תקני תקנות




פראַגן פון יידישער סטיליסטיק
פון
הירשע⸗דוד קאַץ
אָקספאָרדער צענטער פאַר העכערע העברעאישע שטודיעס און
סט. אַנטאָני׳ס קאָלעדזש ביים אָקספאָרדער אוניווערסיטעט


געבויט אויף פּרינציפּן וואָס זיינען אויפגעשטעלט
געוואָרן דורך דעם מחבר׳ס פאָטער, דעם יידישן פּאָעט
מעינקע קאַץ
ז״ל



תשנ״ג 1993

↤ 2


פאַרלאַג „אָקספאָרדער יידיש”
בשותפות מיטן
אָקספאָרדער צענטער פאַר העכערע העברעאישע שטודיעס


תשנ״ג אָקספאָרד 1993



קאָרעקטאָר:
מאיר באָגדאַנסקי


↤ 3

אינהאַלט
הקדמה 9
וואָס איז אַזוינס סטיליסטיק?
לינגוויסטיק און סטיליסטיק 17
סטיליסטיק אין אַ תקופה פון לינגוויסטישע איבערקערענישן 19
דעסקריפּטיווע און נאָרמאַטיווע סטיליסטיק 21
די יידישע סטיליסטיק
די גרויסע שרייבער האָבן געשאַפן דעם ליטעראַרישן יידיש 25
די סטיליסטן האָבן די נאָרמעס באַשריבן און קאַנאָניזירט 27
יידיש איז געוואָרן אַ סטיליסטיש איינגעסדרטע שפּראַך 30
דער פאַרמלחמהדיקער סאָוועטישער דראַנג נאָך שטענדיקער רעפאָרם 31
דער נאָכמלחמהדיקער ניו⸗יאָרקער דראַנג נאָך שטענדיקער רעפאָרם 36
די אויסבויאיסטישע שיטה: הנחות און אויספירן 37
די סטרוקטוראַליסטישע שיטה: הנחות און אויספירן 41
↤ 4
דער ניוואָ פון דער דיסקוסיע 44
אַרויסרייד
צוויי מיינונגען 47
דער פּאַטריאָטיזם צום ליטעראַרישן אַרויסרייד 47
דער ליטעראַרישער אַרויסרייד 49
צום אורשפּרונג פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד 52
דערפאָלג פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד 56
דער צד שכנגד: די דרומיסטן 61
וואו האַלט מען איצטער? 64
אָרטאָגראַפיע
גאונות פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע 71
דער וועג צו דער נייער אָרטאָגראַפיע 76
אויפקום פון דער נייער אָרטאָגראַפיע 86
ראַדיקאַלע עקספּערימענטן אין די צוואַנציקער און דרייסיקער יאָרן 93
די אָרטאָגראַפיע ביי טראַדיציאָנעלע פרומע יידן 116
סיסטעם און אונטערסיסטעם 121
צום אויסלייג גופא
די כלל⸗תקנות פון יידישן אויסלייג 131
↤ 5
דיפערענצירונג ביי די פּאָרלעך בּ ~ בֿ; כּ ~ כֿ; פּ — פֿ; תּ ~ תֿ 132
דער מחיצה⸗אלף 139
צונויפהעפטן ביי סובסטאַנטיוון 140
אַדווערבן 146
די סופיקסן ⸗קייט און ⸗הייט 148
מ׳, מען, מע 149
די אָרדינאַלע נומערן 151
די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען 152
קיצורים און ראשי תיבות 154
די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן 155
סעמיטיזמען 156
ווערטער
די היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן 161
די סטיליסטישע קאָמפּאָנענטן 163
וואָס הייסט „דייטשמעריש”? 166
די ווערטער אין חרם 185
ס׳האָבן דאָס וואָרט די שרייבער 191
די פּערספּעקטיוו פון צייט 205
אין פּרדס פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט פון יידיש 219
פאָרשלאַגן אויף נייע ווערטער 229
השפּעות פון דער לאַנדשפּראַך 239
נעמען 243
↤ 6
געאָגראַפישע נעמען 251
מאָרפאָלאָגיע און זאַץ⸗בוי
גראַמאַטישער מין 255
גראַמאַטישער מין ביים פּראָנאָם 257
בייגונג 258
רבים 261
איינשטימונג אין דער צאָל 264
אַקטיווע און פּאַסיווע קאָנסטרוקציע 264
צונויפהעפטן 268
דער איבעריקער פּראָנאָם 269
כלל⸗שפּראַך און דיאַלעקט אינעם יידיש שבכתב
דיאַלעקטישע בייגעוודיקייט פון דער ליטעראַרישער שפּראַך 271
די גרענעצן פון דיאַלעקטישער באַפאַרבונג 274
פּרינציפּן פון דער יידישער סטיליסטיק
דער סטיליסטישער מעמד פון יידיש 283
קריטעריעס ביים לייזן סטיליסטישע פראַגן 283
↤ 7
דער אַרויסרייד 284
דער אויסלייג 284
די קאָמפּאָנענטן פון יידיש 286
פאָרשלאַגן אויף נייע ווערטער 287
כלל⸗שפּראַך און דיאַלעקט אינעם געשריבענעם יידיש 287
ווער זיינען אונדזערע סטיליסטן? 288
אָרנטלעכקייט 288
טאָלעראַנץ 289
אויפרוף צו די בני דור 291
ביבליאָגראַפיע 295
זוכצעטל 335
❖ ❖

↤ e1


Amended Amendments
ISSUES IN YIDDISH STYLISTICS
Tikney Takones
FRAGN FUN YIDISHER STILISTIK
by
DOVID KATZ
Woolf Corob Fellow at the
Oxford Centre for Postgraduate Hebrew Studies
and St Antony’s College, University of Oxford


based upon principles established by the author’s father,‎
the Yiddish poet
MENKE KATZ
(1906-1991)


OKSFORDER YIDISH PRESS
in cooperation with the
OXFORD CENTRE FOR POSTGRADUATE HEBREW STUDIES

↤ e2



This volume was published through the generosity of
David and Beth Tabatznik
in memory of Yiddish poet and novelist
Mendel Tabatznik
(1894-1975)


OKSFORDER YIDISH PRESS
‎P.O. Box 567‎
Oxford OX1 3LL
England
in cooperation with the
OXFORD CENTRE FOR POSTGRADUATE HEBREW STUDIES
45 St Giles
Oxford OX1 3LW
England
‎ISBN No. 1 897744 00 5‎
‎© 1993 Dovid Katz
‎All rights reserved. No part of this book may be reproduced or transmitted‎
‎in any form or by any means, electronic or mechanical, including photocopying,‎
‎recording, or by any information storage and retrieval system.‎

↤ e3

Contents
9 Introduction
Defining stylistics
17 Linguistics and stylistics
19 Stylistics in periods of Linguistic upheaval
21 Descriptive and normative stylistics
Yiddish stylistics
25 Literary Yiddish as a creation of major authors
27 The stylists as recorders and canonizers
30 Evolution of Yiddish into a stylistically stable structure
31 Prewar Soviet passions for continual reform
36 Postwar New York passions for continual reform
37 The ausbauist school: assumptions and inferences
41 The structuralist school: assumptions and inferences
44 The standards of debate
Pronunciation
47 The two approaches
47 Allegiance to standard pronunciation
49 Standard pronunciation
52 Origins of the standard
↤ e4
56 Successful implementation
61 Opposing views of the southernist school
64 Present state of affairs
Orthography
71 Inherent genius of historical Yiddish orthography
76 Developments leading to the New Orthography
86 Establishment of the New Orthography
93 Radical experiments of the 1920s and 1930s
116 The orthography of traditional religious communities
121 System and subsystem
Orthographic details
131 The Code of Yiddish Spelling
132 Differentiation of the plosive—spirant pairs
139 The boundary alef
140 Compound nouns
146 Adverbs
148 Suffixal -hayt and -kayt
149 M’, me, men
151 Ordinal numerals
152 Specialized diphthongs
154 Abbreviations
155 Grammatical apostrophes
156 Semitisms
↤ e5
Words
161 Historical components
163 Stylistic components
166 What is ‘daytshmerish’?
185 The ‘banned words’
191 Usage of leading authors
205 The perspective of time
219 Structural integration of the ‘banned words’
229 Proposals for neologisms
239 Impact of coterritorial languages
243 Names
251 Place names
Morphology and syntax
255 Gender of nouns
257 Gender of pronouns
258 Declination
261 Pluralization
264 Number agreement
264 Active and passive construction
268 Compounds
269 The superfluous pronoun
Standard and dialect in the written language
271 Dialectal flexibility of the literary language
274 Limits of dialect colouring
↤ e6
Principles of Yiddish stylistics
283 Stylistic status of the language
283 Criteria for resolving stylistic issues
284 Pronunciation
284 Orthography
286 Components
287 Proposals for new words
287 Standard and dialect in written usage
288 Who is a ‘stylist’?
288 Forthrightness
289 Tolerance
291 An agenda for younger generation authors
295 Bibliography
335 Index
❖ ❖

↤ 9

הקדמה

פראַגן פון יידישער סטיליסטיק האָב איך אין די זיבעציקער יאָרן דורכגעשמועסט מיט מיינע פריינט, די שרייבער וואָלף יונין, י. א. ליסקי און איציק קאָזלאָווסקי; מיט מיינע לערער שלמה נאָבל און ח. ש. קאַזשדאַן. זיי זיינען שוין אַלע אויפן עולם האמת.

אין משך פון די אַכציקער יאָרן האָב איך אַ סך פון די⸗אָ ענינים אַדורכגערעדט מיט מיין קאָלעגע דוב⸗בער קערלער. אין צוגאָב צו די אוניווערסיטעטישע לימודים האָבן מיר זיבן יאָר צוזאַמענגעאַרבעט אַלס לערער אויף דער אינטענסיווער אָקספאָרדער זומער פּראָגראַם, וואו סטיליסטישע פראַגן שטייען כסדר אויפן סדר היום.

שוין צוואַנציק יאָר וואָס איך געניט פון אַרומריידן סטיליסטישע ענינים מיט מיין חבר, קלמן קאָוול. סיי פאַר מיר סיי פאַר „דורות” ניו⸗יאָרקער און אָקספאָרדער סטודענטן האָבן זיינע מיינונגען, וואָס ווערן תמיד אויסגעדריקט מיט הומאָר און מיט גוטן מוט, געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. ס׳קען זיין אַז דאָס איצטיקע בוך איז געבאָרן געוואָרן זומער 1973 ווען מיר האָבן ביידע אָנטיילגענומען אין אַן אַוואַנסירטן סעמינאַר פון יידיש אין קאָלאָמביע אוניווערסיטעט אין ניו⸗יאָרק. נאָך אַ לעקציע וועגן דער „סכנה פון דייטשמעריזמען” האָט קלמן אַ הייב געטאָן די האַנט און ביים לעקטאָר אַ פרעג געטאָן: „און נידערטרעכטיקער יונג מעג מען זאָגן?” דאָס וואָרט איז אַזוי געפעלן געוואָרן דעם קלאַס, אַז די בייזע פּראָטעסטן פון לעקטאָר האָבן נאָר פאַרשטאַרקט דעם נייגער צום פּרדס פון די „ווערטער אין חרם”. דער אינצידענט איז געבליבן אין זכרון ווי אַ מין באַוואָרעניש קעגן אַבסאָלוטיזם אין דער יידישער סטיליסטיק.

↤ 10

אַ האַרציקן דאַנק, פאַרן קומען זיך הילף ביים אויפזאַמלען די מאַטעריאַלן: דער ביבליאָטעק פון דער ייוואָ, און בפרט: דינה אַבראַמאָוויטש און משה⸗זכריה בעקער; דעם נאַציאָנאַלן יידישן ביכער צענטער אין אַמהערסט, און בפרט: אהרן לאַנסקי, דזשעפרי אַראַנאָווסקי און ניל זאַגאָרין; דער באָדלעיאַנער ביבליאָטעק אין אָקספאָרד און דעם אָנפירער פון איר יודאַאיסטישער אָפּטיילונג, ריטשאַרד דזשאָד; דער בריטישער ביבליאָטעק אין לאָנדאָן און דעם ממונה איבער יודאַאיסטיק, ברוך⸗סיני הילל.

ביים צוגרייטן דאָס בוך האָבן אויף פאַרשידענערליי אופנים צוגעהאָלפן: מאיר באָגדאַנסקי (לאָנדאָן); יאָהאַנעס בראָזי (אָקספאָרד); יוסף בר⸗אל (הוד השרון); איטשע גאָלדבערג (ניו⸗יאָרק); שמואל היילע (לאָנדאָן); גרשון וויינער (ירושלים); הערמאַן זיס (פירסטענפעלדברוק, דייטשלאַנד); בלומע כ״ץ (סווינציאַן); אברהם ליס (תל אביב); גענאַדי עסטרייך (אָקספאָרד); מאַקס פּערלאָוו ז״ל (ניו⸗יאָרק); קלמן קאָוול (ניו⸗ יאָרק); רבקה קאַץ (ניו⸗יאָרק); מאַרי ראַיט (אָקספאָרד); זיסקע שאַפּיראָ (פּאָדבראָדזש); מאיר שוב (ווילנע).

דוב⸗בער קערלער האָט פריינטלעך איבערגעלייענט דעם מאַנוסקריפּט און געמאַכט וויכטיקע באַמערקונגען. ער האָט אויך צוגעשטעלט זעלטענע מאַטעריאַלן פון זיין רייכער ביבליאָטעק.

אַ גאָר באַזונדערן דאַנק בין איך שולדיק יצחק לודען, רעדאַקטאָר פון די תל⸗אביבער לעבנס⸗פראַגן און מחבר פונעם מייסטערישן פּערל פון גן⸗עדן. פריינט לודען האָט איבערגעלייענט דעם גאַנצן כתב⸗יד און פאָרגעשלאָגן וויכטיקע אויסבעמערונגען, סיי פּראַקטישע, סיי פּרינציפּיעלע.

↤ 11

קלאָר פון זיך אַליין, נאָר בפירוש איז בעסער איידער ברמיזא, בפרט ביי ענינים וואָס זיינען נוטה למחלוקת: וועלכער ניט איז קרעדיט דאַרף געטיילט ווערן מיט זיי אַלעמען. אָבער — קיין איינער פון זיי טראָגט ניט קיין אחריות, ניט פאַר דער שיטה, ניט פאַר די מיינונגען, און אַוודאי ניט פאַר שוואַכקייטן און טעותן.

תמיד איז טרויעריק, אַז צוויי קלייבן זיך אָנשרייבן אַ בוך צוזאַמען, יאָרן לאַנג רעדט מען וועגן תוכן, מ׳אַמפּערט זיך איבער פּרטים, דאָ גיט מען נאָך און דאָ שפּאַרט מען זיך איין, און אַז עס קומט צום סאַמע שרייבן, דערלעבט ניט איינער. נאָך גרעסער איז מיין טרויער. מיין שותף איז געווען מיין פריינט, מיין טאַטע, דער יידישער פּאָעט מעינקע קאַץ. דער פּלאַן איז געווען מ׳זאָל פאַרברענגען צוזאַמען אַ יאָר, ביי מעינקע׳ן אין זיין וואַלד הויז, אין די בערג אַן ערך הונדערט טייל פון ניו⸗יאָרק, אויף צו טרייבן סיי אונדזערע באַזונדערע זאַכן, סיי געוויסע זאַכן אינאיינעם. אָט דאָס בוך האָט מען געזאָלט שרייבן בשותפות: אַ בוך איבער יידישער סטיליסטיק. ווען איך האָב סוף כל סוף באַקומען אַ יאָר פריי פון לערנען אין אָקספאָרד, אין 1992-1991, בין איך באַלד אָנגעקומען צו די עלטערן, ערב פּסח 1991. מיין ערשטער פּראָיעקט איז דעמאָלט געווען אויסצוענדיקן דעם צווייטן באַנד אָקספאָרדער יידיש אַ קאַרגן חודש, זיבן און צוואַנציק טעג, זיינען מיר אין איין צימער געזעסן, אָפטמאָל ביז צוויי אָדער דריי פאַרטאָג, מעינקע אַרבעטנדיק אויף נייע יידישע לידער. איך אויף אָקספאָרדער יידיש. דעם 24טן אַפּריל 1991 איז מעינקע קאַץ פּלוצלינג געשטאָרבן, צוועלף טעג נאָך זיין פינף און אַכציקסטן געבאָרנטאָג, ניט זייענדיק קראַנק קיין טאָג אין זיין לעבן, אַרבעטנדיק איבער זיין ניינצנטן בוך, שרייבנדיק נייע ↰ 12 לידער ביז צו דער לעצטער רגע. די לעצטע אויסגעענדיקטע לידער זיינען אַריין אין זיינע מעינקע סאָנעטן, וואָס איז דערשינען אין ניו⸗יאָרק אין 1993.

אין אַ שותפות וואָס ווערט מקוים, זעען דאָך די שותפים פאַר די אויגן אַ מאַנוסקריפּט, דאַרף קיין רייד ניט גיין וועגן דעם, ווער עס טראָגט די אחריות פאַר וואָס, מחמת ביידע פאַר אַלץ זיינען פאַראַנטוואָרטלעך. איך נאַר זיך ניט, אַז אין איצטיקן פאַל קען מען אומעטום פעסטשטעלן וואו עס ענדיקט זיך מעינקע און וואו עס הייבט זיך אָן הירשע⸗דוד. איינס איז אָבער זיכער: די שיטה איז אונדזער ביידנס, ווי זי איז בעל⸗פּה אויסגעאַרבעט און איבערגעאַקערט געוואָרן אין אונדזערע שמועסן און דעבאַטעס אין משך פון צוואַנציק יאָר. די מערסטע שמועסן האָט מען אָפּגעהאַלטן אין אַן אָטאָמאָביל, אַרומפאָרנדיק ביינאַכט איבער די וועגעלעך וואָס פירן דורך די וועלדער אַרום מעינקע׳ס וואַלד הויז.

אינגאַנצן פאַרפאַלן געוואָרן זיינען די פאָראויסגעזעענע קאַפּיטלעך מעינקע׳ס איבער יידישער פּאָעטיק; איבער דער שפּראַכיקער גאונות פון די ניו⸗יאָרקער יידישע פּאָעטן אין די צוואַנציקער און דרייסיקער יאָרן; איבערן ריטעם פון דער יידישער פראַזע. חבל על דאבדין.

די פילאָזאָפיע פון יידישער סטיליסטיק וואָס קומט אין בוך צום אויסדרוק גיבן מיר איבער אין די ווייטערדיקע קאַפּיטלעך. די פילאָזאָפיע איבערן מהות פון בוך גופא, באַשטימט פון צוויי יסודות.

ערשטנס: די סטיליסטיק פון אַ שפּראַך טאָר ניט בלייבן קיין רשות היחיד, ניט פון אַ מענטש, ניט פון אַ גרופּע, ניט פון אַן ↰ 13 אינסטיטוציע. ס׳ דאַרפן זיין פרייע דיסקוסיעס. ס׳דאַרפן אַרויס אַרטיקלען און ביכער וואָס שטעלן מיט זיך פאָר ניט איין מיינונג, נאָר פאַרשידענע מיינונגען. קריטיק און חילוקי דעות דאַרף מען אויסדריקן און בשעת מעשה ניט פאַרלירן צום בר פּלוגתא דעם דרך ארץ. יידיש געהערט דאָך ניט קיין איינעם פון אונדז, זי געהערט אונדז אַלעמען, מיר געהערן איר. דאָס איז דער זין פונעם נאָמען תקני תקנות. דער עצם באַגריף, אַז די יידישע סטיליסטיק האָט שוין אירע פעסטע, פון משה רבינו אַראָפּגעטראָגענע „תקנות” און געגעבענע אמתן וואָס מ׳טאָר ניט דיסקוטירן, שטעלט מיט זיך פאָר אַ יסודותדיקן טעות, אַ טעות וואָס נייטיקט זיך אין אַ: תיקון טעות.

והשנית, סטיליסטיק דאַרף זיין אַ שותפות געביט צווישן שרייבער, לערער און פאָרשער. דערפאַר האָט זיך אונדז געדאַכט אַז אַ שותפות צווישן אַ יידישן פּאָעט מיט אַ יידישן לינגוויסט, ביידע לאַנגיאָריקע לערער פון יידיש, זאָל זיין טאַטע און זון, קען מיט זיך פאָרשטעלן אַ מוסטער פון אָט אַזאַ מין צוזאַמענאַרבעט, צי ס׳איז מסכים צי ניט מסכים מיט דער פאָרגעשלאָגענער שיטה. פּאָעטן זיינען די קעניגן פון דער שפּראַך, לינגוויסטן — אירע באַשרייבער.

לינגוויסטן האָבן ניט קיין רעכט צו פּרעטענדירן אויף סטיליסטיק אָן דער שותפות פון שרייבער. די⸗אָ ווערטער פון יעקב שטערנבערג, געשריבן וועגן אַ ספּעציפישן פאַל, קענען אויך זיינען פאַר אַ פּרינציפּיעלער באַוואָרעניש:

אין דער דאָזיקער פראַגע דאַרף האָבן אַ וואָרט ניט בלויז דער לינגוויסט, נאָר אויך דער שרייבער, ניט ווייל מיר, שרייבער שאַצן ניט, טרויען ניט, חלילה, אייך, לינגוויסטן, אין אייער ביז גאָר וויכטיקן געביט פון שפּראַך פאָרשונג, נאָר ווייל ווען עס גייט אַ רייד שפּראַך און ליטעראַטור, פּאַסירט אָפט אַז איר, ↰ 14 לינגוויסטן, רעדט וועגן ווערטער, און מיר, שרייבער, וועגן שפּראַך, אָדער נאָך ריכטיקער: איר רעדט וועגן שפּראַך, און מיר — וועגן סטיל [...].
(שטערנבערג 1987: 268)

בשעת ס׳ווערן אין אָטאָ דעם בוך געבראַכט מאַטעריאַלן פון סאָוועטישן יידיש פון דער תקופה צווישן די ביידע וועלט מלחמות, דער עיקר דאָרטן וואו זיי האָבן אַ שייכות מיט פראַגן פון יידיש בכלל, ווערן כמעט אינגאַנצן אויסגעלאָזן די היינטיקע פּראָבלעמען פון יידישער סטיליסטיק אין די מזרח⸗אייראָפּעאישע לענדער. דאָס איז בעצם אַ בוך איבער סטיליסטישע פראַגן אין די מערבדיקע לענדער, כאָטש פאַרשטייט זיך, אַז ניט ווייניק ענינים זיינען נוגע אויך דעם באַנוץ אין מזרח אייראָפּע. צו אָפט איז מען באַגאַנגען אַ טעות דערמיט וואָס מ׳האָט געהאַלטן דעם סאָוועטישן יידיש פאַר אַ שטיפקינד וואָס דאַרף קומען לערנען „ביי אונדז”. ס׳פרייט אונדז געוואָר ווערן אַז אונדזער פריינט און קאָלעגע, דער יידישער פּראָזאַאיקער און געלערנטער גענאַדי עסטרייך, האָט גענומען באַאַרבעטן דעם סאָוועטישן יידיש אין זיין אָקספאָרדער דאָקטאָר דיסערטאַציע.

און לסוף אַ וואָרט וועגן דער גרונט⸗הנחה פון אַזאַ מין אַרבעט. אַ בוך איבער יידישער סטיליסטיק שטעלט מיט זיך פאָר ניט קיין „גלויבן” וואָס שייך דער צוקונפט פון יידיש, נאָר אַ: זיכערקייט.

ה.⸗ד. ק.

↤ 17

וואָס איז אַזוינס סטיליסטיק?
לינגוויסטיק און סטיליסטיק

לינגוויסטיק איז אַ וויסנשאַפט, סטיליסטיק — אַ קונסט.

די לינגוויסטיק סטאַרעט זיך זיין אָביעקטיוו, אויסזוכן דעם „אמת”, צי עס בייט אין דער היינטיקער שפּראַך, צי אין דער שפּראַך פון אַמאָל; צי אין ברייטע ליניעס, צי אין פּרטי פּרטים. היינט ווייס מען אָבער אַז אין אַלץ איז דאָ סוביעקטיווקייט, אַפילו אין דער כלומרשט פּאַרווענער פראַגע: „וואָס וועל איך איצטער גיין אויספאָרשן?” (זע פּעלץ 1990).

סטיליסטיק איז אָבער אָפענערהייט סוביעקטיוו, זי אָפּערירט מיט השגות פון גוט און שלעכט, שיין און מיאוס, בכבודיק און ניט בכבודיק, ריכטיק און פאַלש — עס פּאַסט אָדער עס פּאַסט ניט. סטיליסטיק קומט פאָרשלאָגן, איבערצייגן, אַריינפירן שינויים אין דעם ווי אַזוי מענטשן ריידן און שרייבן, אין דעם ווי אַזוי זיי באַטראַכטן זייער שפּראַך. די סטיליסטיק קען אויך פּרובירן איבערצייגן מענטשן ניט אַריינצופירן אַזעלכע און אַזעלכע פאָרגעשלאָגענע שינויים. אַזוי צי אַזוי וויל מען איבערצייגן. דער סטיליסט איז אָבער חלילה קיין שאַרלאַטאַן ניט, ער ווענדט אויך אָן אַ קאָנסעקווענטן מעטאָד, מערניט זיין רויוואַרג איז אַ קולטורעל באַשטימטער. אַז ער קומט מיט ↰ 18 עצות, זאָגט ער באַלד אויף אַן אָרט, אַז דאָס זיינען עצות, ער פּרעטענדירט ניט אויפן אמת.

די סטיליסטיק נעמט אָן פאַר אַ יסוד אַז די פּרינצן פון סטיל זיינען די גרויסע שרייבער, מחמת ס׳איז ניט שייך אָפּצוטיילן דעם שרייבער פון זיין שפּראַך. די מאָס איז די עסטעטיק, ניט דער פאַקט. פאַרוואָס איז שאַגאַל אַ גרויסער קינסטלער בשעת אַזאַ און אַזאַ אַמאַטאָר איז גלאַט אַ פאַרב גיסער? צוליב באַגריפן פון עסטעטיק וואָס עקזיסטירן אין אַ געזעלשאַפט, באַגריפן וואָס מומחים באַמיען זיך זיי צו באַשרייבן (זע וועגן דעם לודען 1988: 37-11). דאָס זיינען באַגריפן וואָס מ׳קען אָבער ניט „באַווייזן מיט ראיות” אַז זיי זיינען אמת. ניט אַלץ וואָס איז ניט „באַוויזן אַז ס׳איז אמת” איז פאַלש. מ׳דאַרף נאָר האַלטן פאַרן אויג, אַז דאָ האַנדלט זיך אין די סוביעקטיווע מאָסן פון „קולטור”, ניט די רעלאַטיוו אָביעקטיווע מאָסן פון „וויסנשאַפט”.

דער סטיליסט שטודירט ווי איז דער דין ביי שרייבער, לערער, געלערנטע און אַנדערע „קענער” און פּרובירט אויסזוכן אַ דעת הכלל דאָרטן וואו ס׳איז דאָ צום געפינען. ס׳קומט אויס אין אַ סך געזעלשאַפטן, אַז די סטיליסטן פאַרנעמען זיך על פּי פאַך מיט איינעם פון די באַרופן וואָס האָבן אַ שייכות מיט דער שפּראַך: מחברים פון לערנביכער און ווערטערביכער, לערער, רעדאַקטאָרן און אַמאָל אויך — לינגוויסטן. יאָ, מ׳קען זיין סיי אַ לינגוויסט סיי אַ סטיליסט. ביי אַזאַ צונויפפּאָרונג פון צוויי שליחותן ביי איין מענטש שטעקט אָבער אַ האַרבע סכנה: דהיינו, אַז „דער לינגוויסטישער צד” איז עלול קאַליע צו ווערן, צו פאַרלירן דעם קריטישן חוש און נעמען דערלאַנגען „דעם סטיליסטישן צד” נאָר און בלויז דאָס וואָס „יענער” וויל הערן. נאָך ↰ 19 ערגער, ער קען איינריידן זין און אַנדערע, אַז זיינע מסקנות שטיצן זיך אויף „לינגוויסטיק” ס׳הייסט אויפן הדיוטס קדשי קדשים: „וויסנשאַפט”. טאָ לאָמיר מגלה זיין דאָ ביים אָנהייב, אַז אין אָטאָ דעם בוך איז ניטאָ קיין וויסנשאַפט, ווייל סטיליסטיק האָט ניט צו טאָן מיט וויסנשאַפט. אונדזערע אַרגומענטן און מסקנות מעגן אויסנעמען אָדער ניט אויסנעמען. אין די ביידע פאַלן איז עס אָבער ניט צוליב „וויסנשאַפטלעכקייט”.

סטיליסטיק אין אַ תקופה פון לינגוויסטישע איבערקערענישן

בעת גרויסע פּלוצימדיקע איבערקערענישן אין דער געשיכטע פון שפּראַכן, פאַלט אויף די סטיליסטן אַ סך אַ גרעסערער עול איידער אין שטילע, איינגעסדרטע תקופות. דער אָפטסטער ביישפּיל איז זיכער דער פאַל פון שפּראַכן, וואָס זיינען לכתחילה פאַררעכנט געוואָרן פאַר „פאָלקס⸗ שפּראַכן” און זיינען אין אַ מזלדיקער שעה געוואָרן מלוכהשע שפּראַכן, אָדער שפּראַכן פון גרופּעס וואָס באַמיען זיך אויפצובויען די ציגל פון דעם וואָס איז דאָ ביי מלוכהשע שפּראַכן — אַן אַלגעמיין אָנערקענטע ליטעראַטור (אַ „קאַנאָן”), סטאַנדאַרדיזירטע געשריבענע שפּראַכן, סטאַנדאַרדיזירטע אַרויסריידן, סיסטעמען קינדער שולן און נאָך; אָט די „סטאַנדאַרדן” זיינען געוואָרן דער באַגער פון פעלקער וואָס האָבן זייער שפּראַך געוואָלט „שטעלן אויף די פיס". סטיליסטן האַלטן — ווער מער, ווער ווינציקער — ↰ 20 פון מאָסן אויסגעהאַלטנקייט אינעם שפּראַך באַנוץ, בפרט אין ליטעראַרישן. זיי באַקעמפן אַ תהו ובהו און פּרובירן פעסטשטעלן וואו וואַריאַציעס גיבן צו כח, בילדערישקייט, אויסדריקלעכקייט, פּינקטלעכקייט, און וואו זיי ברענגען נאָר מישמאַש און כאַאָס.

בימי האיבערקערענישן, דעמאָלט שטייען אויף פון זייערע האַלב⸗איינגעשלעפערטע לעבנס די סטיליסטן און שפּילן אַ היסטאָרישע ראָלע: זיי ווערן צינורות צווישן די גרויסע שרייבער (ד.ה. די שרייבער וואָס ווערן געהאַלטן פאַר גרויסע שרייבער) און דעם ציבור. באַוואוסטזיניק און מעטאָדיש אַבסטראַהירן זיי דאָס וואָס דער שרייבער טוט אויף מיט גאָט געבענטשטן טאַלאַנט, שטעלן עס איין אין לערנביכער, ווערטערביכער און גראַמאַטיקעס בכתב, און אין לעקציעס און קורסן בעל⸗פּה. דער פּועל יוצא: די אונטערוואַקסנדיקע דורות האָבן פאַר זיך שוין אַ פאַרטיקן יש, „אַ סאָציאַלן פאַקט”, אַ דבר שבא לעולם, וואָס באַקומט זיך פאַר שפּעטערדיקע דורות אַזוי „נאַטירלעך ווי די זון, די לבנה און די שטערן.

ווערן די סטאַנדאַרדן פאַקטן, האָבן די סטיליסטן ווייניק וואָס צו טאָן, קערט זיך איטלעכער אום צו זיין פאַך — דער לערער צו לערעריי, דער לעקסיקאָגראַף צו זיינע ווערטערביכער, דער לינגוויסט צו זיינע פאָרשונגען. דער „פּראָפעסיאָנעלער סטיליסט” איז דעמאָלט אויס בעל השפּעה: מ׳דאַרף שוין ניט קיין „פּראָפעסיאָנעלע” סטיליסטן. נייטיקט מען זיך אין נייער טערמינאָלאָגיע אויף אַ געוויסן געביט, קומען די טערמינען פון די מומחים אויף יענעם געביט. נייע שרייבער אין יעדן דור און נייע בעלי השפּעה אויף אַלערלייאיקע געביטן פירן אַריין ווייטערדיקע שינויים. ↰ 21 די סטאַנדאַרדע שפּראַך נעמט זיך בייטן בהדרגהדיק — כמעט אומבאַמערקט ביי יעדן דור גופא — ווי אַ טייל פונעם נאַטירלעכן בייט וואָס קומט פאָר כסדר ביי אַלע לעבעדיקע לשונות. די שרייבערישע השפּעה גייט שוין במילא אַריין אינעם פּראָצעס. אויך אין רואיקע צייטן זיינען פאַראַן אַמאָל יחידים און קליינע רעפאָרמאַטאָרישע באַוועגונגען ווי אַשטייגער די גרופּעס וואָס ווילן דעם ענגלישן אויסלייג היינט רעפאָרמירן. געווענדט אין זייער אַרבעט און זייער צוגאַנג, ווערן זיי אויפגענומען ווי גוטמוטיקע עקסצענטריקער אָדער גאָר ווי שפּראַך פאַנאַטיקער.

דעסקריפּטיווע און נאָרמאַטיווע סטיליסטיק

די סטיליסטיק — פּונקט ווי די לינגוויסטיק — קען מען איינטיילן אויף דעסקריפּטיווער און נאָרמאַטיווער סטיליסטיק. די דעסקריפּטיווע סטיליסטיק פאַלט צונויף אין אַ סך פּרטים מיט דער סאָציאָלינגוויסטיק. אַ דעסקריפּטיווער סטיליסט קען פּרובירן דערגיין וואָסערע פאָרמען אַשטייגער זיינען באַליבט ביי פאַרשידענע מיני שרייבער אין אַזאַ און אַזאַ תקופה צי אין זיין אייגענער צייט. ער פאָרשט עפּעס אויס אויף צו דערגיין די זאַך, אויף צו באַנעמען די שייכותן צווישן שפּראַך און געזעלשאַפט. אים אינטערעסירט אויסגעפינען זאַכן, ווי ס׳איז דער שטייגער ביי געלערנטע.

די נאָרמאַטיווע סטיליסטיק, וואָס קומט אויף בדרך כלל בעת לינגוויסטישע איבערקערענישן, איז באַוואוסטזיניק ↰ 22 אויסן צו בייטן די שפּראַך. זי פּרובירט איבערצייגן מענטשן זיי זאָלן בייטן זייערע רגילותן, צי ביים ריידן צי ביים שרייבן צי ביי די ביידע זאַכן. אויך דאָ קענען צוניץ קומען אָביעקטיווע פאַקטן צו דער סוביעקטיווער אַרבעט: למשל, ביי אַזאַ און אַזאַ וואַקלעניש, וועלכע פון די קאָנקורירנדיקע פאָרמען איז מער בהסכם מיט אַלגעמיינע פּראָצעסן וואָס קומען פאָר סיי ווי סיי אינעם שפּראַך באַנוץ? וועלכע טרעפט מען ביים רוב? וועלכע טרעפט מען אַמערסטנס ביי די גיגאַנטן פון דער ליטעראַטור?

דער נאָרמאַטיווער סטיליסט ווערט אַליין אַ טייל פון דער סאָציאָלאָגיע פון דער שפּראַך און זיין מזל קען זיין נאָר פאַרשידן. יעדער סטיליסט גיט זיך במילא אָפּ מיט שטודירן דאָס וואָס אַנדערע סטיליסטן שרייבן, הייסט דאָס אַז ס׳וואַקסט אויס אַ פאַך ליטעראַטור און ברוך השם, ס׳איז שוין דאָ אויף גאָטס וועלט נאָך אַ געביט אויף וועלכן מ׳גריבלט זיך.

↤ 25


די יידישע סטיליסטיק
די גרויסע שרייבער האָבן געשאַפן דעם ליטעראַרישן יידיש

אונדזער מאָדערנער יידיש איז אַ גראַנדיעזער ביישפּיל פון אַ קאָלעקטיוון ווילן וואָס פירט אין אַ קורצער צייט צום אויפבוי פון אַ סטאַנדאַרדער שפּראַך וואָס איז פעאיק צו די העכסטע מענטשלעכע שאַפונגען. דאָ גייען צום אַלעמערשטן אַריין די שרייבערישע תחומען: פּאָעזיע, פּראָזע, דראַמע, זשורנאַליסטיק, עסייאיסטיק, די סאָציאַלע וויסנשאַפטן (און בפרט: לינגוויסטיק, פאָלקלאָר, ליטעראַטור פאָרשונג). אַחוץ דעם איז יידיש אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט געוואָרן די שפּראַך פון שול סיסטעמען, פון קינדערגאָרטן אַזש ביז די העכסטע אוניווערסיטעטישע קורסן, און פון פּאָליטישע באַוועגונגען און קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס וואָס שטעלן מיט זיך פאָר די פאַרשידנאַרטיקסטע איבערצייגונגען. און דאָס אַלץ אין צוגאָב פאַרשטייט זיך צו אַלצדינג וואָס גייט אַריין אין תחום פון טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן, די ציוויליזאַציע פון וואַנעט ס׳שטאַמט יידיש און וואו יידיש שפּרודלט שוין טויזנט יאָר.

די הויפּט⸗ראָלע אינעם אויפקום פון אַ ליטעראַרישן יידיש וואָס זאָל זיין מסוגל צו ווערן אַ וועלט שפּראַך, האָבן געשפּילט די גרויסע שרייבער פון סוף ניינצנטן און אָנהייב ↰ 26 צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, גענומען אינאיינעם. די גראַמאַטישע נאָרמעס וואָס זיי האָבן אַוועקגעשטעלט, און די פּרינציפּן פון לעקסישן אָפּקלייב וואָס זיי האָבן אָנגעווענדט, האָט מען שוין אָנגענומען. ס׳איז ניט קיין „צופאַל” וואָס מענדעלע, שלום עליכם און פּרץ זיינען אַלע געגאַנגען אויף איין וועג, דיק און שמ״ר אויף אַן אַנדערן. וועט עמעצער קומען טענהן: וואָס וואָלטסטו זאָגן ווען שמ״ר שעפּט דער עיקר פון פאָלקס⸗יידיש און מענדעלע דער עיקר פון דייטש — איז עס די מעשה מיט דער באָבעס רעדלעך, מיט וועלכע זי וואָלט געווען אַ טראַמוויי. געדענקען דאַרף מען אַז ס׳איז אַלץ פאַרהעלטענישמעסיק. האָט דאָך מענדעלע אָנגענומען דאָס וואָרט שפּראַך. שלום עליכם האָט געשריבן וועגן ליטעראַטור. פּרץ האָט גענוצט פאָלקסטימלעך. אויך אַ מאַסע אַנדערע ווערטער פונעם מאָדערנעם דייטש האָבן אונדזערע קלאַסיקער אָנגענומען. איז וואָס איז, זיי מעגן און שמ״ר און דיק ניט? אַ ראיה איז עס אַז גרויסע שרייבער צוזאַמען גענומען — אין אַ תקופה ווען אַ פאָלקס⸗שפּראַך ווערט מגולגל אין אַ „מאָדערנער שפּראַך” — שאַפן שוין בדיעבד די יסודות פון אַן אַלגעמיינעם סטיל, אַ דעת הכלל, וואָס קיין שום יחיד האָט ניט קיין שליטה דעריבער, אַפילו ניט קיין איינציקער יחיד צווישן די ליטעראַרישע גיגאַנטן גופא. דאָ גייט ניט אין לאָגיק, ניט אין וויסנשאַפט: שפּראַך, ליטעראַטור, פאָלקסטימלעך שטאַמען פונעם מאָדערנעם דייטש, ניט פון אַלט יידיש, פּונקט ווי עס שטאַמען פון מאָדערנעם דייטש דיזער, געסטערען, מונד. די געשיכטע פון אונדזער ליטעראַרישער שפּראַך איז אַ געשיכטע וואָס די הויפּט מאָטיווירער אירע זיינען די גרויסע שרייבער, וואָס אַליין האָבן זיי געשעפּט פון פאָלקס⸗מויל. לאָמיר האַלטן ↰ 27 פאַרן אויג דעם באַדייט פון „געשיכטע”: זי בויט זיך ניט אויף לאָגיק, נאָר וואָדען: אויף דעם וואָס איז געווען. שוין אין די צוואַנציקער יאָרן האָט מאַקס וויינרייך אויפגעוויזן וואָסער מעכטיקע ראָלע עס האָבן געשפּילט מענדעלעס סטיליסטישע איבעראַרבעטונגען פון די אייגענע ווערק, ביים קאַנאָניזירן אונדזער ליטעראַרישע שפּראַך לדורות (זע מ. וויינרייך 1928: 351-330).

די סטיליסטן האָבן די נאָרמעס באַשריבן און קאַנאָניזירט

דער צווייטער שותף איז געווען די סטיליסטיק גופא. דער גרינדער פון דער יידישער פילאָלאָגיע, בער באָראָכאָוו, האָט אין זיין גאונותדיקער עסיי „די אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע” טאַקע דעפינירט דאָס וואָרט אויף צו באַצייכענען „נאַציאָנאַלע לינגוויסטיק”, ד.ה. לינגוויסטיק פּלוס סטיליסטיק. זיינע אייביקע ווערטער:

לינגוויסטיק איז אַן אַלגעמיינע וויסנשאַפט, פילאָלאָגיע אַ נאַציאָנאַלע. לינגוויסטיק קאָן זיך באַשעפטיקן אויך מיט לחלוטין טויטע אָדער לחלוטין ווילדע שפּראַכן; די פילאָלאָגיע זעצט אָבער פאָראויס, אַז [אַ] שפּראַך, מיט וועלכער זי ניט זיך אָפּ, פאַרמאַכט אַ קולטור⸗היסטאָרישן ווערט לפּחות פאַר דעם עבר. געוויינטלעך אָבער נייס די פילאָלאָגיע נאָך ווייטער און שטיצט זיך אויף דער איבערצייגונג, אַז איר שפּראַך האָט אַ נאַציאָנאַלן ווערט אויך אין דער צוקונפט. ווער ס׳גלייבט ניט ↰ 28 אינעם קיום פון דער יידישער שפּראַך, קאָן אפשר נאָך זיין אַ יידישער לינגוויסט, אָבער ניט קיין יידישער פילאָלאָג.
(באָראָכאָוו 1913א: 2)

אין זיינע „אויפגאַבן” האָט באָראָכאָוו אויך פּראָקלאַמירט אַז:

די ערשטע זאַך פאַר יעדן אויפוואַכנדיקן פאָלק איז: ווערן אַ האַר איבער זיין אייגענער שפּראַך, כדי וואָס בעסער, וואָס ברייטער, וואָס פּראָדוקטיווער זי אויסצונוצן אינעם נאַציאָנאַלן שאַפן. כל זמן דער פאָלק בלייבט „אַנאַלפאַבעטיש” אין זיין אייגענער שפּראַך, קאָן מען נאָך ניט רעדן וועגן אַ נאַציאָנאַלער קולטור. נאַציאָנאַלע קולטור באַשטייט ניט נאָר אין פּאָעטישע ווערק פון גרויסע דיכטער, נאָר קודם כל אין דער פעאיקייט ריכטיק צו רעדן, ריכטיק צו שרייבן אין דער מוטערשפּראַך.
(באָראָכאָוו 1913א: 1)

באָראָכאָווס צוויי יסודותדיקע ווערק, וואָס זיינען ביידע דערשינען אין ש. ניגערס פּנקס (ניגער 1913 אין אונדזער ביבליאָגראַפיע) — זיינע „אויפגאַבן” (באָראָכאָוו 1913א) און „די ביבליאָטעק פונעם יידישן פילאָלאָג” (באָראָכאָוו 1913ב) — שטעלן מיט זיך פאָר דאָס געבאָרן ווערן פון דער מאָדערנער יידישער סטיליסטיק (אויך די נייע יידישע לינגוויסטיק) ווי אַ געביט ממש, להיפּוך צו די צעוואָרפענע אַרטיקלען איבער דעם אָדער יענעם פּרט וואָס זיינען פריער דערשינען. די וויכטיקסטע פאָרגייער זיינען געווען מתתיהו מיזעס, וועמענס רעפעראַט אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ (מיזעס 1908) האָט געמאַכט אַ רושם, און נח פּרילוצקי, וועלכער האָט איינגעזען, אין דער ↰ 30 דעמאָלטיקער סיטואַציע, אַז: „רעגולירן דאַרף מען דאָס לעבן פון יידיש” (פּרילוצקי 1909: 63). נאָך באָראָכאָוון האָבן זיך גענומען צו יידישער סטיליסטיק אַ ריי גרויסע געלערנטער בתוכם: שלמה בירנבוים, מאַקס וויינרייך, יודל מאַרק, נח פּרילוצקי, זלמן רייזען און נחום שטיף. אין די צוואַנציקער יאָרן האָט שוין אַלכסנדר האַרקאַווי געקענט שרייבן אַ ווערטערבוך ניט פון אַן איינאיינציקן יידישן דיאַלעקט, ווי עס האָט אַזוי מייסטערהאַפט געטאָן ליפשיץ אין ניינצנטן יאָרהונדערט איבערן אוקראַינישן יידיש, נאָר אַ ווערטערבוך פון דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור שפּראַך (זע האַרקאַווי 1928; ליפשיץ 1869 ,1876).

יידיש איז געוואָרן אַ סטיליסטיש איינגעסדרטע שפּראַך

אַז מ׳לייענט די יידישע ליטעראַטור פון צווישן די ביידע וועלט מלחמות (אויף ביידע זייטן ים), אַז מ׳לייענט די צייטונגען, זשורנאַלן, וויסנשאַפטלעכע ווערק, און אַז מ׳טוט אַ קוק אויף דער שפּראַך פון יידישע שול סיסטעמען סיי אין מזרח אייראָפּע סיי איבער דער וועלט, ווערט קלאָר איין זאַך: יידיש איז שוין דעמאָלט אַרויס פון דער גרופּע „שפּראַכן וואָס מאַכן דורך אַן איבערקערעניש” און אַריין — סטיליסטיש גערעדט — אין דער בחינה פון „איינגעסדרטע שפּראַכן”, מיט אַ מאָס וואַריאַציע וואָס איז נאָכאַלעמען אַ נאָרמאַלער (און פּערמאַנענטער) פּועל יוצא פון דער פאַרשפּרייטקייט פון יידיש איבער אַזויפל לענדער און אַזויפל ↰ 31 פאַרשידנאַרטיקע גרופּעס. דאָס פעלן (אויסערן ראַטנפאַרבאַנד) פון מלוכהשע אינסטיטוציעס, וואָס צווינגען אַרויף אַ סטאַנדאַרדע שפּראַך האָט גאָר ניט געשאַט צום ענין. אַ סברא אַז מלוכהשן צוואַנג שאַצט מען גאָר איבער אין דער סאָציאָלינגוויסטיק. מלוכהשער צוואַנג איז אַוודאי אויסערגעוויינלעך וויכטיק ביי דער פראַגע צי מ׳זאָל נוצן די אָדער יענע שפּראַך. אַז מ׳נוצט שוין אָבער אַ געוויסע שפּראַך, גייט דאָך די מאַכט אויך נאָך די שרייבער, די סטיליסטן, די רגילותן פון אָט דער שפּראַך וואָס מ׳האָט אָנגענומען.

נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה איז שוין געווען, הייסט עס, אַ דעת הכלל, סיי אין פּוילן און ליטע און די אַנדערע מזרח⸗אייראָפּעאישע לענדער אויסערן ראַטנפאַרבאַנד, סיי אין אַמעריקע און די אַנדערע אימיגראַציע צענטערס, אַז יידיש כמות שהיא איז אַ וואונדערלעכע כלי פעאיק צו גרויסע אייביקע שאַפונגען.

דער פאַרמלחמהדיקער סאָוועטישער דראַנג נאָך שטענדיקער רעפאָרם

אַנדערש איז אָבער געווען אין סאָוועטן⸗פאַרבאַנד וואו מ׳האָט געהאַלטן אַז די שפּראַך איז לחלוטין ניט אין אָרדענונג, אַז מ׳דאַרף זי רעפאָרמירן פון קאָפּ ביז די פיס עס זאָל פון איר ווערן אַ לייט: אָרטאָגראַפיש, לעקסיש, סינטאַקטיש. די סאָוועטישע יידישע לינגוויסטן האָבן פאַרשטאַנען אי דעם פּאָטענציעלן אידעאָלאָגישן אינהאַלט ↰ 32 פון דער סטיליסטיק, אי איר סאָציאָלאָגישע ראַם (זע למשל גיטליץ 1934; די אַרבעטן וואָס גייען אַריין אין אַגורסקי און אָשעראָוויטש 1934). ביי זאַרעצקין האָט נאָרמאַטיווע סטיליסטיק געהייסן „לינגוואָטעכניק”:

צו דער שפּראַך קען מען צוגיין אָביעקטיוו און נאָרמאַטיוו. אָביעקטיוו — באַשרייבן און דערקלערן די פאַקטן פון דער שפּראַך, ניט שאַצנדיק זיי. נאָרמאַטיוו — אונטערשיידן „גוט” און „שלעכט”, „ריכטיק” און „ניט⸗ריכטיק”. און אַז מיר ווילן ניט נאָר שאַצן, נאָר אויך ווירקן, ענדערן די שפּראַך — איז עס אַ לינגוואָטעכנישער צוגאַנג.
(זאַרעצקי 1927: 11-9).

צו דער געשיכטע פון דער יידישער סטיליסטיק איז זאַרעצקיס ווערק וויכטיק סיי היסטאָריש סיי טעאָרעטיש. היסטאָריש שטעלט עס מיט זיך פאָר, אינאיינעם גענומען מיט אַ ריי אַנדערע סאָוועטיש⸗יידישע ווערק פון יענער עפּאָכע, דעם צוגאַנג, אַז די שפּראַך דאַרף מען בייטן. טעאָרעטיש איז אויסערגעוויינלעך וויכטיק זאַרעצקיס אָרנטלעכקייט: ער קומט ניט פאַרשטעלן זיין „לינגוואָטעכניק” פאַר אָביעקטיווער וויסנשאַפט. ער ווייזט אָן באַלד ביים אָנהייב אין וואָס דאָ בייט די רייד.

אָט ווי ס׳האָט דאָס אויסגעדריקט שטיף אין זיין סאָוועטישער תקופה:

די שפּראַך פירט אויס זייער אַ וויכטיקע סאָציאַלע פונקציע, — זי איז אַ מיטל, אַ געצייג פון פאַרקער אין דער געזעלשאַפט. די אַנטוויקלונג פון דער שפּראַך איז אַ סאָציאַלער פּראָצעס, וואָס איז געווענדט אָן דער אַנטוויקלונג פון די געזעלשאַפטלעך⸗ווירטשאַפטלעכע באַציאונגען, און, אַזוי ווי אַלע אַזוינע פּראָצעסן, קען מען און ↰ 33 מע דאַרן דאָס געזעלשאַפטלעך באַווירקן, רעגולירן — גערעכנט זיך מיט די רעאַלע אינטערעסן פון די מאַסן.
(שטיף 1930: 5)

ווי מיר האָבן שוין געזען, האָט דאָס וואָרט רעגולירן, אין דעם צוזאַמענהאַנג, אַריינגעפירט נח פּרילוצקי נאָך פאַר דער ערשטער וועלט מלחמה (זע פּרילוצקי 1909: 63).

אין דער סאָוועטישער לינגוויסטישער ליטעראַטור איז דאָ אַ סך וועגן סטיליסטיק (זע למשל ספּיוואַק 1931; 1939). גאָר אינטערעסאַנט, הגם אַ ביסל פאַרפּלאָנטערט, איז דער ענין סטיליסטיק כלפּי גראַמאַטיק אין דעם „רעוויזיע נומער” פון אפנ שפּראכ פראָנט אין 1932, וואו די פּאָלעמיק צווישן זאַרעצקי און שטיף דרייט זיך צום טייל אַרום אָט דער פראַגע. אין זיין ענטפער איז דאָ ביי שטיפן אַן אָפּטיילונג „גראַמאַטיק און סטיליסטיק” וואו ס׳באַקומט זיך אַז ער, שטיף, איז דער פּאַטריאָט פון סטיליסטיק כנגד די בעלי גראַמאַטיק זאַרעצקי און מיידאַנסקי:

ביידע, סיי חבר זאַרעצקי, סיי חבר מיידאַנסקי, זיינען גראַמאַטיקער; ביידע האַלטן זיי, אַז אין דער שפּראַך⸗לער, אין שפּראַך אויספורעמונג איז גראַמאַטיק אַלץ, — יעדנפאַלס, דאָס וויכטיקסטע. זיינען זיי זייער פילעוודיק צו יעדן קריטישן וואָרט אויף גראַמאַטיק און זייער אייפערזיכטיק צו דער נייער דיסציפּלין, — צו סטיליסטיק פון דער קולטור שפּראַך, — טאָמער וועט זי אָנרירן די אייבערהערשאַפט פון גראַמאַטיק. חבר זאַרעצקי וואַרפט מיר אויס, אַז סטיליסטיק איז ביי מיר נישט בלויז אַ „פּראָטעסט קעגן פאָרמעלער גראַמאַטיק”; — „דאָס איז אַ פּראָטעסט קעגן גראַמאַטיק בכלל” [...]
(שטיף 1932: 57)

↤ 35

דער גאַנצער ענין איז אינעם „רעוויזיע נומער” מטושטש ווייל יעדער איינער, אויף סטאַלינס איניציאַטיוו, גייט זיך אַליין און די אַנדערע קריטיקירן. און אין דעם גאַנצן מבול זעלבסט⸗קריטיק וויל זיך אָבער יעדער איינער בשעת מעשה פאָרט פאַרטיידיקן פאַר יענעמס קריטיק...

די סאָוועטישע יידישע „לינגוואָטעכניקער” האָבן געאַרבעט פאַך רעפאָרמען, וואָס זאָלן אין זייערע אויגן מאַכן פון יידיש אַ „פּראָלעטאַרישע שפּראַך”. זיי האָבן געהאַלטן אַז זיי גופא, די לינגוויסטן, גראַמאַטיקער, סטיליסטן, אַכלל די שפּראַך ספּעציאַליסטן — דאַרפן באַוואוסטזיניקערהייט די שפּראַך נעמען בייטן מחמת ווי זי שטייט און גייט טויג זי ניט.

אין דער ניט⸗סאָוועטישער מזרח אייראָפּע איז אויך געווען אַ „נאָרמאַטיווע טענדענץ” דער עיקר אין די קרייזן אַרום דער ווילנער ייוואָ, נאָר דאָרטן איז עס געווען אָן אַ שיעור מער געמאָסטן. ס׳איז געגאַנגען די רייד וועגן „אַן אינסטאַנץ, וואָס זאָל קענען (פאָראויסגעזען דעם נייטיקן טאַקט) פּסקענען שאלות פון גראַמאַטיק, ווערטער⸗אָפּקלייב און סטיל” (ייוואָ 1929ב: 25; 1930א: 57). למעשה האָט עס דער ייוואָ אין ווילנע ניט געשאַט וואָס איר נאָרמאַטיווע השפּעה האָט זיך באַגרענעצט אין אַ גרויסער מאָס אויף קלענערע קרייזן אין דער פּוילישער רעפּובליק גופא. די גרויסע, אייביקע אויפטוען פון דער ווילנער ייוואָ זיינען גראַדע אויפן געביט פון דער פאָרשונג פון דער יידישער שפּראַך, ליטעראַטור און פאָלקלאָר; אויפן שטח פון אויפשטעלן אַ געביט „יידיש” ווי אַן אָנערקענטן יש ביי געלערנטע איבער דער וועלט.

↤ 36

דער נאָכמלחמהדיקער ניו⸗יאָרקער דראַנג נאָך שטענדיקער רעפאָרם

אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז אויפגעקומען אויפסניי אַ שיטה וואָס וויל אין אַ גרויסער מאָס איבערמאַכן דעם לעקסיקאָן פון יידיש, און אין אַ קלענערער מאָס — די גראַמאַטיק. די גרעסטע דערגרייכונג פון אָטאָ דער שיטה ליגט אין דעם וואָס אוריאל וויינרייכס ענגליש⸗יידיש יידיש⸗ענגליש ווערטערבוך (א. וויינרייך 1968) נעמט זי אָן. דער ווערטערבוך איז אַ גרויס ווערק; זיין גרויסקייט איז לחלוטין ניט אָפּהענגיק אין דעם צי ס׳איז מסכים מיט דער סטיליסטיק וואָס אין ווערטערבוך (זע ה.⸗ד. קאַץ 1991ב: 24).

אין די יאָרן זינט ס׳איז דערשינען דער ווערטערבוך, גרופּירן זיך די אָנהענגער פון דער שיטה, וואָס ווילן פירן די פאָרגעשלאָגענע רעפאָרמען נאָך ווייטער אַ סך איידער דער ווערטערבוך, אַרום צוויי ניו⸗יאָרקער זשורנאַלן: יידישע שפּראַך, וואָס דער ייוואָ גיט אַרויס, און אויפן שוועל, וואָס איז פריער געווען דער זשורנאַל פון דער „פריילאַנד ליגע”, איצט פון דער „יידיש ליגע”. די וויכטיקסטע אויפטוען זיינען די ווערק פונעם חשובן געלערנטן, ד״ר מרדכי שעכטער (1986א, 1986ב און אַנדערע), וועלכער איז אַ סך יאָר אויך דער רעדאַקטאָר פון די ביידע זשורנאַלן. די שיטה רופט מען אויף פאַרשידענערליי אופנים. מיר וועלן באַלד זען, אַז אַ פּאַסיקן וויסנשאַפטלעכן נאָמען געפינט מען ביי שעכטערן גופא.

↤ 37

די אויסבויאיסטישע שיטה: הנחות און אויספירן

אַ סך⸗הכל פונעם שפּראַך⸗פילאָזאָפישן יסוד פון דער ניו⸗יאָרקער פּוריסטישער שיטה האָט געגעבן שעכטער:

מחשבותן, די אַנדערשקייט שיטה איז נישט קיין ספּעציפיש יידישער ענין. אין דער סאָציאָלינגוויסטיק רופט מען עס מיט אַ דייטשישן טערמין Ausbau פּרינציפּ: ווען אַ קלענערע און שוואַכערע שפּראַך פּרואווט — די נאָרמירערס, שרייבערס, לערערס פּרואוון — פונאַנדערבויען די אַנדערשקייט, די ספּעציפישקייט פון אָט דעם לשון אַקעגן אַ קרובהשן, שטאַרקערן לשון, וואָס אין זיין שאָטן קומט דעם קלענערן אויס צו שטיין.
(שעכטער 1980: 212)

אָט דעם „אויסבוי פּרינציפּ” האָט מען איבערגענומען, מעכאַניש און אומקריטיש, פונעם דייטשישן שפּראַכן⸗סאָציאָלאָג היינץ קלאָס, וועלכער האָט עס אַריינגעפירט אין דער סאָציאָלינגוויסטיק אויף צו שילדערן באַמיאונגען צו מאַכן „קולטור שפּראַכן” פון אַזעלכע ריידענישן וואָס מען קען זיי באַנעמען ווי באַזונדערע שפּראַכן ניט לינגוויסטיש נאָר בלויז סאָציאָלאָגיש.

Wenn hingegen das Slowakische vom Tschechischen, das Weißruthenische vom Russischen, das Katalanische vom Okzitanischen, vielleicht sogar das Letzeburgische vom Deutschen als besondere Sprache unterschieden werden, so ↰ 38 liegt der Grund nicht in ihrer linguistischen Sonderstellung, sondern in ihrer soziologischen Verselbständigung, also insbesondere in dem Umfange und Grade ihres Ausbaus zur Kultursprache, so daß man hier auch kurzweg von „Ausbausprachen” reden kann.

(קלאַס 1952: 17)

קלאָס טוט יידיש אָן אַ „גרויסן כבוד”, ער נעמט עס אַריין אין זיין קאַטעגאָריע Vollsprachen, אינאיינעם מיט אַפריקאַנס, לאַנדסמאַל, פריזיש, נידערדויטש, סראַנאַניש, פעריש, ריקסמאַל און — אחרון אחרון חביב — ביטשלאַמאַר (קלאָס 1952: 102-40); ניט חלילה וחס, מיט לעצעבורגיש, שאָטיש און פּענסילוואַניש, וואָס רעכענען זיך נעבעך פאַר Halbsprachen (דאָרטן, זז. 126-102). ער האַלט אַפילו אַז צוליב פּשטות און קורצקייט, איז בעסער צו נוצן דעם טערמין Jiddisch איידער Judendeutsch (ז. 240).

פון אָט אַזאַ מין „בעל טובה” האָבן אונדזערע אויסבויאיסטן געשעפּט זייערע השגות בנוגע דער יידישער סטיליסטיק פון היינט און פון מאָרגן. וואָס עס שטעקט אין דעם גופא וואָלט מען געמעגט סאָציאָלאָגיש און פּסיכאָלאָגיש אויספאָרשן; דאָס איז אָבער אַ טעמע פאַר זיך. דאָ זיינען שייך עטלעכע פּשוטע, יסודותדיקע פאַקטן.

יידיש איז ניט סראַנאַניש און ניט ביטשלאַמאַר. יידיש איז איינע פון די רייפסטע „קולטור שפּראַכן” אויף דער וועלט, אַ טויזנטיאָריקע שפּראַך וואָס האָט געשאָנקען דער וועלט אַ מעכטיקע ליטעראַטור. די יידישע שפּראַך און די יידישע ליטעראַטור ווערן אָנערקענט און געלערנט אין די בעסטע אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט. די קולטורעלע אינסטיטוציעס (סיסטעמען שולן, העכערע אַקאַדעמישע ↤ 39 אינסטיטוציעס, פאַרלאַגן, פּאָעטישע און קולטורעלע באַוועגונגען א.א.וו.) וואָס האָבן געשפּרודלט אין מזרח אייראָפּע ביזן חורבן, און וואָס האָבן זיך ערטערווייז געשאַפן אין כמעט אַלע קאָנטינענטן פון דער וועלט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, זאָגן עדות אויף אַ הויך קולטיווירטער וועלט שפּראַך. דער סאָציאָלינגוויסטישער סטאַטוס איז לחלוטין ניט דער זעלביקער וואָס ביי די שפּראַכן ביי וועלכע היינץ קלאָס ווייס צו דערציילן, ווי אַזוי מען קען זיי „אויסבויען”, זיי זאָלן זיין „מער אַנדערש” איידער „שטאַרקערע” שפּראַכן.

והשנית (אויך דאָס וואָלט בפירוש געמעגט זיין איבעריק צו קאָנסטאַטירן ביי היינטיקן טאָג), געהערט ניט יידיש דער קאַטעגאָריע שפּראַכן וואָס זיינען „שפּראַכן” בלויז סאָציאָלאָגיש און ניט לינגוויסטיש. מילד גערעדט.

דריטנס, עס איז שוין שיינע פינף הונדערט יאָר וואָס דער געאָגראַפישער צענטער פון יידיש געפינט זיך גאָרניט אין די דייטש ריידנדיקע לענדער. ביי היינטיקן טאָג געפינס זיך דער גאַנצער ציבור וואָס רעדט און שרייבט יידיש ווייט פון דייטש ריידנדיקע לענדער. איז טאָמער האָט דער Ausbau פּרינציפּ פאָרט אַ זין בנוגע, לאָמיר אָנכאַפּן, ווייסרוסיש וואָס דאַרף זיך „היטן” פאַר רוסיש וואָס ווערט גערעדט אין זעלביקן לאַנד, איז דאָס צו יידיש אינגאַנצן ניט שייך.

דאָס הייסט ניט חלילה אַז די „אויסבויאיסטן” האַלטן ניט פון יידיש. זיי האַלטן אַ וועלט פון יידיש, און צווישן זיי געפינט מען איבערגעגעבענע טוער און אויפטוער אויפן געביט פון אַ לעבעדיקן יידיש. נאָר וואָס, זיי האַלטן, אַז מיט דער שפּראַך איז פאָרט עפּעס דער מער, ווי זי שטייט און ↰ 40 גייט איז זי צו נאָענט צו „אַנדערע שפּראַכן”. אויף ווי ווייט ס׳גייט די רייד וועגן דייטש, איז דאָס אַן אויסברייטערונג פונעם פּרינציפּ „וואָס ווייטער פון דייטש” ביים אָפּקלייבן צווישן מעגלעכע וואַריאַנטן אין יידיש, אַ מעטאָד וואָס איז שוין פאַראַן ברמיזא ביי מאַקס וויינרייכן (מ. וויינרייך 1938ב), בפירוש ביי בירנבוימען (1953: 113-112), און וואָס מ׳קען אַריינטייטשן וואו מער און וואו ווייניקער ביי אַ ריי אַנדערע (פגל. שעכטער 1986א: 282-281; ביים אַבסטראַהירן פּרינציפּן און שיטות פון איינאיינציקע באַמערקונגען מכח דעם אָדער יענעם וואָרט דאַרף מען זיין זייער אָפּגעהיט). שעכטערס „אויסבוי” שיטה איז אָבער אָן אַ שיעור מער עקסטרעם, סיי טעאָרעטיש (איר אָפּשאַצונג פון יידיש אַלס שפּראַך וואָס לעבט נאָך היינט אין שאָטן פון דייטש), סיי פּראַקטיש (דאָס אָנווענדן די שיטה ביי אַ סך אַ גרעסערן פּראָצענט פון יידישן וואָקאַבולאַר). כאָטש די אויסבוי שיטה איז חל לגבי אַלע קאָמפּאָנענטן (בכּלל אָנשטאָט בכלל, חסרונים אָנשטאָט חסרונות וכדומה, ווייל ווייטער פון העברעאיש), איז עס פאַקטיש אַ שיטה געצילט אויף צו „מאַכן” יידיש „ווייטער” איידער די שפּראַך „וואָס אין זיין שאָטן קומט דעם קלענערן אויס צו שטיין”.

שעכטערס אויסבוי שיטה איז אַ קלאָרע און אַן אינערלעך אויסגעהאַלטענע. ס׳איז צו זען אַז אַ גאַנצע ריי איינשטעלונגען פון דער אויסבויאיסטישער מחנה שטאַמען אַלע פון אויסבויאיסטישן פּרינציפּ. זיי ווילן אַריינפירן אָט וועלכע רעפאָרמען:

(א) „אויסרייניקן” יידיש פון די אַלע ווערטער וואָס זיינען אַריין אין ניינצנטן יאָרהונדערט (די „דייטשמעריזמען”), און זיי פאַרבייטן מיט „כשרע” ווערטער וואָס געהערן פאַקטיש ↰ 41 איינער פון דריי קאַטעגאָריעס: דיאַלעקטיזמען, אַרכעאיזמען און פאָרשלאַגן אויף נעאָלאָגיזמען (דערפאַר: אָפּמשלען אָנשטאָט שילדערן; פּרואוול אָנשטאָט מוסטער; אַליינמאָרד אָנשטאָט זעלבסטמאָרד).

(ב) פאַרבייטן אויך ווערטער פונעם אַלטן דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש דאָרטן וואו ס׳איז דאָ אַן אַרכעאיזם אָדער אַ דיאַלעקטיזם וואָס איז צופעליק ווייטער פון מאָדערנעם דייטשן, ניט קוקנדיק אויפן אַלגעמיינעם ליטעראַרישן באַנוץ אין יידישן (פיפטער אָנשטאָט פינפטער, פערדער אָנשטאָט פערטער).

(ג) די אויסבויאיסטן האַלטן, אַז איבער גאָר דער וועלט, ביי יעדער גרופּע און ביי יעדן יחיד, און צו אַלע צוועק וואָס ס׳קענען גאָר זיין, מעג געניצט ווערן נאָר און בלויז דער ייוואָ אונטערנוסח פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע (ייִדיש אויף יידיש, פֿריִער אויף פריער, איבער אַכט טאָג אויף איבעראַכטטאָג, וווּ אויף וואו, וווינען אויף וואוינען, גליִיִק אויף גליאיק וכו׳). יידיש ווערט באַטראַכט ווי אַ שפּראַך וואָס טאָר ניט האָבן קיין שום וואַריאַציע, אַפילו ניט אויף אַזויפל וויפל מ׳געפינט ביי די גרויסע מלוכהשע שפּראַכן.

די סטרוקטוראַליסטישע שיטה: הנחות און אויספירן

אין איצטיקן בוך, שטעלן מיר אַוועק אַ שיטה וואָס האַלט פּונקט פאַרקערט ווי די אויסבויאיסטישע. בקיצור: יידיש איז אַ הויך אַנטוויקלטע שפּראַך וואָס שטייט אויף איין ↰ 42 מדרגה מיט די מעכטיקע מלוכהשע שפּראַכן אַלס רייפע ליטעראַטור שפּראַך.מ׳דאַרף זי ניט „מער אַנדערש מאַכן” ניט פון דייטש און ניט פון טערקיש. יידיש לעבט שוין ניט אין שאָטן פון דייטש אַ האַלבן יאָרטויזנט. די איינציקע קריטעריע ביים אָפּקלייבן סטיליסטישע וואַריאַנטן (דאָרטן וואו מ׳דאַרף בכלל אָפּקלייבן) איז: וואָס איז מער אָנגענומען אויף יידישן, לחלוטין ניט אומקוקנדיק זיך אויף דעם וואָס עס טוט זיך אויף וועלכער ניט איז אַנדער שפּראַך.

אונדזער סטרוקטוראַליסטישער צוגאַנג צו דער יידישער סטיליסטיק איז ניט קיין נייער. ער שטאַמט פון אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. ס׳האָבן אים פאָרמולירט סיי די בויער פון דער נייער יידישער פילאָלאָגיע און סיי די בויער פון דער נייער יידישער — פּאָעזיע. ביים אויפשטעלן דעם בנין פון דער נייער יידישער פילאָלאָגיע האָט באָראָכאָוו פעסטגעשטעלט אַז:

דייטשע, העברעאישע, סלאַווישע עלעמענטן, באַלד ווי זיי זיינען אַריין אין דער פאָלקס⸗שפּראַך, הערן אויף צו זיין דייטש, העברעאיש, סלאַוויש, — זיי ווערן אָן זייער פריערדיקן פּרצוף און נעמען אָן אַ נייעם: ווערן יידישן.
(באָראָכאָוו 1913א: 19)

און ביים אויפשטעלן די מאָדערנע יידישע פּאָעזיע אין ניו⸗יאָרק, האָבן גלאַטשטיין, לעיעלעס און מינקאָוו פּראָקלאַמירט:

וואָס אַנבאַלאַנגט יידיש אַלס שפּראַך אינסטרומענט, האַלטן מיר, אַז אונדזער לשון איז איצט שיין און רייך גענוג פאַר דער טיפסטער פּאָעזיע. אַלע הויכע דעראָבערונגען פון דער ↰ 43 פּאָעזיע, די העכסטע, זיינען מעגלעך אין יידיש. בלויז דער, וואָס איז אַן אָרעמער דיכטער, קאָן זיך באַקלאָגן אויף דער אָרעמקייט פון דער יידישער שפּראַך. דער אמתער דיכטער ווייס אונדזער שפּראַכס רייכקייט און אים פעלט גאָרניט, קאָן גאָרניט פעלן. [...]
יידיש איז איצט רייך גענוג, זעלבשטענדיק גענוג צו קאָנען זיך דערלויבן איר אייגענעם אוצר צו פאַרגרעסערן מיט דער הילף פון די אוצרות פון אירע שוועסטער⸗שפּראַכן. דערפאַר היטן מיר זיך ניט צו באָרגן ווערטער פון די שוועסטער⸗שפּראַכן, ווערטער, וועלכע זאָלן דעקן די אויסגעוואָקסענע באַגריפן, די פאַרברייטערטע געפילן און געדענקען. אַזוינע ווערטער זיינען אויך אונדזערע ווערטער. מיר האָבן אויף זיי פּונקט אַזאַ רעכט ווי יעדע אַנדערע שפּראַך, ווי יעדע אַנדערע פּאָעזיע [...]
מיר קוקן אויף יידיש ווי אויף אַ פולשטענדיק⸗אויסגעוואָקסענער, רייפער, זעלבשטענדיקער, באַזונדערער און אייגנאַרטיקער שפּראַך.
גלאַטשטיין, לעיעלעס און מינקאָוו 1920: 20)

די פּאָעטן האָבן באַנומען דעם סטרוקטורעלן מהות פון יידיש אָן אַ שיעור ריכטיקער און טיפער איידער די אויסבויאיסטן וואָס האָבן זייער אני⸗מאמין („פונאַנדערבויען די אַנדערשקייט”) אַרויסגעלאָזן מיט אַ יאָר זעכציק שפּעטער, און זיינען פאָרט געבליבן שטעקן ביי דעם פּרימיטיוון אַטאָמיזם: דאָס זיין ביכולת צו באַנעמען נאָר און בלויז איינצלנע ברעקלעך (איינאיינציקע ווערטער), און דאָס אויך בלויז פון אַ פּוריסטישן שטאַנדפּונקט (יחוס פון די ווערטער), ניט קוקנדיק אויף דער סטרוקטורעלער ראָלע וואָס די ווערטער שפּילן אין דער היינטיקער שפּראַך.

אין איצטיקן בוך ברענגען מיר אַ פאַרטיידיקונג פונעם ↰ 44 ליטעראַרישן יידיש אַנטקעגן דעם אויסבויאיסטישן דראַנג צו פּערמאַנענטער רייניקונג און איבערקערעניש.

וואָס שייך אָרטאָגראַפיע, האַלטן מיר, אַז פּונקט ווי אויף ענגליש, העברעאיש און אַ סך אַנדערע שפּראַכן, שאַט עס גאָרניט וואָס קלענערע אונטערשיידן זיינען פאַראַן. אַחוץ דעם האַלטן טיר, אַז דער ייוואָ אויסלייג איז ניט צוגעפּאַסט צו יידיש צום סוף פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. ס׳האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט אַ וויכטיקע פּשרה מיטן סאָוועטישן אויסלייג אין דער פּוילישער רעפּובליק אין די דרייסיקער יאָרן, און ס׳בלייבט אַ פולשטענדיק לעגיטימע אונטערסיסטעם פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע — אָבער לחלוטין ניט „דער איינציקער ריכטיקער אויסלייג”. אַ מאָדערנע שריפט פאַר דערוואַקסענע טאָר ניט זיין באַשפּרענקלט מיט אומנייטיקע פּינטעלעך וואָס „מוזן” געשטעלט ווערן.

דער ניוואָ פון דער דיסקוסיע

יעדער איינער פון די צדדים אין אונדזערע סטיליסטישע דעבאַטעס ברענגט צו טראָגן אַ וויכטיקן קאָנסטרוקטיוון צושטייער צום מעמד פון דער שפּראַך. ס׳איז געזונט אַז ס׳זאָל פירן דיסקוסיעס און דעבאַטעס, אַז פאַרשידענע מיינונגען זאָלן אויסגעדריקט ווערן. דאָס איז אַ סימן, אַז ערנסטע קרייזן, זאָל זיין אַפילו קליינע, זיינען בלב ונפש איבערגעגעבן דער קולטור וואָס אויף יידישן.

צומאָל זיינען דערשינען אין דער פּרעסע פּערזענלעכע ↰ 45 אַטאַקעס קעגן די אָנפירער פון דער „אויסבוי” שיטה. ניט זיי זיינען יושרדיק, ניט זיי פירן צו אַ בכבודיקער דיסקוסיע.

