשפּילן; {לומדיש, עסייאיסטיש, פּרעטענציעז:} דוגמא [dúgmə], ל″ר דוגמאות [dugmó(y)əs], אויך דוגמות [dúgməz].

example: for example

למשל [l(ə)móshl]; צום בײַשפּיל [tsəm-báyshp(i)l]; אַשטייגער [ashtéygər]; {לומדיש, עסייאיסטיש:} לדוגמא [lədúgmə].

exercises

{פיזישע, גימנאַסטישע:} גימנאַסטיק, איבונגען; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} עקסערסײַז; {געשריבענע, אין גאַנג פון לערנען:} זאַך⸗אַרבעט; קלאַס⸗אַרבעטפּראַקטיק; פּראַקטישע אַרבעט; {בײַ געוויסע לערער:} געניטונגען; {אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך} איבונגען.

exist: (be) in existence

עקזיסטירן [ègzəstírn], עקסיסטירן [èksəstírn]; פאַראַן [farán] (זײַן); בנמצא [benímtsə] זײַן; {לומדיש:} בתכלית היש [ptákhləs-ayésh] זײַן.

{פראַזעס:} ס′איז דאָ [zdó], [sidó] {אויך ל″ר}; ל″ר דווקא: ס′זײַנען דאָ [z-záynin do]. 

existence

(די) עקזיסטענץ [ègzisténts], עקסיסטענץ [èksisténts]; (דער) קיום [kíyəm]; (דער) פאַראַן זײַן; (די) פאַראַנענקײַט [faránənkayt].

eye

(דער\דאָס) אויג, ל″ר אויגן.

{שפּאַסיק, אַשטייגער וועגן אויגן וואָס קוקן גניבהש עפּעס ניט ערלעך אָפּטאָן; נאָר ל″ר:} עיניים [eynáyəm].

eyebrows

ברעמען, אויגנברעמען {ל″ר}.

eyeglasses (glasses, spectacles)

(די) ברילן {ל″ר}; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} (אויגנ)גלעזער (ל″ר}.

eyelid

(די) וויע [ví(y)ə], ל″ר וויעס.


F

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


 f

(דער) עף (זעקסטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [ef].

face

(דער\דאָס) פּנים [pónəm], ל″ר פּנימער [pénimər]; {אַרכעאיש, פיגוראַטיוו, סטיליזירנדיק:} (די\דאָס) געזיכט [gəzíkht], ל″ר געזיכטער.

face (v.) (look at)

אַקעגנקוקן; אַקעגנשטיין; אין פּנים קוקן.

face (v.) (confront, deal with)

(עפּעס) קוקן אין פּנים [pónəm] אַרײַן; זיך נעמען צו (א ַזאַך, אָנשטאָט מאַכן זיך ניט וויסנדיק); זיך אָפעבן מיט; {נײַשאַפונג פון ראַנדי האַקער, 1980, וואָס האָט זיך אָנגענומען אין טייל סטודענטישע קרײַזן, מיט אַ קאַפּ גוטמוטיקן הומאָר:} מְפַּנִים זײַן [məpánəm-zayn].

Facebook

(דער) פייסבוק [féyzbuk]; {גוטמוטיק שפּאַסיק:} (דער) פּנים⸗בוך [pónəm-bukh], דרומדיק: (דאָס) פּנימדיקע בוך [spúnəmdəgə bí:kh].

factory

(די) פאַבריק [fabrík]; (דער) זאַוואָד [zavód] {אין רוסיש ריידנדיקע לענדער}.

fake news

{ל″ר:} פאַלשע נײַעסגעבלאָפטע נײַעס {ל″ר}; שקרים⸗נײַעס [shkórəm-nàyz]; {אַמאויסדריקסטפולן, אָבער פאַר טייל (אַמאָליקע) יידישע דיאַלעקטן ריזיקירט:} אָנגעבאַרעטע נײַעס [óngəbàritə-náyz];

{אַמעריקאַניזם וואָס איז אין די טראָמפּ יאָרן פאַרוואַנדלט געוואָרט אין אַן אינטערנאַציאָנאַליזם:} פייק ניוז!;

{פראַזע:} אַ ליגן די מעשה [alígn-dəmáysə]; אַז די וועלט קען מען דאָך פאָרט אָפּנאַרן!

false messiah

א‏ַ פאַלשער משיח [fálshər meshíəkh]; אַ שבתי⸗צבי [sháptsə-tsví].

 

fate (n.)

(דער) גורל [góyrl]; (דער) שיקזאַל {אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך}.

father

(דער) טאַטע, ל″ר טאַטעס; (דער) פאָטער, ל″ר פאָטערס {שטאַרק פאָרמעל}. {≠ די אבות [óvəs] = די יידישע פּאַטריאַרכן אברהם, יצחק, יעקב.}

F.B.I.

{אַמעריקאַניש:} דער עף⸗בי⸗אײַ [evbi:áy]; (דער) פעדעראַלער ביוראָ פאַר אונטערזוכונגען.

fear (n.)

(דער \ דאָס) מורא האָבן  [móyrə hobm] (דרומדיק: [móyrə ubm], ליטוויש: [méyrə hobm]); (דער) שרעק; (דער) פּחד [pákhəd]; {לומדיש, וועגן אַ טיפן אָדער שרעקלעכן פּחד:} (די) אימה [éymə];

{וועגן יענעם איידעלן מורא האָבן וואָס פּאָרט זיך מיט אַ טיפן דרך⸗ארץ, אַשטייגער צו אַ גדול הדור:} (דער) יראת הכבוד [yìrəs-(h)akóvəd];

{אַ מורא האָבן פאַר גאָט:} (דער) יראת שמים [yìrəs shemáyəm], {מער לומדיש:} [yìras shomáyim]; (דער) יראת ה′ [yìrəs hashém]; (ליטעראַריש אַרעאיזירנדיק:) גאָט(ס)פאָרכטיקײַט [gót(s)forkhtikàyt].

fear (v.)

מורא האָבן [móyrə hobm] (דרומדיק: [móyrə ubm], ליטוויש: [méyrə hobm]); שרעקן זיך (פון\פאַר);

{פּלוצלונג שטאַרק מורא האָבן:} אַרײַנפאַלן אין אַ פּחד [pákhəd] אָפמאָל מיטן רעפלעקסיוו: „אים [em] איז אָנגעפאַלן א פּחד; {עמעצן} אָנכאַפּן אַן אימה: „אײַך האָט אָנגעכאַפּט אַן אימה“.

fellow traveler (fig.)

(דער) מיטפאָרער, (די) מיטפאָרערקע (\ מיטפאָרערין); (דער) מיטרײַזנדיקער, (די) מיטרײַזנדיקע {מיט פּרט⸗נואַנסן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט: מיטרײַזנדער; {סלענג, באַליידיקנדיק:} שמעקאַלקע; {אָפּלאַכעריש:} וואָס וויל זײַן אין פּמליא [pamályə].

feminine (adj.)

  פרויאיש; פעמיניניש; מיידלש-מיידלמעסיק; {מער ליטעראַריש:} פרויעדיק;

אָנרייצנדיקפרויאיש⸗פאַרכאַפּעריש; {לומדיש אָדער שפּאַסיק:} כח⸗נוקבאדיק [kòyakh-núkvədik], מיט אַ כח נוקבא;

final exam

(דער) סוף⸗עקזאַמען [sóf-ègzam(ə)n]; {סלענג אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער:} (דער) פײַנאַל [fáynl].

fire (n.)

{סתם:} (דער) פײַער; {צום קאָכן:} (דאָס\דער) פײַערל;

{אומגעוואונטשן, קאַטאַסטראָפאַל}: (די) שריפה [sréyfə], ל″ר שריפות [sréyfəs]; {אין רוביש ריידנדיקע לענדער אויך:} (דער) פּאָזשאַר.

fire: set on fire, ignite (v.)

{סתם:} אָנצינדן; {בײַם אויוון:} אײַנהייצן; {אַ גרעסערן פײַער אָדער שריפה אָדער פיגוראַטיוו אַ סומאַטאָכע:} אונטערצינדן.

fire: dismiss from job (v.)

אַרויסוואַרפן (פון דער אַרבעט); אָפּזאָגן (פון דער שטעלע); {אַרכעאיש:} אַנטזאַגן; {סלענג, אינטים, בפרט אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער:} פײַערן, ל″ע: געפײַערט, {עמפאַטיש:} פײַערן און פאַרטיק.

floor (n.)

(דער) דיל; (די) פּאַדלאָגע [padlógə], (די) פּאָדלעגע [pódləgə]. {פאַראַן אַ צאָל וואַריאַנטן אין יידישע דיאַלעקטן, בתוכם: (דער) גרונט, (דער) בריק, (דער) פּאָל}.

friend (n.) (→ boyfriend, girfriend)

(דער צי די) פרײַנט \ פרײַנד [fraynt], ל″ר: Ø; {פאַראַן דיאַלעקטן וואו טייל דיפערענצירן פרײַנד ′חבר′ פון פרײַנט ′קרוב′, בײַ הײַנטיקן טאָג זייער זעלטן, די דיפערענצרונג איז אָבער באַליבט אין טייל נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן; בײַם ווײַט גרעסטן רוב יידיש ריידנדיקע איז דער אַרויסרייד אין יעדן פאַל מיט [t] און די שרײַבונד דווקא מיט דלד}; ל″נ אָדער Ø אָדער: פרײַנדינע {וואָס ווערט אויך גענוצט אויף אונטערשטרײַכן די (כלומרשטעע) פּלאַטאָנישקײַט פון אַן אָנגעגעבענער חברשאַפט};

חבר [khávər] (ל″ר חברים [khavéyrəm]), ל″נ חברטע [khávərtə] (ל″ר חברטעס [khávərtəs]) {אין פאַלן ווען דער טיפּ חברשאַפט איז ניט קלאָר, זײַנען די ביידע ווערטער, חבר און חברטע, עלול מרמז זײַן אָדער אָנווײַזן אויף ראָמאַנטישקײַט, בפרט מיטן פּאָסעסיוו: „מײַן חבר“, „מײַן חברטע“; פאַרקערט, אָדאָרטן וואו די פּלאַטאָנישקײַט איז קלאָר, גילטן די צוויי ווערטער אויך ווי סינאָנימען אויף פרײַנט. אָבער: אַז מען אויס אויסן אויסמײַדן אַ ספק כל⸗שהוא מכח ראָמאַנטישקײַט נוצט מען גיכער: פרײַנט}.

floor (n.) (of a building)

(דער) גאָרן {באַליבט בײַ קענער פון יידיש}; (דער) שטאָק {פאַרשפּרייטסטער וואַריאַנט; (דער) עטאַזש (אין די רוסיש ריידנדיקע לענדער און אַנדערע); {אין אַמעריקאַנער אומפאָרמעלן באַנוץ: (דער) פלאָר.

 

footnote, endnote

(די) הערה [həórə]. {טאָמער צום סוף, אויך:} (די) סוף⸗הערה [sóf-heòre].

foreskin

(די\דאָס) פאָדערהײַטל; {אין שײַכות מיט מל זײַן:} (די) ערלה [órlə].

forgive

מוחל זײַן [móykhl] {סײַ אויף קלייניקײַטן סײַ אויף ערנסטע זאַכן}; פאַרגעבן [fárgebm] {נאָר אויף זייער ערנסטע זאַכן, צי חטאים פאַר גאָט אָדער ערנסטע שלעכטע מעשים צווישן מענטשן, און בפרט אין פראַגן פון ליבע}.

found (v.) (‘establish’)

גרינדן; אויפשטעלן [úfshteln], דרומדיק: [ófshteln] אָדער [ífshteln]; (לומדיש, אָפטער וואָס שייך רעליגיעזע אינסטיטוציעס אָבער לאו דווקא:} מיסד זיין [m(ə)yásəd]; {דער פּוריסטישער פאָרשלאָג פאַרלייגן האָט ניט געקענט האָבן קיין תקומה מחמת דעם וואָס בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך הייסט דאָס גאָר ′פאַרלירן′, ′אַוועקלייגן אויפן ניט ריכטיקן אָרט, אַזוי אַז מען קען עס בשום אופן ניט געפינען′}.

fourth

(דער) פערטער (ל″ז), (די) פערטע (ל″נ). „דער פערטער יולי“ (אַמעריקאַנער פרײַהײַט יום⸗טוב).

French (language)

פראַנצייזיש;  {אַביסל אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} פראַנצויזיש;  {אַרכעאיש דיאַלעקטיש, סטיליזירנדיק} פראַנצייז.

French person

(דער) פראַנצויז, (די) פראַנצייזקע;

{אָפּלאַכעריש:} זשאַבע, ל″ר: זשאַבעס; ל″נ: זשאַבעטע; ל″ר: זשאַבעטעס;

{סודותדיק:} (דער) צרפתי [tsorfásə]; (די) צרפתיכע [tsorfásəkhə].

Freudian

{אויסטײַטשנדיק וואָס⸗ניט⸗איז אין גײַסט פון פרוידן:} פרוידמעסיק; פרוידיש; {מיט אַ קאַפּ התפּעלות:} פון פרויד אַרויס; {מיט אַ קאַפּ ביטול, ניט צו פרוידן, נײַערו צו דעם וועמען מען שרײַבט צו אַוואָס⸗ניט⸗איז על⸗פּי פרוידן:} פרוידסקע(ר) {בדרך⸗כלל בייגעוודיק};

{אָפענערהייט דירעקט פאַררופנדיק זיך אויף פרוידס כתבים וואו דער מהות פון זײַן אויסטײַטשונג ווערט אויך ברמיזא באַהאַנדלט:} פרוידיאַניש. {אפשר גלאַט אַ פרויד(יאַנ)ישער חילוק?}.

{ביטולדיק צו פרוידן, ניט צום מענטשן וואָס מען שרײַבט צו אַזא און אַזאַ שטריך, בײַם ענטפערן יענעמס אַ פאַררוף אויף פרוידן:} פרויד⸗שמויד!

fuzzy (fig.)

מטושטש [m(ə)túshtəsh]; אַהין⸗אַהער [ahín-ahér]; ניט איבעריקס קלאָר; ניט אינגאַנצן קלאָר; ניט אינגאַנצן פּינקטלעך;

{פראַזעס:} ס′איז לא מיט אַ למד [loy-mit a-láməd]; פאַרווישט און פאַרמישט; {מיט הומאָר:} ניט ברחל בתך הקטנה [brókhl bítkho haktáno]; {לומדיש:} ניט מדויקדיק [mədúyəkdik].


G

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


g

(דער) גע (זיבעטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:dži].

 

garbage can

(דער) מיסטקאַסטן.

gay

גיי; האָמאָסעקסואַליסטיש {דער עיקר בײַ אַ מאַנסביל}; {לומדיש, טראַדיציאָנעל, טיילמאָל פּעיאָראַטיוו): (וואָס טרײַבט \ פירט) משכב זכר [míshkev zókhər]; משכב⸗זכרדיק [mìshkəv-zókhərdik]; {שיער ניט לס″נ:} אַ מאַן מיט אַ מאַן.

Gemini (astrol.)

מזל תאומים [màzl-t(ə)óyməm], ליטוויש: [màzl-t(ə)éymim].

gender

(דער) מין [min], ל″ר: מינים [mínəm]; (דאָס) געשלעכט {אַרכעאיש}.

generous

ברייטהאַרציק; גוטהאַרציק; {לומדיש, אין געלט⸗זאַכן:} ותרנותדיק [vatrónəzdik].

{פראַזעס:} מיט אַ ברייטער האַנט; אָן קמצנות←; כיד המלך [kyad haméylekh]

gentile → non-Jewish

gentle

איידל; צאַרט; {פיגוראַטיוו:} זײַדן: „אַ זײַדענער מענטש“.

 

gentleman1   (well-mannered man)

(דער) דזשענטלמען; (דער) בכבודיקער מענטש [bəkóvədikər]; (דער) איידעלער מאַן;  אַן אָפּגעהיטער.

German (n.)

(דער) דײַטש, ל″נ: די דײַטשקע.

German Jew

דײַטשישער ייד\איד;

{מיט אינעווייקניקסטע יידישע נעגאַטיווע קנייטשן}: יהודי [yahúdə]; יעקע).

German (adj.)

דײַטשיש {בייגעוודיק}. (אַרכעאיש דיאַלעקטיש:} דײַטש {בייגעוודיק}.

German (language)

דײַטש. {אַרכעאיש דיאַלעקטיש:} דײַטשיש {בייגעוודיק}.

Germany

דײַטשלאַנד (ל″ז).

girlfriend

(די) חברטע [khávərtə], ל″ר חברטעס [khávərtəs] {ווען די נאָענטשאַפט איז קלאָר; אין אַ סך פאַלן איז נייטיק דער פּאָסעסיווער פּראָנאָם, למשל ′מײַן חברטע′, ′זײַן חברטע′ וכו′. (די) ליובאָווניצע [lubóvnitsə] {בפרט אין פאַלן וואו די ליבע איז אַ נײַע, אַ חידושדיקע אָדער גאָר אַ בסודותדיקע אָדער אין דער בחינה פון אַ לינקער ליבע}. (די) ליבהאָבערין, (די) געליבטע [gelíptə] {די ביידע קענען אָנווײַזן אויף אַן אַנטוויקלטער סטאַדיע פון די באַציאונגען, און טראָגן ביידע אַ מער ליטערערישן, טיפערן טאָן}. (די) טרענערקע {סלענג, ערנסט אָדער שפּאַסיק געווענדט אין קאָנטעקסט; מיטן טראָפּ אויפן סעקסועלן קאָמפּאָנענט פון דער נאָענטשאַפט}.

global warming (→climate change)

(די) גלאָבאַלע צעוואַרעמונג [tsəváremung].

Go ahead and [do something stupid]

געזונטערהייט! [gəzunterhéyt] (דרומדיק: [gizintəháyt] א.א.) {מיט אַ צי מיט אַ פּלייצע:}; {דרומדיק:} מאַך דיר ווי דו ווילסט! [mákh di:ə vi: di: vílst].

God

{אוניווערסאַל:} גאָט;

{לומדיש:} דער רבונא דעלמא [ribóynə dəálmə] ; דער אל עליון [eyl élyon];

{גאָט פונעם יידן:} דער אייבערשטער; דער רבונו של עולם [rebóynə shəlóyləm] (ליטוויש): [ribéynə shəléylom]; ה′ יתברך [hashèm yizbórəkh];

{פּאָעטיש, ליטעראַריש, סטיליזירט:} דער באַרעמהאַרציקער, דער דערבאַרעמדיקער

google (v.)

גוגלען; (דורכ)זוכן (דעם אינטערנעט) מיט אַ זוך⸗מאַשין; {עמפאַטיש:} גוט דורכגוגלען.

government (n.)

(די) רעגירונג; {בפרט אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} (די) מלוכה [m(ə)lúkhə]; {אין געהויבענעם אָדער סאַטירישן סטיל, אָנעם אַרטיקל:} מלכות [málkhəs] ,[málkhus].

government (adj.)

רעגירונגס⸗ („אַוואו זײַנען די רעגירונגס⸗בנינים?“); {בפרט אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} מלוכהש, מלוכיש [m(ə)lúkhish] („דאָס איז טאַקע געווען אַ מלוכהשער פאַרלאַג“); {אין געהויבענעם אָדער סאַטירישן סטיל:} מלכותדיק [málkhəzdik] („דער סענאַטאָר איז געווען אָנגעטאָן מלכותדיק“).

government shutdown

(די) רעגירונגס⸗פאַרמאַכונג; (די) מלוכהשע פאַרשפּאַרונג [m(ə)lúkhishə] .

grandfather

(דער) זיידע, ל″ר: די זיידעס.

grandmother

(די) באָבע, ל″ר: באָבעס.

gravestone

{בדרך כלל יידישע:} מצבה [matséyvə], ל″ר: מצבות [matséyvəs].

gravestone engraver

מצבה קריצער {וואָס קריצט אינעם שטיין די אותיות}.

graveyard seller (post-Soviet, Eastern Europe)

מצבה הענדלער {אין 21טן יאָרהונדערט: לאָנדאָנער און אַנדערע רבנים וואָס האַנדלען מיט „דערלויבענישן“ אויף חרוב מאַכן און קאָמערציאַליזירן בית⸗עולמס אין די מזרח⸗ראייראָפּעאישע חורבן לענדער, בעת מעשה פּראָפיטירנדיק דערבײַ}; (דער) CPJCEער.

gray (/grey)

גראָ; גרוי.

GRE (Graduate Record Examinations)

{אַמער.} די דזשי⸗אַר⸗איס [dzhi:arí:z]; די גראַדואיר⸗עקזאַמענס.

great grandfather

 (דער) עלטערזיידע [ָéltərzèydə], ל″ר: עלטערזיידעס.

great great grandfather

 (דער) אור⸗עלטערזיידע [ָúr-éltərzèydə], ל″ר: אור⸗עלטערזיידעס.

great grandmother

(די) עלטערבאָבע [ָéltərbòbə], ל″ר: עלטערבאָבעס.

great great grandmother

(די) אור⸗עלטערבאָבע [ָúr-éltərbòbə], ל″ר: אור⸗עלטערבאָבעס.

grim reaper

(דער) מלאך המות [màləkh-amóvəs].

gun

(די) ביקס; (דער) פּיסטאָלעט; (דער) רעוואָלווער [revolvér]; {סלענג:} (דער) שיסער.

gun control

געווער קאָנטראָל [gəvér-kəntròl].

guys (n.)

(די, די⸗אָ, אָטאָ די) חברה [khévrə]; חברים [khavéyrəm].

Guys! (interj.)

חברה! [khévvrə]; חברים! [khavéyrəm]; מײַנע פרײַנט! {אָדער: פרײַנד}; רבותי! [rabóysay] (ליטוויש: [rabéysay]) {אין טראַדיציאָנעלע אָדער טראַדיציאָנאַליזירנדיקע קרײַזן}.


H

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


h

(דער) האַש (אַכטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [eytsh].

habit

(די) טבע [tévə] {נאָר ל″י}; (די) געוואוינהײַט; (די) געוויינ(ט)שאַפט; די זיטן {נאָר ל″ר, היימיש אַרכעאיש};

{לומדיש:} (די) מידה [mídə], ל″ר מידות [mídəs]; (די) רגילות [r(ə)gíləs], ל″ר רגילותן [r(ə)gíləsn]; (דער) הרגל [hérgl], ל″ר הרגלים [hergéyləm];

{פראַזעס:} האָבן אַ טבע [hòbm atévə] (אַז…); זיך אײַנגעוואוינען \ אײַנגעוויינען.

hack (n.)

(דער) בלאָפער, ל″נ (די) בלאָפערקעניט קיין בעל⸗מלאכה [balm(ə)lókhə]; וואָס יָכְלט ניט [yókhlt] {פראַזע: ער\זי יָכְלט ניט}; אַ גאָרנישט; גלאַט אַ גאָרנישט; אַ גאָרנישט מיט אַ גאָרנישט; אַ טאַלאַנטלאָזיקײַט; אַ טאַנדעטנער; אַ שוואַכע זאַך; אַ שוואַכע כלי [kéylə]; אַ שוואַכע מעשה {shvákhə máysə}.

hack (v.)

.העקן

hacker

(דער) העקער (אין אינטערנעט).

 

haftorah (haftarah)

{דער טעקסט גופא:} (די) הפטורה [haftóyrə], ליטוויש [haftéyrə].

{דער וואָס לייענט בקול רם די הפטורה אין שול:} (דער) מפטיר [máftər], [máftir]; דער בעל⸗מפטיר [bal-máftər]; {דער וואָס קען זיך אויס אין די הפטורות בכלל:} אַ בעל⸗הפטורות [bal-haftóyrəs].

half (n.)

(די) העלפט; (די) האַלב; {לומדיש:} (דער) חצי [khéytsə].

{פראַזעס:} {לומדיש:} חצי⸗חצי [khótsə-khótsə] ′אַ העלפט פאַר דיר, אַ העלפט פאַר מיר′, ′העלפט פאַר איינעם, העלפט פאַרן צווייטן′; {מיט אַ צאָל קנייטשן, למשל:} [khòtsə-khótsə] {וואו דער צווייטער טראָפּ איז בוֹלט שטאַרקער, אַ סימן האָט מען, אַז דער צווייט⸗דערמאָנטער וויל אָדער וועט קריגן אַ „גרעסערע העלפט“}.

{אָפּלאַכעריש:} פּאַלעווינע [paləvínə]: „אוי, אַזאַ מין יידיש וואָס איז פּאַלעווינע ענגליש“.

half-and-half

(דער) אַמעריקאַנער קרעם.

 

(The) Hague

האַג; אין אַמאָליקן האָלענדער יידיש: מקום ה′ [mó:kəm hey], ←אַמסטערדאַם.

hamlet

(דער) דאָרף, ל″ר: דערפער; (דער) ישוב [yíshəv], ל″ר ישובים [y(ə)shúvəm].

hashtag

(דער) האַשטאַג {נאָמען פון צייכן # ווען באַנוצט אויף צו באַצייכענען אַ כאַפּ⸗וואָרט; אויך פאַר דער עצם קאָנסטרוקציע: האַשטאַג + כאַפּ⸗וואָרט, אַשטייגער ←MeToo#}. 

hasid (khósid)

(א) (דער) חסיד [khósid] ,[khósəd], ל″ר: חסידים [khsídəm]; אין דרומדיקע דיאַלעקטן {און במילא שייך צום ווײַט גרעסטן רוב חסידים אויסער חב″ד} [khú:səd], ל″ר [khsí:dəm]. {ייד וואָס געהערט איינעם פון די גרופּעס (הויפן) פון חסידיזם אין פולן זין פון וואָרט, אַרײַנגערעכנט רעליגיעזע הקפּדה, הלבשה, טאָטעגלעכע שפּראַך (דיאַלעקט פון יידיש), הברה (צום דאַוונען וכד′):} למשל: אַ בעלזער, אַ גערער, אַ סאַטמאַרער, אַ קאַרלונער וכו′. {ווער עס „האַלט פון″ אַזאַ הויף אָדער רבין קען זײַן אַ סימפּאַטיקער אָדער אונטערשטיצער (זע ווײַטער §ב), אָבער אויף יידיש ווערט חסיד אָנגעווענדט דווקא צום פולבלוטיקן גאַנץ⸗קולטורישן מענטשלעכן טיפּ}.

(ב) {די יידישע באַגריפן חסיד און חסידים (להיפּוך צו זייערע ענגלישע דעריוואַטן) טראָגן אויך דעם לחלוטין אַלגעמיינעם (לאו⸗דווקא יידישן) זין פון: (פעסטער) נאָכפאָלגער, נאָכגייער, אָנהענגער, אונטערשטיצער פון אַ וועלכן ניט איז מענטשן, זאַך, אָרגאַניזאַציע, פּאַרטיי, אָדער אַנדער געזעלשאַפטלעכן יש. „זי איז שוין געבליבן אַ חסיד פון דער ליבעראַלער פּאַרטיי אין שטאָט″; „אַז ער האָט זיך גענייטיקט אין הילף מיט יאָרן שפּעטער האָט ער זיך דערמאָנט אין די אַמאָליקע חסידים ײַנע“}.

hate (n.)

(די) שנאה [sínə]; (די) פײַנטשאַפט; (דער) האַס.

hate (v.)

פײַנט האָבן; האַסן.

head

{אַנאַטאָמיש:} (דער) קאָפּ; אין ליטווישן יידיש: (די) קאָפּ {אָבער: אויפן קאָפּ [afn kop]}.

{פייגוראַַטיוו, הויפּט פון אַן אָרגאַניזאַציע וכו′:} (דער) הויפּט, ל″נ (די) הויפּט {אַרכעאיש: הויפּטין}; (דער) אָנפירער, (די) אָנפירערין; {מער אינטים אָדער גוטמוטיק שפאַסיק:} (די) אָנפירערקע.

 (דער) ראש המדברים [rosham(ə)dábrəm] {לומדיש, צומאָל אָפּלאַכעריש —הויפּט פאָרשטייער, וועלכער רעדט אין נאָמען פון אַלעמען}.

headache

(דער) קאָפּווייטיק.

{פראַזעס:} ס′טוט {אים\איר\מיר וכו′] וויי דער קאָפּ; {אין ליטווישי יידיש:} ס′טוט {אים\איר\מיר וכו′] וויי די קאָפּ.

head of household

(דער) באַלעבאָס, ל″ר באַלעבאַטים; (דער) טלית [táləs], ל″ר טליתים [taléysəm] {למשל בײַם דערגיין די צאָל יידן אין אַן אָרט}.

Hebrew (modern, Israeli)

איווריט (\עברית) [ivrít] {ל″ז}; העברעאיש {ל″ז}; דער מאָדערנער העברעאיש;

ישראליש [yisr(ə)éylish].

{אָפּלאַכעריש:} לאָקשן⸗קוילעטש.

high (adv.) (in ecstasy, in grand mood)

דערהייבן [dahéybm] (\דערהויבן); אין דערהייבנקייט [dahéybmkàyt]; אין עקסטאַז.

{פון סובסטאַנצן:} האַי; אויף אַ האַי [afaháy]; באַטרונקען, פאַרשיכורט [farshíkərt] {פון אָלקאָהאַלישע משקאות, פיגוראַטיוו — אין צוגאָב צום פּשט ′אָנגעטרונקען′}; אָנגערייכערטערהייט, באַרייכערט {פון ניקאָטין און אַנדערע מִינֵי רייכוואַרג}; באַדראָגט, פאַרנאַרקאָמאַנעוועט {פון נאַרקאָטיק ממש}.

{אויף העכערע גײַסטיקע מדרגות:} גײַסטיק דערהייבן; אין (אַן) עלית נשמה [alìyes neshómə]; אין (אַן) התרוממות [h)isróyməməs)], ליטוויש [hisréyməmus]; אין באַגײַסטערונג; {קאַבאַליסטיש:} אין התערותא דלעילא [hisarúsə d(ə)léylə], אין די עולמות עליונים [óylmés elyóynəm], ליטוויש [éylməs elyéynim]; {חסידיש:} פאַרדביקהט [fardvéykət]; אין דביקות [dvéykus], פּויליש⸗אונגאַריש [dváykəs], אויך: אין התדבקות [hizdápkəs]; אין התלהבות [hisláyvəs], חסידיש: [isláavəs]. {סטיליטסטישע הערה: טייל האַלטן פון מאַסיווערהייט אַדיעקטיוויזירן און אַדווערביאַליזירן אַזעלכע שמות⸗דברים (סובסטאַנטיוון) מיטן סופיקסירן -(ד)יק — עלית⸗נשמהדיק, התרוממותדיק, התערותא⸗דליעילאדיק, עולמות⸗עליונימדיק, דביקותדיק, התדפּקותדיק: פאַראַן שטאַרקע חילוקי⸗דעות וועגן דעם אָדער אַן אַנדערן פאַל, און וועגן דעם פּועל⸗יוצא פון „צופיל“ (אָדער „ניט צופיל“) אין אַ קירצערן מהלך פון גאַנגבאַרן טעקסט. פאַַראַן אויך ספּעציפישע שיטות וואָס האַלטן פונדערפון אין דער יידישער פּאָעזיע, ווייניקער אָבער ווייניקער אַ סך אַנדערשוואו.}

hoax (n.)

(די) בלאָף געשיכטע [blóv-gəshìkhtə]; {יידישלעך אָנגעמאָסטן, אָבער פאַר טייל (אַמאָליקע) יידישע דיאַלעקטן ניט איידל:} אָנגעבאַרעטע מעשה [óngəbàritə máysə].

Ho-ho!

אָהאָ! האָ האָ! אַהאָ?

Holland

האָלאַנד {ל″ז}.

{אין עלטערן מערבדישן יידיש אויך:} מים מדינה [máyəm mədí:nə].

holiday

(דער) יום⸗טוב [yóntif], {ל″ר:} יום⸗טובים [yontóyvəm] {דער יחיד קען זײַן אוניווערסאַל פאַר ניט⸗יידישע, ניט⸗רעליגיעזע טעג וואָס יידן פילן זיך אין זיי אַרײַנגענומען; דער רבים איז בדרך⸗כלל נאָר פאַר יידישע יום⸗טובים, און מיטן באַשטימטן אַרטיקל קען „די יום⸗טובים“ גענוצט ווערן אויף דער צײַט פון פאַר ראש השנה ביז סוף סוכות};

 {וועגן קריסטלעכע פעסט⸗טעג:} די\דער חגא [khógə], ל″ר: חגאות [khagóəs];

{אוניווערסאַל:} (דער) פעסט⸗טאָג, (דער) פײַער⸗טאָג;

Holocaust

(דער) חורבן [khurbm]; {מ′טרעפט אויך אַ סך אויף יידיש דעם אַנגליציזם וואָס איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אינטערנאַציאָנאַליזם: (דער) האָלאָקאָסט [hólokost] (אין די רוסיש ריידנדיקע לענדער: האָלאָקאַוסט [h)olokáust)], אויך דעם העברעאיזם (איווריטיזם) וואָס איז אויך אינטערנאַציאָנאַל באַקאַנט: (די) שואה [shoá]}; {שוין זעלטן \ אַרכעאיש:} דער דריטער חורבן.

{בײַ שארית⸗הפּליטה יידן, זייערע בני⸗דור, משפּחות און אַנדערע:} היטלער {שם⸗דבר אויפן אָרט פון חורבן, למשל:} „דאָס האָט פּאַסירט נאָך היטלער″ {ד.ה. נאָכן חורבן}, „פאַר היטלער האָבן מיר דאָס געקענט זען“ (ד.ה. נאָך פאַרן חורבן). אין אָט דעם באַנוץ בייגט זיך ניט דער פאַמיליע נאָמען עלעהיי אין פאַלן ווען ס′גייט אין דער פּערזאָן, למשל:} „נאָך היטלערן, האָט מען געקוקט אַנדערש אויף דעם“ {געמיינט: נאָך דער תקופה פון, נאָכן אונטערגאַנג פון אַדאָלף היטלערן ימ″ש}.

Holocaust obfuscation

(די) חורבן פאַרדרייאונג [khurbm]; (די) חורבן פאַרנעפּלונג.

Holocaust survivor

שארית הפּליטה [shèyrəs apléytə] ייד פון חורבן [khurbm]; ייד פון דער שארית הפּליטה; לעבן געבליבענער פונעם חורבן.

Holocaust Remenbrance Day (27 Jan.)

(דער) חורבן טאָג [khúrbm-tòg]; דער אָנדענק⸗טאָג [óndeynk-tòg] נאָכן חורבן [khurbm].

homework

(די) היימאַרבעט.

honest person

(דער) ערלעכער, אָרנטלעכער (מענטש); (די) ערלעכע, אָרנטלעכע (פרוי); (דער) איש ישר [ish-yóshər] {לומדיש, ליטעראַריש}; (דער) איש תם וישר [ísh tóm veyóshər] {מצבה לשון}; (די) צדיקתטע [tsadéykəstə]; (די) אשה ישרה [isho-y(ə)shórə] {מצבה לשון}.

honesty

(די) ערלעכקײַט [érlakhkayt]; (די) אָרנטלעכקײַט [órntlakhkayt]; (די) ישרנות [yashrónəs] {ליטעראַריש, לומדיש}; (די) רעכטפאַרטיקײַט {ליטעראַריש, אַרכעאיש און אַרכעאיזירנדיק}.

hotel

(דער) האָטעל; {וועגן אַן אַמאָליקן קלענערן אײַנפאָר⸗הויז וואָס האָט אונטערוועגנס געדינט סײַ אויף צימערן אויף צו נעכטיקן סײַ אויך עסן און טרינקען און אַכטונג געבן אויף די פערד: {די) אכסניא [akhsányə].

house (n.)