בעתן גיין אין דרוק אַריין, ברענט אין דער יידישער פּעריאָדיק אַ פייערדיקע מחלוקות איבער די⸗אָ פראַגן. אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט צוויי (אינגאַנצן באַזונדערע) אַרטיקלען: מוסיע סטעקין⸗לאַנדאַוס „לייענענדיק ד״ר מרדכי שעכטערס לייטיש מאַמע־לשון” אין די תל⸗אביבער לעבנס פראַגן (סטעקין⸗לאַנדאַו 1992) און מיין „אַ שטעקעלע אַריין אַ שטעקעלע אַרויס, די דייטשמערישע געפאַר איז — אויס” אין דער ניו⸗יאָרקער יידישער קולטור (ה.⸗ד. קאַץ 1991ב; זע אויך 1992א). צום גרויסן באַדויערן, האָט זיך די אויסבויאיסטישע מחנה ניט אָפּגערופן אויף די פאָרגעלייגטע אַרגומענטן. אָנשטאָט דעם האָט מען זיך אַוועקגעלאָזט אויפן דרך פון פּערזענלעכע אַטאַקעס און פּאַשקווילן, וואָס האָבן אָנגעבראַכט אַ בושה אויף דער וועלט פון יידיש בכלל און אויף דער יידישער סטיליסטיק בפרט (פגל. אונטן, זז. 206-210; ה.⸗ד. קאַץ 1992ב; וואָלפּע 1992). דאָ וועט קלעקן אויסצודריקן די האָפענונג אַז די אַלע צדדים וועלן ריידן צו דער זאַך און ניט צו דעם מענטשן, זיך האַלטן אין די ד׳ אמות פון אָנשטענדיקייט און דזשענטלמעניש⸗אַקאַדעמישער דעבאַטע.

אָנהייבן וועלן מיר מיט אַ טעמע וואָס איז היינט אַ סך ווייניקער נוטה למחלוקת איידער לעקסיק און אָרטאָגראַפיע: דער אַרויסרייד.

↤ 47


אַרויסרייד
צוויי מיינונגען

פאַראַן צוויי מיינונגען: איינע האַלט נאָר פון „ליטעראַרישן אַרויסרייד”, לפּחות ביים לערנען מיט אַנדערע יידיש, ביי לעקציעס און רעדעס, אַכלל, אין „עפנטלעכן יידישן לעבן”. די צווייטע האַלט, אַז מ׳דאַרף אויפהיטן דעם דיאַלעקט פון דאָרטן פון וואַנעט די משפּחה שטאַמט, ניט שייך פּריוואַט צי בפרהסיא. גוט וואָס עס זיינען בנמצא די ביידע מיינונגען. ווען איז דאָס געזאָגט געוואָרן, כל זמן מ׳האָט דרך ארץ אויך צו יענעמס גאַנג.

דער פּאַטריאָטיזם צום ליטעראַרישן אַרויסרייד

דער פּאַטריאָטיזם צום ליטעראַרישן אַרויסרייד וואַקסט פונעם ווילן אויפצוהיטן דעם באַגריף פון אַ סטאַנדאַרדן, אַלגעמיינעם אַרויסרייד פאַר די צוועקן פון „קולטור”; אויך אַ ווילן נאָכצוגיין דעם גאַנג ביי אַ סך שפּראַכן וואו מ׳האָט אַ סטאַנדאַרד וואָס פאַראייניקט, וואָס איז מער ווייניקער קאָנסעקווענט, און וואָס שטעלט מיט זיך פאָר „העכערע קולטור”, וואָס שטייט פון אויבן „איבער” די אַלע פאָנעטישע ↰ 48 נוסחאות וואָס מ׳טרעפט ביי משפּחות וואָס שטאַמען פון פאַרשידענע געגנטן. די פּאַטריאָטן פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד האַלטן אַז די שפּראַך ווערט אַזוי אַרום דערפירט צו אַן איבערגעאָגראַפישער מדרגה. ביי אַנדערע, וואָס שטאַמען פון די מקומות פון וואַנעט דער ליטעראַרישער אַרויסרייד וואַקסט, איז פאַראַן אויך דער מאָטיוו פון לאָקאַלן פּאַטריאָטיזם. ביי זיי דעקט זיך עס „צופעליק” מיטן אונטערשטיצן דעם סטאַנדאַרדן אַרויסרייד.

דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד האָט מען אָנגענומען אין אָן אַ שיעור יידישע שולן איבער דער וועלט, שולן וואָס האָבן מיט זיך פאָרגעשטעלט פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע ריכטונגען וואָס זיינען צווישנאַנאַנד כרחוק מזרח ממערב. מיט דורות סטודענטן האָט מען געלערנט אַז דאָס איז דער „ריכטיקער יידיש”, אַז די אַנדערע אַרויסריידן זיינען „דיאַלעקטן”, ווי דאָס וואָרט ווערט פאַרשטאַנען, אַ ביסעלע מיט ביטול, ביים עולם. ניט אין איין לאַנד האָבן זיך יידישע לערער געמוזט אָפּטרייסלען פון זייער היימישן יידיש, אַריבערגיין אויפן ליטעראַרישן אַרויסרייד. צי דאָס איז געווען אַ יושר, איז אַ באַזונדערע פראַגע, אַ פאַקט איז עס אָבער. מיר געדענקען דעם ניו⸗יאָרקער יידישן לערער, יאַנקל בלאַנק ז״ל (געבאָרן מעזריטש, פּוילן, 1910, געשטאָרבן ניו⸗יאָרק, 1988). ער איז געווען אַ לאַנגיאָריקער לערער אין דער אַמאָליקער פאַראייניקטער מיטלשול אין בענק סטריט, ניו⸗יאָרק, און אַ דירעקטאָר פון „קעמפּ בויבעריק” אין משך פון צוואַנציקער. אַ דיאַלעקטאָלאָג וואָלט קוים געגלייבט, אַז ער און זיין ברודער, דער ניט⸗לערער, זיינען — ברידער פון איין שטאָט.

מ׳קען ניט לייקענען אַז דער ליטעראַרישער אַרויסרייד ↰ 49 איז אַ גוואַלדיקער אויפטו פון דער נייער יידישער קולטור. אויפגעקומען איז עס, איינגעשטעלט איז עס געוואָרן, אַלץ אָנעם כח פון מלוכות וואָס בייטן מיט דעקרעטן, אָן דער קראַפט פון רעגירונגס⸗שולן: אַ מין וואונדער פון מאָדערנעם יידיש. מער ווי אַ ביסל דערמאָנט עס אין וואונדער פון געשריבענעם יידיש סוף אַכצנטן יאָרהונדערט: דער אויפקום פון אַ פאַרהעלטענישמעסיק איינגעסדרטער ליטעראַרישער שפּראַך, וואָס אין אַ גרויסער מאָס איז עס געווען אַ טיש מיט אַ פאַרטעך גרייט אויף די קלאַסיקער (זע ד.⸗ב. קערלער 1990).

וויל מען זיך איבערצייגן וואָסער „אמתער לינגוויסטישער יש” ס׳איז אונדזער ליטעראַרישער אַרויסרייד דאַרף מען נאָר ציילן די יידישע פּאָעטן וואָס האָבן געגראַמט ניט לויט זייער דיאַלעקט, נאָר דווקא לויטן ליטעראַרישן אַרויסרייד (זע א. וויינרייך 1955: 98; 1959).

דער ליטעראַרישער אַרויסרייד

דער ליטעראַרישער אַרויסרייד באַשטייט פונעם ליטווישן אַרויסרייד מיט איין „וויכטיקסטן” יוצא מן הכלל: וואָוו יוד רעדט מען כסדר אַרויס ווי ɔj בשעת ווען אין די מערסטע ליטוויש⸗יידישע וואַריאַנטן, ווערט וואָוו יוד אַמאָפטסטן אַרויסגערעדט מיט ej, אַשטייגער ליטוויש bejm ’בוים’ grejs ’גרויס’ lejf ’לויף’; דער אָפנטראַפיקער חולם אין סעמיטישן חלק ווערט אין מערסטע ליטווישע וואַריאַנטן קאָנסעקווענט אַרויסגערעדט ej, אַשטייגער xéjdəš ’חודש’, ↰ 50 méjrə ’מורא’ šléjmə ’שלמה’. אין ליטעראַרישן יידיש הערט מען אין די אַלע ווערטער נאָר ɔj (צונויפגעגאָסן מיט יענעם וואָוו יוד וואו דער ליטוואַק זאָגט ɔj אָדער uj און דער פּוילישער ייד ɔ̄,‏ ō אָדער ōu, אַשטייגער אין בויך, מויד, שויב). אַזוי אַרום זיינען אין דער ליטעראַרישער שפּראַך פאַראַן אַזעלכע האָמאָנימען ווי טויב ’הערט ניט’ און טויב ’אַזאַ מין פויגל’, לויז ’ניט שטייף’ און לויז ’אַ מין שרצל’ וואו די דיאַלעקטן ליינען שטרענג מבחין: ביים ליטוואַק tejb,‏ lejz כנגד tɔjb,‏ lɔjz, ביים פּוילישן יידן tɔjp,‏ lɔjs כנגד tōup,‏ lōus, ביים אוקראַינישן יידן tɔjb,‏ lɔjz כנגד tub,‏ luz (אַמאָל; היינט איז אָט די אויסשפּראַך גאָר זעלטן).

פאַראַן אָבער דערצו נאָך אַ גאַנצע ריי פּרטים וואָס טיילן אויס דעם ליטעראַרישן יידיש פונעם ליטווישן: ניטאָ אינעם ליטעראַרישן אַרויסרייד קיין פּלאָנטערניש ביי די סיבילאַנטן ס—ש, ז—זש, צ—טש, ניטאָ קיין יאָטיזאַציע אויף פונאַנדערצוטיילן צוויי נאָכאַנאַנדיקע וואָקאַלן (ווי אַשטייגער אין tvújə ’תבואה’) און ניטאָ נאָך אַ ריי פאָנעטישע אייגנאַרטיקייטן, וואָס מ׳טרעפט אין פאַרשידענע נוסחאות פונעם ליטווישן יידיש. וועגן די צוגאָבן צום הויפּט פאָרמל („ליטוויש מינוס דעם ej אויף וואָוו יוד”) איז שוין אָפטמאָל געגאַנגען די רייד (זע למשל א. וויינרייך 1951: 29; י. מאַרק 1951: 25-13; 1978: 31-15; ה.⸗ד. קאַץ 1987א: 40-25).

עס זיינען פאַראַן אַ פּאָר ווערטער אינעם ליטעראַרישן אַרויסרייד וואָס ווערן ניט אַרויסגערעדט לויטן אויסלייג, נאָר טאַקע ווי ביי ליטוואַקעס, צוליב דעם וואָס זייער שרייבונג שטימט ניט אויסגעהאַלטענערהייט מיט וועלכן ניט איז דיאַלעקט, זיי זיינען היסטאָרישע שרייבונגען: די פּרעפּאָזיציע אויף: af און ניט ɔjf (אויפן דאַך afn dax); ↰ 51 דער קאָנווערב uf און ניט ɔjf (אויפבויען úvbɔjən); דער פּראָנאָם אים: ɛm און ניט im (לעבן אים lɛ́bm ɛm); דער קאָנווערב אַרויפ⸗: arúf און ניט arɔjf (אַרויפגיין arúvgejn); די פּרעפּאָזיציע ביי: ba און ניט baj (ביי זיי ba zej); דער אַדווערב קוים: kam און ניט kɔjm (קוים באַוויזן) די פּרעפּאָזיציע קיין: kın און ניט kejn,‏ kajn (קיין אַמעריקע kınamɛ́rikə); דער קאָנדיציאָנעלער כיי וואָלט אָדער נעכיי וואָלט: nə)xá vɔlt) און ניט nə)xáj vɔlt).

ביי די אַלע פאַלן דאַרף אָבער געזאָגט ווערן, אַז אין אַזויפל יידישע שולן, צווישן זיי די בעסטע סיי אין מזרח אייראָפּע פאַר דער מלחמה, סיי אין אַ סך אימיגראַציע לענדער, האָט מען גראַדע געלערנט די „אָרטאָגראַפישע אַרויסריידן”, אַפּשיטא אַז ס׳קען זיי שוין ניט האַלטן פאַר „טעותן”. אַ גרויסע צאָל יידישע שרייבער און קולטורעלע פירער האָבן אָנגענומען די אַרויסריידן און האַלטן זיי פאַר די פּאַסיקע פאַר דער ליטעראַרישער שפּראַך. מער פון אַלע אַנדערע פאָרמען האָט זיך איינגעפונדעוועט im (פגל. אַשטייגער דעם סאָוועטישן אויסלייג פון די אָפטסטע ווערטער אין דער סעריע: אַפ, אופ⸗, אַרופ⸗, באַ, אָבער: אים).

אַ סוביעקטיווע באַמערקונג: ווען אַ געבאָרענער יידיש ריידנדיקער מענטש נוצט די אָרטאָגראַפישע פאָרמען, הערט זיך ניט קיין „טעות”. ווען איינער רעדט אָבער אַן אויסגעלערנטן יידיש, גרילצן זיי אין די אויערן. ניט קיין יושר, נאָר אַזוי איז עס. איז בעסער: af,‏ uf,‏ arúf,‏ ɛm א.א.וו. אָדער, אויב מ׳האַלט זיך בכלל ביי אַ דרומדיקן אַרויסרייד: ōuf,‏ ōuf‏ \ if,‏ arṓuf‏ \ aríf,‏ ejm, א.א.וו.


פאַראַן אַ ריי אַנדערע פּרטים וואו דער ליטעראַרישער ↰ 52 אַרויסרייד גייט זיך פונאַנדער מיטן אויסלייג. צווישן זיי, אָט וועלכע: עין ווערט אַרויסגערעדט ej און ניט ɛ — פאַר ⸗נג און ⸗נק: ברענגען bréjŋgŋ, בענקען béjŋkŋ; פאַרן סופיקס ⸗יש: אַרכעאיש arxéjiš, העברעאיש hɛbréjiš; אינעם וואָרט קיניג kéjnig. דער דימינוטיוו פּלוראַל סופיקס ⸗עך ווערט אָפט אַרויסגערעדט ax: שטעטלעך štɛ́tlax; דער צווייטער דימינוטיוו פּלוראַל סופיקס ⸗עלעך ווערט אָפט אַרויסגערעדט štɛ́talax :alax. אין גערעדטן יידיש ווערט אויפגעהיט (אין פאַרשידענע מאָסן) די רעגרעסיווע אַסימילאַציע פון שטימיקייט: אויפוועקן úvvɛkn; געזאָגט gızɔ́kt; שוויצבאָר švídzbɔd; שרייבסט šrajpst. דער נון, וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ טראַף, אַסימילירט זיך צום פריערדיקן לאַביאַל: ווייזן vájzn אָבער בלייבן blájbm.

צום אורשפּרונג פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד

דער פּשוטער „גרונט⸗פאָרמל” פון ליטעראַרישן אַרויסרייד, ליטווישע וואָקאַלן אַחוץ יענעם ej וואו די דרומדיקע דיאַלעקטן האָבן אין די זעלביקע ווערטער ɔj, איז אין פּרינציפּ הונדערטער יאָרן אַלט. מיר רעכענען, אַז אַ שטודיע פון אַ גרויסן סכום כתב⸗ידן וועט דערווייזן, ווי איינגעשורשט עס איז דער באַגריף (לאו דווקא די דורכפירונג!) פון אַ סטאַנדאַרדן יידישן אַרויסרייד ביי מזרח⸗אייראָפּעאישע יידן. די ראיות אין אַמאָליקע כתבים, געשריבענע צי געדרוקטע, זיינען די אַזוי אָנגערופענע ↰ 53 „היפּערקאָרעקציעס”, דאָרט וואו דער ליטוואַק שרייבט וואָוו יוד וואו מ׳דאַרף היסטאָריש גערעדט צוויי יודן (שוין אויף ’שיין’), און דאָרט וואו דער פּוילישער אָדער אוקראַינישער ייד שרייבט למשל וואָוו, דאָרטן וואו מ׳דאַרף היסטאָריש גערעדט יוד (גלוק אויף ’גליק’). אַזעלכע שרייבונגען ווייזן אויף אַז ביי די אַלע דיאַלעקטן איז דאָ אין דער בשותפותדיקער פּסיכאָלאָגיע אַ „ריכטיקער יידיש”, — דאָס איז דעם הדיוטס באַגריף פון אַ סטאַנדאַרדיזירטער שפּראַך. דער הדיוט טראַכט דאָך וועגן „ריכטיק” און „ניט ריכטיק” דאָרטן וואו די סטיליסטיק איז אָביעקטיוו מבחין צווישן „סטאַנדאַרד” און „רעגיאָנאַל”.

די פאָרמולירונג, אַז דער גרונט⸗פאָרמל פון ליטעראַרישן אַרויסרייד איז „ליטוויש מינוס יענעם ej” איז אַ ריכטיקע, קוקנדיק אויף די פאַרשידענע דיאַלעקטן און דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד היינט צו טאָג. ס׳איז אַ פאָרמולירונג וואָס איז אויך בהסכם מיטן גאַנג פון דער אָרטאָגראַפיע פון מאָדערנעם מזרח⸗אייראָפּעאישן יידיש. ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ליטוואַקעס זיינען אויך אין ניינצנטן יאָרהונדערט געווען אַ מיעוט אין דער יידישער מזרח אייראָפּע, האָט מען אין אונדזער ליטעראַרישער שפּראַך סטאַנדאַרדיזירט בוך און ניט ביך, זאָג און ניט זוג, אייזן און ניט אהזן. ווי עס טרעפט אָבער אָפט אין דער געשיכטע פון געדאַנקען (און אויסלייג רעפאָרמען שטעלן מיט זיך פאָר אַ קאַפּיטל אין יענער געשיכטע), קען מען איין יש געבן צו פאַרשטיין אויף פאַרשידענערליי אופנים. קען מען טענהן, אין אונדזער ענין, אַז אין ליטווישן יידיש האָבן זיך גראַדע צופעליק אויפגעהיט די אַמאָליקע איכותן פון די וואָקאַלן מער איידער אַנדערשוואו; האָט זיך אויסגעלאָזט אַז די סטאַנדאַרדע ↰ 55 שרייבונג איז במילא בהסכם דער עיקר מיט ליטוויש. די וואָקאַלישע כמותן, וואו דער פּוילישער יידיש איז אַ סך מער קאָנסערוואַטיוו, זיינען אין דער געשיכטע פון געשריבענעם יידיש ווייניק וואָס אָדער אינגאַנצן ניט איבערגעגעבן געוואָרן. אַ ריי היסטאָרישע צופאַלן האָבן באַווירקט אי די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע, אי דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד.

די אַלע „גרייזן” אין אַמאָליקע כתבים, ד.ה. די פאַלן וואו מ׳האָט זיך אויסגעגליטשט און געשריבן אָדער לויטן דיאַלעקט אָדער היפּערקאָרעקט, דאָס זיינען אַלע יוצא⸗מן⸗הכללן וואָס קומען לערנען אויפן כלל, אַז אין דער פאָלקס⸗פּסיכאָלאָגיע האָט עקזיסטירט דער פאָרמל אויף אַ „סטאַנדאַרדן אַרויסרייד”, דורות פאַר דעם ווי ס׳איז אויפגעקומען די נייע יידישע ליטעראַרישע שפּראַך. אויב אַזוי, איז דער ליטעראַרישער אַרויסרייד ניט קיין אויסטראַכטעניש פון געלערנטע, פון יושבי אוהל וואָס ווילן ווערן איבער דער שפּראַך סאַמעראָדנע באַלעבאַטים. זי איז אויסגעוואַקסן ביים פאָלק.

ס׳דאַרף נאָך קומען די אויספאָרשונג אויף אָפּצומעסטן אויף ווי ווייט דער פאָרמל אויפן ליטעראַרישן אַרויסרייד איז אויפגעקומען צוליב „צופעליקע סיבות” (בתוכם די קאָנסערוואַטיווקייט פון דער איכות פון די וואָקאַלן ביי ליטוואַקעס; די מיטשטימונג פון יענער קאָנסערוואַטיווקייט מיטן געירשנטן אויסלייג פון עלטערן מערב יידיש); און אויף וויפל דער באַגריף „ליטע” האָט טאַקע נעטראָגן אין מרחקים פּרעסטיזש אויף אַזויפל, אַז די גרויסע מערהייט ניט⸗ליטווישע יידן זאָלן די אייגענע אויסשפּראַכן האַלטן פאַר ניט⸗סטאַנדאַרד. די צופאַלן זיינען זיכערע, דעם ↰ 56 סאָציאָלאָגישן צד דאַרף מען ערשט דערווייזן. די פּראָבלעמאַטיק דאַרף שטודירט ווערן אינאיינעם מיט דער געשיכטע פונעם אַשכנזישן אַרויסרייד פון לשון קודש און אַראַמיש, וואו עס איז דאָ אָן אַ שיעור מער סאָציאָלינגוויסטישע עווידענץ, דהיינו בפירושדיקע אַרויסזאָגונגען פון רבנים און מומחים (צום אַשכנזישן אַרויסרייד זע ה.⸗ד. קאַץ 1993ב; צו דער סטאַנדאַרדער אויסשפּראַך אין אַלט יידיש, 1993ג; צום איצטיקן ענין — קאַץ אין דרוק).

אין ניינצנטן יאָרהונדערט דאַרף מען זיך אויך רעכענען מיט דעם מוסטער פון דייטש, לפּחות ביי משכילים און שפּעטער אין די פּאָליטישע באַוועגונגען. די ליטווישע וואָקאַלן זיינען אין די מערסטע פאַלן צופעליק נעענטער צו די סטאַנדאַרדע ניי⸗הויך⸗דייטשישע. אַזוי אַרום באַקומט זיך אַ סעריע גורמים וואָס שטופּן אַלע אין איין ריכטונג: געירשנטע שרייבונגען, מיטשטימונג פון די⸗אָ שרייבונגען מיט ליטוויש, זייער רעלאַטיווע מיטשטימונג מיט דייטש, און אפשר אויך: דער פּרעסטיזש פון ליטע. אַכלל: די כוחות פון דער געשיכטע. דאָס וואָס טייל גורמים זיינען מער „אָנגעלייגט” ווי אַנדערע ביי דעם אָדער ביי יענעם, איז לחלוטין ניט שייך. אַזוי איז געווען און פאַרפאַלן. דאָס הייסט דאָך: געשיכטע.

דערפאָלג פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד

אונדזערע ראשונים אין דער יידישער סטיליסטיק האָבן גענומען דאָס וואָס איז פאַראַן געווען, אויפגעשריבן, ↰ 57 פאָרמולירט, ראַפינירט און אויסגעלייטערט. אונדזערע שולן און קולטור אינסטיטוציעס, און אַ שיין ביסל שרייבער, האָבן די זאַך אַדורכגעפירט. „אַדורכגעפירט” איז דאָ טייטש אַז מ׳האָט גורם געווען, אינספּירירט, געצוואונגען — דאָס דאַרף מען ערשט אויספאָרשן — אַז אַ סך יחידים זאָלן פאַקטיש אָפּלאָזן דעם היימישן דיאַלעקט און באַוואוסטזיניקערהייט אַריבער אויפן ליטעראַרישן.

ביים פּראָקלאַמירן די זאַך איז ניט געווען וואָס צו לייקענען, אַז דער ליטעראַרישער אַרויסרייד איז זייער נאָענט צום ליטווישן יידיש. פאַרקערט, דאָ איז דער יידישיסטישער מאָטיוו אַריין אין קאָן: די ראָמאַנטיק פון ליטעראַרישע שפּראַכן פאָדערט אַז אַ שטאָט צי אַ געגנט זאָל מיט זיך פאָרשטעלן אין פאָלקס⸗באַוואוסטזיין „די היים” פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד, אָפטמאָל די שטאָט וואָס איז במילא אויך די פּאָליטישע, היסטאָרישע און סאָציאַלע קרוינשטאָט, אָדער לפּחות זייער אַ פּרעסטיזשפולע שטאָט.

האָט מען דעם גרייטן פאָרמל בלויז געדאַרפט אידענטיפיצירן מיט דער געגנט וואו מ׳רעדט אַזוי במילא (אין אַ גרעסערער מאָס איידער אַנדערשוואו). דאָ ווי ביים רוב ענינים איז בער באָראָכאָוו, דער גאון און בויער פון דער נייער יידישער פילאָלאָגיע, געווען דער וואָס האָט עס „בפירוש געזאָגט”. ביים פעסטשטעלן די יסודות פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע האָט ער עס אין איין קורצן זאַץ איבערגעגעבן:

פאַרן יסוד נעם איך די אויסשפּראַך פון דעם ווילנער קאַנט.
(באָראָכאָוו 1913א; 18)

נאָך פאַר באָראָכאָוון האָט לודוויג זאַמענהאָף, דער ↰ 58 וועלט באַוואוסטער באַשאַפער פון עספּעראַנטאָ, שרייבנדיק אונטערן פּסעוודאָנים Dr x, באַשריבן דעם פאָרמל פון ליטעראַרישן יידיש:

בכן לייג איך פאָר אַ כלל: צו שרייבן שטענדיק אַזוי, ווי עס רעדן אויס די ליטווישע יידן; דאָרט אָבער, וואו ביי די ליטווישע יידן איז שווער צו אונטעדשיידן [!] צווישן איי און אוי — באַדאַרף מען נעמען אין אַכט דעם פּוילישן דיאַלעקט.
(זאַמענהאָף 1910: 91)

אָט דער אָפענערהייט אַרביטראַרער פאָרשלאַג איז פאַרשטייט זיך מער אָנגעמאָסטן איידער זאַמענהאָפס פריערדיקע, סתם לאָקאַל פּאַטריאָטישע טענה, אַז ליטוויש איז „ריינער און רעגלמעסיקער” (זאַמענהאָף 1909: 54). די פּראָקלאַמאַציע האָט אַ האַפט אין ראַם פון דער היסטאָרישער צוגעפּאַסטקייט פונעם געירשנטן אויסלייג מיטן ליטווישן וואָקאַליזם; אין ראַם פון אַ שוין עקזיסטירנדיקן פּסיכאָלאָגישן סטאַנדאַרד ביים פאָלק.

די ווילנער יידישע אינטעליגענטן, בפרט אין דער תקופה צווישן די ביידע וועלט מלחמות, האָבן מקפּיד געווען אויסצומיידן דעם ליטוויש⸗דיאַלעקטישן ej זייערן, פּלאָנטערנישן ביי סיבילאַנטן און נאָך פּרטים. קוקנדיק שוין אויף צוריק, האָט מאַקס וויינרייך געשריבן אַז „בדיעבד איז אָבער ווילנע געוואָרן די נאָרמע — ניט דער ווילנער קאַנט סתם, ניט דער ווילנער דיאַלעקט סתם, נאָר דאָס ’געלייטערטע יידיש’ פון דער ווילנער יידישער אינטעליגענץ” (מ. וויינרייך 1973א: I,‏ 308; פגל. III,‏ 319). אין דעם ענין איז די סאָוועטיש⸗יידישע סטיליסטיק בדרך כלל געקומען צו דער זעלביקער מסקנא (זע למשל צווייג 1929), אַ שאַרפער ↰ 59 קאָנטראַסט לגבי אַזויפל אַנדערע ענינים, וואו דער גאַנג איז געווען באַשמירן מיט סמאָלע „דאָס אויסלאַנד פון די וויינרייכס” (סלוצקי 1935: 73). אַפּריאָרי וואָלט דאָס געקענט ווערן אַ סלע המחלוקת, בפרט נאָך אַז שטיין איז דער ייוואָ געשטאַנען אין — ווילנע. גאָר אינטערעסאַנט איז זאַרעצקיס אַרטיקל „וועגן יידישער אָרטאָעפּיע” (זאַרעצקי 1929). ס׳איז אַן עסיי פול מיט אינערלעכע סתירות, אָבער ניט קיין פּאָליטיש⸗מאָטיווירטע, ווי ס׳טרעפט זיך אַזוי אָפט אין דער סאָוועטישער יידישער לינגוויסטיק פאַר דער מלחמה, גאָר וואָדען: עכטע סתירות. אָט איז בקיצור, זאַרעצקיס געדאַנקען⸗גאַנג: אַ ליטעראַרישער אַרויסרייד דאַרף דאָך געבויט זיין אויפן דיאַלעקט פון דער מערהייט. ביי אונדז איז נאָר דאָ אַן אינטערדיאַלעקטישע שריפט, און די וואָס פאָלגן זי, ריידן ליטעראַריש; אָט דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד טאָר מען ניט פּלאָנטערן מיט ליטוויש. אַ צרה אָבער וואָס ער איז פאָרט זייער נאָענט צו ליטוויש. און אויב בכלל אַ סטאַנדאַרדער אַרויסרייד, דאַרף מען עס בויען אויף די וואָס ריידן שוין „ליטעראַריש”, קומט עס אויס במילא נאָענט צו ליטוויש (זע אויך זאַרעצקי 1930: 54, 56, 57). דער באַקאַנטסטער סאָוועטישער פּראָטעסט קעגן דער „ליטווישער העגעמאָניע” איז וואָלאָדאַרסקיס: קינדער „פאַרשטייען ניט, פאַרוואָס עפּעס האָט זיך טביה צערעדט ליטוויש?” (וואָלאָדאַרסקי 1928: 36).

אין דער גאָר אינטערעסאַנטער עסיי שפּילט זיך זאַרעצקי מיט פאַרשידענערליי איינפאַלן איבערצוקאָנסטרואירן די זאַך, בתוכם: „איבערמאַכן די שריפט גופא אַזוי, זי זאָל זיין צוגעפּאַסט מער צו דער מערהייט יידיש ריידער (צ.ב. שרייבן קים מיט מיר, שרייבן טאָג [דרום יידיש ↰ 60 tug] און וואָך [דרום יידיש vɔx] מיט פאַרשיידענע וואָקאַלן א.א.וו)”. ער איז אָבער די אייגענע המצאה באַלד אויף אַן אָרט מבטל: „אָבער דאָס וואָלט געווען אַזאַ קאָלאָסאַלע הוצאה פון געזעלשאַפטלעכער ענערגיע, אַז ס׳איז ניט רעאַל צו רעדן וועגן דעם [...]”.

אַ צוקונפטיקע שטודיע דאַרף אונטערזוכן צי אויך אין דער תורה וועלט, בפרט אין די גרויסע „ליטווישע” ישיבות איבער דער וועלט, סטאַרעט מען זיך צו ריידן ליטוויש אָבער פאָרט אויסצומיידן „יענעם ej”, בפרט ביי געוויסע הייליקע ווערטער (אַשטייגער תורה). צריך עיון. וועגן דעם אַרויסרייד ביי ליובאַוויטשער קינדער אין אַמעריקע אין די זעכציקער יאָרן האָט געשריבן יאָכנאָוויץ (1968).

ניט קיין קלייניקייט, וואָס ביי אונדזער פאָלק פון ששים רבוא שבטים איז פאַראַן איין נטיה ביים פעסטשטעלן דעם „ליטעראַרישן אַרויסרייד”. דער סך⸗הכל: אונדזער סטאַנדאַרדער אַרויסרייד איז געגרונטפעסטיקט געוואָרן ווי אַ פּועל יוצא פון פיר היסטאָרישע טעמים. ראשית, די נטיה ביים פאָלק גופא אין גאַנג פון דור⸗דורות, וואָס איז כולל אַ וועלט מיט היסטאָרישע איינפלוס⸗כוחות (מיטשטימונג מיט דער געירשנטער שרייבונג, פּרעסטיזש פון דער יידישער ליטע, מיטשטימונג מיט דייטש); צווייטנס, די באַשטעטיקונג פון דער נטיה דורך אונדזערע גרויסע פילאָלאָגן, וועמען ווילנע איז געוואָרן אַ קרוינשטאָט פון אַ שפּראַך, וואָס קיין מלוכה האָט זי ניט; דריטנס, דורך דעם בפירושדיקן באַנוץ פון דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד אין שולן, אין ליטעראַרישע, קולטורעלע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס; און לעצטנס: די מחיהדיקע אויסגעהאַלטנקייט פון ליטעראַרישן אַרויסרייד מיט אונדזער אָרטאָגראַפיע, וואָס ↰ 61 גיט יידיש די מעלה פון דעם וואָס דער עולם רופט אָן „אַ פאָנעטישע שרייבונג” — וואָס איז מי יודע ווי וויכטיק ביי דעמאָגראַפיש שוואַכערע שפּראַכן, וואָס מוזן אויסזען וואָסאַמאָל מער אַטראַקטיוו („גרינג”), אויף צוצוציען תלמידים.

דער צד שכנגד: די דרומיסטן

אין דער נייער יידישער פילאָלאָגיע זיינען אויך פאַראַן אַ ריי חשובע קעגנער פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד, קעגנער וואָס האָבן — אָביעקטיוו גערעדט, ריכטיק — געזען אין יענעם אַרויסרייד ניט מער ווי אַ וואַריאַנט פון ליטווישן יידיש מיט קליינטשיקע פּשרות. זיי האָבן אויך — אָביעקטיוו גערעדט, ריכטיק — אָנגעוויזן אַז די גרויסע מערהייט יידיש ריידנדיקע יידן זיינען אַלעמאָל געווען די ניט⸗ליטווישע. זיי האָבן געטענהט, אַז דער יידישער אויסלייג איז בעצם „אוטראַקוויסטיש”, ד.ה. אַז די זעלביקע וואָקאַלישע סימנים לייענט יעדער ייד אויף זיין שטייגער, אַזוי אַז דער קמץ⸗אלף איז ניט קיין ɔ, קיין u אויכעט ניט, נאָר וואָס: ביידע. זאָל דער פּוילישער ייד, זאָל דער וואָלינער ייד לייענען zúgn און דער ליטוואַק zɔ́gn . ביי איינעם איז עס kúməc, ביי יענעם kɔ́məc, און אַראָפּ פון מאַרק (זע למשל שפּילריין 1926: 16; גינינגער 1949: 211-208; בירנבוים 1953: 115-113). אָט די אינטערדיאַלעקטישקייט האָט מיזעס אויסגענוצט אין זיינע טענות אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ קעגן די דעמאָלטיקע פּראָיעקטן אויף אַריבערצוגיין אויפן לאַטיינישן ↰ 62 אַלפאַבעט (מיזעס 1908: 191).

אַחוץ דעם אַלעמען האָט זיך אין יידישן טעאַטער אַנטוויקלט אַ סטאַנדאַרדער אַרויסרייד וואָס איז געבויט אויף די דרומדיקע דיאַלעקטן (ד.ה. צענטראַל⸗מזרח יידיש, פּאָפּולער „פּויליש” און דרום⸗מזרח יידיש, פּאָפּולער „אוקראַיניש” אָדער „וואָלינער יידיש”). נח פּרילוצקי האָט געהאַלטן, אַז אַזוי ווי ביי די דייטשן, וועט דער יידישער טעאַטער אַריינפירן „אַן אַלגעמיינעם מוסטער אויסשפּראַך” (פּרילוצקי 1930: 158). כך לא הוה, די טעאַטראַלע אויסשפּראַך איז געבליבן — אין טעאַטער. די פּאָפּולערע השגה אַז דער טעאַטער אַרויסרייד איז דווקא „אוקראַיניש” אָדער „וואָלינער יידיש” איז ריכטיק אויף ווי ווייט ס׳ווערן אין אים אויפגעהיט יענע פאָנעטישע אייגנשאַפטן וואָס דער עולם באַטראַכט פאַרן „יסוד” פונעם „קאָמפּראָמיס דיאַלעקט”: „ליטוויש ej” אין גיין, שטיין אָבער „פּויליש u” אין זאָגן, שלאָגן, „פּויליש i” אין מוזן, קומען א.א.וו. דער לינגוויסטישער אמת איז, ווי תמיד, אַ סך מער קאָמפּליצירט. די פּויליש⸗יידישע יסודות זיינען פּונקט אַזוי שטאַרק, מערניט דאָס זעט זיך ניט אָן היינט צוליב דעם וואָס אַ סך שטריכן פון אוקראַינישן יידיש זיינען היינט אַזוי זעלטן אַז מ׳האָט אין זיי פאַרגעסן, ווי אַשטייגער דאָס ריידן „אויפן חיריק” (líbn אויף לעבן), דאָס אַרויסריידן u אין הויז, מויז און אַפילו די כ וואָקאַלן פון „טאָטע⸗מאָמע לשון”. אָטאָ די אַלע שטריכן זיינען דאָך אין טעאַטער דיאַלעקט ניט אַריין. ביזן היינטיקן טאָג איז די בעסטע באַשרייבונג פון אונדזער טעאַטער דיאַלעקט נח פּרילוצקיס „די יידישע בינע שפּראַך” (פּרילוצקי 1927). ניט געקוקט אויף די טיילווייז נאָרמאַטיווע כוונות פון זיין עסיי, האָט פּרילוצקי דערלאַנגט אַ גלענצנדיקן ↰ 63 לינגוויסטישן אַנאַליז פונעם טעאַטער דיאַלעקט און פון די אַלע פּרטים אין וועלכע ער גייט זיך פונאַנדער מיט דעם אָדער יענעם וואַריאַנט פון דרום⸗מזרח יידיש.

אַנטקעגן פּרילוצקיס פּאָזיציע לטובת דעם טעאַטער דיאַלעקט איז דאָ אוריאל וויינרייכס אָפּלייקענען זיין עצם עקזיסטענץ:

איך בין חושד, אַז זי איז אויף קיין שום רעאַלער אויסשפּראַך ניט געבויט, אי זי איז אַ צופעליקער קאָנגלאָמעראַט פון די הברות פון עטלעכע פּראָמינענטע אַקטיאָרן, אַז זי האָט ניט קיין שום לינגוויסטיש מאָטיווירטע כללים און קיין שאַרפע מאָסן פון קאָרעקטקייט. אַדרבא, זאָל אַ חסיד פון דער בינע אויסשפּראַך אָפּפרעגן די חשדים.
(א. וויינרייך 1951: 29)

אין דער זעלביקער דיסקוסיע (אוריאל וויינרייכס דעבאַטע מיט חיים גינינגערן און שלמה בירנבוימען), האָט וויינרייך באַוויזן אַז דער געשריבענער יידיש איז ניט אַזוי „אינטערדיאַלעקטיש” ווי ס׳האַלטן די „דרומיסטן”. אויסער דעם ליטווישן ej אויף וואָוו יוד איז דאָ ביי די באַטאָנטע וואָקאַלן אַ פּערפעקטע מיטשטימונג צווישן קלאַנג און אות אין די ניט⸗סעמיטישע טיילן פון יידיש, וואָס לערער פון אַנדערע לשונות קענען מערניט חלומען פון אַזאַ אויסגעהאַלטנקייט (א. וויינרייך 1951). דעם געבאָרענעם יידיש ריידנדיקן פון אַנדערע דיאַלעקטן איז דער יידישער אויסלייג טאַקע גוט און פיין פאַר אַלע דיאַלעקטן. דעם אָנהייבער איז עס אָבער פאָלג מיך אַ גאַנג, מחמת די „אוטראַקוויסטישקייט” איז חל נאָר ביי טייל ווערטער, דאָס הייסט, אַז זי — עקזיסטירט ניט. דער סטודענט וואָס ↰ 64 קומט צו יידיש פון דער פרעמד און וויל ריידן אַשטייגער פּויליש יידיש, קען פון דער שרייבונג ניט וויסן, אַז קמץ⸗אלף איז ɔ אין גאָט, u אין טראָגן און ū אין פאָרן; אַז וואָוו איז i אין זון (’שמש’),ī אין זון (’א זון מיט אַ טאָכטער’), ūə (אין ליטעראַטור); אַז עין איז ɛ אין בעטן (וואו מ׳שלאָפט), ej אין בעטן (אַ טובה). און אַזוי ווייטער. דעם חילוק צווישן דער מיטשטימונג פון אונדזער אָרטאָגראַפיע מיט ליטוויש, און איר אומשטימונג מיט אַשטייגער אַ דרום⸗מזרחדיקן דיאַלעקט, האָט אוריאל וויינרייך אויפגעוויזן גראַפיש (א. וויינרייך 1951: 28); זע אויך בירנבוימס ענטפער (בירנבוים 1953). מ׳קען זייער דעבאַטע היינט אָפּמעסטן אָט אַזוי אָ: קינדער און סתם סטודענטן זיינען סוף כל סוף יאָ פעאיק צו לערנען שפּראַכן, וואָס זייער אויסלייג איז ניט צוגעפּאַסט צום אַרויסרייד (אַשטייגער ענגליש). אין פאַל פון יידיש קומט נאָך צו דער פאַקט אַז די מערהייט רעדט אויף איינעם פון די דרומדיקע דיאַלעקטן. קעגן דעם אַלעמען שטייט דער דעמאָגראַפישער מעמד פון יידיש אַלס „שוואַכע שפּראַך” וואָס דאַרף זיך פאַרלאָזן אויף אַטראַקטיווקייט פאַרן סטודענט, און די מיטשטימונג צווישן אות און קלאַנג וואָס ביים ליטעראַרישן אַרויסרייד איז — „זייער אַטראַקטיוו”.

וואו האַלט מען איצטער?

סוף צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז פאַראַן אַ יוצא⸗מן⸗הכלל וואָס איז עלול דעם „כלל” אַרויסצושטופּן: דאָס לשון ביי דער גרויסער מערהייט חסידים, וואָס ביי זיי ↰ 65 לעבט היינט יידיש מער ווי אומעטום, וואָס ביי זיי ווערט יידיש נאַטירלעכערהייט איבערגעגעבן פון דור צו דור. דאָרטן איז די נטיה לחלוטין ניטאָ. אמת, די מעכטיקע ליובאַוויטשער ריידן ליטוויש יידיש, אָבער ביי זיי רעדט מען מיט קינדער אין דער היים יידיש ווייניקער איידער ביי די חסידים וואָס שטאַמען פון די דרומדיקע געביטן פון מזרח אייראָפּע; אַ סברא אַז ליטוויש יידיש האַלט זיך אַמשטאַרקסטן ווי אַ מוטערשפּראַך ביי יענע ירושלימער חסידים, בתוכם די בראַצלעווער, וואָס היטן אויף די הברה פון „אַלטן ישוב”. איבער דער וועלט הערט מען אָבער ביים רוב חסידישע קינדער אַ דיאַלעקטיש ריינעם פּויליש⸗יידישן אַרויסרייד. קוקנדיק דעמאָגראַפיש זעט עס אויס, אַז דער נייער סטאַנדאַרדער יידישער אַרויסרייד וועט זיין געבויט אויפן פּוילישן יידיש, גענוי ווי עס האָט געמאָלט שלמה בירנבוים. צי מ׳וועט עס דעמאָלט קענען אָנרופן „ליטעראַרישער אַרויסרייד” וועט זיך פאַרשטייט זיך ווענדן אָנעם דעמאָלטיקן סאָציאַלן, קולטורעלן און ליטעראַרישן מעמד פונעם יידיש ביי חסידים איבער דער וועלט (צי „אַקטיווע” חסידים צי אַזעלכע וואָס וועלן אַריין אין נייע סביבות). מיר אַליין זיינען זיכער, אַז סוף כל סוף וועט אויפקומען אין יענע קרייזן אַ נייע און מעכטיקע יידישע ליטעראַטור אין איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. וועגן די⸗אָ נביאות וועט דאַרפן משפּטן דער לייענער פון הונדערט יאָר אַרום, וואָס וועט אונדזער בוך אפשר געפינען ערגעצוואו אין אַ ביבליאָטעק...

און אין ניט⸗חסידישע קרייזן, אין די קרייזל פון אוניווערסיטעטן און קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס? מ׳ווייס קלאָר פון דער שפּראַך וויסנשאַפט, אַז דער גאַנג אָנצורופן ↰ 66 די ניט⸗ליטווישע אַרויסריידן „ניט ריכטיק” איז אַריין אין כלל פון דברים בטלין ומבוטלין. יעדער נאַטירלעכער דיאַלעקט פון יידיש איז פּונקט אַזוי ריכטיק און פּונקט אַזוי שיין ווי יעדער אַנדער דיאַלעקט. זאָל מען אַפילו אָפּהיטן דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד אויף גאַנצענע הונדערט פּראָצענט, בלייבט אָפּגעפרעגט די אַמאָליקע שיטה אין אונדזערע שולן, וואָס האָט אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט דעם אַרויסרייד פון די דרומדיקע דיאַלעקטן. די לינגוויסטיק גיט צו וויסן, אַז עס זיינען ניטאָ קיין בעסערע און ערגערע דיאַלעקטן. די סאָציאָלינגוויסטיק ווייזט אויף, אַז אַ סטאַנדאַרדער אַרויסרייד קען עקזיסטירן ביז הונדערט צוואַנציק און מער, בשכנות און בשותפות מיט די דיאַלעקטן, וואָס זיינען טאַקע „ניט⸗סטאַנדאַרד”, אָבער בשום אופן ניט חלילה „סוב⸗סטאַנדאַרד”. שפּילריינס סך⸗הכל איז געבליבן פריש עד היום:

די ריכטיקע באַציאונג פונעם לערער צו די דיאַלעקטישע באַזונדערהייטן: ניט שטרעבן אויסצואוואָרצלען דעם אונטערשייד צווישן זיין אויסשפּראַך און דער אויסשפּראַך פון די קינדער, נאָר שטרעבן וואָס מער צונויפבינדן די קינדער מיט דער ליטעראַרישער שפּראַך.

(שפּילריין 1926: 17)

צו דעם אַלעמען קומט צו נאָך אַ מאָמענט, וואָס קומט שטאַרקן די טענות פון די וואָס האַלטן ווייניקער פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד: ערשט איצטער, סוף צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, נעמט ווערן רעכט שיטער דער דור געבאָרענע יידיש ריידנדיקע יידן, וואָס האָבן זייער לשון קינדווייז אויסגעלערנט אין מזרח אייראָפּע פאַרן חורבן. הייסן ↰ 67 הייסט דאָס, אַז אונדזערע אַלע מזרח⸗אייראָפּעאישע דיאַלעקטן זיינען אוצרות וואָס קענען פאַרשוואונדן ווערן אויב מ׳וועט די ניט אויפהיטן מיט ליבע און מיט עקשנות.

ווער ס׳וויל נוצן נאָר און בלויז דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד, איז אויך גוט. ס׳איז אין גאַנג פונעם לעצטן יאָרהונדערט געוואָרן ניט נאָר אַ לעגיטימער אַרויסרייד, נאָר אַן אַרויסרייד וואָס ציט צו צו זיך גרויס דרך ארץ; ס׳איז דער אַרויסרייד פון געלערנטער שרייבער, לערער, קולטור טוער, שול סיסטעמען. בשעת דיאַלעקטישע אַרויסריידן זיינען מסוגל צו זיין קולטורעל דערהויבן אין די אויגן פון דער יידיש ריידנדיקער געזעלשאַפט, איז דער ליטעראַרישער אַרויסרייד דווקא קולטורעל.

עס זיינען אויך אָנגענומען — וואו מער וואו ווייניקער — מישונגען צווישן דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד מיט אַ וועלכן ניט איז דיאַלעקט. „חצי חצי” מישונגען טרעפן זיך זעלטן, און בדרך כלל לאָזט זיך ריידן וועגן אַ דיאַלעקטיש באַפאַרבטן ליטעראַרישן אַרויסרייד, און אַ ליטעראַריש באַפאַרבטן דיאַלעקטישן אַרויסרייד.

פאַראַן אָבער צוויי „אומנאַטירלעכע גענג” וואָס גרילצן אין אויער. ערשטנס: דאָס פּרובירן ריידן אויף אַ ריינעם דיאַלעקט ווען ס׳איז ניט נאַטירלעך, ווען דער אמת איז, אַז מ׳איז צוגעוואוינט צום ליטעראַרישן. אין „פאָלקלאָר” פון דער אָקספאָרדער יידיש פּראָגראַם, ווערן אָפט דערמאָנט צוויי אַמאָליקע געסט פון אַמעריקע, ביידע איבערגעטריבענע דיאַלעקטן⸗פּאַטריאָטן. איינער האָט זיך אויף אַזויפל געסטאַרעט ריידן ליטוויש, אַז ער האָט „אַריינגעהאַקט” דעם ej דאָרטן וואו ביי עכטע ליטוואַקעס איז דער דין גראַדע ɔj. האָט מען ביי אים אין זיין „ליטווישן עקסטאַז” געקענט הערן ↰ 68 bejx אויף ’בויך’, hejz אויף ’הויז’. אַ צווייטער, פאַרקערט, האָט אין זיין „פּוילישן עקסטאַז” געזאָגט gut רחמנא לצלן אויף ’גאָט’. נאָכמער, ער האָט די חכמה אַריבערגעפירט לאָנדאָן אויף וואָס איז אין זיין מויל געוואָרן ניט אַנדערש: lúndn. דער יוצא מדברינו: טויזנט מאָל בעסער אַ געמיש פון נאַטירלעכן דיאַלעקט מיטן ליטעראַרישן אַרויסרייד איידער אַ ניט⸗געלונגענער פּוריסטישער דיאַלעקטן⸗פּאַטריאָטיזם.

צווייטנס: דער יידישער אויער (פאָרמעל גערעדט: „די יידישע אָרטאָעפּיע”) וואָס טאָלערירט יאָ מישונגען פון דיאַלעקט און ליטעראַרישן אַרויסרייד, טאָלערירט בשום אופן ניט קיין מישונגען צווישן דיאַלעקט און דיאַלעקט. אַז מ׳מישט דעם ליטווישן bejm ’בוים’ מיטן פּוילישן zī́xn ’זוכן’, גרילצט עס. ניט ווייל ס׳איז אָביעקטיוו ניט שיין חלילה, נאָר צוליב דער אומנאַטירלעכקייט פון דער רעזולטירנדיקער סטרוקטור פון די קלאַנגיקע עלעמענטן. אין דער ליטעראַטור קריטיק איז דער ענין אויפגעשוואומען אין דער פּרשה גראַמען. די יידישע פּאָעטיק, נאָכגייענדיק דעם חוש פון די וואָס ריידן די שפּראַך, האָט בקול אחד פאַרדאַמט יענע פּאָעטן וואָס גראַמען אין איין ליד „אַמאָל פּויליש” און „אַמאָל ליטוויש”, אַבי אַ גראַם (זע די ביבליאָגראַפיע ביי א. וויינרייך 1959: 436, הערה 43; פגל. איצט גאָלדבערג 1986).

טאָ לאָמיר אויפהיטן סיי דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד, וואָס איז אַזאַ גרויסער אויפטו פון דער נייער יידישער קולטור, סיי די אַלע דיאַלעקטישע אַרויסריידן וואָס זיינען אַזאַ גרויסער אויפטו פון דער טויזנטיאָריקער געשיכטע פון יידיש.

↤ 71


אָרטאָגראַפיע
גאונות פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע

סעמיטישע אַלפאַבעטן פאַרמאָגן, היסטאָריש גערעדט, נאָר און בלויז קאָנסאָנאַנטן. דעם וואָס רעדט נאַטירלעך אַ סעמיטיש לשון, מאַכט עס איבעריקס ניט אויס. ער שטויסט זיך שוין אָן די וואָקאַלן, דער עיקר צוליב דער סטרוקטור פון די סעמיטישע שפּראַכן, וואו די שרשים באַשטייען פון דריי קאָנסאָנאַנטן און די וואָקאַלן בויען די מאָרפאָלאָגיע — די בייגונגען אויף פּערזאָן, צאָל, צייט א.א.וו. דער „קלאַסישער סעמיט”, וויבאַלד ער קוקט אָן אָטאָ די דריי קאָנסאָנאַנטן, זעט ער גלייך אויף אַן אָרט דעם שורש; די וואָקאַלן ווייס ער אַליין ווייל ער רעדט דאָך די שפּראַך פון דער היים. ביי אַ גאַנצער ריי סעמיטישע שפּראַכן, בפרט ביי אַזעלכע וואָס זיינען אויסגעשטאָרבן אַלס טאָגטעגלעכע גערעדטע לשונות און וואָס האָבן ווייטער געלעבט ווי ליטעראַרישע שפּראַכן, שפּראַכן אויף לערנען און תפילה טאָן, האָט מען צוגעקלערט סיסטעמען פּינטעלעך (דיאַקריטישע צייכנס) אויף אָנצואווייזן די וואָקאַלן, דעמאָלט ווען מ׳האָט זיך שוין ניט „אָנגעשטויסן” מבטן ולידה. מיט העכער טויזנט יאָר צוריק זיינען אויפגעקומען ביי יידן אין מיטעלן מזרח פאַרשידענע סיסטעמען ניקוד וואָס איינע פון זיי, די סיסטעם פון טבריה, וואָס שטאַמט פון די חכמי טבריה און ↰ 72 בפרט פון דער משפּחה בן אשר, איז געוואָרן ביי יידן דער סטאַנדאַרדער ניקוד פון לשון קודש און אַראַמיש.

סיסטעמען פּינטעלעך זיינען פיין און גוט אויף צו לערנען מיט קינדער לייענען, און צום אַלגעמיינעם באַנוץ ביי אַזעלכע הייליקע לשון⸗קודשדיקע ספרים ווי דער תנ״ך און דער סידור. אַז ס׳גייט אָבער די רייד וועגן אַ לעבעדיקער גערעדטער שפּראַך, זיינען פּינטעלעך פאַרקערט אַן אָנשיקעניש, סיי פּראַקטיש סיי פּסיכאָלאָגיש. זיי שטערן דעם ריטעם פון שרייבן צוליבן כסדר צוריקגיין און פּינטלען. די אויגן הייבן אָן פּינטלען ביים לייענען.

נאָך אין ארץ ישראל און אין בבל האָט מען אויסגעזוכט אַ פּרינציפּיעלע תרופה דערויף. מ׳האָט גענומען אותיות אויף אַמאָליקע קאָנסאָנאַנטן, וואָס האָבן אין גאַנג פון דער געשיכטע אָנגעוואָרן זייער קאָנסאָנאַנטישקייט און זיי אויסגענוצט אויף: וואָקאַלן. אָטאָ דער פּראָצעס, ביי לשון קודש און אַראַמיש, האָט געפירט צום כתיב מלא (’די פולע שרייבונג’): דאָס נוצן וואָוו אויף די הינטערשטע וואָקאַלן מלאפּום, שורוק און חולם; דאָס נוצן יוד אויף די פאָדערשטע וואָקאַלן חיריק און צירה. ווי אַ סיסטעם שרייבן איז יידיש אַזוי אַרום ניט געבאָרן געוואָרן מיט טויזנט יאָר צוריק, נאָר מיט טויזנטער יאָרן צוריק אין אַ פּראָצעס, וואָס האָט זיך פּשוט ווייטערגעפירט פון לשון קודש ביז אַראַמיש ביז יידיש, פּונקט ווי די דריי לשונות גופא פורעמען אויס, צוריקקוקנדיק, אַ ניט⸗איבערגעריסענע קייט שפּראַכן ביי יידן (זע בירנבוים 1953: 119-115; ה.⸗ד. קאַץ 1991א: 37-36, 86-85).

אַ קאָנסאָנאַנטישער סעמיטישער אַלפאַבעט איז הדרגהווייז און אויף אַ וואונדערלעכן אופן צוגעפּאַסט ↰ 73 געוואָרן צו אַן אייראָפּעאישער שפּראַך — יידישן — וואו די וואָקאַלן זיינען אומבאַדינגט נייטיק. דער סוף⸗פּונקט פון דער אַנטוויקלונג איז דער גראַנדיעזער סטרוקטורעלער אויפטו: אַ יידישע אָרטאָגראַפיע וואָס איז אויסערגעוויינלעך פאָנעטיש (לגבי דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד), וואָס איז גענוג אינטערדיאַלעקטיש, פּסיכאָלאָגיש גערעדט, אויף ניט סותר צו זיין די וואָס ריידן אויף פאַרשידענע דיאַלעקטן, און — דאָס אַלץ דערגרייכט אָן דער אָנשיקענישן פון „פרייע פּינטעלעך”, אַזעלכע וואָס דאַרפן צוגעשטעלט ווערן דאָ און דאָרטן (קמץ⸗אלף און פּתח⸗אלף זיינען סטרוקטורעל גערעדט באַזונדערע אותיות; די שייכותדיקע קלאַנגען ווערן תמיד איבערגעגעבן מיט די⸗אָ אותיות).

שוין אין אַלט יידיש איז דאָ, אַחוץ וואָוו (אויף הינטערשטע וואָקאַלן און דיפטאָנגען) און יוד (אויף די פאָדערשטע) — די המצאות צוויי יודן אויף ej און aj דיפטאָנגען (וואָס דערפאַר איז אויך געווען אַ פריערדיקע טראַדיציע); עין אויף e וואָקאַלן; אלף אויף a און o וואָקאַלן (זע אַשטייגער שטיף 1928; טים 1987). ערשט אין ניינצנטן יאָרהונדערט ווערט די יידישע סיסטעם כמעט אינגאַנצן פאָנעטיש דורך דער דיפערענצירונג פון פּתח⸗אלף ביז קמץ⸗אלף, פון קמץ⸗אלף בין וואָוו יוד, פון עין ביז יוד, פון איין יוד ביז צוויי. אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט קומט אויף דער לעצטער אות, דער פּתח צוויי יודן, וואָס איז נייטיק אויף אַ שלמותדיקער פאָנעטישקייט, בפרט ביים אויסלערנען זיך די שפּראַך. אַזוי אַרום ווערן אַלע אָדער כמעט אַלע וואָקאַלן פונעם ליטעראַרישן אַרויסרייד רעפּרעזענטירט אשה כאחותה, איין סימן פאַר איין קלאַנג, דאָס וואָס הייסט ביים עולם אַ „פאָנעטישער אַלפאַבעט”.

↤ 74

שרייבן איז אָבער ניט נאָר אַן ענין פון פאָנעטישקייט, ס׳איז אויך אַן ענין פון באַקוועמלעכקייט, פון קלאָרקייט, פון איינגענאַמקייט — סוביעקטיווע מאָסן וואָס זיינען געקניפּט מיט דער טראַדיציע, מיט שרייב⸗רגילותן וואָס ווערן איבערגעגעבן אין גאַנג פון דור⸗דורות. אין משך פון גאַנצע טויזנט יאָר איז אויף יידיש דאָ דער שטומער אלף וואָס מיט אים הייבט מען אָן ווערטער און טראַפן אויף וואָוו, וואָוו יוד, יוד, צוויי יודן: און, אויף, אין, איין, אייזן, ווייטערפירנדיק אַ שרייב⸗רגילות וואָס איז אַלט טויזנטער יאָרן, וואָס איר מקור איז צום זוכן אין די צייטן ווען דער אלף איז נאָך געווען אַ קאָנסאָנאַנט (דער ʔ). די „באַקוועמלעכקייט” פונעם שטומען אלף אין און, אויף וכדומה, איז אויב אַזוי ניט קיין „לאָגישע”, זי וואַקסט פון דער אוראַלטער טראַדיציע מ׳זאָל ניט זען אָנהייב וואָרט קיין וואָקאַלישן וואָוו, אָדער יוד. אָטאָ די רגילות וואַקסט ווידער פון דער אַלט⸗סעמיטישער סטרוקטור פון טראַפן, לויט וועלכער יעדער טראַף מוז זיך אָנהייבן מיט אַ קאָנסאָנאַנט.

אַחוץ דעם איז דאָ אין יידיש אַ טויזנטיאָריקע געשיכטע פונעם מחיצה⸗אלף, וואָס זיין הויפּט אַרבעט איז פונאַנדערצוטיילן צוויי וואָוון (אויפן קאָנסאָנאַנט v) פון איין וואָוו (אויף אַ וואָקאַל), דאָרטן וואו ס׳קומט צו אַ צונויפשטויס: וואו, וואונדער, וואוינען א.א.וו. אין ניינצנטן און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז דער מחיצה⸗אלף געקומען אויך סיסטעמאַטיש אויסצומיידן דריי נאָכאַנאַנדיקע יודן (שנייאיק), און פונאַנדערצוטיילן צוויי באַזונדערע וואָקאַלן וואָס געהערן צוויי טראַפן, ס׳זאָל זיי ניט לייענען על פּי טעות ווי אַן איינאיינציקן דיפטאָנג (פעאיק, ס׳זאָל ניט לייענען פעיק = fejk).

↤ 76

דורך דעם אַלעמען איז אַ כמעט ריין קאָנסאָנאַנטישער אַלפאַבעט פון אַ סעמיטישער שפּראַך מגולגל געוואָרן אין אַן אַלפאַבעט, וואָס שפּיגלט אָפּ אַן אייראָפּעאישע שפּראַך, מיט אַלע אירע נייטיקע וואָקאַלישע סימבאָלן, נוצנדיק נאָר און בלויז די עקזיסטירנדיקע אותיות גופא, אָן אַריינפירן פּינטעלעך. פאַר דער אַלמענטשלעכער געשיכטע פון דער שריפט איז עס אַ יוצא⸗דופנדיקער פאַל וואָס מען וועט ערשט שטודירן בתורת עווידענץ פאַר דער אינערלעכער דינאַמיק פון סיסטעמען שרייבן.

דער וועג צו דער נייער אָרטאָגראַפיע

די געשיכטע פון יידישן אויסלייג קען מען אָנשרייבן אין דיקע בענד. פון שטאַנדפּונקט פון דער היינטיקער פּראָבלעמאַטיק, איז כדאַי מאַכן אַ דורכפאָר בקיצור, אויף צו באַנעמען געוויסע עיקרים אין שייכות מיט די רעפאָרמען אין ניינצנטן און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

„דער אַלט⸗יידישער אויסלייג” איז דער פּאָפּולערער, כוללדיקער נאָמען פאַר דער יידישער אָרטאָגראַפיע פון אירע סאַמע אָנהייבן און ביזן אָנהייב ניינצנטן יאָרהונדערט. ווער ס׳שטודירט טעקסטן פון אַזויפל יאָרהונדערטער געפינט אַ וועלט מיט וואַריאַציע לויט דער צייט, לויטן אָרט, און לויטן שרייבער. דאָ וועט קלעקן צו דערמאָנען אַ פּאָר גרונט⸗שטריכן: דער באַנוץ פון שין סיי אויפן היסטאָרישן s סיי אויפן š (וואש סיי אויף ’וואָס’ סיי אויף ’וואַש’); דאָס אָפט ניט באַצייכענען אָרטאָגראַפיש דעם ↰ 78 באַטאָנטן a (זך אויף ’זאַך’) און ס׳רוב ניט⸗באַטאָנטע וואָקאַלן (גזאגט אויף ’געזאָגט’); דאָס נוצן יוד אויפן אומבאַטאָנטן פאַרטונקלטן וואָקאַל (גרושי אויף ’גרויסע’); דאָס נוצן אלף אויף a און o וואָקאַלן (דאך אויף ’דאָך’ און ’דאַך’).

דאָרט וואו מ׳האָט אָנהייב און מיטן ניינצנטן יאָרהונדערט אַרויסגעוואָרפן די אַלטע „משקיט” אותיות, האָט מען בדרך כלל אַריינגעפירט מרובע מיט פולן ניקוד, אַזוי ווי ביים לשון קודש פון חומש און סידור (און אָפטמאָל איז טאַקע געגאַנגען אין „עברי טייטש” אויסגאַבעס פון די⸗אָ ספרים, אַמאָפטסטן מיט לשון קודש אויבן און די יידישע איבערזעצונג אונטן). אין אַ סך טעקסטן נעמען זיך באַווייזן באַזונדערע סמך און שין און אַ קאָנסעקווענטער באַנוץ פון יוד אויף אומבאַטאָנטע וואָקאַלן.

דער נייער מזרח⸗אייראָפּעאישער אויסלייג האָט קאָנקורירט מיטן נייעס דייטשמערישן אויסלייג, וואו מ׳האָט אַריינגעפירט: דעם „שטומען עין” פאַר נון און למד, נאָכמאַכנדיק די דייטשישע ענדונגען ‎-en,‏ ‎-el (זאָגען אָנשטאָט די פריערדיקע זאגן און זאגין; טונקעל אָנשטאָט די פריערדיקע טונקל און טונקיל); דעם „שטומען הא” דאָרטן וואו אויף דייטש זעט זיך h (פאָהרען אויף פארן, פארין); דאָס נוצן עין אויפן אומבאַטאָנטן פאַרטונקלטן וואָקאַל (האַלבע אָנשטאָט די פריערדיקע האלבי, הלבי); און בכלל אַ היפּשע צאָל פאַרשידענע שרייבונגען וואָס מאַכן נאָך דייטשישע שרייבונגען (בעליבט, האָפנונג, צוליעב וכו׳). דאָס איז בעצם דער אויסלייג, וואָס איז איינגעשטעלט געוואָרן אינאיינעם מיטן אויפקום פון דער נייער יידישער ליטעראַטור ביי די קלאַסיקער. מיט דער צייט האָט אָטאָ די ↰ 81 אָרטאָגראַפיע אַרויסגעוואָרפן יוד, יודיש און אָנגענומען איד, אידיש. אַ סברא אַז די קאָנסעקווענטע דיפערענצירונג אָ כנגד אַ — טאַקע מיט קמץ צי פּתח אונטערן אלף, ניט אונטערן פריערדיקן אות, איז אויך אַריין אינאיינעם מיט דער „דייטשמערישער אָרטאָגראַפיע” (כנגד o און a).

בעת סיי דער נוסח מיט ניקוד און סיי דער דייטשמערישער נוסח, סיי ביידע בבת אחת, זיינען געווען ביז גאָר פאַרשפּרייט, זיינען שוין געווען פאַרשידענע פּראָיעקטן אויף צו מאָדערניזירן און סטאַנדאַרדיזירן דעם יידישן אויסלייג. טייל זיינען געבליבן אין די ראַמען פון טשיקאַווע עקספּערימענטן, אַשטייגער די אָרטאָגראַפיע אין ליפשיצעס ריסיש⸗יודישען ווערטר ביך (זשיטאָמיר 1869), וואו עס שרייבט זיך אַשטייגער אָיסגענימען (’אויסגענומען’), דערכֿפֿאַלען (’דורכפאַלן’), וו̈אס (’וואָס’). סאָציאָלאָגיש גערעדט איז אַ וויכטיקער שטויס אויף להבא געווען שלום עליכמס „וועגען זשאַרגאָן אויסלעגען” אין זיין יודישע פאָלקסביבליאָטהעק, אַרויס אין 1888, אין סאַמע תוך פון די יאָרן פון דער דייטשמערישער אָרטאָגראַפיע וואָס האָט פאַרשטייט זיך אויך געוועלטיקט אין דער פאָלקסביבליאָטהעק גופא.

אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט זיינען געווען פּראָיעקטן פון האָכבערג, וויינגער, זאַמענהאָף, זשיטאָמירסקי, יאָפע, פּרילוצקי, קרינסקי און אַנדערע (זע די רשימות ביי באָראָכאָוון, 1912, און ביי רייזענען, 1920: 127-126; פגל. שפּילריין 1926: 15-14). וויינגערס ביכלעך, מאינ אלעףבעיז און מאינ איסלעיגונג (וויינגער 1913א און 1913ב) האָבן קיין דירעקטע השפּעה אויף ווייטער ניט געהאַט, נאָר וואָס, זייער דרייסטקייט האָט אויפגעוויזן אויף וויפל דער ↰ 85 יידישער אויסלייג איז ניט „לאָגיש”. די „חוצפּה” פון וויינגערס פּראָיעקט האָט זיכער געגעבן מוט די מער מעסיקע רעפאָרמירער. די שרייבערישע רעאַקציעס צו ראַדיקאַלע רעפאָרמען זיינען אָפט געווען שאַרפע (זע למשל כ״ץ 1913: 63-62).

אַ בעל השפּעה אויף ווייטער איז דעמאָלט געווען לודוויג זאַמענהאָף, דער באַשאַפער פון עספּעראַנטאָ. אין ליטווינס לעבען און וויסענשאַפט האָט ער פאַרעפנטלעכט אונטערן פּסעוודאָנים Dr X זיין אַרטיקל „וועגן אַ יידישער גראַמאַטיק און רעפאָרם אין דער יידישער שפּראַך” (זאַמענהאָף 1909). דעם אַרטיקל דאַרף מען לייענען „מיט פּסיכאָלאָגיע”. זיין אַרויסגעזאָגטע שטעלונג איז דאָך כידוע לטובת דער צום⸗דורכפאַל⸗פאַרמשפּטער לאַטייניזאַציע. קוקט מען זיך אָבער צו, וואָסער מין לאַטייניזאַציע עס וויל דערגרייכן דער Dr X, און קוקט מען אַריין אין די אויפקלערערישע „דוגמאות” וואָס ער ברענגט מיטן יידישן אלף⸗בית, זעט מען באַלד אויף אַן אָרט אַז ער וויל הונט, ניט הונד; אונדז, ניט אונז; גאָט, ניט גאָטט. אינעם פאַל פון „שטומען עין” האָט ער צווישן אים און דעם „אָרגאַנישן עין” דיפערענצירט, אמת, נאָר אין דער לאַטייניזאַציע, אָנווייזנדיק אויף די קאָנטראַסטן צווישן (נוצנדיק זיין סיסטעם) brikên ’בריקן איבער טייכן’ און briken 'בריקען מיט די פיס׳ (זאַמענהאָף 1909: 53). שוין ניט קיין ווייטער מהלך ביז צו דער דיפערענצירונג אויך מיט די יידישע אותיות.

ווי די זאַך זאָל ניט שטיין, איז זאַמענהאָף נאָר דער אָנזאָגער פון דער נייער אָרטאָגראַפיע, ניט דער פאָרמולירער, ניט דער פּראָקלאַמירער. טייל פון זאַמענהאָפס פאָרשלאַגן געפינט מען אין זייער געשטאַלט אין ↰ 86 יידישן אלף⸗בית ביי פּרילוצקין אין זיינע „מאַטעריאַלן פאַר אַ יידישער גראַמאַטיק און אָרטאָגראַפיע” (פּרילוצקי 1909), אויף די שפּאַלטן פון זעלביקן לעבען און וויסענשאַפט, מיט עטלעכע העפטן שפּעטער. און אפשר דאַרף מען אַ ביסל קרעדיט אויך צוטיילן דעם לייענער ט. מ. מילנער, וועמענס בריוו אין רעדאַקציע ווייזט אָן, אַז ער האָט שוין געהאַלטן ווייטער איידער די רעדאַקציע. דעמאָלט איז אָנגעגאַנגען די דעבאַטע וועגן אַרויסוואַרפן דעם פולן ניקוד. טוט מילנער אַ וויש אָפּ מיט די ווערטער: „פולקאָם איבעריק”, און גייט באַלד אַריבער אויף אַ צווייטן ענין:

עס וואָלט שוין אויך צייט געווען איינפירן ניט שרייבן קיין „ע” און „יוד” צום ענדע פון די ווערטער, ווי צ. ב. „שרייבן”, „רעדן”, „לעזן”, „לעבן”, „וויסן”.
(מילנער 1909)

אין זאַמענהאָפס צווייטער אַרבעט אין לעבען און וויסענשאַפט (1910), שטעלט ער שוין די עינס אין האַלבע לבנות — זאַכ(ע)ן,, און מ׳זעט אַז קיין אריכת ימים איז דעם שטומען עין ניט באַשערט אין די קרייזן פון דער יידישער ליטעראַטור. צו דער זעלביקער צייט בערך האָט אין אַמעריקע יודאַ א. יאָפע אויך פאָרגעשלאָגן אַרויסוואַרפן דעם שטומען עין(יאָפע 1909).

אויפקום פון דער נייער אָרטאָגראַפיע

פון שרייען חי וקים ביז אויספירן אַזאַ שווערע הלכה איז אָבער פאָלג מיך אַ גאַנג. דער מהלך איז אָן אַ שיעור ווייטער ↰ 87 דאָרטן וואו ס׳איז ניטאָ די מאַכט פון אַ רעגירונג. צוויי פּרינצן פון דער יידישער פילאָלאָגיע האָבן די זאַך אָבער פאָרט אויסגעפּועלט. צוליב זייער אויטאָריטעט, זייער מעסיקייט, זייער היסטאָרישן איינזען, זייער כח השפּעה, איז זייער אַרבעט ניט געבליבן קיין קול קורא במדבר. דער ציבור יידישע שרייבער און ליטעראַרישע פּובליקאַציעס, יידישע שולן און קולטור אינסטיטוציעס, איז באַלד אַריבער אויף דער נייער אָרטאָגראַפיע וואָס זיי האָבן אויפגעשטעלט.

דאָס זיינען בער באָראָכאָוו און זלמן רייזען. באָראָכאָוו האָט עס אויפגעטאָן מיט זיין באַשיידן אָנגערופענער נאָטיץ „וועגן דער אָרטאָגראַפיע פון פאָריקן אַרטיקל” (באָראָכאָוו 1913א: 22-18). ס׳איז ניט קיין צופאַל וואָס די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע האָט געהאַט אַזאַ אויטאָריטעט. אַרויס מיט איר איז ניט קיין אויסלייג פאַנאַטיקער, ניט קיין אָרטאָגראַפישער בעל חלומות, נאָר דער גאון און בויער פון דער נייער יידישער פילאָלאָגיע, וואָס האָט די עטלעכע זייטלעך צוגעגעבן אַלס נאָכוואָרט צו זיינע „אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע”. פון זיינע בריוו צו ש. ניגערן, געשריבן אין 1912, איז צו זען ווי קלאָר האָט באָראָכאָוו איינגעזען זיין היסטאָרישע אויפגאַבע: שאַפן „דעם קאָמפּראָמיס, וועלכן מ׳מוז מאַכן צווישן דעם ריינעם פאָנעטישן פּרינציפּ און דער טראַדיציאָנעלער שרייבונג” (ביי ניגער 1934: 17).

באָראָכאָווס פּרינציפּן ביים אויסאַרבעטן די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע:

(א) דער וויכטיקסטער פּרינציפּ איז דער פאָנעטישער, ניט דער היסטאָרישער;

↤ 88

(ב) ס׳דאַרפן געמאַכט ווערן אַ ריי פּשרות כדי די נייע אָרטאָגראַפיע זאָל ניט „מאַכן קיין איינדרוק פון אומפאַרשטענדלעכקייט”;

(ג) די שרייבונג בויט זיך אויפן אַרויסרייד אין ווילנער געגנט.

אַ קליינע צאָל המצאות זיינע האָבן זיך ניט אָנגענומען, אַשטייגער ייך אויף ’איך’. דער גרעסטער טייל ווערט אָבער היינט אָנגענומען פאַר נאַטירלעך. צווישן באָראָכאָווס כללים געפינט מען אָט וועלכע:

(א) אַרויסוואַרפן דעם „שטומען עין” פאַר אַ נון וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ טראַף, דעריבער: זאָגן, ניט זאָגען, טראַכטן, ניט טראַכטען; איבערלאָזן דעם עין פאַר מם, נון, נון גימל, נון קוף, און קאָנסאָנאַנט+למד (קומען, וויינען, געגאַנגען, בענקען, שטאַפּלען, ניט — קומן, וויינן, געגאַנגן, בענקן, שטאַפּלן). באָראָכאָווס כלל איז געבליבן, ניט געקוקט אויף דעם וואָס היינט ווייס מען, אַז אין מערסטע יידישע דיאַלעקטן פונקציאָנירט דער נון ווי אַ וואָקאַל אין טייל פון די אָנגעגעבענע פאַלן; מ׳קען ביי אַ סך יידן הערן krÚmn̩ אויף ’קרומען’ (זע א. וויינרייך 1991: 1.4314§, ז. 25). וואָס שייך אויסלייג איז אָבער פאַרפאַלן — הלכה כבאָראָכאָוו.