(דאָס\די) הויז [hoyz], דרומדיק: [hó:əs], ל″ר הײַזער {אין טייל דיאַלעקטן כוללדיק, אין אַנדערע גיכער באַנוצט אוף אַ ניט⸗אָרעמען געמויערטן בנין וואָס איז ניט קליין};

{מער אינטים, אָפט געווענדט אויף אַ הילצערנער שטוב, אָפט גענוצט אויך שיער ניט פיגוראַטיוו אין זין פון הויזגעזינד, פון אָרט פון דער משפּחה אַלס באַגריף, ניט שייך די פיזישע שטריכן פונעם געבײַ}: (די) שטוב [shtúb], דרומדיק [shtí:p];  {אָבער: דער ל″ר, שטיבער, קען נאָר הייסן די (באַזונדערע) הײַזער צי הײַזלעך; אַזויאַרומעט, אַז דער הויפּט חילוק צווישן הײַזער און שטיבער, ווען ס′איז בכלל אַ חילוק פאַראַן, שטעקט אין דעם וואָס די שטיבער זײַנען גיכער הילצערנע און ניט איבעריקס רײַכע, בשעת ווען די הײַזער זײַנעם גיכער געמויערטע און קענען אויך אַרייננעמען אַזעלכע מיט מער ווי איין דירה, מער ווי איין משפּחה};

{פון פאַרקלענער וועגן באַנוצט מען זיך על⸗פּי רוב, צו דער ערשטער מדרגה פאַרקלענערונג, מיט פאַרשיידענע אַדיעקטיוואַלע קאָנסטרוקציעס, אַשטייגער:} אַ קליין הויז, אַ קליינע שטוב, מחמת די פאָרמעלע ערשטע דימינוטיוון האָבן גאָר אַנדערע באַדײַטן — „שטיבל“ אויף אַ חסידישער שולעכל, (← synagogue) און להבדיל „הײַזל“ אויף אַ באַרדאַק (← house of ill repute)};

{די צווייטע מדרגה פאַרקלענערונג „קומט אָבער אַזש אויף צוריק“ ווי געוויינלעך, אין ביידע פאַלן מיט אַ צוגאָב פון צאַרטקײַט, ליבשאַפט צי נאָסטאַלגיע:} (דאָס\די)  שטיבעלע; (דאָס\די) הײַזעלע.

house of ill repute (brothel)

(דער) באַרדאַק [bardák]; (דאָס\די) שאַנד⸗הויז; (דאָס) הײַזל;

{ניט פאָרמעל, שפּאַסיק, וואולגאַריש: (דאָס\די) קורווע⸗הויז; נפקא⸗הויז [nafkə-hoyz]; (לומדיש⸗שפּאַסיק⸗וואולגאַריש:} בית-הנפקאות [beys-anafkó(y)əs], דרומדיק [bays-anafkú:əs].

House (of Representatives) (US)

{אֲמעריקאַנער) רעפּרעזענטאַנטן⸗הויז; (די\דאָס) „הויז“.

 

Hungarian language

אונגאַריש [úngarish] {אין קלענערע נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן:} אונגעריש [úngərish].

{דער היימישער אַרויסרייד בײַ אַ סך אונגאַרישע יידן גופא}: „אינגעריש“ [íng(ə)rish]}. {ניט⸗פאָרמעל בײַ טייל אונגאַרישע יידן גופא:} טאָטעריש [tót(ə)rish].

Hungarian person

{יידן:} (דער) אונגאַרישער (ייד), (די) אונגאַרישע;

{ניט⸗יידן:} (דער) אונגאַר, (די) אונגאַרקע; 

Hungary

אונגאַרן [úngarn] {אין קלענערע נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן:} אונגערן; דער היימישער אַרויסרייד בײַ אַ סך אונגאַרישע יידן גופא: [íngərn]}.

hunky dorey

{ניט פאָרמעל:} באמת אָקיי [b(ə)éməs-əkéy]; ממש אָקיי [máməsh-əkéy];

{שמועסשפּראַכיק:} גוט אויף אַן אמת [gút-af-an-éməs]; ווי ס′באַדאַרף צו זײַן [vizbadáf-tsəzàyn];

{לומדיש:} לעילא⸗ולעילדיק [l(ə)éylə-uléylədək] {< פון קדיש פון די עשרת ימי תשובה; קדיש פון יום⸗כיפּור};

{פראַזעס:} ווי געשמירט; ווי אויף רעדלעך; ווי גאָט אין אָדעס; ווי גאָט אין פּאַריז.

hypocrisy

(די) היפּאָקריטסווע [hipokrítsvə]; (די) צבועטסווע [tsvuátsvə] {די ביידע קען מען אויך אַרויסריידן, און שרייבן, מיט אַ כלומרשט טיף עטיש⸗ערנסטן טאָן: היפּאָקריטסוואָ [hipokrítsvo], צבועטסוואָ [tsvuátsvo]}.

hypocrite

(דער) צבועק [tsvu(y)ák]; (די) צבועטשקע [tsvu(y)átshkə]; (דער) היפּאָקריט [hipokrít]; (די) היפּאָקריטקע [hipokrítkə].


I

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


i

(דער) אי (נײַנטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [a:y].

ice cream

(די) מאַראָזשענע [marózhənə]; {אַרכעאיש:} סאַכאַר⸗מאַראָזשענע; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער און וואָסאַמאָל מער אינטערנאַציאָנאַל:} (דער) אײַזקרים [áyskrim].

icicle

(דער\דאָס) אײַז⸗ליכטל, ל″ר: אײַז⸗ליכטלעך. דימינוטיוו: אײַז⸗ליכטעלע, ל″ר אײַז⸗ליכטעלעך.

idiot (dope, fool, moron) (fig.; in exasperation)

(דער \ אַ(ן): נאַראידיאָט [idyót, idiyót];

 {די ווײַטערדיקע נוצט מען דער עיקר וועגן יידן}: (דער) טיפּש [típəsh]; פתי [péytə]; שוטה [shóytə]; שמענדריק{און די ווײַטערדיקע, וואָס מ′נוצט אויך דער עיקר וועגן יידן האָבן אַ טעם פון שפּאַסיקער אינטימער וואולגאַרישקײַט (זייער אייגנטלעכער פּשט נעמט זיך פון מענלעכן גליד) און ווערן אָפטמאָל גענוצט אויף אָנווײַזן אויף אַ ספּעציפישער טואונג און זײַנען דערבײַ לאו דווקא כאַראַקטעריסטיקעס פאַרן אָנגערופענעם בכלל גענומען}: (דער) פּאָץ; שמאָק; שוואַנץ.

 if

אויב; {אין דער שמועס⸗שפּראַך אויך:} אויבע; טאָמער; {צו ביסלעך אַרכעאיש אין דעם באַנוץ:} ווען; {מיט אַ בײַ⸗באַדײַט פון ′ווען′:} אַז.

{אַוואו ס′איז אַ פראַגע פון יאָ אָדער ניין:} צי; {אין טייל צפונדיקע דיאַלעקטן: צו}: „לאָז וויסן צי דו וועסט קומען צי ניט“.

impeachment (Amer. pol.)

(דער) אימפּיטשמענט; (די) אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציאָנעלע מעגלעכקײַט שטעלן דעם פּרעזידענט צו משפּט בײַם סענאַט.

impolite / rude / fresh / indelicate person

(דער) גראָביאַן, ל″ר: גראָביאַנעס; ל″נ: גראָביאַניכע, ל″ר: גראָביאַניכעס; אַ גראָבער יונג {נאָר ל″ז}; אַן עזות פּנים [àzes-pónəm]; אַ מענטש (מאַן\פרוי\וכו′) מיט אַ פּיסק; (דער) ניט⸗איידעלער, ל″נ: ניט⸗איידעלע; (דער) אומבתרבותדיקער [umbətárbezdikər], ל″נ: אומבתרבותדיקע [umbətárbezdikə].

important

 {סתם:} וויכטיק; {וועגן אַ מענטשן אָדער ווערטפולע אידייען אָדער אינסטיטוציעס:} חשוב [khóshəv]; {בײַם עולם אָנערקענט אַלס וויכטיק\חשוב:} אָנגעזען („אַן אָנגעזעענער מענטש“);

{וויכטיק אין אַ געוויסער סיטואַציע, אויך שפּאַסיק און אַפּלאַכעריש:} וואַזשנע.

impression (n.)

(דער) אײַנדרוק [ְáyndruk], דרומדיק [á:ndrik]; {צווייטײַטשיק:} דער רושם [róyshəm], צפונדיק: [réyshim] {אין טייל דיאַלעקטן איז אַ „רושם“ טאַקע אַן אײַנדרוק; אין אַנדערע, ווידער, איז דאָס טײַטש ′אַ גוואַלדיק גרויסער אײַנדרוק“ און ניט אין יעדן פאַל קען זיך אָשטויסן דער לייענער}.

impression: make an impression

מאַכן אַן אײַנדרוק [ְáyndruk], דרומדיק [á:ndrik]; {צווייטײַטשיק:} מאַכן אַ רושם [róyshəm], צפונדיק: [réyshim] {אין טייל דיאַלעקטן איז  אַ „רושם“ טאַקע אַן אײַנדרוק; אין אַנדערע, ווידער, איז דאָס טײַטש ′אַ גוואַלדיק גרויסער אײַנדרוק“ און ניט אין יעדן פאַל קען זיך אָשטויסן דער לייענער}.

impressive! (interj.) (→awesome!)

ס′מאַכט אַ רושם! [róyshəm]; ס′מאַכט אַן אײַנדרוק!; אַן ערנסטע שטיק מלאכה! [shtik-mlókhə]; אַ זאַך! {צומאָל מיט בכיוונדיקן אַרויסרייד טיף⸗דיאַלעקטיש אויף אַ כאַפּ טאָן, לאו דווקא סאַטיריש, דעם הדיוטס התפּעלות}: אַ „זשאַך“! [azhákh].

inclination1 (personal, sexual, political, etc.)

(די) נייגונג; (די) נטיה [n(ə)tíyə]; {מיט איינעם פון די פּאָסעסיוון: „די נייגונג זײַנע“, „זײַן נייגונג“, „די נייגונג בײַ אים“).

inclination2 (preference, usual reaction, gut reaction)

(דער) ערשטער אײַנפאַל; (די) (געוויינלעכע) נטיה [n(ə)tíyə]; (די) אינטואיטיווע פּרעפערענץ; {דיאַלעקטיש:} (דער) הֵלֶךְ [héyləkh], דרומדיק [háyləkh] {גענויער זין: גאַנג פון געדאַנק > אַ יחידס אינטואיטיווער אויפנעם פון אַ זאַך; ≠ הִילוך, ≠ הוֹֹֹֹלך).

income

(די) הכנסה [hakhnósə]; (דער) אַרײַנקום.

income inequality

די אומגלײַכע הכנסה [úmgláykhe (h)akhnósə]; (די) הכנסה אומגלײַכקײַט [hakhnósə úmglàykhkayt]; (דער) פינאַנציעלער אומיושר [finantsyéler úmyòysher]; (די) פאַרדינסטן⸗אומגלײַכקײַט.

index (n.)

(דער) זוכצעטל {בפרט צו אַ בוך}; (דער) אינדעקס {בוך אָדער קאָמפּיוטער פאָרמאַט}; זוך⸗רשימה [reshímə] {אין אַ קאָמפּיוטער סיסטעם}.

 

inflation

(די) אינפלאַציע [inflátsyə] {אין אַלגעמיין, און אויך פיגוראַטיוו, למשל אַן אינפלאַציע פון אַ געדאַנק}. (די) יקרות [yákrəs] {אין אַלגעמיין אָדער מער ספּעציפיש איבערן פּרײַז פון אַ געוויסער זאַך אין אַ געוויסער צײַט און אָרט, צומאָל וועגן אַ סעזאָנישן אָדער צײַטווײַליקן פּרײַזן⸗בײַט}. (די) יקרנות [yakrónəs] {די נטיה בײַ אַ יחיד אָדער פירמע צו העכערן פּרײַזן, ווען נאָר ס′לאָזט זיך}.

influence (n.)

(די) השפּעה [h)ashpó(y)ə)], דרומדיק: [ashpú:ə], ל″ר השפּעות;

{דער עיקר בײַ היסטאָרישע און פּאָליטישע טעמעס:} (דער) אײַנפלוס; די ווירקונג.

{אין זין פון (טיילווײַזער שליטה:} אַ געוויסע שליטה מאַכט; אַ מאָס הערשאַפט.

inset corner (architec.)

(דער) געשניטענער ווינקל {אַן אָפטער שטריך אין בנימים פון דער רוסישער אימפּעריע בײַם ראָג, אַוואו ס′טרעפן זיך נונמעסיק צוויי גאַסן}.

inspiration

(די) אינספּיראַציע; (דער) גײַסטיקער אימפּעט; (דער) ברען.

{רעליגיעז, צו אַ הייליקן\העכערן ציל:} (מיט אַ) כח פון אייבערשטן; (מיט אַ) רוח הקודש [rúakh-akóydəsh]; {לומדיש:} (מיט אַ) רוחא עליונא [rúkhə-elyóynə].

inspire

אינספּירירן; אַרײַנגעבן אַ ברען; {לומדיש:} מעורר זײַן [m(ə)óyrər].

insulted: be insulted

באַליידיקט ווערן \ זײַן \ שפּירן; זיך פילן געטראָפן; {אין רוסישע ריידנדיקע לענדער}: אַבידיען זיך;

{מערסטע פון די לומדישע ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון⸗קודש האָבן אַביסל אַן אַנדער נואַנס, זיי באַציען זיך ניט אַזוי אויף די געפילן פון באַליידיקט ווערן אויפן מאָמענט, נאָר אויפן היזק צו אַ גוטן נאָמען וואָס אַ לשון⸗הרע האָט אפשר גורם געווען דורכן אָנגענומען ווערן בײַ אַנדערע; ד.ה. אַז דער טראָפּ איז אויף דער שעדיקונג צום גוטן נאָמען מער איידער אויפן געפיל פון באַליידיקונג; בתוכם:} מבויש ווערן [m(ə)vúyəsh vern], מבוזה ווערן [m(ə)vúzə], אײַננעמען חרפּות און בושות [khárpəs-n-búshəz], א.א.

insurance

(די) סטראַכאָווקע [strakhófkə]; (די) פאַרזיכערונג; {ניט פאָרמעל אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער אויך:} (דער) אינשורענס [inshúrints].

intellectual (n.)

(די\דער) אינטעלעקטואַל [intəlektəál]; (די\דער) אינטעלעקט. (די\דער) אינטעליגענט [intələgént], ל″נ אינטעליגענטקע [in)teligéntkə)].

intellectual (n.): false intellectual, intellectual fraud

(דער) שמענט⸗אינטעליגענט [shment-inteləgént], ל″נ (די) שמענט⸗אינטעליגענטקע [shment-inteləgéntkə]; געבלאָפטער אינטעלעקטואַל.

{פראַזעס:} אַ זשוליק אַן אינטעלעקטואַל; אַ בלאָפער אַ זאָגער; אַ חכם פון דער מה⸗נשתנה [akhòkhəm fundə(r) ma-nishtánə]; ער\זי מאַכט זיך פאַר אַ תנא קמא [tànə-kámə]; אַ כעלמער אינטעלעקט.

 interactive

אינטעראַקטיוו; מיטן באַנוצערס באַטייליקונג;

{פראַזעס:} מ′קען וואָס הייסן דעם עקראַן.

interesting

אינטערעסאַנט [interəsánt]; טשיקאַווע [tshəkávə].

{פראַזעס:} ניט נודנע!; רופט אַרויס אַ חשק [khéyshik]; ס′ווילט זיך מער וויסן דערוועגן.

internet

(דער) אינטערנעט [ínternet]; {אין רוסיש ריידנדיקע לענדער:} [internét]; {פון קיצור וועגן:} (דער) נעט; (דער) וועב. {בײַ קלענערע קרײַזן פּוריסטן און נאָרמאַטיוויסטן:} (דער) אינטערנעץ {עלול אַרויסרופן געלעכטער בײַ די וואָס ריידן נאַטירלעך יידיש}.

intriguer

(דער) אינטיגראַנטקאָמפּלאָטירער; סאָוועטישע כלי [kéylə]; בעל⸗המאַכאַרײַקע {הויפּט פּערזאָן אין אַ ספּעציפישער אינטריגע};

{פיגוראַטיוו:} (דער) גאָרגלשנײַדערמיאוסער פאַרדרייער.

{פראַזעס:} (ער\זי איז) פון די מאָסקעווער; פון די בעל⸗המאַכאַרײַקעס; דײַן „געטרײַסטער חבר“.

iphone

אײַ⸗פאָון {פון דער פירמע „עפּל“}.

 

invite (v.)

פאַרבעטן [farbétn]; אײַנלאַדן [áynladn].

island

(דער) אינדזל; (די) וויספּע {ליטעראַריש, אַרכעאיש}.

Israel (country)

 {נייטראַל, פאָרמעל בנוגע דער מאָדערנער מדינה:} מדינת ישראל [m(ə)dínəs yisró(ə)l];

{ציוניסטיש געשטימט, שטאַרק פּאָזיטיוו:} די יידישע מדינהדאָס יידישע לאַנד.

{געבליבן פּאָפּולער, בײַ ציוניסטן צומאָל פאַררעכנט פאַר דווקא אוםציוניסטיש צי אַנטי⸗ציוניסטיש אָדער רעליגעיז געשטימט:} ארץ ישראל [erts(y)isró(ə)l];

{בײַ מאָדערניסטן און ציוניסטן: נייטראַל; בײַ טראַדיציאַנאַליסטן און פרומע צומאָל פאַררעכנט פאַר דווקא ציוניסטיש אָדער אַנטי⸗רעליגיעז געשטימט}; ישראל [yisró(ə)l];

{פּאָפּולער בײַ יידן אין מזרח אייראָפּע אַלס נייטראַלע, ניט⸗אידעאָלאָגישע באַצייכענונג, בדרך כלל נאָך אַ פּרעפּאָזיציע: אין ארץ; פון ארץ וכו′ [érets]; בײַ די יידן [bàdə (y)ídn] {ווען ס′איז קלאָר פונעם קאָנטעקסט דער געאָפּאָליטישער קאָנטעקסט}.

{פּאָעטיש, ליטעראַריש, דעקלאַמאַטאָריש:} דאָס לאַנד ישראל 

{פראַזעס:} (אין) לאַנד פון די אבות [óvəs]; (אינעם) יידישן לאַנד; (אין) אייגענעם לאַנדאין אונדזער אייגן לאַנד.

Israeli (n.)

(דער) ישראלדיקער [yisró(ə)ldikər], ל″נ\ל″ר: (די) ישראלדיקע [yisró(ə)ldikə]}; (דער) ישראלי [yisr(ə)éyli] ,[yisr(ə)éylə] ל″נ: (די) ישראלישע [yisr(əéylishə], ל″ר: ישראלים [yisr(ə)éyləm].

{אויף געבאָרענע אין ארץ ישראל:} דער\די סאַברע, ל″ר: סאַברעס;

מיט ביטול: אַן איזריילי; {ביי חרדים אין ארץ ישראל וועגן דער ציוניסטישער מערהײַט: די ציונים [di tsiyóynəm]; {זעלטענער ל″י:} (דער) ציוני [tsiyóynə], ל″נ (די) ציונית(טע) [tsiyóynəs(tə)].

 

Israeli (adj.)

ישראלדיק [yisró(ə)ldək], ישראליש [yisr(ə)éylish] ,[yisrólish].

{אין טייל פרומע קרײַזן, נייטראַל גערעדט וועגן אַ מענטש אָדער חפץ אָדער וואָס⸗ניט⸗איז פון ישראל:} ארץ⸗ישראלדיק [erts(y)əsróldək];

{מיט אַ קאַפּ (אָדער מער) ביטול, וועגן ניט⸗איידעלע סטעראָטעפּישע שטריכן כלומרשט בײַ ישראל געבאָרענע:} סאַבריש; סאַברעדיק; {אין טייל אַמעריקאַנער ישיבה קרײַזן, באַליידיקנדיק און ניט איידל:} דיביש.

Iyar (Jewish month)

אייר [íyər]: דער אַכטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער צווייטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינלעך אין אַפּריל–מאַי, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק טעג.

 


J

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


j

(דער) יאָט צענטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [džey].

.

jail (n.)

(די) טורמע; (די) תפיסה; {וואו מען האַלט אסירים אויף אַ קירצערער צײַט, אַשטייגער אין דער פּאָליציי:} (דער) קרימינאַל.

{הומאָריסטיש:} (אין) חד⸗גדיא [khad-gádyə] (< פון נאָמען פון פּסח ליד).

jail (v.)

{דורך אַ לעגאַלער פּראָצעדור:} אײַנזעצן (אין טורמע \ תפיסה); {דורך אַ פּלוצלונגדיקן דראַמאַטישן אַקט פון די פּאָליציי:} אַרײַנשלײַדערן \ אַריינוואַרפן \ פאַרשפּאַרן (אין טורמע \ תפיסה).

 

janitor

{צפונדיק:} (דער) סטאָראָזש [stórəzh]; {דרומדיק:} (דער) סטרוזש, סטראָזש [struzh]; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} (דער) דזשעניטאָר.

jazz

(דער) דזשאַז; (אַמעריקאַניש:) דזשעז.

jerk (n.) (type of person)

(דער) שמענדריק, ל″ר: שמענדקריקעס; (דער צי די) שמעגעגע [shməgégə]; אַ לא⸗לנו [a-ləlónu], אין דרומדיקע דיאַלעקטן: [:a-lòy-lú:ni], אין ליטווישע דיאַלעקטן: [a-lèylónu]; אַ דריי⸗קאָפּ [dréy-kòp].

jerk off

{סלענג, אינטים, שפּאַסיק, וואולגאַר:} רײַבן זיך [ráybm-zəkh] (ל″ע: זיך געריבן [zəkh-g(ə)ríbm]); {א″צ:} (ער\זי) רײַבט זיך [ráyptsakh] ,[ráybdzakh], {שטאַרק ביטולדיק:} פירן רײַבוסטווע, טרײַבן רײַבוסטווע. 

 

Jew

(דער) ייד, ל″ר יידן; {אין דער חרדישער וועלט (וואו⸗ניט⸗וואו אַנדערשוואו) געשריבן:} איד, אידן; {בײַם אַרויסריידן:} ליטוויש [id] און [idn] — פּויליש⸗אונגאַריש [yi:t] און [yi:dn];

{ל″נ: ייד\איד גילט סײַ פאַר אַ מאַן, סײַ פאַר אַ פרוי. וואו מען דאַרף מבחין זײַן גילט אויף ל″נ: (אַ\די) יידישע (צי) אידישע;  (די) יידישע פרוי (צי) אידישע פרוי; {מיט צאַרטקײַט, סענטימענטאַלקײַט: אַ יידיש⸗קינד צי אידיש⸗קינד. מ′דאַרך זיך פאַרגעדענקען, פאַרקערט, אַז יידענע (צי אידענע) איז קיינמאָל ניט נייטראַל, ס’איז מרמז אויף אַ העכערן עלטער, און ס′איז אָדער שטאַרק לויבעריש אָדער שטאַרק נעגאַטיוו, מיט אַ בוֹלטן אונטערשייד אין דער אינטאָנאַציע און די אַרומיקע ווערטער: דאָס איז אַ יידענע! (\אידענע) (וואָס קען אויפטאָן, אויספירן, אויספּועלן, מצליח זײַן) ≠ שוין ווידער אָט די יידענע! (\ אידענע) (וואָס, לויטן סטערעאָטיפּ פון אָט דעם באַנוץ — דרייט אַ קאָפּ, איז {כלומרשט} מאַניפּולירעוודיק און רעדט אַ סך לשון⸗הרע);

{אויף בסודותדיקײַט, אויך ווען⸗ניט⸗ווען פון הומאָר וועגן אָדער פאַרשיידענע נואַנסן:) (דער) געמַלטער [gimáltər], {תמיד הומאָריסטיש:} די געמלטע [gimáltə]; (דער) אונדזעריקער, (די) אונדזעריקע, אונדזעריקערין; (דער) בר ישראל [bar-(y)isró(y)(ə)l], (די) בת ישראל [bas-(y)isró(y)(ə)ltə], אָדער {הומאָריסטיש:} (די) בר ישראלטע [bar(y)isró(y)(ə)ltə];

{גנאי ווערטער:} יידלאַק \ אידלאַק; דזשודאַק; פּאַסקודנער ייד \ איד.

{צווישן די „יידישע געאָגראַפישע טיפּן“:}

אַמעריקאַנער ייד\איד; {שפּאַסיק}: יענקי;

גאַליציאַנער {נעגאַטיוו: פּראָסטער גאַליציאַנער; אין ענגליש ריידנדיקע לענדער: אַ ג(אַ)ליץ);

דײַטשישער ייד\איד {נעגאַטיוו: יהודי [yahúdə], [yehúdə]; יעקע);

ליטוואַק, ליטווישער (ייד\איד) (נעגאַטיוו: לוטוואַק, צלם⸗קאָפּ [tséyləm-kòp]); 

ספרדישער [sfárdisher] (ייד\איד) (נעגאַטיוו: פרענק, פרענקישער, ספערדי;

ענגלישער [éynglisher] ייד\איד (נעגאַטיוו: יהודים {בדרך כלל אין ל″ר; אין ל″י אויך: ענגלישע חיה [kháyə];

פּוילישער (ייד\איד) (נעגאַטיוו: פּײַלישער, פּוילישע דריפּקע.

Jesus

{נייטראַל:} יעזוס; {לומדיש:} ישו הנוצרי [yéyshu (h)anótsrə];

{נעגאַטיוו:} יאָסקע פּאַנדרע; דער תלוי, צפונדיק: [dər-tólə], דרומדיק: [də-tú:lə].

junk food

(די) חזירײַ [khàzəráy].


K

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


k

(דער) קאַ (עלפטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [key].

Kabbalah

(די) קבלה [kabólə]. {לומדיש:} ח″ן [khéyn] = חכמת הנסתר [khòkhməs (h)anístər] ′דער לימוד פון דעם וואָס איז מיסטעריעז\פאַרבאַהאַלטן′};

{לומדיש פיגוראַטיוו:} (די) רזין עילאין [rózn iló(y)in] {ד.ה. די ′הויכע סודות′ אָדער ′פאַרבאָרגנקײַטן′}.

Kabbalist

{טראַדיציאָנעלער קענער און גלייביקער אין דער קבלה:} (דער) מקובל [m(ə)kúbl], ל″ר מקובלים [m(ə)kubóləm]; {ל″נ זעלטן אָבער פאַראַן:} (די) מקובלטע, ל″ר: מקובלטעס;

{לומדיש:} יודע ח″ן [y(ə)dèyə-khéyn], ל″ר: יודעי ח″ן [yòydə-khéyn] {ח″ן = חכמת הנסתר [khòkhməs-(h)anístər] ′דער לימוד פון דעם וואָס איז מיסטעריעז\פאַרבאַהאַלטן′};

{אין מאָדערנעם, אַלוועלטלעכן זין: אַ קענער אין קבלה זאַכן, לאו דווקא טראַדיציאָנעל, לאו דווקא אַ גלייביקער דערײַן}: (דער) קאַבאַליסט [kabalíst], ל″נ: דאָס זעלביקע אָדער: קאַבאַליסטין.

Karaite (n.)

{טאָמער פון די ליטוויש⸗ווײַסרוסישע איז נאָר (לויט ז י י ע ר  ווילן:} קאַראַאימער, ל″ר: Ø; ל″נ: קאַראַאימערין, ל″ר: קאַראַאימערינס;

{טאָמער פון אַוועלכן ניט איז אַנדער לאַנד קען אויך זיין, בפרט לומדיש:} (דער) קראי [k(a)róə], ל″ר: קראים [k(a)ró(y)əm] {בשעת ווען ניט⸗קאַראַאימער קענען אָנווענדן די טערמינען אויך מכח דיאָ וואָס אין ליטע, ווײַסרוסלאַנד און די שכנותדיקע לענדער}.

 

Karaite (adj.)

קאַראַאימיש; פון די \ שייך צו די קאַראַימיער; {לומדיש:} קראיש [k(a)róish]; קראימדיק [k(a)róəmdik].

keyboard

(די) קלאַוויאַטור [klavyatúr]; (דאָס) ברעטל; (דער) קיבאָרד {אין אינטערנעטישע קרײַזן}.

 

Kislev (Jewish month)

כסלו [kísləv]: דער דריטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער נײַנטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינלעך אין נאָוועמבער–דעצעמבער, האָט נײַן⸗און⸗צוואַנציק צי דרײַסיק טעג. חודש פון יום⸗טוב חנוכה.

knife (n.)

(דער) מעסער; {פאַר דער קעשענע:} דאָס\דער מעסערל; (דער) קעשענע⸗מעסער; {אין קיך:} (דאָס) מעסערל; (דער ספּעציאַליזירטער מעסער צו יידישער שחיטה כהלכה: (דער) חלף [kháləf], ל″ר: די חלפים [khalófəm].

knowledge

{סתם:} (דער) וויסן; דער סך⸗הכל ידיעות; {אַרכעאיש, סטיליזירנדיק:) וויסנשאַפט.

{אין אַ געוויסן תחום:} (די) קענטעניש [kéntənish], (די) בקיאות [pkíyəs].

Kaunas (n.)

קאָוונע {ל″נ}.

Kaunas (adj.)

קאָוונער {אומבייגעוודיק}.

kindness

(די) גוטהאַרציקײַט; (די) מענטשלעכקײַט; אַ⸗פײַנער⸗מענטש זײַן;

{אין געוויסע טראַדיציאָנעלע סביבות:} (די) אידישלעכקײַט (\יידישלעכקײַט)

{לומדיש:} (דער) בין⸗אדם⸗לחבירו [dər-beynòdəm-likhvéyroy];

{פראַזע:} דאָס פּינטעלע מענטש.

kosherness 

כשרער סטיל [kóshərər]; כשר; ריכטיק כשר; כשר לכל הדעות [lekhòladéəs] {לויט אַלע מיינונגען}; שטרענג כשר [shtreyng]; כשר למהדרין [limhádrin].

kudos

 כבוד [kóvəd], דרומדיק: [kúvit]; אָנערקענונג; {אין דער ליטעראַרישער שפּראַך אַרכעאיש, נאָך ברייט באַנוצט אין טייל חרדשישע קרײַזן:} ערע [érə];

{דער עיקר ריידנדיק וועגן אַ צווייטן, וואָס אים אָדער איר איז אַמוויכטיקסטן, למשל אָנשטאָט געלט:} יחוס [yíkhəs].


L

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


l

(דער) על (צוועלפטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [el].

 

ladybug, ladybird

משה רבינוס קיעלע [mòyshə-rabéynuz kíyalə].

lake

(די) אָזערע [ózerə]; (דער) טײַך {אין ליטווישן באַנוץ, וואו אַ פליסנדיקער טײַך ווערט גיכער אָנגערופן בײַם נאָמען זײַנעם}.

laptop

(דער) לעפּטאָפּ.

Latino

(דער צי די) לאַטינאָ, ל″ר: לאַטינאָס.

lazy

פויל.

lazy person

אַ פוילער; {מיט אַביסל סימפּאַטע:} אַ פוילער יאַט; {מיט ביטול:} ַפויליאַק [foylyák].

LGBT

על⸗גע⸗בע⸗טע; על⸗דזשי⸗בי⸗טי; וואָס שייך די סעקסועלע מיעוטים: לעזביאַניש, גיי, ביסעקסועל, טראַנס; וואָס שייך די מענטשן⸗רעכט פון די סעקסועלע מיעוטים.

leftist; leftwinger, left-oriented person

(דער) לינקער, ל″נ: (די) לינקע, ל″ר: לינקע. מענטש וואָס איז נוטה צו מער ליבעראַלע, פּראָגרעסיווע און סאָציא‎ל⸗דעמאָקראַטישע אידעען, פּאַרטייען און פּאָליטישע אַספּיראַציעס.

{ספּעציפיש יידישע נואַנסן:} די לינקע {יידן פון מיטן נײַנצעטן יאָרהונדערט ביזן שפּעטערדיקן צוואַנציקסטן, וואָס זײַנען געווען אַפיליאירט מיט פאַרשיידענע לינקע באַוועגונגען און האָבן זיך געררעכנט „אַ סך מער לינק“ איידער מער מעסיקע „רעכטע“ וואָס האָבן א ו י ך  געהערט סאָציאַליסטישע אָדער סאָציאַל⸗דעמאָקראַטיש געשטימטע פּאַרטייען און באַוועגונגען (וואָס אין מערב זײַנען זיי  א ו י ך געווען לינקס פונעם צענטער}. די רעלאַטיווקײַט פונעם באַנו. האָט געקענט שטאַרק פאַרשיידן זײַן, געווענדט אין צײַט, אָרט און סביבה;

{אין אַמעריקע און אַנדערע מערבדיקע לענדער צווישן סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה און ביז פאַרשיידענע צײַט⸗אָפּשניטן, בתוכם 1929, 1939, 1948, 1952 און אַנדערע:} קאָמוניסט; אָנהענגער אָדער סימפּאַטיקעער פונעם סאָוועטנפאַרבאַנד (להיפּוך צו אַנדערע, אַרײַנגערעכט שטאַרק סאָציאַליסטישע אַפילו, וואָס זײַנען געווען אָפּאָנענטן פון סאָוועטנפאַרבאַנד).

Leo (astrol.)

מזל אריה [màzl-áryə].

lesbian (n.)

(די) לעזביאַנקע, ל″ר לעזביאַנקעס; {לומדיש, צומאָל שפּאַסיק:} אשה⸗באשהניצע [ìshe-b(ə)íshənitsə].

lesbian (adj.)

לעזביאַניש; {לומדיש, צומאָל שפּאַסיק:} אשה⸗באשה(דיק) [(ìshe-b(ə)íshə(dik].

liar

(דער) ליגנער {אויך ל″ר}, ל″נ: (די) ליגנערין; {ווי אַ נאָך טיפערער כאַראַקטער שטריך:} (דער) שקרן [shákrən], ל″ר: שקרנים [shakrónəm]; ל″נ: שקרנטע [shákrəntə], ל″ר: שקרנטעס [shákrəntəs].

{פראַזעס:} אַז די פּאַרע פון מויל איז בײַ אים (\איר\זיי) אַ פאַלשע.

Libra (astrol.)

מזל מאזנים [màzl-məznáyəm].

library

(די) ביבליאָטעק [bìbləték], ל″ר ביבליאָטעקן; {מיט טיפן דרך⸗ארץ, וועגן אַ גרויסער קאָלעקציע טראַדיציאָנעלע ←ספרים:} בית הספרים [beys hasfórəm]; אין דרומדיקע דיאַלעקטן [bays as(ə)fúrəm].

{אָפּלאַכעריש, סאַטיריש:} ביבליאָטאַק [bibləták], באָלבעטעק [bolbəték].

like (v.)

{רעפלעקסיוו:} געפעלן ווערן (דעם מענטשן וואָס געפעלט {דאַטיוו} — בעת דער אָביעקט פון די פּאָזיטיווע געפילן איז גראַדע נאָמינאַטיוו: „איר געפעלט דער נײַער פילם“};

{אַביסל אָפּגעשוואַכטע באַנוצונגען פון ווערבן וועמענס אייגנטלעכער מיין איז נוגע אַ טיפערער ליבע:} ליב האָבן [líb-(h)obm], דרומדיק [lí:p-ubm]; {אין צפונדיקע דיאַלעקטן:} האָלט האָבן [hólt-(h)obm]; {אַ סברא אַז די פאַרשפּרייטנג פון „ליב האָבן“ אויפן חשבון פון „האָלט האָבן“, אויך בײַ צפונדיקע, האָט געגעבן אַ שטויס, אַז „האָלט האָבן“ זאָל אָפטער גענוצט ווערן דווקא סינאָנימיש מיט „געפעלן ווערן“};

{אַמעריקאַניש, דער עיקר בײַ די וואס קענען יידיש פון דער היים און ניט פון קלאַסן ווײַל דערווידער געבליבן מערסטע מומחים אויפט געביט — הגם אפשר בײַ צוויי הונדערט יאָר אֲלט:} גלײַכן, („איך גלײַך דעם קאָמפּיוטער כאָטש פריער האָב איך געגליכן די שרײַב⸗מאַשינקע“).

liberate

באַפרײַען; פרײַ מאַכן.

liberation

(די) באַפרײַאונג. {מיט ביטול אָדער סאַטירע:} (די) ליבעראַציע.

light (adj.)

לײַכט; לײַכטוואָגיק; גרינג.

light (n.)

(די) ליכטיקײַט; (די\דאָס) ליכט;

{פראַזעס:} יהי אור! [yəhí óyr] {′מאַכט ליכטיק!′}; ויהי אור [váy(ə)hi óyr] {אָ, מ′האָט אָנגעצונגן ליכט!}.

lightbulb

(דער \ דאָס) לעמפּל

Lithuanian person

(דער) ליטווינער, ל″ר: Ø, ל″נ: (די) ליטווינערין \ ליטווינערקע {ניט⸗יידן};

{שפּאַסיק, בסודותדיק, צומאָל נעגאַטיוו:} \אַ למד [láməd], ל″ר: למדנים (lamdónəm), וואָס קענען ביידע גילטן פאַר ביידע מינים; פאַראַן אָבער אויך די ספּעציפישע בדרך כלל גוטמוטיק שפּאַסיקע ל″נ פאָרמעס: למדניכע [lamdónikhə], למדניכעס [lamdónikhəz]. 