(ב) אַרויסוואַרפן דעם „שטומען עין” פאַרן למד וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ טראַף (ווינקל, ניט ווינקעל; קעפּל ניט קעפּעל).

(ג) פאַרבייטן די שרייבונג פון סופיקס ⸗יג אויף ⸗יק, דעריבער: וויכטיק, ניט וויכטיג. דאָס איז צו זען פון באָראָכאָווס שרייבונג אין די „אויפגאַבן”.

(ד) אַרויסוואַרפן די דייטשמערישע פּרעפיקס⸗שרייבונגען מיט עין און פאַרבייטן זיי מיט די פאָנעטישע, ↰ 89 מיט אלף, דעריבער: אַנט⸗, ניט ענט⸗; באַ⸗, ניט בע⸗; פאַר⸗, ניט פער⸗ (אַנטוויקלען ,באַשרייבן, פאַרזאָרגן, ניט ענטוויקלען ,בעשרייבען, פערזאָרגען).

(ה) אַרויסוואַרפן די טאָפּלטע אותיות (ער אַרבעט, ניט אַרבייטט, אַרבייטעט).

(ו) רעפּרעזענטירן בכתב די אַפריקאַטן dz,‏ ts‏ tš, (האַלדז, ניט האַלז; פענצטער, ניט פענסטער; מענטש, ניט מענש).

(ז) רעפּרעזענטירן בכתב דעם סוואַראַבהאַקטי וואָקאַל, (אָרעם ניט אָרם; וואַרעם, ניט ,וואַרם).

(ה) דעם נייטראַליזירטן ɛ\‏ ej פאַר נון גימל און נון קוף שרייבן מיט עין, ניט מיט צוויי יודן (בענקען, ברענגען, ניט ביינקען, בריינגען).

(ט) שרייבן צוויי יודן, ניט אלף יוד, דאָרטן וואו אין ניט⸗ליטווישן יידיש הערט זיך ji (ייד, ניט איד; יינגל, ניט אינגל).

אַזוי אַרום האָט בער באָראָכאָוו רעפאָרמירט דעם יידישן אויסלייג, איינגעפירט „די נייע אָרטאָגראַפיע” אין לעבן, ניט אין טעאָריע. ניט אין איין טאָג און ניט אין איין יאָר. באַלד נאָכדעם ווי ס׳איז אין ווילנע אַרויס ניגערס פּנקס איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט מלחמה. קיין ווייטערדיקע בענד זיינען ניט אַרויס. נאָך בעת דער מלחמה זיינען די רעפאָרמען טיילווייז דורכגעפירט געוואָרן אין ווילנער לעצטע נייעס, פון 1916, און נאָכמער אין קיעווער די נייע צייט. אַ קורצן, פאַרטיפטן אַנאַליז צו דער דיפערענציעלער נטיה צו רעפאָרם אין פאַרשידענע לענדער ברענגט זלמן רייזען (1920; 129-128). באָראָכאָווס רעפאָרמען זעען זיך אָן קלאָר אין די ביאַליסטאָקער כללים וועגן אויסלייג וואָס זיינען ↰ 90 דערשינען אין 1918 (= קולטור ליגע 1918).

באַלד נאָכן סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה איז אַרויס אַ ווערק פון נאָך אַ גרויסן יידישן פילאָלאָג. ריידן רעדט זיך וועגן זלמן רייזענס יידישע גראַמאַטיק, אַרויס אין 1920. נאָך זיין היסטאָרישן סך⸗הכל האָט רייזען דערלאַנגט דעם עולם אַ פולן קאָמפּלעט פּרטימדיקע כללים. דערצו האָט ער די סיסטעם באַשריבן בפירוש און סיסטעמאַטיש, בשעת באָראָכאָוו האָט אָנגעגעבן בלויז די וויכטיקסטע כללים און אילוסטרירט די רעפאָרמען אין די אויפגאַבן גופא. נאָך זיינע „פּרינציפּן פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע” (זז. 138-129) דערלאַנגט רייזען, בפּרטי פּרטים, די „כללים פאַר אַ פּראָוויזאָרישער יידישער אָרטאָגראַפיע” (זז. 162-138).

קוקנדיק אויף צוריק, האַרט ביים סוף פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, איז צום באַוואונדערן ווי אַזוי אינספּירירט עס איז, און וויפל קלוגשאַפט איז פאַראַן, אין זלמן רייזענס אָרטאָגראַפיע. זי שטעלט מיט זיך פאָר ניט נאָר רעפאָרם, נאָר אויך מעסיקייט, ניט נאָר באַנייאונג נאָר אויך המשך, און — ברמיזא, אַ חוש פאַר דעם, וואָס קען זיך אָננעמען, וואָס וועט זיך אָננעמען. ס׳איז ניט קיין גוזמא אָנצואווייזן, אַז בער באָראָכאָווס רעפאָרמען, אויסגעאַרבעט און אויסגעלייטערט דורך זלמן רייזענען, זיינען, אינאיינעם גענומען: די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע.

וויל מען זען וואָס הייסט קלוגשאַפט און זיין אַ רואה את הנולד, דאַרף מען נאָר אַ קוק טאָן אויף צו באַנעמען, אַז צום סוף פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט שטייען באָראָכאָווס פּרינציפּן פון 1913 מיט רייזענס תיקונים און צוגאָבן פון 1920 ווי דער סאַמע „אָרטאָגראַפישער צענטער” פון יידיש ↰ 91 איבער דער וועלט: מער „ראַדיקאַל” איידער דער אויסלייג ביי חסידים, מער „קאָנסערוואַטיוו” איידער דער (געוועזענער) סאָוועטישער אויסלייג און דער ייוואָ אויסלייג. אַן עכטער שביל הזהב.

כידוע האָט מען די נייע אָרטאָגראַפיע פאַקטיש אָנגענומען אויפן שול צוזאַמענפאָר אין פּוילן אין 1920. צו וועמענס קרעדיט דאַרף מען דאָס צושרייבן האָט מען שוין געוואוסט:

לאָמיך דאָ אויסזאָגן דעם סוד, אַז זלמן רייזען איז דער פאַקטישער באַשעפער פון דער אָרטאָגראַפישער רעפאָרם וואָס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אויפן צווייטן שול צוזאַמענפאָר אין פּוילן און וואָס האָט געהאַט אַזאַ גרויסן איינפלוס אויף דער גאַנצער ווייטערדיקער אַנטוויקלונג פון אונדזער אויסלייג.
(מ. וויינרייך 1930: 35)

ישראל רובין האָט עס אָט אַזוי אָ אויסגעדריקט אין די ליטעראַרישע בלעטער:

[...] רייזען דער רעוואָלוציאָנער פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע, דער, וואָס האָט אַמאָל אַ זאָג געטאָן: „יהי אור” — אַן אָרדענונג אין דער פאַרוואָרלאָזטער אָרטאָגראַפיע זאָל ווערן, — און האָט די אָרדענונג אין אַ גרויסער מאָס דורכגעזעצט.

(רובין 1929: 621)

↤ 93


ראַדיקאַלע עקספּערימענטן אין די צוואַנציקער און דרייסיקער יאָרן

זעען מיר אַז אין 1920 האָט זלמן רייזען אויפגעשטעלט די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע.

בשעת מעשה האָבן די מאָדערניסטישע יידישע פּאָעטן אין ניו⸗יאָרק גענומען שרייבן די ווערטער פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט לויט דער פאָנעטישער סיסטעם (אַוואַדע, מיסטאַמע, שאַבעס). דאָס האָבן זיי געגעבן צו פאַרשטיין מיט די באַוואוסטע ווערטער וואָס געפינען זיך אינעם אינזיכיסטישן אני⸗מאמין:

עס קומט אַ צייט, ווען אַ זון מוז זיך אינגאַנצן אָפּטיילן פון זיין טאַטן און בויען זיין אייגן געצעלט. [...] מיר וועלן שרייבן אַלע יידישע ווערטער גלייך, אָן אונטערשייד פון וואָס פאַראַ יחוס אַ וואָרט קומט אַרויס.
(גלאַטשטיין, לעיעלעס און מינקאָוו 1920: 22-21)

אגב, פון אַבסטראַקטן סטרוקטורעלן שטאַנדפּונקט איז דער אויסלייג פון די ניו⸗יאָרקער פּאָעטן דער איינציקער אין דער געשיכטע פון געשריבענעם יידיש, וואו דער אויסלייג איז געוואָרן סיי פאָנעטיש פאַר אַלע קאָמפּאָנענטן, סיי ניט⸗אָנגעלאָדן מיט נקודות, פּינטעלעך און דיאַקריטישע צייכנס למיניהם.

בערך צו דער זעלביקער צייט, האָבן די סאָוועטישע יידישע לינגוויסטן גענומען גיין אויף אַ סך אַ מער ראַדיקאַלן וועג, וואָס האָט געפירט אין גאַנג פון אַ קיילעכדיקן ↰ 94 יאָרצענדליק צום אַרויסוואַרפן ניט נאָר די היסטאָרישע אָרטאָגראַפיע פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט (און במילא די אותיות בֿית, חית, כּף, שׂין שׂמאל, תּוו און תֿוו) נאָר אויך: די שלאָס⸗אותיות — לאַנגער כף, שלאָסן⸗מם, לאַנגער נון, לאַנגער פא און לאַנגער צדיק; און — דעם מחיצה⸗אלף (וואָס פאַרמיידט דריי אָדער פיר נאָכאַנאַנדיקע וואָוון, דריי נאָכאַנאַנדיקע יודן, און צייכנט אָפּ באַזונדערע טראַפן אינמיטן וואָרט דאָרטן וואו ס׳קען פאַלש לייענען). דער סאָוועטישער אויסלייג האָט אויך באַזייטיקט טאָפּלטע קאָנסאָנאַנטן וואָס מ׳האָט אַנדערשוואו אויפגעהיט פון מאָרפאָלאָגיע וועגן, אַזוי אַרום: אַריינעמען ניט אַרייננעמען; מ׳ האָט אויך פאָנעטיזירט דעם אויסלייג פון אויף, אויפ⸗', ביי אויף אַף, אופ⸗, באַ; און נאָך אַ ריי פּרטים.

דאָס אַרויסוואַרפן דעם מחיצה⸗אלף איז פּרינציפּיעל אַנדערש איידער די אַנדערע סאָוועטישע רעפאָרמען. ערשטנס: די אַנדערע רעפאָרמען, און בפרט דאָס פאָנעטיזירן די סעמיטיזמען, האָבן געהאַט אַ קלאָרן אידעאָלאָגישן אינהאַלט (אַנטי⸗רעליגיעז, אַנטי⸗העברעאיש, אַנטי⸗טראַדיציאָנעל), כאָטש ביי די סוף⸗אותיות איז געווען אויך אַן איינגערעדטער פּראַקטישער מאָטיוו (זע זאַרעצקי 1923א: 26-25). צווייטנס: די אַנדערע רעפאָרמען האָבן ניט געהאַט קיין שום אָרטאָגראַפיש⸗סטרוקטורעלע קאָנסעקווענצן וואָס זאָלן צוטראָגן נייע צרות וואָס פאָדערן נייע תרופות. אָט די רעפאָרם, דאָס באַזייטיקן דעם מחיצה⸗אלף, האָט אַריינגעפירט — פּלאָנטער, און דעם פּלאָנטער האָט מען געדאַרפט נעמען: פאַרריכטן. אויף צו מאַכן ווידער קלאָר — און דאָס איז איינע פון די גרויסע איראָניעס אין דער געשיכטע פון יידישן אויסלייג — האָט מען גאָר ↰ 95 איבערגעפירט פון לשון קודש: נקודות! פון וואו איז געוואָרן וווּ, פון העברעאישהעברעיִש, פון פריאיקפריִיִק.

איז ווי אַזוי זשע איז אַריינגעפאַלן אין דער גאַנצער פּרשה דער סאַמע פּראַקטישער און צוועקמעסיקער — און ניט⸗אידעאָלאָגישער — מחיצה⸗אלף? דעם איינציקן ענטפער, וואָס מיר האָבן דערוויילע געפונען אין דער סאָוועטיש⸗יידישער פילאָלאָגישער ליטעראַטור פון די פריע צוואַנציקער יאָרן, איז שיינגאָלדס:

דער שטומער אלף, אויסער דעם, וואָס ער פאַרשוועריקט דעם אויסלערנען זיך, קאָסט ער אונדז צו טייער. די ווערטער וואו ער קומט פאָר זיינען די סאַמע פאַרשפּרייטסטע אין דער שפּראַך און דעריבער וואָלט געווען אַ גרויסע עקאָנאָמיע ביים דרוקן, ווען מען זאָל דעם שטומען אלף ניט געברויכן.

ּּ

(שיינגאָלד 1923: 46)

שיינגאָלד האָט געוואָלט אויך אַרויסוואַרפן דעם שטומען אלף אָנהייב וואָרט און שרייבן יכ אויף ’איך’, ימ אויף ’אים’ א.א.וו. די אָקטאָבער רעוואָלוציע איז אַזוי ווייט ניט דערגאַנגען, און מ׳האָט ניט איינגעשפּאָרט גענוג געלט. אפשר דערפאַר איז די עקאָנאָמיע פון סאָוועטן⸗פאַרבאַנד שוין דעמאָלט פאַרמשפּט געווען אויף אונטערגאַנג... אַ סברא אויך, אַז די פּינטעלעך אין וּ און יִ האָבן געהאַט פאַר טייל געלערנטע אַ ראָמאַנטישע שייכות מיט אייראָפּעאישע שפּראַכן וואָס האָבן „דיאַקריטישע צייכנס”. די גאַנצע פראַגע וועט ברענגען זעלטן אינטערעסאַנטע רעזולטאַטן, אַז אַ פאָרשער פון קולטור געשיכטע וועט זיך אָן פּניות נעמען צו די פּסיכאָלאָגישע און סאָציאָלאָגישע יסודות פון ↰ 96 יענע סאָוועטישע רעפאָרמען, וואָס לאָזן זיך ניט דערקלערן מיטן שכל הישר.

די אַלע פּרטים פון סאָוועטישן יידישן אויסלייג, וואָס זיינען ניט געווען אין זלמן רייזענס גראַמאַטיק פון 1920, האָבן אָנגענומען אַן אידעאָלאָגישן אינהאַלט. אָט וואָס ס׳שטייט אין דער הקדמה צו דער קאָדיפיצירטער סאָוועטיש⸗יידישער אָרטאָגראַפיע פון 1932 (מיטן אָריגינעלן אויסלייג):

אונדזער אָרטאָגראפיע שיידט זיכ שטארק אונטער פונ דער אויסלענדישער. ס׳איז קיינ וווּנדער ניט: אָרטאָגראפיע איז דאָך ניט בּלויז טעכניק — זי האָט אונטער זיכ אַ געוויסע אידעאָלאָגיע. די ייִדישע קולטורבּויונג גייט מיט פאַרשיידענע וועגנ אינ סאָוועטנפארבאנד אונ אינ אויסלאַנד: דאָ איז זי א סאָציִאליסטישע לויטנ אינהאַלט אונ אַ נאַציִאָנאלע לויט דער פאָרמע; דאָרטנ — א ייִדישיסטיש⸗קליינבּירגערלעכע, וואָס גייט מיט גיכע טריט צו פאשיזמ.

(אינסטיטוט פאַר יידישער פּראָלעטאַרישער קולטור 1932: 3)

צום סאָוועטישן אויסלייג גופא איז דאָ אַ סך מאַטעריאַל. צווישן די וויכטיקסטע דאָקומענטן: וועוויאָרקאַס בוך (1926); דער „אויסלייג נומער” פון קיעווער די יידישע שפּראַך (ננ. 9-8, יאַנואַר⸗אַפּריל 1928); דער קיעווער זאַמלבוך יידישע אָרטאָגראַפיע, אַרויס אין 1928, וואָס באַשטייט בעצם פון פיר אַרבעטן פון זאַרעצקי און צוויי פון וויינגער (= קאָאָפּעראַטיווער פאַרלאַג קולטור⸗ליגע 1928); איינע פון זאַרעצקיס איז אַ ביבליאָגראַפיע צו יידישע אָרטאָגראַפישע דיסקוסיעס פון 1921 און ביז 1928 (זאַרעצקי 1928א); די קאָדיפיצירטע אויסלייג כללים גופא (= צענטראַלער פעלקער⸗פאַרלאַג 1930; אינסטיטוט וכו׳ 1932).

↤ 97

אין די דרייסיקער יאָרן איז די סאָוועטישע השפּעה איבער די יידישיסטישע קרייזן אין דער פּוילישער רעפּובליק געוואָרן וואָסאַמאָל שטאַרקער. אין אַ גרויסער מאָס איז דאָס געווען אַ פּועל יוצא פון דעם, וואָס דער היטלעריזם מיטן אַנטיסעמיטיזם האָבן זיך געשפּירט וואָסאַמאָל מער; פאַרגעדענקען דאַרף מען, אַז ווילנע גופא און די טעריטאָריעס פון דער אַמאָליקער צאַרישער ווילנער גובערניע (וואָס געהערן היינט ליטע און ווייסרוסלאַנד) האָבן געהערט דער פּוילישער רעפּובליק. די פאַרשידענע גלגולים פון די „ייוואָ תקנות” וואָס שיידן זיך אונטער איינער פונעם אַנדערן אין אַ ריי פּרטים, זיינען אַלע אייניק ביסודם, מיט דעם וואָס זיי שטעלן מיט זיך פאָר אַ קאָמפּראָמיס: ראַדיקאַליזירונג פון די ניט⸗סעמיטישע עלעמענטן אַלס פּרייז פאַרן קאָנסערוואַטיזם (וועדליק די באַגריפן פון יענע קרייזן) אין שייכות מיט די סעמיטיזמען גופא. די ראַדיקאַליזירונג פון די ניט⸗סעמיטישע עלעמענטן איז באַשטאַנען אין באַזייטיקן דעם מחיצה⸗אלף און אַריינפירן די פּינטעלעך.

ס׳איז אַ סימן פונעם צייט⸗גייסט, אַז שוין אויף דער בערלינער „פאָרבאַראַטונג” וואָס האָט געפירט צום אויפקום פון דער ייוואָ, האָט מען, ניט געקוקט אויף דער נייער אָרטאָגראַפיע פון באָראָכאָוו און רייזען, איינגעזען פאַר נייטיק ווייטער צו זוכן אַ נאָכמער סטאַנדאַרדיזירטן אויסלייג (ייוואָ 1925: 14). טשיקאַווע צו פאַרגלייכן שטיפס און וויינרייכס פּראָיעקטן אויפן נייעם אינסטיטוט. אין שטיפס „וועגן אַ יידישן אַקאַדעמישן אינסטיטוט” רעדט זין וועגן אַ סעקציע פאַר יידישער פילאָלאָגיע, וואָס זאָל אַרייננעמען אַ פאָנעטישע לאַבאָראַטאָריע, אַ קאַבינעט פאַר פאָלקלאָר, אַ ביבליאָגראַפישן אינסטיטוט, פאָלקלאָריסטישע עקספּעדיציעס↰ 98, אויסגאַבעס פון אַלטע כתב⸗ידן און דרוק⸗זאַכן, אַ ביבליאָגראַפישן זשורנאַל (שטיף 1925: 31-30). אין זיינע „ווילנער טעזיסן”, וואָס זיינען בעצם אַ תשובה שטיפן, נעמט וויינרייך אַריין אַ סך ווייניקער אויפגאַבן ווי שטיף; דערפאַר אָבער פיגורירט ביי אים אַזוי בולט דער פּרינציפּ, אַז

די דאָזיקע אָפּטיילונג וועט אויך האָבן אַ גרויסן באַדייט אַלס נאָרמאַטיווע אינסטיטוציע. דער פּלענום פון אָט דער אָפּטיילונג וועט זיין יענער אויטאָריטעט, וואָס וועט פּסקענען אין ספקדיקע פאַלן וועגן אָרטאָגראַפיע און גראַמאַטיק פון דער ליטעראַרישער שפּראַך, וועט קאָנטראָלירן און אַליין אויסאַרבעטן טערמינאָלאָגיעס, ענטפערן אויף אָנפראַגעס.
(מ. וויינרייך 1925: 37)

שפּעטער, אויף דער קאָנפערענץ פון 1929 האָט זיך גערעדט וועגן „רעגולירן די יידישע אָרטאָגראַפיע”, וועגן אַן אָרטאָגראַפישער קאָנפערענץ, וואָס די „באַשלוסן אירע מוזן זיין אָבליגאַטאָרישע [מיין שפאצירונג — ה.⸗ד. ק.]” (ייוואָ 1930א: 55). די אַרבעט פון דער ייוואָ אַרום דער פראַגע האָט פאַרשטייט זיך געצויגן די אויפמערקזאַמקייט פון דער ליטעראַרישער פּעריאָדיק (זע למשל מייזיל 1930: 807).

היינט איז מען עלול צו פאַרגעסן אונטער וואָס פאַראַ דרוק עס איז געווען דער ייוואָ אָנהייב דרייסיקער יאָרן, נאָכצוגיין די סאָוועטן אין דער פאָנעטיזירונג פון די סעמיטיזמען. די קולטור⸗היסטאָרישע זייט דערפון איז היינט העכסט אינטערעסאַנט און זי האָט די ווערט ס׳זאָל זי נעמען שטודירן אַלס קאַפּיטל גייסטיקע געשיכטע, וואָס האָט זיך ↰ 99 אָפּגעשפּילט אַרום דער שריפט. וועגן דער ראָלע פון דער שריפט אין דער קולטור געשיכטע בכלל איז כדאַי צו דערמאָנען, אַז מתתיהו מיזעסעס ווערק איבער דער טעמע שטעלט מיט זיך פאָר איינעם פון די טיפסטע אַנאַליזן, וואָס איז בכלל פאַראַן (מיזעס 1919).

די פילאָלאָגישע סעקציע פון דער ייוואָ, מיט מאַקס וויינרייכן בראש, האָט גוט פאַרשטאַנען, אַז נאָכגיין דעם סאָוועטישן אויסלייג וואָלט געהייסן, אַז דער אינסטיטוט וואָלט מיט איין שאָס פאַרלאָרן זיין וויסנשאַפטלעכן און סאָציאַלן פּרעסטיזש ביי גרויסע שיכטן אין מזרח אייראָפּע גופא און אַוודאי און אַוודאי מעבר לים.

מאַי 1931 האָט דער ייוואָ צונויפגערופן „די” אָרטאָגראַפישע קאָנפערענץ, וואָס וועט זאָגן דאָס לעצטע וואָרט וועגן אויסלייג. וואָס האָט פּאַסירט ווייס מען (זע מייזיל 1931). אַ גרויסע מערהייט האָט געשטימט פאַרן פאָנעטיזירן די סעמיטיזמען, כהלכת מאָסקווע, כאַרקאָוו און מינסק. וואָס איז געוואָרן? אָט באַשרייבט עס דער עד⸗ראיה יודל מאַרק:

די צווייטע אָפּשטימונג, אַז ס׳איז ניט „צוועקמעסיק” איצט צו ריידן וועגן „נאַטוראַליזירן” האָט געצויגן נאָר 14 שטימען צווישן קרוב צו 60 באַטייליקטע. [...] צום שבח פון מ. וויינרייך זאָל דאָ אַרויסגעהויבן ווערן: ער האָט פאַרשטאַנען אַז אויספאָלגן די באַשלוסן פון יענער איינזייטיקער קאָנפערענץ הייסט געבן אַ טויט⸗קלאַפּ דעם ייוואָ.
(מאַרק 1959ג: 89)

ווי אַזוי האָט דער ייוואָ אַליין געפּרואווט באַשרייבן אָטאָ די מעשה שהיה? ס׳איז ניט לייכט צונויפרופן אַ ↰ 100 קאָנפערענץ, וואָס זאָל האָבן דאָס רעכט איינצופירן תקנות, און לאחר המעשה באַזייטיקן די דעמאָקראַטיש⸗אָפּגעשטימטע רעזאָלוציעס מחמת זיי נעמען ניט אויס. דאָס האָט מען אָבער פאָרט באַוויזן. די „רעזאָלוציעס” פון דער קאָנפערענץ פון 1931 האָט מען נאָך אַלעמען גענומען אָנרופן „רעקאָמענדאַציעס”. אָט ווי ס׳שטייט אין די פּראָטאָקאָלן פון אַלוועלטלעכן צוזאַמענפאָר פון 1935:

די רעקאָמענדאַציעס פון דער קאָנפערענץ זיינען אַריבער ווי מאַטעריאַל צו דער פילאָלאָגישער סעקציע (זע „ידיעות” נ. 34), וועלכע איז ווייטער אָנגעגאַנגען מיט איר אַרבעט אַרום פאַראיינהייטלעכן די יידישע אָרטאָגראַפיע.

(ייוואָ 1936: 81)

נאָכדעם ווי מאַקס וויינרייך האָט איינגעזען, אַז אַן אָרטאָגראַפישע קאָנפערענץ קען נאָר שאַפן אַ קאָפּיע פון סאָוועטישן אויסלייג, האָט ער די זאַך צוגענומען צו דער פילאָלאָגישער סעקציע פון דער ייוואָ גופא. דער רעזולטאַט איז געווען — די אויסלייג תקנות פון יידיש, וואָס זיינען אַרויס אין 1935 ווי אַ בראָשור אין דער סעריע אָרגאַניזאַציע פון רעד יידישער וויסנשאַפט, נומער 14 (ייוואָ 1935 אין אונדזער ביבליאָגראַפיע). דער ייוואָ האָט געשילדערט יענע אויסלייג תקנות פון יידיש בזה הלשון:

נאָך אַן אינטענסיווער דיסקוסיע אין משך פון עטלעכע יאָר האָט די אָרטאָגראַפישע קאָמיסיע דורך אַ רעפערענדום איינגעשטעלט 150 כללים פון יידישן אויסלייג, וואָס זענען דורך אַ באַשלוס פון דער צענטראַלער פאַרוואַלטונג אָנערקענט געוואָרן פאַר אויסלייג תקנות פון ייוואָ, און ↰ 101 אָפּגעדרוקט און פּראָקלאַמירט געוואָרן צום צענטן גרינדונגס⸗טאָג פון אינסטיטוט. איצט דאַרף זיך אָנהייבן דער צווייטער עטאַפּ — דורכצופירן די דאָזיקע 150 כללים פון איינהייטלעכן יידישן אויסלייג אין לעבן.
(ייוואָ 1936: 82-81)

ס׳איז ניט אַוועק קיין פולע צוויי יאָר און דער ייוואָ איז אַרויס מיט אַנדערע תקנות (ייוואָ 1937), וואָס זיינען ווידעראַמאָל אַרויס אין דער סעריע פון אָרגאַניזאַציע פון דער יידישער וויסנששפט (העפט נ. 16), וואו ס׳זיינען אַרויס אויף דער וועלט די יפהפיות אַלע מאָל, אַ מאָל, אַ שטייגער, פון דעסט וועגן, אָנשטאָט די אוניווערסאַלע שרייבונגען אַלעמאָל, אַמאָל, אַשטייגער, פונדעסטוועגן וואָס אינעם נוסח פון 1935. וועגן דעם קאָנסטיטוציאָנעלן יסוד פון די תקנות פון 1937 (אין ראַם פון דער ייוואָ גופא) איז צו דערמאָנען, אַז מ׳האָט ניט געפרעגט קיין עצה ביי דער העלפט פון דער פילאָלאָגישער סעקציע וואָס האָט דעמאָלט געלעבט אין אַמעריקע — אַלכסנדר האַרקאַווי, י. אַ. יאָפע, י. ל. כהן, ש. ניגער (זע מאַרק 1959ג; 90).

גראַדע פון אַן אָנהענגער פון די תקנות, מ. טייכמאַן, אַן אָנטיילנעמער אין דער „באַראַטונג” פון 28טן און 29טן יוני 1936, וואָס האָט געפירט צו די „ענדגילטיקע תקנות” ווערט מען געוואָר ווי אַזוי די תורה האָט זיך אויפסניי אַנטפּלעקט אויפן באַרג סיני. ער גיט איבער אין די וואַרשעווער ליטעראַרישע בלעטער אַז גאַנצע דריי פאָרשטייער פון ייוואָ, צוויי פון צישאָ און אַ פופצן רעפּרעזענטאַנטן פון לערער, אַלע פון דער פּוילישער רעפּובליק, זיינען דאָס געווען די „קאָנפערענץ”. וועגן די פראַגן באַזונדער צי ↰ 102 אינאיינעם ביי אַדווערבן און ביי צונויפהעפטן פון סובסטאַנטיוון איז קיין הסכם ניט געווען, און די פראַגן זיינען „אָפּגעשיקט געוואָרן צוריק צו דער פילסעקציע” (טייכמאַן 1936א: 462). מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט דער זעלביקער מ. טייכמאַן געטענהט, ווידעראַמאָל אין די ליטעראַרישע בלעטער — און ער האָט רעכט — אַז „אָרטאָגראַפיע איז נישט בלויז אַן ענין פאַר פילאָלאָגן — די צורה פון געשריבענעם וואָרט גייט אָן דעם גאַנצן כלל”. ער האָט געגעבן אַן עצה, אַז מ׳דאַרף „גלייך צונויפרופן אין וואַרשע אַ באַראַטונג מיט אַלע געזעלשאַפטן, וואָס שרייבן יידיש [...] און דער גאַנצער פּרעסע [...], און דאָ מוז קומען דער באַשלוס” (טייכמאַן 1936ב: 605). געווען אַ קול קורא במדבר.

ס׳באַקומט זיך לעכערלעך ווען מ׳לייענט ביי די היינטיקע חסידים פון די ייוואָ תקנות, אַז גראָד יענער אונטערנוסח פון דער נייער אָרטאָגראַפיע איז „דער גרעסטער אויפטו” פון דער ייוואָ אין די צווישן⸗מלחמהדיקע יאָרן, צי בכלל דער גרעסטער אויפטו פון מזרח⸗אייראָפּעאישן יידנטום. קיין גרעסערע באַליידיקונג פאַר דער ייוואָ קען ניט געמאָלט זיין. מ׳דאַרף נאָר אַ טראַכט טאָן וועגן די הונדערטער ריכטיקע אייביקע וויסנשאַפטלעכע אויפטוען פון דער ווילנער ייוואָ אויף צו זען וואָס פאַראַ פּנים עס האָט דאָס ציען יחוס פונעם דעמאָלטיקן קאָמפּראָמיס מיטן סאָוועטישן מוסטער. יודל מאַרק האָט געמאַכט אַ ריכטיקן סך⸗הכל:

און איצט [...] וויל מען אָט די המצאות אַרויסשטעלן ווי די העכסטע דערגרייכונג פון חכמה און וויסנשאַפט און מען וויל זיי נאָך באַצירן מיט אַ שיין פון קדושה. עס איז אַן אומרעכט זיך צו שפּילן מיט די געפילן וואָס מיר אַלע האָבן צו דעם ↰ 103 פאַרשניטענעם לעבן אין מזרח אייראָפּע און מיט זיי מטהר זיין עפּעס וואָס איז אומגעראָטן אָדער איז אַ רעזולטאַט פון ווייניק ישוב הדעת.
(מאַרק 1959ג: 91-90)

יודאַ יאָפע האָט וועגן די פאַרשידענע נוסחאות פון די ייוואָ תקנות געמאַכט אָט אַזאַ מין באַמערקונג:

ווייניק מענטשן ווייסן אַז די תקנות פון 1937 — די גילטיקע — זיינען דער דריטער געשטאַלט [...] און אַז מ׳שטודירט דורך אָט די דריי פאַרשיידענע געשטאַלטן קריגט מען אַ צעטומלעניש אין קאָפּ: וואָס איין נוסח דערקלערט כשר און ריכטיק, נעמט דער צווייטער און פּסלט ווי פאַלש און טרייף, און דער דריטער קען ווידער מאַכן אַ השיבנו נאַזאַד.
(יאָפע 1948: 33)

די ייוואָ תקנות זיינען אָבער פאָרט געווען אַ וויכטיקער אויפטו אין די גרענעצן (טעריטאָריעלע, פּסיכאָלאָגישע, פּאָליטישע) פון דער דעמאָלטיקער פּוילישער רעפּובליק. זיי האָבן באַוויזן סטאַנדאַרדיזירן דעם אויסלייג אין די צישאָ שולן (און פאַר קינדער וואָס לערנען אלף⸗בית איז טאַקע וויכטיק, אַשטייגער, אַז שין און שׂין זאָלן זיין קאָנסעקווענט דיפערענצירט). אידעאָלאָגיש האָבן די תקנות אויסגעדריקט אַ רוק אויף לינקס, נעענטער צום ראַדיקאַלן סאָוועטישן אויסלייג, אָבער ווייט ניט אַזוי ראַדיקאַל. אַדאַנק די ייוואָ תקנות זיינען די לינקע קרייזן אין פּוילן געוואָרן אַ מין „מיטלפּונקט” צווישן „ראַדיקאַלן” רוסלאַנד און דער „קאָנסערוואַטיווער” אַמעריקע. אין דער אינעווייניקסטער יידישער פּאָליטיק אין דער פּוילישער רעפּובליק האָט די ראַדיקאַליזירונג פון די ניט⸗סעמיטישע עלעמענטן ↰ 104 „אָפּגעראַטעוועט” דעם היסטאָרישן אויסלייג פון די סעמיטיזמען. אין אַ גרויסער מאָס איז דאָס אַלץ מאַקס וויינרייכס אויפטו. ווי ס׳זאָל ניט האַלטן וועגן יידישן אויסלייג היינט, דאַרף מען די דרייסיקער יאָרן באַטראַכטן אין היסטאָרישן קאָנטעקסט פון — די דרייסיקער יאָרן.

קוקנדיק פון אַ ברייטערער פּערספּעקטיוו (אי פון צייט אי פון געאָגראַפיע) ווערט קלאָר, אַז אַרויסוואַרפן אותיות און אַריינטראָגן פּינטעלעך איז טעאָרעטיש גערעדט אַ היסטאָרישע רעגרעסיע. פּראַקטיש גערעדט איז עס פּראָסט און פּשוט — אַ טעות.

די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע שטעלט מיט זיך פאָר דאָס פּערפעקטיזירן און אויסענדיקן די דור⸗דורותדיקע קייט אָרגאַנישע אַנטוויקלונגען, וואָס האָבן דערפירט צו אַ סיסטעם וואָס האָט אַ פולן גאַנג וואָקאַלן ניט אָנקומענדיק צו קיין פּינטעלעך. דאָס איז אַ פּרעכטיקע דערגרייכונג. ס׳איז פּשוט און לייכט לייענען און שרייבן, מ׳שפּרייזט אַריבער די ד׳ אמות פון שרייבן נקודות אַ גאַנץ לעבן, און מ׳האָט אַן אלף⸗בית וואָס איז מער פּערפעקט אויסגעהאַלטן מיטן ליטעראַרישן אַרויסרייד, איידער ביי די מערסטע לשונות פון דער וועלט, אָן פּינטעלעך (נעמענדיק אין באַטראַכט אַז קמץ⸗אלף און פּתח⸗אלף פונקציאָנירן אויף יידיש ווי באַזונדערע אותיות),

צו איין נוסח פון דער סאָוועטישער אָרטאָגראַפיע, וואָס האָט געהאַט נאָך מער פּינטעלעך איידער די שפּעטער קאָדיפיצירטע סאָוועטישע און ייוואָ סיסטעמען, האָט זאַרעצקי געזאָגט אָט וואָס:

אייניקע נוצן שוין די נייע [סאָוועטישע] אָרטאָגראַפיע אין ↰ 106 שריפט, און זי האָט שוין אַרויסגעוויזן אַ וויכטיקן חסרון (מ׳האָט דאָס אייגנטלעך געקענט פאָראויסזען): זי איז צופיל געפּינטלט און געפּאַסיקט. [...] אַ וואָרט אָן אַ נקודה ווערט אַ זעלטנהייט, און אָפטער האָט יעדער וואָרט מער ווי איין נקודה. [...] די נייע אָרטאָגראַפיע האָט זיך געשטעלט אויפן וועג צו באַפרייען אונדז פון די ענדע⸗אותיות — אָבער אין דער זעלביקער צייט גיט זי אונדז אַ נייעם שלאַק. אונדזער שריפט ווערט אַזוי געפּינטלט, ווי די טאָטערשע. [...] אויב דאָס איז ניט מעגלעך, דאַרף לכל הפּחות צוקומען אין דער אָרטאָגראַפיע אַ פּונקט, אַז אין כתב⸗יד (און ממילא אין שריפט⸗אונטערריכט אויך) זיינען נקודות ניט קיין מוז.

(זאַרעצקי 1928ג: 22-19)

צום ענדגילטיקן ייוואָ אויסלייג האָט מעינקע קאַץ געשריבן מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט שפּעטער, אָנווייזנדיק אויף די בן⸗יקירלעך באַציִונג, פריִער, פּאַרטעיייִש, שניייִק, שרײַיִק אַז

די אויגן קענען פּשוט ניט פאַרטראָגן אַזויפל פאַרחיריקטע ווערטער. די אויגן הייבן אָן פּינטלען פון אַזאַ פּינטל⸗פאַרפלייצונג. [...] זאָלן זיך שפּילן, געזונטערהייט, מיט אַלע פּינטעלעך — קינדערלעך וועלכע הייבן אָן לערנען העברעאיש.

(מ. קאַץ 1979א: 7)

די סאָוועטיש⸗ייוואָ אַריינגעפירטע נקודות ווערן במילא אָפטמאָל אויסגעלאָזן אין צייטונגען, ביכער און בריוו, און ס׳באַקומען זיך די גאָר האַמעטנע און אומקלאָרע שרייבונגען העברעיש, ווו, פּרווונג, פּאַרטיייש, פרייק וכדומה, כאָטש די ייוואָ תקנות גופא זאָגן, שוואַרץ אויף ווייס, אַז:

↤ 107

אויב אַ דרוק פאַרמאַכט ניט קיין וּ און יִ, מוז מען שטעלן אַ „שטומען” א אין די ווייטערדיקע פאַלן: א) פאַרן אות וואָס וואָלט באַדאַרפט זיין געפּינטלט: וואו, וואונדער, ראַאיסע, קאָאימבראַ, רואיק, בלויאינקער, שנייאיק, בלייאיק, פעאיק; ב) נאָכן אות וואָס וואָלט געדאַרפט זיין געפּינטלט: טואונג, דואומוויראַט, באַציאונג, בליאונג; ג) צווישן די אותיות וואָס וואָלטן באַדאַרפט זיין געפּינטלט: וואַריאירן, פריאיק. מע דאַרף אָבער מאַכן אַלע אָנשטרענגונגען, אַז די דרוקן זאָלן זיך פאַרזאָרגן מיט וּ און יִ.
(ייוואָ 1937: 33-32)

די פּראַקטיק האָט אָבער באַוויזן אַז ס׳איז אָפט יאָ מוותר אויף די פּינטעלעך און ס׳בלייבט ווו, ווונדער וכו׳, מיט דריי טשוועקעס וואָס ברענגען גאָר אויפן זינען דעם אַריטמעטישן באַגריף 111. אַ ווייטער מהלך פון שיינעם דור⸗דורותדיקן שריפט⸗בילד: וואו, וואונדער וכו׳.

דאָרטן וואו עס זיינען פאַראַן צוויי נאָכאַנאַנדיקע i וואָקאַלן אין אַ וואָרט, שרייבן זיי זיך לויט דער סאָוועטישער און דער ייוואָ סיסטעם מיט צוויי מאָל חיריק⸗יוד, אַזוי אַרום אַז פון פריאיק ווערט פריִיִק. די צרה איז וואָס אין אַ סך יידישע שולן און ביי אַ סך וואָס שרייבן יידיש איז דער יִיִ דער סימן אויף צירה צוויי יודן (וואָס ווערט געשריבן היינט צוויי יודן סתם). אַחוץ אַריינפירן אומזיסטע פּינטעלעך איז דאָ דער בפירושדיקער „שפּיי⸗אויס” סיי אויף דער טראַדיציע פון די יידישע שולן, סיי צום דור⸗דורותדיקן באַוואוסטזיין, אַז צוויי פּינטעלעך אויסגעשטעלט האָריזאָנטאַל אונטער אַן אות, מאַכן: צירה. היסטאָריש גערעדט, איז אָט דער שפּיי⸗אויס געווען אַ בכיוונדיקער מצד די סאָוועטישע צוקלערער פון דער המצאה. שוין אין די אָפיציעלע סאָוועטישע ↰ 108 „באַשלוסן” האָט מען פּראָמינענט אַרויסגערוקט דעם ביישפּיל פריִיִקער (ליטוואַקאָוו און זאַרעצקי 1929: 57, נ. 3); אין די סאָוועטישע אויסלייג תקנות גופא האָט מען דעם דין געגעבן צו פאַרשטיין מיט נעוויִיִמ (צענטראַלער פעלקער⸗פאַרלאַג 1930: 4; אינסטיטוט וכו׳ 1932: 13). „דער צירה וואָס מאַכט צוויי מאָל חיריק⸗יוד” איז אָבער ניט אוניווערסאַל אַפילו אין תחום פון דער געשיכטע פון סאָוועטישן אויסלייג גופא. אין זאַרעצקיס פּראָיעקט שטייט נעווייִם (1928א: 8); קופּערשמיד (1928: 36) האָט געוואָלט נעוויאים. אין די קרייזן וואו מ׳היט די ייוואָ תקנות איז דער יִיִ אָבער געבליבן „חוק ולא יעבור”. פון סטרוקטוראַליסטישן שטאַנדפּונקט, איז עס נאָכאַמאָל אַ פאַל פון אַ צרה וואָס מ׳האָט אויף זין אָנגעבראַכט דורכן אַרויסוואַרפן דעם שטומען אלף, און געפּרואווט פאַרגלעטן מיט נקודות, לויטן סאָוועטישן און מזרח⸗אייראָפּעאישן „לינקן סטיל” פון די צוואַנציקער און דרייסיקער יאָרן.

דער אויפטו פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע איז ניט געקומען מיט אַ גלייכן פּשוטן וועג, עס זיינען געווען זיגזאַגן. אַז ס׳זאָל זיך ניט רעכענען מיט יחידים בעלי⸗אויסנאַמען, וואָס האָבן געשטעלט ניקוד, ווי אַשטייגער נתן⸗נטע האַנאָווער אין זיין שפה ברורה אין 1660 (זע ה.⸗ד. קאַץ 1990: 185-180), צי אהרן בן שמואל אין זיין ליבליכע תפילה (1709), זיינען פאַראַן צוויי „נקודה תקופות” אין דער געשיכטע פון יידישן אויסלייג. די ערשטע איז געווען אין ניינצנטן יאָרהונדערט, ווען דער אויסלייג האָט זיך געפונען אין אַ צווישן⸗סטאַדיע, נאָך דער באַזייטיקונג פונעם משקיט. קיין פעסטע יאָר⸗גרענעצן זיינען נאַטירלעך ניטאָ און אין די איבערגאַנגס⸗פּעריאָדן זיינען צוויי סיסטעמען עלול צו ↰ 109 קאָעקזיסטירן, אַשטייגער די דייטשמערישע אָרטאָגראַפיע פּלוס נקודות אין אַ היפּשן חלק פון דער ראַדיקאַלער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע סוף ניינצנטן און אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט (זע אַשטייגער די דיסקוסיע „מיט נקודות צי אָן נקודות?” אין לעבען און וויסענשאַפט (= לעבן און וויסנשאַפט 1909).

דאָס צווייטע מאָל, אין אַ קלענערער מאָס, איז דער פאַל דאָ אין אונדזער ענין, אַז מ׳האָט אין די צוואַנציקער און דרייסיקער יאָרן אין סאָוועטן⸗פאַרבאַנד און אין די לינקע קרייזן אין דער פּוילישער רעפּובליק גענומען אַריינפירן וּ און יִ, אין „זכות” פון דעם וואָס ס׳האָט אין די קרייזן אַרויפגעוואָרפן דעם מחיצה⸗אלף.

אַ וואָרט וועגן דער דעבאַטע צווישן יודל מאַרק און מאַקס וויינרייך אויף די שפּאַלטן פון יידישע שפּראַך סוף פופציקער יאָרן אַרום דעם מחיצה⸗אלף (זע מאַרק 1959א, 1959ב, 1959ג, מ. וויינרייך 1959). אין יענער דעבאַטע ווערט גענוצט דער טערמין „דער שטומער אלף” כאָטש טעכניש גערעדט נעמט אָט אָ דער טערמין אַריין אויך דעם אלף אין און, אויוון, אין, איין, אייז (און אַ מאָליקע צייטן אויך סוף וואָרט, אַשטייגער וויא). דאָ דיפערענצירן מיר צווישן אָט דעם שטומען אלף און דעם מחיצה⸗אלף אין וואו, פּרואוון, העברעאיש, גליאיק, כאָטש מ׳דאַרף באַטאָנען אַז אין היינטיק פּאָפּולערן באַנוץ איז „דער שטומער אלף” טאַקע דער מחיצה⸗אלף וועגן וועלכן ס׳גייען די אַלע דעבאַטעס; אויך מיר נוצן דעם טערמין אין דער יידישער פּעריאָדיק (זע אַשטייגער ה.⸗ד. קאַץ 1993א).

פון שטאַנדפּונקט פון דער פראַגע גופא — וואו צי וווּ — האָט יודל מאַרק געוואונען די דעבאַטע. פון שטאַנדפּונקט ↰ 110 פון דער פּאָלעמיק האָט אָבער וויינרייך געוואונען. מאַרק האָט זיך אויסגעגליטשט אויף לינקס און אויף רעכטס: ער האָט גענומען אַריינפירן אין דער דיסקוסיע דעם שטומען אלף אין און, און אַפילו דעם אַמאָליקן שטומען אלף אין וויא; ער איז געווען אַ מודה במקצת, און האָט יאָ אָנגענומען די „דריי וואָוון פאַרקערט”, אַשטייגער אין פּרוּוון אויף פּרואוון; ער האָט פּרובירט בויען אַרגומענטן אויף דעם ווי עס האָבן געהאַלטן וויינרייך, רייזען, קלמנאָוויטש אין וועלכן יאָר און איז דאָ און דאָרט נכשל געוואָרן; ער האָט געבראַכט קלמנאָוויטשעס אַרבעט, „צי איז מיגלעך אַ פאָנעטישער אויסלייג פאַר דער יידישער ליטעראַרישער שפּראַך?”, (קלמנאָוויטש 1930) און געהויבן מסקנות, וואָס מ׳קען זיי פון דאָרטן ניט ציען.

קולטור⸗היסטאָריש אינטערעסאַנט איז דער אופן ווי אַזוי די דעבאַטאַנטן באַציען זיך צום ענין סאָוועטישע השפּעה אין דער פּרשה מחיצה⸗אלף. מאַרק באַשולדיקט וויינרייכן אין איבערנעמען ביי די סאָוועטן. וויינרייך ענטפערט: „איך האַלט פון מכל מלמדי השכלתי” (וויינרייך 1959: 36), און בשעת מעשה ברענגט ער מעשה מהרש״א אַ נאָטיץ פון זאַרעצקי, לויכנדיק אָטאָ דעם פּונקט אין אַן אָרטאָגראַפישער טאַבעלע אין פּוילן (זאַרעצקי 1923ב: 27). היינט קען מען מאַכן אַזאַ סך⸗הכל: דער איינפאַל איז אויפגעקומען אין לינק⸗געשטימטע קרייזן אויף ביידע זייטן גרענעץ אָנהייב צוואַנציקער יאָרן. איינגעפירט האָט מען עס אויף אַ ברייטן פאַרנעם בלויז אויף דער סאָוועטישער זייט פון דער גרענעץ. מיטן און סוף צוואַנציקער יאָרן האָט זיך עס איינגעפעסטיקט אין לעבן אין ראַטנפאַרבאַנד, וואו די דעקרעטן האָבן געהאַט יורידישע מאַכט. די סאָוועטישע ↰ 111 שיטה, ווען זי איז אַריין אין קראַפט, האָט געהאַט אַ גלאַנץ אויך פאַר לינק⸗געשטימטע יידישיסטן אין דער פּוילישער רעפּובליק.

פון ביידע צדדים איז די מאַרק⸗וויינרייך דעבאַטע איינע פון די אינטערעסאַנטסטע אין אונדזער סטיליסטישער ליטעראַטור אין די נאָכמלחמהדיקע יאָרן. דער ייוואָ איז געווען גענוג טאָלעראַנט צו באַשטימען אַלס רעדאַקטאָר פון זיין זשורנאַל יידישע שפּראַך אַ געלערנטן, וואָס האַלט אַנדערש איידער דער ייוואָ. דער רעדאַקטאָר יודל מאַרק איז געווען גענוג טאָלעראַנט צו סטימולירן און פאַרעפנטלעכן פרייע דיסקוסיעס און דעבאַטעס אין זשורנאַל. איצט איז שוין אַן ערך צוואַנציק יאָר וואָס מ׳טרעפט דאָרטן בלויז די „אָפיציעלע ליניע” וואָס ווערט דערלאַנגט דעם לייענער ווי תורה מסיני. לאָמיר האָפן, אַז יידישע שפּראַך וועט במהרה בימינו ווידער ווערן אַ פאָרום אויף פאַרשידענע שיטות און אָפּענע דיסקוסיעס אין אונדזער נייער סטיליסטיק. ס׳איז טאַקע צום דערוואַרטן, מחמת דער ייוואָ ווייזט די לעצטע יאָרן אַרויס אַ נייעם טאָלעראַנטן צוגאַנג. זיין געוועזענער עקזעקוטיוו⸗דירעקטאָר, שמואל נאָריך, האָט זיך אין 1987 געשטעלט מיט אונדז אין פאַרבינדונג אין שייכות מיט דער מעגלעכקייט פון אַ נייער אָרטאָגראַפישער קאָנפערענץ. אין 1988 האָט דער ייוואָ אַרויסגעגעבן אָן שינויים אַלכסנדר האַרקאַוויס גרויס ווערק — זיין דריישפּראַכיקן יידיש⸗ענגליש⸗העברעאישן ווערטערבוך (האַרקאַווי 1988). קען מען זיך איצטער ריכטן אַז דער ייוואָ וועט ווייטער אַרויסגעבן אויפסניי די קלאַסישע ווערק פון אונדזער וויסנשאַפטלעכער ליטעראַטור, אַפילו אַז ביי זיי איז דאָ דער מחיצה⸗אלף. דאָס ברענענדיקסטע פאַר דער יידיש פאָרשונג: נייע פאָטאָמעכאַנישע ↰ 112 איבערדרוקן פון די ערשטע דריי מעכטיקע בענד פילאָלאָגישע שריפטן (ייוואָ 1926, 1928, 1929א).

ביי די אַדווערבן זיינען די ייוואָ תקנות אַוועק אויף אַ סך אַ מער ראַדיקאַלן וועג איידער אין סאָוועטישן יידיש. מ׳האָט גענומען רייסן אויף פּיצלעך איבעראַכטאָג, אינגאַנצן, פאַראַיאָרן, צופיל א.א.וו. אויף איבער אַכט טאָג, אין גאַנצן, פאַר אַ יאָרן, צו פיל, אַפּנים צוליב „אַנטי⸗דייטשמעריזם”.

אויך ביי צונויפהעפטן פון סובסטאַנטיוון האָבן זיך די תקנות אַנטקעגנגעשטעלט אי דעם שכל הישר אי דעם ברייטן באַנוץ (זע יאָפע 1950: 52; שטיינבוים 1956; יאָפע און מאַרק 1961: כג). דער גרונט⸗כלל, וואָס די ייוואָ תקנות האָבן איינגעפירט איז — ציילן טראַפן! ביז דריי טראַפן הייסן זיי שרייבן ווי איין וואָרט, מער ווי דריי טראַפן — מיט אַ מקף, און באַזונדער — קיינמאָל ניט. אַזוי אַרום מוזן לויט יענע תקנות געשריבן ווערן ווי איין וואָרט טאַנצאָוונט,פאָלקלאָרקלוב, רוצימער, בעת צונויפהעפטן וואָס זיינען שוין לאַנג איין וואָרט אויף יידיש דאַרפן געשריבן ווערן מיט אַ מקף — עלטער⸗זיידע, פייער⸗לעשער, קינדער⸗גאָרטן, ווייל מער ווי דריי טראַפן. און היות ווי שרייבן באַזונדער טאָר מען קיינמאָל ניט, באַקומען זיך אַזעלכע פילגאָרנדיקע צונויפהעפטן ווי „אוניווערסיטעט⸗דערציאונג⸗ענציקלאָפּעדיע”, „דרום⸗מזרח⸗יידיש⸗אויסדרוקן”, „סטודענטן⸗מיטגלידערשאַפט⸗אָפּצאָל”, „שלום⸗עליכם⸗קולטור⸗צענטער⸗קאָנפערענץ”.

ביי דעם פּונקט איז ניט אָפּצוטיילן אויסלייג פון מאָרפאָלאָגיע און סינטאַקס. יידיש איז דאָ זייער אַנדערש ווי דייטש. דער יידישער סטיל טאָלערירט ניט אומבאַגרענעצטע צונויפהעפטן. צוליבן ניט דערלויבן שרייבן ↰ 113 באַזונדער ווערט דער יידישער „אוניווערסיטעט סטודענט” פאַרוואַנדלט אין דייטש⸗מעסיקן „אוניווערסיטעט⸗סטודענט”. צוליב דעם קען מען לויט די ייוואָ תקנות ניט דיפערענצירן צווישן „דרום⸗מזרח יידיש”, (דער דרום⸗מזרחדיקער שטח = אוקראַיניש יידיש) און „דרום מזרח⸗יידיש”, (דער דרומדיקער שטח פונעם מזרחדיקן יידיש = פּויליש יידיש + אוקראַיניש יידיש). אַלץ ווערט מטושטש אין אַ לאַנגער, פאַרפּלאָנטערטער קייט מקפן. און אין אַ „שמואל ניגער⸗בוך” בלייבט דער „שמואל” הענגען אינדערלופטן.

די קולטור געשיכטע און די אידעאָלאָגיע זיינען דאָ אַ סך מער סובטיל איידער ביים מחיצה⸗אלף, זיי זיינען דערפאַר אפשר אַפילו מער אינטערעסאַנט. איין בולטער פּאַראַדאָקס וואַרפט זיך אין די אויגן: בעת טייל פירער פון דער ייוואָ האָבן געפירט ביטערע מלחמות קעגן „דייטשמעריזמען”, אַריינגערעכנט ווערטער וואָס זיינען שוין טיף איינגעוואָרצלט אין דער שפּראַך (זע אונטן, זז. 228-166), האָט מען דאָ אָנגענומען פּרינציפּן וואָס זיינען דייטשמעריש שבדייטשמעריש: ערשטנס די השגה אַז מ׳קען אויף יידיש שאַפן וויפל צונויפהעפטן מ׳וויל נאָר; והשנית אַז מ׳מוז זיי שרייבן צוזאַמען (ד.ה. אָדער ווי איין וואָרט אָדער מיט אַ מקף), קיינמאָל ניט באַזונדער, ווי עס איז לויט דער דור⸗דורותדיקער טראַדיציע פון יידיש שבכתב.

די עלטערע יידישע טראַדיציע איז דאָ אַ קלאָרע — שרייבן באַזונדער. פאַרוואָס האָט מען דאָ נאָכגעטאַנצט דעם דייטש? אונדז דאַכט זיך, אַז דאָ זיינען געווען עטלעכע פאַקטאָרן. אַ צאָל פירער פון דער ייוואָ זיינען אַליין געווען גראַדואַנטן פון דייטשישע אוניווערסיטעטן און דער דייטשישער וויסנשאַפטלעכער סטיל האָט ביי זיי — ביודעין ↰ 116 צי בלא יודעין — גובר געווען. אין הלכות לעקסיק האָט דאָס זיי געטריבן צו אַן עקסטרעמען „אַנטי⸗דייטשמעריזם". אין הלכות שרייבן צוזאַמען אָדער באַזונדער זיינען זיי געווען זייער צוגעוואוינט צום דייטשישן וויסנשאַפטלעכן סטיל. פאַראַן אָבער אויך דאָ אַ השפּעה פון סאָוועטישן יידיש. די אַלע לאַנגע צוזאַמענגעשריבענע ווערטער האָבן אויף ביידע זייטן גרענעץ אין די צוואַנציקער און דרייסיקער יאָרן געהאַט אַ סטיליסטישן גלאַנץ פון אייראָפּעאישקייט, וויסנשאַפטלעכקייט, טעכנישקייט. פאַראַן אויך דאָ דער עלעמענט פון פּאָליטישן קאָמפּראָמיס: דורכן פאַרלאַנגען שרייבן מיט אַ מקף וואו נאָר פיר טראַפן און מער, האָט מען עפּעס אַ שמץ אויפגעהיט פון טראַדיציאָנעלן יידישן סטיל פון שרייבן באַזונדער. אין דעם פּרט האָט זיך אויפגעהיט דער טראַדיציאָנעלער נוסח גראַדע אין דער אַמעריקאַנער יידישער ליטעראַטור. ענגליש (וואו מ׳שרייבט אַמאָפטסטן באַזונדער, אַזוי ווי אין טראַדיציאָנעלן יידיש) האָט דאָ ניט אַרויסגערוקט קיין מוסטער אַנטקעגן.

די אָרטאָגראַפיע ביי טראַדיציאָנעלע פרומע יידן

די קולטור געשיכטע איז כידוע פול מיט טשיקאַוועקייטן. די אַלע דעבאַטעס איבערן יידישן אויסלייג קומען פאָר — און צום גרעסטן טייל זיינען אויך פאָרגעקומען — אין די ראַמען פון „וועלטלעכן” (געמיינט: סעקולערן, ניט⸗רעליגיעזן) סעקטאָר, בעת די ווייט גרעסטע מערהייט יידן אויף דער וועלט, וואָס וועלן ריידן יידיש אין איין און צוואַנציקסטן ↰ 117 יאָרהונדערט וועלן זיין טראַדיציאָנעלע פרומע יידן, מערסטנטייל חסידים. וואָס שייך אַלע אונדזערע פראַגן — אויסלייג, לעקסיק און נאָך — וועלן די פירונגען פון קומעדיקן יאָרהונדערט קומען פון זיי, פון דער ציוויליזאַציע וואו יונגע מענטשן וואָס ריידן יידיש נאַטירלעך פון דער היים זיינען ניט קיין בייזוואונדער נאָר וואָדען: אַ טאָגטעגלעכע סאָציאַל⸗ נאָרמאַלע דערשיינונג.

די צווייטע טשיקאַוועקייט איז דאָס וואָס ביז שפּעט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז דער חסידישער אויסלייג בעצם ניט מער און ניט ווייניקער ווי דער אַמאָליקער דייטשמעריש⸗משכילישער אויסלייג. פאַר דער אַלמענטשלעכער קולטור געשיכטע איז אינטערעסאַנט צו באַנעמען, ווי אַזוי אָרטאָגראַפישע שטריכן וואָס זיינען אויפגעקומען אַלס סימבאָלן פון ראַדיקאַלער קולטור — דער אויסלייג פון ניינצנטן יאָרהונדערט וואָס האָט אַ סך נאָכגעמאַכט דייטש — איז ביי חסידים געוואָרן, פּונקט פאַרקערט, דער סימבאָל פון המשך פונעם אוראַלטן טראַדיציאָנעל יידישן לעבנס⸗שטייגער. אַ ראיה איז עס דערויף, ווי דער אָפּשטאַם פון קולטורעלע איינסן איז אָפטמאָל ניט שייך אין דער סטרוקטור פון דער קולטור. ריכטיק זיינען די באַדייטן וואָס זיי נעמען אָן אין אַ געוויסער געזעלשאַפט.

דער חסידישער אויסלייג היט אויף בדרך כלל דעם שטומען עין (זאָגען, קעפּעל), דעם שטומען הא (יאָהר), די סופיקס⸗שרייבונג ⸗יג (וויכטיג), דאָס ניט באַצייכענען אַפריקאַטן (אונז, מענש), דאָס שרייבן איד, אידיש וכו׳, די אַפּאָסטראָפן צווישן סעמיטיש און גערמאַניש אָפּשטאַמיקע טיילן פון אַ וואָרט (באַ'גגב'ענען), און נאָך אַ צאָל כאַראַקטעריסטישע שטריכן פון דעם וואָס הייסט ביי ↰ 118 „וועלטלעכע יידישיסטן” זינט די צוואַנציקער יאָרן: „די אַלטע אָרטאָגראַפיע”. אויסער דער חסידישער פּרעסע, ד.ה. אין ענגן משפּחה לעבן, אין אַ צאָל חדרים און מיידל⸗שולעס האָט זיך ערטערווייז אויך אויפגעהיט דער אַלט⸗יידישער פאַרמשכילישער יוד, אויף אומבאַטאָנטע וואָקאַלן (גיוואָרין).

אין לעצטן יאָרצענדליק זעט זיך אָבער אין דער חסידישער ליטעראַטור אַ בפירושדיקע נטיה אַוועקצוגיין פון שטומען עין און פון שטומען הא, בעת טייל אַנדערע שטריכן האַלטן זיך נאָך אויף לפי ערך שטאַרק. אַ סברא אַז דער ערשטער שטויס דערצו איז געווען די אָרטאָגראַפיע אינעם ניו⸗יאָרקער אגודה זשורנאַל, דאָס אידישע וואָרט, און די מערסטע ליובאַוויטשער אויסגאַבעס, וואו ס׳איז אַוועק פון שטומען עין און פון שטומען הא, די צוויי עיקרדיקע סימנים פון דער „אַלטער אָרטאָגראַפיע”.

דער פּועל יוצא: דער חסידישער אויסלייג דערנעענטערט זיך וואָסאַמאָל מער צו דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע! ער דערנעענטערט זיך צו זלמן רייזענס אָרטאָגראַפיע וואָס האָט זיך געבויט אויף בער באָראָכאָווס רעפאָרם. דער סוף איז, אַז סוף יאָרהונדערט ווערט טאַקע מקוים אַ פאַרהעלטענישמעסיק אויסגעהאַלטענע יידישע אָרטאָגראַפיע איבער גאָר דער וועלט.

דער גרויסער יידישער פילאָלאָג שלמה בירנבוים האָט כידוע אויסגעאַרבעט אַ באַזונדערע „רעליגיעזע אָרטאָגראַפיע”, געבויט אויף די דרומדיקע דיאַלעקטן און אויף פאַרהשכלהדיקע טראַדיציעס (זע למשל בירנבוים 1930; 1932; 1979: 223-200). פאַר דער צווייטער וועלט מלחמה איז בירנבוימס סיסטעם באַנוצט געוואָרן אין די „בית יעקב” שולן אין פּוילן. נאָך דער מלחמה איז עס ↰ 120 באַנוצט געוואָרן דער עיקר דורך אים אַליין. איצטער האָט אָבער דער יונגער שמואל היילע אין לאָנדאָן צוגעגרייט צוויי לערנביכער וואו דער אויסלייג איז אין גייסט פון בירנבוימס אויסלייג (זע היילע 1991; אין דרוק א און ב). דער שטומער עין (און זיין אַלטערנאַטיוו — יוד) ווערט אַרויסגעוואָרפן בהסכם מיט דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע. דער רעדוצירטער וואָקאַל אינמיטן וואָרט ווערט געשריבן יוד און ניט עין (גיזאָגט). נקודות ווערן גענוצט אויף איבערצוגעבן לאַנגע וואָקאַלן בהסכם מיט דער קלאַנגיקער סיסטעם פון צענטראַל⸗מזרח יידיש („פּויליש יידיש”), למשל זון אויף דרומדיק יידיש zin (’די זון וואָס שיינט’) כנגד זוּן אויף דרומדיק יידיש zīn (’אַ זון מיט אַ טאָכטער’). היילעס ווערק זיינען דער איינציקער שטויס וואָס קען גורם זיין אַ קער אַוועק פון דער נייער אָרטאָגראַפיע אין אַ פּאָר פּרטים און מ׳וועט מוזן וואַרטן אויף צו זען וואָסערע השפּעה זיי וועלן האָבן. דאָס וואָס די יידישע אָרטאָגראַפיע ביי חסידים געפינס זין היינט אין אַן איבערגאַנג⸗פּעריאָד, לפּחות בנוגע דעם שטומען עין און הא, דריקט זיך אויס אין זיין הויפּט חסרון: דער דוחק אין אינערלעכער אויסגעהאַלטנקייט. צו דעם וועט זיכער קומען אַ תיקון אין דער ניט זייער ווייטער צוקונפט. אונדז דאַכט זיך אַז דער פּועל יוצא וועט זיין אַ נוסח פון דער נייער אָרטאָגראַפיע וואָס וועט זיין זייער ענלעך צו זלמן רייזענס נייער אָרטאָגראַפיע פון 1920.

↤ 121

סיסטעם און אונטערסיסטעם

אין דער אָרטאָגראַפיע פון אַ שפּראַך טאָר ניט זיין קיין אַנאַרכיע. קיין דיקטאַטור קען אָבער אויך ניט זיין, דאָרטן וואו עס זיינען פאַראַן אָנגענומענע וואַריאַנטן וואָס שטעלן מיט זיך פאָר פעסטע טראַדיציעס ביי אָנזעעוודיקע גרופּעס שרייבער, פאַרלעגער, לענדער — אַזוי ווי ס׳איז דער פאַל ביי אַ גרויסער צאָל שפּראַכן איבער דער וועלט, בתוכם ענגליש און העברעאיש. צוליב צוויי סיבות שטערט ניט די וואַריאַציע. ערשטנס: די וואַריאַנטן נעמען זיך, ניט פון עם⸗הארצים און ניט פון איפּכא⸗מסתבראניקעס, נאָר פון פאַרשידענע איינגעפעסטיקטע טראַדיציעס, פאַרשידענע רגילותן ביי גרופּעס וואָס האָבן אַ ספּעציפיש געזעלשאַפטלעך פּנים. צווייטנס, גייט עס ניט אין באַזונדערע סיסטעמען אויסלייג; באַזונדערע מיסטעמען וואָלטן טאַקע געבראַכט צעשטערעניש לגבי דער קעגנזייטיקער פאַרשטענדלעכקייט און אָנגענעמקייט פון דעם וואָס ווערט געשריבן אָדער געדרוקט ביי אַוועלכער ניט איז גרופּע. גיין גייט עס אין קליינע — און סיסטעמאַטישע — אונטערשיידן אין תחום פון אַן איינאיינציקער סיסטעם. ס׳גייט ניט אין נוסח, נאָר אין: נוסח דנוסח.

ווער ס׳וועט פּורש מן הציבור זיין און גיין מאַכן שבת פאַר זיך מיט, לאָמיר אָנכאַפּן,בקנט אויף ’באַקאַנט’ (ווי אין אַלט יידיש),אָיף אויף ’אויף’ (ווי ס׳האָט געוואָלט אַמאָל ליפשיץ), ףונ אויף ’פון’ (ווי ס׳האָט געוואָלט אַמאָל וויינגער), וועט מען אים אָדער גלאַט אויסלאַכן אָדער האַלטן פאַר אַ ↰ 122 משוגענעם. פאַרוואָס? ווייל אָטאָ די שרייבונגען שטעלן מיט זיך ניט פאָר אַוועלכע ניט איז אונטערסיסטעם פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע. אַ ראיה דערויף ווי פעסט עס איז ביי אונדז אַלע די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע. זי איז די אוניווערסאַלע און דאָס וואָס זי איז כולל עטלעכע אונטערסיסטעמען איז אַ נאַטירלעכע דערשיינונג וואָס שטערט קיינעם ניט אויסער די יענע וואָס „פּסלען” אַלצדינג אַחוץ „זייער” אונטערסיסטעם. בכלל גענומען, איז די „היץ” אַרום אָרטאָגראַפישע דיסקוסיעס וואָס שייך יידיש אַ סימן מובהק פון דער סאָציאָלאָגיע פון יידיש, וואָס האָט ווייניק שייכות מיטן מהות פונעם ענין.

האָבן מיר אַן אָרטאָגראַפיע, וואָס איז חל אין דער גאַנצער יידישער ליטעראַטור איבער אַלע לענדער, און וואָס איז געוואָרן, מיט אַ צאָל וואַריאַציעס, אוניווערסאַל איבער דער וועלט, ביי גרופּעס וואָס שיידן זיך בולט אונטער. די שטריכן, וואָס כאַראַקטעריזירן איטלעכע גרופּע, זיינען אַ כאַראַקטעריסטישער סימן פונעם היינטצייטיקן יידיש.

מיר האָבן שוין דערמאָנט, אַז דער שטומער עין מיטן שטומען הא ווערן צוביסלעך נעלם אויך אין דער חסידישער וועלט. ס׳זעט אויך אויס פון אונדזערע קאָנטאַקטן מיט יידן אין געוועזענעם סאָוועטן⸗פאַרבאַנד, אַז דאָרטן גייט מען צוביסלעך אַריבער אויף שרייבן די סעמיטיזמען לויט זייער היסטאָרישער אָרטאָגראַפיע. סוף יאָרהונדערט וועלן מסתמא זיין דריי אונטערסיסטעמען פון איין סיסטעם: די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע. אין דער ווייטערדיקער טאַבעלע ווערן די דריי אונטערנוסחאות אילוסטרירט, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז דאָ גייט די רייד וועגן טעקסטן פאַר דערוואַקסענע און פאַר די וואָס קענען שוין יידיש.

↤ 123

חסידיש „דער צענטער” ייוואָ
איבעראַכטאָג איבעראַכטאָג איבער אַכט טאָג
אידיש יידיש ייִדיש
גליאיק גליאיק גליִיִק
וואו וואו וווּ
וויכטיג וויכטיק וויכטיק
זאָגן (~זאָגען) זאָגן זאָגן
העברעאיש העברעאיש העברעיִש
חנוכה מנורה חנוכה מנורה חנוכּה⸗מנורה
(~חנוכה⸗מנורה)
ישוב ישוב ייִשובֿ
מ׳גייט ס׳גייט מע גייט
מדבר מדבר מידבר
מענטש (~מענש) מענטש מענטש
פּאַרטייאיש פּאַרטייאיש פּאַרטיייִש
פאַראַיאָרן פאַראַיאָרן פֿאַר אַ יאָרן
פריער פריער פֿריער
צואוואוקס צואוואוקס צוּוווּקס

די אוניווערסאַלקייט פון דער נייער אָרטאָגראַפיע און דער מינימום וואַריאַציע איז אַ גוואַלדיקער אויפטו ביי אַ שפּראַך וואָס האָט ניט קיין לאַנד, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער גאָטס ערד⸗קוגל, וואָס די וואָס באַנוצן זיך מיט איר טיילן זיך אין אַ גוזמא מחנות, ריכטונגען און אידעאָלאָגיעס. די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע איז אַ פּועל יוצא פון אַ גראַנדיעזער שותפות צווישן שרייבער, געלערנטע און יידן פון אַ גאַנץ יאָר. וואָס מ׳האָט די זאַך געפּועלט איז שוין אַן ענין וואָס די אַלמענטשלעכע קולטור געשיכטע וועט זיך נאָך אָפּשטעלן דערויף.

↤ 124

די סאַמע באַליבטסטע אונטערסיסטעם ביי יידישע שרייבער איז ביז היינט צו טאָג רייזענס אָרטאָגראַפיע פון 1920 (אין מערסטע פּרטים — „דער צענטער” אין אונדזער טאַבעלע), מערניט מיט גראַפישע וואַריאַציעס, וואו אַ פּינטל, וואו אַ רפה. אָט דאָס דאַרף קיינעם ניט שטערן; ווי עס האָט געזאָגט יודל מאַרק: „עס קענען זיין פאַרשיידענע סטילן אין דעם אויסזען פון די אותיות” — (מאַרק 1959א: 12).

די אונטערסיסטעם פון דער ייוואָ איז זיכער אַ באַרעכטיקטער וואַריאַנט פון דער מאָדערנער יידישער אָרטאָגראַפיע. ס׳איז אָבער לחלוטין ניט דער איינציקער ריכטיקער נוסח דנוסח פונעם מאָדערנעם אויסלייג. דאָס האָט שוין קלאָר אָנגעוויזן מענדל מאַרק אינעם זשורנאַל יידישע שפּראַך גופא: „מ׳דאַרף געדענקען אַז די תקנות וואָס דער ייוואָ האָט אָפּגעדרוקט איז נאָר איין נוסח פון דער מאָדערנער אָרטאָגראַפיע” (מ. מאַרק 1968: 93). און אַפילו אַזאַ אָנהענגער פון די ייוואָ תקנות ווי אוריאל וויינרייך, בשעת ער האָט פאַרטיידיקט דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד, האָט ער געשריבן אַז „די ליטעראַרישע אויסשפּראַך קען מען רופן די אויף וועלכער עס איז געבויט די יידישע אָרטאָגראַפיע (ניט בלויז דער ייוואָ אויסלייג חלילה) און ממילא די גאַנצע יידישע ליטעראַטור’, (א. וויינרייך 1951: 27). אַמאָל קומט אָבער אויס צו לייענען באַשרייבונגען פון דער געשיכטע פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע, וואָס ווערן געשריבן פון פּאַטריאָטן פונעם ייוואָ אויסלייג וואָס האַלטן, אַז אַלע אַנדערע וואַריאַנטן זיינען פּסול, און וואָס פּרובירן שאַפן אַן איינדרוק אַז דאָס זיינען אומפּאַרטייאישע וויסנשאַפטלעכע איבערגעבונגען פון די היסטאָרישע פאַקטן ↰ 125 (זע אַשטייגער גאָלד 1977).

כאָטש מיר זיינען ניט מסכים מיט דער אומטאָלעראַנץ וואָס מ׳טרעפט ביי קנאים פונעם ייוואָ אויסלייג, נעמען מיר אָן אַז זי נעמט זין פון געוויסע היסטאָרישע סיבות. די שטעלונג וועגן וועלכער ס׳גייט דאָ די רייד, איז די שטעלונג אַז יידיש דאַרף זיין מער סטאַנדאַרדיזירט („איינהייטלעך” ווי זיי רופן עס) איידער אַנדערע שפּראַכן. מאַקס וויינרייך האָט עס אויסגעדריקט בזה הלשון:

דער ענטפער שטעקט אין דער ספּעציפישער סאָציאָל⸗פּסיכאָלאָגישער סיטואַציע פון יידיש. די שפּראַך האָט פון מיטן ניינצנטן יאָרהונדערט גענומען קעמפן פאַר איר אָנערקענונג אין אַ געזעלשאַפט, וואו מען האָט זי מבטל געווען און וואו די ניט⸗איינהייטלעכע שרייבונג איז געווען איינער פון די אַרגומענטן קעגן איר. כל זמן קיינער וועגט ניט און מעסט ניט מאַכט ניט אויס, וואָס אין דריי פאַרשיידענע ביכער, געדרוקטע אין איין יאָר, געפינט איר: textbook,‏ text-book,‏ text book. אין דעם מאָמענט אָבער, ווען דער סאָציאַלער פּרעסטיזש פון אַ שפּראַך ווערט אַ פּראָבלעם, איז אַן איינהייטלעכער אויסלייג אַ מוז.
(מ. וויינרייך 1949: 3)

וויינרייך דיפערענצירט ניט צווישן סיסטעם און אונטערסיסטעם, ביי אים טאָר ניט זיין קיין האָר וואַריאַציע. דעם אמת זאָגנדיק זיינען וויינרייכס דאגות לחלוטין פאַרשטענדלעך אַז מ׳נעמט אין באַטראַכט וויפל פון זיין לעבן האָט זיך פאַרלאָפן אין יאָרן ווען דער געזעלשאַפטלעכער מעמד פון יידיש איז געווען אַ שרעקלעך קאָנטראָווערסיעלער; אַז מ׳נעמט אין באַטראַכט, אַז אין 1949 איז יידיש אין אַמעריקע קוים געווען אַן ענין פאַר ↰ 126 אוניווערסיטעטן. ניט געקוקט אויף דער דעמאָגראַפישער אָפּגעשוואַכטקייט פון יידיש (אויסער דער חסידישער וועלט!), איז היינט צו טאָג דער פּרעסטיזש פון יידיש אין אַ מזלדיקער שעה שוין אין די הויכע פענצטער. מיר גלייבן מיטן גאַנצן האַרצן, אַז ווען מאַקס וויינרייך קען היינט אויפשטיין תחיית המתים, מער ווי פערציק יאָר נאָכן שרייבן יענע ווערטער, וואָלט ער ניט געציטערט אַזוי איבער אַ פּרעסטיזש פון יידיש וואָס זאָל הענגען אָן אַ קוצו של יוד, צי אַפילו אָן — אַ חיריק של יוד.