(דער) ליטווישער, (די) ליטווישע (אָפטמאָל אויף — יידן); (דער) ליטוואַק (נאָר אויף יידן אָבער אויך אויף אַזעלכע וואָס שטאַמען פון אויסער די גרענעצן פון דער מאָדערנער ליטע, ←Litvak}.

Litvak

(דער) ליטוואַק [lítvak] (אויך אויף אַ פרוי), ל″נ: (די) ליטווישע; {דער ל“נ ליטוואַטשקע איז עלול צו זײַן נעגאַטיוו ביטולדיק}; 

(א) ייד וועלכער שטאַמט פון די ליטווישע לענדער אין דער צפונדיקער מזרח אייראָפּע קענטלעך פון דער פאָנעטיק, למשל זאָגן [zogn] (אָנשטאָט: [zugn]), קומען [kúmən] (אָנשטאָט [kímən] און אַ סך אַנדערע.

(ב) אַ ייד אַ מתנגד וועמענס טראַדיציע איז ליטוויש, מתנגדיש, נוסח אשכנז, ניט חב″דיש און ניט פאַרבונונדן מיט אַנדערע חסידים;

(ג) אַ ייד וואָס האַלט זיך פאַר אַ נאַכפאָלגער פונעם ווילנער גאון און אַנדערע גרויסע פּערזענלעכקײַטן אין דער ליטוויש⸗יידישער געשיכטע.

בײַ דרומדיקע (ד.ה. ניט⸗ליטווישע) יידן:

(ד) אַ ייד וואָס רעדט אויפן מאָדנעם צפונדיקן שטייגער, וואָס קען אין טייל פאַלן אַרײַננעמען אויך כלל יידיש (מיט וועלכן די פאָנעטיק פון ליטווישן יידיש איז אַמנאָענטסטן);

(ה) אַ פרומער אָדער פרומלעכער ייד אַ מתנגד וואָס אַנטזאַגט זיך נוצן דעם חסידישן נוסח;

(ו) אַ שווערער, טרוקענער, הומאָרלאָזער מענטש וואָס האָט נאָר לייב קאַלטע פאַקטן. בײַ ניט⸗ליטוואַקעס טרעפט מען פאַרשיידענע אָּפּלאַכערישע טערמינען, אַרײַנגערעכנט: לוטוואַק [lútvak], ליטוואַק מיטן מלרע [litvák], און פאַרשיידענע צונעמען, בתוכם: צלם⸗קאָפּ [tséylim-kop]. אין טייל חב“דישע מוסדות אין די לעצטע יאָרן, איז דאָקומענטירט דער סלענג טערמין סנאַג (< תְ‏ִנַג < מתנגד) וועגן אַ תלמיד פון אַ ליטוויש⸗מתנגדישער משפּחה (צפון אַמעריקאַנער ישיבהש: snag).

 

live (v.)

לעבן [lébm], אין דרומדיקע דיאַלעקטן [léybm].

{אין זין פון וואוינען:} לעבן, וואוינען, {מיט וואַרעמקײַט:} זײַן אַ תושב [tóyshəv] {אין}.

live out

אויסלעבן (די יאָרן) {אין}.

{אין זין פון האַלטן בײַם סוף פון די יאָרן} אָפּלעבן, אַ בא בימים ווערן [a bò bayóməm vern]. {אָבער: אין ווײַט מזרחדיקן ליטווישן יידיש און דערפאַר אין קלאַסישן חב″דישן באַנוץ קען פאַרקערט אָפּלעבן זײַן דער טײַטש: ←אויפלעבן}.

lonely

עלנט; אײַנזאַם; אַליינעדיק.

{פראַזעס:} עלנט ווי אַ שטיין. עלנט ווי אליהו הנביא אין (דער) מדבר [elnt vi eyli(y)òhu (h)anóvə in(dər) mídbər].

loneliness

(די) עלנט; (די) אײַנזאַמקײַט; (די) אַליינקײַט.

loser

(דער) לא⸗יוצלח [ləyítsləkh], (די) לא⸗יוצלחטע [ləyútsləkhtə]; (דער) נעבעך [nébakh] ,[nébəkh], ל″נ נעבעכטע; (דער) שלומיאל, שלעמיעל [shlimí(yə)l], די שלומיאלטע, שלעמיעלטע [shlimí(yə)ltə]; (דער) שלימזל [shlimázl] \ שלימזלניק [shlimizálnik], (די) שלימזלטע [shlimázltə] \ שלימזלניצע [shlimizálnitsə]; (דער) נעבעך; {אינטערנאַצ.:} (דער) לוזער, {מיט אַ יידישיזרטן ל″נ:} (די) לוזערקע [lúzerkə].

love (n.)

(די) ליבשאַפט, ליבע, האָלטשאַפט, (דער\דאָס) ליב האָבן, האָלט האָבן. {אין טיפערן, מיסטישן, רעליגיעזן און בפרט יידיש⸗גײַסטיקן זין:} אהבה [ahávə], ,[á(a)və], ,[áyvə]. (דער) אהבת ישראל [áyvəs yisró(y)əl] {ליבשאַפט צום יידישן פאָלק, צו יידישע מענטשן}.

love (v.)

ליב האָבן [líb(h)obm]; {אין ליטווישן יידיש:} האָלט האָבן [hólt(h)obm].

lover (→boyfriend, girlfriend, love)

{קלאַסיש:} (דער) געליבטער [gəlíptər]; (די) געליבטע [gelíptə]. {אַ קאַפּ פאַרשטעלט דורך ווערטער וואָס זײַנען אויך עלול באַצייכענען די ליבשאַפט צו קונסט, ליטעראַטור, געטלעכקײַט וכד′:} (דער) ליבהאָבער, (די) ליבהאָבערין. {מיט אַ ביסל הומאָר און אויך וועגן סודותדיקע „לינקע ליבעס″:} (דער) ליובאָווניק [l(y)ubóvnik], (די) ליובאָווניצע [l(y)ubóvnitsə].

Lower East Side (of New York City)

 איסט סאַיד (אויך: איסט סײַד); למשל: „באָבע⸗זיידע האָבן געלעבט אויף דער איסט סאַיד“ [àvdər istsáyd]; {פון די זעלטענע סובסטאַנטיוון אויף יידיש וואָס קענען זײַן ל″ז אין נאָמינאַטיוו, ל″נ אין דאַטיוו (נאָך אַ פּרעפּאָזיציע), בתוכם טרעפט מען דעם אַלטן וואָרט „מדבר“ און די יידישע קולטור⸗געאָגראַפישע באַגריפן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט „ייוואָ“, „איסד סאַיד“ (ניו⸗יאָרק) און „איסט ענד“ און „וועסט ענד“ (לאָנדאָן). 

luxuries

לוקסוסן, לוקסוס זאַכן; {מיט אַ ווייכן מוסרדיקן טאָן וועגן ניט⸗נייטיקע איבעריקײַטן:} מותרות [móysrəs], ליטוויש [méysrəs].

Lviv

{די הײַנטיקע שטאָט אין אוקראַינע:} לוויוו; {פּאָפּולער געבליבענער וואַריאַנט פון דער פּוילישער תקופה פון דער שטאָט: לוואָוו}; אייביקער קולטור⸗היסטאָרישער נאָמען מצד דער יידישער געשיכטע, באַזירט אין דער עסטרײַך⸗אונגאַרישער תקופה: לעמבערג}; {יידישלעכער, מער אינטימער נוסח:} לעמבעריק.

{פראַזע}: „מ′האָט אים אַזאַ כמאַליע אין פּנים געגעבן, אַז ער האָט אַזש דערזען קראָקע מיט לעמבעריק“; {אין אָרטיקן גאַליציאַנער יידיש:} [krúkə mit lémbarik].

lying (pattern of telling lies, habitual dishonesty)

(דער) שקר [shéykər], [shékər]; (די\דער) שקרנות [shakrónəs]; כזב ושקר [kízev vəshékər]; (די) פאַלשקײַט; (די) בלאָפערײַ; (די) ליגנזאָגערײַ; (די) אומערלעכקײַט; {פראַזע:} אַז די פּאַרע פון מויל איז אַ פאַלשע.


M

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


m

(דער) עם (דרײַצעטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [em].

 

magnifying glass

(די) לופּע; (דער) פאַרגרעסער⸗גלאָז.

Mainz (German city)

מײַנץ; בײַ אַמאָליקע אשכנזים מגנצא, מגינצא, מאַגענצא [magéntsə], און אַנדערע שרײַבונגען.

Mannheim (German city)

{אין עלטערן מערבדיקן יידיש:} מאָנעם [mónəm].

many, a lot (countable or not, cf. much)

אַ סך [asákh]; אַ גרויסע צאָל;

 {לומדיש, צומאָל שפּאַסיק:} אַ גוזמא [gúzmə];

{דיאַלעקטיש ליטוויש}: אַ פולע;

{דיאַלעקטיש, אַרכעאיש, דײַטשמעריש, צײַטונגס⸗שפראַך:} פיל;

{פראַזעס:} אָן אַ שיעור [shí(y)ər];  תרפ″ט אלפים [tàrpat alófəm] {לומדיש הומאָריסטיש: 689,000 = זייער אַ סך, אויפן משקל פון אַ יידישן יאָר (1928)}; כחול הים [k(ə)khòl ayám] {′ווי די זאַמד פונעם ים′}.

(Le) Marais (in Paris)

דאָס פּלעצל.

mass shooting

(די) מאַסן⸗שיסונג.

masturbation

(דער) מעשה אונן [máysə-óynən], (דער) אַנאַניזם, (די) מאַסטורבאַציע; {לומדיש:} (דער) שכבת זרע [shìkhvaz-zérə].

{שמועסשפּראַכיק, אינטים, שפּאַסיק, בײַ טייל פאַררעכנט וואולגאַריש:} (דער\דאָס) רײַבן זיך [ráybm-zəkh] (ל″ע: זיך געריבן [zəkh-g(ə)ríbm]); {נאָכמער ביטולדיק, פיגוראַטיוו אויף אַ בטלן אָדער אַזאַ וואָס אַרבעט אָן רעזוטאַטן, אין א″צ:} (ער\זי) רײַבט זיך [ráyptsakh] ,[ráybdzakh], {שטאַרק ביטולדיק אַלס באצייכענונג אויף עמעצנס אַרבעט:} רײַבוסטווע.

 

May (month)

מאַי {ל″ז}. {אין מזרח אייראָפּע אויך דער נאָמען פון געוויסע קוסטעס און ביימער וואָס בליען אויף אין חודש מאַי, ניט אומעטום אויפן זעלביקן באָטאַנישן מין. למשל, „ס′האָט שוין אויפגעבליט דער מאַי וואָס אין גאָרטן“}.

memoir(s)

{צי געשריבענע, צי בעל⸗פּה:} (די) זכרונות [zíkhróynəs] {ל″ר}, ליטוויש: [zikhréynəs];

{נאָר אויף געשריבענע:} (די) מעמואַרן {ל″ר}.

message

אָנזאָג; ידיעה [y(ə)dí(y)ə], ל″ר ידיעות [y(ə)dí(y)əz].

 

Messiah (→ false messiah)

משיח [moshíakh], [meshíəkh]; {ווערט גענוצט אָן דעם באַשטימטן אַרטיקל [ניט „דער משיח“] און בייגט זיך ווי בײַ אַ פּערזענלעכן נאָמען: „מען וואַרט אויף משיחן; אין טייל דיאַלעקטן וואו די בייגונג פון פּרט⸗נעמען ווערט פאַרשוואונדן, ווערט עס אויך פאַרלאָרן דאָ}.

משיח בן דוד [məshíakh ben dóvid]; דער גואל [góy(ə)l]; דער גואל אחרון [gòyəl-ákhrən]; דער אויסגעבענקטער אויסלייזער.

{בײַ קריסטן:} דער משיח בײַ קריסטן; {בײַ אַנדערע פעלקער:} די משיחישע [m(ə)shíkhish] פיגור בײַ…; דער ענדגילטיקער אויסלייזער בײַ… {אַלוועלטלעך אויך מעגלעך:} דער מעסיאַס.

#MeToo

„מיראויכעט“; האַשטאַג מי⸗טודער האַשטאַג „מי טו“.

Minsk

מינסק. {אין עלטערע תקופות אויך:} מענסק, מענצק, מינצק.

Mir (town, yeshiva)

מיר {שטעטל אין אַמאָליקער מינסקער גובערניע, הײַנט אין ←בעלאַרוס. מירער ישיבה [mírər (y)ishívə] אין שטעטל מיר {מיטן אַרטיקל נאָך אַ פּרעפּאָזיציע:} אין דער מיר {ד.ה. דווקא אין דער ישיבה ≠ „אין מיר“ ′אין שטעטל סתם′; אַזוי אַרומעט גילט הײַנט „אין דער מיר“ וואָס שייך דער ישיבה למשל אין ברוקלין; דערפון נעמט זיך אין פרומע ענגליש ריידנדיקע קרײַזן studied in the Mir}.

miracle

(דער) נס [nes], ל″ר: נסים [nísəm]; דער וואונדער, ל″ר: וואונדיירים; (דער) מופת [móyfəs], ל″ר מופתים [mófsəm].

miraculous

נסימדיק [nís(ə)mdik]; מופתדיק [móyfəzdik]; וואונדער⸗מעסיק.

miraculously

על⸗פּי נס [nes]; מיט אַ מופת [móyfəs]; דורך אַ וואונדער.

mix-up

(דער) פּלאָנטער, ל″ר פּלאָנטערס; (די) פאַרמישעניש [farmíshənish]; (די) צעמישעניש [tsəmíshənish], [אין טייל צפונדיקע דיאַלעקטן:} [tsumíshənish]; {און טאָמער אַ ריכטיק גרויסער פּלאָנטער וואו דער עלעמענט פון כעס מיט מחלוקת קומט אין דער מעשה אַרײַנעט:} (די) בהלה [b(ə)hólə], דרומדיק: [b(ə)hú:lə].

modern (adj.)

מאָדערן; הײַנטצײַטיק; הײַנטעדיקפון דער הײַנטיקער וועלט.

mobile phone

   (דער) טעלעפאָנטשיק; (דער) מאָבילנער (טעלעפאָן), סעלפאָןסעל; {אַ נעאָלאָגיזם וואָס איז עלול אַרויסרופן געלעכטער בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך:} מאָבילקע.

month

(דער) חודש [khóydəsh], ל″ר חדשים [khadóshəm]; {דיאַלעקטיש, אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך} (דער) מאָנאַט [mónat], ל″ר מאָנאַטן [monátn].

monthly

חודשלעך [khóydəshlakh]; {אַרכעאיש, צ″ש:} מאָנאַטלעך [mónatləkh].

monthly magazine

(דער) חודשלעכער זשורנאַל [khóydəshləkher zhurnál]; חודש זשורנאַל [khóydəsh-zhurnàl];

{אַרכעאיש:} חודשניק {פּאָפּולער אין פאַרשיידענע יידישיסטישע סביבות אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, הײַנט פאַרעלטערט אָבער סטיליסטיש סימבאָליש פאַר אַ פרוכפּערדיקער תקופה פון דער יידישער פּעריאָדיק};

{אַרכעאיש, דײַטשמעריש, היסטאָריש כאַראַקטעריסטיש פאַר סאָציאַליסטישע און ליטעראַרישע  זשורנאַלן פון סוף נײַנצעטן ביז שפּעט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט:} מאָנאַטשריפט.

Moscow

מאָסקווע (ל″נ); {אָפּלאַכעריש, דיאַלעקטיש:} מאָסקעווע.

motel

אויב אונטערוועגנס: (דער) מאָטעל; {טאָמער אין שטאָט גופא:} (דער\דאָס) האָטעלכל [hotél(ə)khl].

mother

(די) מאַמע, ל″ר מאַמעס; (די) מוטער, ל″ר מוטערס {שטאַרק פאָרמעל}. {≠ די אמהות [imó(h)əs] = די יידישע מאַטריאַרכעס שרה, רבקה, רחל און לאה.}

Munich

מינכען (ל″ז).

much, a lot of (noncountable, →many)

אַ סך [asákh]; {דיאַלעקטיש ליטוויש}: אַ פולע; {לומדיש:} אַ גוזמא [gúzmə]; (דיאַלעקטיש, אַרכעאיש, דײַטשמעריש, צײַטונגס⸗שפראַך:} פיל;

{פראַזעס:} אָן אַ שיעור [shí(y)ər];  תרפ″ט אלפים [tàrpat alófəm] {לומדיש הומאָריסטיש: 689,000 = זייער אַ סך, אויפן משקל פון אַ יידישן יאָר (1928)}; כחול הים [k(ə)khòl ayám] {′ווי די זאַמד פונעם ים′}.


N

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


n

(דער) ען (פערצעטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [en].

 

nail (n.) (for hammering)

(דער) טשוואָק, ל″ר: טשוועקעס.

nail (n.) (anat.)

(דער) נאָגל, ל″ר: נעגל.

nap: take a nap

כאַפּן אַ דרעמל [khàpm-adréml], דרומדיק [khàpm-adréyml]; {בײַ פּוילישע יידן אָפטמאָל:} כאפּן אַ דזשים.

nasty person

(דער) פּאַסקודניאַק [paskudnyák]; (די) פּאַסקודסטווע [paskútstvə]; (די\דער) כאָלעריע [kholérə]; שטיק טינוף [shtik-tínəf]; (דער) מיאוסער מענטש, פּאַסקודנער (מענטש), עקלהאַפטיקער (מענטש); נידערטרעכטיקער יונג; אויסוואָרף. {אינעם אַמעריקאַנער באַנוץ און פונדערפון אין פאַרשיידענע אַנדערע לענדער ווערט באַנוצט מילד⸗וואלגאַריש און שפּאַסיק אויך: פּאָץ, און שמאָק, בדרך כלל בײַ אַזעלכע וואָס קענען קנאַפּ יידיש, אַלס „יידישע ווערטער“. אויף יידיש גופא זײַנען זיי ביידע טײַטש, פיגוראַטיוו (דער פּשט בײַ ביידע איז דאָך דער מענלעכער גליד): ′נאַר′ (← fool).

Native American (adj.)

אַלט⸗אַמעריקאַנער {אומבייגעוודיק}; אַלט⸗אַמעריקאַניש {בייגעוודיק};  {מיט אַ קאַפּ פּאָליטישער אָנצוהערעניש:} עכט⸗אַמעריקאַנער (אומבייגעוודיק}; עכט⸗אַמעריקאַניש {בייגעוודיק}.

Native American (person)

(דער) אַלט⸗אַמעריקאַנער, ל″נ: די אַלט⸗אַמעריקאַנערין; {מיט אַ קאַפּ פּאָליטישער אָנצוהערעניש:} (דער) עכט⸗אַמעריקאַנער, ל″נ: (די) ;עכט⸗אַמעריקאַנערין; {אַ קאַפּ אַרכעאיש, געווענדט אין וועלכן קרײַז}: אַמעריקאַנער אינדיאַנער.

nephew

(דער) פּלימעניק [pliménik].

{דיאַלעקטיש (בפרט דרומדיק) אויך:} (דער) ברודער⸗זון, (דער) שוועסטער⸗זון.

new year’s (day)

נײַ⸗יאָר [náyor]; (דער) סילוועסטער [silvéstər]; (דער) נאָוויגאָד [novəgód] {נייטראַל אין רוסיש ריידנדיקע לענדער — אַנדערשוואו שפּאַסיק};

{פרײַנטלעך⸗שפּאַסיק אין מאָדערנערע קרײַזן, ביטולדיק⸗שפּאַסיק אין  ט י י ל  טראַדיציאָנעלע קרײַזן:} דרומדיק: דאָס גויאישקע ניי יאָר [dus gó:ishkə ná: yúə]; צפונדיק: דער גויאישקער נײַער יאָר [dər góyishkər náyər yór].

newspaper

(די) צײַטונג, ל″ר: צײַטונגען [tsáytung(ə)n]. {היימיש, אינטים, יידישלעך:} דער בלאַט, ל″ר די בלעטער („ס′שטייט אין די בלעטער, אַז…“). {אין סלאַוויש ריידנדיקע לענדער, דער עיקר וועגן די אָרטיקע צײַטונגען:} (דער) גאַזעט [gazét], ל″ר: גאַזעטן.

niece

(די) פּלימעניצע [pliménitsə].

{דיאַלעקטיש (דער עיקר דרומדיק) אויך:} (די) ברודערטאָכטער, (די) שוועסטערטאָכטער.

Nissan (Jewish month)

ניסן [nísn]: דער זיבעטער חודש (רעכענענדיק פון תשרי), דער ערשטער חודש (פון תנ″כישן יאָר), געוויינלעך אין מערץ–אַפּריל, האָט דרײַסיק טעג; חודש פון יום⸗טוב פּסח.

Nixonian

ניקסאָן⸗מעסיק; ניקסאָנדיק; ניקסאָניש.

no! (interj.)

ניין! {שפּאַסיק:} ניטע!

{פראַזעס:} לא מיט אַן אלף! [lóy mitan áləf] {אַ שטאַרקער, אַבסאָלוטער „ניין“ — ≠ לא מיט אַ למד [lóy mita láməd] {אַ שוואַכלעכער, ניט אַנטשלאָסענער„ניין“; די צוויי פאַררופן זיך אויף דער האָמאָנימישקײַט פון די לשון⸗קודשדיקע ווערטער לא (′ניין′) און לו (′אים′, ′צו אים′)}.

{אויף „לט מיט אַן אלף!“ זײַנען מעגלעך אַלערלייאיקע שאַרפע תשובות וואָס שטייען אַקעגן דעם אַבסאָלוטן „ניין“, בתוכם:} לא מיט אַ טראַמווײַ!, וואו מיט אַן אלף!, לא מיט אַ יוד! [= ′יאָ′] א.א.}.

no-brainer

(אַ) פאַרשטייט⸗זיך [farshtéydzakh] ,[farshtéytsakh]; (אַ) פאַר⸗זיך קלאָר [fárzəkh-klór];

{פראַזעס:} ס′דאָך אַ פאַרשטייט זיך; פאַרשטייט זיך פון זיך אַליין; אַז מ′דאַרף גאָר ניט טראַכטן; קלאָר פון זיך אַליין; אַז מ′דאַרף צו דעם קיין שכל ניט; קלאָר ווי דער טאָג; אַז צו דעם דאַרף מען גאָרניט טראַכטן; זעלבסטפאַרשטענדלעך.

No way! (‘I don’t believe it’)

{פראַזעס:} אַ נעכטיקער טאָג!; ס′הייבט זיך ניט אָנעט! [s-(h)éyptsakh nìtónit],

[s-(h)éybdzakh nìtónit]; ני(ש)ט געשטויגן ני(ש)ט געפלויגן!; לא דובים ולא יער! [lòy dúbəm v(ə)lòy yá(ə)r]; ניט געווען קיין פּריץ [pórets] און מ′האָט קיינעם ניט געשמיסן! {אַרכעאיש:} אַ מעשה פאַר די [\דער] באָבע טאָלצע! [dəbòbə tóltsə]; פאַרן זיידע טודרוס [zèyde tódrəs].

non-Jew (gentile)

{העפלעך אין אַלע אומשטענדן, סײַ אויף אַ מאַן סײַ אויף אַ פרוי:} (דער) ניט⸗ייד (\ניט⸗איד); אַ מענטש פון די אומות [úməs]; {אָנגעבן די נאַצינאַליטעט, וואו דער פעלן פון וואָרט „ייד“ מאַכט שוין קלאָר דעם מיין:} (דער) אַרגענטינער, דײַטש, ענגלענדער, פראַנצויז וכו′, ל″נ: (די) אַרגענטינערין, דײַטשקע, ענגלענדערין, וכד′.

{אַמפאַרשפּרייטסן (געוויינלעך וועגן מענטשן פון קריסטלעכן גלויבן); קען זײַן נייטראַל, שפּאַסיק, נעגאַטיוו, אַלץ געווענדט אָן קאָנטעסט און אָן אָטאָ דעם וואָס רעדט\שרײַבט:} (דער) גוי [góy], בײַ טייל דרומדיקע: [:go]; ל″נ: (די) גויה [góyə], זעלטענער {און מיט אַ ספּעציפישן קנייטש}: גויעטע [góyətə]; ל”ר גויים (אויך: גוים) [góy(ə)m], אין טייל דרומדיקע דיאַלעקטן [gó:əm]. {דער טערמין האָט אויף יידיש ספּעציפישע, עטימאָלאָגיש ניט⸗קרובהשע סעמאַנטישע פאָרט⸗קרובים אויף י ו נ ג ע  ניט⸗יידישע מענטשן, וואָס קענען, פּונקט ווי די גרונט⸗פאָרמעס, זײַן שפּאַסיק, עמאָציאָנעל, קאָלירפול, און געווענדט אין קאָנטעקסט, נעגאַטיוו אָדער נייטראַל צי גאָר פּאָזיטיוו געשטימט:} (דער) שייגעץ, ל″ר שקצים [shkótsəm] (דרומדיק: [sháygits] און [shkú:tsəm]); (די) שיקסע, ל″ר שיקסעס (אין געוויסע ישיבהשה און לומדישע קרײַזן פון הומאָר וועגן אויך: שיקסאות [shiksóəs]; {אָפטמאָל האָט שיקסע אַ בײַ⸗באַדײַט פון שיינקײַט, פרויאישקײַט, סעקסועלע אָנרייצעוודיקײַט; זעלטענער קען שייגעץ אויך מרמז זײַן אויף סײַ אַ שטאַרקן סײַ אַ שיינעם יונגנמאַן}. {ש″וו:} „פון אַ שיקסע ווערט אַ גויה, פון אַ שייגעץ אַ גוי“ {וועגן דער ירידה וואָס קומט מיט עלטערן זיך, אין אַלגעמיין}.

{מיט (גוטמוטיקער אָדער ניט⸗גוטמוטיקער) שפּאַסיקײַט, איראָניע, שילדערישקײַט:} (דער) ערל [órl] {אייגנטלעך: ניט⸗געמלטער}, ל″ר: ערלים [aréyləm]; ל″נ {תמיד „איבעריקס“ שפּאַסיק:} ערלטע [órltə], ל″ר ערלטעס [órltəs]; עריליתטע [aréylistə], ל″ר עריליתטעס [aréylistəs]; {אין טייל דיאַלעקטן} (דער) פּויער, (די) פּויערטע; {אין בריטאַניע און דרום אַפריקע:} (דער) יאָק, ל″נ (די) יאָקלטע \ יעקלטע [yéykltə].

{באַנוץ פון ערשטן אות פון נאָמען פון דער נאַציאָנאַליטעט, אַז ס′גייט אין מענטשן פון אייגענעם לאַנד, ניט למשל אַרגענטינער, דײַטש, ענגלענדער, פראַנצויז, נאָר וואָדען:} דער אלף, דער דלד, דער עין, דער פ, וכדומה. {אין מזרח אייראָפּע זײַנען פאַראַן געוויינלעך פּרטימדיקע אַנוויקלונגען, זע למשל בײַ די ענגלישע זוך⸗ווערטער Russian person ,Lithuanian person און אַנדערע}.

non-Jewish (adj.)

ניט⸗יידיש;

{נייטראַל אָדער נעגאַטיוו אָדער שפּאַסיק, בדרך⸗כלל אין שייכות מיט קריסטלעכע מענטשן אָדער זאַכן:} גויאיש, גוייש;

{מיט דרך⸗ארץ, וועגן אַוועלכער ניט איז ניט⸗יידישן פאָלק:} פון די אומות העולם [úməs hoóyləm], {דרומדיק:} [íməs hu-óyləm], ליטוויש: [úmis ho-éylom];

{מיט אַ יידישער זעלבסט⸗איראָניע, אין זין פון ′ווי ס′באַדאַרף צו זײַן′:} ווי בײַ לײַטן [baláytn]; אַ גויאישקער סדר {ד.ה. אַ גוטער סדר}; {לומדיש:} אומות⸗העולמדיק [úməs hoóyləmdik]; {בײַ געלערנטע אויפן געביט פון דער יידישער ליטעראַטור ברענגט צומאָל דעם נאָמען פון מענדעלעס אַ דערציילונג: שם ויפת בעגלה [shèm voyéfes bo-agólə];

{ניט אין אַ יידישן גײַסט:{ ני(ש)ט יידיש; ני(ש)ט יידישלעך; ניט ווי בײַ יידן [ba-(y)idn]

{ביטולדיק:} ווי בײַ די גויים; ווי בײַ אַ גוי; ערלדיק [órldik], פאַרגויאישט.

non-profit organization (UK: registered charity)

וואוילטוערישע אָרגאַניזאַציע {אַרכעאיש: וואוילטעטיקע געזעלשאַפט}; (אַ) ניט⸗אויף⸗פּראָפיט [anít-af-profít]; {„נישט⸗פּראָפיטיקע [nisht-profítikə] אָרגאַניזאַציע“ וואָס בײַ קלענערע פּוריסטיש⸗נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן רופט אַרויס געלעכטער בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך}; {בײַ ענגלענדער חרדים:} (דער\די) טשעריטי; {בײַ אַמעריקאַנער חרדים און אַנדערע:} (דער) נאָן⸗פּראָפיט; (דער) 501/3c; {אין ישראל:} (אַן) עמותה [amutá].

nonsense

(דער) שטות [shtus], ל″ר {און קאָלעקטיוו:} שטותים [shtúsim], {דרומדיק:} [shtí:səm].

{פראַזעס און אויסרופן:} נאַרישקײַטן!; שטותים! אַ נאַרישע מעשה! [máysə]; אין דער וועלט אַרײַן! אידיאָטסטווע! [idyótsvə];  אַרויסגעוואָרפן די רייד! אומזין! געהאַקט אַ טשײַניק! פאַרדרייט אַ קאָפּ! אַוואו איז בײַ זיי (\אים\איר) דער שכל? [séykhl].

North Korea

צפון קאָרעאַ [tsófn koréyə]; די צפונדיקע קאָרעאַ [di tsófndikə koréyə].

notebook

 {טראַדיציאָנעל, פּאַפּירענע:} (די) העפט; (דאָס\דער) נאָטיץ⸗ביכל;

{עלעקטראָניש:} (דער) נאָטבוק, ל″ר: נאָטבוקס, {אין רבים דווקא אויך:} נאָטביכער.

now

איצטער; איצט; אַצינד.

{דיאַלעקטיש}: איצטערט [ítstat], [ítstərt]; אַצינדער(ט); יעצט {אין טיילן פון פּוילישן יידיש; אַנדערשוואו ווערט דער באַנוץ פאַררעכנט פאַר דײַטשמעריש, אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך}.

{לומדיש, עסייאיסטיש, פאָרמעל:} לעת⸗עתה [ləsátə].

{פראַזעס:} אָט איצטערט⸗אָבײַ הײַנטיקן טאָג; הײַנט צו טאָג, אין\פאַר אונדזער צײַט; איצט\הײַנט (וכו′) בעוונותינו הרבים… [bə(a)vòynəséynə (h)orábm] {דער טײַטש: אַז איצטער, אין אונדזערע צײַטן ווען ס′איז אַלצדינג ערגער געוואָרן צוליב אונדזערע פילצאָליקע זינד…}.

nuclear

אַטאָמענע; אַטאָם⸗; נוקלעאַר.

 

nuclear threat

(די) נוקלעאַרע סכנה [sakónə]; (די) אַטאָמענע געפאַר [gifár]; (די) נוקלעאַרע באַדראָאונג {צײַטונגס⸗שפּראַך, אַרכעאיש}.


O

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


o

(דער) אָ (פופצעטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:o].

obsession

(די) אָבסעסיע [opsésyə]; (די) מעלאַנכאָליע [melankhól(y)ə] {אָט דער מער „מזרחדיקער“ טײַטש לעבט זיך ווײַטער מיטן „מערבדיקן“ זין פון דעפּרעסיע}; {לומדיש:} (דער\די) משוגעת לדבר אחד [m(ə)shəgàs-lədòvər-ékhəd].

obsessive

מיט אָבסעסיעס [opsésyəz], {זשורנאַליסטיש:} אָבסעסיוו [opsesív]; מיט מעלאַנכאָליעס [melankhól(y)əs]; {לומדיש:} משוגע לדבר אחד (זײַן) [m(ə)shùgə-l(ə)dòvər-ékhod]; (דיאַלעקטיש אַרכעאיש:} באַנומען.

obstruction of justice

(די) אָבסטרוקציע (פון געריכטלעכע פּראָצעסן).

 

offline

אָפלײַן; ניט אויפן אינטערנעט [nítafnínternet]; ניט אָנלײַן [nít-onláyn].

old fashioned

אַלטמאָדיש; אַלטפרענקיש; פאַרצײַטיש.

{פראַזעס:} (ווי) פון אַמאָליקע יאָרן; (ווי) פון אַמאָל⸗אַמאָל; לויטן אַמאָליקן שטייגער.

online

אָנלײַן [onláyn]; אויפן אינטערנעט [afnínternet]; 

 

our crowd (guys, people, trusted intimates)

(די) אונדזעריקע [úndzerikə], אונדזערע, די היימישע, די פּאַניבראַטישע [panibrátishə], {לומדיש, אָפטמאָל הומאָריסטיש:} אנשי שלומינו [ànshə-shləméynu].

outer space

(דער) קאָסמאָס; די העכערע הימלען; די עולמות עליונים [óylməs elyóynəm] {קאַבאַליסטיש}; דער אין⸗סוף [ָeynsóf] {קאַבאַליסטיש „סעקולאַריזירט“ — מחמת בײַ גלייביקע הייסט דאָס גאָט ממש}; ספּייס {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער}; חוץ⸗וועלטיק געשפּרייט {בײַ ענגערע קרײַזן נאָרמאַטיוויסטן, ווערט אויסגעלאַכט בײַ די וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך}.

  


P

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


p

(דער) פּע (זעכצעטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:pi].

Panevėžys (Ponevezh)

פּאָנעוועזש [pónəvizh] (הײַנט: פּאַנעוועזשיס), שטאָט אין דער צפונדיקער ליטע. נאָמען אויך פון דער וועלט באַוואוסטער ישיבה וואָס האָט זיך דאָרט געפונען ביז דער צווייטער וועלט מלחמה; {בײַ טייל יידיש ריידנדיקע מלומדים איז אויסגעוואַקסן דער חילוק בײַם ריידן (זעלטן ווען אויך בײַם שרײַבן): פּּאָנעוועזש ′די שטאָט′ ≠ פּאָנעוויטש [pónəvitsh] ′די ישיבה′}.

 

Paris

{אין מערב און ליטעראַריש מער אָנגענומען:} פּאַריז; {אין מזרח:} פּאַריזש.

party (gathering for socializing, fun, celebrating)

(די) הוליאַנקע [hulyánkə]; (וואו דער קאָנטעקסט איז קלאָר:) אַן אָוונט;

{אָפטמאָל לכבוד אַ בכבודיקן גאַסט אָדער געסט אָבער לאו דווקא: (די) אויפנאַמע [úfnàmə], ל″ר אויפנאַמעס; {בשעת ווען אַן אויפנאַם גיט צו וויסן בדרך⸗כלל אַז די אונטערנעמונג ווערט אויפגעשטעלט דווקא לכבוד עמעצן, בפרט אַ גאַסט פונווײַטנס}.

{אַמערסטנס בײַ חסידים, אַמבאַקאַנטסטן בײַ ליובאַוויטשער, אָבער לאו דווקא:} (דער) פאַרברענגען; {דווקא בײַ חסידים, אַשטייגער צום יאָרצײַט פון אַ רבין:} די הילולא [hilúlə].

{אַמפּאָפּולערסטן אין ישראל און קרײַזן וואו מען קען דעם מאָדערנעם העברעאיש:} די מסיבה [m(ə)síbə];

{אַמאָפטנס צו אַ ספּעציפישן טראַדיציאָנעל⸗יידישן צוועק, למשל אַ ברית, בר מצווה, אָדער חתונה}; די שמחה [símkhə]

{אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער, וואָסאַמאָל מער אַנדערשוואו אויך:} (די) פּאַרטי.