מעינקע קאַץ האָט מיט זיין דיכטערישער פּען דעם ענין אָט אַזוי אָ אַוועקגעשטעלט:

די תקנות פון יידישן אויסלייג טאָרן ניט ווערן קיין תורת משה, אויך ניט קיין תורת לאָקשן, איך האָף אַז די מדריכים פון אונדזער לשון וועלן אין אַן איינזאַמער (דייטשמעריש?) שעה פאַרטראַכטן זיך און מודה זיין פאַר זיך אַליין אַז אַפילו זיי קענען זיין אומגערעכט און אויפהערן געוועלטיקן איבער אונדזער לשון ווי זיי וואָלטן געווען אָן אַן איינציקן חסרון. אַ מענטש אָן חסרונות איז איין גרויסער חסרון.
(מ. קאַץ 1979א: 9)

וויל מען זיך איבערצייגן אויף וויפל מיר האָבן אַן איינאיינציקע אָרטאָגראַפיע, דאַרף מען מערניט אַ קוק טאָן אויף מ. געלענבערגס שטודיע פונעם אויסלייג פון יידישע שילדן אין וואַרשע אין 1930. אויף מילך ברענגט ער: מילך, מילעך און מילאָך; אויף טיי: טיי, טייא, טעי, טהע, 'טהעע און טהיי; אויף מעל: מייל, מעל, מעהל, מהעל. געלענבערגס פאָרגעלייגטע תרופה: „עפענען קורסן [...] פאַר יידישע שילדן⸗מאָלערס” (געלענבערג 1930: 346, 347, 394).

↤ 127

די נייטיקייט אין טאָלעראַנץ זעט זיך אין אַ געוויסער מאָס אין די ייוואָ תקנות גופא. די תקנה 142ד למשל (נוסח פון 1937) דערלויבט שרייבן מיט אַ מקף „אויב די אינאיינעמדיקע שרייבונג וואָלט געקענט פאַרשווערן דאָס לייענען אָדער אַריינפירן אין אַ טעות” (ייוואָ 1937: 122). אין נוסח פון 1935 ווערט אָנערקענט, וואָס שייך שין און שׂין, אַז די צאָל ווערטער מיט שׂין דערגרייבט

אין אונדזער טאָגטעגלעכן באַנוץ אַפילו ניט קיין צענדלינג [...] דעריבער איז די תקנה [...] אַז אַ ספּעציעלער צייכן פאַר שׂין ווערט גענוצט בלויז אין אויסגאַבעס פאַר ניט⸗געניטע לייענער.
(ייוואָ 1935: 29)

אויב מיר האָבן זיך אין די פריערדיקע קאַפּיטלעך אויסגעדריקט שאַרף לטובת דעם שטומען אלף און קעגן די דריי וואָוון, איז עס ניט חלילה אויף צו „פּסלען” די דריי וואָוון. גאָר גרויסע זאַכן זיינען געשריבן געוואָרן מיטן ייוואָ אויסלייג. ער איז ניט ווייניקער ריכטיק איידער וועלכער ניט איז אַנדער וואַריאַנט פון דער נייער אָרטאָגראַפיע. די אַנדערע זיינען אָבער אויך ריכטיק. מיר דאַרפן זיך אַלע לערנען טאָלערירן איינער דעם אַנדערן און ניט פאַרלירן דעם דרך ארץ צו אַ בוך אָדער אַ זשורנאַל אָדער אַ בריוו ווייל דאָרטן שטייט „וווּ, אָנשטאָט וואָו” אָדער „וואו אָנשטאָט וווּ”. שטעלט זיך פאָר אַן ענגלענדער, וואָס איז נוהג צו שרייבן honour אויף ’כבוד’, זאָל ניט נעמען אין האַנט אַריין אַ בוך פון אַמעריקע וואו עס שטייט honor, אָדער פאַרקערט. שטעלט זיך פאָר אַז אַ היינטיקער תל⸗אביבער, וואָס איז צוגעוואוינט צו שרייבן דויד אויף ’דוד’ זאָל ↰ 128 אויסרופן אַ חרם אויף דוד. אָט אַזאַ אַבזורדן טעם האָט עס ווען אַן אויסלייג⸗קנאות מצד די אויסבויאיסטן ברענגט אומדרך⸗ארץ פון איינעם צום אַנדערן אין אונדזער וועלטעלע. זאָלן די פאַראַנענע וואַריאַציעס ביי אחריותפולע שרייבער, געלערנטע, אינסטיטוציעס און לענדער אויפגענומען ווערן ווי סימנים פון דער שפּרודלדיקער רייכקייט פון דער יידישער סטיליסטיק.

↤ 131

צום אויסלייג גופא
די כלל⸗תקנות פון יידישן אויסלייג

אין 1992 זיינען געקומען צום טיש אַ ריי אוניווערסיטעטן און שרייבער וואָס נוצן אַלע די נייע אָרטאָגראַפיע, אָבער ניט דעם אונטערנוסח פון דער ייוואָ. די אָנטיילנעמער פאַרטרעטן דעם קאָלעקטיוו וואָס היט אויף דעם מחיצה⸗אלף (וואו, וואוינען, העברעאיש, פריאיק וכו׳), און וואָס שרייבט איינאיינציקע אַדווערבן ווי איין וואָרט (איבעראַכטאָג, אינגאַנצן, פאַראַיאָרן קיינמאָל). ביי אַנדערע פּרטים זיינען אַלע איינגעגאַנגען אויף פּשרות מיטן ציל צו שאַפן אַן אוניפיצירטן אויסלייג ביי אָט דעם קאָלעקטיוו. היסטאָריש איז עס אַ וואַקסנדיקער קאָלעקטיוו, ווייל ער נעמט פּאָטענציעל אַריין דעם גאַנצן טראַדיציאָנעלן רעליגיעזן סעקטאָר, וואָס גייט צוביסלעך אַוועק פון די שטומע עינס מיט די האען, וואָס וועט אָבער קיינמאָל ניט אָננעמען די דריי וואָוון און די פּינטעלעך און די רפהס, וואָס זיינען געוואָרן אַ סימבאָל פון סעקולאַריזם ביי אַ סך טראַדיציאָנעלע פרומע יידן.

דער רעזולטאַט פון דער צוזאַמענאַרבעט: די כלל⸗תקנות פון יידישן אויסלייג, וואָס זיינען דערשינען אין אָקספאָרד סוף 1992. די שטרעבן צו קאָדיפיצירן דעם פּאָפּולערסטן נוסח פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע און צו ברענגען אַן אוניפיצירטע שרייבונג ביי די אַלע וואָס ↰ 132 שטייען סיי ווי אין אָרטאָגראַפישן צענטער פון דער שפּראַך. זיי שטעלן מיט זיך לחלוטין ניט פאָר קיין פּרואוו „איינצונעמען” יידיש. ס׳ווערן אָנערקענט די אַנדערע אונטערנוסחאות פון דער נייער אָרטאָגראַפיע, און די אָנטיילנעמער האָפן אַז די זעלביקע טאָלעראַנץ וועט אַרויסגעוויזן ווערן מצד די אָנהענגער פון אַנדערע וואַריאַנטן. אָקספאָרד האָט דאָ געמאַכט אַ שיינע פּאָר הנחות, ווי ס׳קען קלאָר אויפווייזן אַ פאַרגלייך מיט די ערשטע צוויי בענד אָקספאָרדער יידיש. די כלל⸗תקנות זיינען אויסן צו פיקסירן דעם אָרטאָגראַפישן צענטער פון דער שפּראַך, וואָס פאַרנעמט אַ מיטלפּונקט צווישן דעם „קאָנסערוואַטיוון פליגל” (זאָגען, יאָהרען, מענשען) און דעם ראַדיקאַלן (וווּ, פֿאַר אַ יאָרן, פֿריִיִק).

די ווייטערדיקע אָנווייזונגען שטעלן מיט זיך ניט פאָר קיין סך⸗הכל פון די כלל⸗תקנות. דאָ ווערן אַרומגעשמועסט פאַראַנענע וואַריאַנטן, דאָ ווערן געבראַכט מאָטיווירונגען בנוגע פאַרשידענע איינשטעלונגען.

דיפערענצירונג ביי די פּאָרלעך
בּ ~ בֿ; כּ ~ כֿ; פּ ~ פֿ; תּ ~ תֿ

אין דער שרייבונג פון די פיר פּאָרלעך עקספּלאָסיוון — ספּיראַנטן, איז פאַראַן אַ היפּש ביסל וואַריאַציע. און ס׳וועט תמיד זיין דאָ וואַריאַציע. און צום שידוך וועט עס ניט שאַטן. וואָס יאָ, מ׳דאַרף זיין אויסגעהאַלטן אין אַוועלכן ניט איז איינאיינציקן געדרוקטן טעקסט, בעת ביים שרייבן מיט דער ↰ 133 האַנט קען גילטן דער פּערזענלעכער חוש וועגן דעם, וואו אַ דגש (פּינטל) צי אַ רפה (דעכעלע) גיט צו קלאָרקייט, אַ פראַגע וואָס איז געווענדט אין דער אינדיווידועלער האַנטשריפט.

וואַריאַציע וועט תמיד זיין אין דעם ענין צוליב עטלעכע סיבות. אַ סך באַנעמען די זאַך ווי אַ פראַגע פון סטיל פון די אותיות (צי ביים שרייבן צי ביים דרוקן), ניט ווי אַ פּרינציפּיעלע פראַגע פון אויסלייג. אַ סך באַנעמען דגש און רפה ווי נויטווענדיקייטן פאַר קינדער, פאַר די וואָס לערנען זיך די שפּראַך, און פאַר געוויסע אַקאַדעמישע צוועקן — ניט ווי סטאַבילע „טיילן פון אותיות” עלעהיי קמץ⸗אלף און פּתח⸗אלף אויף יידיש, עלעהיי é אויף פראַנצויזיש. צוליב דעם וואָס אַ שיינער חלק פון די אַלע וואָס ריידן און שרייבן יידיש וועלן תמיד זיין מענטשן, וואָס האָבן זיך יונגערהייט געלערנט לשון קודש, וועט די⸗אָ טראַדיציע ניט נעלם ווערן. צו דער סאָציאָלאָגיע איז וויכטיק צו דערמאָנען אויך, אַז ביי אַ סך טראַדיציאָנעלע פרומע יידן ווערן די רפהס באַנומען גאָר ווי סימנים פונעם „סעקולאַריסטישן אידעאָלאָגישן יידישיזם”. צי זיי האָבן רעכט היסטאָריש גערעדט איז לחלוטין ניט שייך, מחמת דאָ גייט די רייד וועגן דעם וואָסערע סימבאָלן זיי האָבן אָנגענומען, ניט פון וואַנעט זיי שטאַמען. צו דעם אַלעמען איז עס אַ פאַקט אַז אין ווייט גרעסטן חלק פון דער יידישער ליטעראַטור אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט פון אַלע ריכטונגען — לינקע און רעכטע, פרומע און פרייע — האָט מען בכלל קיין רפהס ניט גענוצט ביים דרוקן.

אַרומריידנדיק די פּאָרלעך בּ ~ בֿ, כּ ~ כֿ, תּ ~ תֿ, אין זיין אָרטאָגראַפישן פּראָיעקט אין 1930, האָט מאַקס ↰ 134 וויינרייך פאָרגעשלאָגן אַז אין „ביכער וואָט זיינען באַשטימט פאַר אַן ענגערן קרייז זאָל מען זיך באַגיין אָן דער דיפערענצירונג” און אַז „דאָס אייגענע איז שייך צום שרייבן ביי דערוואַקסענע” (מ. וויינרייך 1930: 25). ער האָט אַנאַלאָגיש פאָרגעשלאָגן אַז דעם שׂין שמאל זאָל מען קאָנסעקווענט אָנווענדן אין „קינדער ביכער” (דאָרטן, ז. 30).

צו אַזאַ מקיל זיין האָבן מיר אַן אַנאַלאָגיע אין אַנדערע שפּראַכן. די רוסן באַצייכענען ё נאָר אין קינדער ביכער.
(מ. וויינרייך 1930: 25)

שפּעטער איז וויינרייך אָבער כידוע געוואָרן דער טשאַמפּיאָן פון די ייוואָ תקנות, וואו די גראַפיק ווערט פעסטגעשטעלט אינאיינעם מיט דער אָרטאָגראַפיע.

די סאַמע פאַרשפּרייטסטע סיסטעם ביי די וואָס ריידן און שרייבן יידיש, און אַוודאי אין דער יידישער ליטעראַטור, איז „די מינימאַלע”: שטעלן אַ פּינטל אין פּא און איבערלאָזן אַלע אַנדערע אומבאַצייכנט. די וואָס קענען יידיש ברענגט די מינימאַלע סיסטעם ניט קיין שוועריקייטן: בלויז פּא און פא זיינען שטאַרק פאַרטראָטן אין דער שפּראַך בכלל. בֿית, כּף, תּוו און תֿוו טרעפט מען נאָר אין סעמיטישן קאָמפּאָנענט און דעם וואָס ווייס ניט וואָס זיינען עס אַזוינס „שריפות” מיט „תיבות”, וועלן ווייניק העלפן די דעכעלעך מיט די פּינטעלעך, מערניט ס׳עט זיין נח מיט זעקס גרייזן.

די מינימאַלע סיסטעם האָט אַ גרויסע וויזועלע מעלה: וואָס ווינציקער פּינטעלעך, וואָס ווינציקער „דיאַקריטישע צייכנס” בכלל.

↤ 135

די מינימאַלע סיסטעם
(באַליבט ביי יידישע שרייבער און ביי דער גרויסער מערהייט פון די וואָס שרייבן יידיש)
ב (בעטן) ב (עבירה)
כ (כבוד) כ (זאַכן)
פּ (פּוצן) פ (פיס)
ת (תורה) ת (שבת)


פאַראַן וואַריאַציעס, למשל: דאָס נוצן דעם רפה בלויז ביים ספּיראַנטישן פא (אַן אָפּשפּיגלונג פון דער ממשותדיקער וויכטיקייט פון דער פּראָבלעם בלויז ביי פּא און פא, וואָס זיינען ביידע שטאַרק פאַרטרעטן אין דער פאָנעטישער סיסטעם גופא). אָט די מינימאַלע סיסטעם ווערט פאַרפיקסירט אין כלל⸗תקנות, מיט דער אָנווייזונג, אַז פאַר קינדער, סטודענטן און צו אַ גאַנצער ריי וויסנשאַפטלעכע צוועקן (ווערטערביכער, לעקסיקאָנען א.א.) קען מען צוגעבן סיי דגש, סיי רפה, ביי אַלע פיר פּאָרלעך.

ביים אָקספאָרדער אוניווערסיטעט האָט מען סוף זיבעציקער יאָרן אויפגעלעבט די אַלט⸗יידישע סיסטעם פון שטעלן דעם רפה איבער אַלע פיר ספּיראַנטן, בֿ, כֿ, פֿ און תֿ, און לאָזן די פיר עקספּלאָסיוון בּ, כּ, פּ און תּ אומבאַצייכנט, ד.ה. שרייבן: ב, כ, פ, ת. אָטאָ די סיסטעם דיפערענצירט אַלע פיר פּאָרלעך אויף אַן אויסגעהאַלטענעם אופן, נוצנדיק דעם רפה. אַבסטראַקט גערעדט פּאַסט זי זיך צו צו דער טויזנטיאָריקער געשיכטע פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע, דערגרייכנדיק פולשטענדיקע קלאָרקייט אָן קיין שום פּינטעלעך. ווי אַ סיסטעם איז זי קלאָרער, בפרט ↰ 136 ביים שרייבן, וואו אַ דעכעלע איבערן אות איז אַ סך בולטער איידער אַ פּינטל. דערצו, ווי עס האָט אָנגעוויזן וויינרייך, „איז גרינגער צו שטעלן דאָס פּאַסיקל פון אויבן, איידער אַריינצוטרעפן מיטן פּינטל סאַמע אינמיטן” (מ. וויינרייך 1930: 24).

די אָקספאָרדער סיסטעם
ב (בעטן) בֿ (עבֿירה)
כ (כבוד) כֿ (זאַכֿן)
פ (פוצן) פֿ (פֿיס)
ת (תורה) תֿ (שבתֿ)

פון זינט די סיסטעם איז אין אָקספאָרד אָנגענומען געוואָרן אין 1978 האָבן זיך מיט איר געלערנט יידיש העכער טויזנט סטודענטן. מיט איר זיינען צוגעגרייט געוואָרן אַן ערך צוואַנציק קאָמפּיוטער⸗אָפּגעדרוקטע לערנביכער (צו די זומער פּראָגראַמען), און זי איז גענוצט געוואָרן אין דער ערשטער אויפלאַגע פון אונדזער גראַמאַטיק (ה.⸗ד. קאַץ 1987). דאָס אַלץ איז אָבער פאָרט געווען אין ראַם פון אַן אינדזל פון יידיש אין ווייטן פייכטן ענגלאַנד. ערשט מיטן אויפקום פון אָקספאָרדער יידיש אין 1990, איז די אָקספאָרדער גראַפיק אַריין אין אינטערנאַציאָנאַלן „לעבן”. אין אַלגעמיין האָבן יידישע שרייבער און פּען⸗מענטשן זיך אָפּגערופן פּאָזיטיוו, אָפטמאָל אפשר צוליב אַ געזעלשאַפטלעכער סיבה, ניט נאָר צוליב גראַפישער פּרעפערענץ: ס׳איז ניי, פריש, אָריגינעל, שמעקט ניט מיט פאַרגליווערטקייט. צו דער גראַפיק גופא האָבן אַ סך באַמערקט, אַז ס׳איז אַ מחיה ווידער צו לייענען יידיש אָן דעם ים מיט פּינטעלעך. ↰ 137 איין טענה אַ פאַרשפּרייטע איז אָבער יאָ געווען קעגן דער אָקספאָרדער גראַפיק, דהיינו, אַז אינעם ווילן ניט דאַרפן אָנקומען צו פּינטעלעך האָט מען איבערגעכאַפּט די מאָס אין איין פאַל — ביים פּא. ביים רוב וואָס שרייבט יידיש און נוצט בכלל ניט קיין רפהס איז מען איינגעוואוינט אַז פ סתם איז f, בעת p איז דווקא פּ מיט אַ פּינטל. מ׳האָט אונדז אויפגעוויזן אַז דער באַנוץ פון „סתם פא” אויף p איז בפירוש ניט קלאָר ביי פּרט⸗נעמען און דאָרטן וואו ס׳האַנדלט זיך אין אַ ניט⸗באַקאַנט וואָרט, פּשוט ווייל ביי אָט דעם אות איז מען אַלע צוגעוואוינט צום פּינטל, ס׳איז צוגעוואוינט אַז דער ניט⸗מאַרקירטער פ מאַכט: f . דער ערשטער וואָס האָט אונדז אויפגעוויזן אויפן פעלער, נאָך אין 1989, ביים לייענען די קאָרעקטור פון זיין אַרבעט וואָס איז אַריין אין ערשטן באַנד אָקספאָרדער יידיש, איז געווען דער ירושלימער פּאָעט יוסף קערלער. איצט לערנט מען מיט אָנהייבער אין אָקספאָרד מיטן דגש אין פּא. די מאָדיפיצירטע סיסטעם זעט אויס אָט אַזוי אָ:

די מאָדיפיצירטע אָקספאָרדער סיסטעם
ב (בעטן) בֿ (עבֿירה)
כ (כבוד) כֿ (זאַכֿן)
פּ (פּוצן) פֿ (פֿיס)
ת (תורה) תֿ (שבתֿ)

די ייוואָ סיסטעם איז ווייניקער אויסגעהאַלטן, ווי די אַנדערע, סטרוקטורעל גערעדט (וויבאַלד דאָ אַ פּינטל, דאָ אַ דעכעלע און אָט ביידע), אָבער זי דיפערענצירט קלאָר צווישן אַלע פיר עקספּלאָסיוון און ספּיראַנטן. זי נוצט דעם ↰ 138 דגש ביי כּ, פּ, און תּ, ניט ביי בּ; זי נוצט דעם רפה ביי בֿ און פֿ, ניט ביי כֿ און תֿ.

די סיסטעם פון דער ייוואָ
ב (בעטן) בֿ (עבֿירה)
כּ (כּבֿוד) כ (זאַכן)
פּ (פּוצן) פֿ (פֿיס)
תּ (תּורה) ת (שבת)

נאָענט צו דער ייוואָ סיסטעם איז די גראַפיק פון גרויסן ווערטערבוך פון דעד יידישער שפּראַך, אויסגעאַרבעט פון די רעדאַקטאָרן פון די ערשטע פיר בענד, יודאַ אַ. יאָפע און יודל מאַרק (יאָפע און מאַרק 1961ב; 1966; מאַרק 1971; 1980). זי נוצט אַ דגש אויך אין בּ, אַזוי אַרום: אין אַלע פיר עקספּלאָסיוון: בּ, כּ, פּ, תּ (און רפה בלויז ביי בֿ און פֿ).

די סיסטעם פון גרויסן ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך
בּ (בּעטן) בֿ (עבֿירה)
כּ (כּבֿוד) כ (זאַכן)
פּ (פּוצן) פֿ (פֿיס)
תּ (תּורה) ת (שבת)

די סיסטעם גראַפיק פון סאָוועטישן יידיש איז וויזועל געגליכן צו דער אַמערסטנס פאַרשפּרייטער סיסטעם אין מערב — די מינימאַלע — אַ פּינטל אין פּא און שוין. אין דער זעלביקער צייט איז דאָ אַ פולע דיפערענצירונג צווישן די פיר פּאָרלעך עקספּלאָסיוון און ספּיראַנטן. אָט דער קונץ ↰ 139 ווערט באַוויזן דורך דער פאָנעטיזירונג פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט צוליב וועלכער ס׳איז בכלל ניטאָ קיין בֿ, כּ, תּ, תֿ.

די סאָוועטישע סיסטעם
ב (בעטן) [וו (אַוויירע)]
(קאָוועד)] כ (זאַכן)
פּ (פּוצן) פ (פיס)
(טוירע)] (שאַבעס)]
דער מחיצה⸗אלף

דער מחיצח⸗אלף קומט:

(א) אויסצומיידן דריי נאָכאַנאַנדיקע אותיות: וואו, וואוינען, פּרואוון, פּאַרטייאיש, שנייאיק.

(ב) אָפּצוטיילן צוויי נאָכאַנאַנדיקע וואָקאַלן וואָס זיינען עלול מ׳זאָל זיי פאַלש לייענען ווי איין דיפטאָנג: דערציאונג, העברעאיש, פריאיק.

אַדאַנק דעם מחיצה⸗אלף דאַרף מען ניט אין יידיש ניט קיין וּ, ניט קיין יִ. אין די איבעריקע פאַלן וואו די סאָוועטישע סיסטעם און דער ייוואָ אויסלייג נוצן דעם יִ איז ער אויך איבעריק. ווער ס׳קען ניט לייענען: יידיש, יינגל, פריער, קיעוו וועט אים, אָדער איר, דער חיריק (ייִדיש, ייִנגל, פריִער, קיִעוו) ניט העלפן. און ווער, פאַרקערט, עס קען זיי יאָ לייענען, אים אָדער איר טויג דאָס פּינטל אויף 777 כפּרות. ↰ 140 עס גייט אַריין אין דער בחינה פון „אָדער ס׳העלפט ניט אָדער מ׳דאַרף ניט”.

צונויפהעפטן ביי סובסטאַנטיוון

אין אָט דעם ענין קען אין דער איצטיקער סטאַדיע ניט זיין קיין קאַטעגאָרישקייט, איבער אַ פּשוטן טעם: גראַדע אין דעם פּרט האַלט זיך די שפּראַך איצט אין בייטן. מ׳נייט ביסלעכווייז אַוועק פונעם מקף. צוויי היסטאָרישע טענדענצן שפּילן דאָ אַ ראָלע. ערשטנס, די נטיה פּטור צו ווערן פון „איבערמקפירונג” אין אַ גאַנצער ריי מאָדערנע שפּראַכן; דעם מקף נעמט מען באַטראַכטן פאַר האַמעטנע, אַלטמאָדיש, איבעריק. און צווייטנס באַפרייט זיך די יידישע סיסטעם שרייבן וואָסאַמאָל מער פון די רגילותן פון דייטש, וואָס האָבן גענומען שטאַרק ווירקן אין איר, אָנהייבנדיק אין ניינצנטן יאָרהונדערט. דער דייטשישער סטיל טאָלערירט ענדלאָזע קייטן סובסטאַנטיוואַלע צונויפהעפטן, וואָס ווערן אין דער דייטשישער שריפט: „איין לאַנג וואָרט”. אַנדערש איז דער דין אין יידיש.

ערשטנס, טאָלערירט ניט דער יידישער סטיל צופיל צונויפהעפטן. אַז מ׳פאַרפלייצט אַ טעקסט מיט זיי האָט עס דעם טעם פון אַן איבערגעזעצטן דייטש אָדער (צומאָל) אַן איבערגעזעצטן ענגליש (זע אונטן, זז. 239-229, בפרט 233; 269-268).

והשנית: דער יידישער סטיל באַנעמט די טיילן פון אַ צונויפהעפט ווי צוויי באַזונדערע ווערטער וואָס שרייבן זיך ↰ 141 באַזונדער, אַחוץ דאָרטן וואו זיי זיינען געוואָרן אין דער שפּראַך איין וואָרט, דעמאָלט שרייבט מען צוזאַמען: בענטשליכט, יאָרמאַרק, יאָרצייט, עלטערזיידע, קינדערגאָרטן. דער מקף איז אויפגעקומען ווי אַ קאָמפּראָמיס מיט דייטש, ווייל די ממש דייטשישע פאָרמען זיינען זייער שווער צו לייענען אויף יידיש (וואַקספיגור, ליטעראַטורקריטיקער, שפּראַכקולטור). דער היסטאָרישער יידישער סטיל פאַרלאַנגט: צוויי באַזונדערע ווערטער (וואַקס פיגור, ליטעראַטור קריטיקער, שפּראַך קולטור); דער מקף בלייבט אָבער זייער פאַרשפּרייט ביי אַזעלכע צונויפהעפטן (וואַקס⸗פיגור, ליטעראַטור⸗קריטיקער, שפּראַך⸗קולטור). אַ משונהדיקער קאָמפּראָמיס טרעפט זיך אין די ייוואָ תקנות: ביז דריי טראַפן שרייבט מען ווי איין וואָרט, צי אַזאַ צונויפהעפט איז באַקאַנט דעם עולם צי ניט, דעריבער: וואַקספיגור, שפּראַכקולטור. ביי די „פאָרשלאַגן” אויף נייע ווערטער וואָס מ׳טרעפט אין די אויסבויאיסטישע קרייזן (זע אונטן, זז. 239-229), שאַפן די אינאיינעמדיקע שרייבונגען אַ שריפט⸗בילד וואָס איז לחלוטין אומפאַרשטענדלעך (למשל טראַפמוסטער, טרינקרער, שטאָטאויסצי, שלעפּאויטאָ, אין אוריאל וויינרייכס ווערטערבוך). אַזאַ קאָמפּראָמיס איז געווען פאַרשטענדלעך אין די דרייסיקער יאָרן. אינעם נוסח פון די ייוואָ תקנות פון 1935 רעדט זיך בפירוש וועגן אַ גאַנג וואָס איז „אויפגעבויט אויפן געדאַנק אויסצומיידן אי די אַנגליזירטע שרייבונג כאַראַקטער שטריכן, לייען מאַטעריאַל, קינדער זשורנאַל א.ד.ג., סיי די דייטשמערישע שרייבונג כאַראַקטערשטריכן, לייענמאַטעריאַל, קינדערזשורנאַל א.ד.ג.” (ייוואָ 1935: 31). פּראַקטיש גערעדט הייסט דאָס, אַז אַ דייטשמערישע שרייבונג ווערט אָנגענומען ביז דריי ↰ 142 טראַפן. טעאָרעטיש גערעדט ווערט פאַרקוקט אַז דער גאַנצער גאַנג ניט שרייבן באַזונדער איז אַ פּועל יוצא פון אַ דייטשישער שרייבונג, אַזאַ שרייבונג וואָס מאַכט שווער דאָס לייענען אויף יידיש, אַ דייטשמערישע שרייבונג וואָס איז גראַדע אָפּגעשוואַכט געוואָרן אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער, ווייל ענגליש פירט זיך גראַדע אין דעם פּרט ווי דער פאַרהשכלהדיקער יידיש.

מיר רעקאָמענדירן ניט היינט אָדער מאָרגן אַרויסצואוואַרפן דעם מקף! אין אַ סך צונויפהעפטן האָט ער זיך שוין איינגעבירגערט. מיר רעקאָמענדירן יאָ אַז מ׳זאָל ניט זיין פאַרשקלאַפט צום מקף און אַז אויף וויפל ס׳לאָזט זיך, זאָל מען נעמען שרייבן צוויי באַזונדערע ווערטער ווי: צוויי ווערטער (אוניווערסיטעט סטודענט); און צוויי ווערטער וואָס זיינען געוואָרן איין וואָרט ווי: איין וואָרט (זייגערמאַכער). די ווייטערדיקע פּונקטן זיינען בלויז אַן ערשטער שטאַפּל. די צוקונפטיקע רגילותן וועלן אויסוואַקסן פונעם באַנוץ פון די ניינציקער יאָרן און פון אָנהייב איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

אַ צונויפהעפט דאַרף זיך פאַרדינען ס׳זאָל אים שרייבן צוזאַמען. מ׳קען ניט סתם שרייבן צוזאַמען (מיט אַ מקף אָדער ווי איין וואָרט) און דערמיט נאַרן זיך אַז מ׳האָט געשאַפן אַ ניי וואָרט: אויב ס׳איז ניטאָ אַזאַ וואָרט, האָט מען באַשאַפן מערניט אַ פאַרזעעניש וואָס שטעלט אָפּ דאָס לייענען אינמיטן זאַץ. אָט זיינען צונויפהעפטן וואָס האָבן זיך שוין איינמאָל כשר פאַרדינט ס׳זאָל זיי שרייבן אינאיינעם: אוראייניקל, הויזגעזינד, זומערפייגעלע, טאָגבוך, יאָרצייט, עלטערבאָבע, פאָלקסשול, קאָפּדרייעניש, קאָפּווייטיק, שמאַלצגרוב, שרייבמאַשינקע.

↤ 143

אין דער פּאָעזיע, מעג אָבער דער פּאָעט שאַפן פּאָעטישע קאָמבינאַציעס, און זיי שרייבן צוזאַמען: הימלקינד, וויגלאַנד, נאַכטלאַנד, פידלרויז. אָפטמאָל זיינען דאָס איינמאָליקע פּאָעטישע שאַפונגען.

דעם מקף דאַרף מען אָנווענדן ביי די טאָפּלטע יידישע פּרט⸗נעמען, ווי אַשטייגער אבא⸗לייזער, סימע⸗לאה, יאַנקל⸗דוד, שרה⸗כייקע. ס׳איז וויכטיק אַז דער מערבדיקער לייענער וואָס קומט צו יידיש זאָל ניט מיינען אַז „סימע לאה גאָלדשטיין” איז טייטש „סימע ל. גאָלדשטיין” עלעהיי אויף ענגליש. דער מקף, וואָס ביי סימע⸗לאה, קומט דאָ צו הילף.

ס׳בעט זיך אַ מקף ביי סעמיטיזמען וואָס באַשטייען פון צוויי ווערטער וואָס זיינען אויף אַזויפל צונויפגעוואַקסן אַז זיי זיינען געוואָרן אויף יידיש איין וואָרט (אַשטייגער: יום⸗טוב, יום⸗טובים; כתב⸗יד, קריאת⸗שמע). ביי סעמיטיזמען סתם וואָס באַשטייען פון צוויי ווערטער, דאַרף מען ניט קיין מקף: בבת אחת, בדרך כלל, בשעת מעשה, דרך ארץ, חד גדיא, לאחר המעשה, נפקא מינה, קל וחומר. דאָ איז דאָס אייגענע: ווער סקען ניט די ווערטער — וועט אָטאָ דעם מענטשן דער מקף קיין רפואה ניט זיין! דאָס איבערמקפירן גיט נאָר צו צום שלעכטן וויזועלן זע⸗בילד פון צופיל פּינטעלעך און פּאַסיקלעך.

אַ מקף נוצט מען בדרך כלל ביי צונויפהעפטן וואו דער ערשטער עלעמענט ענדיקט זיך מיט די סופיקסן ⸗ס אָדער ⸗ן: פאָלקס⸗אוניווערסיטעט, סטודענטן⸗פאַראיין, פרויען⸗אָרגאַניזאַציע (אַחוץ דאָרטן וואו דער צונויפהעפט איז געוואָרן איין וואָרט, אַשטייגער: פאָלקסמענטש). אַ מקף נוצט מען אויך ביי צונויפהעפטן וואו דער ערשטער עלעמענט באַשטייט פון בלויזן שורש פון ווערב: זע⸗ווינקל, ↰ 144 בלאָז⸗מאַשין, ברען⸗שטאָף. אַז דער צונויפהעפט איז געוואָרן איין וואָרט אין דער שפּראַך, דעמאָלט שרייבט מען אינאיינעם: זוכצעטל.

מיר רעקאָמענדירן וואו נאָר מעגלעך אַריבערגיין אויף שרייבן באַזונדער. אין דער זעלביקער צייט אָנערקענען מיר אַז דער מקף איז ביז גאָר פאַרשפּרייט און בלויז די צייט וועט אָפּפּסקענען צי מיר האָבן ריכטיק אָנגעטאַפּט די טענדענץ פון דער שפּראַך אין אונדזער תקופה וואָס שייך אָט דעם פּרט. די דריי ברירות ווערן אויסגעשטעלט גראַפיש אין דער טאַבעלע אויף ז. 145.

↤ 145

לויטן דייטשישן מוסטער

פשרהדיק

לויטן יידישן שרייב⸗סטיל

(ווערט אויפגעהיט אינעם ייוואָ (סאַמע ;ווערט אויפגעהיט אין
אויסלייג אין ווערטער פון איין, פּאָפּולערסטע טראַדיציאָנעלע קרייזן; זעלטן אין
צוויי און דריי טראַפן)

שרייבונג)

דער מאָדערנער ליטעראַטור)

בוכפּראָיעקט בוך⸗פּראָיעקט בוך פּראָיעקט
גאַסטאַרטיסט גאַסט⸗אַרטיסט גאַסט אַרטיסט
געהילפפּראָפעסאָר געהילף⸗פּראָפעסאָר געהילף פּראָפעסאָר
יוריספּרודענצסטודענטן יוריספּרודענץ⸗סטודענטן יוריספּרודענץ סטודענטן
יוגנטוואָך יוגנט⸗וואָך יוגנט וואָך
ליטעראַטורגעשיכטע ליטעראַטור⸗געשיכטע ליטעראַטור געשיכטע
לעקציעטור לעקציע⸗טור לעקציע טור
קולטורגעשיכטע קולטור⸗געשיכטע קולטור געשיכטע
שולדגעפיל שולד⸗געפיל שולד געפיל
שפּראַכקולטור שפּראַך⸗קולטור שפּראַך קולטור

↤ 146

אַדווערבן

אַדווערבן וואָס זיינען געוואָרן אויף יידיש איינאיינציקע ווערטער דאַרף מען ווייטער שרייבן — ווי איין וואָרט (זע יאָפע 1948: 61-50; 1950: 58-50). די אַדווערבן דיפערענצירן זיך אָפטמאָל פון קאָמבינאַציעס פון פּרעפּאָזיציע+אַדיעקטיוו און אַרטיקל+סובסטאַנטיוו און אַנדערע קאָמבינאַציעס). דוגמאות:

אָבעראַמאָל („ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל” אָבער: „אַמאָל קומט ער, אָבער אַמאָל ניט”);

אַדאַנק („אַדאַנק אים בין איך דאָ היינט” אָבער: „אַ דאַנק!”);

אַהערצו („מ׳דאַרף קומען אַהערצר” אָבער: „זי איז געקומען אַהער צו גאַסט”);

אויפסניי;

איבעראַיאָר („מיר וועלן זיך זען איבעראַיאָר”, אָבער: „איבער אַ יאָר מעג מען זיך שפּאַרן, איבער אַ טאָג איז ניט כדאי”);

איבעראַכטאָג;

איבערהויפט;

איבערמאָרגן;

איינמאָל („שוין איינמאָל אַוועק” אָבער: „איין מאָל, צוויי מאָל, דריי מאָל”);

אינאיינעם („גיין אינאיינעם” אָבער: „אין איינעם אַ טאָג”);

אינגאַנצן („אינגאַנצן ניט” אָבער: „אין גאַנצן צימער”);

אינדערפרי;

↤ 147

אַזייגער („פיר אַזייגער” ,אָבער: „אַ דינער וואָס גייט שלעכט”);

אינדערוואָכן;

אינמיטן;

אַכלל („אַכלל, מ׳דאַרף וואַרטן”, אָבער: „אַ כלל אַ שווערער”);

אַלעמאָל;

אַמאָל („אַמאָל זאָגט מען אַז יאָ, אַמאָל אַז ניין”, אָבער: „געווען דאָרטן אַ מאָל צען”);

אַניט („אַניט טויג ניט” אָבער: „ער איז אַ ניט מיט אַ גאָרניט”);

אַפּנים („אַפּנים קומען זיי היינט ניט”, אָבער: „אַ פּנים פון אַ העלפאַנד”);

אַפּשיטא;

אַקיצור („אַקיצור, מ׳וועט זיך זען מאָרגן” אָבער: „אַ קיצור פון יעדן אַרטיקל”);

אַשטייגער („אַשטייגער וואָס?”, אָבער: „אַ שטייגער לעבן וואָס איז ניי”);

באַצייטנס;

בייטאָג;

ביינאַכט;

וויאַמאָל („וויאַמאָל, אַמאָל יאָ, אַמאָל ניט”, אָבער: „אויפפירן זיך ווי אַמאָל, ניט ווי היינטיקע צייטן”; „אַרומפליען ווי אַ מאָל אַרום אַ לאַמפּ”);

וויבאַלד;

ווידעראַמאָל;

וויפיל (וויפל);

מיטאַמאָל;

↤ 148

נאָכאַמאָל („מ׳וועט נאָכאַמאָל [’ווידער’] פרעגן” אָבער: מ׳וועט נאָך אַמאָל [’ווען ניט איז’] פרעגן”);

פאַראַיאָרן;

פאַראַכטאָגן;

פאַרוואָס („פאַרוואָס קומסטו ניט” אָבער: „פאַר וואָס און פאַר ווען”);

פאַרטאָג;

פאַרנאַכט;

פאַרצייטן;

פונדעסטוועגן;

צוערשט;

צופיל;

צוריקגערעדט;

צוריקגעשמועסט;

צוריקוועגס;

קיינמאָל.

די סופיקסן ⸗קייט און ⸗הייט

אין טעקסטן וואו מ׳נוצט דעם פּתח צוויי יודן (ײַ) דאַרף מען אים אויך נוצן ביי די סופיקסן ⸗קײַט און ⸗הײַט, וואו ביי דער גרעסטער מערהייט יידיש ריידנדיקע הערט זיך aj — סיי אין ליטווישן יידיש סיי אין פּוילישן יידיש. די טענה, אַז פאַר פּוילישע יידן איז סתם פּתח צוויי יודן ā איז דאָ ניט שייך. דער וואָס רעדט פון דער היים פּויליש יידיש וועט דאָך דאָ ניט אַריינפאַלן אין קיין טעות און לייענען ā. נאָר וואָס יאָ: די תלמידים וואָס קומען צו יידיש ווי אָנהייבער וועלן ↰ 149 לייענען ריכטיק, לויטן סטאַנדאַרדן אַרויסרייד: ייידישקייט = jídiškajt פרײַהײַט = frájhajt. אמת, די אַרויסריידן מיט ej זיינען אין טיילן דרום⸗מזרח יידיש בנמצא, נאָר די זיינען אין מאָדערנעם יידיש געוואָרן אַ מיעוטא דמיעוטא. ווען דער תלמיד נוצט די ej פאָרמען ניט ריידנדיק קיין דרום⸗מזרח יידיש מאַכט עס אַ מאָדנעם איינדרוק. אַכלל: אמתדיקײַט, גרויסקײַט, יידישקײַט, פרײַהײַט, שיינהײַט. אַחוץ דעם, דיפערענצירט זיך — אין ליטעראַרישן אַרויסרייד — דער סופיקס ⸗הײַט ביי סובסטאַנטיוון פון סופיקס ⸗(ער)הייט ביי אַדווערבן: פרײַהײַט אָבער: פרײַערהייט.

מ׳, מען, מע

אַלע דריי פאָרמען זיינען באַרעכטיקט פאַרן ווערב: מ׳גייט, מען גיט, מע גייט. דער פאַרשפּרייטסטער וואַריאַנט סיי ביי יידישע שרייבער סיי אין גערעדטן יידיש איז: מ׳. מ׳ איז אויך די גלייכסטע ברירה פון פילאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. ס׳ווערט אַרויסגערעדט פאָנאָלאָגיש ווי אַ פאָרטראַף צום ווערב, ניט ווי אַ וואָרט פאַר זיך. אַז מ׳זעט אַ באַזונדער וואָרט מע, לייענט דער תלמיד פאַלש: „מע” = mɛ — והקול קול הלעמעלע. אַלע איינטראַפיקע ווערטער אויף ⸗ע האָבן טאַקע דעם פולן ע קלאַנג, אַשטייגער: מענדעלעס בע; (איך) זע; דער ליטווישער יע; און טאַקע — דעם לעמעלעס מע. דער מע האָט אויך אַנדערע קלאַנגיקע פונקציעס אין דער יידישער ליטעראַטור, ווי אַשטייגער ביי ל. שאַפּיראָ אין זיין יידישער מלוכה:

↤ 150

פון אַ חולאת האָט זי פאַרלוירן דאָס לשון, און דאָם מויל האָט זיך ביי איר אויסגעקרימט, און אַז זי האָט עפּעס געוואָלט האָט זי געזאָגט „מע”.

[שפּעטער אַ סך אין דער נאָוועלע]: די רביצין האָט פאַרקרימט מיט די אויגן צו דער טיר און געזאָגט: „מע”. דערנאָך איז זי געשטאָרבן.

(ל. שאַפּיראָ 1919: 8, 23)

וואָס שייך פאָנעטיק, הערט מען אַמאָל יאָ אַ שווא⸗קלאַנג, אַמאָל ניט: „אַז מ׳זאָגט זאָגט מען” ווערט אַרויס⸗גערעדט amızɔkt zɔktmın אָדער אָפטער נאָך: amzɔkt zɔktmın. דאָ איז אָבער פאָנעטיק לחלוטין ניט שייך, דאָ איז שייך די באַקוועמלעכקייט פון לייענען און שרייבן; אָט די באַקוועמלעכקייט איז ענג פאַרבונדן מיט דער פאָנאָלאָגישער סטרוקטור פונעם וואָרט. דער מ׳ איז ביים ריידן תמיד אַ פּרעפיקס צום ווערב, ניט קיין וואָרט פאַר זיך. באָראָכאָוו איז דאָ אַריינגעפאַלן מיט זיין טענה אַז ס׳דאַרף זיין דווקא מע (באָראָכאָוו 1913א: 21). זיין פּרואוו אַרויסצואוואַרפן דעם מ׳ (אַחוץ פאַר וואָקאַלן: מ׳איז) און נוצן נאָר מע, געהערט יענע פּאָר פּרטים וואו באָראָכאָווס פאָרשלאַגן האָבן גראַדע ניט אויסגעהאַלטן דעם עקזאַמען פון לעבן. אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה האָבן די ייוואָ תקנות עס אָנגענומען און די אויסגאַבעס וואָס היטן שטרענג דעם ייוואָ אויסלייג דערלויבן נאָר מע און מען. אַ סך שרייבער ביי וועמען די שרייבונג מע איז עסטעטיש ניט אָנגעלייגט, נוצן נאָר מען אין מאַנוסקריפּטן וואָס ווערן געשיקט אין זשורנאַלן וואָס נוצן דעם ייוואָ אויסלייג, כדי די רעדאַקציעס זאָלן ניט „פאַרריכטן” זייער מ׳ אויף מע. אַ שאָד.

וואָס שייך מען פאַרן ווערב: די פאָרמע איז אָפטער אַ סך ↰ 151 אין דער זשורנאַליסטישער, עסייאיסטישער און וויסנשאַפטלעכער פּראָזע איידער אין בעלעטריסטישן יידיש, וואו ס׳געוועלטיקט: מ׳. טשיקאַווע אַז מיט העכער אַכציק יאָר צוריק, האָט שוין די ווילנער רעדאַקציע פון לעבען און וויסענשאַפט (רעדאַגירט פון א. ליטווין) אין אַ הערה צו זאַמענהאָפס אַן אַרבעט, באַמערקט די פּרעפערענץ פון דער יידישער ליטעראַטור אין דעם פּרט (לגבי זאַמענהאָפס שרייבונג מי):

אין געלויפיקן ריידן זאָגט ניט דאָס פאָלק: „מי זאָגט”, „מי גייט”, „מי דאַרף”, נאָר: „מזאָגט”, „מגייט” „מדאַרף”. דערביי האָט דער „מ” אַ מין האַלבן קלאַנג, ענלעך צו אַ „שווא נע” אין העברעאיש. די יידישע שריפטשטעלער טוען דעריבער גוט, ווען זיי שרייבן אָפט אָט די ווערטער צוזאַמען און טיילן אָפּ דעם „מ” מיט אַן אַפּאָסטראָף (׳) [...]
(„אָנמערקונג פון דער רעדאַקציע”, זאַמענהאָף 1910: 110)
די אָרדינאַלע נומערן

אַ נטיה צו איבערפאָנעטיזירונג אין דער אָרטאָגראַפיע האָט גורם געווען אַז דער ייוואָ אויסלייג זאָל מבחין זיין צווישן און סטער\סטן, געווענדט אָן דער פאָנעטיק ביי פאַרשידענע נומערן אָבער (8טן אָבער 30סטן). גלייכער איז די אַלגעמיין אָנגענומענע שרייבונג טער\טן ביי אַלע ציפערן: 8טער\8טן, 13טער\13טן, 20טער\20טן, 141טער\141טן.

↤ 152

די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען

די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען זיינען אַזעלכע שריפטלעכע קאָמבינאַציעס וואָס קומען ניט פאָר אין דער געוויינלעכער סיסטעם פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע. זיי זיינען אַ מין פּאָפּולערע פאָנעטישע שריפט, ניט אָנקומענדיק צו קיין אַנדער אַלפאַבעט אָדער ספּעציעלע סימבאָלן. זיי קומען צוניץ ביים אויסלייגן פרעמדע ווערטער אָדער אַפילו זעלטענע יידישע נעמען וואו מען קען אַריינפאַלן אין אַ טעות. די פאַרשפּרייטסטע ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען זיינען אַי (aj) און עי (ej), און מ׳טרעפט אויך אָי (ɔj), אַו (au), אָו (ou), אָה (ō,‏ ōu). אָט די שרייבונגען „ציען אַרויס” אַ וואָרט פון דער אינטערדיאַלעקטישער שרייבונג, לויט וועלכער, אַשטייגער, אַ ליטוואַק קען לייענען וי ווי ej, אַ פּוילישער ייד קען לייענען יי ווי aj א.א.וו. מיט אַי און עי מיידט מען אויס טעותן אַפילו אין תחום פון ליטעראַרישן אַרויסרייד גופא, מחמת די מערהייט נוצט ניט קיין פּתח צוויי יודן.

ביי ווייניק באַקאַנטע געאָגראַפישע נעמען איז בפירוש כדאַי „אַרויסצוציען” די שרייבונגען פון דער אינטערדיאַלעקטישער סיסטעם” כדי ס׳זאָל לייענען ריכטיק, אַשטייגער: „בעטוסעקאָיד” אָנשטאָט „בעטוסעקויד” אויפן וועלשישן שטעטעלע Betws y Coed. דער וואָוו יוד ווערט דאָך געלייענט אין פאַרשידענע דיאַלעקטן אַנדערש (ej,‏ ou,‏ ɔj און נאָך). דאָ איז אפשר אויפן אָרט צו דערמאָנען די לאָנדאָנער צייטונג דאָס יידישע פאָלק רעדאַקטירט פון י. א. ↰ 153 ליסקי ז״ל, וואו דער אַדרעס פון דער רעדאַקציע, 13 Carysfort Road, איז אָנגעגעבן געוואָרן (ווי אין אַ סך אַמאָליקע לאָנדאָנער צייטונגען) מיט רויד אויפן ענגלישן Road. די שרייבונג שטיצט זיך אויף דער אָפטער עקוויוואַלענץ פון וואָוו יוד מיט ōu אין דעם רעדאַקטאָרס היימישן מזרח⸗גאַליציאַנער יידיש, ד.ה. רויד = rōud) Road), אויפן שטייגער למשל פון זיין מויד = mōud. אַנדערע, בתוכם די וואָס נוצן דעם ליטעראַרישן אַרויסרייד, וועלן דאָ לייענען rɔjd. אַכלל: בעסער איז דער „ספּעציאַליזירטער דיפטאָנג” „ראָוד”.

די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען האָבן אויך אַ נוץ ביי פרעמדע נעמען: באָלשאָי, טאָלסטאָי. דאָס אייגענע איז אגב אמת — און אפשר נאָך וויכטיקער — ביי זעלטענע יידישע דיאַלעקטישע נעמען וואו דער „אַלגעמיינער לייענער” קען לייענען פאַלש און ס׳קענען פאַרלאָרן גיין אַ וועלט מיט יידישע נעמען וואָס זיינען היינט „ניט אין דער מאָדע”. דוגמאות פון ליטווישן יידיש: די מענערישע פּרט⸗נעמען אַפראָימאָרע (פון אפרים⸗אהרן, יעיסקיע (פון יוסף, און בשעת מעשה מיידט מען אויס דריי יודן), מעינקע, מעישקע; דער פרויאישער נאָמען מאָינע (זע למשל אין מעינקע קאַצעט ס׳האָט דאָס וואָרט מיין באָבע מאָינע = מ. קאַץ 1939). אַזוי אַרום וועט עמעצער, וואָס רעדט אויף אַ דרומדיקן דיאַלעקט, ניט לייענען mṓunə.

עטלעכע טאָגטעגלעכע ווערטער שרייבן זיך מיט אַי און עי: דער חודש מאַי (אויך אַ נאָמען פון אַ קוסט); דער אויסרוף: העי! (≠ היי וואָס דער פערד עסט).

↤ 154

קיצורים און ראשי תיבות

(א) ביי ווערטער וואָס שטאַמען פון לשון קודש:

ביי אַ פאַרקירצונג פון אַן איינאיינציקן וואָרט, שטעלט מען אַן איינציק שטריכעלע נאָכן לעצטן אות: וכו׳ (וכולי), ה׳ (השם). ביי ראשי תיבות שטעלט מען צוויי שטריכעלעך (״) פאַרן לעצטן אות: ב״ה (ברוך השם), ז״ל (זכרונו לברכה), זצ״ל (זכר צדיק לברכה), נ״י (נרו יאיר), ע״ה (עליו השלום), ע״ש (עיקר שכחתי). ביי ראשי תיבות וואָס זיינען געוואָרן ווערטער פאַר זיך מעג מען אויסלאָזן די שטריכעלעך ש״ס = שס, תנ״ך = תנך, נאָר ביי נעמען פון רבניש בלייבן די שטריכעלעך: דער רננ״א (ramɔ́), דער גר״א (grɔ́).

(ב) ביי אַלע אַנדערע ווערטער:

ביי קיצורים וואָס שטאַמען ניט פון לשון קודש איז גלייכער צו נוצן דעם פּונקט צום סוף פון אַ פאַרקירצונג פון אַן איינאיינציקן וואָרט: ב. (באַנד), ז. (זייט), נ. (נומער), פּראָפ. (פּראָפעסאָר), פגל. (פאַרגלייך), רעד. (רעדאַקטאָר). ביים טיטל דאָקטאָר האָט זיך פעסט איינגעשטעלט ד״ר אַלס פּאַראַלעלע פאָרמע צו דר. ביי פּלוראַלן פאַרדאָפּלט מען רי פאַרקירצונג: בב. (בענד), זז. (זייטן), ננ. (נומערן).

ביי ראשי תיבות שטעלט מען אַ פּונקט נאָך יעדן אות וואָס שטעלט מיט זיך פאָר אַ באַזונדער וואָרט: א.א.וו. (און אַזוי ווייטער), נ.ב. (נאָכבאַמערקונג), נ.י. (ניו⸗יאָרק), פּ.ס. (פּאָסטסקריפּטום), צ.ב. (צום ביישפּיל).

↤ 155

אין די ייוואָ קרייזן נוצט מען שטריכעלעך ביי אַלע קיצורים, איין שטריכעלע ביי אַ פאַרקירצונג (ב׳, רעד׳), צוויי ביי ראשי תיבות (נ״י' = נרו יאָיר, ניו⸗יאָרק). אַלס אויסנאַם ווערט אָבער ד״ר געשריבן מיט צוויי שטריכעלעך.

די גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן

מאָדערניסטן מיידן שוין אויס אַ שיינע פּאָר יאָר די „גראַמאַטישע אַפּאָסטראָפן” סיי אויף פּאָסעסיוו סיי אויף די אָביעקטיווע בייגפאַלן ביי נעמען (סימעס בוך אויף סימע׳ס בוך, געזען דעבין אויף געזען דעבי׳ן). מ׳ווענדט זיי אָן בלויז ווען אָן דעם אַפּאָסטראָף איז לחלוטין ניט קלאָר, מערסטנס צוליב אַ פרעמדן נאָמען: קאָזאָ׳ס בוך ווייל קאָזאָ איז ניט קיין באַקאַנטער נאָמען און אָן דעם אַפּאָסטראָף דויערט לענגער זיך אָנצושטויסן; אַזוי אויך געזען קאָזאָ׳ן, ווייל די בייגונג פון פּרט⸗נעמען איז במילא ניט קיין מוז און אָנעם אַפּאָסטראָף איז ניט קלאָר צי הייסט דער מענטש קאָזאָ צי קאָזאָן.

וואו נאָר ס׳איז דאָ אַ ניט⸗קלאָרקייט (אַפילו אַ ניט⸗קלאָרקייט פאַרן אויג צוליב דעם וואָס אַ נאָמען ענדיקט זיך אויף אַ וואָקאַל), איז בעסער צו נוצן דעם אַפּאָסטראָף: גערדט מיט פעלישאַ׳ן, סט. אַנטאָני׳ס קאָלעדזש (St. Antony's‏ ≠ St. Antonis), עלע׳ס יינגעלע, געקומען מיט בלומע׳ן (≠ געקומען מיט בלומען).

אין טראַדיציאָנעלע קרייזן (דער עיקר חסידישע), היט זיך אויף דער אַפּאָסטראָף ווי אַ בעסטע גראַמאַטישע קאַטעגאָריע סיי ביים פּאָסעסיוו סיי ביי די בייגפאַלן, ניט שייך ↰ 156 צי דער נאָמען איז באַקאַנט צי ניט (משה׳ס בוך, אַ שמועס מיט דבורה׳ן).

ביידע סיסטעמען גילטן היינט צו טאָג. גראַדע דאָ, דאָ, איז דער טראַדיציאָנעלער באַנוץ אויסגעהאַלטן, און דער מאָדערן⸗ליטעראַרישער — צופעליק (געווענדט אין דעם שרייבערס חוש וועגן דעם וואָס איז קלאָר אָדער ניט קלאָר).

סעמיטיזמען

אויסערן געוועזענעם סאָוועטן⸗פאַרבאַנד ווערן ווערטער, וואָס געהערן דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט אין יידיש, געשריבן לויט זייער טראַדיציאָנעלער אָרטאָגראַפיע. אוריאל וויינרייך האָט געהאַלטן, אַז ס׳קען אַמאָל קומען אַ צייט ווען מ׳וועט די פאָנעטיזירונג פון סעמיטישן קאָמפּאָנענט שוין ניט פאַרבינדן מיטן קאָמוניזם און מ׳וועט ווידער נעמען ריידן וועגן רעפאָרמען (א. וויינרייך 1959: 427).

אין תחום פון דער טראַדיציאָנעלער שרייבונג גופא איז פאַראַן וואַריאַציע.

צו דער פראַגע חסר צי מלא ביים יוד, שרייבט מען פאַר איין קאָנסאָנאַנט מלא: ביטול, חילול השם, כיבוד אב, מידה, נידה, קליפּה, שיטה. פאַר צוויי קאָנסאָנאַנטן איז גלייכער שרייבן אָן דעם יוד פּשוט דערפאַר, וואָס אַ פעסטע טראַדיציע שרייבן חסר האָט זיך דאָ איינגעשטעלט, און דאָ שאַפט דער יוד אַ מאָדנע שריפט⸗בילד, און די מאָדנעקייט איז דוחה וועלכע ניט איז איינגערעדטע טיילווייזע פאָנעטישקייט, ווייל פאָנעטישקייט איז געגליכן צו ↰ 157 שוואַנגערשאַפט, חיות ווי ביי די ביידע זאַכן איז עס יאָ צי ניין, ניטאָ קיין „טיילווייז”. ווער ס׳קען ניט לייענען די ווייטערדיקע ווערטער וועט אים דער יוד שוין ניט העלפן: מדבר, מזרח, מלחמה, מנחה, מסחר, נבזה, נמאס, נסתר, פּנחס, פּנקס, פּרקי אבות, קנאה.

ביים מלאפּום פאַרקערט האָט זיך איינגעפעסטיקט די טראַדיציע אויף יידיש צו שרייבן מלא אומעטום, ניט שייך וויפל קאָנסאָנאַנטן ס׳קומען דערנאָך: חוש, נוסח, טומטום, יקום פּורקן.

ביים חולם שרייבט מען אויך מלא: דוחק, חושך, לומדות, סוחר, עולם הבא, שוטה. נאָר ביי די ווערטער כח און מח איז געבליבן די וואַריאַציע כח = כוח און מח = מוח. דעם נאָמען נח און דאָס וואָרט כהן שרייבט מען חסר.

אָנהייב וואָרט, דאָרטן וואו דאָס וואָרט היינט זיך אָן מיט ji, איז בעסער האַלטן זיך ביי דער טראַדיציע פון איין יוד: יחוד, יחוס, יראת הכבוד, ישוב, ישראל. די וואַריאַנטן מיט „ייִ” ('ייִחוד, ייִחוס א.א.וו.) זיינען סיי ניט די טראַדיציאָנעלע, צו וועלכע דאָס אויג איז צוגעוואוינט, סיי ניט קיין פאָנעטישע. ס׳איז פון יענע האַלבגעבאַקענע צופּאַסנדיקע רעפאָרמען וואָס האָבן געשפּילט יענע אידעאָלאָגישע פּשרה⸗ראַלע, אַ ראָלע וואָס איז היינט: אויסגעשפּילט.

און צום סוף אַ וואָרט וועגן קמץ⸗אלף און פּתח⸗אלף: אין דער טראַדיציאָנעלער וועלט, און אויך אין דער מאָדערנער שיינער ליטעראַטור אונדזערער, איז דאָ אַ מנהג ניט צו שטעלן דעם קמץ מיטן פּתח ביי סעמיטיזמען (ניט שייך צי אויף העברעאיש שטייט די נקודה אונטערן אלף צי אונטערן פריערדיקן קאָנסאָנאַנט), אַזוי אַרום: אבידה, אדם הראשון, אסור, אפּיקורסות, גבאות, דוגמאות, רמאות א.א.וו. אַזוי ווי ↰ 158 ביי אַ סך טראַדיציעס איז דאָ דאָ אַ פּראַקטישער נוצן וואָס מ׳קען אויפן ערשטן בליק פאַרקוקן: דאָס פעלן פון קמץ און פּתח איז אַ וויזועלער סיגנאַל דעם לייענער אַז דאָ איז אַ וואָרט אַ סעמיטיזם וואָס לייענט זיך ניט לויט דער פאָנעטישער סיסטעם. ער וועט זיך ניט נאַרן אַז דאָס וואָרט, טאָמער קען ער עס ניט, קען מען לייענען פאָנעטיש. די⸗אָ טראַדיציע איז ניט חל ביים אלף אָנהייב וואָרט ביי אַדווערבן, וואָס פונקציאָנירט ווי דער אומבאַטאָנטער אַדווערביאַלער פּרעפיקס אַ⸗ אין דער פאָנעטישער סיסטעם. דערפאַר איז דער דין: אַדרבא, אַוודאי, אַכלל, אַפּשיטא, אַפילו, אַקיצור.

↤ 161

ווערטער
די היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן

אַז ס׳גייט די רייד וועגן אַ היסטאָרישן קאָמפּאָנענט פון אַ שפּראַך, האַנדלט זיך ניט אין אַ וואָרט, ניט אין עטלעכע ווערטער דאָ און דאָרטן, ס׳האַנדלט זיך אין גרויסע בלאָקן פונעם ווערטער⸗אוצר פון דער שפּראַך. די בלאָקן זיינען אויף אַזויפל פאַרטראָטן, אַז אָן אָט אַזאַ און אַזאַ קאָמפּאָנענט וואָלט דאָס ניט געווען — די זעלביקע שפּראַך. די היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן קען מען סדרן אויף פאַרשידענע אופנים לויט די פאַרשידענערליי נויטווענדיקייטן און כוונות, למשל לויט זייער עלטער, זייער גייסטיק⸗פּסיכאָלאָגישן מעמד ביי פאַרשידענע גרופּעס, זייער השפּעה אויף תחומען אויסער לעקסיק (אַשטייגער: די פאָנעטישע השפּעה פון סלאַווישן קאָמפּאָנענט), און נאָך. דאָ ווערן די פאָרגעשלאָגענע פיר קאָמפּאָנענטן געסדרט לויט זייער מעגלעכן לעקסישן פאַרנעם אין מערסטע סטילן פון דער היינטיקער שפּראַך, מיט אַ באַוואָרעניש, און אַפילו אַ זיכערקייט, אַז אַ צוקונפטיקע סטאַטיסטישע שטודיע וועט אַריינפירן אַ ריי תיקונים און פאַרפיינערונגען אינעם כמותדיקן סדר (כאָטש אַזאַ סטאַטיסטישע שטודיע קען אויך ניט זיין קיין וויסנשאַפטלעך⸗אָביעקטיווע: ס׳וועט זיך ווענדן ווי מ׳ציילט און וואָס מ׳רעכנט אין קאָן אַריין, און דאָס ↰ 162 ווידער, וועט זיין געווענדט אין אַ ריי איינשטעלונגען מצד דעם סטאַטיסטיקער).

דער אמת איז, אַז די וואַריאירלעכקייט פון דער רעלאַטיווער שטאַרקייט פון די היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן איז אַ יסודותדיקער בוי⸗שטיין פון אונדזער היינטיקער סטיליסטיק. דער סעמיטישער קאָמפּאָנענט איז אַ סך שטאַרקער, סיי אין טראַדיציאָנעלן פרומען סטיל, סיי אין דער מאָדערנער עסייאיסטיק (אָפטמאָל ניט די זעלביקע ווערטער!). דער סלאַווישער קאָמפּאָנענט איז אַמשטאַרקסטן אין סטיליזאַציעס פונעם אַמאָליקן שטעטלדיקן יידיש. אין אַזעלכע סטיליזאַציעס איז שוואַכער דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט, וועלכער איז אָבער שטאַרקער אין זשורנאַליסטישן סטיל, א.א.וו. דער חומר אויף אַן אויסערגעוויינלעך וויכטיקער פאָרשונג ליגט גרייט אויפן טיש און וואַרט אויפן גואל.

(א) דער גערמאַנישער קאָמפּאָנענט: דער ספּעציפיש⸗ יידישער קאָרפּוס עלעמענטן, וואָס שטאַמען פון פאַרשידענע שטאָטישע דיאַלעקטן פון מיטל⸗הויך⸗דייטש, און וואָס זיינען ברובם אין יידיש אַריין בעת איר סאַמע בראשית. דוגמאות: גיין, זון, טיש, מיידל, מענטש, מויל, נעכטן.

(ב) דער סעמיטישער קאָמפּאָנענט: די נאָכתנכישע עלעמענטן פון העברעאיש און אַראַמיש, וואָס מערסטע זיינען אויך אַריין אין דער שפּראַך ביי איר סאַמע בראשית. דוגמאות: אַוודאי, אפשר, לבנה, מסתמא, פּנים, שבת, שטות.

(ג) דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט: די ניי⸗הויך⸗דייטשישע עלעמענטן וואָס זיינען צום גרעסטן טייל אַריין אין ניינצנטן יאָרהונדערט, דער עיקר דורך דער פּרעסע און די ↰ 163 פאַרשידענע פּאָליטישע און קולטורעלע באַוועגונגען און דורך דער נייער יידישער ליטעראַטור. דוגמאות: באַוועגונג, דערפאָלג, ליטעראַטור, צייטונג, קולטור, צוקונפט, שפּראַך.

(ד) דער סלאַווישער קאָמפּאָנענט: די סלאַווישע עלעמענטן, וואָס זיינען אַריין אין משך פון די הונדערטער יאָרן אין וועלכע יידיש האָט זיך קאָנצענטרירט אין מזרח אייראָפּע. דוגמאות: אָזערע, באָבע, זיידע, זשאַלעווען, טאַקע, פּלימעניצע, קעשענע. נאָכן חורבן האָבן זיך די מערסטע סלאַוויזמען סטיליסטיש איבערגערוקט צום תחום פון עמאָטיווע ליטעראַרישע ווערטער (למשל: גריזשען, סומאַטאָכע, ריטשען).

פאַרגעדענקען דאַרף מען, אַז ניט אַלצדינג אין דער שפּראַך לאָזט זיך קלאַסיפיצירן לויט אָטאָ די פיר קאָמפּאָנענטן. פאַראַן פון גאָר אַלטע צייטן אַ ביסל ראָמאַנישע ווערטער (למשל: בענטשן, לייענען, דער נאָמען יענטל); פון נייע צייטן, ווערטער פון נייעם העברעאיש (סאַברע, עליה, קיבוץ) און אַ סך אינטערנאַציאָנאַליזמען (סאַטעליט, פאַקס, ראַדיאָ וכו׳).

די סטיליסטישע קאָמפּאָנענטן

דאָס אַלץ (און אָן אַ שיעור נאָך) געהערט אָבער צו דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך, צו דעם וואָס הייסט ביי לינגוויסטן: די דיאַכראָניע. די סטיליסטיק גיט זיך אָבער אָפּ מיט דער סינכראָניע, מיט דער שפּראַך אַלס סיסטעם, אומאָפּהענגיק פונעם אָפּשטאַם פון די ↰ 164 עלעמענטן. זי אינטערעסירט זיך מיט דעם ווי אַזוי דאָס אַלץ וואָס געפינט זיך אין דער שפּראַך פונקציאָנירט, אין אַוועלכער ניט איז איינאיינציקער תקופה. זי קוקט ניט אויף די יחוס בריוו פון די עלעמענטן, סיידן דאָרטן וואו דער יחוס בריוו איז שייך צום איצטיקן באַנוץ. די סטיליסטיק אינטערעסירט זיך ניט, בדרך כלל, מיט דעם וואָס לבנה שטאַמט היסטאָריש פון סעמיטיש און זון פון גערמאַניש, מחמת דעם וואָס די ביידע ווערטער זיינען אין יידיש סטיליסטיש „נייטראַל”: מ׳טרעפט זיי אין אַלע סטילן פון דער שפּראַך, זיי לאָזן זיך ניט אידענטיפיצירן מיט אַוועלכן ניט איז ספּעציפישן סטיל. זיי געפינען זיך אין די רייד פון אַ פאָלקסמענטש און אַ פּראָפעסאָר, פון אַ יינגעלע און אַ פּאָעט. פאַרשטייט זיך, אַז ביי איטלעכן שרייבער איז אויך איטלעך סטיליסטיש נייטראַל וואָרט מסוגל צו ווערן חומר ביד היוצר. פאַר זיך זיינען דאָס אָבער ניט מער און ניט ווייניקער, דאָס וואָס הייסט ביים עולם „פּשוטע ווערטער”. ס׳מאַכט גאָרניט ניט אויס פון וואַנעט זיי שטאַמען, ניט אויף יידיש, ניט אויף פראַנצייזיש, ניט אויף טערקיש. דער סטיל בויט זיך פון אַ סך פאַקטאָרן, צווישן זיי: די אומצאָליקע שייכותן — אָפענע, סובטילע, מעגלעכע — צווישן די סטיליסטיש נייטראַלע עלעמענטן מיט די סטיליסטיש מאַרקירטע. דאָס „אַריינרוקן” אַן איינאיינציק מאַרקירט וואָרט שאַפט נאָך ניט קיין סטיל. דאָס אָנווענדן אַן אָנזעעוודיק סכום ווערטער אַזעלכע, צעשפּרייט איבער אַ טעקסט, שאַפט שוין יאָ אַ סטיל. פאַרשטייט זיך אַז דער סטיל באַשטייט ניט נאָר פון ווערטער נאָר פון דעם ווי אַזוי מ׳נוצט זיי.

אַוודאי, בוך, טיש, ים, נעכטן, זיינען זיינען סטיליסטיש ↰ 165 נייטראַל. האַנדלונג, מעלדן, פאָרשריט, צוזאַמענהאַנג, שריפטשטעלער זיינען זשורנאַליסטיש, און כאַראַקטעריזירן יידישע קולטורעלע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. דערגרונטעווען, יסודותדיק, ירושהדיקייט, קוצו של יוד, תכלית⸗הקיצורדיק געהערן דעם עסייאיסטישן סטיל. אָוונטיק, ביינאַכטיקייט, גליעדיק, מאַיאיק, ענד זיינען פּאָעטיש. גזירה שווה, געדרונגען, הערה, ראיה, סותר זיין זיינען לומדיש⸗אַקאַדעמיש. חליצה, יאָרצייט ליכט, מעביר זיין די סדרה, מאַכן אַ ברכה, נידה, געהערן דעם טראַדיציענעלן יידישן לעבן. אונטערוויסיק, אַליינמאָרד, מיגלעך, פּרואוול, פירלייגן זיינען כאַראַקטעריסטיש פאַרן סטיל פון די ניו⸗יאָרקער אויסבויאיסטישע פּובליקאַציעס.

דערנאָך גייען די אַלע עלעמענטן וואָס געהערן אונדזערע דיאַלעקטן און וואָס זייער קאָנצענטרירטער באַנוץ גיט אַ טעקסט אַ דיאַלעקטיש⸗רעגיאָנאַלע באַפאַרבונג, למשל: אַזאַן, געגאַן, ווע׳מיר, פינעף, צוועלעף אויף צו באַפאַרבן אַ טעקסט דרום⸗דיאַלעקטיש; אַ פולע, ביזל, די קאָפּ, נאַכער, צוואַנציק⸗צוויי אויף צו באַפאַרבן אַ טעקסט צפון⸗דיאַלעקטיש. רעגיאָנאַלע באַפאַרבונגען זיינען אויך בנמצא אין דער שפּראַך פון די היינטיקע גרויסע צענטערס: אָטשערעד (’ריי’), דעפיציט (’מאַנגל’), צוויי אָן צען (’צען מינוט פאַר צוויי’) ביי רוסישער באַפאַרבונג; אָלרייט, יעס, דזשענטלמען ביי אַמעריקאַנער באַפאַרבונג.

סטיליסטישע קאָמפּאָנענטן זיינען פּלאַסטיש. די שענסטע פּאָעמע קען זיך באַנוצן מיט אַן איינאיינציק וואָרט וואָס איז גראַדע בדרך כלל כאַראַקטעריסטיש פאַרן זשורנאַליסטישן סטיל. דער סטיליסטישער מהות פון אַ וואָרט איז אויב אַזוי אין בעסטן פאַל אַ רעלאַטיווער ↰ 166. דער שרייבער קען דאָ גובר זיין, און סטיליסטיש מחדש זיין, דורך נעמען אַ וואָרט פון איין סטיליסטישן קאָמפּאָנענט און עס אָנווענדן ביי אַ צווייטן. זע למשל שניידערס שטודיע וועגן דעם „מיסטישן דיאַלעקט” אין דער יידישער דראַמע, וואו ער באַווייזט ווי אַזוי די „זשורנאַליזמען” פילייכט, וואונדערבאַר, אום (’כדי’) זיינען געוואָרן פּאָעטיש⸗מיסטישע ווערטער אין די הענט פון דוד פּינסקי (שניידער 1988: 115).

וואָס הייסט „דייטשמעריש”?

דער קריזיס אין דער היינטיקער יידישער סטיליסטיק נעמט זיך פון דעם וואָס די אויסבויאיסטן פירן אַ קאַמפּאַניע אַרויסצואוואַרפן מאַסעס יידישע ווערטער וואָס זיי האַלטן פאַר „דייטשמעריש”. מיר האַלטן אַז די פּראָבלעם „דייטשמעריש” וואָלט „אין פּרינציפּ” ניט געדאַרפט שטיין אויפן סדר היום פון דער יידישער סטיליסטיק אויף דער שוועל פון איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. וואָס טויגן אָבער פּרינציפּן, אַז די פראַגע שפּילט נאָך די הויפּט⸗ראָלע אין אונדזער נייער סטיליסטישער ליטעראַטור. מיט דעם אַליין שטייט שוין דער ענין הויך אויפן סדר היום ווי „אַן ענין ביי די סטיליסטן”.