{פראַזעס:} פאַרבעטן \ קומען אויף לחיימס [kùmən af l(ə)kháyimz]; קומען פאַרברענגעןקומען אויף אַן אָוונט [àfan-óvnt]; קומען אויף דער אויפנאַמע

{ניט געלונגענע, נודנע, כניאָקיש⸗אַלטפרענקישע, ניט זייער ברייטהאַרציקע אונטערנעמונג וואָס אַנטוישט דעם עולם:} (די) שמוליאַנקע {קען אָבער האָבן אַן אָנצוהערעניש אויפן נאָמען „שמואל⸗יאַנקל“; {דאָס אייגענע, אָבער בײַ ווערטער וואָס מען האָט אַמאָל גאָר פּאָזיטיוו אָנגעווענדט אין פאַרשיידענע דיאַלעקטן:} (דאָס) קערמעשל; (די) ליאַמע; (דאָס) שמחהלע.

party (political)

(די) פּאַרטיי [partéy], ל″ר: פּאַרטייען [partéyən].

party (to a discussion, dispute)

(דער) צד [tsad], ל″ר: צדדים [tsdódəm] — „ער מיט די שותפים זײַנע זײַנען טאַקע געווען אַ צד דאָרטן“; (אַן) אָנטיילנעמער \ באַטייליקטער (אין…).

passage (in classical Jewish texts)

{אין תנ″ך:} (דער) פּסוק [pósək], ל″ר פּסוקים [psúkəm];

{אין דער משנה:} משנה [míshnə] (אלף, בית, גימל, וכו′), ל″ר משנות [míshnəs] {≠ משניות [mishnáyəs] = ′בענד\טראַקטאַטן פון דער משנה′};

{אין דער גמרא:} (די) מימרא [méymrə], ל″ר: מימרות [méymrəs] {אויך: מימראות [meymró(y)əs];

{בײַם רמב″ם, אין שולחן ערוך און אַנדערע הלכה ספרים:} (דער) סימן [símən], ל″ר: סימנים [simónəm].

PDF

פּע⸗דע⸗עף; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער אָפטער:} פּי⸗די⸗עף.

penis

(דער) אבר [eývər]; (דער) מענלעכער גליד; {מעדיציניש:} דער פּעניס;

{לומדיש, לס″נ:}  דער גיד הנשה [gidanóshə];

{ניט⸗פאָרמעל, שפּאַסיק:} דער קליינער;

{שפּאַסיק, אינטים, וואולגאַריש — ווי בײַ וועמען, און אין אַלע פאַלן אויך פיגוראַטיוו אויף אַ נאַר אָדער אויף עמעצן (צי זיך אַליין) וואָס האָט עפּעס נאַריש אָפּגעטאָן}: דער פּאָץ, ל″ר פּעץ; דער שמאָק, ל″ר שמעק; דער שוואַנץ, ל″ר: שווענץ.

Pereyaslav (Pereiaslav-Khmelnytskyi)

פּעריאַסלעוו (ל″ז) {שלום⸗עליכמס היימשטאָט, אין קיעווער גובערניע, אוקראַינע, ווען⸗ניט⸗ווען אידענטיפיצירט מיט וואָראָנקע, כתרילעווקע, און אַנדערע שטעטלעך אין זײַנע ווערק}.

petty

קליינלעך.

photocopy (n.)

(די) פאָטאָקאָפּיע, ל″ר: פאָטאָקאָפּיעס; (אַרכעאיש:) קסעראָקאָפּיע; {גוטמוטיק שפּאַסיק:} (דער) פּתשגן הכתב [pa(s)shégn-aksáv], ל″ר פּתשגנים [pa(s)shəgónəm] {< מגילת אסתר און במילא פּורימדיק}.

photocopy (v.)

פאָטאָקאָפּירן; מאַכן אַ קאָפּיע; קאָפּירן; אָפּקאָפּירן (אויף דער מאַשין); {גוטמוטיק שפּאַסיק:} פּתשעגענען [pa(s)shégənən].

Pinsk

פּינסק. {אין טייל חסידישע קרײַזן: קאַרלין [karlín], אויפן סמך פון חלק שטאָט וואָס ווערט אַסאָציריאט מיט די רביס (←) פון בית קאַרלין.

Pisces (astrol.)

מזל דגים [màzl-dógəm], דרומדיק: [màzl-dúgəm].

poet

פּאָעט [poét] {ל″ז און ל″נ}; (דער) פּאָעט {ל″ז}, {ספּעציעל {ל″נ:} די פּאָעטעסע [po(ə)tésə] . {אין באַנוץ פון יידישע שרײַבער פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אויך:} (דער) דיכטער, (די) דיכטערין.

{לומדיש, דער עיקר איבער אַ פּאָעט אַ קלאַסיקער, אָדער אַזאַ אינעם וואָס מ′וויל אין הימלן אַרײַן לויבן}: (דער) משורר [meshóyrər]; {ס′איז מעגלעך דער ל″ר משוררים, [məshó(y)rərəm] נאָר זייער זעלטן מחמת דער רבים באַציט זיך אַמאָפטנס אויף די יינגלעך פון אַ כאָר…}

{אָפּלאַכעריש, בפרט אויף אַ ווייניק טאַלאַנטירטן שרײַבער:} פּאָיעט [poyét], דיכטאַר [dikhtár], {אויך זידל⸗ווערטער אויף שרײַבער בכלל, בתוכם:} גראַפאָמאַן [grafomán], טינטלער, טינט⸗גיסער א.א. {וואָס לאָזן זיך קאָמבינירן מיט פּאָעט, אַשטייגער:} אַ פּאָעט אַ גראַפאָמאַן, אַ פּאָעט אַ טינט⸗גיסער א.א.וו.}.

point (n.) (distinct idea)

(דער) עיקר [íkər]; (דער) (אויסגערעכנטער) פּונקט {אַז מען גיט פּונקטן וואָס לאָזן זיך ציילן).

{לומדיש, ליטעראַריש:} (די) נקודה [n(ə)kúdə].

point: What’s the point?

טאָ איז וואָס?; אַצו וואָס?; צו וואָס איז דאָס שייך?; [sháyəkh] איז וואָס איז דערפון געדרונגען?; וואָס איז דאָ די כוונה? [kavónə].

point of view

(דער) שטאַנדפּונקט; (די) מיינונג; {אין קלענערע פּוריסטיש⸗נאָרמאַטיוויסטישע קרײַזן:} (דער) קוקווינקל (ווערט אָפטמאָל אויסגעלאַכט בײַ די וואָס ריידן נאַטירלעך יידיש}.

{לומדיש:} (די) הווא אמינא [hàvemínə]

 

poison (n.)

(דער) סם [sam], ל″ר: סמען [sámən]; (דער) גיפט, ל″ר: גיפטן;

{פיגוראַטיוו, אַשטייגער אויף אַ שלעכטן מענטשן:} גיפט.

poisoned (lit. and fig.)

פאַרסמט [farsámt]; {אַרכעאיש און דיאַלעקטיש:} פאַרגיפטעט.

poisonous

גיפטיק; פול מיט סם [sam].

Polish person

{ניט⸗יידן:} (דער) פּאָלאַק [pólak], (די) פּאָלאַטשקע [polátshkə];

 {מערסטנטייל וועגן יידן, ווענדט זיך אָנעם קאָנטעקסט:} (דער) פּוילישער, (די) פּוילישע.

PR (public relations)

{די מלאכה:} (די) ספּין⸗קונסט; {אייגנטלעכע געשעפט אָדער אונטערנעמונג:} (דער) פּרסום [pírsəm]; (דער) פּי⸗אַר; (די) רעקלאַמירונג; {בײַ אַשטייגער מלוכהשע אינסטאַנצן:} (די) עפנטלעכע פּרעזענטירונג.

{דער באַגריף ציט צו אויף יידיש אַ סך אָפּלאַכערישע וואַַריאֲנטן, בתוכם:} פּרסום⸗שמירסום [pírsəm-shmírsəm]; פּי⸗אַר שמי⸗אַר [píyar-shmíyar].

 

pray (v.)

{בײַ יידן:} דאַוונען, דאַווענען; {מער פּאָעטיש לומדיש:} מתפּלל זײַן [mispáləl] {מער פּאָעטיש לומדיש און אויך נוגע צו פּערזענלעכע געבעטן וואָס ניט אין סידור:} תפילה  טאָן [tfílə-tòn].

{דער עיקר בײַ טראַדיציאָנעלע אשכנזישע פרויען:} תחינות זאָגן  [tkhínəs] {לייענען פון אַ ספר תחינות [sèyfər-tkhínəs] אָדער זאָגן פון אויסנווייניק די אַמאָליקע תפילות אויף יידיש לשון}; {דאָס זעלביקע נאָר וועגן זאָגן אַ ספּעציפישע איינאיינציקע תחינה צו אַ געוויסער זאַך:} אַ תחינה זאָגן [atkhínə-zògn].

אין עלטערן מערב⸗יידיש: אָרן.

{בײַ ניט⸗יידן, מיט דרך⸗ארץ:} תפילה טאָן, געבעט טאָן;

{בײַ ניט⸗יידן, זידלעריש:} פּרעפּלען, מאָטלען (זיך).

prediction

(די) פאָראויסזאָגונג; (די) נביאות [n(ə)ví(y)əs] {נאָר ל″ר}.

priest

{פון קריסטלעכן גלויבן:} (דער) גלח [gáləkh]; דער כומר [kóymər] {לומדיש}; {דווקא פּראָטעסטאַנטיש:} דער פּאַסטאָר; ({פון דער רוסיש⸗אָרטאָדאָקסישער קירך און בפרט פון די סטאַראַוויערער אָדער „אַלט⸗גלייביקע“:} דער פּאָפּ;

{ווייניקער ספּעציפיש וואָס שייך אַמט, דרך⸗ארצדיק:} (דער) גײַסטלעכער, ל″נ: די גײַסטלעכע; {אין ענגליש ריידנדיקע לענדער:} רעווערענד;

{פון אַנדערע גלויבנס, מאָדערנע צי אַמאָליקע:} (דער) פּריסטער; (דער) גײַסטלעכער; (דער) רעליגיעזער אָנפירער.

 

profession

(די) מלאכה [m(ə)lókhə]; (די) אַרבעט; (די) פּראָפעסיע; (די\דער) געביט; {שפּאַסיק:} (די) בראַנזשע.

 

profit (n.)

(דער) רווח [réyvəkh] \ [révəkh], ל″ר: רווחים [r(ə)vókhəm] {אין דרומדיקע דיאַלעקטן:} [r(ə)vú:khəm], [ráyvəkh]; (דער) פּראָפיט [profít], ל″ר: פּראָפיטן [profítn].

 

prohibit

{באַליבט בײַ קענער פון יידיש:} פאַרווערן; {ניט נושא חן בײַ אַ סך קענער, נאָר געבליבן פאָרט אַ סך מער פּאָפּולער:} פאַרבאָטן; {בײַ טייל באַנוצער נאָר לגבי רבנישע איסורים, בײַ אַנדערע, דעיקר עיקר אין אַ פאָרמעלן, געלערנטן סטיל, אויך וועגן מאָדערנע און ניט⸗יידישע ענינים:} אסרן [ásərn].

 

prophet

{אין יידישן זין; סײַ נביאות⸗זאָגער, סײַ בעל⸗מוסר:} (דער) נביא [nóvi] \ [nóvə]; ל″ר: נביאים [n(əví(y)əm]; ל″נ: (די) נביאה [n(ə)víyə], ל″ר: נביאות, נביאהס  [n(ə)ví(y)əs];

{טאָמער אויף הײַנטצײַטיקע, ד.ה. ניט אויף די קלאַסישע, תנ″כישע, און בלוז אין זי זין פון שילדערן די צוקונפט:} (די) נביאהטע [n(ə)ví(y)ətə], נביאהטעס [n(ə)ví(y)ətəz]; (דער) נביאות זאָגער, ל″נ: נביאות זאָגערין {מער אינטים, אָדער גאָר שפּאַסיק:} נביאות זאָגערקע.

{אוניווערסאַל, מכח שילדערן די צוקונפט:} (דער\די) פּראָפעט [profét], (די) פּראָפעטין [profétn]; (דער) וואָרזאָגער, ל″נ: (די) וואָרזאָגערין {מער אינטים, אָדער גאָר שפּאַסיק:} וואָרזאָגערקע; (דער) פאָראויסזאָגער, ל″נ (די) פאָראויסזאָגערין.

 

prophet: false prophet

(דער) פאַלשער נביא [fálshər nóvə], ל″ר: פאַלשע נביאים [fálshe n(ə)ví(y)əm]; (דער) נביא השקר [nóvə (h)a-shékər], ל″ר: די נביאי השקר [də-nevíyə-(h)ashékər]; {פון דער היסטאָרישער פיגור} שבתי צבי [shaptsətsví], ל″ר: שבתי צביס [shaptsətsvíz].

 

prophet: believer in false prophet(s)

(דער) שבתי⸗צביניק [shap(t)sətsvínìk], ל″ר: שבתי⸗צביניקעס [shap(t)sətsvínəkəz]; ל″נ (די) שבתי⸗צביניצע [shap(t)sətsvínətsə], ל″ר: שבתי⸗צביניצעס [shap(t)sətsvínətsəz]. {אין דער צווייטער העלפט צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט דער טערמין אָנגענומען אַ נײַעם ספּעציפישן, פּאָליטישן באַדײַט: אַזאַ איינער וואָס גלייבט אינעם סאָוועטישן קאָמוניזם אויך נ אָ ך  דעם ווי זײַן דורכפאַל איז קענטיק געווען פאַר דער וועלט — אַן אַנאַלאָגיע מיט די וואָס האָבן געגלייבט אינעם היסטאָרישן פאַלשן משיח שבתי צבי אויך נאָכדעם ווי ער האָט אָנגענומען דעם מוסלמענישן גלויבן און איז אַוועקגעשטאָרבן.}

program (n.)

(די) פּראָגראַם [prográm], ל″ר: פּראָגראַמען [prəgrám(ə)n].

prude (overly shockable / conservative person) (rhino) (dino) (holdover)

(דער) כניאָק [khnyók], ל″נ (די) כניאָקעטע [khnyókətə];

אַ שמאָק! (אַ) שמאָקעוואַטער! (ל″ז), שמאָקעוואַטע! (ל″נ) {מיט אַ געוויסער אינטאָנאַציע וואָס ברענגט מער אַ שפּאַסיקן איראָנישן רחמנות געפיל אויף דעם וואָס קען ניט הנאה האָבן פון אַ קאַפּ ריזיקאַלישקײַט בעל⸗פּה}.

public telephone

(דער) טעלעפאָן אינדרויסן {ווען ס′איז טאַקע אינדרויסן}; עפנטלעכער טעלעפאָן; טעלעפאָן מיט מטבעות [madbéyəs]; טעלעפאָן מיט אַ קאַרטל; {פאָרמעל:} (דער) ציבורדיקער טעלעפאָן [tsíbərdikər].


Q

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


q

(דער) קו (זיבעצעטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [:kyu].

 

quality (standard)

(דער) איכות [éykhəs]; (די) קוואַליטעט [kvalətét], דרומדיק: [kvalətéyt].

quality (distinctive feature)

(די) אייגנשאַפט; (דער) שטריך.

quantity

(דער) כמות [káməs]; (די) קוואַנטיטעט [kvantitét], דרומדיק: [kvantitéyt]; {בײַם געבן אַ פאָרמעלן, גענויען באַריכט: (דער) סכום [skhúm]; (דער) סך⸗הכל [sakhákl].

queen

(די) מלכה [málkə], ל″ר: מלכות \ מלכהס [málkəz]; (די) קעניגין [kéynign]; {ליטעראַריש, אַרכעאיש:} (די) קיניגין [kínign].

question (n.)

{סתם:} (די) פראַגע, ל″ר דיפענצירט: פראַגעס {בכלל} ≠ פראַגן {′ענינים′, ′ערנסטע ענינים′, פּונקטן צום דיסקוטירן′; „די פראַגעס אַרום אָרגאַניזירן דעם אָוונט זײַנען גראָד געווען מער אָנגעווייטיקט איידער די ערנסטע פראַגן וואָס מיר זײַנען געקומען באַהאַנדלען אין דער דיסקוסיע גופא.“

{וועגן אַ פּשוטער אינפאָרמאַציע, ריכטנדיק זיך אויף אַ זייער קורצן ענטפער:} אַ פרעג (טאָן) [afréktn] ,[afrékton]; {מיט אַ קאַפּ איראָניע:} אַ פרעג געבן [afrég(g)ebm]. „האָב איך אַ פרעג געטאָן אַ מענטשן אין גאַס: אַוואו איז בראָדוויי?“

{אַז מען פרעגט בײַ אַ מענטשן מיט אַוואטאָריטעט אַ פראַגע צי איז עפּעס דערלויבט צי ניט, און מען ריכט זיך אויף אַן ענטפער יאָ אָדער ניין:} (די) שאלה [sháylə], ל″ר שאלות [sháyləs], דרומדיק: [shá:ləs] ,[shá:lə]. {ש″וו:} „אַז מען פרעגט אַ שאלה, איז — טרייף!“;

{וועגן אַן אינטלעקטועלער איבערפרעג וואָס איז אָפטמאָל אויסן אָפּפרעגן אָדער אָנוײַזן אויף אַ שוואַכקײַט אָדער סתירה אין דעם אויף וואָס מען פרעגט:} (די) קשיא [káshə], ל″ר קשיות [káshəz]. „נאָך דער לעקציע איז דער ליטוואַק געקומען מיט אַ סך קשיות צום רעדנער“; {ש″וו:} „אַן עילוי ענטפערט אויף זיבן קשיות מיט איין תירוץ, אַ נאַר ענטפער אויף איין קשיא מיט זיבן תירוצים“.

{אין זין פון ′ענין′, ′ערנסטע פּראָבלעם וואָס פאָדערט דיסקוסיע און רופט אַרויס חילוקי דעות′:} פראַגע, ל″ר: פראַגן; ענין [ínyən], ל″ר ענינים [inyónəm]; {בפרט וועגן קאָנטראָווערסיעס:} פּלוגתא [plúktə], ל″ר פּלוגתאות [pluktó(y)əs].

questionable

ניט אומאָפּפרעגלעך; (וואָס) רופט אַרויס פראַגעס; אונטער אַ פראַגע⸗צייכן (\פרעג⸗צייכן); {לומדיש:} מוטל בספק [mutl-psófik] ,[mutl-b(ə)sófək].

quorum

{אַלוועלטלעך, פּאַרלאַמענטאַריש:} (דער) קוואָרום; (לומדיש:} דער נייטיקער מספּר [míspər];

{בײַ יידן, אויף צו דאַוונען בציבור לויטן דין:} (דער) מנין [mínyən] פון צען יידישע מענער איבער די בר⸗מצווה יאָרן, ל″ר מנינים [minyónəm]; (אין ניט⸗אָרטאָדאָקסישע סינאַגאָגעס וואו מען האָט אײַנגעפירט חידושים אין דער סיסטעם רעכענען צום מנין:} דער\אַ מאָדערנער מנין.