איידער מ׳גייט פירן דעבאַטע, דאַרף מען אָבער זיך און יענעם געבן צו פאַרשטיין אין וואָס עס האַנדלט זיך. וואָס איז אַזוינס דייששמעריש? אַז מ׳זאָל פּרובירן דעפינירן דאָס וואָרט ווי ס׳ווערט היינט באַנוצט צווישן שרייבער, לערער, ↰ 167 סטודענטן, יידישע לינגוויסטן, רעדאַקטאָרן, וועט דאָס אפשר זיין „ווערטער פונעם מאָדערנעם דייטש, וואָס מ׳האָט אין ניינצנטן יאָרהונדערט אַריינגעפירט אין יידיש, און וואָס טויגן היינט ניט צו אַ גוטן יידיש”. די ווערטער פראַגע, קולטור, שפּראַך זיינען טאַקע פון נייעם דייטש נאָר זיי ווערן ביי אַלע אָנגענומען. פאַרקערט אַרצט (’דאָקטער’), מונד (’מויל’), שטראַסע (’גאַס’), וואָס פיגורירן פּראָמינענט אין דער פּרעסע און דער מאַסן⸗ליטעראַטור פון סוף ניינצנטן אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָבן זיך ניט איינגעוואָרצלט. דאָס פּשוטע פאָלק האָט זיי ניט גענומען נוצן, אונדזערע קלאַסיקער און זייערע נאָכפאָלגער האָבן זיי ניט גענומען נוצן, און אַז ס׳איז אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט אויסגעוואַקסן די נייע יידישע פילאָלאָגיע, האָט מען שוין במילא אָנגעוויזן, אָן די ווערטער טויגן ניט צו אַ גוטן יידיש. פאַרוואָס ניט? דער עיקר, וואָלטן מיר געזאָגט, ווייל זיי האָבן זיך ניט איינגעוואָרצלט ניט ביים פאָלקסמענטש, ניט ביי שרייבער, זיי זיינען געבליבן פאָסיליזירטע רעליקן פון דער אַמאָליקער פּאָליטישער פּרעסע, ווי אויך פון דער ביליקער ליטעראַטור. אַנדערע וואָלטן האַלטן אַנדערש, וואָלטן געקומען מיט אַ „לאָגישער” טענה, דהיינו: אַז אָטאָ די ווערטער האָבן קיין זאַך ניט צוגעגעבן יידיש, זיי האָבן מערניט אַרויסגעשטופּט גוטע יידישע ווערטער. צי מען האַלט זיך ביי דער היסטאָרישער טענה („זיי האָבן זיך ניט אָנגענומען און אַזוי איז עס”), צי ביי דער לאָגישער („די גיבן קיין זאַך ניט צו”) בלייבט די אייגענע מסקנא: פאַראַן אַ דעת הכלל, אַז זיי טויגן ניט. מיר האַלטן אַז דאָ ווי אומעטום אין דער שפּראַך געשיכטע האָט געווירקט דער עיקר דער היסטאָרישער פאַקטאָר (ווערטער האָבן אויך מזל און גורל), ↰ 168 און ניט דער לאָגישער; „לאָגיק” איז נאָר דאָ (אַמאָל) אינעם לינגוויסטס אַנאַליז לאחר המעשה.

דערנאָך איז דאָ די דריטע גרופּע: ווערטער וואָס סיי פאָלקסמענטשן, סיי אונדזערע בעסטע שרייבער נוצן זיי, נאָר טייל מיטגלידער פון דער פילאָלאָגישער סעקציע פון דער ווילנער ייוואָ — אונטער מאַקס וויינרייכס השפּעה — האָבן זיי גענומען „פּסלען”, אַפילו דאָרטן וואו ס׳איז ניטאָ קיין גענויער פאַרבייט מיט אַן אַלטן יחוס בריוו; דאָרטן האָט מען גענומען פאָרשלאָגן נעאָלאָגיזמען אָדער שעפּן פון דיאַלעקטיזמען און אַרכעאיזמען.

איז באַלד אויף אַן אָרט זעט מען, אַז דער פּאָפּולערער באַנוץ פון וואָרט דייטשמעריש טויג ניט צו קיין וויסנשאַפטלעכער, סטיליסטישער דיסקוסיע, ערשטנס צוליב דער עמאָציאָנעלער אָנגעלאָדנקייט פון וואָרט, צווייטנס צוליב דער סוביעקטיווקייט אין זיין באַנוץ: „די ווערטער, וואָס מיר געפעלן, זיינען גוטע יידישע ווערטער, אַפילו אויב זיי זיינען אַריין אין יידיש ערשט אין ניינצנטן יאָרהונדערט; די ווערטער וואָס מיר געפעלן ניט, זיינען באַרבאַרישע דייטשמעריזמען”. אַפּשיטא, אַז מיט אַזאַ דעפיניציע, קען מען קיין שקלא וטריא ניט פירן...

עטלעכע מאָל האָב איך זיך באַמיט אָפּצוראַטעווען דעם טראַדיציאָנעלן טערמין דורך געבן אים אַ מער פּרעציזע דעפיניציע. איצטער בין איך זיך מודה ומתוודה, אַז ס׳איז מיר ניט געלונגען. אין דער הקדמה צו דער נייער אויפלאַגע פון האַרקאַוויס דריישפּראַכיקן ווערטערבוך האָב איך פאָרגעשלאָגן אָט וואָס:

[...] „דייטשמעריש” אין גענדזנפיסלעך באַנוצט דאָ אין פּאָפּולערן און אין סאָציאָלאָגיש⸗סטיליסטישן זין: ↰ 169 „ליי⸗ווערטער פונעם מאָדערנעם דייטש וואָס די קלאַסיקער און זייערע נאָכפאָלגער נוצן ניט און האַלטן פאַר ניט⸗צוגעפּאַסט צו יידיש”. אָן די גענדזנפיסלעך איז דייטשמעריש אַ לינגוויסטישער וויסנשאַפטלעכער באַגריף וואָס מען קען אָביעקטיוו אָפּמעסטן: אַלע ליי⸗ווערטער פון דייטש וואָס זיינען אַריינגענומען געוואָרן ערשט אין ניינצנטן יאָרהונדערט. לויט אָט דער וויסנשאַפטלעכער דעפיניציע איז קלאָר אַז אַזעלכע ליי⸗ווערטער געפינען זיך אין אַלע סטילן יידיש.
(ה.⸗ד. קאַץ 1988א: xxxiii)

אַ ברייטערע דעפיניציע, וואָס זאָל זיך לאָזן אויסשפּרייטן אויך איבער עלטערע תקופות פון דער שפּראַך, האָב איך פאָרגעשלאָגן אין אַן איבערבליק איבער דער געשיכטע פון דער יידישער לעקסיקאָגראַפיע:

היינט צו טאָג האָט דאָס וואָרט דייטשמעריש אַ סאָציאָלאָגישן פּשט, דהיינו ’ווערטער אין יידיש וואָס שטאַמען פונעם מאָדערנעם דייטש און וואָס טויגן ניט צו אַ גוטן יידיש’. ניט אַזוי לאַנג צוריק, היסטאָריש גערעדט, סוף ניינצנטן אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, בפרט אָבער לויט דער השגה פון אַ ריי רעדאַקטאָרן און שרייבער, זיינען דאָס געווען ווערטער וואָס מען דאַרף גאָר אַריינפירן אין יידיש. אַזוי צי אַזוי איז די מאָס אַ סוביעקטיווע. פאַרן סאָציאָלאָג זיינען אָט די אַלע מיינונגען העכסט אינטערעסאַנט ווי רויוואַרג אויף וועלכן ס׳בעט זיך אַן אַנאַליז. פאַרן לינגוויסט מוז אָבער זיין אַן אָביעקטיווער טייטש וואָס שפּיגלט אָפּ געוויסע עמפּירישע פאַרהעלטענישן וואָס לאָזן זיך באַשיימפּערלעך דערווייזן. אָט אַזאַ מין טייטש קען מען טענטאַטיוו פאָרלייגן: דייטשמעריש זיינען די אַלע פאָרמען וואָס זיינען אין וועלכן ניט איז נוסח יידיש אַריינגענומען געוואָרן פונעם קאָטעמפּאָראַלן דייטש, להיפּוך צום גערמאַנישן חלק אין יידיש וואָס איז פון ↰ 170 דור⸗דורות איבערגעגעבן געוואָרן בירושה פון דער קדמון⸗יידישער תקופה. [...] אַזוי אַרום קען דער לינגוויסט קלאַסיפיצירן אַ ווערטערבוך פון דייטשמעריש ניט געקוקט אויף דעם צי דאָס איז אַ רשימה פּסולס צונויפגעשטעלט פון אַ יידישן שפּראַך⸗פּוריסט צי אַ רשימה רעקאָמענדירטע ווערטער וואָס אַ משכיל האָט מיט קאַרבע צוויי הונדערט יאָר צוריק אַרויסגעגעבן.
(ה.⸗ד. קאַץ 1990: 204-203)

איך האָב אַפילו אַריינגעפירט דאָס וואָרט אויף ענגליש, ווי אַ טערמין אויף צו באַצייכענען יענע אַלע אַלט⸗יידישע טעקסטן וואָס טאַנצן נאָך דעם דעמאָלטיקן דייטש אָנשטאָט אָפּצושפּיגלען די דעמאָלטיקע גערעדטע יידישע שפּראַך (זע ה.⸗ד. קאַץ 1987ב: 48-47).

כאָטש איך האַלט נאָך היינט אַז מען קען דעפינירן דאָס וואָרט דייטשמעריש וויסנשאַפטלעך, זע איך איצטער איין אַז ס׳האָט ניט קיין זין: מיט גענדזנפיסלעך, אָן גענדזנפיסלעך, מיט אַ נאדל, אָן אַ נאדל: אַז אַ וואָרט ווערט פּאָפּולער באַנוצט אין אַ געוויסן זין, האָט דער לינגוויסט אַ קנאַפּע רעכט צו קומען מיט „בעסערס”: ער וויל ריידן וועגן עפּעס וויסנשאַפטלעך, טאָ זאָל ער ריידן און נוצן דערביי וויסנשאַפטלעכע ווערטער. וויסנשאַפטלעכע טערמינען זיינען ביסודם — איינטייטשיק און ניט⸗עמאָציאָנעל.

די ווערטער וואָס זיינען אַריין פון ניי⸗הויך⸗דייטש רוף איך אָן, אינאיינעם גענומען: דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט אין יידיש. אים געהערן, ווי מיר האָבן געזען, אַ גרויסע צאָל ווערטער וואָס ווערן גענוצט אין אַלע סטילן יידיש. נאָר אַ משוגענער ממש וואָלט וועלן „אויסרייניקן” יידיש פונעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט זיינעם. דאָ גייט ניט ↰ 171 אין דעם צי מיר (צי אַנדערע) זיינען „צופרידן” וואָס יידיש האָט זיך מאָדערניזירט אין ניינצנטן יאָרהונדערט אָנקומענדיק צו דייטש און ניט צו קיין אַנדער שפּראַך, דעם פאָרשערס געפילן שפּילן דאָ אַ קנאַפּע ראָלע. אין יידיש זיינען דאָס יידישע ווערטער פּונקט ווי אַלע אַנדערע. אַז מ׳קעמפט קעגן זיי היינט קעמפט מען ניט קעגן דייטשישער השפּעה אויף יידיש, מ׳קעמפט קעגן אַן אָנזעעוודיק טייל פון מאָדערנעם יידיש.

נאָר וואָס, אַחוץ די טויזנטער יידישע ווערטער פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט, זיינען פאַראַן אַ שלל וואָס געהערן דער קאַטעגאָריע אַרכעאיזמען, טאַקע ווי אַרצט, מונד און שטראַסע וואָס זיינען היינט נאָר אינטערעסאַנט פאַרן היסטאָריקער פונעם מאָדערנעם יידיש, און וויכטיק — פאַר די וואָס שטודירן די פּאָליטישע פּרעסע פון יענער צייט, פאַרן ליטעראַטור היסטאָריקער וואָס פאַרנעמט זיך מיט דער ביליקער ליטעראַטור פון יענער צייט, פאַרן לינגוויסט וואָס שטודירט אַלע סטילן וואָס זיינען געווען.

די מלחמה קעגן יענעם טייל פונעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט וואָס דאָס פאָלק האָט גענומען רופן דייטשמעריש, האָבן ברמיזא געפירט די קלאַסיקער און בהדיא די פילאָלאָגן. שלום עליכם האָט אַראָפּגעריסן שמר׳ס „מהיכא תיתי דייטש” (1888ב: 82). דער אמתער קאַמף קעגן דייטשמעריש אין אַלע שפּראַכיקע תחומען — אויסלייג, ווערטער⸗אוצר, מאָרפאָלאָגיע, סינטאַקס — איז אָבער אָנגעפירט געוואָרן אין די יאָרן באַלד נאָך דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ, אין אַ גרויסער מאָס אויף די שפּאַלטן פון ליטווינס ווילנער זשורנאַל לעבען און וויסענשאַפט (זע אַשטייגער זאַמענהאָף 1909, 1910; ↰ 172 פּרילוצקי 1909; י. ט. 1910; ניגער 1912). ניגער האָט אין 1912 אַנאַליזירט דעם שפּראַך⸗פּסיכאָלאָגישן מקור פון דייטשמעריש: אַן „אויסדרוק פון קליינשטעטלדיקער פאַראַכטונג צו יידיש און דער נאָכמער קליינשטעטלדיקער דרך ארץ פאַר דייטש” (ניגער 1912). וועגן דעם לכתחילהדיקן אַריינשטראָם פון דעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש האָט מען שוין געשריבן ניט איין מאָל (זע אַשטייגער שלאָסבערג 1937; ראָסקעס 1974; ד.⸗ב. קערלער 1988). אין זיין עסיי, „דער שורש פון דייטשמעריש” האָט זעליק קלמנאָוויטש פּרובירט דיפערענצירן אַ שפּראַך⸗פּסיכאָלאָגישן מאָטיוו ביי די ניי⸗דייטשישע ווערטער, וואָס טראָגן אַריין נייע באַגריפן („גוטע דייטשמעריזמען”) און אַזעלכע, וואָס שטופּן אַרויס גוטע יידישע ווערטער („שלעכטע דייטשמעריזמען”). ער שטעלט זיך אָפּ אויף דער צווייטער קאַטעגאָריע און טענהט אַז די דייטשמערישע פאַרפלייצונג איז בעצם געוואַקסן פון אַ ביטולדיקער באַציאונג צו יידיש, אַ געפיל, אַז דייטש איז עפּעס „העכער” (קלמנאָוויטש 1938).

צו דער פראַגע וועגן דעם אורשפּרונג פון עלעמענטן וואָס זיינען אַריין אין יידיש פונעם דייטש פון אַוועלכער ניט איז שפּעטערער תקופה (ד.ה. זיי זיינען ניט די אוראַלטע געירשנטע ווערטער פונעם גערמאַנישן קאָמפּאָנענט אין יידיש), האָט קלמנאָוויטש רעכט בנוגע דער עלטערער צייט — ביזן ניינצנטן יאָרהונדערט. אין דער מאָדערנער תקופה זיינען אָבער געווען אַלערלייאיקע מאָטיוון (בתוכם: פּאָליטישע אידעאָלאָגיעס, סאָציאַלע מאָדערניזאַציע, קולטורעלע אויפבליאונג, וויסנשאַפטלעכע טערמינאָלאָגיע און נאָך). צו דער עלטערער צייט איז גענוג ↰ 173 צו דערמאָנען, אַז די קריסטלעכע געלערנטע וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט יידיש האָבן די נטיה באַמערקט. דער גרויסער אָריענטאַליסט בוקסטאָרף האָט געשריבן אָנהייב זיבעצנטן יאָרהונדערט, אַז די יידן מיט אַ ביסל מער בילדונג באַמיען זיך צוצופּאַסן צו דער דייטשישער שפּראַך (בוקסטאָרף 1609: 652). וואַגענזייל, דער היסטאָריקער פון דער יידישער ליטעראַטור, האָט צום סוף פון יענעם יאָרהונדערט אָנגעוויזן אַז אין „נייערע ביכער” טרעפט זיך דער פּרעפיקס ער⸗ אָנשטאָט דער⸗ (וואַגענזייל 1699: 87).

ביים אויפקום פון דער נייער יידישער פילאָלאָגיע, און טאַקע באַלד ביי איר אויפקום, איז דער ענין דייטשמעריש געשטאַנען אויפן סדר היום. אָט שרייבט באָראָכאָוו:

אַזוי ווי די דריי עלעמענטן, דייטש, העברעאיש⸗אַראַמעאיש און סלאַוויש, דערפילן פאַרשיידענע פונקציעם אין דער שפּראַך, דעריבער שטערט ניט די געמישטקייט פון יידיש צו זיין אַנטוויקלונג: פאַרקערט, דורך דעם ווערט אונדזער שפּראַך נאָר רייכער אין ווערטער און אויסדרוק מעגלעכקייטן. ס׳געפינט זיך אָבער אין אונדזער שפּראַך אויך אַ פערטער, אינטעליגענטישער עלעמענט, דער יינגסטער פון אַלע, וואָס איז סותר דעם בוי פון די אַנדערע עלעמענטן און קאָן זיי כמעט ניט דערגאַנצן. דער עלעמענט רופט זיך אָן „דייטשמעריש”, ער מאַכט קאַליע אונדזער שפּראַך און קאָן זי טאַקע ברענגען צו דער מדרגה פון אַ מיאוסן זשאַרגאָן.
(באָראָכאָוו 1913א: 11)

באָראָכאָוו איז ממשיך און רעכנט אויס אַ ריי פאָרמען וואָס מ׳דאַרף פון זיי פּטור ווערן, צווישן זיי די פּרעפיקסן ענט⸗, ער⸗ אויף רי עכט יידישע אַנט⸗, דער⸗, דאָס ניט איבערדרייען קאָנווערבן („זי איבערזעצט” אָנשטאָט „זי ↰ 174 זעצט איבער”) און נאָך און נאָך.

באָראָכאָוו האָט אָבער גוט פאַרשטאַנען, אַז ניט אַלץ וואָס דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט האָט אין יידיש אַריינגעטראָגן איז שלעכט, אַז ניט פון אַלץ דאַרף מען פּטור ווערן. פאַרקערט, ער האָט אויפגעוויזן מיט קלאָרע ביישפּילן ווי אַזוי אָט דער עלעמענט האָט יידיש באַרייכערט. זיין מסקנא:

פאַרשטיין די מעלות און חסרונות פון די אינטעליגענטישע שפּראַך עלעמענטן איז דערפאַר באַזונדערס וויכטיק פאַר דער יידישער פילאָלאָגיע [...]
(באָראָכאָוו, דאָרטן: 14)

באָראָכאָוו האָט אויך אָנגעוויזן וואָס פאַר אַן עשירות איז צו יידיש צוגעקומען, פאַרגלייכנדיק די אַלטע קונץ, קונציק, בוידעם, האַר מיט קונסט, קינסטלעך, באָדן, הער, וואָס זיינען אַריין פון נייעם דייטש ערשט אין ניינצנטן יאָרהונדערט. ער איז געגאַנגען נאָך ווייטער:

פּונקט אַזוי ווי ביי אַנדערע פעלקער, וועט אויך ביי אונדז די רעפאָרם מוזן זיגן, אויב אונדזער אינטעליגענץ וועט נאָר האָבן דעם מוט אַוועקצואוואַרפן די שלעכטע שפּראַך געוואוינהייטן, אויסצוראַמען מיט אַ ברייטן בעזעם אַלע יענע „דייטשמערישע” עלעמענטן, וואָס פּאַסן ניט צו דער יידישער שפּראַך און באַרייכערן זי ניט. אַריינטראָגן אין אונדזער שפּראַך נייע דייטשע ווערטער — מהיכא תיתי! אָבער זיי מוזן ווערן פאַריידישט, צוגעפּאַסט צו די פאָנעטישע און גראַמאַטישע פאָרמען פון אונדזער פאָלקס⸗לשון. [...]
(באָראָכאָוו, דאָרטן: 15)

↤ 175

אין דער צווישן⸗מלחמהדיקער מזרח אייראָפּע, ווען מ׳האָט געקוקט אויף דער יידישער פילאָלאָגיע ווי אויף אַ לעבעדיקן גליד פון דער נייער יידישער קולטור — הלוואַי וואָלט מען אַזוי היינט אויף דער זאַך געקוקט — האָט מען געהאָפט, אַז די וויסנשאַפטלעכע שטודיעס וועלן האָבן אַ השפּעה אויף דער פּרעסע שפּראַך, וואו „אַזעלכע עלעמענטן” האָבן זיך אויפגעהאַלטן מער ווי אומעטום.

דעם קאַמף קעגן דעם ניט⸗אָנגענומענעם טייל פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט האָבן געפירט אַנדערע יידישע פילאָלאָגן אַזש ביז דער שוועל פון דער צווייטער וועלט מלחמה. נאָך דעמאָלט האָט נח פּרילוצקי, אַרויסלאָזנדיק דעם ערשטן באַנד יידיש פאַר אַלע אין 1938, אַרויסגערופן ניט מער און ניט ווייניקער צו: „אַ הייליקן קריג קעגן דעם דאָזיקן פאַרוואָרלאָזטקייט, שעדיקעריי און וואַנדאַליזם” (פּרילוצקי 1938א: 8). גערעדט האָט ער וועגן דער דעמאָלטיקער פּרעסע.

אַ טשיקאַווער קאַפּיטל זכרונות וועגן דער פראַגע, אין דער אָרטאָדאָקסישער פּרעסע, איז לעצטנס דערשינען אין ניו⸗יאָרקער דאָס אידישע וואָרט.

דער גערער רבי האָט פאַרבעטן די שרייבער פון טאָגבלאַט אויף אַ געמיטלעכן שמועס, און איינע פון די שאלות, וואָס ער האָט זיי געהאַט צו שטעלן, איז געווען:
— הלמאַי זענען די מאמרים פול מיט פרעמדע ווערטער?
— אַז איך בין עס נישט תופס — האָט דער רבי צוגעגעבן מיט אַ שמייכל — איז דאָך במציאות, אַז נאָך אַנדערע יידן פאַרשטייען עס נישט?
— דער תירוץ איז אַ גאַנץ פּשוטער — האָט איינער פון די שרייבער זיך געכאַפּט מניה⸗וביה אויף אַ קלוגן ענטפער — מיר אַליין קענען נאָך נישט ריכטיק די מלאכה פון שרייבן און ↰ 176 אַז מיר׳ן, אם ירצה השם, זיך אויסלערנען וועט מען טאַקע וויסן ווי אַזוי צו שרייבן גאָר פּשוט”...
די פראַגע „ווי אַזוי צו שרייבן” איז גריילעך געווען אַ היפּש קאָמפּליצירטע פאַר דער יונגער, אַמביציעזער און זעלבסט⸗אויסקומערישער אָרטאָדאָקסישער צייטונג. די שוועריקייטן זענען נישט געווען בלויז אויף דעם איינעם פּונקט, פון געברויכן ניי⸗מאָדישע פרעמדווערטער. דער גאַנצער עסק מיט אַ פרום⸗אָפּגעהיטענער צייטונג האָט שיער נישט באַדייט אַ „דבר בהיפּוכו”, אַ שפּיל פון קאָנטראַסטן. זייער אָפט האָט עס בפּועל ממש געמיינט אָנכאַפּן דעם שטעקן ביי ביידע עקן, שפּילן זיך מיט פייער און נישט אָפּבריען די פינגער.
(פּראַגער 1992: 69)

לייענענדיק צווישן די שורות, ווערט קלאָר אַז די „פרעמדע ווערסיער” זיינען די אַלע וואָס ווערן אין פאָלקס⸗באַוואוסטזיין, סיי ביי פרומע סיי ביי פרייע, אויפגענומען ווי יענע וואָס כאַראַקטעריזירן דעם שיכט פון דער שפּראַך וואָס שטעלט מיך זיך פאָר די נייע וועלטלעכע קולטור פון ניינצנטן און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

דאָ גייט די רייד, פאַרשטייט זיך, וועגן יענע טיילן פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט וואָס זיינען געוואָרן כאַראַקטעריסטיש פאַרן פּרעסע סטיל און די פּאָליטישע און קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס (בתוכם — די יידישיסטישע). וועגן דעם אַז טייל פון אָרטאָדאָקסישן סעקטאָר האָט ביי די סעקולאַריסטן איבערגענומען די „פּרעסע שפּראַך”, איז געגאַנגען די רייד ביי באַשעוויסן אין זיין בעל תשובה:

ניין. דאָס איז נישט געווען דער סאָרט רבי, וואָס מאָדערנע אָרטאָדאָקסן קאָנען פירן אויף קאָנפערענצן, נעמען פון אים פּיקטשורס און לאָזן אים האַלטן רעדעס אויף באַנקעטן, וואו ↰ 177 מען גרייט צו הויכע בודזשעטן. דאָס איז געווען אַ ייד פון אַלטן שניט. ער האָט גאָרנישט געברויכט אַחוץ אַ גלאָז טיי, אַ ביסל האָבערגריץ, אַ פּאָר אַלטע ספרים און אַ מנין. ער האָט נישט געוואָלט פאַרזאָרגן די וועלט אָדער אַפילו דעם כלל ישראל מיט פרומקייט. ער האָט נישט געלייענט קיין צייטונגען. ער האָט נישט געקאָנט דעם יידיש, וואָס די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן האָבן איבערגענומען פון די אַפּיקורסים.
(באַשעוויס 1974: 58)

אַלץ איז געווענדט אין מאָס, אַלץ איז רעלאַטיוו. אין דער קאָנפיגוראַציע פון אונדזערע גדולים ווייזט זיך גאָר אַרויס, אַז באָראָכאָוו, רייזען און פּרילוצקי זיינען געווען די מעסיקע: זיי האָבן געקעמפט קעגן ווערטער וואָס האָבן זיך ביים פאָלק און אין דער שיינער ליטעראַטור ניט אָנגענומען און וואָס זיינען געבליבן אין דער ביליקער פּרעסע. אַ סך ווייטער זיינען געגאַנגען יענע פילאָלאָגן וואָס האָבן זיך אויפגעהאָדעוועט אין דייטש ריידנדיקע סביבות, אָדער זייער העכערע בילדונג באַקומען אין דייטש ריידנדיקע אוניווערסיטעטן (אין די מערסטע פאַלן — די ביידע זאַכן). ביי זיי איז דער ענין געוואָרן אַ פּערזענלעכער קאָמפּלעקס. עס פאַרמינערט אויף קיין האָר ניט זייערע וויסנשאַפטלעכע אויפטוען, דאָס וואָס אויפן סטיליסטישן פראָנט האָבן זיי געליטן פון אַ מין געפיל אַז מ׳דאַרף כסדר פירן מלחמות קעגן דעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש. די מער עקסטרעמע דאָ זיינען גראַדע געווען שלמה בירנבוים און מאַקס וויינרייך. ביי בירנבוימען איז די קעגנערשאַפט צום ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט וואָס אין יידיש געווען ניט אָפּצוטיילן פון זיין ליבשאַפט צום טראַדיציאָנעלן יידישן ↰ 178 פאַר⸗משכילישן רעליגיעזן לעבן, זיין גלויבן, אַז די מאָדערנע ציוויליזאַציע האָט קאַליע געמאַכט דאָס לעבן מיט דער שפּראַך אינאיינעם (זע בירנבוים 1979: 81-79). זיינע טעאָרעטישע יסודות האָט וויינרייך אַוועקגעשטעלט אין זיין עסיי „דייטשמעריש טויג ניט” (מ. וויינרייך 1938ב). קודם כל, זיין דעפיניציע פון „דייטשמעריש”:

„דייטשמעריש איז שעטנז; דאָס זיינען אַזוינע שפּראַכיקע עלעמענטן וואָס קומען פון דייטש און ווילן מאַכן דעם אָנשטעל פון יידיש; עלעמענטן, וואָס אין דער אמתן זיינען זיי ניט קיין יידיש און ניט קיין דייטש.
(מ. וויינרייך 1938ב: 98)

אין יענער אַרבעט באַווייזט דער גאון וויינרייך אַ — רדיפה מענטאַליטעט. ער איז מודה אַז דאָס וואָרט „פאָלקסטימלעך” קען מען ניט אַרויסטרייבן „דערווייל”: הייסט דאָס אַז דאָס איז אַ מין אויפגאַבע אויף „שפּעטער”. וויינרייכס קאָמפּלעקס וועגן דייטש האָט ער אויסגעדריקט בזה הלשון:

כל זמן יידיש איז געגאַנגען ווי עס נייט זיך, כל זמן עס איז ניט געווען ביי יידן קיין תשוקה צו אַ קולטיווירטער כלל⸗שפּראַך, איז קיינמאָל קיין שאַרפע מחיצה צווישן די ביידע שפּראַכן ניט געווען. עס איז געווען גיכער אַ דעמאַרק⸗ליניע ווי אַ גרענעץ. וויבאַלד מיר ווילן אויף אַן אמת פירן אַן אייגענע שפּראַכיקע באַלעבאַטישקייט, איז איצט געקומען די צייט איינצושטעלן אַ פעסטן גרענעץ מיט אַלע סימנים פון אַ גרענעץ, און דער עיקר: מיט אַ שאַרפן גרענעץ קאָנטראָל.
(מ. וויינרייך, דאָרטן: 100)

↤ 179

אַזאַ צוגאַנג צו יידיש איז אומגלייבלעך ביי דעם מעמד פון דער יידישער ליטעראַטור ערב דער צווייטער וועלט מלחמה. דאָ רעדט ניט וויינרייך דער געניאַלער שפּראַך היסטאָריקער פון יידיש, וואָס האָט פאַרשטאַנען בעסער ווי אַלע ווי אַנדערש יידיש איז געווען פון דייטש פון דער סאַמע ערשטער רגע ווען יידן זיינען אַריינגעטראָטן אין שטח וואָס האָט זיך גענומען רופן אַשכנז (זע למשל מ. וויינרייך 1954). דאָ רעדט וויינרייך דער שפּראַך פּוריסט וואָס רעאַגירט פּסיכאָלאָגיש אויף זיין דייטש⸗שפּראַכיקער קינדהייט (פגל. מ. וויינרייך 1923: 199), אַ ראיה דערויף ווי מ׳טאָר ניט פּלאָנטערן די גאונות פונעם היסטאָריקער פון יידיש מיט דער טענדענציעזקייט פון זיין סטיליסטישער איינשטעלונג. דאָס זיינען צוויי גאָר באַזונדערע געביטן.

מאַקס וויינרייך האָט פאָרגעשלאָגן אַ כלל אַז „ענגע דיאַלעקט ווערטער וואָס זיינען אין דער זעלבער פאָרם פאַראַן אין דער ניי⸗הויך⸗דייטשער שרייבשפּראַך מוזן אויסן בלייבן פון דער יידישער כלל⸗שפּראַך” (1938ב: 101). די ביישפּילן וואָס וויינרייך ברענגט (בעהערדע, מאַגער און נאָך) זיינען טאַקע ענגע דיאַלעקט ווערטער, און דערפאַר טויגן זיי ניט צו דער סטאַנדאַרדער שפּראַך. פאַר וויינרייכן טויגן די ניט ווייל זיי געפינען זיך אויך אויף דייטש. צוויי גאָר באַזונדערע טעמים פאַרן ניט אָננעמען אַ וואָרט אין דער ליטעראַרישער שפּראַך.

אָט דאָ ליגט דער סלע המחלוקת. וויינרייך פירט אַריין דייטש ווי אַ קריטעריע פאַר יידיש! סטייטש! ביים אָפּשאַצן אַ וואָרט, איז עס לחלוטין ניט שייך צי אַן ענלעך וואָרט טרעפט מען אויך אויף דייטש (צי אויף טאָטעריש)! וועמען אַרט עס? וואָס קען זיין מער טעותדיק ↰ 180 פאַר אַ שפּראַך ווי פּסקענען אירע שאלות אויפן סמך פון — אַן אַנדערער שפּראַך. ס׳האָט גענוי אַזאַ טעם, ווי אַ רב זאָל פּסקענען איבער אַ טאָפּ צי איז ער מותר, אויפן סמך פונעם — קאָראַן.

נח פּרילוצקי האָט וויינרייכן געענטפערט מיט זיין „מעטאָדאָלאָגישע באַמערקונגען צום פּראָבלעם דייטשמעריש” (פּרילוצקי 1938ד). פון אויבן געבראַכטן ציטאַט איז קלאָר, אַז פּרילוצקי איז ניט קיין „דייטשמעריסט”. ער האָט אָבער קלאָר געזען אַז דער עקסטרעמער פּוריזם וואָס שאַצט אָפּ יידיש לויט דעם וואָס עס איז פאַראַן אין דייטש טויג ניט:

איך האַלט נישט פון לאָזן זיך פירן דורך אויסנווייניקסטע קריטעריומס (איוואַן טראָגט געפּוצטע שטיוול און אַ האַלדזטיכל, טאָר איך נישט...). איך זוך תמיד אָנווייזונגען רק אינעם אינגעווייד פון דער שפּראַך גופא.
(פּרילוצקי 1938ד: 207)

פּרילוצקי האָט אונדז אָבער פאָרט מזכה געווען מיט זיין דעפיניציע פון „דייטשמעריש”:

דייטשמעריש — פאַר דעם וואָרט⸗אוצר פון דער נייער יידישער שריפטשפּראַך — זענען יענע עלעמענטן, וואָס ס׳לאָזט זיך וועגן זיי פעסטשטעלן מיט באַשטימטקייט, אַז זיי זענען אַריינגעדרונגען צו אונדז פון אָנהייב 19טן יאָרהונדערט אָן, אָדער דרינגען ווייטער אַריין — אין קאָרעקטן געשטאַלט צי אין פאַרקריפּלטן — פון דער ניי⸗הויך⸗דייטשער שריפטשפּראַך.
(פּרילוצקי, דאָרטן: 209)

ווי אומבאַהאָלפן עס איז אויך די דעפיניציע, איז צו ↰ 181 זען פון די ווערטער אין אָט דעם זאַץ גופא, וואָס וואָלטן ניט געווען אין יידיש ווען ניט יענער „אַריינדרונג” פון ניינצנטן יאָרהונדערט: שריפטשפּראַך, עלעמענט, אַריינדרינגען (≠ דרינגען ’אָפּלערנען’) יאָרהונדערט, קאָרעקט, געשטאַלט, ניי⸗הויך⸗דייטש. אַז ס׳זאָל אַריינציען אין קאָן קאַלקעס און סינטאַקטישע השפּעות, איז דאָך פּרילוצקיס אַנטי⸗דייטשמערישער זאַץ אַ מוסטער פון דייטשמעריש לויט זיין אייגענער דעפיניציע! איבערשרייבן אָן אַזעלכע השפּעות קען מען זיכער, גאָר דעמאָלט וואָלט עס געווען געשריבן אין אַ פאָלקסטימלעכן, ניט אין קיין וויסנשאַפטלעכן סטיל, למשל:

וואָס איז שייך אָט אָ די ווערטער, וואָס מ׳באַנוצט זיך מיט זיי אַז מ׳גייס שרייבן יידיש, קען מען אָנרופן מיטן וואָרט „דייטשמעריש” אָט אַזעלכענע, וואָס מ׳קען ברענגען ראיות אויף געוויס, אַז זיי זיינען צו אונדז אַריבער ערשט פון בערך שנת תק״ס און ווייטער, צי ריכטיקערהייט, צי סקעלעטשעטערהייט, פון דעם ווי אַזוי מ׳האָט גראָד יעמאָלט געשריבן אַז מ׳האָט געשריבן דייטש.

שוין נאָך דער מלחמה האָט געענטפערט די טענה א. גאָלדסטיק מיט אַ געלונגענער פראַגע:

איך וואָלט וועלן זיין אַ בעלן צו וויסן, וואָס פאַר אַ פּנים אונדזער יידיש וואָלט האָבן, אַז מיר זאָלן טאַקע ממש אַרויסוואַרפן פון אונדזער לעקסיק אַלע דייטשע ווערטער וואָס מיר האָבן אַריינגענומען זינט 1800.

(גאָלדסטיק 1946: 15)

פון די טיפסטע — און פּשוטסטע — אָבזערוואַציעס איז בירנבוימס:

↤ 182

קען די וויסנשאַפט זיין אַ פּוסק ביי דער יידישער לשון⸗פּאָליטיק? ניין. וויסנשאַפט פאַרנעמט זיך מיט פאַקטן. למשל: די ניי⸗הויך⸗דייטשע השפּעה איז אַ פאַקט. אָבער צי מע האַלט זיך ביים משכילישן וואָרט שפּראַך אָדער צי מע קערט זיך אום צום יידישן וואָרט לשון, דאָס איז שוין מחוץ דעם גדר פון וויפנשאַפט.

(בירנבוים 1938: 245)

בירנבוימס זאָג (אַריינזאָג?) איז מיט אַ כיוון צווייטייטשיק. ערשטנס, דער פּשט פון זיינע רייד: די „וועלטלעכע יידישיסטן” נאַרן זיך אַז זיי מיינען, אַז זיי זיינען פעאיק צו פאַרוואַנדלען סטיליסטיק און שפּראַך פּאָליטיק אין „וויסנשאַפט”. דער רמז אין זיינע רייד: זיי אַליין נוצן אָן אַ שיעור ווערטער וואָס שטאַמען פון ניי⸗הויך⸗דייטש, נאָר דאָס וואָס געפעלט זיי (אָדער דאָס וואָס זיי ווייסן, אַז מ׳קען פון דעם ניט פּטור ווערן אין זייער סביבה) איז כשר וישר, דאָס וואָס געפעלט זיי ניט, ווערט געשטעמפּלט: דייטשמעריש. והא ראיה: צווישן זייערע באַליבטסטע ווערטער איז דאָך דאָס וואָרט שפּראַך וואָס שטאַמט דאָך פון ניי⸗הויך⸗דייטש: דאָס אַלטע יידישע וואָרט איז דאָך לשון. אגב: צי איז ניט פאַראַן אַ שמץ סאַטירע אין בירנבוימס קאָנסטרוקציע לשון⸗פּאָליטיק?

אין סך⸗הכל קען מען די דיסקוסיעס אַרום דעם ענין דייטשמעריש אין די דרייסיקער יאָרן אויפנעמען ווי אַ פאַרשטענדלעכן קאָמפּאָנענט פונעם דעמאָלטיקן דראַנג צו איבערנאָרמירטקייט. אָט אַזוי האָט זיך מאַקס וויינרייך אָפן אַרויסגעזאָגט:

[...] דאָס געבאָט פון דער צייט איז אַ נאָרמירטע ↰ 183 כלל⸗שפּראַך. ניט קיין איינגעשנורעוועטע אין אַ שנירלײַבל פון פישביינערנע חוקים — מיר זאָלן אַפילו וועלן, קענען מיר ביי אונדזער סיטואַציע ניט דערגיין דערצו אַפילו אין הונדערט יאָר — אָבער אויך ניט קיין הפקר⸗לשון, וואו יעדער איינער איז אַ מושל בכיפּה. [...ן דאָס וויכטיקסטע פאַר דער יידישער שפּראַך איז איצטער צו דערשלאָגן זיך צו אַ געוויסן מינימום נאָרמעס. דאָס איז אַ פראַגע פון איר סאָציאַלן פּרעסטיזש, ממילא אַ פראַגע פון איר קיום ממש.
(מ. וויינרייך 1938ג: 286)

ווי ס׳זאָל ניט האַלטן היינט וועגן אַזאַ און אַזאַ וואָרט, איז קלאָר אַז וויינרייכס מאָטיווירונג גיט אונדז צו פאַרשטיין די אינטעלעקטועלע סביבה אין די דרייסיקער יאָרן וואָס האָט געפירט צום פּוריזם. טעפּער האָט געהאַלטן אַז שלאָסבערגס אַספּיראַנטור אַרבעט „קען ברענגען אַ גרויסן נוץ דער יידישער שפּראַך, ליטעראַטור און בפרט דער יידישער פּרעסע” (טעפּער 1936: 824). שלאָסבערג האָט אַליין אויך געהאָפט צו קענען אָפּלערנען פון שפּראַך געשיכטע אויף סטיליסטיק. זיין סך⸗הכל איז אָבער געווען אַן ערלעכער:

דער אידעאַל איז צו קענען געבן דורך אַנאַליזירן די שפּראַך פון אַ געוויסער צאָל שרייבער פון ניינצנטן יאָרהונדערט אַ קלאָרע און פּשוטע דעפיניציע, וואָס איז אַזוינס אַ דייטשמעריזם און ווי אַזוי מען קען אים דערקענען, כדי מען זאָל וויסן, וועלכע דייטשמעריזמען וואָס זיינען שוין אַריין אין אונדזער שפּראַך קענען אָדער מוזן אין איר בלייבן און וועלכע מען דאַרף זיך באַמיען אויסצואוואָרצלען. [...] דאָ מוז זיך דערוועקן אַ פראַגע: וויבאַלד די אַרבעט דאַרף ערשט פּרואוון אַרויסברענגען וואָס איז אַזוינס אַ דייטשמעריזם, ווי אַזוי זשע האָב איך געקענט אויסזוכן דייטשמעריזמען, איידער ↰ 184 איך האָב געהאַט דעם קריטעריום, ווי זיי צו דערקענען? דער אמת איז טאַקע, אַז קיין אָביעקטיוון קריטעריום ווי אַזוי זיי צו דערקענען האָב איך ניט געהאַט, איך האָב זיי געמוזט אָפּקלייבן וועדליק מיין אייגענעם איינזען, וועדליק מיין סוביעקטיוון שפּראַך געפיל. פונדעסטוועגן האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז כמעט אַלע ווערטער, פאָרמען און קאָנסטרוקציעס, וואָס איך האָב אויסגענאָטירט ווי דייטשמערישע, קומען אויס דייטשמעריש פאַרן געשמאַק פון מענטשן מיט אַן אויסגעשאַרפטן שפּראַך געפיל.

(שלאָסבערג 1937: 65)

ביי די היינטיקע אויסבויאיסטן איז די דעפיניציע פון דייטשמעריש אַוועק אויף נייע עמאָציאָנעלע דרכים. אין שעכטערס גלאָסאַר א.נ. „טעכנישע טערסינען אין דעם באַנד” (צו זיין לייטיש מאַמע⸗לשון), וואו מערסטע טערמינען ווערן דעפינירט מיט פּרעציזער וויסנשאַפטלעכער קלאָרקייט, ווערט דייטשמעריש באַנומען ווי אַ מאָנסטערהאַפט וועזן:

דייטשמעריזם, דייטשמעריש — וואָרט צי פאָרמע וואָס מע האָט געברענגט פון ניי⸗הויך⸗דייטש („ליעבענדעס הערץ”), כאָטש אָדער מיר פאַרמאָגן דערפאַר אייגן שפּראַכוואַרג, אָדער ס׳איז גלאַט איבעריק (למשל: קריסטלעכע אָדער אַפילו אַנטיסעמיטיש⸗אינספּירירטע ווערטער אין אייבעלסאָנס ווערטערבוך: „יודען⸗אויער”!).
(שעכטער 1986א: 336)

און וואָס בלייבט אונדז מכח דער פראַגע: וואָס איז אַזוינס דייטשמעריש? היות ווי אונדזערע פּוריסטן, און אַפילו די עקסטרעמסטע צווישן זיי — די אויסבויאיסטן — נוצן עמערס מיט יידישע ווערטער וואָס שטאַמען פון ↰ 185 ניי⸗הויך⸗דייטש (ליטעראַטור, צייטונג, קולטור, שפּראַך וכו׳), בלייבט נאָר איין דעפיניציע פונעם וואָרט ווי עס ווערט ביי זיי באַנוצט: יענע ווערטער פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש, וואָס אַ פּיצינקער קרייז נאָרמאַטיוויסטן וואָס שטרעבן צו „מאַכט” איבער דער שפּראַך, האָבן מיט זייער חכמה און איינזען באַשלאָסן צו „פּסלען”. שווער זיך פאָרצושטעלן אַז אַ שרייבער זאָל וועלן אויף אַלע אַנדערע שרייבער אַרויפצווינגען זיין סטיל, זיינע פאַראורטיילן לגבי ווערטער. על אחת כמה וכמה איז ניטאָ די קלענסטע באַרעכטיקונג, אַ גרופּע נאָרמאַטיוויסטן זאָל זייער תורה פּרובירן אַרויפצווינגען אויף דער יידישער ליטעראַטור.

די ווערטער אין חרם

די „ווערטער אין חרם” זיינען די אַלע ווערטער וואָס ס׳טרעפט אויף טריט און אויף שריט סיי אין גערעדטן יידיש, סיי אין דער יידישער ליטעראַטור, נאָר וואָס אוריאל וויינרייכס מאָדערן ענגליש⸗יידיש יידיש⸗ענגליש ווערטערבוך האָט זיי אַריינגעלייגט אין „חרם” מיט איינעם פון די סימנים פון „פּגם”: ● אויף „אַ ספק צי דערלאָזלעך אין דער כלל⸗שפּראַך” און רחמנא לצלן, ▼ אויף „ניט⸗ דערלאָזלעך אין דער כלל⸗שפּראַך” (א. וויינרייך 1968: xl).

להיפּוך צו אַזעלכע עקספּערימענטאַלע זשורנאַלן ווי יידישע שפּראַך און אויפן שוועל, וואָס שטעלן מיט זיך פאָר אַן עקסטרעם פּוריסטישע שיטה וואָס איז דעם לייענער גוט באַקאַנט, איז אַ ווערטערבוך אַ ווערק פאַרן כלל, און ↰ 186 דערמיט אַליין איז דער צוגאַנג אין אַ ווערטערבוך פּרינציפּיעל אַנדערש. אוריאל וויינרייכס ווערטערבוך איז אַ גרויы וויסנשאַפטלעך ווערק, וואָס האָט אויפגעטאָן אַ וועלט מיט גוטס פאַרן לימוד פון יידיש. אינעם ווערטערבוך קומט צום אויסדרוק אוריאל וויינרייכס גאונות אויך ווי אַ טעאָרעטישער לינגוויסט. ס׳איז צו זען אין דער סעמאַנטיק, אין דער סטרוקטור און אין דער מאָס גראַמאַטישע אינפאָרמאַציע, וואָס ליגט אַריינגעפּרעסט צווישן זיינע טאָוולען. מ׳מעג אָננעמען דעם ווערטערבוך פאַר איינעם פון די גרעסטע אויפטוען פון דער יידישער לעקסיקאָגראַפיע אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און בשעת מעשה זיין מחולק מיט דער סטיליסטישער איינשטעלונג פונעם ווערטערבוך (פגל. ה.⸗ד. קאַץ 01991.

דער ענין „פּסלען ווערטער” אין ווערטערבוך איז אָבער אַ היפּשער פּגם. נאָך פאַרן צוקומען צו די ווערטער גופא דאַרף מען זיך אָפּשטעלן אויפן גרויסן חידוש, אַזאַ גאון ווי אוריאל וויינרייך זאָל פּסלען אמתע ווערטער וואָס זיינען אַזוי אָנגענומען סיי אין גערעדטן יידיש, סיי אין דער ליטעראַרישער שפּראַך. די מיסטעריע ווערט נאָך גרעסער אַז מ׳נעמט אין באַטראַכט אַז אוריאל וויינרייך אַליין האָט אַ גאַנץ לעבן בכלל ניט געשריבן „יענעם יידיש” וואָס אין ווערטערבוך. אַז ער האָט גערעדט וועגן אַ ’שטאַנדפּונקט’ האָט ער עס אָנגערופן: שטאַנדפּונקט (א. וויינרייך 1960א: 50, 53). און אַז ער האָט געוואָלט אויסדריקן דעם באַגריף ’דאַנקבאַר’ האָט ער געשריבן: דאַנקבאַר (1960ב: 86). וואָס נאָך דאַרף מען אַז אין זיין אייגענעם „אַ וואָרט פריער” אין ווערטערבוך גופא נוצט ער אויפריכטיק (ז. ט), וואָס ווערט אין ווערטערבוך באַצייכנט מיט אַ גרויסן שוואַרצן ●. ↰ 187 נמצא אַז אוריאל וויינרייך האָט אָנגענומען די קריטיק וואָס שעכטער האָט אויסגעדריקט אין פריערדיקע יאָרן צו זיין, וויינרייכס, יידיש. אַז אוריאל וויינרייך האָט צוגעגרייט דעם יידישן חלק פון ווערטערבוך פון די זיבן וועלט שפּראַכן פאַר דער ענציקלאָפּעדיאַ בריטאַניקאַ, האָט אים שעכטער אַטאַקירט אַלמאַי ער האָט דעמאָלט, סוף פופציקער יאָרן, אַריינגענומען אַזעלכע „דייטשמעריזמען” ווי אָנשליסן זיך, באַזיגן, באַהערשן, ביישפּיל, ענלעך, צאָלרייך, צופאַל, קינדהייט (שעכטער 1959: 104). שעכטער האָט אים נאָך אויסגעזידלט אַלמאַי ס׳איז דאָ אין ווערטערבוך צייטפאַרטרייב:

איי, די דייטשן נוצן Zeitvertreib ? ווילן מיר דאָך טאַקע רעדן יידיש און ניט דייטשיש!
(שעבטער 1959: 105-104)

ביים סאַמע סוף פון זיין לעבן, אינעם ענגליש⸗יידישן יידיש⸗ענגלישן ווערטערבוך, האָט אוריאל וויינרייך אָבער אַפּנים גאָר אָנגענומען שעכטערס שפּראַך חוש, און אינעם „וואָרט פריער” האָט ער באַמערקט אַז „מער ווי וועלכער עס איז אַנדער פאַקטאָר האָט די מוסר⸗נפשדיקע, בקיאותדיקע מיטהילף פון פּראָפעסאָר מרדכי שעכטערן פאַרזיכערט, אַז אין ווערטערבוך זאָל זיך אָפּשפּיגלען דער בעסטער מאָדערנער באַנוץ” (א. וויינרייך 1968: י). נעמענדיק אין באַטראַכט: ערשטנס, אַז אוריאל וויינרייך אַליין האָט זיין גאַנץ לעבן ניט געהערט צו דער עקסטרעמער „וואָס ווייטער פון דייטש” שיטה; צווייטנס, אַז ער איז געווען שווער קראַנק ביים סוף פון זיין לעבן; און דריטנס, אַז דער ווערטערבוך איז אַרויס נאָך זיין טויט, ↰ 188 בלייבן ביי דער גאַנצער פראַגע פון אוריאלס „תשובה טאָן” אַ ריי פראַגע⸗צייכנס. ס׳וואָלט געווען אַ ריזיקער בייטראָג צו דער געשיכטע פון דער יידישער סטיליסטיק אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט ווען סיי בינה וויינרייך סיי מרדכי שעכטער זאָלן אָנשרייבן אַ קאַפּיטל זכרונות וועגן דעם גאַנצן ענין, עס אויפצוקלערן פאַר דער געשיכטע.

אָט איז אַ רשימה פון ווערטער, וואָס ווערן „געפּסלט” אין אוריאל וויינרייכס ווערטערבוך, אָדער מיט ● אָדער מיט אַ ▼. מיר האַלטן זיי פאַר גוטע יידישע ווערטער, אַזוי גוט ווי אַלע אַנדערע יידישע ווערטער; פּונקט ווי ביי אַנדערע ווערטער, זיינען דאָ אַזעלכע וואָס פּאַסן זיך בעסער צו געוויסע סטילן.

אָבערגלויבן. אויגנבליק. אויסברוך. אויסבילדונג. אויסדריקן. אויסוואַל. אויסוויילן. אויסזיכט. אויסנאַם. אויסער. אויסער דעם. אויסערלעך. אויסערן⸗. אויספירלעך. אויסשפּראַך. אויפגאַבע. אויפגעבן. אויפגערעגט. אויפמערקזאַם. אויפמערקזאַמקייט. אויפריכטיק. אויפריכטיקייט. אויפרעגונג. אויפרעגן זיך. אומבאַדינגט. אומבאַזיגלעך. אומגאַנג⸗שפּראַך. אומגליק⸗פאַל. אומגעפער. אומגערן. אומדאַנקבאַר. אומדערהערט. אומזין. אומענדלעך. אומענדלעכקייט. אומפאַראַנטוואָרטלעך. אומפאַרשטענדלעך. אומשטערבלעך. אומשטערבלעכקייט. אונטערבאַוואוסטזיין. אונטערבאַוואוסטזיניק. אונטערדריקונג. אונטערדריקן. אונטערדריקער. אונטערזוכונג. אונטערזוכן. אור⸗. אוראַלט. איבונגען. איבעראַל. איבערראַשונג. איבערראַשן. אויבערפלעכלעך. אייגנאַרטיק. אייגנטלעך. אייגנשאַפט. איינגיין (’נאָכגעבן’). איינגעשלאָסן. איינדרוק. איינזאַם. איינזאַמקייט. אייניקע. איינלאַדונג. איינלאַדן. איינפאַך. איינפלוס. איינפלוסרייך. ↰ 189 איינקלאַנג. אין אַלגעמיין. אינערלעך. אַלזאָ. אַלטערטום. אַלס. אַם. אָנגעהעריקייט. אַנונג. אַנטדעקונג. אַנטדעקן. אַנטציקן. אַנטמוטיקן. אַנטשולדיקן (זיך). אָנשטענדיק. אָנשטענדיקייט. אָנשליסן זיך. אַרבעטזאַם. אַרויפצווינגען. אַרט.

באַאיינפלוסן. באַגיין. באַגרייפן. באַדייטונג. באַדייטן. באַדינגונג. באַהערשן. באַזוך. באַזוכן. באַזוכער. באַזיגן. באַזיץ. באַזיצן. באַזיצער. באַטאָנען. באַלאַנגען. באַערן. באַצווינגען. באַרירן. באַשטאַנדטייל. באַשלוס. ביטע. ביילאַגע. ביישפּיל. בילדן. בינע. בירגער⸗קריג. בלייפּענדל. בלייפעדער. ברויכן. ברוכטייל. ברוכצאָל.

גאָטלאָז. גוטהייסן. גיפט. גיפטיק. גלאָררייך. גלייכבאַרעכטיקט. גלייכגעוויכט. גלייכצייטיק. געבורטסטאָג. געביט. געבער⸗מוטער. געברויך. געברויכן. געהאַלט. געהיים. געוואַגט. געוואוינהייט. געלונגען. געפאַר. געריכטלעך. גערן. גראַדע. גרויזאַם. גרינדונג. גרינדן. גרינדער. גרינטלעך.

דאַן. דאַנקבאַר. דאַנבאַרקייט. דאָפּלט. דורכזיכטיק. דורשט. דיכטונג. דערוואַרטונג. דערוואַרטן. דערוויילן. דערליידיקן. דערמאָרדונג. דערמאָרדן. דערמוטיקונג. דערמוטיקן. דערמעגלעכן. דערנידעריקונג. דערנידעריקן. דערנערונג. דערנערן. דערפאָלג. דערפאַרונג. דערפאַרן. דערפינדונג. דערשטוינונג. דערשטוינט. דערשטוינען. דערשיטערונג. דערשיטערן. דערשיינונג. דערשיינען. דרוקפעלער.

האַנדלונג. האַנדלען (’אויפפירן זיך’). האַנדלען זיך. האַנטשריפט. האַס. האַסן. האַפן. האָפענונגסלאָז. היימלאָז. היינט צו טאָג. הילפלאָז. הילפס⸗. העכסט (’זייער’). העסלעך. העפלעך. העפלעכקייט. הערשאַפט. הערשן.

וואַגן. וואַרע. וואונטש. ווידמונג. ווידמען. ווידערדערוויילונג. ווידערשטאַנד. ווייטזיכטיק. ווירקלעכקייט. וועכנטלעך. ווערטפול. ↰ 190 זאָרגלאָז. זיג. זיגרייך. זיגן. זיגער. זילב. זין (’זינען’). זעלבסטמאָרד. זעלבסטמערדער. זעלבסטפאַרשטענדלעך. טאָפּלפּונקט. טויפונג. טויפן. טעטיק. טעטיקייט. יידנטום. יעדנפאַלס.

לאַגע. ⸗לאָז. לאַנדווירטשאַפט. לאַסט⸗אויטאָ. לויערן. לייד טאָן. לייזונג. לייזן. לייכטזיניק. לייכטזיניקייט. לעכערלעך.

מאַן (’מאַנסביל’). מאַסשטאַב. מאָרדן. מוט. מוטיק. מיטלמעסיק. מיספאַרשטענדעניש (עס שטייט נאָר: מיספאַרשטייעניש). מעסיק. מעסיקייט. מערהייט. מערץ.

נאָכפאָלגן. נאָכפאָלגער. נאָכפאָלגערשאַפט. נידערטרעכטיק. נייגונג. ניצלעך.

עגיפּטיש. עגיפּטן. עטוואָס. ענד. ענדגילטיק. ענדערונג. ענדערן. עקל. עקלהאַפט (עס שטייט: עקלדיק). עקלען. פּרעכטיק.

פאָלקסטימלעך. פאָלקסטימלעכקייט. פאַראַכטונג. פאַראַכטן. פאַראַנטוואָרטלעך. פאַראַנטוואָרטלעכקייט. פאַרבאָט. פאַרבאָטן. פאַרגאַנגענהייט. פאָרגייער. פאַרגיפטונג. פאַרדאַכט. פאַרדאַמען. פאַרדעכטיק. פאַרהעלטענישן. פאָרוואָרט. פאַרוואונדן. פאַרוואָרף. פאַרוויסטונג. פאַרוויסטן. פאַרווירקלעכן. פאָרזיכטיק. פאַרלויף. פאַרלוסט. פאָרם. פאַרנאַכלעסיקן. פאַרניכטן. פאַרענדערונג. פאַרענדערן. פאַרעפנטלעכן. פאַרפאָלגונג. פאַרפאָלגן. פאַרפליכטונג. פאַרפליכטן. פאָרקומען. פאַרראַטן. פאַררעטער. פאַררעטעריש. פאַרשווינדן. פאָרשלאָגן. פייערן. פלאַנץ. פלאַנצן. פליכט. פליסן. פריצייטיק.

צאָלרייך. צוויידייטיק. צווייפל. צווייפלען. צוועקמעסיק. צוזאַמענהאַנג. צויבער. צוקונפט. צוקונפטיק. צוריקגעהאַלטן. צוריקגעהאַלטנקייט. צושטאַנד. ציגאַרעט. צייטווייליק.

קונד. קורצזיכטיק. קייסערלעך. קין. קינדהייט. קירך. ↰ 191 קירכלעך. קלעטערן. קעגנזאַץ. קעגנזייטיק. קעגנזייטיקייט. קעלנער. קרייץ. קרייצונג. קרייצצוג. קריסטנטום. קרעפטיק.

רוים. רונד. רייזע. רייף. רעדאַגירן. רעטונג. רעטער.

שאַנדע. שוואַנגערן. שוואַנגערשאַפט. שוואונג. שוישפּיל. שוישפּילער. שול⸗וועזן. שוץ. שטאַנדפּונקט. שטאָק. שטוינונג. שטוינען. שטוינענדיק. שטייגן. שטילשטאַנד. שילדערונג. שילדערן. שילער. שלאַפלאָז. שלאַפלאָזיקייט. שראַנק. שריט. שריפטשטעלער.

אַנדערע „געפּסלטע ווערטער” זיינען היינט אַרכעאיש געוואָרן און וואָלטן געדאַרפט סטיליסטיש באַצייכנט ווערן אַלס ווערטער וואָס זיינען געווען פּאָפּולער אין דער פּרעסע און אין די פּאָליטישע און געזעלשאַפטלעכע אָרגאַניזאַציעס (גענאָסע, ווידערהאָלן, פילייכט). נאָך אַ גרופּע טרעפט מען אין ניט⸗ליטעראַרישן יידיש (דענקען ’מיינען’, טאַנטע, שטונדע). אַכלל: די „געפּסלטע ווערטער”, פּונקט ווי אַלע יידישע ווערטער, שטעלן מיט זיך פאָר אַ גאַנצע ריי סטילן. אָנווייזן אויף סטיליסטישע אייגנשאַפטן, מהיכא תיתי. נעמען און פּסלען סתם צוליב היסטאָרישן יחוס איז אָבער קיין גאַנג ניט.

ס׳האָבן דאָס וואָרט די שרייבער

וויל מען זיך דערגרונטעווען צו אַ פּערספּעקטיוו, דאַרף מען שטעלן אָט וועלכע קשיא: וואָס פאַראַ פּנים וואָלט עס האָבן ווען העברעאישע פּוריסטן, אַשטייגער, וואָלטן וועלן ↰ 192 אַרויסוואַרפן פון דער ליטעראַרישער העברעאישער שפּראַך ווערטער וואָס זיינען באַליבט ביי ביאַליק און עגנון, און פאַרבאָטן יונגע שרייבער זיי צו נוצן? אָדער, לאָמיר אָנכאַפּן, אַז אַ גרופּע ענגלישע נאָרמאַטיוויסטן וואָלטן געקעמפט קעגן די ווערטער פון העמינגוועי און אָרוועל? אין סאַמע בעסטן פאַל, וואָלט דאָס געווען אַ גרופּע נישקשהדיקע עקסצענטריקער, וואָס קהל איז צופרידן וואָס דעם ירגזון מיט די מאַכט⸗קאָמפּלעקסן לאָזט מען גאָט⸗צו⸗דאַנקען אויס צו די ווערטער — על העצים ועל האבנים — און ניט צו די בני עיר.

און ביי אונדז? אונדזערע פּוריסטן האָבן אויפגעבויט מעכטיקע קאַרטאָטעקן מיט וועלכע זיי באַווייזן אַז די ווערטער וואָס זיינען ביי זיי באַליבט (נעאָלאָגיזמען, דיאַלעקטיזמען, אַרכעאיזמען) האָט עמעצער שוין געניצט, זאָל זיין — אין טייל פאַלן — זיי אַליין אָדער שרייבער אויף וועלכע זיי האָבן געדריקט מיט בריוו, קאָמיסיעס, קאָסיטעטן, ליגעס און כיבודים (פגל. סדן 1979ב: 257). היות ווי קיינער לייקנט ניט אַז מ׳קען ערגעץ געפינען אויך יענע ווערטער, האָט מען דערמיט באַוויזן אַז: וואַסער איז נאַס. קאַרטאָטעקן ווערן אַ וויסנשאַפטלעכער מכשיר בלויז דעמאָלט ווען זיי ווערן באַנוצט אָביעקטיוו, ד.ה. אויף צו ווייזן ביידע זייטן פון אַ מטבע, ניט ווי פּראָפאַגאַנדע מיטלען אויף פּוריסטישער טענדענציעזקייט.

די פראַגע דאַרף מען שטעלן פאַרקערט: פאַרוואָס זשע דערציילן אונדז ניט די קאַרטאָטעקן וועגן דעם אַלעמען וואָס מען „פּסלט”? צי ווערן די „דייטשמעריזמען” באַנוצט אָדער ניט באַנוצט דורך די גרויסע יידישע שרייבער פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט? ביי אַ פראַגע איבער אַ וואָרט, ↰ 193 צי איז עס אַ ליטעראַריש וואָרט, ד.ה. אַ וואָרט וואָס איז צוגעפּאַסט צו אונדזער ליטעראַרישער שפּראַך, האָט ניט קיין שום שייכות אויפצואווייזן אַז אַנדערע ווערטער זיינען אויך בנמצא. ס׳האָט אויך ווייניק שייכות מיט סטאַטיסטיק. סטאַטיסטיק איז אויפן אָרט ביי אַ שטודיע וועגן דער פאַלנדיקער אָדער דער שטייגנדיקער פּאָפּולערקייט פון אַזאַ און אַזאַ וואָרט, ניט ביי דער פראַגע, צי מעג מען אַ וואָרט נוצן אין אונדזער ליטעראַטור שפּראַך, צי ניט. ביי ענינים פון מותר און אסור, קען אַ פּסק נאָר אָננעמען צוויי פּנימער: כשר און טרייף.

וואו נאָר מ׳עפנט אַ בוך פון די מייסטער פון דער יידישער ליטעראַטור, געפינט מען בארבע כנפות הדף — די „ווערטער אין חרם”.

אָפּאַטאָשו: „נישט געוואָלט אויף זיך ציען די אויפמערקזאַמקייט”; „איר פאַרגאַנגענהייט וויקלט זיך פאַנאַנדער” (1927: 81, 95).

באָריישאָ: „שונא מיינער, פּייניקער, פאַררעטער — וואָרט. \ העלפער מיינער, אויסלייזער און רעטער — וואָרט” (1929: 380).

באַשעוויס: „וואָס רופט אַרויס דעם נאָגנדיקן טרויער, דעם פאַרלאַנג צו זעלבסטמאָרד, די לאַנגווייל, די גלייכגילטיקייט צו דער משפּחה, די כראָנישע קריגערייען מיט הדסהן, וואָס נעמען אָן דעם כאַראַקטער פון אַ משוגעת?”; „כ׳בין דער גרינדער פון אַ געזעלשאַפט צו פאָרשן מעטאַפיזישע דערשיינונגען” (1950: II, ‏629 ,643).

בערגעלסאָן: „זי האָט באַדאַרפט עפּעס טאָן, כדי צו באַפרייען זיך פון איר איצטיקער לאַגע, און האָט נישט ↰ 194 געוואוסט וואָס”; „אין משך פון דער גאַנצער אַכצן⸗שעהדיקער באַן⸗רייזע האָט זי זיך געפילט אַזוי גרינג און פריש, גלייך ווי פיל פון אירע אַמאָליקע און איצטיקע האָפענונגען הענגען אָפּ דווקא אָן דער נסיעה, און גלייך ווי פון איצט אָן הייבט זי אָן צו לעבן פונסניי, לחלוטין פונסניי”. (1923: 19, 73).

גלאַטשטיין: „אַן אַלטער, דאַרער בוים, אַן איינזאַמער \ אויף מיילן און מיילן, \ שטייט איבערן קוואַלכל געבויגן \ און וויינט זיינע בלעטער אין שוואַרצן קוואַלכעל אַריין”; „דער אייבער⸗האַר האָט מיט דעם הימל⸗בלוי \ די גאַנצע ערד אַרומגערינגלט \ און ניטאָ קיין רעטונג” (1920: 51, 61).

גראַדע: „בית⸗יוסף האָט זיך ברייט ביים רב אין שטוב צעלייגט, \ ווי די לוויים רונד אַרום דעם אוהל מועד”; „ס׳פאַרמאָגט דער יצר⸗הרע שמד⸗שטיק די והותר. \ אַ ביסל גאווה, זאָגט ער, איז ניט קיין געפאַר, \ ביז ס׳ווערט פון קליינעם שד אַן אַשמדאַי אַ גרויסער” (1977: 6, 7).

גרינשפּאַן: „עס שפּרייטן פעלדער זייער אויפגעפּראַלטע רייפקייט \ קעגן פרילינגדיקער זון \ און בענקען נאָך פאַרזייאונג”; „איצט — \ אויף אַ נאַקעטן פעלז \ ווי אויף אַ גיגאַנטישן צאָן \ פון אַ פאַנטאַסטישער, גרויזאַמער חיה, \ וואָס שפּיצט זיך מיט רוגזא אַרויף צו דער זון, \ וואָס איז שטעקן געבליבן אינמיטן צעפּריעטן הימל” (1931: 11, 34).

דילאָן: „דאָך ווערסטו געלייטערט און ס׳לויכט דיין געזיכט, \ ווייל אין דיר זינגט די ווייט און רופט ווי אַ פלייט. \ נאָר דו וועסט ניט וויסן, ווי ווייט זי פאַרגייט, \ און אַלץ אין דער ווייט פאַרשווינדט און צעקריכט”; „נאָר עס ווייט ↰ 195 אַזויפיל פרייד פון יעדן פלאַנץ און בלימל, \ און פון יעדן ווערעמל, וואָס אָטעמט קוים, \ עס איז ברייט די ערד, אומענדלעך איז דער הימל, \ נאָר איך בין נאָך אומענדלעכער מיט מיין וואונדער, מיט מיין טרוים” [נ.ב. דער לעצטער ציטאַט איז פון דילאָנס לעצט ליד, „פאַרוואָס?”, וואָס מעינקע קאַץ האָט אָפּגעשריבן פון זיין מויל ביי זיין טויטנבעט, אָנהייב אָקטאָבער 1934] (1935: 91, 92).

משה⸗לייב האַלפּערן: „נאָר דער לענדלאָרד ביינאַכט, דער אָרעמער מאַן, \ חלומט פון רויטע בערן. \ ער זעט אַ געשפּענסט אין אַ רויטן טורבאַן — \ מיט די בערן אין אַ פייערגעשפּאַן — \ און ער קען ניט אַנטשלאָפן ווערן” (1934: 45).

הירשביין: „זאָל די וועלט אַפילו פון דעם קיין נישט האָבן, אָבער ער ווייסט דאָך, אַז זיין מהות ווערט אָנגעקוואָלן”; „אַפילו זי באַגרייפט שוין אויך, אַז אַ רעוואָלוציע איז נישט קיין מלחמה” (1930: 91).

לייוויק: „מיך עקלט פון מיין לייב, \ פון מיינע אויגן די פאַרגלעזערטע, \ און פון מיין שטום⸗לשון דעם פינצטערן”; „דיין גאַנץ לעבן איז נאָר איין דערוואַרטונג \ אויף יענע רגעם, ווען דו ווערסט מיר נייטיק” (1922: 132, 168).

לעיעלעס: „דייטשער מאָרד⸗מבול, וועוזאוויוסן טעווטאָנישער טעראָר; \ רוסלאַנדס אוראַכזריותן, מיט נייסטן רוזש פאַררונדיקט”; „ווי דאָס לעבן — אָט אַזאַ דער לויף פון דעם, וואָס כ׳שילדער: \ דאָ אַ נעענטערער אַריינ⸗קוק, דאָרט אַ ווייסער בליק; \ פינצטערע פאַרדראָסן, ליכט פון מענטשלעכקייט פון מילדער” (1962: 76, 77).

↤ 196

מאָלאָדאָווסקי: „הערן פעלדער אויפמערקזאַם זיך צו צו מיינע רייד \ און ענטפערן מיט שטילקייט און מיט דורכזיכטיקן רוים, \ קומען מיינע ווערטער צוריק צו מיר צו פליען \ און פאַלן צו, ווי זומערפייגעלעך צום קלייד” (1927: 209).

מאַני לייב: „שפּעט ביינאַכט אין שוואַרצע האָלץ זעט מען יונגע מיידלען לויערן, \ קומען איינציקווייז און פאַרווייז יונגע „טאַפיס” שטיל אַהין, \ טרינקט מען „וויסקי” מען צעברענט זיך, מען פאַרגעסט אין לעבן טרויערן, \ קליידלעך פלאַטערן, בריסטלעך ברענען, ליפּן זויגן אָן אַ זין”; „וואָלט ער כאָטש געהאַט ציגאַרעטלעך, \ וואָלט ער איצט גערייכערט זיי שנעל — עס ברענט איצט אין פלאַמען דער וואַסער, \ דער הימל שיסט ליכט⸗שטראָלן העל” (1937: 9).

מאַרקיש: „דער פאַרוואונדעטער איז געלעגן אָן באַוואוסטזיין”; „פּאַסטעכער ווערן ביי אונדז גרויסע געלערנטע, דערפינדער, און זיי מאַכן באַרימט אונדזער פאָלק און אונדזער לאַנד אויף דער גאַנצער וועלט” (1939: 20, 98).

נסתר: „מיר וועלן נאָר זאָגן, אַז אַפילו גאָר פאַר אַ גרויסן דאָקטער וואָלט אָט די ענדערונג, ווען ער זעט זי, געווען אַ רעטעניש”; „און ערשט דאָ האָט משה געפאָלגט דעם ברודערס איינלאַדונג זיך צוזעצן און צו דערציילן דאָס, וואָס ביי אים קומט פאָר די לעצטע צייט אין געשעפט” (1939: 318, 359).

אברהם⸗משה פוקס: „ס׳איז געווען קאַלט און אומהיימלעך אין זיינע ד׳ אַמות”; „האָט זיך עפּעס אַ פרעמדער אַנידערגעזעצט לעבן מיר אויף דער באַנק” (1961: 19, 37).

↤ 197

פעפער: „אַזוי פּשוט און געוויינלעך, \ אַזוי מאָדנע — אומפאַרשטענדלעך, \ ס׳זיצט דיין טאַטע ביי דיין וויגל, \ און זיין ניגון איז אומענדלעך”; „זאָגסט מיר, איך בין די פּרינצעסין \ פון די קרומע געסלעך, \ נאָר דו קאָנסט מיך לייכט פאַרגעסן, — \ דאָס איז פּשוט העסלעך, \ נאָר אַזאַ מין ליבע ליב איך, \ וואָס איז אומפאַרגעסלעך (1948: 17, 194).

ראַוויטש: „צייט צו פאַרשטיין זיך — דו ביסט אוראַלט, איך אויך נישט מער יונג, \ און צייט שוין צו טאָן אַן ערגסטן רעד”; „דיין פּנים בייט זיך, ווי דאָס הייליקע פּנים פון אַ מענטש, \ האָסט פאַרבאָטן עס דערפאַר צו קריצן אין שטיין, \ און אַזוי ווי עס בייט זיך אייביק דיין פּנים, \ דאַרף אַזוי דיין וואָרט אויך זיין” (1939: 225, 226).

רייזען: „איך, יאָ, איך געטרוי אייך. אָבער איך טאָר עס נישט... — ענטפערט ער געשעפטסמעסיק — עס מוז איינגעשריבן ווערן אין די ביכער, מוז מען געבן מזומנים... איך בין פאַראַנטוואָרטלעך (1926: 793).

ל. שאַפּיראָ: „אַ פּאָר בלויע אייגעלעך האָבן זיך אַן עפן געטאָן גלייך אַרויף, צו דער בלויער און שווינדלדיק⸗ווייטער אומענדלעכקייט און פונעם מיילעכל וואָס איז געווען קליין און בלוטיק ווי אַ שניט אין אַ וויינשל האָט זיך אַרויסגעריסן אַ דין, אויסגעצויגן געשריי — הילפלאָז, רחמנותדיק, מיזעראַבל, ווי דער פּישטש פון אַ קראַנק אָדער הונגעריק פייגעלע. ביי טאָני׳ן זענען די אויגן געוואָרן גרויס ווי צוויי רייפע פלוימען” (1935: 335).

שומיאַטשער: „הילפלאָז אויף רוקן געלעגן מיט הענט \ ווען טעג האָבן אין פריי פונעם סטעפּ געברענט. \ געבוירן אַן עופהלע גרינג ווי אַ שפּריי. \ חלום ↰ 198 צערונען אין ערשטן געשריי”; „בינד מיינע שעהן אָן פלוך, אָן פאָרוואורף — \ זיי מיר דער פייער וואָס צערט, וואָס ברענט, \ ווענד אָפּ דעם טראָט, וואָס סמט און פאַרבלענדט” (1927: 169).

שטאָלצענבערג: „ער איז געווען אַן איינזאַמער מאַן, \ שטאָלץ און צוריקגעצויגן. \ אין ענגן צימער די גרייס פיר שפּאַן, \ האָט ער געשפּאַנט פון דער שוועל צו דער וואַנט, \ און קיינמאָל ניט אַריבערגעשפּאַנט, \ מיט פייער דאָס אָנגעצייכנטע ראָד”; „עס שמעקט דאָס מויל, און פון די ווינקלען \ אַ שטראָם פון ליבשאַפט לויפט האַלב רונד. \ די ציין אין האַלבן שמייכל פינקלען, \ די ליפּן ברענען ווי אַ רויטע וואונד” (1941: 65, 82).

שניאור: „די לעצטע ווערטער האָט ער, מיט געשלאָסענע אויגן, האַלב געמורמלט צו זיך אַליין. און סאָלאַנש, אַנטוישט פון זיין גלייכגילטיקייט צו דער, וועלכע האָט אים ביז אַהער אַזוי טריי געדינט, אַזוי געוויסנהאַפטיק אַרויסגעהאָלפן אין דער אַרבעט, האָט זיך גיך גענומען אָנטאָן. ער האָט אויף איר איצט געמאַכט דעם איינדרוק פון אַ שיכורן ... באַטרונקען איז ער פון זיין געלונגענער אַרבעט. ער זעט מער קיינעם ניט אַרום זיך און וויל קיינעם ניט זען. בעסער איז איצט אינגאַנצן פאַרשווינדן, איבערלאָזן אים איינעם אַליין” (1948: 128).

כדי ס׳זאָל קלאָר זיין, אַז דאָ האַנדלט זיך ניט אין ווערטער וואָס מ׳האָט „דעמאָלט” גענוצט און וואָס זיינען היינט „אַראָפּ”, איז כדאַי כאַפּן אַ קוק צי די ווערטער אין חרם טרעפט מען ביי אונדזערע היינטיקע בעלעטריסטן.

↤ 199

אייזנמאַן: „ס׳האָט אים פאַרדראָסן די גרינגשעצונג. מען האָט געקענט מיינען פון מי יודע וואָס פאַראַ אַדללייט זיי שטאַמען”; „דאָס אָבער ענדערט ניט דעם פאַקט, אַז קיינער פון די הויכגעשעצטע תושבים פונעם שרייבטיש, קאָן אים ניט פאַרטרעטן אין די אַלע זאַכן וואָס זענען שייך צום טאָגטעגלעכן לעבן” (1992: 113, 114).

בירשטיין: „יעדעס יאָר איז ד.ד.׳ס געבורטסטאָג געווען ביי אים אַ תענית”; „דאָרע לעווענסאָן האָט געהאַט אַ שיינע קאַליגראַפישע האַנטשריפט און אַליין איז זי געווען אַ מיאוס מיידל” (בירשטיין 1991: 191, 196).

בערגער: „פון שטענדיק אָן, נאָך פון דער קינדהייט, האָט זי ליב געהאַט צו לייענען אין בעט, בפרט נאָך ווען דער דרויסן דערמוטיקט נישט אויפצישטיין” (1991: 24).

וואָרזאָגער: „מיט מאָדנער, אומפאַרשטענדלעכער פאַרריסנקייט און נסתרער גאווה, קולטיווירן זיי זייער פּרימיטיוו — אַן אייגנאַרט פון די ווייטע, מיטלאַזיאַטישע מזרח פעלקער” (1992: 121).

וויזעל: „מיר זענען געלעגן איינער לעבן צווייטן און די קערפּערס אונדזערע האָבן זיך אָנגעפילט מיט דערוואַרטונג”; „איך האָב געפילט אַז איך לעב און אַז ס׳איז פאַראַן אַ מאָרגן, אַז צוויי מענטשן קענען לעבן נאָענט איינער לעבן אַנדערן און ליב האָבן די נאָענטקייט, אַז מ׳קען אויסברעכן אַ טיר אין דער איינזאַמקייט פון מענטשן, און אַז איטלעכער מענטש קען מיט זיין לעבן אָנצינדן דעם פונק וואָס ווערט צומאָל פאַרלאָשן אין אַן אַנדער מענטש, וואָס דאָס לעבן איז אים נמאס געוואָרן” (1990: 25).

חרץ: „דעם אייגנאַרטיקן פּאַרשוין, \ וואָס טאָג ווי נאַכט דו ביסט פאַרטראַכט \ און פילסט די משא פון אַ ↰ 200 קרוין \ אויף זיך, פאַר קיינעם נישט געדאַכט”; „און פון בויבעריק צוריק \ מיט אַ לופטבאַלאָן, \ נאָך דעם אין איין אייגנבליק \ אין אַ פאַעטאָן” (1992: 32, 59).

טעלעסין: „נאָכדעם איז פון יעדער איי \ ווי פון האַרטע ווינדעלעך \ אַרויסגעקראכץ כלערליי \ פּיצעמאָנצע הינדעלעך — \ טונקעלע און העלינקע, \ נאָר די מערהייט געלינקע”; „די איינגעשפּאַרטערע פון זיי, \ אויך דעמאָלט ווען די ווינטן שטייגן, \ זיך האַלטן ביזן סאַמע שניי \ אויף די פאַרשטאַרטע הוילע צווייגן” (1992: 26, 37).

לעמפּעל: „ווען איך האָב אים ענדלעך אַ פרעג געטאָן, האָט ער מיך אָנגעקוקט, ווי איך וואָלט געווען חסר⸗דעה”; „צו אָט דעם בילד דאַרף מען קומען אָנגעגורט מיט דערפאַרונג, מיט וויסן, דער עיקר מיט אינטואיציע” (1991: 164).

מאַש: „אומעטום האָט ער געהאַט באַגלייטערס, סיי אין שפּאָר⸗קאַסע אַרויסצונעמען דאָס געלט זיינס, סיי אין די געשעפטן כדי איינצוקויפן ווערטפולע זאַכן אויף מיטצונעמען”; „צעברעכט מיך ניט אויף דער עלטער, נעמט נישט צו ביי מיר מיינע געוואוינטהייטן, מיינע חברים, מיינע אַלטע גוטע⸗פריינט” (1992: 16, 18).

סאַנדלער: „וואָס פלעגט אים, אַ קראַנקן, מידן מענטשן, צווינגען יעדן טאָג אַרומטאַפּקען איבער די פאַרבלאָטיקטע בעלצער גאַסן און ליקלעך, באַזוכן איין שטוב נאָך אַן אַנדערער און ערשט פאַרנאַכט זיך אומקערן אַהיים?”; „פאַרשטייט זיך, אַז דאָס אַלץ זיינען בלויז מיינע ערשטע איינדרוקן — ניט מער” (1986: 36; 122).

סוצקעווער: „פון זינט מ׳האָט אין לאַנד אויסגערופן אַ טויטאורטייל אויפן פּאַפּיראָס, ווייל זיין רויך, האָט ↰ 201 מען זיך געכאַפּט, האַלט אין טייטן אומשולדיקע מענטשן, איז די קאַפעטעריע מלכא ביים ים⸗ברעג, וואו כ׳האָב ליב זיך צו פאַרווינקלען און לייענען פּנימער, אויסגערייכערט געוואָרן פון אירע שטענדיקע רייכערערס”; „אונדזער לייבעלע האָט אויסגעגאָסן פאַר איר זיין האַרץ. דערציילט וואָס מיט אים און זיין כלה נעמי איז יע און איז ניט פאָרגעקומען (1990: 214, 217).

סימכאָוויטש: „דיין הילף איז כהרף⸗עין, \ דיין שטראָף איז גרויזאַם און לאַנג; \ דו פירסט מיך אַרויס פון אַלע \ טאָלן פון טויט און פאַרגאַנג”; „אינעם טונקלבלאָ, וואָס זיך שפּרייט \ איבערן חלל ווייט און ברייט. \ אַ שטערנלאָזע נאַכט קומט אָן, \ כמאַרעדיק, אין זיך פאַרטאָן” (1990: 58, 78).

עלבערג: „פאַרוואָס האָט ער זי געלאָזט אַנטלויפן? אַריין און באַלד פאַרשוואונדן מיטן געלט”; „דער צימער איז געווען אויף אַן אייבערשטן שטאָק” (1991: 88, 89).

עסטרייך: „שרייבן שרייבט ער אַ דיסערטאַציע ביזן היינטיקן טאָג. אַ מענטש דאַרף אויסקלייבן פאַר זיך אָט אַזאַ טעמע: ’קוואַנטיטאַטיווע אַספּעקטן פון אונטערריכטן כעמיע אין דער מיטלשול’! אויב רעדן אויף אַ מענטשלעכן לשון, וויל ער ווייזן, וויפל און וואָסערע אויפגאַבעס עס דאַרף לייזן אַ שילער, כדי באַהערשן דעם אָדער יענעם מאַטעריאַל” (1988: 37).

פיין: „בען האָט ווי יעדער פליט געטראָגן אין זיך אַ פאַרטיליקטע וועלט. פאַרלוסט איז געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פון זיין לעבן. און ר׳האָט געוואָלט אין דער גרויסער, צענטראַלער וועלט שטאָט, אויפשטעלן אַ מאָנומענט צו דער דאָזיקער דערפאַרונג” (1992: 79).

↤ 202

פעלזענבאַום: „איז וויי צו מיינע יאָרן, \ וואָס ס׳וועט זיך טאָן ביינאַכט, \ ווען אָט די צוויי דערפאַרונגלאָזע פייגל \ וועלן זיך אויפהויבן”; „אַלע דיינע וואַכע נעכט \ אַלע דיינע טרייסטלאָזע טרערן, \ יעדער טראָפּ פון דיין בלוט, — \ דאָס אַלץ \ איז איינגעזאַפּט אין דעם פּאַרמעט” (1992: 43, 74).

צאַנין: „האָט דער טאַטע געענטפערט, אַז דאָס וואָס איך פרעג איז צווישן די מילי⸗מיליאַסן סודות וואָס ער אין הימל האָט מגלה געווען בלויז פאַר דעם תנא רבי שמעון בר יוחאי. אַז איך וועל רייף ווערן און מעגן עוסק זיין אין די קבלה ספרים, וועל איך, ווי ער, מיין טאַטע, העלפן דערגיין אויך דעם סוד פון פליגל פאַר פייגל און נישט פאַרן מענטש, וואָס ער האָט באַשאַפן אין זיין געשטאַלט”; „צום סוף בין איך געקומען צום אויספיר, אַז דער פּסיכאָלאָג גופא איז אַ פּאַציענט פאַר אַן אַנדער פּסיכאָלאָג. איך האָב נישט געהאַט קיין אונטערדריקטן באַוואוסטזיין” (1992: 20, 22).

קאַרפּינאָוויטש: „דער שוישפּילער אייזיק סאַמבערג, פון די ווירדיקסטע אַקטיאָרן אויף דער יידישער בינע צווישן ביידע וועלט מלחמות, איז קראַנק געוואָרן. געשפּילט האָט ער אין דער ראָל פון משולח, אין אַנסקיס „דיבוק”. אין די דרייסיקער יאָרן, אין פּוילן, איז אָט די פאָרשטעלונג געשפּילט געוואָרן מיט גרויס דערפאָלג” (1991: 257).

קערלער: „און בלויז די פוריעס, די ניט גוטע \ האָבן נאָכגעלאַכט \ הינטער די פּלייצעס פון אַנטלויפנדיקע \ רוצחים און פאַררעטער”; „אַזוי ווי דעם זאָמען — די ערד, \ געכאָוועט האָב איך אויפן שלאַכטפעלד \ דעם טרוים איך זאָל קומען אַהער \ פון בלוטיקע היימלאָזע שליאַכן” (1992: 53, 55).

↤ 203

שעכטמאַן: „זי איז, הייסט עס, אַרעסטירט געוואָרן, כדי אַ סוף מאַכן צו איר קאָנטעררעוואָלוציאָנערער טראָצקיסטישער שפּיאָנישער טעטיקייט — ניט מער און ניט ווייניקער!”; „און פּלוצעם פאַרשווינדט דער אולי ירחם, און פאַר אירע אויגן, אויף דער טיר, דערזעט זי אַ בלוטיקן שאָטן פון אַ זקן” (1992: 27, 32).

און לסוף, עטלעכע ביישפּילן וועגן דעם וואָס עס האָבן טאַקע געזאָגט יידישע שרייבער וועגן דעם פּוריזם אין משך פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט:

אַלמי:

מאַקס וויינרייך האָט אַמאָל אין אַן אַרטיקל אין דער ביכער וועלט [= מ. וויינרייך 1922 — ה.⸗ד. ק.] געפּסלט אַזעלכע ווערטער ווי איבונג, קרייז א.א. אָנשטאָט קרייז הייסט ער אונדז שרייבן (און זאָגן) ראָד. נו, קענט איר זיך פאָרשטעלן ווי עס וועט קלינגען „עס האָט זיך געגרינדעט אַ געזעלשאַפטלעך ראָד”, אָדער „אַ דראַמאַטיש רעדל”? [...] די אַלע פריער אויסגערעכנטע ווערטער, וואָס זיינען ביי ז. קלמנאָוויטשן טרייף⸗פּסול, זיינען יידיש, פאַריידישט, אַסימילירט אין אונדזער לשון, און אַרויסוואַרפן זיי וואָלט געווען אַ פאַרברעך. זיי זיינען נייטיק, ווייל זיי באַרייכערן אונדזער לשון און קענען דינען פאַר אַן אָפּוועקסלונג (יאָ, אָפּוועקסלונג) בעתן שרייבן און ריידן, אָנשטאָט איבערצוקייען עטלעכע מאָל דאָס זעלביקע וואָרט. [...] איך בין מסופּק איז טאַקע יידיש; אָבער כ׳צווייפל איז נישט ווייניקער יידיש און האָט זיך זיין אייגנאַרטיקע קאָליר און טעם.
(אַלמי 1925: 150)

↤ 204

צייטלין:

אַלזאָ, דאַרף מען די דערמאָנטע פּוריסטן צו וויסן טאָן, אַז דאָס וואָרט [אַלזאָ] איז יידיש שביידיש. אַזוי רעדן פּוילישע יידן.
(צייטלין 1938: 57)

דער רייפער ל. שאַפּיראָ, קוקנדיק שוין צוריק אויף די פאַרשידענע סטיליסטישע עפּאָכעס אין זיין שעפערישער ביאָגראַפיע, בתוכם אַ פּוריסטישע, האָט געמאַכט אַזאַ מין סך⸗הכל:

די ברירה איז געווען דייטש — דאָס הייסט, דייטשמעריש. עס איז טאַקע געווען אַ געפאַר פאַרפלייצט צו ווערן פון פרעמדע ווערטער, און דערפון האָט זיך גענומען מיין איבערגעטריבענער פּוריזם. [...]
ביסלעכווייז — ביסלעכווייז — ביסלעכווייז האָט זיך מיין יידיש באַפרייט פון די פּענטעס. איך האָב ענדלעך פאַרשטאַנען, אַז אַ שפּראַך איז אַ לעבעדיקער אָרגאַניזם, אַ באַשעפעניש וואָס איר לעבן באַשטייט אינעם באַשטענדיקן, אומאויפהערלעכן אויסטויש פון שטאָפן: זי נעמט אַריין, אַרבעט איבער און פאַרדייט וואָס עס לאָזט זיך — און וואַרפט אַרויס דאָס וואָס פאַר איר איז אָפּפאַל. אויך האָב איך באַגריפן, אַז עס איז קיין שכל ניט סתם צו זאַמלען ווערטער ווי אַ וואָראָנע זאַמלט און טראָגט אין איר נעסט שטיינדלעך און שטיקלעך גלאָז, הגם זי קאָן בלא יודעים אַריינפּאַקן אויך אַ דימענט, וואָרעם — וואָס ווייסט אַ וואָראָנע?... די שפּראַך הייבט זיך אָן נישט פונעם וואָרט, נאָר פונעם זאַץ, פּונקט ווי מוזיק הייבט זיך אָן נישט פון דער איינצלנער נאָטע, נאָר פונעם אַקאָרד. [...]
(שאַפּיראָ 1945: 17-14)

↤ 205

די פּערספּעקטיוו פון צייט

דער שטח פון צייט איז דער וויכטיקסטער תחום, ביים באַטראַכטן דעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנעט בכלל (ליטעראַטור, קולטור, שפּראַך וכו׳), און די ווערטער אין חרם בפרט (אויסנאַם, געפאַר, רייזע וכו׳). אין ניינצנטן יאָרהונדערט זיינען דאָס אַלץ געווען „נייע ווערטער”, אַריינגענומענע פונעם מאָדערנעם דייטש, וואָס זיינען דער פאָלקסשפּראַך געווען שטאָק פרעמד, פּונקט ווי יענע פּרעסע ווערטער, די וועלכע זיינען היינט פאַרבליבן אַרכעאישע צייטונגס⸗ווערטער (ימער, דיזער, מאָנד).

צו דער טעמע זיינען שייך יענע ווערטער וואָס זיינען געבליבן אין יידיש. מיט יעדן פאַרבייגייענדיקן טאָג, חודש, יאָר, זיינען זיי געוואָרן מער און מער יידיש. היינט צו טאָג האָבן די אַלע ווערטער (אויסער אין די אויסבויאיסטישע קרייזן וואו מ׳מאַכט אַ טאַראַראַם פון זייער אָפּשטאַם און מען „פּסלט” זיי) קיין שום ביי⸗טעם ניט פון „פרעמדקייט”. אָט דער פּראָצעס פון פולשטענדיקער איינבירגערונג אין דער סטרוקטור פון דער שפּראַך, איז אין תוך גענומען ניט אַנדערש איידער דער לעבנסוועג פון אַלע יידישע ווערטער: וואָס לענגער זיי געפינען זיך אין אונדזער שפּראַך, אַלץ מער אינטעגרירט ווערן זיי מיט אַלע אַנדערע ווערטער פון אַלע היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן און מיטן לשון גאַנצערהייט. דער מהלך איז אַ מהלך וואָס פירט פון פרעמדוואָרט צו וואָרט, פון ניי וואָרט צו אַלט וואָרט.

די געשיכטע פונעם פּוריזם (און עווענטועלן אויסבויאיזם) ↰ 206 צווישן יידישע נאָרמאַטיוויסטן אין דער צווייטער העלפט פונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט שטעלט מיט זיך אָבער פאָר אַ פּראָצעס, וואָס פירט פּונקט אין דער פאַרקערטער ריכטונג איידער די געשיכטע פון דער שפּראַך גופא. אין דער ערשטער העלפט פונעם יאָר⸗ הונדערט, איז דער פּוריזם געווען אַ רעאַקציע קעגן דער ניי⸗הויך⸗דייטשישער פאַרפלייצונג אין דער שפּראַך פון דער פּרעסע. נאָכדעם ווי יענע פאַרפלייצונג איז אָפּגעטראָטן, האָבן די פּוריסטן אָבער ניט שלום געמאַכט מיט יענע אַלע ווערטער וואָס זיינען אַריין אין ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש, אלא וואָדען, זיי האָבן גענומען פירן קעגן זיי נייע מלחמות.

דער סאַמע אַבזורד: אויף דער שוועל פון איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אַן ערך הונדערט יאָר נאָכדעם ווי עמעצער האָט דאָס לעצטע מאָל בכלל גענומען אַ וואָרט פון דייטש און עס אַריינגעפירט אין יידיש, אַ האַלבן יאָרהונדערט נאָך אונדזער חורבן, אין אַ תקופה ווען מ׳דאַרף שטאַרקן די דעמאָגראַפישע און אינסטיטוציאָנעלע יסודות פון דער שפּראַך אָנשטאָט אויסזוכן אין איר פּגימות, פירט מען גאָר נייע מלחמות „אויסצורייניקן” יידיש פון מאַסעס מיט ווערטער וואָס זיינען באַליבט ביי אונדזערע גרעסטע שרייבער. לא די וואָס מ׳פירט מלחמות קעגן די ווערטער, מ׳אַטאַקירט אויך פּערזענלעך יעדן וואָס דערוועגט זיך אַרויסזאָגן אַן אַנדער מיינונג. אויף מיין ערשטן אַרטיקל דערוועגן (ה.⸗ד. קאַץ 1991ב), האָט זיך פריינט שעכטער אָפּגערופן מיט אַן אַרטיקל עלף פאָליאָ קאָלאָנעס די לענג, וואו עס שוועבן די וואַלפיש⸗פּערל „אומאמתן”, „גניבת דעת”, „פינף און דרייסיק יאָריקער יונגערמאַנטשיק”, „עגאָמאַנישער ↰ 207 בעל⸗גאווהניק” א. א. (שעכטער 1992-1991: 36, 37). ביי זייטיקע איז נאַטירלעך אויסגעקומען מאָדנע וואָס אַ חילוקי דעות איבערן היינטיקן סטיליסטישן מעמד פונעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש זאָל אַרויסרופן אַזאַ עמאָציאָנעלן אָפּרוף. כאַראַקטעריסטיש איז עס אָבער פאַר דער מעטאָדאָלאָגיע פון דער אויסבויאיסטישער מחנה, וואָס בויט זיך אויף אָפּשרעקן אונדזערע שרייבער, בכדי זיי זאָלן ניט נוצן די ווערטער אין חרם, און פאַרקערט זיי זאָלן יאָ נוצן די אויסבויאיסטישע פאָרשלאַגן (זע אונטן, זז. 239-229).

דעם האַרבסטן עונש ווענדט מען אָבער אָן קעגן די וואָס וואַגן אַרויסזאָגן אַ צווייטע מיינונג. פריינט שעכטער רופט זיינע שילער צו אַ פּערזענלעכער מלחמה, ניט קעגן שונאים פון יידיש, נאָר קעגן דעם כופר בעיקר הירשע⸗דוד קאַץ וואָס איז באַגאַנגען דעם חטא הקדמון: געשריבן אַן אַרטיקל א.ט. „אַ שטעקעלע אַריין, אַ שטעקעלע אַרויס, די דייטשמערישע געפאַר איז — אויס” (ה.⸗ד. קאַץ 1991ב).

דוד קאַצן וועט גאָרנישט נישט שאַטן, אַפילו נישט די אומברחמנותדיקסטע שפּראַכיקע און וויסנשאַפטלעכע דעמאַסקירונג. ס׳איז גאָר אַ מצווה, וכל המרבה הרי זה משובח.
(שעכטער 1992-1991: 38)

שעכטער פאַרגינט זיך דאָרטן אויסצולאַכן מיין ווינטשן מיין פאָטער מעינקע קאַץ „ביז הונדערט צוואַנציק” האַרט פאַר זיין טויט (ז. 40), אויך מיין קדיש⸗עסיי וואָס איז אַרויס באַלד נאָך זיין טויט (זז. 40-39).

פּאָלעמישע ענטפערס קען מען לייכט אויסזויגן פון פינגער. דאָ איז פאַראַן אַ מער יסודותדיקע סיבה: די שפּראַך ↰ 208 גייט אין איין ריכטונג און די אויסבויאיסטן ווילן זי בגוואַלד שלעפּן פּונקט אין דער פאַרקערטער ריכטונג. זיי ווילן דאָס צוליב פּערזענלעכע דייטש⸗קאָמפּלעקסן וואָס זיי פּרובירן פאַרוואַנדלען אין אַ חוק ולא יעבור פאַר אַ גאַנצער שפּראַך. ווי מיר האָבן געזען, זיינען די דאָזיקע ווערטער גראַדע כשר וישר ביי די גיגאַנטן פון דער יידישער ליטעראַטור און ביי אַלע היינטיקע שרייבער וועמען זיי האָבן ניט באַוויזן אָנשרעקן. אָט דאָס בקיצור, איז דער קאַטאַסטראָף פון דער יידישער שפּראַך פּלאַנירונג סוף יאָרהונדערט: דאָס „פּסלען” די שפּראַך פון די פּרינצן פון אונדזער ליטעראַטור, און פּראַלן ביים היינטיקן עולם עלטערן אָפט עלנטע, אַנטמוטיקטע יידישע שרייבער, אַז דאָס נעמט זיך פון „וויסנשאַפט” (פגל. סטעקין⸗לאַנדאַו 1992; ה.⸗ד. קאַץ 1992ב).

אַ באַזונדערער ווייטיק איז עס, וואָס דער ייוואָ דערלויבט אַז אויך זיין זשורנאַל יידישע שפּראַך זאָל אויסגענוצט ווערן אַלס איינע פון די כלים אין דעם אויסבויאיסטישן פּרואוו צו לייקענען אַז עס קען זיין אַ צווייטע מיינונג, און צו באַשמוצן פּערזענלעך דעם בר פּלוגתא, דאָרטן וואו מ׳קען שוין ניט לייקענען. אַז מ׳האָט דאָרטן איבערגעדרוקט מאַקס וויינרייכס „דייטשמעריש טויג ניט” (מ. וויינרייך 1975), פון דער פערטער העפט פון ווילנער ייוואָ זשורנאַל יידיש פאַר אַלע (מ. וויינרייך 1938ב), האָט מען דעם היינטיקן לייענער מיט קיין וואָרט ניט דערמאָנט אַפילו אַז אין דער אַכטער העפט פון זעלביקן יידיש פאַר אַלע איז דערשינען נח פּרילוצקיס תשובה: „מעטאָדאָלאָגישע באַמערקונגען צום פּראָבלעם דייטשמעריש” (פּרילוצקי 1938ד), וואו ער באַוואָרנט קעגן „פּסלען” ווערטער אויפן סמך פון איין פילאָלאָגס געפיל אַז זיי זיינען רחמנא לצלן דייטשמעריש:

↤ 209

געפיל — באַזונדערס אין שפּראַך⸗ענינים — איז אַ דורך און דורך סוביעקטיווע דערשיינונג, ממילא קען עס מחייב זיין נאָר דעם, אין וועמען עס לעבט. מער אַבסאָלוט קיינעם נישט.
(פּרילוצקי 1938ד: 201)

דאָרטן וואו מ׳קען שוין ניט „אויסבאַהאַלטן” אַן אַנדער צוגאַנג, דעמאָלט נעמען די אויסבויאיסטן און באַשמוצן פּערזענלעך דעם בר פּלוגתא. דער גרויסער יידישער לעקסיקאָגראַף אַלכסנדר האַרקאַווי, ווערט אָנגערופן „זשאַרגאָניזירער למעשה”, אַ מענטש וואָס האָט „ניט געלייענט די שפּראַך מייסטערס פון זיין דור”, „חולה” און נאָך (שעכטער 1986-1984: 36, 38). האַרקאַוויס גראַנדיעזער יידיש⸗ענגליש⸗העברעאישער ווערטערבוך, וואָס קיין שום אַוואַנסירטער סטודענט פון יידיש קען עד היום ניט אויסקומען אָן אים, ווערט זידלעריש אָנגערופן „האַרקאַווי⸗ליפשיץ” (דאָרטן, ז. 36), אַ בייזע אָנצוהערעניש אַז האַרקאַווי איז גאָר געווען אַ מין פּלאַגיאַטאָר. טאָ זאָל די זאַך דאָ פאַרריכט ווערן. ווי יעדער געניטער לעקסיקאָגראַף, האָט האַרקאַווי געשעפּט פון זיינע פאָרגייער, און ער האָט ליפשיציעס יידיש⸗רוסישן ווערטערבוך פּראָמינענט אַקרעדיטירט אין זיין „ביבליאָגראַפיע פון מקורים” (האַרקאַווי 1928: v‎‏ = 1988: xliv). תיקו בלייבט אַ קשיא, ווי קומט דאָס וואָס דאָס אינקאָרפּאָרירן מאַסעס ווערטער פון ליפשיץ אין אוריאל וויינרייכס ווערטערבוך ווערט פאַרקערט באַטראַכט ווי די גרעסטע מעלה: „עמערווייז האָט אוריאל וויינרייך געשעפּט דעם אַלטן גוטן וויין וואָס אין ליפשיצעס ווערטערביכער” (שעכטער 1969א: 242). דער פּאָלאַריש⸗פאַרקערטער אָפּרוף אויף איין און דער זעלביקער דערשיינונג וואַקסט, פאַרשטייט זיך, פון שעכטערס מסכים ↰ 210 זיין מיט וויינרייכס פּוריסטישן צוגאַנג, און זיין מחולק זיין מיט האַרקאַוויס דעסקריפּטיוויזם. עס איז, דאַכט זיך, שוין צייט, אַז חילוקי דעות זאָל מען לערנען אויסדריקן און בשעת מעשה ניט פאַרלירן צום אָפּאָנענט דעם דרך ארץ. אויך דער ווילנער ייוואָ האָט זיך כידוע געהאָלפן ביי גאָר אַן אַנדער סטיליסטישער איינשטעלונג איידער אַלכסנדר האַרקאַווי. מ׳האָט אים אָבער ניט באַשמוצט אַלס „חולה”, „זשאַרגאָניזירער” און מ׳האָט זיין ווערק ניט אָנגערופן „האַרקאַווי⸗ליפשיץ”. מ׳האָט באַגריסט דעם ניו⸗יאָרקער קאָלעגע און אַרויסגעהויבן זיין „מסירת נפש” זיין „אידעאַליזם”, זיין „אומפאַרגלייכלעכן פלייס” און „גרויסן וויסן” (ייוואָ 1934: 1; פגל. ה.⸗ד. קאַץ 1988א: xxix).

דער דאָגמאַטיזם פון דער היינטיקער אויסבויאיסטישער מחנה שטעלט מיט זיך פאָר אַ קאָלאָסאַלן קוריאָז פאַר פאָרשער פון שפּראַך פּלאַנירונג בכלל און ס׳איז אַ סימן מובהק פון דעם דורכפאַל פון דער יידישער שפּראַך פּלאַנירונג אויף דער שוועל פון איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. בעת די „דייטשמעריזמען” זיינען סינכראָניש גערעדט געוואָרן גוטע יידישע ווערטער וואָס ווערן באַנוצט ביי די בעסטע שרייבער, פירן די אויסבויאיסטן מלחמות סיי קעגן די ווערטער, סיי קעגן יעדן וואָס היט ניט דעם חרם.

אַן אַמאָליקער פאַרשטענדלעכער קאַמף קעגן דער פּרעסע שפּראַך איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אומשכלדיקן — און צום באַדויערן: ניט⸗אָנשטענדיקן — קאַמף קעגן: יידישע ווערטער און יידישע שרייבער וואָס באַנוצן זיך מיט זיי (זע קאַזשדאַן 1973).

די היסטאָרישע שפּאַלטונג צווישן דער שפּראַך און דעם פּוריזם לאָזט זיך רעקאָנסטרואירן.

↤ 211

בער באָראָכאָוו האָט אין 1913 געוואָרנט קעגן די פּרעסע דייטשמעריזמען און אָנגעוויזן בשעת מעשה אויף וויפל דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט אין יידיש האָט באַרייכערט און מאָדערניזירט די שפּראַך (1913א: 15-13).

נח פּרילוצקי האָט אין 1938 אַטאַקירט די פּרעסע שפּראַך און בשעת מעשה געוואָרנט קעגן פּסלען ווערטער לויטן סוביעקטיוון חוש (1938א, 1938ד). אין די דרייסיקער יאָרן איז געווען אַשטייגער אַ חילוקי דעות צווישן מאַקס וויינרייך, וואָס האָט געהאַלטן אַז אַלס טויג „קיינמאָל ניט” כלפּי זלמן רייזענס מיינונג: „ווען ס׳זאָל אַפילו איינזען אַ פּוריזם אין דער טענדענץ דורכאויס אויסצוקומען אָן דעם ווערטל אַלס, מוז מען אָבער מודה זיין, אַז מע ניצט עס שוין ביי אונדז איבער דער מאָס, אין פאַלן, וואו ס׳איז אינגאַנצן איבעריק” (מ. וויינרייך 1938א; ז. רייזען 1938א). היינט ווייס מען, אַז אַלס איז יאָ געבליבן, און היינט האָט ניט קיין זין אַזאַ וואָרט רודפן. היינט האָט ניט קיין זין אויסצוזידלען שרייבער און לערער וואָס נוצן דאָס וואָרט. וועגן אַם אַשטייגער, האָט פּרילוצקי געזאָגט עדות, אַז מ׳נוצט עס „גראָד אין דער פאָלקס⸗שפּראַך” (פּרילוצקי 1938ג: 94). אויב דעמאָלט, איז אַפּשיטא שוין היינט.

מאַקס וויינרייך האָט אין די דרייסיקער יאָרן אין ווילנע געפירט אַ קאַמף קעגן די ווערטער וואָס ער האָט געהאַלטן פאַר „דייטשמעריזמען” (למשל: 1938ב). וויל מען אָבער געוואָר ווערן מאַקס וויינרייכס רייפן צוגאַנג צו אַ וואָרט, דאַרף מען עס לויט נחום סטוטשקאָווס מייסטערווערק, זיין אוצר פון דער יידישער שפּראַך, וואָס איז אַרויס אונטער מאַקס וויינרייכס רעדאַקציע (סטוטשקאָוו 1950). דאָרטן ווערן טאַקע „געפּסלט” מיט אַ ▼ (וואָס ↰ 212 באַצייכנט: „ניט רעקאָמענדירט אין דער קולטור שפּראַך — דאָרטן, ז. lvi) — געשפּרעך, קעגנוואַרט, שטונדע, אָבער: אויסנאַם, דערפאָלג, זעלבסטמערדער, רונד, רייזע און הונדערטער אַנדערע ווערטער פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט ווערן אָנגעגעבן פּונקט ווי אַלע אַנדערע יידישע ווערטער. פאַרשטייט זין אַז ניט יעדער וואָרט וואָס ווערט דאָרטן אָנגעגעבן האָט מאַקס וויינרייך פּערזענלעך באַנוצט. ווי נאָך עטלעכע יידישע לינגוויסטן האָט ער אין זיין פּערזענלעכן סטיל געפּרואווט אויסמיידן דעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט. ער האָט זיין סטיל און זיינע פּערזענלעכע פּרעפערענצן אָבער ניט פאַרוואַנדלט אין אַ מיטאָלאָגיע וועגן „ריכטיקייט” פאַר דער שפּראַך בכלל. אין סטוטשקאָווס אוצר ווערט געגעבן אַן אָפּשפּיגלונג פונעם צוגאַנג פון דעמאָלטיקן פּוריזם.

מיט קאַרגע צוואַנציק יאָר שפּעטער, ווען די פּרשה „דייטשמעריש” וואָלט שוין לחלוטין געדאַרפט זיין אַראָפּ פון מאַרק — ווייל אַלץ וואָס איז געבליבן איז שוין זיכער געווען מער יידיש איידער אין דער צייט פון סטוטשקאָווס אוצר, איז געקומען א. וויינרייכס ווערטערבוך וואו דער צוגאַנג איז שוין אָן אַ שיעור מער עקסטרעם. דאָרטן ווערן געפּסלט, ווי מיר האָבן געזען, עמערס מיט ווערטער וואָס זיינען באַליבט ביי אונדזערע בעסטע שרייבער, מיט ● („אַ ספק צי דערלאָזלעך אין דער כלל⸗שפּראַך”) אָדער ▼ „ניט⸗ דערלאָזלעך אין דער כלל⸗שפּראַך” (א. וויינרייך 1968: xl). דער איבערגאַנג פון „ניט רעקאָמענדירט”, ביי סטוטשקאָוון (און מאַקס וויינרייכן) אין 1950, ביז „אַ ספק צי דערלאָזלעך” און „ניט⸗דערלאָזלעך” ביי אוריאל וויינרייכן אין 1968, קען דינען פאַרן סימבאָלישן קער צום אַנטי⸗היסטאָרישן ↰ 213 עקסטרעמיזם. דעם פּראַקטישן אונטערשייד געפינט מען, פאַרשטייט זיך, ביים צוגאַנג צו ספּעציפישע ווערטער. סיי ביישפּיל, האַנטשריפט, קינדהייט, וואָס אוריאל פּסלט מיט ●, סיי וועכנטלעך, גרויזאַם, שוישפּילער, וואָס ער פּסלט מיט ▼, זיינען שוין אין 1950 אָנערקענט געוואָרן ביי מאַקסן פאַר כשר וישר. אַלע יאָר דערווייטערט זיך דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט וואָס אין יידיש מער און מער פון זיין מקור, און — אַלע יאָר ווערן די שוין⸗לאַנג⸗יידישע ווערטער גערודפט וואָסאַמאָל מער. די קליינע צאָל ווערטער וואָס זיינען „ניט רעקאָמענדירט” ביי מ. וויינרייכן אין 1950 האָבן ווי ניט איז מקיים געווען די מצווה פון פּריה ורביה און זיינען צעוואַקסן אין די חיילות מיט ווערטער וואָס זיינען „ניט⸗דערלאָזלעך” (אָדער: „אַ ספק צי דערלאָזלעך”) ביי א. וויינרייכן אין 1968. דאָס האָט זיך פאַרלאָפן ניט אין דייטשלאַנד אָדער אַוועלכן ניט איז אַנדער לאַנד וואו ס׳איז דאָ אַ סכנה אַז יידיש זאָל פאַרפלייצט ווערן פון דייטש נאָר — אין די געקליבענע קרייזן פון די ניו⸗יאָרקער פּוריסטן. אוריאל וויינרייך איז, אויב אַזוי, געוואָרן אַ פּוריסט צום סאַמע סוף פון זיין לעבן. ער איז אָבער ניט אַריבער דער שוועל וואָס פירט צום אויסבויאיזם. דעם אונטערשייד צווישן דעם פּוריזם און דעם אויסבויאיזם קען מען געבן צו פאַרשטיין סיי טעאָרעטיש (דער עצם באַנעם פון יידיש), סיי פּראַקטיש (צוגאַנג צו אַזאַ און אַזאַ וואָרט).

טעאָרעטיש גערעדט, האָט דער פּוריזם קאַטעגאָריזירט אַ באַשטימטן בלאָק פון דער יידישער לעקסיק פאַר „שלעכט” און אָנגענומען מיטלען אויף פּטור צו ווערן פון יענעם בלאָק. ווי ס׳איז תמיד דער פאַל אין דער געשיכטע פון געדענקען, גיט מען אַ נאָמען דעם „יש” וואָס מ׳שטעלט ↰ 214 אויף, אין דעם פאַל: דייטשמעריש. ביי די פּוריסטן הייסט דייטשמעריש דער טייל פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט וואָס זיי האָבן באַשליסן אַז עס „טויג ניט” און דאָס איבעריקע אָנגענומען פאַר „כשר”. דער אויסבויאיזם, דערקעגן, קוקט אויף גאַנץ יידיש ווי אַ דיאַלעקט פון דייטש, וואָס זיי, די אויסבויאיסטן, דאַרפן „אויסבויען”: „פונאַדערבויען די אַנדערשקייט, די ספּעציפישקייט פון אָט דעם לשון אַקעגן אַ קרובהשן, שטאַרקערן לשון, וואָס אין זיין שאָטן קומט דעם קלענערן אויס צו שטיין” (שעכטער 1980: 212).

פּראַקטיש גערעדט, האָבן זיך די אויסבויאיסטן, מיט מ. שעכטערן בראש, געלאָזט אויף צוויי שפּאָגל נייע ווערטער⸗רדיפות אין די יאָרן נאָך אוריאל וויינרייכס טראַגישן פריצייטיקן טויט.

ערשטנס, האָט שעכטער גענומען „פּסלען” ווערטער וואָס פיגורירן אַפילו אין א. וויינרייכס ווערטערבוך אָן אַוועלכן ניט איז סימן פון פּגם, צוליב דעם וואָס זיי געהערן דעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש, אַשטייגער: דערלויבעניש (1985: 13), יוגנט, מוסטער (1986א: 149, 155).

צווייטנס — און טאַקע ווי אַ ווייטערדיקער שטאַפּל ביים דורכפירן דעם אויסבויאיסטישן פּרינציפּ („אויסבויען” יידיש עס זאָל „ווערן” ווייטער פון דייטש) — האָט שעכטער גענומען פאַרלאַנגען אַז אונדזער ליטעראַטור שפּראַך זאָל פאַרבייטן אויך ווערטער פונעם טויזנטיאָריקן גערמאַנישן קאָמפּאָנענט פון יידיש מיט אַרכעאיזמען און דיאַלעקטיזמען, ווייל — ווייטער פון דייטש. אַזוי אַרום: אילע אויף אַלע, ביכל אויף בוך (כאָטש ביי אַ סך יידישע שרייבער איז ביכל געוואָרן אַ זידלוואָרט אויף ’שלעכט בוך’), ברונע, ↰ 216 אויף ברונעם א. א. וו. (שעכטער 1986א: 130-129, 135-132, 139-138).

וועגן דיאַלעקטישע פאָרמען לגבי די ליטעראַרישע אין אונדזער ליטעראַטור שפּראַך, גייט די רייד אונטן, זז. 281-271. דאָ גייט אין דער שטרעבונג, היינט צו טאָג, צו רייניקן יידיש פון ווערטער וואָס האָבן דעם עלטסטן יחוס בריוו וואָס אונדזער שפּראַך קען געבן, און וואָס ווערן גערודפט צוליב דער פאָרגעשטעלטער „נעענטערקייט” צו דייטש. דער סוף⸗פּונקט קען גאָר זיין אַ נייע צונויפפלעכטונג פון ווערטער וואָס איז ווערטערווייז און סטאַטיסטיש טאַקע ווייטער פון דייטש און סטרוקטורעל באַנומען, אָן אַ שיעור ווייטער פון — יידיש. ס׳גייט דאָ אין די פּערזענלעכע דייטש⸗קאָמפּלעקסן פון עטלעכע יחידים וואָס ווילן די⸗אָ קאָמפּלעקסן פאַרוואַנדלען אין נאָרמעס פון אַ שפּראַך.

אַכלל, ס׳איז געוואָרן אַ דייטש⸗אָבסעסיווע ווערטער⸗רדיפה וואָס מאַכט יידיש צו שפּאָט און צו שאַנד. ווען די שיטה וואָלט זיך געהאַלטן אין די ד׳ אמות פון עקספּערימענטאַלע זשורנאַלן, וואָלט דאָס געווען אַן עקספּערימענט וואָס טוט קיינעם ניט אָן קיין שאָדן. די צרה איז, וואָס דאָס שיטער ווערן פונעם לעצטן דור מזרח⸗ אייראָפּעאיש געבאָרענע קענער, האָט געעפנט אַ וועג פאַר די אויסבויאיסטן צו פירן אַ קאַמף קעגן יעדן שרייבער און געלערנטן וואָס פאָלגט זיי ניט נאָך. נאָך מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָט ח. ש. קאַזשדאַן ז״ל געשטורעמט קעגן דער סטיליסטישער דיקטאַטור (קאַזשדאַן 1973). שוין עטלעכע צענדליק יאָר וואָס דער הויך טאַלאַנטירטער ניו⸗יאָרקער יידישער שרייבער אברהם שולמאַן, אים צו לאַנגע יאָר, טוט דאָס אייגענע אין זיינע פעליעטאָנען אין פאָרווערטס וואו עס ↰ 217 קומט צום אויסדרוק דעם שרייבערס גאָט⸗געבענטשטער שפּראַך חוש. אינעם איצטיקן בוך, זיינען מיר אויסן גיין אין זייערע פוסטריט: זיך אַקעגנשטעלן דעם דאָגמאַטיזם, אויפווייזן אַז דער אויסבויאיזם איז ניט מער ווי איין שיטה אין דער היינטיקער יידישער סטיליסטיק. זי איז, לויט אונדזער מיינונג, אַ טעותדיקע שיטה וואָס שטאַמט פון דער סאַמע טעותדיקסטער גרונט⸗הנחה: אַז מ׳דאַרף יידיש „אויסבויען”. פון אַ קרומער גרונט⸗הנחה קען קיין גלייכע שיטה ניט שפּראָצן.

וואָס דאַרף מען נאָך, אַז דער סאַמע פאָלקסטימלעכער שבפאָלקסטימלעכער ליפשיץ, וועלכער האָט אַזוי געטריי איבערגעגעבן דאָס לחלוטין ניט⸗דייטשמעריזירטע לשון פון דער אַמאָליקער יידישער אוקראַינע, ווייס אָנצוגעבן, גלייך מיט אַלע אַנדערע יידישע ווערטער: אויגנבליק (1876: 7); אויסנאַם (21); אויסשפּראַך [ביי ליפשיצן: אָיסשפּראַכע] (24); אויפריכטיק [אָפֿרעכֿטיג] (39); ביישפּיל (58); גיפט (67); געהאַלט (69); דורכזיכטיק [דערכֿזעכֿטיג] (78); האַנטשריפט (83); וואונטש [ווינטש] (91); פאָרזיכטיק [פֿאָרזעכֿטיג] (149); קינדהייט (187); רונד (203); שילדערן (213) און נאָך און נאָך. דאָס זיינען אַלץ שוין דעמאָלט געווען גוטע יידישע ווערטער, אין 1876, איז על אחת כמה וכמה היינט.

אויב אַ וואָרט אַרום וועלכן מ׳האָט זיך געאַמפּערט איז געבליבן לעבן פון דעמאָלט ביז היינט אין מויל פון די וואָס ריידן יידיש, און ביי אונדזערע בעסטע שרייבער, האָט עס אַ סגולה צו — אריכת ימים. גיין רודפן היינט די אַלע ווערטער וואָס ווערן „געפּסלט” ביי די אויסבויאיסטן, — אויסנאַם, איינלאַדן, באַזוכן, ביישפּיל, דערוואַרטן, האַסן, וואַכן, לאַגע, ↰ 218 מיספאַרשטענדעניש, פאָלקסטימלעך, רייזע, שאַנדע און הונדערטער אַנדערע, דאָס איז: אומזין. גיין לערנען מיט סטודענטן פון יידיש, אַז די ווערטער זיינען קיין יידיש ניט, דאָס איז: לערנען ניט⸗דעם⸗אמת.

צו דער טעאָריע איז וויכטיק יודל מאַרקס פּרואוו, אין זיין קלאַסישער זאַמלונג „כלומרשטע, ספקדיקע און ניצלעכע דייטשמעריזמען” (י. מאַרק 1964), אָפּצוראַטעווען פון דער פּוריסטישער תליה הונדערטער ניצלעכע ווערטער. שפּראַך איז אָבער אַן איידעלע סטרוקטור פון פאַראַנענקייטן, ניט נאָר פון „ניצלעכקייטן”.

הלכה למעשה, איז דער אויסבויאיזם נוטה למפּלה. מ׳קען ניט לערנען מיט אינטעליגענטע סטודענטן אַז די שפּראַך פון די גרויסע שרייבער, פון די וואָס ריידן יידיש פון דער היים, איז גאָר אַ „בעל מום”. צו דעם קומט צו נאָך אַ מאָמענט. דער גרויסער סאָציאָלאָג פון שפּראַך שיקל פישמאַן, וועלכער נוצט אַליין די Ausbau טערמינאָלאָגיע (למשל 1972: 138; 1987: 69-68), האָט קורץ און שאַרף — און ריכטיק — באַשריבן די סיבה צוליב וועלכער די אויסבויאיסטישע מלחמות קעגן יידישע ווערטער קענען קיין דערפאָלג ניט האָבן, אַפילו ביי די וואָס ווילן „נאָכגעבן”.

In our own day and age, the continued drive to combat New-High Germanisms is constantly complicated by the fact that most Yiddish speakers are out of touch (or have never been in touch) with German and therefore face additional difficulty in ‘recognizing the enemy’.
(פישמאַן 1981: 57)

↤ 219

אין פּרדס פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט פון יידיש

באַקעמפן דעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש האָט גענוי אַזאַ שכל ווי, לאָמיר אָנכאַפּן, אַ העברעאישער לינגוויסט זאָל וועלן „אויסרייניקן” העברעאיש פון זיין כנענישן („געצנדינערישן”) קאָמפּאָנענט. אַזעלכע פּרואוון וואַקסן פון פּרע⸗סטרוקטוראַליסטישע שפּראַך פילאָזאָפיעס, וואָס פּערזאָניפיצירן ווערטער אַזש ביזן מעמד פון „שונאים”, קוקן נאָר אויף זייער יחוס און פאַרקוקן זייער לעבעדיקן באַנוץ אין דער סינכראָניע פון דער שפּראַך. אַכלל: דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט וואָס אין יידיש — און דער חלק דערפון וואָס די פּוריסטן „פּסלען” — האָט שוין לאַנגע יאָרן קיין שום שייכות ניט מיט דייטש. דאָס זיינען אַלץ יידישע ווערטער, וואָס אַנטוויקלען זיך אינאיינעם מיט דער יידישער שפּראַך גאַנצערהייט, וואָס שפּרודלען מיט אַלע חנען פון מאַמע⸗לשון.

דעם סינכראָנישן מעמד פון די „דייטשמעריזמען” האָט ריכטיק, אָן פּניות און אָן קאָמפּלעקסן, באַשריבן יודל מאַרק:

מ׳דאַרף אָבער לכתחילה אָפּוואַרפן די אוממאָטיווירטע מיינונג אַז יעדער וואָרט פון דייטש קען גענומען ווערן בשעת הדחק און מגולגל ווערן אין אַ יידיש וואָרט. אָבער דייטשמעריש איז יאָ אַ באַשטאַנדטייל פון איצטיק יידיש.
(מאַרק 1953: 139)

↤ 220

צו דער באַרייכערונג פון יידיש דאַרף צוערשט דערמאָגט ווערן דער היסטאָרישער פאַקט, אַז יידיש איז אין אַ לפי ערך קורצער צייט, אין משך פון ניינצנטן יאָרהונדערט, פעאיק געוואָרן צו יענע אַלע תחומען פון דער מאָדערנער מערבדיקער קולטור וואָס זיינען ניט געווען קיין טייל פון טראַדיציאָנעלן אַשכנז, אַדאַנק דעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט. אָטאָ דער קאָמפּאָנענט האָט יידיש געגעבן אויטאָביאָגראַפיש, אוניווערסיטעט, אינטערעסאַנט, אינטעליגענט, אינטערנאַציאָנאַל, אַנטוויקלונג, אָרגאַניזירן, אַרמיי, באַוועגונג, גרופּע, דיפּלאָם, דירעקט, דעבאַטע, דערציילונג, הומאָר, וואָקאַל, זיצונג, טעאַטער, ליטעראַטור, מאָדערן, נאַטור, פּאָליטיק, פּאַרטיי, פּראָבלעם, פּראָזע, פאַרלאַג, פראַגע, צייטונג, קולטור, קונסט, קינסטלער, קריטיקער, רעדאַקטאָר, שטודיע, שפּראַך א.א.וו. דעם פּוריסט קען עס פאַרשאַפן קאָמפּלעקסן וואָס יידיש האָט דורכגעמאַכט איר מערביזאַציע אין אַ גרויסער מאָס דורך דייטש, דאָס איז אָבער זיין, דעם פּוריסטס, פּריוואַטע פּראָבלעם. דעם היסטאָריקער איז עס אַ נייטראַלער פאַקט. און פאַר דער שפּראַך גופא, און די וואָס ריידן היינט אויף איר, איז עס ניט שייך, ניט אינטערעסאַנט, ניט גורם גאָרנישניט.

דעם מעמד פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש קען מען אַמבעסטן משיג זיין ביי זיין לינגוויסטישער פאַראייניקונג און אינטעראַקציע מיט די אַלע אַנדערע קאָמפּאָנענטן אין דער שפּראַך. פאַר דער לינגוויסטיק איז קלאָר, אַז קיין פּערפעקטע סינאָנימען קענען אין פּרינציפּ ניט עקזיסטירן, מחמת דעם וואָס ביי איטלעכן לעבעדיקן לשון נעמען זיך אַזעלכע „סינאָנימען” און שיידן זיך באַלד אונטער, אין דער באַדייטונג, צי אינעם ניואַנס, צי אינעם סטיל אין וועלכן ↰ 221 מ׳ווענדט זיי אָן. דאָס „אַרויסוואַרפן” די „דייטשמעריזמען” האָט דריי פּעולות: ערשטנס, די פאַראָרעמונג פון דער שפּראַך; צווייטנס, דאָס פאַלש נוצן אָן עלטער וואָרט, אַבי ניט אָנקומען צום נייערן וואָרט; דריטנס, דאָס ניט קענען וואַריאירן צווישן כמעט⸗סינאָנימען און דאַרפן כסדר קלאַפּן מיטן זעלביקן וואָרט.

צו דער באַרייכערונג פון דער שפּראַך דאַרף מען דערמאָנען די היסטאָריש אידענטישע אָדער ענלעכע דייטשישע עטימאָנען וואָס יידיש האָט צוויי מאָל אַריינגענומען, איין מאָל מיט אַן ערך טויזנט יאָר צוריק — דער אַלטער גערמאַנישער קאָמפּאָנענט וואָס אין יידיש — און איין מאָל אין ניינצנטן יאָרהונדערט, אַשטייגער: אויסנווייניקאויסערלעך; אויסנעם (אָן אַן אויסנעם = ’אָן אַ סוף’) ≠ אויסנאַם; אינעווייניקסטאינערלעך, וואָכעדיקוועכנטלעך; לאַכעדיקלעכערלעך; מאָסמאַסע; נאָכלאָזןפאַרנאַכלעסיקן; (אַ) פרעגפראַגע; קונץקונסט; קונציקקינסטלעך; קלאָגקלאַגע; שפּראָךשפּראַך.

אַריבערגייענדיק צו דער סינכראָניע פון דער היינטיקער שפּראַך, וואַרפט זיך אין די אויגן אַז די ווערטער וואָס די אויסבויאיסטן ווילן אַריינפירן אויף צו פאַרבייטן די „דייטשמעריזמען” זיינען לחלוטין ניט אידענטיש מיט זיי, און דערביי ווערט דער סטיל געשלאָגן מיט צוויי קלעפּ: מ׳פאַרלירט אַ ניואַנס אָדער אַ באַדייט, והשנית, דאָס „געצוואונגענע” וואָרט קלינגט געקינצלט, ניט אויפן אָרט. אָט זיינען עטלעכע דוגמאות פון „רעקאָמענדירטע” ווערטער וואָס קענען ניט אין אַלע פאַלן פאַרבייטן די „געפּסלטע”.

אויבנאויפיקאויבערפלעכלעך. אַן אויבנאויפיקער ↰ 222 אַנאַליז; אַן אויבערפלעכלעכער מענטש. דאָרט וואו מ׳וויל אויסדריקן עמאָציאָנעלקייט און ביטול, דאַרף מען: אויבערפלעכלעך.

אָפּגעהיטפאָרזיכטיק. אָפּגעהיט אין שמירת הלשון; פאָרזיכטיק! מ׳קען דאָרטן אַריינפאַלן.

אָפּשטאַםמקוראורשפּרונג. „וואָס איז דער אָפּשטאַם פון וואָרט? צו דיין השערה דאַרפסט ברענגען אַ מקור. מיטן אורשפּרונג פון דער שפּראַך האָט עס ווייניק צו טאָן...”

אַרויסגעבןפאַרעפנטלעכן. מ׳גיט אַרויס אַ בוך און מ׳פאַרעפנטלעכט אַן אַרטיקל, אַ ליד, אַ מעשה, דאָרטן וואו דאָס פאַרעפנטלעכטע איז נאָר איין טייל פונעם בוך, צייטונג אָדער זשורנאַל.

געראָטןגעלונגען. „געלונגען איז אַ רעזולטאַט פון אַן אָנשטרענג, אַ טואונג, אַ ווילן, געראָטן איז פון גאָט” (ליטווין 1992: 59).

דורכזעעוודיקדורכזיכטיק. אַ דורכזיכטיק העמד; אַ דורכזעעוודיקער אַרגומענט.

ווי (בתורת \ מעשה)אַלס. אויפפירן זיך ווי אַ מענטש; אָנגעשטעלט אַלס לערער.

מוחל זייןפאַרגעבן. מוחל זיין איז אוניווערסאַל; פאַרגעבן איז אַ סך מער צוגעפּאַסט צו ערנסטע פּערזענלעכע ענינים: „נאָכן ברעכן די תנאים, האָט דער חתן געבעטן, די כלה זאָל אים פאַרגעבן”.

לעצטגילטיקענדגילטיק. לעצטגילטיק קען אויך הייסן ’דאָס וואָס איז חל דערוויילע’ בעת ענדגילטיק איז — ענדגילטיק.

מאַנסבילמאַןמענטש. מאַן פאַרנעמט אַ מיטלפּונקט ↰ 223 צווישן מאַנסביל און מענטש בנוגע אַבסטראַקטקייט און ספּעציפיצירטקייט. מענטש איז גענעריש: „דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט”; מאַן (אַחוץ דעם באַדייט: ’מאַן פון אַ ווייב’), איז די אַלגעמיינע באַצייכענונג פאַרן זכר פון מענטשלעכן מין: „פאַרוואָס זאָל ער גורם זיין, אַז יידישע קינדער זאָלן פאַרזינדיקן די יאָרן פאַר זידלען אַן אַלטן מאַן?” (גראַדע 1961: 177); מאַנסביל נוצט מען נאָר אַז ס׳גייט די רייד וועגן אַ שטריך וואָס ווערט אַסאָציאירט מיטן זכר פון מענטשלעכן מין: „דער קאָפּ איז איר נייערט פאַרנומען מיט מאַנסבילשע ענינים” (באַשעוויס 1982: 131). מאַנסבילש איז אגב ברייטער איידער דער אַדיעקטיוו מענעריש וואָס איז מער פיזיש⸗סעקסועל: „איר האָט דער חתן אויסגעזען זייער מענעריש”. ביי טייל שרייבער, ווערט מאַנסביל פאַררעכנט פאַר אַן אַרכעאיזם וואָס קען בייטראָגן צו אַן אַרכעאיזירנדיקן סטיל. מאַן איז סטיליסטיש גערעדט דאָס אוניווערסאַלע, ניט⸗מאַרקירטע וואָרט.

מינאָריטעטמינדערהייט. אַ מינאָריטעט פון שטימען; די מינדערהייט אין געוועזענעם ראַטנפאַרבאַנד.

מצריםעגיפּטן. פּרעה אין מצרים; דער עגיפּטישער אויסערן⸗מיניסטער.

ניט צום פאַרשטייןאומפאַרשטענדלעך. ס׳איז ניט צום פאַרשטיין פאַרוואָס ער האָט אַזוי געהאַנדלט; דאָס וואָרט איז מיר אומפאַרשטענדלעך.

סכנהגעפאַר. געפאַר איז אוניווערסאַל, סכנה איז אַ ביסל לומדיש. אַחוץ דעם האָט געפאַר אַ ריי פיגוראַטיווע אָנווענדונגען („די פּאַריזער געפאַר איז אַריין אין צימער” — וועגן אַ פּאַריזער פרוי אַ געוויסער. דאָ קען ניט זיין קיין „סכנה”).

↤ 224

סםגיפט. עס דאָס ניט, ס׳איז סם; היט זיך פאַר איר, זי איז גיפט; די גיפטיקע כתבים.

עלנטאיינזאַם. פאַראַן כלערליי אויסדרוקן וואו איינס פון די צוויי ווערטער האָט זיך איינגעפונדעוועט: עלנט ווי אַ שטיין; אין אַן איינזאַם שעה.

פּראַכטפולפּרעכטיק. פּרעכטיק פּאַסט זיך בעסער צום מער אַבסטראַקטן באַנוץ: אַ פּראַכטפולע פּאַנאָראַמע; אַ פּרעכטיק טראַדיציע.

פאַרדראָסיקפאַרדריסלעך. וועגן דעם פּאָרל איז לעצטנס געגאַנגען די רייד אין דער דעבאַטע אין אונדזער פּעריאָדיק (זע שעכטער 1992-1991: 37-36; ה.⸗ד. קאַץ 1992ב: 42-41). ביידע צדדים האָבן אַפּנים פאַרקוקט אַז דאָס דיאַלעקטישע וואָרט פאַרדראָסיק, וואָס עקזיסטירט בכלל ניט פאַרן ווייט גרעסטן רוב וואָס רעדט און שרייבט היינט יידיש, איז אָפט גענוצט געוואָרן אַנדערש איידער פאַרדריסלעך. למשל ביי שניאורן: „דערזעט מען אין וויגדער דעם וואַלד⸗סוחרס שטוב דעם ’ממזר’ אין שצערעס דאַרע אָרעמס, ווערט מען דאָרטן פאַרדראָסיק: וואָס הייסט? די בעזדעטניצע גייט גאָר קאָנקורירן מיט אַזאַ טייערן יתומל ווי דאָנקע איז?” (שניאור 1957: 95). פאַרדראָסיק הייסט דאָ ’אומעטיק’, ’ניט⸗פאַרגינעריש’, ’אייפערזיכטיק’, גאָרניט דאָס וואָס פאַרדריסלעך. אַחוץ דעם, איז פאַרדראָסיק האַמעטנע אַלס בייגעוודיקער אַדיעקטיוו. אַ פאַרדראָסיקער טעות טייטש ’אַ פאַרדריסלעכער טעות’ האָט דערפאַר דעם טעם פון בכיוונדיקער אומפּינקטלעכקייט און סטיליסטישער ניט⸗צוגעפּאַסטקייט, אַבי ניט אָנקומען צום „דייטשמעריזם”.

פיינט האָבןהאַסן. שטאַרקער אַ סך איז האַסן „ניט ↰ 225 מ׳האָט זיי פיינט נאָר מ׳האַסט זיי”.

צייטיקרייף. „זי האָט באַשיימפּערלעך געשפּירט ווי די הענט, די פיס, דער בויך, די ברוסט האָבן זיך אָנגעבלאָזן און אויסגעברייטערט ווי ביי אַ צייטיקער פרוי. די געדאַנקען אירע זענען אויך געוואָרן רייף” (באַשעוויס 1964: 18).

קדמונישאוראַלט. קדמוניש איז אַ לומדיש וואָרט וואָס האָט אויך דעם בייבאַדייט פון ’אויף אַ גאָר אַלטפרענקישן שטייגער’, ’ווי ס׳איז געווען פון קדמונים’, בעת אוראַלט באַציט זיך בלויז צום עלטער.

קיילעכ(ד)יקרונד. „מיט אַ קיילעכיק פּנים, אַ רונדער שוואַרצער באָרד” (באַשעוויס 1964: 16).

צו די סעמאַנטישע ניואַנסן קומען אויך צו די סטיליסטישע קאַטעגאָריעס. אַ שיינער חלק פון די „כשרע” ווערטער זיינען פאַר דער היינטיקער שפּראַך לומדיזמען, וואָס פּאַסן זיך צו אַן עסיי, צו אַ וויסנשאַפטלעכן ווערק, אָבער טויגן אויפן פייער אַז אַ מיידל מיט אַ בחור ריידן זיך צוזאַמען אין אַ קאַפע. אַז אָך און אַז וויי צו יידיש אויב מ׳פאַרלירט דעם טאָגטעגלעכן שיכט פון דער שפּראַך, דאָס שמעקט שוין מיט — טויטקלאַפּ, מיט אַ יידיש וואָס טויג נאָר צו אַרטיקלען און רעפעראַטן. פאַרגלייך דעם טאָגטעגלעכן אינהאַלט מיטן לומדיש⸗משכילישן תוכן; באַאיינפלוסןמשפּיע זיין; באַזיגןמנצח זיין; ביישפּילןדוגמאות; דרוקפעלערטעות הדפוס; האַנטשריפטכתב; זילבטראַף; לאַגעמצב; מערהייטרוב; פאַראַנטוואָרטלעכקייטאחריות; פאַרגאַנגענהייטעבר; רייזענסיעה.

ניט אומעטום גייט עס אָבער אין דער איינפאַכער אָפּאָזיציע „פּשוט” כנגד „געלערנט”, ס׳גייט אין דער ↰ 226 סיסטעם פון דער יידישער סעמאַנטיק. פאַרגלייך, למשל, דעם טאָגטעגלעכן אָן אַ סוף, דעם קאָלאָקוויאַלן אָן אַן עק דעם באַשרייבערישן ענדלאָז, דעם עסייאיסטיש⸗פּאָעטישן אומענדלעך, דעם פּאָעטיש⸗קאַבאַליסטישן אין⸗סופיק.

אַ סך פון די „ווערטער אין חרם” גיבן צו בילדערישקייט, עכט⸗איבערצייגנדיקע געפילן: אַן אויפריכטיקער ענטפער. אַן אָנשטענדיקער מענטש. אַ געוואַגטער אַרטיקל. די גרויזאַמע מלחמה. דערשיטערט געוואָרן פון דער מעשה. עקלהאַפט! פאַרנאַכלעסיקן די קינדער.

אַנדערע האָבן היינט אַ הומאָריסטיש⸗סאַטירישן טעם, ווי אַשטייגער: ער איז אַ נידערטרעכטיקער יונג! אַ הויכגעשעצטער מענטש! אַ פאַרדעכטיקער פּאַרשוין! אַחוץ זיין געוויינלעכן באַדייט האָט פאָלקסטימלעך אַ צווייטן פּשט ווי אַן אייפעמיזם אויף פּראָסט, ניט⸗געלערנט: דאָרטן איז אַ פאָלקסטימלעכער ישוב (ד.ה. איבעריקע חכמים וועט מען דאָרטן אומזיסט זוכן).

ביי אַנדערע איז שוין דאָ אַ קאָמפּליצירטע וואָרט⸗סאָציאָלאָגיע. ביי גרויסע טיילן פון טראַדיציאָנעלן רעליגיעזן יידנטום דיפערענצירט מען צווישן לעזן אַ צייטונג אין לייענען די תורה. ביים יידיש⸗באַוואוסטזיניקן סעקולערן סעקטאָר פאַרקערט, האָבן לעזן, לעזער בלויז אַ סאַטיריש⸗ביטולדיקן באַדייט: ער שרייבט ווידער די אַרטיקלען פאַר זיינע לעזער, געמיינט: זיינע אומוויסנדיקע, פּראָסטע לייענער.

די יידישע אידיאָמאַטיק שפּרודלט מיט אַלע טיילן פון יידיש, מיטן ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט בתוכם: אַנטדעקט אַמעריקע! גיפטיק ווי אַ שלאַנג; אַ שרייבער איז אַ דרוקפעלער אַ האַרצפעלער; רונד ווי אַ ראָד; אַ שאַנדע און אַ חרפּה.

↤ 227

דעם פּראָצעס פון פאַראייניקונג און צונויפשמעלצונג וואָס איז אַ סימן מובהק פון דער יידישער שפּראַך האָט מאַקס וויינרייך גאונותדיק געשילדערט אין זיין געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך (מ. וויינרייך 1973א: II‎‏, 320-261; IV‎‏, 363-314). צוליב זיין פּוריסטישער איינשטעלונג (אויסבויאיסטיש קען מען ניט זאָגן, ווייל דער אויסבויאיזם איז געבאָרן געוואָרן ביי מ. שעכטערן, ניט ביי די וויינרייכס), האָט וויינרייך ניט באַשריבן דעם שמעלץ⸗פּראָצעס ביים ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט (וואָס ער האָט אויך ניט אָנערקענט פאַר אַ קאָמפּאָנענט). זיין שטעלונג איז כאַראַקטעריסטיש פאַר זיין צייט און זיין ביאָגראַפיע.

לסוף אַ וואָרט צו דער יידישער ריטמיק פונעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט. ווערטער פונעם אַלט⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש האָבן דורכגעמאַכט היסטאָריש די אָפּהאַקונג פון אומבאַטאָנטע וואָקאַלן סוף וואָרט (זאַך, איך זאָג), אַחוץ דאָרטן וואו דער וואָקאַל איז אַ טייל פון דער מאָרפאָלאָגיע (אַ פיינע זאַך). ביי ווערטער פון ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט, פאַרקערט, האָט מען זעלטן באַוויזן די אָפּהאַקונג אַדורכצופירן (למשל: קלאַס, שפּראַך). אין די מערסטע פאַלן, איז דער וואָקאַל געבליבן: אויסגאַבע, אויפגאַבע, באַזע,טעזע, לאַגע, ליגע, מאָדע, לעגענדע, מאַסע, פּרעסע, פראַגע, קלאַגע, ראַסע, שאַנדע וכדומה. אָטאָ די סעריע איז ניט סוחר די מוזיק פון יידיש, פאַרקערט זי האָט זיך ריטמיש פאַרפייניקט מיט סובסטאַנטיוון פון סעמיטישן און סלאַווישן קאָמפּאָנענט מיטן אייגענעם משקל (וואָס ווערן באַטאָנט איין טראַף פאַרן לעצטן, מיט אַן אומבאַטאָנטן שווא קלאַנג אַלס לעצטער טראַף), אַשטייגער: בוינע, בעל⸗עגלה, כמאַרע, קאַשע, קליאַטשע, קשיא, ↰ 228 רדיפה, שאלה, שמאַטע. דאָס אייגענע ביי אַדווערבן וואו גראַדע גייט מיט אַוודאי און מסתמא.

דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט אין יידיש איז אַריין אויך נאָכדעם ווי עס האָבן זיך פאַרלאָפן די היסטאָרישע פאָנאָלאָגישע פּראָצעסן וואָס האָבן דערפירט צו דער סינכראָנישער פאָנאָלאָגיע פון אונדזערע היינטיקע דיאַלעקטן. ביי אַלטע ווערטער גילטן די באַקאַנטע איסאָגלאָסן, למשל בוך וואָס איז bux ביים ליטוואַק און bīx ביים פּוילישן יידן; בוים וואָס איז bejm ביים ליטוואַק און bojm אין די דרומדיקע דיאַלעקטן. אין ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט זיינען די וואָקאַלן אוניווערסאַלע אין אַלע יידישע דיאַלעקטן, אַזוי אַרום אַז אין ליטעראַטור, מוזיק, מוסטער און קולטור הערט זיך u, כאָטש פאַרשטייט זיך אַז די פאָנעטיק איז וואַריאירלעך לויטן דיאַלעקט, פגל. ליטוויש litəratúr אַנטקעגן (רעגיאָנאַל) פּויליש litəratū́ə. דער ניי⸗דייטשישער קאָמפּאָנענט שטעלט מיט זיך פאָר אַן אייבער⸗דיאַלעקטישן שיכט פון דער סינכראָנישער יידישער פאָנאָלאָגיע.

פון אַמאָליק אימפּאָרטירטן רויוואַרג האָט יידיש, מיט איר כאַראַקטעריסטישער גאונות, געמאַכט שפּראַכוואַרג וואָס איז ניי, וואָס איז אַנדערש פון דעם פון וואַנעט מ׳האָט עס גענומען, און וואָס איז געוואָרן אַ לעבעדיק גליד פון דער שפּראַך. אויסרייסן דאָס גליד איז ניט מער און ניט ווייניקער: רייסן אבר מן החי.

↤ 229

פאָרשלאַגן אויף נייע ווערטער

אַלעמערשטנס, דאַרף מען זיך קלאָר מאַכן דעם חילוק צווישן נעאָלאָגיזמען און פאָרשלאַגן. אַ נעאָלאָגיזם איז אַ ניישאַפונג וואָס איז אויפגעקומען אין יידיש גופא, זאָל זיין פון רויוואַרג פון די פאַראַנענע היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן. יידיש איז רייך מיט נעאָלאָגיזמען, וואָס זיינען היינט געוואָרן — וואו אין געוויסע סטילן און וואו איבעראַל — ווערטער ווי אַלע יידישע ווערטער. אַנדערע זיינען הונדערטער יאָרן אַלט (דרשה⸗געשאַנק, זוכצעטל) אַנדערע זיינען ביז גאָר ניי און מ׳ווייס ווער עס האָט זיי געשאַפן(בלאָז⸗מאַשין — עדוואַרד חייט, שבת⸗יאָר — יהודה עלבערג). צווישן די הונדערטער נעאָלאָגיזמען פון די לעצטע הונדערט יאָר געפינט מען: אויפבלי, אומקום, אָנקום, אָפּרוף, געבאָרנטאָג, מנחם⸗מענדלדיק, פּרט⸗פאָרשונג, פאַרמעסט, פאַרנעם, צונויפהעפט, קלייזלדיקייט (זע מאַרק 1952א; שעכטער 1986א: 257-244). אויב ס׳זאָל צורעכענען די מאָרפאָלאָגישע אינאָוואַציעס (די טיפּן באַטויען, האַלדזונג), וואָס זיינען אַזוי באַליבט ביי אונדזערע פּאָעטן (און וואָס בלייבן בדרך כלל באַגרענעצט צום פּאָעטישן סטיל), שטייגט די צאָל אָן אַ שיעור (זע. י. מאַרק 1954).

גאָר אַנדערש איידער די נעאָלאָגיזמען, וואָס זיינען געוואָרן יידישע ווערטער, זיינען די פאָרשלאַגן אויף נייע ווערטער, וואָס פאַרפלייצן די שפּאַלטן פון די פּוריסטישע ווערטערביכער און די אויסבויאיסטישע אויסגאַבעס, און וואָס ווערן דערלאַנגט דעם וואָס לערנט זיך די שפּראַך אָן ↰ 230 קיין שום באַוואָרענישן אַז דאָס געגעבענע איז ניט קיין וואָרט אין דער שפּראַך נאָר דעם פּוריסטס אַ פאָרשלאַג. די פאָרשלאַגן זיינען קאָמבינאַציעס פון קלאַנגען, שרשים, פּרעפיקסן, סופיקסן און באַדייטן, וואָס שטאַמען ניט פון ציבורס נויט, ניט פון יחידישן באַשאַפונגס⸗כח.

די פאָרשלאַגן לאָזן זיך איינטיילן אויף צוויי ברייטע קאַטעגאָריעס: אַזעלכע וואָס קומען פאַרבייטן „דייטשמעריזמען”; און אַזעלכע וואָס קומען „קאָנפראָנטירן” ענגליש.

אין א. וויינרייכס ווערטערבוך, למשל, ווערט „געפּסלט” מיט אַ ▼ וואָס באַדייט „ניט⸗דערלאָזלעך אין דער כלל⸗שפּראַך”. צווישן די „דערלויבטע” ווערטער וואָס דער באַנוצער וועט טרעפן ביים אויפמישן דאָס ענגלישע וואָרט experience איז געפּרואוו, וואָס ווערט געבראַכט אָן קיין שום סימן אויף צו באַוואָרענען דעם באַנוצער אַז דאָס איז קיין וואָרט ניט, נאָר אַ: פאָרשלאַג (אַזוי אויך: געפּרואוויק). דאָ באַווייזן זיך צוויי קאַרדינאַלע טעותן. ערשטנס, דאָס „פּסלען” יידישע ווערטער צוליב פּוריזם, און צווייטנס, דאָס צוקלערן „כשרע” ממלא⸗מקומס וואָס קיינער נוצט ניט, און זיי דערלאַנגען דעם וואָס לערנט זיך די שפּראַך אָן באַוואָרענישן. דער ערשטער פעלער איז אַ טרויעריקער אויסדרוק פון שפלות קאָמפּלעקסן לגבי דייטש (וואָס דאַרף גאָרניט זיין שייך ביים באַטראַכטן אַ יידיש וואָרט). דער צווייטער פעלער געהערט דעם תחום פון וויסנשאַפטלעכער אָרנטלעכקייט. אויב אַ פּוריסט איז מחויב איבערגעבן דעם לינגוויסטישן אמת זיינע סטודענטן, איז דאָס אַ ווערטערבוך, וואָס איז פאַרן כלל, הונדערט מאָל מער מחויב. אין אלקלעיס העברעאיש⸗ענגלישן ווערטערבוך, אַשטייגער, ווערן געבראַכט דעם מחברס פאָרשלאַגן ↰ 231 מיט אַ ספּעציעלן סימן, דער באַנוצער זאָל וויסן אַז דאָס האָט ער — פאָרגעשלאָגן (אלקלעי 1965: [iv]).

אָט זיינען כאַראַקטעריסטישע יידישע ווערטער וואָס ווערן „געפּסלט” (מיט איינעם פון די צוויי קין⸗צייכנס) אין ווערטערבוך, לעבן די ווערטער פון דער הפטורה וואָס דער ווערטערבוך דערלאַנגט אַלס „די ריכטיקע ווערטער”: אונטערבאַוואוסטזייןאונטערוויסיקייט; גלאָררייךגלאָריעדיק; היימלאָזאָנהיימיק; וועכנטלעךוואָכנדיק; פאָלקסטימלעךפּשוט⸗פאָלקיש; פאָרגייערפאָראויסגייער \ פירגייער; צוקונפטקומעדיקייט; צייטווייליקדערווייליק; שלאָפלאָזיקייטאומשלאָף.