{פראַזעס:} מען דאַרף אַ צענטן צום מנין {אַז ס’פעלט נאָר איין מענטש צו אַ זאַך}.


R

A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


r

(דער) ער (אַכצעטער אות פון לאַטיינישן אַלפאַבעט); אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער ווערט אַרויסגערעדט דער נאָמען פון אות [a:r].

 

rabbi

{בײַ טראַדיציאָנעל פרומע און חרדים און גראַדע אויך בײַ טייל וועלטלעכע יידן וואָס האַלטן זיך שפּראַכיק בײַ די קלאַסיש⸗היסטאָרישע באַגריפן:} (דער) רב [rov], ל″ר: רבנים [rabónəm]; ל″נ: (די) רביצין {דעם רבס ווײַב} [rébitsn], רעביצינס [rébitsnz]; {רב פון אַ שטעטל אָדער שטאָט:} שטאָט רב [shtót-ròv], מער לומדיש: מרא דאתרא [mòrə-d(əásrə]; {רב וואָס פירט אָנעט מיט אַ ישיבה:} ראש ישיבה [rosh-(y)əshívə], אויך מרא דאתרא (< ′דער מײַסטער פונעם אָרט′ אויף אַראַמיש).

{מיני טראַדיציאָנעלע רבנים לויט דער פאַקטישער קוואַליפיקאַצע („דיפּלאָם“), אַמאָפטסן אויסגעדריקט דורך פראַזעס מיט „ער האָט —“ (זעלטנער: ער איז אַ —“  און דער עיקר:} (ער האָט) סמיכה [smikhə], אָדער סמיכות [smíkhəs] {די גרונט קוואַליקאַציע}; (ער האָט) יורה יורה [yóyrə-yóyrə] {די קוואַליצירונג אויף צו לערנען מיט אַנדערע גמרא אויף הויכע ניוואָען}; (ער האָט) ידין ידין [yódn-yódn] {דער העכערער שטאַנד אַליין קענען זיין אַ שופט אָדער דיין וואָס איז בכח אָפּפסקענען};

{אָפּלאַכעריש ביטולדיק לגבי רבנים וואָס מען האַלט פאַר ניט געלונגענע, צי ניט שטאַרק קלוגע אָדער געלערנטע:} (דער) רבל [róvl] (צי [rébl]); דער\דאָס רבעלע [rébalə] (צי [róvalə]);

{אויף אַ רב וואָס איז לחלטין אָפּהענגיק אָן פּאָליטישע מאַכט⸗האָבער, צי מצד יידישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס צי מצד דער מלוכה:} אַ רב מטעם [a rov-mitám].

{בײַ אַנדערע יידן:} (דער) ראַבינער; (דער) ראַבײַרעפאָרם ראַבײַ \ רב; קאָנסערוואַטיווער ראַבײַ \ רברעקאָנסטרוקציאָניסטישער ראַבײַ \ רב; נעאָ⸗אָרטאָדאָקסישער רב.

{פרויען ראַבינער, מיט דרך⸗ארץ:} (די) ראַבינערין; (די) ראַבײַ; {בײַ געוויסע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן:} (די) רבת [rabát].

{אָפּלאַכעריש לגבי פרויען ראַבינער מצד טראַדיציאָנעל פרומע:} (די) רבעכע [rébəkhə] אָדער [róvikhə], די ראַבאַיטע [rábətə] ,[rábaytə]; {אַמאָפטסן אָׁבער ווענדן אָן די קעגנער פון פרויען ראַבינער דעם וואָרט „רביצין“ אויף מזלזל זײַן אין כבוד פון אַ פרוי אַ ראַבינער}.

 

rain (n.)

(דער) רעגן.

rain (v.)

גייט אַ רעגן {דריטע פּערזאָן}; רעגענען. אַראָפּרעגענען.

read (v.)

לייענען [léy(ə)nən] {איך לייען, דו לייענסט, וכו′].

{אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך, בײַ הײַנטיקן טאָג באַנוצט אויף אָפּלאַכן סײַ פונעם לייענער, סײַ פונען לייענוואַרג:} לעזן [leyzn], [lezn] {פונדעסטוועגן קען מען נאָך טרעפן (חרדישע) סביבות וואו מען איז נוטה דיפערענצירן צווישן לייענען (אַ הייליקן טעקסט, אַשטייגער די תורה) און לעזן (אַשטייגער אַ צײַטונג, מיט אַ בפירושדיקן ביטול צום „געלעזטן“ טעקסט.

reading circle

(דער) לייענקרײַז [léy(ə)nkràyz].

rebbe

(א) {אויף חסידישע רביים — אדמו″רים:} (דער) רבי [rébə], {פּאָסעסיוו:} דעם רבינס [rébmz], ל″ר: רביים [rabéyəm] {זעלטענער: רֶביס [rébəs]}

(ב) {אויף אַ מלמד אין אַ טראַדיציאָנעלן חדר, פיגוראַטיוו אויך אויף ‘אינטעלעקטועלער וועגווײַזער:} (דער) רבי [rébə], ל″ר:  רֶביס [rébəs].

(ג) {אַלס וואָקאַטיוו, בײַם ריידן דירעקט צו אַ רב:} רבי! [re̋bə].

recess

(די) הפסקה [h)afsókə)], ל″ר הפסקות [h)afsókəs)] {אָבער: מיטן אומבאַשטימטן אַרטיקל בדרך כלל: אַן הפסקה [anafsókə]}; {אַרכעאיש:} פּויזע.

Reform Judaism

(דער) רעפאָרם יודאַאיזם; די רעפאָרם יידן (ל″ר);

{אָדאָרטן וואו ס′איז קלאָר דער יידישער קאָנטעקסט:} די רעפאָרמער (ל″ר); די רעפאָרם באַוועגונג; {מיט אַ קאַפּ הומאָר:} די רעפאָרמירטע;

{ביטולדיק:} ל″ר קאָלעקטיוו: (די) רעפאָרמישע; רעפאָרמאַטאָרן; בײַ געוויסע חרדים: פון גײַגערס האָכשולע.

Reform Judaism: follower, member

אַ\דער רעפאָרם ייד {אויף אַ מאַן אָדער אַ פרוי}; ייד פון די רעפאָרמער;

{שפּאַסיק, צומאָל אויך נעגאַטיוו:} אַ רעפאָרמירטער, ל″נ: רעפאָרמירטע; (דער) רעפאָרמער, ל″נ (בפירוש הומאָריסטיש:) רעפאָרמערקע.

religion

{אוניווערסאַל וועגן אַ ספּעציפישער רעליגיע:} (די) רעליגיע [relígyə]; (דער) גלויבן [gloybm].

{אוניווערסאַל וועגן רעליגיעס בכלל:} רעליגיעס [relígyəz]; רעליגיעזקײַט [religyéskayt]; רעליגיעזע גלויבנס בײַ דער מענטשהײַט.

{בײַ יידן, בפרט אין פראַגן פון אָפּהיטן מצוות:} פרומקײַט, רעליגיעזקײַט;

 רעליגיעזקײַט בײַ יידןדי יידישע רעליגיע; אמונת ישראל [emúnas yisró(ə)l]; {בלויז בײַ טייל, דער עיקר ניט פרומע:} דער יידישער גלויבן; {בלויז בײַ טייל, דער עיקר פרומע:}]; די יידישע אמונה, (די\דאָס) יידישקײַט; {בלויז בײַ טייל, דער עיקר צווישן זייער פרומע \ חרדים:} (די) ערלעכקײַט [érlakhkayt] (צו גאָט); {העברעאיזם, דער עיקר אין ארץ ישראל:} (דער) דת [das].

religious

{אוניווערסאַל:} זײַן אַ רעליגיעזער {פּלוס: וואָרט אויף אַ גלייביקן בײַ אַ ספּעציפישער רעליגיע — „ער איז אַ רעליגיעזער קאַטאָליק“}; זײַן פון אַ רעליגיע\גלויבן {„זי איז פון דעם פּראָטעסטאַנטישן גלויבן“]; געהערן אַ רעליגיעזן גלויבן [gloybm]; זײַן גלייביקע {פּלוס: אין אַ געוויסן גלויבן — „זיי זײַנען געווען גלייביקע אין דער אַלט⸗עגיפּטישער רעליגיע“}.

{בײַ יידן:} פרום; זײַן אַ שומר מצוות; שומר שבת זײַן; {טאָמער פון דער טראַדיציאָנאַליסטישער וועלט פון פרומע יידן:} זײַן חרֵדיש [khréydish]; זײַן פון די חרֵדים [khréydəm]; {טאָמער פון חסידית אויך:} חסידיש [khsídish], זײַן אַ חסיד [khósəd], זײַן פון די חסידים [khsídəm]; פון אַוועלכע ניט איז ספּעציפישע חסידים, אַשטייגער: באָבאָווער, גערער, וויזשניצער’ ליובאַוויטשער, סאַטמאַרער, וכו′ {און דעריבער  ב מ י ל א  פרום, שומר מצוות, חרדיש, וכו′. (אַז חרדים ריידן צווישן זיך, אַשטייגער אין א שמועס וואו עס גייט די רייד אויך וועגן „מאָדערנע אָרטאָדאָקסן“ זײַנען זיי עלול נוצן וועגן אייגענע — חרדים — פאַרשיידענע טערמינען, בתוכם:} היימישע, ריכטיק פרומע, ערלעכע, אונדזערע, אונדזעריקע.

{אַוואו דער קאָנטעקסט איז קלאָר אַז ס′גייט די רייד וועגן יידן:} גלייביק {′אין וויכטיקע שטריכן פון דער רעליגיע און בפרט אינעם קיום פון רבונו⸗של⸗עולם אָבער לאו דווקא שומר מצוות′} ≠ רעליגיעז {′אַן אָרטאָדאָקסישער ייד וואָס איז לויט דער עצם דעפיניצע אַ שומר מצוות ממש′, וואָס קומט אויס גאַנץ נאָענט צום אייגנטלעכן טײַטש פו ′זײַן אַ שומר שבת′}.

{וואו עס גייט בײַ יידן אין זײַן אַ אָנהענגער פון אַוועלער ניט איז מאָדערנער באַוועגונג וואָס באַזירט זיך אויפן יידישן גלויבן, איז מען נוהג דעם אַרומגערעדטן טיפּ פּורש בשמו זײַן, אַשטייגער:} זײַן: מאָדערן אָרטאָדאָקסיש, אַ קיפּאַ סרוגאַ \ כיפה סרוגה [kipá srugá], אַ מזרחי טיפּ [mizrókhi] ,[mizrákhi], אַ בני עקביא [bney-akívə] טיפּ, אַ יאָנג איזריל טיפּ וכו′; {זײַן אַן אָנהענגער פון איינער פון די ניט⸗אָרטאָדאָקסישע באַוועגונגען, דער עיקר:} קאָנסערוואַטיוו; רעקאָנסטרוקציאָניסטיש; ליבעראַל, רעפאָרם, רעפאָרמירט, ליבעראל⸗רעפאָרם.

 

remote control (handset)

(דער) פּולט {אין סלאַוויש ריידנדיקע לענדער א.א.}; (דער) רימאָט [rimót] (אין ענגליש ריידנדיקע לענדער); (די) מאַכאַרײַקע {דעמאָלט ווען ס′איז קלאָר פון קאָנטעקסט אין וואָס ס′גייט}.

renewal

(די) באַנײַאונג; (די) אויפלעבונג [úflebung], אין דרומדיקע דיאַלעקטן [ófleybink].

Republican (n.)

(דער) רעפּובליקאַנער, ל″נ: (די) רעפּובליקאַנערין (←Democrat).

rescue (n.)

(די) אָפּראַטעוואונג [ַópràtevung]; {אַרכעאיש:} (די) ראַטירונג; (די) רעטונג; {לומדיש, מער אַבסטראַקטיש:} (די) הצלה [hatsólə].

rescue (v.)

(אָפּ)ראַטעווען [ópràtevn]; {אַרכעאיש, צײַטונגס⸗שפּראַך:} רעטן; (לומדיש, גיכער גערעדט געוואָרןו וועגן אַ פיגוראַטיווער סיטואַציע:} מציל זײַן [mátsl-zayn], „האָט מען אים מציל געווען פון דער סיטואַציע“.

research (n.)

(די) פאָרשונג; (די) פאָרש⸗אַרבעט; {לומדיש:} די חקירה [kh(ə)kírə]; חקירה ודרישה [kh(ə)kìrə-v(ə)dríshə].

research (v.)

אויספאָרשן; נאָכפאָרשן; {צווישן געלערנטע:} אַ זוך טאָן; {לומדיש:} חוקר ודורש זײַן [khòykər-vdóyrəsh].

reset button

(דער) ריסעט קנעפּל; (דער) אַפסנײַ קנעפּל [afsnáy-knèpl].

respectfully

מיט דרך⸗ארץ [miderkhérits]; מיט ערע {סטיליזירט}; מיט אָפּשײַ {ליטעראַריש}.

resurrect

{בײַ גאָט:} אויפלעבן (די יידן \ די מענטשן) תחית המתים [tkhì(y)əs-(h)améysəm]; תחית המתים מקיים זײַן [tkhì(y)əs-(h)amèysm məkáyəm-zayn]; מחיה מתים זײַן [məkhàyə-méysəm-zayn];

{בײַ מענטשן:} אויפלעבן [ֹúflebm]; {פיגוראַטיוו:} מחיה מתים זײַן [məkhàyə-méysəm-zayn].

resurrection

{טעאָלאָגיש, בײַ יידן:} תחית המתים [tkhì(y)əs-(h)améysəm]; {ס′קען באַנוצט ווערן פיגוראַטיוו אויף אַוועלכער ניט איז אויפלעבונג פון אַ זאַך (לאו דווקא אַ יידישע זאַך) וואָס האָט אויסגעזען אינגאַנצן אויסגעשעפּט:} „ס′איז געווען אַ חידוש אין שטאָט אַז דער זשורנאַל האָט זיך אויפגעלעבט תחית המתים, אַזויפל יאָר נאָך זײַן אונטערגאַנג“; {טעאָלאָגיש, בײַ קריסטן און אַנדערע פעלקער:} (די) אויפלעבונג [úflèbung] פון די טויטע; (די) ווידער⸗אויפלעבונג פון די געשטאָרבענע.

revenge (n.)

(די) נקמה [n(ə)kómə], דרומדיק: [n(ə)kúmə]; {ספּעציפישער אַקט פון נקמה:} (דער\דאָס) נקמה נעמען; {אַרכעאיש, דײַטשמעריש:) (די) ראַכע.

revenge: take revenge

נקמה נעמען [n(ə)kómə], דרומדיק: [n(ə)kúmə]; {לומדיש:} (זיך) נוקם זײַן (אין) [nóykəm zayn], דרומדיק: [nóykəm za:n], ליטוויש [néykəm zayn], 

 

revolt (v.)

מורד זײַן [móyrəd]; {קעגן דער מלוכה:} מורד במלכות זײַן [mòyrəd-b(ə)málkhəs zayn]; רעוואָלטירן; רעבעלירן; מאַכן אַן אויפשטאַנד [úfshtand]; זיך שטעלן אַקעגן דער מאַכט.

revolution

(די) רעוואָלוציע [revolútsyə]; (די) איבערקערעניש.

rigged election

אָפּגעפעלשטע וואַלן {ל″ר); געפיקסטע וואַלן; געמאַכאַרײַקעוועטע וואַלן

river

(דער) טײַך. {אין ליטווישן יידיש ווערט אָבער טײַך אָפטמאָל אָנגעווענא אויף ′אָזערע′ (←), בעת ווען אַ פלסינדיקער טײַך רופט זיך טאָגטעגלעך לויטן פּרט⸗נאָמען זײַנעם: „די וויליע“, „דער ניעמען“, „די זשעמיאַנע“; און אַזוי אויך מעבר לים, למשל, „דער האָדסאָן“ (נ.י.), „די טעמזע“ (לאָנדאָן), וכד′.

river: across the river

פון יענער זײַט טײַך. איבערן טײַך. {ביידע צום נוצן אויך מיטן פּרט⸗נאָמען פון טײַך, למשל „פון יענער זײַט האָדסאָן“. {לומדיש, ליטעראַריש, טיילמאָל הומאָריסטיש איז אויך אָנגעונען אין אַ סך שטעט צו רופן די געגנטן פון יענער זײַט טײַך: מעבר לנהר [meyévər lanóhor].

robot

(דער) ראָבאָט, ל″ר: ראָבאָטן; (דער) גולם [góyləm], ל″ר: גולמס [góyləms].

rocket man

דער משוגענער מיט די ראַקעטן; דער וואָס סטראַשעט אַזש מיט ראַקעטן.

Russian (person)

(דער) רוס; דער רוסישער {ל″ז, וואַרעמער איידער „דער רוס“, קען אויכעט זײַן אַ ייד};  די רוסישע {ל″נ, וואַרעמער איידער „אַ רוס“; (אַ\דער\די) ריש [reysh] {אָפּלאַכעריש, סודותדיק}.

 

Russian (language)

רוסיש; {אָפּלאַכעריש:} רוסיס, רושיס, רושעס; {סודותדיק:} לשון ר′ [reysh]. 

 


              

Sincere Apologies!

Apologies! Letters from T to Z are in the repair shop for a week to 10 days. But in the meantime, you can view these entries on a temporary reference page.

 


WITH THANKS TO THE FOLLOWING WHO SENT IN WORDS, COMMENTS, CORRECTIONS OR OTHERWISE ASSISTED THE PROJECT (none of whom carries any responsibility for views, content or errors):

Note: If you prefer your input and assistance to remain anonymous, just let us know.

Raphael Finkel (Lexington, Kentucky); Julius Norwilla (Vilnius); Nessa Olshansky-Ashtar (Toronto); Michael Masarsky (New York ); Martin Miller; Charles Polák (London); Albert Rosenblatt (New York); Julia Rets (St. Petersburg, Russian Federation); Leonard Sachs (Düsseldorf); Salomon Schulman (Lund, Sweden); Stephen Simons (Delray Beach, Florida); Markas Zingeris (Vilnius).

Contact us at: info {|a|} defendinghistory.com


 A     B     C     D     E     F     G     H     I     J     K     L    M

N    O    P     Q     R     S     T     U     V     W     X     Y     Z


 

Comments are closed.