אַ סך אַנדערע פאָרשלאַגן האָבן קיין שייכות ניט מיטן פּוריזם. זיי וואַקסן פון אַ הנחה אַז יידיש דאַרף אַ וואָרט פאַר אַ וואָרט „ענטפערן” ענגליש:

[...] קאָנפראָנטירן יידיש מיט אַ צווייטער ברייט אַנטוויקלטער קולטור שפּראַך. אַזאַ קאָנפראָנטירונג גיט אונדז אַ השגה פון דעם וואָס מיר פאַרמאָגן און וואָס עס פעלט אונדז. זי רופט אונדז אַרויס צו באַלאַנסירן דעם נחת פון סינאָנימען⸗רייכקייט אויף טייל שטחים מיט אַ דאגה וועגן דעם דערווייליקן דוחק אויף אַנדערע שטחים.
(א. וויינרייך 1968: ח)

די „קאָנפראָנטירונג” שיטה האַלט אַז טאָמער דריקט זיך עפּעס אויס אין ענגליש מיט איין טערמין, דאַרף יידיש אויך האָבן אַן איינאיינציקן טערמין. ס׳האָט אַזאַ שכל, ווי לאָמיר אָנכאַפּן, אַ צונויפשטעלער פון אַ ווערטערבוך זאָל פאָרשלאָגן נייע ענגלישע ווערטער אומעטום וואו יידיש האָט איין טערמין, ד.ה. אַז ענגליש „מוז אויך האָבן” איין טערמין ↰ 232 אויף אַדרבא, הסב⸗בעט, חול המועד, מה⸗דאָך, מ׳שטיינס געזאָגט, קל וחומר, תוספות און אונטערגבאי. ס׳וואָלט געווען פריילעך. אָט איז אַ בינטל מיט רעזולטאַטן פון דער „קאָנפראָנטירונג”. בדרך כלל ווערן די יידישע פאָרשלאַגן געבראַכט אויך אין יידיש⸗ענגלישן חלק פון ווערטערבוך, ווי תמיד, אָן קיין שום באַוואָרענישן אַז די ווערטער עקזיסטירן ניט:

אַהין⸗קריק⸗פאַר round trip

אומאָפּלייקנדלעך undeniable

אינטעליגענץ⸗וויפלער .I.Q

אַליין⸗אויסקום self-sufficiency

אַנטידלות⸗פּראָגראַם anti-poverty program

אַראָפּשטאָט downtown

אַריינפּאָסט incoming mail

באַדין⸗סטאַנציע service station

גאַנצדיליקער טעפּעך wall to wall carpeting

דינגאָפּמאַך lease agreement

חוצחושיק extrasensory

חוצפּראָגראַמיק extracurricular

טעמפּ⸗איינשטעלער pacesetter

טרינקרער drinking fountain

כוואַליעלענג wave length

לאַנג⸗משכדיק long term

מוזדינסט conscription

סאָצפאַרזיכער social security

סטילפיגור figure of speech

סך⸗ציליק multipurpose

↤ 233

פרייהייט⸗אָפּנעם deprivation of liberty

צניפיש⸗אַלצווייסעריש sophomoric

קריקאָנלאָדלעך rechargeable

שטאָטאויסצי urban sprawl

שטאָטבאַניי urban renewal

שיצבלעך fender

תל⸗כה destructive force

די⸗אָ פאָרשלאַגן דערפירן צו אַ מין יידיש וואָס איז סטיליסטיש און סטרוקטורעל גערעדט: „אַן איבערגעטייטשטער ענגליש” ווי עס האָבן ריכטיק באַמערקט גוטקאָוויטש און צוקערמאַן (1977: 72). אַז מ׳זאָל מוותר זיין אויף דער איינגערעדטער נייטיקייט אין איין טערמין „ווייל ענגליש האָט איין טערמין” — דער שפלות קאָמפּלעקס יאַוועט זיך ווידער — איז ניט שווער צו זען אַז אין די מערסטע פאַלן לאָזן זיך די באַגריפן יאָ אויסדריקן אויף אַ קלאָרן יידיש. אַדרבא, ס׳איז אָפטמאָל אַ סך מער אין גייסט פון יידיש צו נוצן ווערבאַלע פראַגן אָדער „צו נעמען פון דער פרעמד”. אָט זיינען אונדזערע פּראָוויזאָרישע איבערזעצונגען פון די זעלביקע ענגלישע טערמינען (אין זעלביקן סדר):

round trip: (בילעט) אויף הין און צוריק

undeniable: וואָס מ׳קען ניט לייקענען; ניט צום לייקענען; ניט אָפּצופרעגן

I.Q.: אינטעליגענץ ציפער (מעסטונג \ טעסט)

self-sufficiency: קענען אַליין אויסקומען, זעלבשטענדיקייט

anti-poverty program: אַנטי אָרעמקייט פּראָגראַם; פּראָגראַם קעגן אָרעמקייט

↤ 234

downtown: דאַונטאַון (אַן אַמעריקאַנער קולטורעלער באַגריף)

incoming mail: פּאָסט וואָס קומט אָן; אָנגעקומענע פּאָסט

service station: בענזין סטאַנציע; באַדינונגס⸗סטאַנציע

wall to wall carpeting: געמאָסטענער טעפּעך; טעפּעך פון וואַנט צו וואַנט

lease agreement: אָפּמאַך אויף צו דינגען

extrasensory: וואָס איז אויסער די חושים

extracurricular: וואָס איז אויסער דער פּראָגראַם; צוגאָב⸗

pacesetter: פּייס⸗סעטער; האַרץ סטימולאַטאָר

drinking fountain: וואַסער צום טרינקען

wave length: לענג פון די כוואַליעס

long term: אויף אַ לענגערער צייט

conscription: אָבליגאַטאָרישער דינסט; צוואַנג⸗דינסט; מיליטער פליכט

social security: סאָציאַלע פאַרזיכערונג

figure of speech: אימאַזש; ס׳רעדט זיך אַזוי

multipurpose: פילצוועקיק; מיט אַ סך צילן

deprivation of liberty: דאָס צונעמען \ באַרויבן \ אָפּנעמען די פרייהייט

sophomoric: ניט⸗דערבאַקן; אַראָגאַנט; האַלטן זיך פאַר אַ גאַנצן קנאַקער

rechargeable: וואָס מ׳דאַרף פונסניי אָנלאָדן \ צוטשעפּענען צו דער עלעקטרע

urban sprawl: אויסשפּרייטונג פון דער שטאָט; שטאָט אויסשפּרייטונג

urban renewal: שטאָט באַנייאונג

fender: פענדער; פּאַנצער

destructive force: פאַרניכטונגס⸗קראַפט

↤ 235

פּונקט ווי ס׳איז דער פאַל ביי „כשר” און „טרייף”, ווייזט זיך אויך דאָ אַרויס אַז א. וויינרייכס ווערטערבוך איז גאָר מעסיק אין פאַרגלייך מיט מ. שעכטערס אויסבויאיזם. אוריאל וויינרייך האָט זיך באַמיט קאָנפראָנטירן דעם טאָגטעגלעכן ענגלישן וואָקאַבולאַר. די אויסבויאיסטן ווילן צוקלערן אַ טעכנישן יידישן וואָקאַבולאַר צו אַלע וויסנשאַפטלעכע געביטן וואָס ווערן באַאַרבעט אויף ענגליש, ניט שייך צי עמעצער אַרבעט אָדער אַרבעט ניט איבער די⸗אָ געביטן אויף יידיש. פאַרשטייט זיך, אַז ביי טערמינען וואָס ווערן פאַרפיקסירט פון אויסבויאיסטן, ניט פון מומחים אויף די שייכותדיקע געביטן, מוזן די רעזולטאַטן זיין חומר אויף גוטמוטיקן געלעכטער, ווי עס האָט איידל מרמז געווען יודל מאַרק בנוגע שעכטערס „באָטאַנישע טערמינען” ווייבלדיקע סאָסנע און אָפּטימיסטיש גרינשווערדל (זע מ. שעכטער 1966: 78; מאַרק 1966: 80).

דער וויכטיקסטער אויפטוער אויף דעם געביט איז שעכטערס גוטהאַרציקער קאָלעגע (פּסעוודאָנים?), א. לעמבעריקער, וועלכער פירט אָן יאָרן לאַנג מיט אַ רובריק אין זשורנאַל אויפן שוועל וואָס הייסט „אַ וועלט מיט קליינע וועלטעלעך”. צו דער באָטאַניק באַשרייבט ער וואורשטבוים מיטן פלעדערמויז⸗בוים מיטן ים המלח רימעניק מיטן ים המלח העליאָטראָפּ (לעמבעריקער 1982: 15). צום מיליטער ווייס ער פון ראַקעטיקע גראַנאַטן און אַקסל⸗זעניט⸗ראַקעטן (לעמבעריקער 1981: 15). צו דער פיזיק ווייס ער צו דערציילן פון ריזעדיקן פּאַרטיקלען⸗פאַרגיכערער, און פונעם לעילא⸗ולעילאדיקן וועלווערן איבערצונויפשטויסער (לעמבעריקער 1988: 19-18). נו, שלום עליכם האָט דאָך מיט אונדז געלערנט אַז דאָקטוירים ↰ 236 הייסן לאַכן, נאָר איין קשיא בלייבט: צי איז דער פריינט לעמבעריקער ערנסט מיט זיינע פאָרשלאַגן צי איז דאָס אַ סאַטירע וואָס די טאָלעראַנטע רעדאַקציע פון יענעם זשורנאַל דרוקט אָפּ אויף צו פאַרוויילן די לייענער?

דאָס אַלץ איז אַ ווייטער מהלך פון יענע געביטן וואו מ׳האָט טאַקע געפאָרשט אויף יידיש און וואָס מ׳פאָרשט ווייטער אויף יידיש. דאָרטן איז אויפגעקומען אַ ריכטיקע טערמינאָלאָגיע. בשעתן אַרבעטן קלערט מען זיך אַריין, מ׳שאַפט, און פון די⸗אָ ווערק אויף מאָדערנע געביטן קומען נייע טערמינען. אַזוי אַרום איז דאָ אויף יידיש אַ רייכע לינגוויסטישע טערמינאָלאָגיע אַדאַנק (אין אַ גרויסער מאָס) מאַקס וויינרייכן. אָט ווי לייבוש לעהרער באַשרייבט אַ וואָרט אין דער פּסיכאָלאָגיע:

נעמט, למשל, אַזאַ באַגריף וואָס די דייטשן רופן עמפּפינדונג, און אין יידיש שפּירונג, דאָס איז די ספּעציפישע איבערלעבונג, וואָס מיר האָבן בעת אונדזערע חושים ווערן אָנגערעגט, מיר „שפּירן” אַ טעם, אַ ריח, די האַרטקייט פון אַ זאַך, א.ד.ג. מיט דעם וואָרט שפּירונג האָט גלאַט פּאַסירט אַ שיינע מעשה. דריי יידן, וואָס האָבן אין פאַרשידענע לענדער געשריבן אויף פּסיכאָלאָגישע טעמעס, זענען אינגאַנצן אומאָפּהענגיק איינער פונעם צווייטן געפאַלן אויפן שכל צו באַנוצן דאָס וואָרט שפּירונג פאַר די איינדרוקן פון די חושים. עס דערמאָנט אָן דער לעגענדע וועגן דער סעפּטואַגינטאַ. תלמי המלך האָט אַוועקגעזעצט צוויי און זיבעציק יידישע זקנים, יעדן אין אַ באַזונדער צימער, און זיי געהייסן איבערזעצן די תורה, און גאָט האָט זיי אַלעמען איינגעגעבן איין געדאַנק, און אַלע האָבן געמאַכט די איבערזעצונג פּונקט מיט די זעלביקע ווערטער.
(לעהרער 1929; 211)

↤ 237

אין סך⸗הכל, אויב אַזוי, זיינען פאַראַן פיר הויפּט אינספּיראַציעס צו „פאָרשלאַגן” ביי די אויסבויאיסטן. זיי קומען (א) אויף צו פאַרבייטן ווערטער פונעם ניי⸗דייטשישן קאָמפּאָנענט אין יידיש וואָס זיי האַלטן פאַר „דייטשמעריש”; (ב) אויף צו פאַרבייטן ווערטער פונעם אַלטן גערמאַנישן קאָמפּאָנענט אין יידיש וואָס זיינען, לויט זייער אויסבויאיסטישן חוש, „צו נאָענט” צו דייטש; (ג) אויף אויסצודריקן מיט איין טערמין דאָס וואָס אויף ענגליש דריקט זיך אויס מיט איין טערמין; (ד) אויף באַגריפן פון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע וואָס קיינער פאָרשט ניט היינט צו טאָג אויף יידיש. דער בשותפותדיקער פּועל יוצא ביי די פיר גורמים איז אַן איינאיינציקער: אַ ים מיט אויסטראַכטעכצער וואָס זיינען נאָר פעאיק ברענגען יידיש — חוזק.

יידיש איז אַ ספּעציפישע שפּראַך מיט ספּעציפישע אייגנאַרטיקייטן. די אָרעמקייט אין טעכנאָלאָגישער טערמינאָלאָגיע איז לחלוטין ניט קיין חסרון, כל זמן קיין פּראָפעסיאָנאַלן אויף די⸗אָ געביטן פאָרשן די ניט אויס אויף יידיש. שפּראַך⸗פילאָזאָפיש איז די ספּעציפישקייט פון דער יידישער שפּראַך אַ פאַקט פון איר עקזיסטענץ.

יודל מאַרק האָט זיך וועגן דעם אויסגעדריקט אָט אַזוי אָ:

הכלל, עס איז אַ געבאָט אויף אונדז יאָ צו שאַפן נעאָלאָגיזמען. איז עס אָבער אַ הפקר⸗פעלד? בשום אופן ניט. פון איין זייט מוז אַ נעאָלאָגיזם ווי ניט איז ווערן באַרעכטיקט [...] און אַ הסכם מוז פון ערגעץ קומען.
(י. מאַרק 1952ב: 70)

יודל מאַרק האָט אויך גוט פאַרשטאַנען, אַז די ↰ 238 באַשאַפער פון נייע ווערטער וואָס נעמען זין אָן זיינען אין רוב פאַלן: די פּאָעטן (מאַרק 1954: 1). ד.ה. — ניט די לינגוויסטן. און ער האָט רעכט.

מעינקע קאַץ האָט באַוואָרנט קעגן די עמערס מיט אויסבויאיסטישע פאָרשלאַגן בזה הלשון:

קלאָר אַז אַזוינע ווערטער זיינען ניט קיין געראָטענע חידושים, נאָר ווערטער אַרויסגעזויגן פון פינגער, ווערטער — ווענט⸗קריכער אָדער ווערטער וואָס זיצן אויף טערקיש, ווערטער וואָס פאַרגרילצן דאָס האָב און גוטס פון אונדזער לשון.
יע, יידיש ווערט פאַראביונט אָן נייע ווערטער, נאָר איידער אונדזערע רביים כשרן נייע ווערטער מוזן זיי זיך צוהערן צום פאָלק כדי צו וויסן אויב דאָס וואָרט האָט אַ יידישן טעם. [...] מיינע אויערן ווערן פאַרגראַגערט [...] פון אַזוינע באַנייטע „חידושים”.
(מ. קאַץ 1979א: 9)

לאָמיר פאַרענדיקן מיט אַ קאָנטראַסט צווישן דער היינטיקער קאָנפראָנטירונג מענטאַליטעט, און דעם גרויסן פּיאָנער פון דער יידישער לעקסיקאָגראַפיע אין ניינצנטן יאָרהונדערט, י. מ. ליפשיץ, וועלכער האָט אַזוי געטריי אָפּגעשפּיגלט דעם עכטן אוקראַינישן יידיש. אין זיין רוסיש⸗יידישן ווערטערבוך, וואַרפט זין אין די אויגן די אומגעהייער גרויסע עשירות פון יידיש אויף אָן אַ שיעור געביטן פון מענטשלעכן לעבן און טראַכטן. אין דער זעלביקער צייט, האָט דער מחבר ניט מורא געהאַט אַן איינאיינציקן רוסישן טערמין איבערצוזעצן מיט אַ דעסקריפּטיווער יידישער פּראָזע, למשל: „דער וואָס פאַרזשמורעט די אויגן” (1869: 85); „דאָס וואָס מע דעקט ↰ 239 איין די ראָשטשינע דערמיט” (122); „דער וואַרשטיט פון אַ קאָוועל” (126); „די קאַמער אין אַ שיף וואו סע ליגט פּולווער” (130); „דער סוחר פון געפּעקלטער סחורה” (130); „דער רימען וואָס אַ שוסטער גייט ביי דער קני” (272); „דער וואָס רעדט מיט משלים” (292); „דאָס שטיק פעלד צווישן אַ טראַקט און אַ דאָרף” (304); „די זאַך וואָס איז פון דער נאַטור געבוירן, די ניט געמאַכטע זאַך (337); „דער מענטש וואָס גיט זיך אַ פעלשן נאָמען אָדער טיטל” (337).

השפּעות פון דער לאַנדשפּראַך

יידיש איז אַ שפּראַך אָן אַ מלוכה. איז עס מדעיקרא וויכטיק צו היטן, אַז דער יידיש פון אַוועלכן ניט איז לאַנד זאָל ניט פאַרפלייצט ווערן מיט ווערטער און קאַלקעס (ליי⸗איבערזעצונגען) פון דער לאַנדשפּראַך. אַזעלכע פאַרפלייצונגען זיינען אָפט דער ערשטער שטאַפּל פון איבערגאַנג צו דער לאַנדשפּראַך. אַזוי אַרום איז דאָס „היטן די גרענעצן אויף וויפל מ׳קען” פאַרבונדן ניט נאָר מיט דער קוואַליטעט פונעם יידיש פון אַוועלכן ניט איז לאַנד, נאָר אויך מיט זיין עצם קיום.

נאָר וואָס, מ׳טאָר ניט איבערכאַפּן די מאָס. אָן עקסטרעמער פּוריזם באַקומט זיך מאָדנע אַפילו פאַר די געטרייסטע טוער אויפן געביט פון יידיש, פאַר די אויערן פון סאַמע יידישע שרייבער. טאָ וואָס איז געדרונגען? אין איטלעכן לאַנד איז פאַראַן אַ קאָרפּוס פון טאָגטעגלעכע ווערטער און אויסדרוקן וואָס ווערן גענוצט בעל⸗פּה. זיי ↰ 240 ווערן אויסגעמיטן בכתב און זיי ווערן אויך באַוואוסטזיניקערהייט אויסגעמיטן ביים צונויפריידן זיך מיט יידיש ריידנדיקע פון אַנדערע לענדער. אין אַמעריקע גיין דאָ אַריין אין חשבון אָלרייט ’מהיכא תיתי’, ’גוט’; נאָ ’ניין’; קאַר ’אויטאָמאָביל’; מאַכן פּראָגרעס ’פּראָגרעסירן’; טרייבן ’פירן (אַ מאַשין)’. אין די רוסיש ריידנדיקע לענדער: דאַ ’יאָ’; כאַראַשאָ ’גוט’; סטאַנאָווקע ’סטאַנציע’; זיך אָנגעבן אין דעמיסיע ’רעזיגנירן’.

די לאַנדשפּראַך פראַגע איז אין פּרינציפּ אַנדערש אין די וועלט צענטערס פון יידיש, דער עיקר: צפון אַמעריקע, ארץ ישראל און די לענדער פון געוועזענעם סאָוועטן⸗פאַרבאַנד, פּשוט דערפאַר ווייל דאָרטן וואו אַן אָנזעעוודיקע צאָל שרייבער נעמען אָן השפּעות, גייען זיי אַריין אין אוצר פונעם וועלט יידיש. דאָס קען ניט געזאָגט ווערן וועגן, לאָמיר אָנכאַפּן, די השפּעות פון פּאָרטוגעזיש אין בראַזיל צי שוועדיש אין שוועדן, וואו דאָס אויספעלן פון השפּעה איבער דער יידיש וועלט בכלל איז גורם אַז די לאָקאַלע השפּעות זאָלן בלייבן — לאָקאַל.

אין סאַמע ערשטן נומער פון זשורנאַל יידישע שפּראַך האָט ש. ניגער פאַרעפנטלעכט זיין באַוואוסטע אַרבעט איבער אַנגליציזמען א. ט. „לאָמיר זיי כשרן” (ניגער 1941). פונעם נאָמען פון דער עסיי, טאָר מען אָבער ניט דרינגען אַז ניגער איז געקומען מיטן „באָיטשיק וואָס האָט געוואָקט אין סטריט”. ניגער האָט פאָרגעשלאָגן פאָרזיכטיקע און מעסיקע אַריינלאָזונג פון ווערטער און קאָנסטרוקציעס וואָס האָבן שוין במילא אַ דריסת רגל ביי אָפּגעהיטע שרייבער (צ. ב. אָלרייטניק, בלאָף, פּעדלער). ווי אַ פּאַראַלעל ברענגט ניגער מענדעלעס צווייטע אויסגאַבע פון פישקע דער קרומער, וואו ↰ 241 נאַראָד איז געוואָרן עולם, אָבער טאָרעט איז פאַרבליבן טאָרעט. אין צווייטן נומער פון זשורנאַל, האָט מאַקס וויינרייך געענטפערט און אויפגעשטעלט די קאַטעגאָריעס: קאָרעקטע שפּראַך; יידישע קולטור שפּראַך אין אַמעריקע; די קולטורעלע כלל⸗שפּראַך (מ. וויינרייך 1941: 46-41). אין זיין הקדמה צו סטוטשקאָווס אוצר האָט ער דעם ענין באַוויזן קורץ און שאַרף צו באַשרייבן:

אַחוץ דער „רעגעלער” שפּראַך, וואָס זי איז אַ פענאָמען פון דיסאינטעגראַציע, זיינען פאַראַן לכל הפּחות נאָך דריי שפּראַך שטאַפּלען: די קאָרעקטע שפּראַך אויף אַ מער היימישן שטייגער; די קולטור שפּראַך פאַר אַמעריקע גופא; די קולטורעלע כלל⸗שפּראַך פאַר יידן איבער דער גאַנצער וועלט. אין דער היימישלעכער קאָרעקטער שפּראַך קענען מיר נוצן אַזוינע ווערטער און אויסדרוקן ווי אָלרייט, אָנגיין מיט דער אַרבעט, גוט אָפּ, באַדערן, ביזי ביי קלאָוקס, טראָבל, פייקער א.ד.ג. אָבער אין דער קולטור שפּראַך, אַפילו ווען זי איז אויסגערעכנט אויף אַמעריקע און נישט מער, קלינגען אָט די שפּראַך עלעמענטן פּראָסטלעך. מיר וועלן אָבער אויף דעם דאָזיקן שטאַפּל יאָ נוצן אַזוינע ווערטער ווי יוניאָן אָדער פּובליסיטי, און כאָטש מיר וועלן בשום אופן ניט זאָגן, אַז שיקאַגאָ ליגט וועסט פון ניו⸗יאָרק (דאָ מוזן מיר זאָגן: אויף מערב) און מיר וועלן לחלוטין פאַרבראַקירן סטריט, וועלן מיר אָבער ניט געפינען קיין סירכא אין: וועסט 123טע גאַס. געוויס וועלן מיר נוצן, אַפילו אויף דעם שטאַפּל פון פּשוטער קאָרעקטקייט, יאָד און סימפּאַטיקער, ניט אײַאָדײַן, און סימפּאַטײַזער. אָבער לאָיער וועלן מיר אַוודאי זאָגן, אין דער קולטור שפּראַך אויך, ווען מיר ריידן וועגן דעם שכנס איידעם אין ברוקלין, און ס׳איז אויך רעכט ביי אַ משפּט (אָדער אַ פּראָצעס, אָבער ניט קיין טרײַעל) אין וואַשינגטאָן; טאָמער גייט אָבער וועגן דעם דרייפוס פּראָצעס אָדער דעם ↰ 242 בייליס פּראָצעס, וועלן מיר נוצן ניט אַנדערש דאָס כלל⸗שפּראַכיקע וואָרט: אַדוואָקאַטן. וואָס בכלל ניט און וואָס יאָ, און וואָס יאָ אויף וואָסער שטאַפּל — דאָס דאַרף אונדזער שפּראַך טאַקט אונטערזאָגן. פון פאַל צו פאַל קענען זיין חילוקי דעות צוליב אונטערשיידן אין אינדיווידועלן געשמאַק; אָבער די מאָסן זיינען מאָסן.
(מ. וויינרייך 1950: xvi)

אין דער געשריבענער שפּראַך דאַרף מען זיך היטן, סיי פאַר איבעריקע קאַלקעס פון דער לאַנדשפּראַך און סיי — פאַרן איבערגעטריבענעם פּוריזם. ל. שאַפּיראָס סך⸗הכל פונעם ענין קאַלקעס איז געבליבן אַזוי פריש און קלאָר ווי דעמאָלט ווען ער האָט עס פאָרמולירט מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק:

איך האָב אויפגעהערט זיך שרעקן פאַר נעמען פון אַנדערע שפּראַכן נישט נאָר ווערטער וואָס מיר פאַרמאָגן ניט זייער עקוויוואַלענט, נאָר אַפילו סינטאַקטישע פאָרמען און ווענדונגען, אויב נאָר זיי זענען ניט שטרענג אידיאָמאַטיש. אַן אמתער אידיאָם קלינגט זינלאָז ווען איבערזעצט ווערטערלעך אין אַן אַנדער שפּראַך. אָבער אָט פאַרענדיק איך מיינע אַ דיסקוסיע מיט די ווערטער: „וואָס דאָס איז ווי עס דאַרף צו זיין”. אַוודאי איז עס גענומען פון ענגליש, אָבער דאָס קאָן מען גלייך פאַרשטיין אין יעדער שפּראַך. אַזעלכע זאַכן זענען בלויז אַן אַלגעמיין⸗מענטשלעכע דערגרייכונג אין טאָן און געדאַנק, און עס איז ניטאָ קיין גרונד זיך פון זיי אָפּצוזאָגן. איז ווען עס וועקט מיין פאַנטאַזיע, קלינגט גוט צו מיין אויער און איז זיס צו מיין גומען, איז עס גוטער יידיש.
(שאַפּיראָ 1945: 18-17)

אמת, ניט יעדער איינער האָט דעם טאַלאַנט און דעם ↰ 243 חוש פון ל. שאַפּיראָ. און דאָך איז דער אַרויסזאָג זיינער אַ ריכטיקער אין פּרינציפּ. דאָס רעדט ניט קיין פאַרשפּרייטער פון „פּאָטייטאָ יידיש”. דאָס רעדט אַ שרייבער, אַ מענטש, וואָס איז טיף פאַרליבט אין יידיש און איז איינער פון אונדזערע גרעסטע סטיליסטן. מיט עטלעכע שורות ווייטער האָט ער זיך „מודה געווען”:

וואָס זאָל איך לייקענען? — די יידישע שפּראַך האָט מיר אָפּגעטאָן אַ כישוף. זי איז סוף כל סוף מיין שענסטע געליבטע, און איך האָף צו שטאַרבן ביי אירע פיס. —
(ל. שאַפּיראָ 1945: 18)
נעמען

אָנשטאָט אַ הקדמה — אַן אויסצוג פון מ. נודעלמאַנס אַ הומאָרעסק:

אויפן ברית האָב איך מיך געפרייט, — ס׳ערשטע אייניקל לויטן אַמעריקאַנער שניט.

איך האָב מיך אָבער, אויפן ברית, אויך געשראָקן. כ׳האָב מורא געהאַט, ס׳זאָל אים, חלילה, ניט אַ נאָמען געבן „דאָנעלד”, נאָך זיין עלטערזיידן, דוב⸗בער עליו השלום.

אָדער — „מילטאָן”, נאָך זיין פעטער ר׳ מאיר⸗איציק, אַ ליכטיק גן⸗עדן זאָל ער דאָרט האָבן. אָדער גאָר — „קריסטאָפער”, נאָך זיין עלטערפעטער, ר׳ קלמן⸗ברוך, זכרונו לברכה.
אָבער אַזוי ווי איך האָב נאָר דערהערט, אויפן ברית, דעם „ויקרא שמו אוירווינג”, איז מיר אַ שטיין אַראָפּ פון האַרץ, און ס׳איז מיר געוואָרן יום⸗טובדיק אויף דער נשמה.

↤ 244

אַבי — אַ יידישער נאָמען: „אוירווינג”!
(נודעלמאַן 1960: 46)

מדעיקרא געהערן נעמען פון מענטשן דעם תחום פון רשות היחיד. איטלעכער מעג זיך אָנרופן ווי ס׳גלוסט זיך אים אָדער איר, סיי ביים ריידן סיי ביים שרייבן. אַזוי אַרום איז פון לינגוויסטיש⸗גראַמאַטישן שטאַנדפּונקט דאָ ניטאָ וואָס צו ריידן. דאָ איז ניט שיין יענעם צו געבן עצות. אַנאַליזירן מעג מען. הלוואַי זאָל אַ טאַלאַנטירטער פאָרשער נעמען אָנשרייבן אַ מאָנאָגראַפיע איבערן רייכן קאָמפּלעקס פּסיכאָלאָגישע, סאָציאָלאָגישע און אידעאָלאָגישע פאַקטאָרן, וואָס שפּילן דאָ אַ ראָלע. דאָ וועלן מוזן קלעקן אַ פּאָר באַמערקונגען צום ענין, וואָס מיר האָפן, אַז זיי וועלן אינספּירירן אַנדערע צו פאַרטיפטער אַרבעט. דאָס גאַנצע איצטיקע בוך איז סוביעקטיוו, און די ווייטערדיקע באַמערקונגען — סוביעקטיוו שבסוביעקטיוו.

אין אַ „נאָרמאַלער” געזעלשאַפט זיינען פאַראַן נאָרמעס מכח פּערזענלעכע נעמען, וואָס ווערן פרייוויליק אָפּגעהיט דורך דער באַפעלקערונג. צי מ׳גיט אַ נאָמען נאָך אַ פאַרשטאָרבענעם, ווי ביי אַשכנזים, צי נאָך אַ לעבעדיקן, ווי ביי אַנדערע, צי ס׳קלייבט אויס אַ שיינעם נאָמען וואָס איז באַקאַנט, זיינען מערסטע טאַטע⸗מאַמעס אויסן זייער קינד צו געבן אַ נאָמען וואָס וועט דעם קינד ניט שאַפן קיין „בושות” ביי אַנדערע קינדער.

אין דער פאַרמלחמהדיקער מזרח אייראָפּע (און אין אַ געוויסער מאָס אין טראַדיציאָנעלע קהילות היינט צו טאָג), איז געווען אַן איינגעפונדעוועטע ברייט⸗אַנטוויקלטע סיסטעם וואָס איז באַשטאַנען פון אַ סך שיכטן. די יסודותדיקסטע ↰ 245 דריי אין פּריוואַטן לעבן: דער פאָרמעלער נאָמען (דער „אויפרוף נאָמען”), דער טאָגטעגלעכער נאָמען (דער „נאָמען”) און דער דימינוטיוו („פאַרצויגן”). דוגמאות פון סווינציאַן (אַמאָליקער ווילנער גובערניע, היינט ליטע): פאָרמעל צפּורה, אברהם; טאָגטעגלעך ציפּע, אַוורעמע; פאַרצויגן ציפּקע, אַוורעמקע. אין גאָר אַ סך פאַלן זיינען די דימינוטיוון געוואָרן „סתם נעמען” פאַר זיך.

אין דער דאָזיקער געזעלשאַפט האָט מען מענטשן אָנגערופן מיט דרייערליי ביינעמען — דעם פאָרמעלן (אין בית⸗מדרש, ביים חתונה האָבן און אויף מצבות): צפּורה בת אליעזר, אברהם בן אהרן⸗זאב; טאָגטעגלעך: ציפּע לייזערס, אַוורעמע אהרן⸗וועלוולס; פּאָפּולער (דער צונאָמען): ציפּע די געלע, אַוורעמע זייגערמאַכער.

מ׳דאַרף אויך האַלטן פאַרן אויג אַז יידישע נעמען באַשטייען אָפטמאָל, היסטאָריש גערעדט, פון צוויי נעמען וואָס פונקציאָנירן אין דער שפּראַך ווי איין נאָמען: גיטע⸗ביילע און חיים⸗לייזער זיינען לחלוטין ניט צום פאַרבייטן מיטן מערבדיקן „גיטע ב.” און „חיים ל.”.

רעאַליסטיש גערעדט, האָט זיך דאָס אַלץ ניט געקענט אויפהאַלטן אויסער דער מזרח⸗אייראָפּעאישער ציוויליזאַציע. אין די אימיגראַציע לענדער פון ניינצנטן יאָרהונדערט און ביזן היינטיקן טאָג איז דער נאָרמאַלער, דורכשניטלעכער גאַנג (מיט אַ קליינער צאָל אויסנאַמען): אַוועקוואַרפן די גאַנצע יידישע סיסטעם נעמען און אָננעמען אַ נאָמען פון דער לאַנדשפּראַך וואָס הייבט זיך אָן מיטן זעלביקן קלאַנג, און אויפהיטן אַ נוסח (בדרך כלל בלויז דעם אויפרוף נאָמען, און דאָס אויך אָפטמאָל העברעאיזירט, און אין דער צווייטער העלפט צוואַנציקסטן יאָרהונדערט אויך: ספרדיזירט) פאַר ↰ 246 דער ניי⸗וועלטישער תלמוד⸗תורה, פאַר דער בר מצווה און נאָך אַ קליין ביסעלע ראַנדיקע באַנוצונגען אין גאַנג פונעם מענטשלעכן לעבן.

אין די מערבדיקע לענדער האָבן זיך יידישע פאַמיליע נעמען על פּי רוב געהאַלטן.

אין ארץ ישראל, פאַרקערט, ווי אַ פּועל יוצא פונעם אידעאָלאָגישן העברעאיזם און אַן אָפענער פּאָליטיק קעגן יידישע נעמען מצד דער רעגירונג אין גאַנג פון אַ סך יאָרן, זיינען טויזנטער יידישע פאַמיליע נעמען אַרויסגעוואָרפן געוואָרן און פאַרביטן געוואָרן אויף מאָדערנע העברעאישע נעמען, למשל: פון רפאלאָוויטש — בן⸗רפאל (bɛn rəfaɛ́l); פון ווייסלבני; גאָלדבערגזהבי. אין אַ סך פאַלן האָט מען סתם גענומען „אידעאָלאָגיש כשרע” העברעאישע נעמען, למשל: הרמתי (haramáti), הר הגלבוע (har hagilbóa). ביי פּרט⸗נעמען, איז פונעם יידישן נאָמען אָפטמאָל קיין זכר ניט געבליבן. נאָך אַ באָבע זיסל גיט מען אַ נאָמען מתוקה (metúka), נאָך בלומקעשושנה (šošána), נאָך שיינדליפה (jáfa).

צום גרויסן באַדויערן, איז אָנגענומען אין גאָר אַ סך העברעאישע טאָגשולן איבער דער וועלט, די יידישע נעמען אויסצואוואָרצלען דורכן באַשמוצן זיי אין די אויגן פון די תלמידים שוין פון ערשטן קלאַס. איך געדענק אַליין אין ניו⸗יאָרקער העברעאישע טאָגשולן, ווי אַזוי לערער האָבן אַשטייגער יעדע זיסל געגעבן צו פאַרשטיין אַז זיסל איז „ניט קיין נאָמען” אָדער אין בעסטן פאַל: „אַ גרייז”, און די תלמידה דאַרף מהיום והלאה הייסן אַזוי און אַזוי. עס גייט די רייד וועגן דעם „נאָמען פאַר די קלאַסן אין דער העברעאישער שול” מחמת די⸗אָ קינדער רופן זיך נאָר מיט ↰ 247 אַן ענגלישן (צי אַ שפּאַנישן, פראַנצייזישן וכו׳) נאָמען אין טאָגטעגלעכן לעבן. ס׳איז ניט צום גלייכן אַז אַזויפל יאָר נאָכדעם ווי מדינת ישראל און דער מאָדערנער העברעאיש זיינען אַזוי פעסט עטאַבלירט, פירט זיך נאָך די קולטורעלע מלחמה קעגן יידיש אין העברעאישע טאָגשולן איבער דער גאָרער וועלט. פאַרשטייט זיך אַז די מלחמה קעגן די יידישע נעמען איז ניט אָפּצוטיילן פונעם באָיקאָט קעגן יידיש, וואָס האַלט זיך אייזן פעסט אינעם ווייט גרעסטן רוב פון די⸗אָ שולן. יידישע שרייבער לערנט מען נאָך היינט אין העברעאישער איבערזעצונג אָן קיין שום דערמאָנונג אַז די ווערק זיינען איבערגעזעצט געוואָרן פון יידיש.

אין די ביידע פאַלן, סיי אין די מערבדיקע לענדער, סיי אין ארץ ישראל, איז דאָס אַוועקוואַרפן יידישע פּרט⸗נעמען געווען פאַרבונדן מיט סאָציאָלאָגישע פּראָצעסן. אין דער מערבדיקער וועלט — מיט אַסימילאַציע, און אין ארץ ישראל — מיט אַ בפירוש „זשאַרגאָן⸗פרעסערישן” אידעאָלאָגישן העברעאיזם. ניט יעדער יחיד אין די ביידע פאַלן איז אַליין אַ „דענקער” וואָס האָט זיך ביי זיך אין האַרצן אויסגעאַרבעט אַ „שיטה”. נאָר וואָס, די מערסטע מענטשן פאָלגן נאָך די נאָרמעס אין די געזעלשאַפטן אין וועלכע זיי געפינען זיך.

אַז מ׳וועט ריכטיק אויספאָרשן די אַלע גורמים צום מאַסנווייזן אַוועקגיין פון יידישע נעמען, וועט מען געפינען אַ ברייט⸗פאַרצווייגטע נעץ פון פאַקטאָרן, סיי יחידישע, סיי געזעלשאַפטלעכע: קאָמפּלעקסן וועגן יידיש, זעלבסט⸗שנאה צו די אייגענע היסטאָרישע שרשים, אַ ווילן אָנגענומען צו ווערן (און אַ ווילן די קינדער זאָלן אָנגענומען ווערן) אין נייעם לאַנד.

↤ 248

אויסער חסידישע קרייזן (צום טייל), און אַ פּיצינקן הייפעלע יינגערע יידישיסטישע קרייזן (דער עיקר אין ניו⸗יאָרק), זיינען די יידישע נעמען „אַריין אין דער געשיכטע”. מער פון אַלץ — אַזעלכע נעמען וואָס דעקן זיך ניט מיט העברעאישע (שיינדל, בענדע); מער פון אַלץ — די „טאָפּלטע” יידישע פּרט⸗נעמען (סימע⸗לאה, אבא⸗לייזער).

אַז עס טרעפט אין אַ געזעלשאַפט, אַז אַ געוויסער מין נאָמען ווערט אַרכעאיש, איז דאָס באַנוצן זיך מיט אַזאַ מין נאָמען, און דאָס געבן קינדער אַזעלכע מיני נעמען, שוין ניט קיין ענין נאָר פון „פּערזענלעכער פּרעפערענץ”, ס׳איז אַן אידעאָלאָגישע דעקלאַראַציע. דעם פּאַטריאָט פון יידישע נעמען (און מיר האַלטן זיך גראַדע פאַר פּאַטריאָטן פון יידישע נעמען), קען אויסקומען מאָדנע (און טרויעריק), וואָס אָטאָ די נעמען זיינען היינט געוואָרן „דעקלאַראַציעס”, אָבער: דער סאָציאָלינגוויסטישער אמת איז עס פאָרט.

צי לוינט זיך דעם יחיד זיך אַריינצושטעלן אין דער „פּריקרער” לאַגע, וואו דער אייגענער נאָמען איז אַ „דעקלאַראַציע”? צי לוינט זיך עלטערן געבן קינדער נעמען וואָס וועלן זיין מאָדנע אין די אויגן פון אַנדערע קינדער? דער ענטפער שטעקט אין דעם, צי מ׳וויל מאַכן אַזאַ דעקלאַראַציע. זיך אַנטקעגנשטעלן דעם שטראָם פאָדערט באַהאַרצטקייט און דעם אמת געזאָגט: אידעאַליזם. ניט יעדער „מאַיקל” וויל זיך רופן „מרדכי” און ניט יעדער „מרדכי” וויל זיך רופן „מאָטל”. דאָס אויסקלייבן אַ ספּעציפיש⸗יידישן נאָמען (למשל: Srolke ,Srolik ,Srol ,Srul) פאָדערט אַשטייגער מער „געוואַגטקייט”, מער „כאַראַקטער” אין דער היינטיקער סאָציאָלאָגיע פון דער זאַך, איידער אַ נאָמען וואָס דעקט זיך מיטן „פּאָפּולערן” העברעאישן (Yisrael). אַ ↰ 249 לאַטיינישע שרייבונג וואָס פאָלגט די אַשכנזישע הברה, פאַרנעמט אַ סאָציאָלאָגיש⸗פּסיכאָלאָגישן מיטלפּונקט (Yisroel). אַזוי אַרום זעט זיך למשל אין אַמעריקע, אַ קאָנטינואום פונעם אוניווערסאַלן אָנגענומענעם נוסח ביי די מיליאָנען (אַן ענגלישער נאָמען און שוין — Ira ,Isidore, Irving וכו׳), ביזן סאַמע „יידישיסטישן” נוסח וואָס עקזיסטירט ביי אַ געציילטע פּאָר יחידים, און אין אַ סך אַ גרעסערער מאָס, ביי טראַדיציאָנעלע פרומע יידן.

ניט געקוקט אויף דעם וואָס עס האַלט מיט יידישע נעמען שמאָל, דאַרף מען — אַזוי האַלטן מיר — זיך סטאַרען אויפהיטן אונדזערע דור⸗דורותדיקע נעמען, קודם כל אין יידיש גופא. דאָרטן וואו אַ טראַדיציאָנעלע שרייבונג איז ניט צום לייענען ריכטיק („ריכטיק” הייסט בהסכם מיטן פאַקטישן אַרויסרייד), מעג מען (אויב מ׳וויל!) פאָנעטיזירן. מיר זיינען פולשטענדיק מסכים מיט שעכטערן:

גנבעט זיך אַריין אַן אפּיקורסישע מחשבה: אפשר וואָלט גאָר געווען אַ שכל ביי ספקדיקע פאַלן די תנכישע נעמען בכלל אויסלייגן „נאַטוראַליזירטערהייט”?
(שעכטער 1991: 1)

דאָ שטעקט אַפילו ניט קיין אפּיקורסות. דאָ גייט אין שכל הישר. דודל לייענט זיך ליטוויש dɔ́vidl, דרומדיק dúvidl, איז ניטאָ קיין צרה. אַז אַ ייד וואָס שטאַמט פון פּוילן הייסט אָבער avréjml, און אַ פרוי וואָס שטאַמט פון דער ליטע הייסט xánkə, איז עס אָבער גאָר אַן אַנדער ענין. אברהמל קען אויך זיין avruml ,avreml, און נאָך וואָס. חנהקע לאָזט זיך גריילעך פאַלש לייענען xánəkə, איז דער דין: אַוורעימל ↰ 250 און כאַנקע און אַראָפּ פון מאַרק. אַזוי אויך: דוועיקע, יעיסקע, מאָינע, מעישקע. היות ווי דעם פּתח צוויי יודן נוצט מען ניט על פּי רוב, איז כדאַי אָנווענדן די ספּעציאַליזירטע דיפטאָנגען (זע אויבן זז. 153-152).

די קליינע צאָל מענטשן וואָס ווילן אויפהיטן יידישע נעמען אויך אין דער לאַנדשפּראַך (אויסער די פרומע קרייזן), נוצן אָפטמאָל די אָפיציעלע „ייוואָ טראַנסקריפּציע” אַזוי אַרום Khane אויף חנה, Shike אויף שיקע. די וואָס זיינען צופרידן דערמיט, זאָלן די סיסטעם נוצן ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר. נאָר וואָס? מ׳טאָר אָבער חלילה ניט מאַכן פון דער ייוואָ טראַנסקריפּציע (וואָס איז אויסגעצייכנט פאַר ביבליאָגראַפישע צוועקן) אַ מין „סטאַנדאַרד”, ווייל דעמאָלט הייבן אָן פּערזענלעכע נעמען אויסזען גאָר ניט ווי נעמען אלא וואָדען, ווי איינסן אין אַ ביבליאָגראַפיע. יידישע נעמען אויף די לאַנדשפּראַכן דאַרף מען אויסלייגן ווי אַזוי ס׳איז באַקוועם דעם נוגע בדבר. אָטאָ די באַקוועמלעכקייט נעמט זיך אָפטמאָל פון דער צוגעפּאַסטקייט צו דער אָרטאָגראַפישער סיסטעם פון דער לאַנדשפּראַך און צו דעם וואָס וועט געלייענט ווערן ריכטיק אין דער לאַנדשפּראַך. אין אַמעריקע למשל וואָלט Badonna געווען אַ סך נעענטער סיי צו באַדאַנע סיי צו אַ פאָרמע וואָס זעט בכלל אויס ווי אַ נאָמען אויף ענגליש, איידער Badane וואָס לאָזט זיך פאַלש לייענען bədéjn, ד.ה. „בעדעין”. וואָס שייך די ענגליש ריידנדיקע לענדער, איז די בעסטע רשימה ביז היינט צו טאָג אַלכסנדר האַרקאַוויס, אין זיין צוגאָב צום דריישפּראַכיקן ווערטערבוך (האַרקאַווי 1928: 530-525; פגל. ה.⸗ד. קאַץ 1988: xxxvi-xxxv). דאָרטן געפינט מען למשל Alter אויף אַלטער, Bluma אויף בלומע, Dobra אויף דאָברע, Zlatta ↰ 251 אויף זלאַטע, Charna אויף טשאַרנע, Simma אויף סימע, Keila אויף קיילע. האַרקאַווי האָט אונדז באַוויזן ווי אַזוי יידישע נעמען קענען אויסזען חנעוודיק און ניט אויסטערליש אויף דער לאַנדשפּראַך. הבל תלוי בטראַנסקריפּציע.

געאָגראַפישע נעמען

ביי נעמען פון שטעטלעך, שטעטעלעך און דערפער, איז וויכטיק צו פּרעזערווירן די יידישע נעמען און ניט סתם אָננעמען דעם אָפיציעלן נאָמען ביי די זיגער אין דער לעצטער מלחמה אין מזרח אייראָפּע. אויף יידיש איז דאָ אַ שטעטל אָזשערנע, ניט יעזשיערנאַ (אין מזרח גאַליציע); סווינציאַנקע (אָדער: ניי סווינציאַן), ניט שווענטשיאָנעלײַ (אין ליטע). זע בירנבוימס טאָפּאָנימישע רשימה (1979; 141-135) און שעכטערס געזאַמלטע טראַדיציאָנעלע אָרט⸗נעמען (1986א: 49-17).

אין היסטאָרישע און געאָגראַפישע באַשרייבונגען איז עס אָבער וויכטיק ברענגען אויך דעם איצטיקן אָפיציעלן נאָמען, דער לייענער זאָל דאָס אָרט קענען געפינען אויף אַ מאַפּע און טאַקע — אויף דער וועלט גופא. פרילינג 1992 איז מיר אויסגעקומען גאַנצענע טעג צו זוכן קאַבילניק (אַמאָליקע ווילנער גובערניע, היינט ווייסרוסלאַנד), ניט וויסנדיק אַז היינט הייסט עס — נאַראָטש.

ביי געאָגראַפישע נעמען וואָס זיינען אָבער געוואָרן באַגריפן אין דער יידישער ליטעראַטור און קולטור ↰ 252 (דער עיקר וועט דאָס הייסן גרעסערע שטעט און לענדער), דאַרף מען זיך האַלטן ביי דעם אָנגענומענעם נאָמען אַפילו אויב מ׳האָט עס „דעמאָלט” גענומען פון דער לאַנדשפּראַך צי פון דייטש, אָנשטאָט פון שייכותדיקן וואַריאַנט פון יידיש. טעאָרעטיש וואָלט בעסער געווען אפשר לעמבעריק און מאָסקעווע, נאָר פאַרפאַלן: די יידישע ליטעראַרישע שפּראַך האָט אָנגענומען לעמבערג און מאָסקווע. והוא הדין.

↤ 255

מאָרפאָלאָגיע און זאַץ⸗בוי
גראַמאַטישער מין

וואו אַ מחלוקת צווישן אוריאל וויינרייכס ווערטערבוך (א. וויינרייך 1968) און יודל מאַרקס כללים 23-2 און זיין „ווערטערביכל פון סובסטאַנטיוון מיט אָנווייזונגען פון גראַמאַטישן מין” וואָס אין זיין גראַמאַטיק (מאַרק 1978: 160-122), איז דער דין: הלכה כיודל מאַרק. און דער טעם דערפון איז, וואָס יודל מאַרק האָט אויסגעזוכט די פּרעוואַלירנדיקע פאָרמע אין דער נייער יידישער ליטעראַרישער שפּראַך (מיט אַנדערע ווערטער: וואָס איז מער יידיש) בעת וויינרייכס ווערטערבוך האַלט זיך בדרך כלל ביים פּרינציפּ „וואָס ווייטער פון דייטש” (צי „וואָס ווייטער פון העברעאיש” וכדומה). מיעוט⸗פאָרמען קענען אַוודאי גילטן אַלס לעגיטימע דיאַלעקטיזמען נאָר ווער ס׳וויל אויפזוכן די בילכערע פאָרמע אין אונדזער ליטעראַרישער שפּראַך, דאַרף דאָס וואָרט אויפזוכן ביי מאַרקן (ביי ביידן ווערן די רעקאָמענדירטע וואַריאַנטן געגעבן צוערשט). אַזוי אַרום: די אחריות, די געגנט, די ממשות.

קוקנדיק ווייטער איידער די פאַראַנענע וואַריאַנטן ביי אַזאַ אָדער אַזאַ וואָרט (למשל: דער אָדער דאָס בוך), אַזאַ און אַזאַ פּרעפיקס (למשל גע⸗) אָדער סופיקס (למשל ⸗עריי, ⸗קייט), איז דאָ אַ העכערער פּרינציפּ אין ספק⸗פאַלן, וואָס איז אין ↰ 256 גייסט פון דינאַמישע פּראָצעסן, וואָס יידיש מאַכט דורך סוף צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. דער נייטראַלער מין אין יידיש איז אַ פאַרגליווערטער. ער גילט אין אַ פאַרמאַכטער סעריע ווערטער (דאָס וואָרט, דאָס פּנים, דאָס פאָלק וכו׳) און פאָרמען (דער עיקר — די דימינוטיוון: דאָס הינטל, דאָס טישעלע). דער דינאַמישער פּראָצעס זעט זיך ביי נייע ווערטער, אַזעלכע, וואָס זיינען צו יידיש דערגאַנגען פון זינט דעם אָנהייב פון ניינצנטן יאָרהונדערט. די וואָס לאָזן זיך אויס אויף אַן אומבאַטאָנטן וואָקאַל זיינען בדרך כלל פעמינין (די אָרגאַניזאַציע, די קאַטאַסטראָפע, די קאַפעטעריע), בעת די וואָס ענדיקן זיך מיט אַ קאָנסאָנאַנט, זיינען בדרך כלל מאַסקולין (דער אַדרעס, דער אויטאָמאָביל, דער קאָמפּיוטער).

דערפון איז געדרונגען, אַז וואו אַ ספק צווישן דער און דאָס איז בילכער דער; וואו אַ פראַגע די אָדער דאָס, איז גלייכער: די.

ווען איז דאָס אַלץ גערעדט געוואָרן, אַז דער באַנוצער זוכט אַ רעקאָמענדאַציע. ווער ס׳האָט פון דער היים דיאַלעקטישע פאָרמעל איז אינגאַנצן פריי זיי צו נוצן אויך אין דער ליטעראַרישער שפּראַך, דאָרטן וואו דער וואַריאַנט איז אַ וואַריאַנט אין דער ליטעראַרישער שפּראַך. אַזוי אַרום איז דאָס בטלנות פּונקט אַזוי „ריכטיק” ווי די בטלנות. דאָרטן וואו די דיאַלעקטישע פאָרמע איז אָבער ניט אָנגענומען אין דער ליטעראַרישער שפּראַך, קען מען עס אָנווענדן אַלס דיאַלעקטיזם וואָס „שטופּט” אַ טעקסט אין אַ געוויסער דיאַלעקטישער ריכטונג (אַשטייגער די דרומדיקע פאָרמען דאָס גרויסקייט, דאָס יידישקייט, די צפונדיקע די לאַנד, די קאָפּ, זע אונטן זז. 281-271).

↤ 257

צווישן חסידישע קינדער, וואָס ריידן יידיש פון דער היים — ביי וועמען עס ליגט די צוקונפט פון יידיש אַלס גערעדטע שפּראַך — זעט זיך קלאָר און בולט אין אַ גאַנצער ריי לענדער דער צונויפפאַל פון אַלע דריי מינים אין דע (אַרויסגערעדט dɐ ,dı ,də). טשיקאַווע, וואָס אין זיינעם אַ בריוו פון 4טן דעצעמבער 1912 צו ש. ניגערן, האָט דער גאון און בויער פון דער נייער יידישער פילאָלאָגיע, בער באָראָכאָוו, פאָרגעלייגט אַ „פּראָגראַם מאַקסימום” וואו אַ קליינע צאָל ווערטער בלייבן אויף דער, אַ קליינע צאָל אויף דאָס, און

אַלע איבעריקע נעמען זיינען ווייבלעך (ווייל די אַרטיקל „דע” איז די קירצסטע, און דע אַקוזאַטיוו איז איינפאַך, ווייל גלייך דער נאָמינאַטיוו).
(אין ניגער 1934: 23)

וואָס אַ גאון קען פאָראויסזען!

גראַמאַטישער מין ביים פּראָנאָם

סובסטאַנטיוון וואָס שטעלן מיט זיך ניט פאָר קיין מאַסקולינקייט אָדער פעמינינקייט, קען מען פאַרבייטן אָדער מיטן פּראָנאָם וואָס פּאַסט זייער גראַמאַטישן מין, אָדער מיטן אַלגעמיינעם עס: „די טיר איז אָפן?” — „יאָ, עס איז אָפן” = „יאָ, זי איז אָפן”; „דער טיש איז אַלט?” — „ניין, עס איז ניי” = „ניין, ער איז ניי”.

↤ 258

בייגונג

פּרט⸗נעמען מעג מען בייגן אָדער ניט בייגן (מיט ⸗ן און ⸗ען) אין די אָביעקטיווע בייגפאַלן. מ׳קען זאָגן און שרייבן: „אַ בריוו פון יאָסל”, אָדער: „אַ בריוו פון יאָסלען”. ביידע זיינען ריכטיק. אין אָטאָ דער פּרשה האַנדלט זיך אינעם ריטעם פון זאַץ, אין דער לענג פונעם נאָמען, אין דער פראַגע ווי באַקאַנט ס׳איז דער נאָמען, ווי קלאָר ס׳איז דער זאַץ. דער געניטער סטיליסט בייגט פּרט⸗נעמען אַמאָל יאָ אַמאָל ניט.

דאָס וואָרט מדבר, אַ סובסטאַנטיוו וואָס איז מאַסקולין, קען זיך בייגן אין דאַטיוו אָדער ווי אַ מאַסקולין אָדער ווי אַ פעמינין: „דער מדבר איז וויסט” אָבער: „אין דער מדבר איז וויסט” = „אין דעם \ אינעם מדבר איז וויסט”. צווישן יידישע שרייבער אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט זיך אויך איינגעפונדעוועט אַזאַ מין צווייאיקייט ביים אַקראָנים פונעם יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט. „דער ייוואָ פאַרמאָגט גוואַלדיקע אוצרות” אָבער: „איך האָב זיינע מאַנוסקריפּטן אַוועקגעשיקט אין דער ייוואָ” (= אין דעם \ אינעם). אַזאַ מין איבעררוק אינעם מין ביי דער דאַטיוו בייגונג הערט זיך גאַנץ אָפט ביי געניטע קענער פון יידיש ביי אַ ריי אַנדערע ווערטער, וואָס זיינען צו יידיש דערגאַנגען ערשט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אַשטייגער דער סאָבוויי, אָבער: מיט דער סאָבוויי (= מיטן סאָבוויי). פאַראַן אויך: די סאָבוויי.

וואָס שייך דער בייגונג ביי אַרטיקלען און אַדיעקטיוון אין אַ ווייטערדיקן טייל פון זאַץ, איז קלאָר אַז די יידישע ↰ 259 גראַמאַטיק צווינגט אַ בייגונג אין תחום פון דער זעלביקער פראַזע: „איך קוק אויף דער שיינער פאָטאָגראַפיע”, „איך זע דעם אַלטן זיידן” (כאָטש דאָס ניט בייגן ביים פעמינין — „איך קוק אויף די שיינע פאָטאָגראַפיע” — איז זייער פאַרשפּרייט אין די דיאַלעקטן און מ׳האָט שוין ניט איינמאָל געשריבן וועגן מעגלעכע רעפאָרמען; זע למשל מאַרק 1938א; צו דער דיאַלעקטאָלאָגיע, זע א. וויינרייך 1991: 55-53).

אין דער קומעדיקער פראַזע איז עס אָפט אַ פראַגע פון סטיל. וויל מען צוטשעפּענען, צואייגענען דעם ווייטערדיקן טייל פון זאַץ, בייגט מען. וויל מען אַ פּויזע, בייגט מען ניט. אין „ער האָט באַטראַכט דעם לערער, אַן עלטער ער ייד מיט ברילן”, איז דאָ אַ פּויזע ביי דער קאָמע, בעת אין „ער האָט באַטראַכט דעם לערער, אַן עלטערן ייד מיט ברילן”, זיינען די אַלטקייט מיט די ברילן טייל פון דעם וואָס ער האָט באַטראַכט, ניט נאָר טייל פון דעם וואָס דער נאַראַטאָר גיט איבער.

ביי נעמען פון ביכער און זשורנאַלן קען מען, גראַמאַטיש גערעדט, בייגן אָדער ניט בייגן, ד.ה. „איך האָב עס געלייענט אין דער גאָלדענער קייט” איז פּונקט אַזוי באַרעכטיקט ווי „איך האָב עס געלייענט אין די גאָלדענע קייט”. מער יידישלעך איז דאָס בייגן, דאָס גיט שוואונג און לעבן דעם בוך אָדער זשורנאַל וועגן וועלכן מ׳רעדט. דערצו איז עס באַליבט ביי יידישע שרייבער (כאָטש די גראַמאַטיק איז דאָ ניט מחייב) צו בייגן אויך אויף מערצאָל, למשל: „פּרץ האָט דעמאָלט אַרויסגעגעבן זיינע פאָלקסטימלעכע געשיכטן”.

ס׳איז אמת, אַז יידיש ווי אַ בייגעוודיקער אַדיעקטיוו קען זיין אַמביוואַלענט. ס׳איז „טעאָרעטיש” ניט קלאָר צי אַ יידישער שרייבער הייסט אַ שרייבער וואָס שרייבט אויף ↰ 260 יידיש, צי אַ שרייבער אַ ייד, צי אַ שרייבער איבער יידישע טעמעס; צי אַ יידישער לערער איז אַ לערער פון יידיש, צי אַ לערער וואָס איז אַ ייד. עד כאן אַבסטראַקציע. אין ווייט גרעסטן רוב פאַלן איז עס אָבער פאָרט קלאָר ווי דער טאָג. אַז מ׳רעדט אויף יידיש וועגן „יידישע שרייבער” סתם, רעדט מען וועגן שרייבער אין דער יידישער שפּראַך: „סטאַלין האָט אויסגעהרגעט די יידישע שרייבער”; „ס׳וועט זיין אַ פּראָגראַם וועגן יידישע שרייבער”. די פאָרמע וואָס די אויסבויאיסטן שלאָגן פאָר, יידיש⸗שרייבערס (וועגן דעם רבים וועט באַלד גיין די רייד) איז סיי אומנאַטירלעך, סיי גרילצנדיק; אָט די פאָרמע האָט זיך אָבער שטאַרק אָנגענומען אינעם געדרוקטן יידיש אין ארץ ישראל וואו זי איז פּאָפּולער צוליב אַ באַזונדערער סיבה: די פאָרגעשטעלטע באַגרענעצונג פונעם געזעלשאַפטלעכן פאַרנעם פון דער יידישער ליטעראַטור וואָס שטעקט אינעם טערמין, ד.ה. בכדי אויסצוזען „ווייניקער יידישיסטיש” אין אַ געזעלשאַפט וואָס איז עד היום אָנגעלאָדן מיט קאָמפּלעקסן וועגן דער יידישער שפּראַך און ליטעראַטור.

דאָרטן וואו די זאַך איז טאַקע ניט קלאָר, נוצט דער עכט יידישער סטיל אַ פּרעפּאָזיציע, אַשטייגער: לערער פון יידיש, וואָס איז סטיליסטיש גוט אויף יידיש, להיפּוך צו „יידיש⸗לערער” וואָס שמעקט מיט געקינצלטקייט. פאַרקערט, דאָרטן וואו ס׳איז ניטאָ קיין פעסטע טראַדיציע נוצן דעם נאָרמאַלן אַדיעקטיוו, און מ׳וויל מאַכן קלאָר אַז ס׳גייט אין דער שפּראַך, ניט אין יידן סתם, האָט זיך יאָ אָנגענומען דער נייער אומגעבויגענער אַדיעקטיוו יידיש: „די יידיש אינסטיטוציעס אין אַמעריקע” „די יידיש פּראָבלעמאַטיק אין דער נייער צייט” וכו׳.

↤ 261

↰ רבים

סיי ביי אַגענטיוון, סיי ביי סתם סובסטאַנטיוון וואָס ענדיקן זיך אויף ⸗ער, געפינט מען וואַריאַציע אין די דיאַלעקטן בנוגע דעם רבים: אָדער ס׳בלייבט ⸗ער אויך אין רבים, אָדער ס׳ווערט ⸗ערס. צום גרעסטן טייל איז די ליטעראַרישע שפּראַך געגאַנגען מיט דער טענדענץ, אַז ביי אַגענטיוון בלייבט דער רבים ⸗ער: די אַרבעטער, די בעקער, די לייענער, די שוסטער, די שרייבער, בעת ביי סתם סובסטאַנטיוון שאַפט זיך דער רבים מיט סמך: די בעכערס, די ווייזערס, די לייכטערס, די מעסערס, די סוועדערס (אַחוץ דאָרטן וואו ס׳איז (כמעט) ניטאָ קיין וואַריאַציע און אויך ביי סתם סובסטאַנטיוון גילט די נול ענדונג: די טעלער, די פענצטער).

אָטאָ די סיסטעם דיפערענצירונג צווישן מענטשן און זאַכן, וואָס האָט זיך אויסגעאַרבעט אין דער ליטעראַרישער שפּראַך, ווערט אָבער חרוב ביי די אויסבויאיסטן וועלכע קלייבן אויס וואַריאַנטן ניט לויט דער סיסטעם פון יידיש, נאָר לויט דעם וואָס איז ווייטער פון דייטש. דערפאַר נעמען זיי אָן בלויז לייענערס, שרייבערס, ניט געקוקט וואָס די גרעסטע מערהייט יידן וואָס ריידן און שרייבן יידיש נוצן לייענער, שרייבער.

דאָ דאַרף מען אָבער צוגעבן, אַז אין אַ סך יידישע דיאַלעקטן, סיי צפונדיקע סיי דרומדיקע (און בפרט אין דרום⸗מזרח יידיש), גיט מען צו דעם סמך ביי אַלטע (פּרע⸗משכילישע) אַגענטיוון, בעת מ׳נוצט די נול ענדונג ביי אַלע ↰ 262 „מאָדערנע” אַגענטיוון, ד.ה. אַזעלכע וואָס שטעלן מיט זיך פאָר באַגריפן וואָס יידיש האָט ערשט אַריינגענומען אין ניינצנטן יאָרהונדערט: „זאָלן זיי זיין גוטע בעטערס” (ביים פאַרלאָזן אַ בית⸗עולם), און — בעקערס, שוסטערש, שניידערס אָבער — אַרבעטער, לייענער, קינסטלער. וויל מען דעם קאָנטראַסט אַלט—ניי איבערפאָרמולירן סינכראָניש פאַר די⸗אָ דיאַלעקטן קען מען אָנווענדן יצחק לודענס כלל: „דעם רבים אויף סמך נוצט מען אין ’די ניט⸗אינטעלעקטועלע פּראָפעסיעס” (לודען 1992). דאָס הייסט ניט חלילה, אַז אין אַלטן אַשכנז זיינען קיין אינטעלעקטועלע פּראָפעסיעס ניט געווען. שוין איינמאָל געווען, נאָר וואָדען, זייערע נעמען געהערן אַמאָפטסטן דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט: בורר, דיין, מחבר, מקובל, עילוי, פּוסק, רב וכו׳.

צום פּראַקטישן באַנוץ, איז בעסער אויסמיידן די געקינצלטע מערצאָל פאָרמען מיט סמך ביי די „מאָדערנע” אַגענטיוון אויף ⸗ער, און זיך האַלטן ביי אונטערדריקער, אַרבעטער, דיכטער, הערשער, לייענער, לערער, נאָכפאָלגער, פּראָזאַאיקער, פאָרגייער, קינסטלער, קריטיקער, שוישפּילער, שרייבער, שריפטשטעלער א. א. וו. היות ווי אַפילו ביי די אַלטע פּראָפעסיעס איז ניטאָ קיין סמך ענדונג ביי גאָר אַ סך וואָס ריידן יידיש פון דער היים, מעג מען אויסשפּרייטן די נול ענדונג איבער זיי אויך (בעקער, שוסטער וכו׳). ווער ס׳וויל אויפהיטן דעם סמך איז מהיכא תיתי (אַרגומענטן דערפאַר — אין רעכטמאַן 1952).

ביי דער וואַקלעניש אין דער מערצאָל פון פראַגע: פראַגן (דער רבים מיט וועלכן דאָס וואָרט איז אין יידיש אַריין אין ניינצנטן יאָרהונדערט) ~ פראַגעס (דער „פאַריידישטער” ↰ 263 רבים) האָט זיך גענומען אַנטוויקלען אַ סעמאַנטישער חילוק. כאָטש מ׳קען די ביידע פאָרמען טרעפן אין אַלע פאַלן, זעט זיך ביי אַ סך אַ נטיה צו נוצן פראַגעס אויף ’סתם אָנפרעגן’ („איך האָב צו דיר צוויי פראַגעס”) און פראַגן אויף ’וויכטיקע פּראָבלעמען’ („די לעבנס⸗פראַגן היינט צו טאָג”). אויב נוצן אַן איינאיינציקן רבים איז גלייכער פראַגן, ווייל ס׳איז צוגעפּאַסט צו אַלע פאַלן, בשעת ווען פראַגעס קלינגט געקינצלט אַז עס האַנדלט זיך אין ליכטיקע ענינים („די גרונט⸗פראַגעס פון דער יידישער עקזיסטענץ” קלינגט האַמעטנע און געצוואונגען).

ביי די וואַקלענישן חסרונות ~ חסרונים און מקורות ~ מקורים זיינען בילכער חסרונות און מקורות, ניט ווייל זיי זיינען „נעענטער צו העברעאיש”, נאָר ווייל זיי זיינען: מער יידיש, דערמיט וואָס זיי פּאַסן זיך אַריין מיט זייערע שוועסטער⸗ווערטער אין די שייכותדיקע פּאַראַדיגמעס אויף יידיש. אַז מ׳טוט אַ קוק אויף דער פּאַראַדיגמע Cə)Cɔ́C(ə)C) זעט מען, אַז אויף יידיש שאַפט זי דעם רבים נאָר און בלויז אויף ⸗ות: בזיוןבזיונות, חלוםחלומות, לשוןלשונות, מקוםמקומות, נסיון—נסיונות. דער רבים סופיקס איז ⸗ים אין אָטאָ דער יידישער פּאַראַדיגמע בלויז ביי אַגענטיוון (מענטשן): גדולגדולים, חסידחסידים, יתוםיתומים, קדושקדושים. פאַר דער ליטעראַרישער שפּראַך זיינען דעריבער מער צוגעפּאַסט: חסרונות און מקורות. צו דער זעלביקער צייט דאַרף מען אָבער אָנווייזן אַז מקורים איז גלייכבאַרעכטיקט און האָט אַ ברייטן פאַרשפּרייט אין אונדזער פאָרשונגס⸗ליטעראַטור. חסרונים איז אָבער אַן ענגער דיאַלעקטיזם וואָס כאַראַקטעריזירט היינט דעם אויסבויאיסטישן סטיל. ביי דער ↰ 264 וואַקלעניש מקורות ~ מקורים האָבן מיר זיך אָנגעשטויסן אָן אַ צאָל אינפאָרמאַנטן ביי וועמען מקורים איז דער רב ים פון מקור מיט אַ שווא (məkojr) בעת מקורות איז דער פּלוראַל פון מקור מיט אַ קמץ (mɔ́kər).

איינשטימונג אין דער צאָל

אין פאָרמעלן סטיל, ווערט אָפּגעהיט די איינשטימונג אין דער צאָל: „ס׳איז געקומען אַ נייע גרופּע”, אָבער: „עס זיינען צוגעקומען אַ סך מענטשן”. אינעם פאָלקס⸗לשון גילטן צוויי כללים וואָס שייך דער צאָל וואָס זיינען דוחה די מעכאַנישע איינשטימונג, דאָרטן וואו דער ווערב טרעפט זיך פאַרן סוביעקט. ערשטנס: דער פאַראַלגעמיינערטער יחיד — „ס׳איז געווען פּראָבלעמען”; „ס׳איז געלאָפן הונדערט מענטשן”; „דאָרטן איז דאָ אַ סך פיינע זאַכן”. צווייטנס: דער פּסיכאָלאָגישער רבים — „עס זיינען געפאַרן אַ גרופּע יונגעלייט” „ס׳האָבן גערעדט די אָנפירערשאַפט”.

די ביידע פאָלקס⸗כללים קענען אָנגעווענדט ווערן, בפרט אין דערציילערישן סטיל (זע צווייג 1928).

אַקטיווע און פּאַסיווע קאָנסטרוקציע

פון זינט דעם סאַמע אויפקום פון דער נייער ליטעראַרישער שפּראַך אונדזערער זעט זיך די ↰ 265 קאָעקזיסטענץ — און צומאָל די קאָנקורענץ — צווישן דעם „אַקטיוון סטיל”, וואָס איז היסטאָריש גערעדט אַמנאַטירלעכסטן פאַר יידיש, און דעם „פּאַסיוון סטיל” וואָס איז אַריין אינאיינעם מיטן זשורנאַליסטישן און פּובליציסטטישן סטיל, און שפּעטער צו, אין דער וויסנשאַפטלעכער ליטעראַטור.

אין דער געשיכטע פון דער יידישער סטיליסטיק האָט דער ענין שוין אַ פּאָר מאָל פאַרנומען דעם אויבנאָן. אין דער ערשטער ריי לייגט זין אויפן זינען נחום שטיפס קאַמף קעגן דער רוסיפיצירנדיקער פּאַסיווער קאָנסטרוקציע מיט פון, אין דער סאָוועטישער פּרעסע אין די שפּעטע צוואַנציקער יאָרן. דעם קאַמף האָט שטיף גענומען פירן באַלד נאָך זיין אימיגרירן אין סאָוועטן⸗פאַרבאַנד. די ערשטע „באָמבע” איז געווען זיין אַרטיקל „פון” אין ערשטן נומער די ייִדישע שפּראך (שטיף 1927א). אין צווייטן נומער האָט ער ווייטער געשטורעמט אין זיין „די פּאַסיווע זאַץ קאָנסטרוקציע” (שטיף 1927ב). ביי שטיפן האָט דאָס געהייסן אַז ער קעמפט קעגן דער „פּאַפּירענער שפּראַך”. ביי זיינע קריטיקער האָט דאָס געהייסן, אַז שטיף האָט זיך נעבעך ניט באַפרייט פון זיין פריערדיקן „פאַשיזירטן יידישיזם”. גאָר אינטערעסאַנט זיינען די דעבאַטעס אַרום דער פראַגע אין דעם „רעוויזיע נומער” אפנ שפּראכפראָנט אין 1932. ניט געקוקט אויף דער זעלבסט⸗קריטיק האָט זיך שטיף געהאַלטן ביי זיינס, און אַריינגעטראָגן בשעת מעשה אויך די פראַגע איבער יידישלעכע, טראַדיציאָנעלע ווערטער (וואָס פּאָרען זיך בדרך כלל מיט אַקטיווע ווערבן), כנגד די מאָדערנע זשורנאַליסטישע ווערטער וואָס זיינען ווי פאַרזיווגט מיט דער פּאַסיווער קאָנסטרוקציע.

↤ 266

יאָ, צו מיין שפּראַך האָט מען טענות! ווען מ׳זאָל וועלן אָנשוילעך ווייזן, וואָס איז דאָס פאַראַ טענות, וואָלט מען דאָס געקענט זאָגן: פאַרוואָס וואָלט איך נישט געזאָגט דעם פריער⸗געשטריכלטן זאַץ אַזוי:
קעגן מיין שפּראַך ווערט אַרויסגעזאָגט אַ גאַנצע ריי דערווידערונגען.
איך מוז דאָ אָפן צוגעבן: יאָ, אַזוי איז דאָס איצט שטאַרק אָנגענומען צו שרייבן; אַזוי האַלט מען פאַר „שענער”, „העכער”, „ליטעראַרישער”. איך גיי אָפטמאָל אָפּ פון דער נאָרמע — איז רייצט דאָס; פאַרשוואַרצט מען דאָס, ווי אַזוי מ׳קען („יידישלעך”!); ס׳איז אַ קאַמף, אַזוי ווי יעדער אַנדערער!
וואָס איז אַזוינס די „נאָרמע”, — דאָס האָבן מיר שוין געזען. דאָס איז די „העכערע שפּראַך” — דער פּאַסיוו, דער סובסטאַנטיווירטער ווערב, די פאָלגנדיקע סובאָרדינאַציע, און דאָס גלייכן אַהער קומט נאָך צו די געשטאַמפּטע פראַזעאָלאָגיע, — די אַלע שאַבלאָנען, וואָס מ׳נוצט אָפטמאָל אין דער אייליקער צייטונג⸗אַרבעט. [...]
פאַראַן אָבער בעלנים צו מאַכן פון נויט אַ טעאָריע („העכערע שפּראַך”), און זיי וואַרפן זיך דאָס איצט צו „באַוואָפענען” מיט ביטול און מיט אַרגומענטן קעגן „פּראָסטאַקעס”. זיי פאַרזעען אָבער [...]
(שטיף 1932: 74-73)

נאָך זיין טויט האָט מען שטיפס „פעלער” ווייטער גענומען אַטאַקירן, דער עיקר אויף די שפּאַלטן פון אפנ שפּראכפראָנט. לאָמיר דאָ לאָזן אָן אַ זייט דעם גאַנצן הו⸗האַ אַרום די העברעאיזמען און שטיפס באַווייזן זיך פאַר סאָוועטיש⸗געטריי דורך זיין קאַמף קעגן דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט אין יידיש (זע שטיף 1929; מ. וויינרייך 1931; ספּיוואַק 1935). וועגן דעם פּאַסיוו איז די הויפּט ↰ 267 אָפּשאַצונג געווען סלוצקיס אַרבעט, „דער וועג פונעם חבר נ. שטיף צו באַפרייען זיך פון זיין יידישיסטישער ירושה” (סלוצקי 1935). אַ גאָר אינטערעסאַנטער מוסטער איז דאָס אַלץ פון פּאָליטישער אידעאָלאָגיע און פון דעם ווי אַזוי אַ סינטאַקטישע פראַגע איז אין אַ געוויסער געזעלשאַפט און צייט בפירוש געוואָרן אָנגעלאָדן מיט קולטורעלן און פּאָליטישן אינהאַלט. אַחוץ שטיפס טענות צום פון, איז סלוצקיס אַרטיקל פול מיט (היינט קאָמישע) אַטאַקעס קעגן דעם „טעמפּל פון דער יידישיסטישער קולטור, פאַר דער נעסט פון דער יידישער פאַשיסטישער ’וויסנשאַפט’” (ז. 70). דאָרטן שווימען אויף די פראַזן „אויסלאַנד פון די וויינרייכס” (ז. 73), „די וויינרייכס און ווי נאָך מע רופט זיי דאָרט” (ז. 83). אפשר האָט מען געהאַט צו שטיפן מער ווי אַלצדינג דאָס וואָס „די פּאָלעמיק מיט די ’ייוואָ’ טוער האָט בכלל זייער שטאַרק פאַרשפּעטיקט אינעם זשורנאַל די ייִדישע שפּראך” (ז. 74). אויף אַן אַנדער אופן ווערט געשטאַלטיקט זאַרעצקיס אָפּשאַצונג פון דער צייטונג שפּראַך אין זיין פאר אַ פּראָלעטארישער שפּראכ (זאַרעצקי 1931).

און וואו האַלט מען היינט מיטן פּאַסיוו? גענוצט מעסיקערהייט האָט ער זיין בכבודיק אָרט אין יענע זשאַנרען (פּובליציסטיק, וויסנשאַפט) וואו אַ פאָלקסטימלעכער סטיל איז ניט תמיד צוגעפּאַסט. אין אַ קעפּל פון אַ דערציילונג פּאַסט „מ׳רעדט זיך צונויף אין טערקיי” בעת אין אַ קעפּל פון אַן אַרטיקל אין אַ צייטונג פּאַסט אויך „שלום אונטערהאַנדלונגען ווערן צונויפגערופן אין טערקיי”.

↤ 268

צונויפהעפטן

פון די טשיקאַווע קוריאָזן פון דער יידישער סטיליסטיק אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז דער ענין צונויפגעהאָפטענע סובסטאַנטיוון. די פּוריסטישע און אויסבויאיסטישע מחמת, וואָס קעמפן קעגן איינציקע ווערטער, וואָס זיי האַלטן פאַר „דייטשמעריש” האָבן זיך ווי איינגעליבט אין אַ סטיל וואָס איז סאַמע דייטש, און וואָס ווייטער פון יידיש קען דאָס ניט געמאָלט זיין. דאָס איז די כסדרדיקע פאַרפלייצונג פון אַ טעקסט מיט צונויפהעפטן פון סובסטאַנטיוון. אין די אָנווייזונגען צו זיין ווערטערבוך, האָט א. וויינרייך אָנגעוויזן דעם באַנוצער, אַז „צונויפהעפטן קען מען בדרך כלל שאַפן אַז מ׳וויל נאָר” (א. וויינרייך 1968: xxix). גראַמאַטיש גערעדט איז דאָס ריכטיק. סטיליסטיש גערעדט איז דאָס אָבער אַ פעלער. דאָ גייט ניט אין יידישע ווערטער וואָס אַנטוויקלען זיך ווייטער מיט אונדזער שפּראַך גאַנצערהייט (די „דייטשמעריזמען” אויסנאַם, געפאַר, רונד וכו׳), נאָר וואָדען אין קאָנסטרוקציעס וואָס זעען אויס ווי מ׳וואָלט זיי ערשט נעכטן אַריינגעשלעפּט פון דייטש, עלעהיי שפּראַכקולטור. אַזאַ געפיל ווערט פאַרשטאַרקט צוליב דער ייוואָ אָרטאָגראַפיע, וואָס פאָדערט שרייבן אינאיינעם אויב ניט מער ווי דריי טראַפן, ניט שייך צי דער צונויפהעפט איז עמעצן באַקאַנט צי ניט; ס׳ווערט אויך פאַרשטאַרקט צוליב דער „קאָנפראָנטירונג מיט ענגליש” (זע אויבן, זז. 231-239). אָט איז אַ רשימה ביישפּילן פון צונויפהעפטן וואָס געפינען זיך אין וויינרייכס ↰ 269 ווערטערבוך און די אויסבויאיסטישע פּובליקאַציעס פון די לעצטע יאָרן. אין דער לינקער קאָלאָנע געפינען זיך די אַלטערנאַטיוון וואָס זיינען, לויט אונדזער איינזען, סטיליסטיש בעסער צוגעפּאַסט צו יידיש.

געקינצלסע צונויפהעפטן עקוויוואַלענטן
איינרעלס איין⸗רעלסיקע באַן; באַן מיט איין רעלס
אָפּצאָלבריק בריק וואו מ׳דאַרף באַצאָלן
מוז⸗רייכערער קאָספּולסיווער \ אָבסעסיווער \ פאַרברענטער רייכערער
מענטשפּראָבלעמען פּראָבלעמען פון דער מענטשהייט
פוסטפּלאַץ פּוסטער \ ליידיקער פּלאַץ
פּראָגראַמפּונקט פּונקט אין דער פּראָגראַם
פּרעסעסטיל סטיל פון דער פּרעסע
פאַרביישאָס שאָס וואָס טרעפט ניט
דער איבעריקער פּראָנאָם

דער איבעריקער פּראָנאָם איז דער פּראָנאָם נאָך וואָס, וואָס חזרט איבער דאָס וואָס מ׳ווייס פון פריערדיקן טייל פון זעלביקן זאַץ. אין דער ליטעראַרישער שפּראַך איז עס בעסער אויסצומיידן: „די פּראָפעסאָרשע וואָס האָט פאַראַיאָרן געשריבן דאָס בוך” (ניט: „וואָס זי האָט געשריבן...”); „דער מענטש וואָס איז געקומען” (ניט: „... וואָס ער איז געקומען”).

↤ 271

כלל⸗שפּראַך און דיאַלעקט אינעם יידיש שבכתב
דיאַלעקטישע בייגעוודיקייט פון דער ליטעראַרישער שפּראַך

די מאָס טאָלעראַנץ צו וואַריאַציע מוז זיין אָן אַ שיעור קלענער אין אַ געשריבענער ליטעראַרישער שפּראַך, איידער אין טאָגטעגלעכן באַנוץ שבעל⸗פּה. דער חילוק נעמט זיך ניט פון אַוועלכן ניט איז אַבסטראַקטן העכערן „אמת” נאָר פון די געזעלשאַפטלעכע פאָדערונגען צו דעם וואָס רופט זיך איבער דער וועלט „ליטעראַרישע שפּראַך”. די רעלאַטיווע אוניפיצירטקייט פון דער ליטעראַרישער שפּראַך שטעלט מיט זיך פאָר דעם בוי⸗חומר פון אַ וועלט שפּראַך און פון אַ וועלט ליטעראַטור. די ליטעראַרישע שפּראַך גיט דעם לייענער די מעגלעכקייט זיך צו קאָנצענטרירן אויפן סטיל און אויפן תוכן אָנשטאָט אויפן דיאַלעקט. זי גיט די מעגלעכקייט, אַז מענטשן אין די פאַרשידנסטע ערטער זאָלן הנאה האָבן פון אַ ווערק. זי גיט די מענלעכקייט פון אַ גייסטיקן אוניווערסאַליזם, וואָס שטייגט איבער די ד׳ אמות פון אַוועלכן ניט איז איינאיינציקן אַרט.

דאָס הייסט אָבער ניט, אַז די יידישע ליטעראַרישע שפּראַך איז אַ האָמאָגענער, פאַרגליווערטער מאָנאָליט: זי ↰ 272 פאַרמאָגט אין זיך, פּונקט ווי אַלע ליטעראַרישע שפּראַכן איבער דער וועלט, אַ היפּש ביסל אינערלעכע וואַריאַציע. זי איז אַן איידעלע סטרוקטור, וואָס שעפּט מער⸗ווייניקער אין גלייכע מאָסן פון אַלע אונדזערע מאָדערנע מזרח⸗אייראָפּעאישע יידישע דיאַלעקטן. אַ ליטעראַרישע שפּראַך איז ניט קיין שטאַבע אייזן וואָס בייגט זיך ניט. זי איז געגליכן צו אַ בוים, וואָס אַ געזונט ווינטעלע קען די קלענערע צווייגעלעך אַ וויג טאָן. זי טאָר אָבער אויך ניט זיין קיין אָפּגעשוואַכטער אַלטער בוים, וואָס איז שוין אין די יאָרן, און וואָס וואַרט אַז דער מאָרגנדיקער שטורעם זאָל אים אויף דר׳ערד אַנידערלייגן.

די ליטעראַרישע שפּראַך גופא האָט אַ ריי בלייכבאַרעכטיקטע פאָרמען, וואָס גיבן די מעגלעכקייט — מעסיקערהייט און באַשיידן — זיך אויסצודריקן מיטן אייגענעם דיאַלעקט. אָט די בייגעוודיקייט, לפּחות וואָס שייך דער גרונט⸗פראַגע „צפונדיק” (ליטוויש) לגבי „דרומדיק” (פּויליש, אוקראַיניש — „ניט⸗ליטוויש”), ווייזט זיך אַרויס אינעם גלייכבאַרעכטיקטן סטאַטוס, למשל, פון די ווייטערדיקע פאָרמען:

צפונדיק דרומדיק
געבראַכט געברענגט
געליען, געשריען געליגן, געשריגן
זיינען, זייט זענען, זענט
געבאָרן, געפראָרן, וכו׳ געבוירן, געפרוירן, וכו׳
ריידן רעדן

↤ 273

אין אַזעלכע פאַלן, איז מען פּונקט אַזוי „ליטעראַריש” נוצנדיק די צפונדיקע פאָרמען ווי די דרומדיקע. ווען איז דאָס געזאָגט געוואָרן, אַז דער טעקסט גאַנצערהייט איז געשריבן אין ליטעראַרישן יידיש. אין אַ סך יידישע זשורנאַלן און זאַמלביכער בייטן די רעדאַקטאָרן און קאָרעקטאָרן אָט אַזעלכע פאָרמען אויטאָמאַטיש צוליב סטיליסטישער אויסגעהאַלטנקייט, לויטן רעדאַקטאָרס פּרעפערענץ (וואָס בויט זיך אַמאָפטסטן אויף דער פראַגע צי שטאַמט ער אָדער זי פון צפון צי פון דרום). ביי אַנדערע איז דער גאַנג פאָדערן אויסגעהאַלטנקייט נאָר אין תחום פון אַוועלכער ניט איז איינאיינציקער אַרבעט, אַזוי אַז ס׳קען גילטן, אַשטייגער, זיינען אין איין אַרבעט, זענען אין אַ צווייטער. ביי אַ סך רעדאַקטאָרן, וואָס זיינען אַפילו ניט עקסטרעם⸗פּאַטריאָטיש לגבי די וואַריאַנטן פון זייער היים דיאַלעקט, ווייזט זיך עס אַרויס, פּראַקטיש גערעדט, פאַר אַ געפערלעכער טירחא צו קאָנטראָלירן אַשטייגער, אַז אין איין אַרטיקל שטייט נאָר זיינען, אין אַ צווייטן נאָר זענען. פון דעם וואַקסן אָפטמאָל די אוניפאָרמע פאָרמען אין פאַרשידענע זשורנאַלן און דאָס שאַט אויך ניט, ס׳איז, דעסקריפּטיוו גערעדט, אַן אייגנשאַפט פון דער היינטיקער יידישער פּעריאָדיק.

עד כאן — דוגמאות פון די תחומען פון וואַריאַציע אין דער שפּראַך פון רעדאַקטאָרן און פון צייטונגען, עסייען, און פון דער פּובליציסטישער און וויסנשאַפטלעכער ליטעראַטור. אין דער שיינער ליטעראַטור, דאַרף זיין — און ס׳איז טאַקע פאַראַן — מער בייגעוודיקייט אין דער ריכטונג פונעם מחברס דיאַלעקט; ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן, ווען דער מחבר וויל „בייגן” דאָס לשון בכדי אָפּצושפּיגלען די שפּרודלדיקע ספּאָנטאַנקייט און די איבערגעבערישע ↰ 274 עכטקייט פון דער שפּראַך. דעמאָלט קען דער מחבר „צושאַרן” זיין סטיל ווייטער אין דער ריכטונג פון זיין דיאַלעקט, און דאָך שרייבן אַ ליטעראַרישן יידיש, זאָל זיין אַ דיאַלעקטיש⸗באַפאַרבטן ליטעראַרישן יידיש. דאָס קען אַ שרייבער, וואָס רעדט פּויליש יידיש, פּועלן אַשטייגער מיטן בייגן זיך אויך פאַר פּערזאָן: איך וואַרעם מיך, דו וואַרעמסט דיך, וכו׳ אָנשטאָט דעם ליטעראַרישן אוניווערסאַלן זיך. דער ליטוואַק, פאַרקערט, קען נוצן די ליטוויש⸗דיאַלעקטישע אוניפיצירטע אָביעקטיווע פּראָנאָמען, ניט שייך צי ס׳איז אַקוזאַטיוו צי דאַטיוו: .איך זע דיר \ איך זע איר; דו זעסט מיר, אָנשטאָט די ליטעראַרישע אַקוזאַטיוון (דיך, זי, מיך). אַזעלכע צושאַרענישן פון דער ליטעראַרישער שפּראַך טויגן דערווייל נאָר אין דער בעלעטריסטיק. אין אַן עסיי צי אין אַ וויסנשאַפטלעכן ווערק, טראָגן די זעלביקע אייגנשאַפטן אַ פּנים פון עקסטרעמער דיאַלעקטיזירונג. איטלעכער זשאַנער האָט זיך זיינע אייגענע רגילותן אונטערן ברייטן, הויכן דאַך פון דער יידישער ליטעראַרישער שפּראַך.

די גרענעצן פון דיאַלעקטישער באַפאַרבונג

ס׳איז אָבער דאָ אַ טעאָרעטישער פּונקט נאָך וועלכן מ׳שרייבט שוין מער ניט קיין ליטעראַרישן יידיש, נאָר וואָס דען, אַ דיאַלעקט. איבער דער פראַגע, וואו גענוי געפינט זיך אָטאָ דער פּונקט, וועט מען זיך אַמפּערן (זע אַשטייגער די דעבאַטע צווישן קאַזשדאַן 1928: 49 און פ. האַלפּערן 1928, ↰ 275 איבער די „ליטוויציזמען” אין פרידקינס אַן איבערזעצונג פון ערענבורגן). ביי אַלע אַמפּערנישן איבער אַזאַ און אַזאַ וואָרט דאַרף מען געדענקען, אַז דער עיקר איז דאָ ניט דאָס וואָרט, נאָר די פּראָפּאָרץ ווערטער, גראַמאַטישע פאָרמען, קאָנסטרוקציעס.

אין די לעצטע יאָרן זעט זין אַ פּרואוו מצד די אויסבויאיסטן, אונטערצוברעכן די יסודות פונעם ליטעראַרישן יידיש און אויפשטעלן נייע. מה⸗דאָך דער יסוד פון אַלע יסודות איז דאָך ביי זיי דאָס האַלטן איין אויג שטענדיק אין דייטשישן ווערטערבוך, באַקומט זיך אַז וואו עס זיינען פאַראַן צוויי וואַריאַנטן אין יידיש, דאַרף מען „אַרויסשטופּן” דעם וואַריאַנט וואָס איז „נעענטער צו דייטש”, אַפילו אויב ס׳איז די איינציקע אָנגענומענע פאָרמע אין ליטעראַרישן יידיש. און פאַרקערט, אַ דיאַלעקטיזם, וואָס די יידישע ליטעראַרישע שפּראַך האָט ניט אָנגענומען, דאַרף מען „אַריינרוקן” צוליב דעם וואָס עס איז „ווייטער פון דייטש”. אַז די שיטה איז אַ טעותדיקע (מאָטיווירט לויט אַ דרויסנדיקער שפּראַך — דייטש, ניט לויט דעם לשון וואָס איז שייך — יידיש), מוזן די רעזולטאַטן זיין: קרומע.

דער בעסטער סך⸗הכל פון דער אויסבויאיסטישער שיטה אין דעם פּרט איז צו געפינען אין שעכטערס לייטיש מאַמע⸗לשון (שעכטער 1986א). אָט איז אַ רשימה דיאַלעקטישע פאָרמען, דער עיקר דרומדיקע, וואָס ווערן רעקאָמענדירט אין שעכטערס בוך, און וואָס ווערן גענוצט אין די ניו⸗יאָרקער אויסבויאיסטישע זשורנאַלן. אין דער לינקער קאָלאָנע געפינען זיך די ליטעראַרישע עקוויוואַלענטן. די רשימה איז ווייט ניט קיין אויסשעפּיקע. זי איז נאָר אויסן צו אילוסטרירן דעם ענין.

↤ 276

דיאַלעקטיש ליטעראַריש
אַוועקקומען פאַרשוואונדן ווערן, פאַרשווינדן
אילע, אילע מאָל, אילדינג אַלע, אַלעמאָל, אַלצדינג
אַזאַן (פאַר וואָקאַלן) אַזאַ
ביכל (’בוך’) בוך
בכּלל בכלל
ברודערן⸗זון, ברודערן⸗טאָכטער פּלימעניק, פּלימעניצע
ברונע, גרינע ברונעם
גרעק, גרעקיש גריך, גריכיש
וואָרן וואָרעם, ווייל
ליטײַן, ליטײַניש לאַטיין, לאַטײַן
מיגלעך מעגלעך
מיין מער
מיטלען מורמלען
עטעמען אָטעמען
עלעף עלף
פירהאַנג, פירלייענען וכו׳ פאָרהאַנג, פאָרלייענען וכו׳
פאַרמעג פאַרמעגן
פאַרשמט באַוואוסט, באַרימט
פיל ('וויפל’) וויפל, וויפיל
פינעף פינף
פיפט פינפט
פעדערשט פאָדערשט
פעלן זיך שטאַרבן, נפטר ווערן
פרײַ (’פריילעך’) פריילעך
פריינט (’קרוב’) קרוב, אַ משפּחה,
↤ 277
צון (פאַר וואָקאַלן) צו
צוועלעף צוועלף
שווערסטערן⸗זון פּלימעניק
שוועסטערן⸗טאָכטער פּלימעניצע
שטאָטס אָנשטאָט
שיל (צום דאַוונען) שול
שער⸗בלעטל שער⸗בלאַט

צי טויגן די דיאַלעקטישע פאָרמען? אַוודאי און אַוודאי טויגן זיי. זיי זיינען אַזוי שיין און גוט ווי אַלע אַנדערע יידישע דיאַלעקטישע ווערטער, נאָר וואָדען, זייער באַנוץ איז סטיליסטיש באַגרענעצט צו די דיאַלעקטן אין וועלכע זיי געפינען זיך (דאָס איז חלילה ניט קיין פּחיתת הכבוד פאַר אַ וואָרט). דאַרפן די יידן וואָס שטאַמען פון געביטן וואו מ׳האָט די ווערטער גענוצט, זיי אויפהיטן סיי ביים ריידן, סיי ביים איבערגעבן דעם לאָקאַלן דיאַלעקט בכתב. מעסיקערהייט קען אַ מחבר שרייבן אַ ליטעראַרישן יידיש און אַריינפירן עטלעכע פון די⸗אָ פאָרמען. דאָס בלייבט אין דער בחינה פון סטיליסטישע פּרטים ביי אַ מחבר. דאָס פאַרפלייצן דאָס זייטל מיט דיאַלעקטיזמען קען דינען אויף איבערצוגעבן אַקוראַט איינעם פון אונדזערע דיאַלעקטן, אַשטייגער אין אַ בעלעטריסטישן ווערק, בעת אין ניט⸗בעלעטריסטישע זשאַנרען, צעשמעטערט דאָס אונדזער ליטעראַרישע שפּראַך אויף פּיץ⸗פּיצלעך. און ווען דער שרייבער ווענדט אָן דיאַלעקטיזמען פון פאַרשידענע דיאַלעקטן מחמת זיי זיינען ווייטער פון די ווערטער, וואָס ער געפינט אין אַ דייטשישן צי אַ העברעאישן ווערטערבוך, דעמאָלט באַקומט זיך אַ פּנים פון — חוזק. ניט ס׳איז ↰ 278 ליטעראַריש, ניט ס׳איז אַ יידישער דיאַלעקט, ס׳איז מערניט אַ געקינצלטער צונויפפלעכט פונעם אויסבויאיסט, וועמענס אויג איז שטענדיק פאַרגליווערט, אין דייטשישן ווערטערבוך.

„אַריינפירן” וועגענער מיט דיאַלעקטיזמען ביים לערנען יידיש מיט אָנהייבער, אין ווערטערביכער און טעקסט ביכער פאַרן אַלגעמיינעם באַנוץ, אויפן חשבון פון אונדזער שווער⸗ אויסגעבענקטער ליטעראַרישער שפּראַך? לא מיט אַן אלף. ווי האָט געזאָגט יודל מאַרק? ריידנדיק וועגן שטאָטש (’אָנשטאָט’), זגאַל (’מין’), אַ געמעל (’למשל’), ליטײַן, ענפער, פאַרשמט (’באַרימט’): „זיי שטערן אין פאַרפעסטיקן אונדזער כלל⸗שפּראַך” (מאַרק 1966: 80).

שעכטערס שטעלונג איז די קלאַסיש⸗אויסבויאיסטישע, וואָס פירט אַלע פראַגן צו אַן איינאיינציקן פּונקט: ווייטקייט פון דייטש (און די אַנדערע קרובהשע לשונות). פון דער אויסבויאיסטישער גרונט⸗הנחה וואַקסט אויס דער אַקסיאָם:

[...] אויב פון צוויי דערלאָזלעכע וואַריאַנטן איז איינער ספּעציפיש יידיש און דער אַנדערער געפינס זיך אויך אין דייטשיש (צי רוסיש צי אַנדערע לשונות), דאַרף די ספּעציפיש יידישע פאָרמע האָבן די בכורה [...]
(שעכטער 1986ב: ix)

די סטרוקטוראַליסטישע פּאָזיציע, נאַטירלעך, רעכנט זיך נאָר מיט דעם, וועלכע פון די פאַראַנענע ברירות געפינט מען אין דער ליטעראַטור שפּראַך, ניט מיט זייער אָפּשטאַם. און דאָ גיבן מיר איבער דאָס וואָרט אברהם גאָלאָמבן:

[...] עס איז ענלעך צום דייטשישן וואָרט מיט דעם זעלביקן באַטייט. נו, און פאָטער און מוטער, און טאַטע און מאַמע ↰ 279 זיינען אויך סוף כל סוף פון אַ פרעמדן מקור, זיינען זיי דען טרייף עד היום? דאָס יידישע מויל האָט זיי שוין לאַנג לאַנג געכשרט. און אַז אנכי גאָר פון מצריש, האָט גאָט ניט אָנגעהויבן די צען געבאָט מיט אים?

(גאָלאָמב 1967: 18)

דאָ דאַרף דערמאָנט ווערן שעכטערס פיינע אַרבעט וועגן דעם אַמאָליקן „פאַרבאָרגענעם סטאַנדאַרד” (שעכטער 1969). אין ניינצנטן און אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט די ליטעראַרישע שפּראַך, אויסקלייבנדיק צווישן וואַריאַנטן וואָס זיינען אויף יידיש פאַראַן, אָפטמאָל געקליבן דעם וואַריאַנט, וואָס איז געווען נעענטער מיטן ליטעראַרישן דייטש, אַשטייגער גענומען אָנשטאָט גענעמען. ביי טייל ווערטער האָט שעכטער זיכער רעכט היסטאָריש, נאָר ווי תמיד ביי היסטאָרישער לינגוויסטיק וואָס ווערט געפירט מיט נאָרמאַטיווע פּניות, פאַרזעט מען אַ צווייטן צד. די פראַגע דאַרף שטיין אָט אַזוי אָ: צי איז די אויסגעקליבענע פאָרמע, ניט קוקנדיק וואָס טוט זיך אויף דייטש, געווען די פּרעסטיזש פאָרמע אין יידיש גופא? אונדזער ליטעראַרישע שפּראַך האָט זיך אויסגעבויט פון אַ גאַנצער ריי מקורות און צינורות. האָבן מיר אַ ליטעראַרישע שפּראַך, דאַרף מען זי אויסהיטן ווי אַן אוצר און ניט גיין זי צעפאַלמעסן מחמת טייל פון איר יחוס בריוו נעמט ביים פּוריסט ניט אויס. אָפטמאָל איז דאָס פאַרלאָרן גיין פון אַ שיין פאָלקס⸗ אַרט ממש פאַרבונדן מיטן אויפקום פון ליטעראַרישן יידיש. פאַרפאַלן, נאָר אַזוי איז עס. ווי האָט ניגער געשריבן אין 1910?

אויף יידיש פלעגט מען שרייבן און — דער עיקר — לייענען נאָר ביכלעךמעשה⸗ביכלעך — ניט קיין ביכער.

(ניגער 1910: 58)

↤ 280

אַז אַ יידישער שרייבער גיט היינט אַרויס אַ ניי בוך און מ׳רופט עס אָן „ביכל” באַליידיקט מען אים. איי ס׳איז אַ שאָד וואָס אַן אַמאָליקער שיינער שטעטלדיקער באַנוץ פון ביכל (’בוך’) איז אין משך פון אַ פּאָר דורות קאַליע געוואָרן וואָס שייך דער ליטעראַרישער שפּראַך אונדזערער, איז גאָר געוואָרן פּעיאָראַטיוו? פאַרפאַלן. די געשיכטע איז לעולם ניט קיין צדיקתטע...

לאָמיר בעסער לערנען ביי ל. שאַפּיראָ:

[...] דאָס וואָס איז געזעצלעך פאַר דער ריידשפּראַך טויג ניט פאַר דער שרייבשפּראַך, וואָס זי דאַרף דינען פאַר אַ צעמענט צווישן די דיאַלעקטן פון די פאַרשיידענע יידישע פּראָווינצן, און ווען יעדער שרייבער וואָלט גענומען שרייבן ווי ער רעדט, וואָלט די שפּראַך זיך צעשאָטן אין אַלע זייטן ווי אַ געפּלאַצט שנירל קרעלן. אַ באַקאַנטער יידישער פּאָעט זאָגט מיר, אויף מיינער אַ קריטישער באַמערקונג וועגן זיינער אַ גראַמאַטיקאַלישער פאָרם, אַז עס קלינגט גוט צו זיין „ליטווישן אויער”. אָט דאָ טאַקע ליגט די געפאַר, ווייל די צענטריפוגאַלע כוחות וואָס אַרבעטן אין יעדער שפּראַך ווירקן טאַקע אויף דער ליניע פון פּראָווינצן. יחידישע, צילבאַוואוסטע שרייבערשע אָפּנייגונגען, משה⸗נאַדירשע למשל, זענען בלויז קאַפּריזן פון סטיל און קאָנען גאָר די שפּראַך באַרייכערן, בשעת פּראָווינציאַליזמען, געברויכט פונעם שרייבער פאַר זיך, ניט ווי כאַראַקטעריסטיק פונעם לשון פון זיינע פּאַרשוינען — ברעכן די שפּראַך אויף פּיץ⸗פּיצלעך. [...] ביי לייטן איז פאַראַן 1) אַ שול סיסטעם, פון אויבן ביז אַראָפּ, פון אוניווערסיטעט ביז דער אָנפאַנגשול; 2) אַן אָפיציעלע קאַנצעלאַריע מיט איר שטרענגן נוסח; און 3) אַ פּרעסע און ליטעראַטור; און די אַלע אינסטיטוציעס שטרעבן צו צעמענטירן די פּראָווינציעלע דיאַלעקטן אין איין שפּראַך. [...] ביי אונדז אָבער איז ליטעראַטור⸗אָון⸗↰ 281פּרעסע דער איינציקער צענטריפּעטאַלער כח וואָס האַלט אונדזער לשון צוזאַמען, ווייניקסטנס פאַרן אויג, אויב נישט פאַרן אויער.
(שאַפּיראָ 1945: 16-15)

↤ 283

פּרינציפּן פון דער יידישער סטיליסטיק
דער סטיליסטישער מעמד פון יידיש

אין איר סטרוקטור, אין אירע מעכטיקע כוחות אויף אויסדריקלעכקייט, פּינקטלעכקייט און בילדערישקייט, מיט איר פּרעכטיקער ליטעראַטור, איז די יידישע שפּראַך, סטיליסטיש גערעדט, איינע פון די רייפסטע ליטעראַרישע לשונות אויף דער וועלט. יידיש דאַרף זיך ניט „אויסבויען” אויף צו ווערן אַ שפּראַך צווישן די גרויסע שפּראַכן פון דער וועלט. זי איז עס שוין.

קריטעריעס ביים לייזן סטיליסטישע פראַגן

אונדזער ליטעראַרישע שפּראַך האָט שוין אירע נאָרמעס און אירע פאַראַנענע וואַריאַנטן. דאָרטן וואו מ׳דאַרף צופאַל אויסקלייבן פון אויסגעהאַלטנקייט וועגן (אַשטייגער ביים רעדאַגירן ביכער און זשורנאַלן), קען גאָר קומען אין באַטראַכט איין קריטעריע (אויסער דעם אינדיווידועלן שפּראַכיקן חוש): וואָס איז מער יידיש, וואָס פּאַסט זיך ↰ 284 בעסער אַריין אין דער סיסטעם פון דער ליטעראַטור שפּראַך. דאָס וואָס טוט זיך אויף וועלכער ניט איז אַנדערער שפּראַך איז לחלוטין ניט שייך.

דער אַרויסרייד

סיי די דיאַלעקטישע אַרויסריידן סיי דער ליטעראַרישער אַרויסרייד זיינען ריכטיק, הן פּריוואַט, הן אין עפנטלעכן לעבן.

דער אויסלייג

געזעצמעסיקע וואַריאַציע, וואָס לאָזט זיך סיסטעמאַטיש שילדערן, איז כאַראַקטעריסטיש פאַר דער היינטיקער יידישער אָרטאָגראַפיע און דאַרף אויפגענומען ווערן רואיק און אַנאַליטיש. פאַראַן אַן אָרטאָגראַפישער צענטער מיט קאָנסערוואַטיווע און ראַדיקאַלע אויסשטראַלונגען. דער קאָנסערוואַטיווער פליגל באַשטייט פון יענעם טייל פון חסידישן סעקטאָר וואָס נוצט דעם שטומען עין מיטן שטומען הא (זאָגען, יאָהר). דער ראַדיקאַלער פליגל באַשטייט סיי פון סאָוועטישן אויסלייג סיי פון ייוואָ אויסלייג. די סאָוועטישע סיסטעם נוצט וּ און יִ אָנשטאָט דעם שטומען אלף (וווּ, פעיִק) און פאָנעטיזירט דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט (אַוואַדע, עפשער). דער ייוואָ אויסלייג פאָלגט ↰ 285 דעם סאָוועטישן בנוגע וּ און יִ, היט אָבער אויף דעם היסטאָרישן אויסלייג פון די סעמיטיזמען און איז בשעת מעשה מער ראַדיקאַל מיטן צעטיילן אַדווערבן (אַ פּנים, פאַר אַ יאָרן). דער ברייטער צענטער, אין ליטעראַריש⸗קולטורעלן סעקטאָר, היט אויף די נייע יידישע אָרטאָגראַפיע פון בער באָראָכאָוו (1913) און זלמן רייזען (1920), ניט אָננעמענדיק די ראַדיקאַלע רעפאָרמען אין סאָוועטן⸗פאַרבאַנד אין די צוואַנציקער יאָרן און ביי דער ייוואָ אין דער פּוילישער רעפּובליק אין די דרייסיקער יאָרן. אָט דער ברייטער צענטער איז געבליבן ניט⸗קאָדיפיצירט מער ווי זיבעציק יאָר נאָך זלמן רייזענס פּראָיעקט פון 1920.

צוויי היסטאָרישע דערשיינונגען האָבן די לעצטע יאָרן איבערגעאַנדערשט דאָס בילד. פון איין זייט, האָט אַן אָנזעעוודיקער חלק פון טראַדיציאָנעלן סעקטאָר באַזייטיקט דעם שטומען עין מיטן הא, און דערמיט זייער אויסלייג צוגעפירט ביז צו דער שוועל פון דער נייער אָרטאָגראַפיע פונעם צענטער. פון דער אַנדערער זייט איז אונטערגעגאַנגען דער סאָוועטן⸗פאַרבאַנד.

די צוויי דערשיינונגען האָבן אַריינגעטראָגן צוויי פּרינציפּיעלע שינויים אין דער אייבערסטרוקטור פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע. צום ערשטן מאָל זינט דער ערשטער וועלט מלחמה איז „פון זיך” אויפגעקומען אַ בשותפותדיקייט — דער אָרטאָגראַפישער צענטער — וואָס כאַראַקטעריזירט סיי דעם וועלטלעכן סיי דעם רעליגיעזן סעקטאָר (מיט קלענערע אונטערשיידן). והשנית, דאָס (כמעט) פאַרשוואונדן ווערן פון סאָוועטישן אויסלייג האָט גורם געווען, דער ייוואָ אויסלייג זאָל ווערן דער סאַמע ראַדיקאַלסטער וואָס איז היינט פאַראַן.

↤ 286

אין 1992 האָבן פיר אוניווערסיטעטן — אָקספאָרד, בר⸗אילן, ווילנע און תל אביב — קאָדיפיצירט דעם אָרטאָגראַפישן צענטער אינעם הסכם וואָס איז דערשינען אין בוך פאָרם צום סוף פון יענעם יאָר א.ט. כלל תקנות פון דער יידישער אויסלייג. ס׳איז דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע וואָס יידישע אויסלייג תקנות זיינען געצילט אויף כולל צו זיין סיי דעם רעליגיעז⸗חסידישן סיי דעם וועלטלעך⸗ליטעראַרישן באַנוץ: אַ בריק צווישן ביידע וועלטן.

עד כאן — פּערספּעקטיוו. דער סטיליסטישער פּרינציפּ פון היינטיקן יידישן אויסלייג איז די עצם אָנערקענונג פון דער פאַראַנענקייט פון עטלעכע פולשטענדיק גלייכבאַרעכטיקטע אונטערנוסחאות פון דער נייער יידישער אָרטאָגראַפיע.

די קאָמפּאָנענטן פון יידיש

אַלע ווערטער אין יידיש זיינען יידישע, אומאָפּהענגיק פון וואַנעט זיי שטאַמען, אומאָפּהענגיק פון דער דאַטע, ווען זיי זיינען אין דער שפּראַך אַריין. די אַלע ווערטער וואָס זיינען אַריין פון דייטש אין ניינצנטן יאָרהונדערט, און וואָס ווערן היינט באַנוצט אין דער ליטעראַרישער שפּראַך, זיינען פּונקט אַזוי גוט ווי אַלע אַנדערע יידישע ווערטער. ביי די⸗אָ ווערטער זיינען די קין⸗צייכנס (● און ▼) אין א. וויינרייכס ווערטערבוך: בטלין ומבוטלין.

↤ 287

פאָרשלאַגן אויף נייע ווערטער

פּונקט ווי ביי אַלע לעבעדיקע שפּראַכן, קומען כסדר אויף נייע ווערטער. אָט דער געזונטער, נאַטירלעכער פּראָצעס האָט ניט קיין שייכות מיט די אויסבויאיסטישע פּרואוון אויף צו פאַרפלייצן די שפּראַך מיט פאָרשלאָגן וואָס ווערן דערלאַנגט בכדי צו „דערווייטערן” יידיש פון דייטש, אָדער יידיש צו „קאָנפראָנטירן” מיט ענגליש. ביידע אויסבויאיסטישע פּרינציפּן, און במילא די לעקסיקאַלישע פאָרשלאָגן וואָס וואַקסן פון זיי אַרויס, זיינען: לא שרירין ולא קיימין.

כלל⸗שפּראַך און דיאַלעקט אינעם געשריבענעם יידיש

ליטעראַרישע שפּראַכן בויען זיך ניט לויט דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, ניט דורך באַוואוסטזיניקן אָפּקלייב מצד אַוועלכן ניט איז געלערנטן, נאָר דורך היסטאָרישע פאַקטאָרן וואָס מ׳קען ניט מבטל מאַכן בדיעבד אָן חרוב מאַכן די סטרוקטורעלע גאַנצקייט. עס איז מעגלעך צו נוצן אַ שלל מיט פּראָווינציאַנאַליזמען אַז מ׳גיט איבער די רייד פון אַ פּראָווינציאָנעלן מענטשן, אָדער, ביים סטיליזירן לויט אַ געוויסן דיאַלעקט. די ליטעראַרישע שפּראַך טאָר מען אָבער ניט צעשטערן דורכן אַרויסוואַרפן אָנגענומענע ווערטער און ↰ 288 אַריינפירן דיאַלעקטישע אויף זייער אַרט, צוליבן אויסבויאיסטישן פּרינציפּ פון ווייטערקייט פון דייטש.

ווער זיינען אונדזערע סטיליסטן?

די ריכטיקע סטיליסטן זיינען ניט די פילאָלאָגן, ניט די געלערנטע, וואָס פּראָקלאַמירן זיך אַליין פאַר „פּוסקים”; די אמתע סטיליסטן זיינען די גרויסע שרייבער, וועמענס גאָט⸗געבענטשטער טאַלאַנט צו שפּראַך עס האָט געשאַפן די נאָרמעס, די כללים, דעם נייעם ליטעראַרישן יידיש. די ראָלע פון די געלערנטע באַשטייט אין אַבסטראַהירן, סומירן און איבערגעבן דאָס וואָס די שרייבער האָבן געשאַפן. אַז פּראָפעסאָרן סטאַרען זיך פאַרנעמען די ראָלע פון די שרייבער, מוז אַרויסקומען: אַ מפּיל⸗קינד.

אָרנטלעכקייט

אַז מ׳דריקט אויס אַ מיינונג אין דער סטיליסטיק, דאַרף מען עס באַצייכענען אַלס — מיינונג. דאָס איז ספּעציעל וויכטיק אין ווערטערביכער, לערנביכער און גראַמאַטיקעס. פאָרשלאָגן דאַרפן באַצייכנט ווערן ווי פאָרשלאָגן. זיי טאָרן ניט דערלאַנגט ווערן ווי עקזיסטירנדיקע שפּראַכיקע פאַקטן. אַפילו אין ראַם פונעם נאָרמאַטיוויזם דאַרף מען דאָס פאַראַנענע אָפּזונדערן פון די פאָרשלאָגן.

↤ 289

טאָלעראַנץ

ווי שטאַרק עס זאָלן ניט זיין די איבערצייגונגען פון די פאַרשידענע „מחנות” אין אונדזער היינטיקער סטיליסטיק, טאָר מען דעם דרך ארץ ניט אָנווערן איינער צום אַנדערן. אונדזערע חילוקי דעות זיינען אַ סימן פון אַ שפּרודלדיקער קולטור. אַלע אָן אויסנאַם, וואָס גיבן זיך אָפּ מיט פראַגן פון יידישער סטיליסטיק, זיינען אין איין און דער זעלביקער מחנה, דהיינו: די מחנה קעמפער פאַר אַ לעבעדיקן יידיש אין די קומעדיקע דורות. אָט דאָס, וואָס פאַראייניקט אונדז, איז אָן אַ שיעור שטאַרקער איידער דאָס וואָס צעטיילט אונדז.

↤ 291

אויפרוף צו די בני דור

די יינגערע דורות, וואָס געדענקען, ניט די צווייטע וועלט מלחמה, ניט דאָס מזרח⸗אייראָפּעאישע יידישע לעבן פון פאַרן חורבן, נעמט דער גרויזאַמער היטלעריסטישער טויטקלאַפּ און וואַרפט זיך אין די אויגן ערשט איצט. אין די זונפאַרגאַנג יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, נעמט זיך דער מלאך המות צו ביסלעך צום לעצטן דור יידישע וואָרטמייסטער וואָס האָבן באַוויזן איינצוזאַפּן אין דער טיף דאָס שפּרודלדיקע, בליענדיקע לעבן פון דער ציוויליזאַציע אַשכנז, וואָס די דייטשן און זייערע מיטהעלפער האָבן אויסגעגאַזט און אויסגעשאָסן. מעגן מיר שוין פאָרן אין די לענדער פון אונדזערע אבות אבותינו, טרעפן מיר די וויסטענישן פונעם מוראדיקסטן עמק הבכא אין דער געשיכטע פון דער מענטשהייט.

מיר דאַרפן זיך באַמיען מיט אַלע כוחות זיך צו דערנעענטערן צו אונדזערע יידישע שרייבער, זיי צו שטיצן סיי אין דער גשמיות און סיי גייסטיק און מאָראַליש, ביי זיי צו לערנען וואָסאַמאָל מער, זיך צו פאַרטיפן, וועדליק אונדזערע כוחות, אין זייערע שפּראַכיקע אוצרות.

די צוקונפט פון דער יידישער ליטעראַטור ווענדט זיך ניט אָן אונדז. זי וועט אַמאָל נאָענט אויפבליען, „דאָרטן”, אין חסידישע קהילות איבער דער וועלט, וואו יידיש ווערט געטריי אויפגעהיט ווי אַ טאָגטעגלעך לשון וואָס נייע דורות זאַפּן איין אינאיינעם מיט דער מאַמעס מילך. ס׳איז לחלוטין ניט מעגלעך, אַז ביי אַ שפּראַך ↰ 292 וואָס מיליאָנען וועלן ריידן אויף איר (לויט דער טריקענער דעמאָגראַפיע, ניט נאָר אין אונדזערע חלומות), זאָל ניט אויפקומען קיין נייע שיינע ליטעראַטור, גענוי ווי אונדזער באַליבטע ליטעראַטור איז אויסגעוואַקסן אויף די זעלביקע יסודות פון דער אייביקער יידישקייט.

און דאָך. און דאָך פאַלט אויף אונדז די אחריות, די היסטאָרישע שליחות, אויפצושטעלן אַ יבנה, ווי באַשיידן זי זאָל ניט זיין, אַ בריק צווישן איצטער און יענעם דעמאָלט, כדי דאָס ליכטעלע וואָס צאַנקט זאָל זיך ניט אויסלעשן.

מיר האָבן זיך געלאָזט פאַרפירן פון פּוריסטן און אויסבויאיסטן וואָס האָבן אָנגעווענדט אַ קרומען און שפלותדיקן פּרינציפּ, אַז יידיש דאַרף מען ערשט „אויסבויען”, די שפּראַך דערווייטערן פון עטימאָלאָגיש⸗קרובהשע לשונות. דער פּועל יוצא איז אַ הילצערנע שפּראַך אויף וועלכער עכטע ליטעראַטור קען גאָרניט געשריבן ווערן, מחמת עכטע ליטעראַטור מוז געשריבן ווערן אויף איינעם פון די אמתע נוסחאות פון דער שפּראַך.

פאַרקערט, יידיש איז צווישן די ליטעראַריש רייפסטע שפּראַכן וואָס ס׳קען נאָר זיין, מיר דאַרפן איר נאָר ווערט זיין. עס איז געקומען די צייט זיך צו באַפרייען פון די סטיליסטישע קייטן פון די פּאַפּירענע פּוריסטישע שדים: דייטשמעריזמען, אַנגליציזמען, רוסיציזמען, און אויך פון דעם אויסלייג⸗שד וואָס האָט אַ געטשקע געמאַכט פון — נקודות.

די פּחדים מיט די קאָמפּלעקסן מוזן מיר אָנוואַרפן אויפן אויסבויאיסטישן שייטערהויפן. מיר דאַרפן זיי פאַרבייטן מיט דער שעפערישער פרייד וואָס עס ברענגט מיט זיך שרייבן לשמה.

איז נעמט אין איינעם אַן איינזאַמען שפּעטביינאַכט אייער פעדער, ווען קיינער קוקט ניט און קיינער זעט ניט, און שרייבט ↰ 293 עטלעכע מאָל „וואו”, „יידיש”, „פריער”, „גליאיק” און צייגט זין איבער אַז אייער פעדער וועט דערפון קיין פייער⸗שיסער ניט ווערן.

און דערנאָך נעמט שרייבן אַוואו די פּען וועט פירן, צי אַ ליד, צי אַ מעשה, צי אַן עסיי, זיך פאַרטיפנדיק אינעם לשון וואָס איר האָט געהערט און פאַרגעדענקט, ביי עמך און ביי אונדזערע שרייבער. בעסערט ניט אויס דאָס וואָס אייער געטרייער זכרון דערלאַנגט. נעמט ליב האָבן אַלע עכטע יידישע ווערטער גלייך. די שעפערישקייט ליגט ניט אין שאַפן נייע ווערטער. זי ליגט אין דעם וואָס איר וועט אויפטאָן מיט די אַלטע.

בויען אַ יבנה איז אונדזער שליחות, כדי דאָס ליכטעלע וואָס צאַנקט זאָל זיך ניט אויסלעשן.

↤ 295

ביבליאָגראַפיע

הערה: דער אויסלייג אין דער ביבליאָגראַפיע ווערט סטאַנדאַרדיזירט ביי ווערק נאָך 1900 אַחוץ ביי וויינגער און ביי די סאָוועטישע אויסגאַבעס.

אַגורסקי, ש. (ס) און אָשעראָוויטש, א.

1934 (רעד.), לינגוויסטישע זאַמלונג II, ווייסרוסישע וויסנשאַפט⸗אַקאַדעמיע, אינסטיטוט פאַר יידישער פּראָלעטאַרישער קולטור: מינסק.

אהרן בן שמואל

1709 ליבליכה תפילה אודר גרעפטיגה ארטצנייא פאר גוף און נשמה: הערגעסהויזן.

אײַזנמאַן, צבי

1992 „דער קאַלענדאַר” אין ירושלימער אַלמנאַך 117-112: 22.

אינסטיטוט פאר ייִדישער פּראָלעטארישער קולטור בּא דער אוקראיִנישער וויסנשאפטלעכער אקאדעמיע: פילאָלאָגישע סעקציע

1932 די סאָוועטישע ייִדישע אָרטאָגראפיע (קלאָלימ פונעמ נייעמ ייִדישנ אויסלייג), מעלוהע⸗פארלאג ↰ 296 פאר די נאציאָנאלע מינדערהײַטנ פונ אוס״רר: כארקאָוו, קיעוו.

אַלטמאַן, מוישע [משה]

1980 די ווינער קארעטע, פארלאג „סאָוועטסקי פּיסאטעל”: מאָסקווע.

אַלמי, א.

1925 „יידיש און תחינה לשון” (וועגן ז. קלמנאָוויטשעס אַרטיקלען: „ניי⸗יידיש”) אין ליטעראַרישע בלעטער 2 (נ. 75): 152-151.

אלקלעי, ראובן

1965 מילון עברי⸗אנגלי שלם, הוצאה מסדה: ירושלים.

אָפּאַטאָשו, י.

1927 לינטשעריי און אַנדערע דערציילונגען [= געזאַמלטע ווערק פון י. אָפּאַטאָשו, 5], ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין: ווילנע.

באָראָכאָוו, בער

1912 [ניט⸗פאַרעפטנלעכטער בריוו געשיקט אין רעדאַקציע פונעם פריינד] אין ליטעראַרישע בלעטער 51 (190), 1927: 1001.
1913א „די אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע” אין ש. ניגער 1913: 22-1.
1913ב „די ביבליאָטעק פונעם יידישן פילאָלאָג. ערשטער טייל. פיר הונדערט יאָר יידישע שפּראַך פאָרשונג” אין ש. ניגער 1913: 66-1 (באַזונדערע פּאַגינאַציע צום סוף פון באַנד).

↤ 297

באָריישאָ, מנחם

1929 „ער” אין ליטעראַרישע בלעטער 20 (263): 380.

באַשעוויס, יצחק

1950 די פאַמיליע מושקאַט, 2 בענד, משה⸗שמואל שקלאַרסקי: ניו⸗יאָרק.
1964 „אסתר⸗קריינדל די צווייטע” אין די גאָלדענע קייט 48: 28-16.
1974 דער בעל תשובה, פאַרלאַג י. ל. פּרץ: תל אביב.
1982 מעשיות פון הינטערן אויוון, פאַרלאַג י. ל. פּרץ: תל אביב.

בוקסטאָרף, יאָהאַן

1609 Johann Buxtorf, Thesaurus grammaticus linguæ sanctæ hebrsææ, Conrad Waidkirch: Basel.

בירנבוים, שלמה

1930 „די יסודות פון יידישן אויסלייג” אין ייוואָ 1930ב: 19-18, 87-86.
1932 יידיש ווערטערביכל אויסלייג, גראַמאַטישן מין, בייגונג און וואָרט⸗קלאַס. מיט די נייטיקסטע כללים פון אויסלייג, פאַרלאַג בית יעקב: לאַדזש.
1938 „שותפותדיק שרייב⸗לשון און שותפותדיקע הברה” אין יידיש פאַר אַלע 1: 246-245.
1947 „אַן ענטפער מכח מיינע טראַנסקריפּציעס” אין יידישע שפּראַך 7: 36-29.

↤ 298

1953 „פון דייטשמעריזם ביז דער הייל אין דער מדבר יהודה” אין יידישע שפּראַך 13: 120-109.
1979 Solomon A. Bimbaum, Yiddish. A Survey and a Grammar, Manchester University Press: Manchester & University of Toronto: Toronto.

בירשטיין, יאָסל

1991 „אַ פּנים אין די וואָלקנס” אין די גאָלדענע קייט 131: 209-191 [טייל].

בערגעלסאָן, דוד

1923 נאָך אַלעמען [= דוד בערגעלסאָן. ווערק, 6], פאַרלאַג „וואָסטאָק”: בערלין.

בערגער, לילי

1991 „דעם טאַטנס ירושה” אין די צוקונפט 96.1: 28-24.

גאָלאָמב, אברהם

1967 „וועגן טערמינאָלאָגיע און נאָמענקלאַטור” אין יידישע שפּראַך 27: 19-17.

גאָלד, דוד⸗לייזער

1971 „מכח אַ צווייטן אַרויסקום פון אוריאל וויינרייכס מאָדערן ענגליש⸗יידיש יידיש⸗ענגליש ווערטערבוך” אין יידישע שפּראַך 30: 32-19.
1977 David L. Gold, “Successes and Failures in the Standardization and Implementation of ↰ 299 Yiddish Spelling and Romanization”, Fishman 1977: 307-369.

גאָלדבערג, דוד [= גולדברג, דוד]

1986 „נקודה המפגש בין דיאלקט לחרוז ביידיש” אין הספרות (נייע סעריע) 10, 4-3 (36-35): 227-220.

גאָלדסטיק, א.

1946 „דייטשמעריש קען צו ניץ קומען” אין יידישע שפּראַך 6: 19-15.

גוטקאָוויטש, יאַנקל און צוקערמאַן, רחמיאל

1977 „דרך ארץ פאַרן לשון פון פאָלק” אין די צוקונפט 83.2: 76-72.

גיטליץ, מ.

1934 מ. גיטליצ, „די שפּראכ⸗’בויונג’ פונ די פאשיזירטע ייִדישיסטנ” אין אפנ וויסנשאפטלעכנ פראָנט. ביולעטענ פונ אינסטיטוט פאר ייִדישער פּראָלעטארישער קולטור בא דער ווײַסרוסישער וויסנשאפט⸗אקאדעמיע 6-5: 98-84.

גינינגער, חיים

1949 „אַ בוך צו לערנען די יידישע קולטור שפּראַך” אין ייוואָ בלעטער 33: 211-204.

גלאַטשטיין, יעקב

1920 [לידער] אין אין זיך. אַ זאַמלונג אינטראָספּעקטיווע ↰ 300 לידער, מ. נ. מייזעל פאַרלאַג: ניו⸗יאָרק, 65-49.

גלאַטשטיין, יעקב און לעיעלעס, א. און מינקאָוו, נ.

1920 „אינטראָספּעקטיוויזם” אין אין זיך. אַ זאַמלונג אינטראָספּעקטיווע לידער, מ. נ. מייזעל פאַרלאַג: ניו⸗יאָרק, 27-5.

געלענבערג, מ.

1930 „יידיש אויף די וואַרשעווער גאַסן (אַ בינטל באַטראַכטונגען און אויספירן)” אין ליטעראַרישע בלעטער 19 (314): 347-346, 21 (316): 394-392.

גראַדע, חיים

1961 די עגונה, יידיש⸗נאַציאָנאַלער אַרבעטער פאַרבאַנד: לאָס⸗אַנדזשעלעס.
1977 „תלמידי חכמים אין דער ליטע” אין די די גאָלדענע קייט 94: 33-5 [טייל].

גרינשפּאַן, י.

1931 „צווישן ווענט” אין גרינשפּאַן און סאָברין 1931: 76-3.

גרינשפּאַן, י. און סאָברין, לייבל

1931 ערב⸗צייט, פאַרלאַג „בידערמאַן”: ניו⸗יאָרק.

דילאָן, א. מ.

1935 די לידער פון א. מ. דילאָן, אַרויסגעגעבן פון חברים: ניו⸗יאָרק.

↤ 301

האַלפּערן, משה⸗לייב

1934 „דאָס ליד פון לענדלאָרד” אין סטודיאָ 1: 45-43.

האַלפּערן, פאַלק

1928 „וועגן ליטוויניזמען” אין ביכער וועלט 6: 59-57.

האַרקאַווי, אַלכסנדר

1928 יידיש⸗ענגליש⸗העברעאישער ווערטערבוך. צווייטע אויפלאַגע מיט תיקונים און הוספות: ניו⸗יאָרק.
1930 „עטלעכע באַמערקונגען וועגן אויסלייג” אין ייוואָ 1930ב: 85.
1988 יידיש⸗ענגליש⸗העברעאישער ווערטערבוך. איבערדרוק פון דער צווייטער פאַרגרעסערטער אויפלאַגע פון 1928 מיט אַ נייעם אַריינפיר פון דוד קאַץ, ייוואָ און פאַרלאַג שאָקען: ניו⸗יאָרק.

חײַלע, שמואל

1991 “Solomon A. Birnbaum” ,Shmuel Hiley, Dov-Ber Kerler (ed.), History of Yiddish Studies. Papers from the Third Annual Oxford Winter Symposium in Yiddish Language and Literature. 13-15 December 1987 [= Winter Studies in Yiddish, 3], Harwood: Chur, 3-13.
אין דרוק א Yiddish Grammar.
אין דרוק ב Basic Yiddish Vocabulary

↤ 302

הירשביין, פּרץ

1930 „די צעבראָכענע מאַדאָנע” אין ליטעראַרישע בלעטער 5 (300): 92-90.

וואַגענזײַל, יאָהאַן קריסטאָף

1699 Johann Christof Wagenseil, Belehrung der Jüdisch-Teutschen Red- und Schreibart, Paul Friedrich Rhode: Konigsberg.

וואָלאָדאַרסקי, כ.

1928 „שפּראַך און דיאַלעקט (עטלעכע ווערטער וועגן אָרטאָעפּיע)” אין די יידישע שפּראך 2.6 (13): 36-35.

וואָלפּע, דוד

1992 „אַזאַ סאָרט קריטיק” אין יידישע קולטור 54.5: 50-47.

וואָרזאָגער, שלמה

1992 דורות, ישראל בוך: תל אביב.

וויזעל, אליעזר

1990 „אַ קאַלטער זומער טאָג” אין די די גאָלדענע קייט 130: 26-22.

וויינגער, מ.

1913א מ. ̶ועינגער, מאינ אלעףבעיז, נאיער ףערלאג: וואַרשע.
1913ב מ. ̶ועינגער, מאינ ̶איסלעיגונג, נאיער ףערלאג: וואַרשע.

↤ 303

ווײַנרײַך, אוריאל

1951 „צו דער פראַגע וועגן אַ נאָרמירטער אויסשפּראַך” אין יידישע שפּראַך 11: 29-26.
1955 „וועגן פילטראַפיקן גראַם” אין יידישע שפּראַך 15: 109-97.
1959 Uriel Weinreich, “On the Cultural History of Yiddish Rime”, J. L. Blau, P. Friedman, A. Hertzberg, I. Mendelsohn (eds.), Essays on Jewish Life and Thought. Presented in Honor of Salo Wittmayer Baron, Columbia University Press: New York, 423-442.
1960א „וועגן אַ נייעם יידישן שפּראַך און קולטור אַטלאַס” אין די גאָלדענע קייט 37: 57-47.
1960ב נאָזן, נעזער, נעז: אַ קאַפּיטל גראַמאַטישע געאָגראַפיע” אין יידישע שפּראַך 20: 90-81.
1968 מאָדערן ענגליש⸗יידיש יידיש⸗ענגליש ווערטערבוך, ייוואָ און מעגראָ היל: ניו⸗יאָרק.
1991 „ראשי פּרקים פון אַ דעסקריפּטיווער יידישער דיאַלעקטאָלאָגיע. פּראָוויזאָרישער סטרוקטורעלער און לעקסיקאַלישער אינדעקס צום שפּראַך און קולטור אַטלאַס פון אַשכנזישע יידן” אין ייוואָ בלעטער 1 (נייע סעריע): 68-9.

ווײַנרײַך, מאַקס

1922 „אַ פאַר ווערטער וועגן ’פּאַסיקע ווערטער’” אין ביכער וועלט 1: 258-255.
1923 שטאַפּלען. פיר עטיודן צו דער יידישער שפּראַך ↰ 304 וויסנשאַפט און ליטעראַטור פאָרשונג, פאַרלאַג וואָסטאָק: בערלין.
1925 „ווילנער טעזיסן וועגן יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט” אין צ.ב.ק. און וויל. ביג. 1925: 40-35.
1928 בילדער פון דער יידישער ליטעראַטור געשיכטע פון די אָנהייבן ביז מענדעלע מוכר ספרים, פאַרלאַג „טאָמאָר” פון יוסף קאַמערמאַכער: ווילנע.
1930 „פּראָיעקט פון אַן איינהייטלעכן יידישן אויסלייג” אין ייוואָ 1930 ב: 65-20.
1931 „וואָס וואָלט יידיש געווען אָן העברעאיש?” אין די צוקונפט 36: 205-194.
1934 „אויסשפּראַך” אין אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע 1, דובנאָוו פאָנד: פּאַריז, 232-231.
1938א „ווען זאָל מען ניצן ’אַלס’?” אין יידיש פאַר אַלע 1: 21 [איבערגעדרוקט: מ. וויינרייך 1973ב].
1938ב „דייטשמעריש טויג ניט” אין יידיש פאַר אַלע 1: 106-97. [איבערגעדרוקט: מ. וויינרייך 1975].
1938ג „זיבן נומערן ’יידיש פאַר אַלע’” אין יידיש יידיש פאַר אַלע 1: 290-280.
1941 „וועגן ענגלישע עלעמענטן אין אונדזער קולטור שפּראַך” אין יידישע שפּראַך 1: 46-33.
1949 „וואָס איז דער מער מיטן יידישן אויסלייג?” אין יידישע שפּראַך 9: 21-1.

↤ 305

1950 „אַ וואָרט פריער פונעם רעדאַקטאָר” אין סטוטשקאָוו 1950: xviii-ix.
1954 Max Weinreich, “Prehistory and Early History of Yiddish. Facts and Conceptual Framework”. U. Weinreich (ed.) The Field of Yiddish. Studies in Yiddish Language, Folklore and Literature [= Publications of the Linguistic Circle of New York, 3], 73-101.
1959 „דער איינהייטלעכער אויסלייג, זיין געשיכטע און ווערדע. דער שטומער אלף נעבעך און די ריידעוודיקע פּראָבלעמען הינטער אים” אין יידישן שפּראַך 19: 64-33.
1973א געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן, 4 בענד, ייוואָ: ניו⸗יאָרק.
1973ב „ווען זאָל מען ניצן ’אַלס’?” אין יידישע שפּראַך 32: 47-46.
1975 „דייטשמעריש טויג ניט” אין יידישע שפּראַך 34: 33-32.

וועוויאָרקאַ, א.

1926 דער אויסלייג פון אידיש, פאַרלאַג „שול און בוך”: מאָסקווע.

[זאַמענהאָף, ל.]

1909 Dr X, „וועגן אַ יידישער גראַמאַטיק און רעפאָרם אין דער יידישער שפּראַך” אין לעבן און וויסנשאַפט 1.1. 56-50.

↤ 306

1910 Dr X, „פּראָבן פון אַ יידישער גראַמאַטיק” אין לעבן און וויסנשאַפט 1.7: 96-89, 1.9: 104-97.

זאַרעצקי, א.

1923א „וועגן די שלאַס⸗אויסיעס” אין ייִדיש 1923: 26-25.
1923ב [רעצענזיע איבער:] אָרטאָגראַפישע טאַבעלע (אָנגענומען דורכן ערשטן יידישן שול⸗צוזאַמענפאָר אין פּוילן) אין יידיש 1923: 28-27.
1927 גרײַזן און ספייקעס. קאַפּיטלען סטיליסטישע גראַמאַטיק, קאָאָפּעראַטיווער פאַרלאַג „קולטור⸗ליגע”: קיעוו.
1928א „פּראָיעקט פון דער אָרטאָגראַפישער רעפאָרמע” אין קאָאָפּעראטיווער פארלאג „קוּלטוּר⸗ליגע” 1928: 26-3.
1928ב „בּיבּליאָגראַפיע צו דער אָרטאָגראַפישער דיסקוּסיע. אָנהייבנדיק פון 1921 יאָר”. אין קאָאָפּעראטיווער פארלאג „קוּלטוּר⸗ליגע” 1928: 70⸗65.
1928ג „א וויכטיקער כיסאָרן פון דער נײַער אָרטאָגראפיע” אין די יידישע שפּראך 2.3 (10): 22-19.
1929 „וועגן ייִדישער אָרטאָעפּיע” אין די יידישע שפּראך 3.3 (16): 8-1; 3.4/5 (18-17): 32-21 [טיילווייז איבערגעדרוקט: זאַרעצקי 1991].
1930 שפּראך. ארבעטבּוך פארן ערשטן קאָנצענטער. בּוך פארן לערער, צענטראלער פעלקער⸗↰ 307פארלאג פון פ.ס.ס.ר: מאָסקווע, כארקאָוו, מינסק.
1931א פאר א פּראָלעטארישער שפּראכ, צענטרפארלאג: כאַרקאָוו, קיעוו.
1931ב ייִדישע אָרטאָגראפיע. קלאָלימ פונ נײַעמ ייִדישנ אויסלייג לויט די בּאשלוסנ פונ דער אָרטאָגראפיקער קאָנפערענצ (1928 יאָר) אונ פונ דער צענטראלער אָרטאָגראפישער קאָמיסיע, צענטראלער פעלקער⸗פארלאג פונ פ.ס.ס.ר.: מאָסקווע, כארקאָוו, מינסק.
1991 „וועגן ייִדישער אָרטאָעפּיע” אין סאָוועטיש היימלאנד 6: 126-122.

חיים בהאלוף הר״ר מנחם מאנש מגלוגא

מראה הכתב .בל״א וראשי תיבות. [± 1717]

חרץ, מאיר

1992 נאָכן סך⸗הכל. דריי, פאַרלאַג „אייגנס”: ירושלים.

י. ט.

1910 „צו דער רעפאָרם פון יידיש” אין לעבן און וויסנשאַפט [זאַמלבוך אַרויס נאָך דער העפט נ. 12 פון ערשטן יאָרגאַנג]: 70-61.

טײַכמאַן, מ.

1936א „אַ שטילע, אָבער וויכטיקע קאָנפערענץ” אין ליטעראַרישע בלעטער 29 (466): 462.
1936ב „וואָס פאָרט מיט אונדזער אָרטאָגראַפיע?” אין ליטעראַרישע בלעטער 38 (645): 605-604.

↤ 308

טים, עריקאַ

1987 Erika Timm, Graphische und phonische Struktur des Westjiddischen unter besonderer Berücksichtigung der Zeit um 1600. Max Niemeyer: Tübingen.

טעלעסין, זיאַמע

1992 דאָס ניסעלע וואָס פייפט, פאַרלאַג הארץ: ירושלים.

טעפּער, יוסף

1936 „די יונגע יידישע סאָציאַלע וויסנשאַפטן אין ייוואָ” אין ליטעראַרישע בלעטער 51 (658): 811-810, 52 (659): 824-823.

יאָכנאָוויץ, גרשון

1968 George Jochnowitz, “Bilingualism and Dialect Mixture among Lubavitcher Hasidic Children”, American Speech 43.3: 182-200.

יאָפע, יודאַ אַ.

1909 „די קלינגען פון יידיש און דער יידישער אלף⸗בית” אין דאָס נייע לעבן, אויגוסט 1909: 532-529, 704-701
1948 „אַנאַליז פון עטלעכע אויסלייג תקנות פון ייוואָ” אין יידישע שפּראַך 8: 61-33.
1950 „לאָמיר אַנאַליזירן, ניט סתם דעבאַטירן (צום אַנאַליז פון עטלעכע אויסלייג תקנות)” אין יידישע שפּראַך 10: 59-49.

↤ 309

יאָפע, יודאַ א. און מאַרק, יודל

1961א „הקדמה” אין יאָפע און מאַרק 1961ב: טו⸗כד.
1961ב גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך, באַנד 1, קאָמיטעט פאַרן גרויסן ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך: ניו⸗יאָרק.
1966 גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך, באַנד 2, קאָמיטעט פאַרן גרויסן ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך ניו⸗יאָרק.

יידיש

1923 יידיש. ערשטע זאמלונג פון דער יידישער פילאָלאָגישער קאמיסיע ביי דער צענטראלער יידשער ביוּראָ פון פאלקאָמבּילד. אויסגאבע פון דעם אוקראאיִנישן הויפט⸗קאמיטעט פאר פּראפעסיאנעל⸗טעכנישער און ספּעֶציעל⸗וויסנשאפטלאכער בילדונג און דער צענטראלעֶר יידישער ביורא ביים פאלקס⸗קאמיסאריאט פאר בילדונג: כאַרקאָוו.

ייוואָ (יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט)

1925 פאָרבאַראַטונג וועגן דעם וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט (12-7 אויגוסט 1925, אין בערלין), אַרויסגעגעבן: אָרגאַניזיר⸗קאָמיטעט פאַר דעם יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט: בערלין.
1926 לאַנדוי בוך. ד״ר אַלפרעד לאַנדוי צו זיין 75טן געבוירנטאָג דעם 25טן נאָוועמבער 1925 [= שריפטן פון יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט, ב. 1, פילאָלאָגישע סעריע, 1; אויפן טאָוול: ↰ 310 פילאָלאָגישע שריפטן. לאַנדוי בוך], ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין: ווילנע.
1928 פילאָלאָגישע שריפטן. צווייטער באַנד [= שריפטן פון יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט, 2], ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין: ווילנע.
1929א פילאָלאָגישע שריפטן. דריטער באַנד, ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקען: ווילנע.
1929ב צוויי יאָר אַרבעט פון דעם יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט. אַ באַריכט פאַר דער צייט פון מערץ 1925 ביז מערץ 1927, צווייטע אויפלאַגע, ייוואָ: ווילנע.
1930א באַריכט פון דער קאָנפערענץ פון דעם יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט אָפּגעהאַלטן אין ווילנע פון 24טן ביזן 27טן אָקטאָבער 1929, ייוואָ: ווילנע.
1930ב דער איינהייטלעכער יידישער אויסלייג. מאַטעריאַלן און פּראָיעקטן צו דער אָרטאָגראַפישער קאָנפערענץ פון ייוואָ. ערשטע זאַמלונג, ייוואָ: ווילנע.
1934 „לכבוד אַלכסנדר האַרקאַווי צו זיין 70טן געבוירנסטאָג” אין ייוואָ בלעטער 6: 4-1.
1935 אויסלייג תקנות פון יידיש [= אָרגאַניזאַציע פון דער יידישער וויסנשאַפט, 14], ייוואָ: ווילנע.
1936 דער אַלוועלטלעכער צוזאַמענפאָר פון יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט. צום 10יאָריקן יובל ↰ 311 פון ייוואָ, אָפּגעהאַלטן אין ווילנע פון 14טן ביזן 19טן אויגוסט 1935, ייוואָ: ווילנע.
1937 תקנות פון יידישן אויסלייג [= אָרגאַניזאַציע פון דער יידישער וויסנשאַפט, 16], ייוואָ: ווילנע [איבערגעדרוקט אין ייוואָ בלעטער 11: 128-97].

כ״ץ, מ.

1913 „ביבליאָגראַפישע נאָטיצן” אין דאָס נייע לעבן 5.7: 64-56 (422-414).

כלל⸗תקנות פון יידישן אויסלייג

1992 כלל⸗תקנות פון יידישן אויסלייג, פאַרלאַג „אָקספאָרדער יידיש”: אָקספאָרד.

לודען, יצחק

1988 פּערל פון גן⸗עדן. וועגן קונסט און וועגן קינסטלער. עסייען, אָפּהאַנדלונגען און שמועסן, ה. לייוויק פאַרלאַג ביים פאַראיין פון יידישע שרייבערס און זשורנאַליסטן אין ישראל: תל אביב.
1992 פּריוואַטער בריוו [קריטיק איבערן ערשטן אָנוואַרף פון איצטיקן בוך], תל אביב, 10טן יוני.

ליטוואַקאָוו, מ.

1928 „פאָרוואָרט” אין יידישע אָרטאָגראפיע. פּראָיעקטן און מאטעריאלן צום II אַלפארבּאנדישן יידישן קולטור⸗צוזאמענפאָר, קאָאָפּעראטיווער פאַרלאַג „קוּלטוּר⸗ליגע”: קיעוו, 2-1.

↤ 312

ליטוואַקאָוו, מ. און זאַרעצקי, א.

1929 „בּאַשלוּסן פון דער צענטראַלער אָרטאָגראַפישער קאָמיסיע (דעם 21 יאַנוואַר 1929) (אַפן סמאַך פוּן די בּאַשלוּסן פון דער אָרטאָגראַפישער קאָנפערענץ) [געחתמעט צום סוף: פאָרזיצער פון צ. אָ. ק. (מ. ליטוואַקאָוו). סעקרעטאַר (א. זאַרעצקי)]” אין די ייִדישע שפּראך 3.1 (14): 60-57.

ליטווין, מרדכי

1992 „פון אַ בריוו [פון מ. ליטווין] אין יידישע קולטור 54.1: 59.

לייב, מאַני

1937 „לידער” אין די פעדער 28 [= זאַמלשריפט פאַר ליטעראַטור, קונסט און קריטיק לכבוד אברהם רייזענס יוביליי]: 9-8.

לייוויק, ה.

1922 דער גולם. דראַמאַטישע פּאָעמע אין אַכט בילדער, פאַרלאַג קולטור ליגע: וואַרשע.

ליפשיץ, י. מ.

1869 ריסיש⸗יודישער ווערטר ביך, זשיטאָמיר.
1876 יודיש⸗רוסישער ווערטער ביך, י. מ. באקשט: זשיטאָמיר.

לעבן און וויסנשאַפט

1909 „מיט נקודות צי אָן נקודות?” אין לעבן און וויסנשאַפט, אָקטאָבער 1909, 1.6: 142-135.

↤ 313

לעהרער, ל.

1929 „די ליטעראַרישע שפּראַך” אין ליטעראַרישע בלעטער 10 (253): 188-187, 11 (254): 212-211.

לעיעליעס, א.

1962 „אַמעריקע און איך” אין די גאָלדענע קייט 45: 79-76.

לעמבעריקער, א.

1981 „אַ וועלט מיט קליינע וועלטעלעך” אין אויפן שוועל 243: 15.
1982 „אַ וועלט מיט קליינע וועלטעלעך” אין אויפן שוועל 248: 15.
1988 „אַ וועלט מיט קליינע וועלטעלעך” אין אויפן שוועל 270: 19-18.

לעמפּעל, בלומע

1991 „די בינע איז ליידיק” אין די גאָלדענע קייט 132: 165-163.

מאָלאָדאָווסקי, קאַדיע

1927 „צוויי לידער” אין ליטעראַרישע בלעטער 11 (150): 209.

מאַרק, יודל

1938א „אַ פּאָר גאָר וויכטיקע ספקות פון אונדזער איצטיקער כלל⸗שפּראַך” אין יידיש פאַר אַלע 1: 244-233, 272-265.

↤ 314

1938ב „יידישע אַנגליציזמען. אַ פּאָר באַמערקונגען” אין יאָרבוך פון אַמאָפּטייל 321-296.
1947 „הערות צו די תקנות פון יידישן אויסלייג” אין יידישע שפּראַך 7: 29-1.
1949 „עטלעכע הערות פונעם רעדאַקטאָר” אין יידישע שפּראַך 9: 22-21.
1951 „וועגן אַ כללישן אַרויסרייד” אין יידישע שפּראַך 11: 25-1.
1952א „וועגן נעאָלאָגיזמען” אין יידישע שפּראַך 12: 42-33.
1952ב „וועגן שאַפן ריכטיקע נעאָלאָגיזמען” אין יידישע שפּראַך 12: 83-65.
1953 „וואָס איז אַ וואָרט אין דער יידישער שפּראַך?” אין יידישע שפּראַך 13: 143-132.
1954 „וואָרטשאַפונג אין ה. לייוויקס לידער” אין יידישע שפּראַך 14: 171.
1959א „אין פאַרטיידיקונג פון שטומען אלף” אין יידישע שפּראַך 19: 16-1.
1959ב „רעזולטאַטן פון אַן אַנקעטע וועגן אויסלייג” אין יידישע שפּראַך 19: 83-73.
1959ג „וואו האַלט מען מיטן איינהייטלעכן אויסלייג?” אין יידישע שפּראַך 19: 96-83.
1964 „כלומרשטע, ספקדיקע און ניצלעכע דייטשמעריזמען” אין יידישע שפּראַך 24: 19-1, 82-65.

↤ 315

1966 „צושריפט פון דער רעדאַקציע וועגן עטלעכע ווערטער און פאָרמען” אין יידישע שפּראַך 26: 83-80.
1971 גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך, באַנד 3, קאָמיטעט פאַרן גרויסן ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך: ניו⸗יאָרק, ירושלים.
1978 גראַמאַטיק פון דער יידישער כלל⸗שפּראַך, אַלוועלטלעכער יידישער קולטור קאָנגרעס: ניו⸗ יאָרק.
1980 גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך, באַנד 4, קאָמיטעט פאַרן גרויסן ווערטערבוך פון דער יידישער שפּראַך: ניו⸗יאָרק, ירושלים.

מאַרק, מענדל

1968 „ייוואָ⸗יידיש” אין יידישע שפּראַך 28 :94-91.

מאַרקיש, פּרץ

1925 „פון דער היים” אין ליטעראַרישע בלעטער 78: 200-198.
1939 דערציילונגען, מעלוכע⸗פארלאג „דער עמעס”: מאָסקווע.

מאַש, יענטע

1992 „אויף דער טעראַסע” אין ירושלימער אַלמאַנאַך 22: 20-14.

מייזיל, נחמן

1930 „די אַרבעט פון ייוואָ און זיינע סעקציעס” אין ליטעראַרישע בלעטער 43 (338): 808-806.

↤ 316

1931 „אויף דער אָרטאָגראַפישער קאָנפערענץ (איינדרוקן, אַרויסגעכאַפּטע ווערטער און אויספירן)” אין ליטעראַרישע בלעטער 23 (370): 435-433.

מיזעס, מתתיהו

1908 „מתתיהו מיזעסעס רעפעראַט וועגן דער יידישער שפּראַך” אין די ערשטע יידישע שפּראַך קאָנפערענץ. באַריכטן, דאָקומענטן און אָפּקלאַנגען פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ 1908, ייוואָ: ווילנע, 1931, 193-143.
1919 Matthias Mieses, Die Gesetze der Schriftgeschichte. Konfession und Schrift im Leben der Völker. Ein Versuch von Matthias Mieses, Wilhelm Braumüller: Wien & Leipzig.

מילנער, ט. מ.

1909 [בריוו אין רעדאַקציע] אין לעבן און וויסנשאַפט 1.6: 137.

נאַדעל, בנימין

1962 „כלל⸗שפּראַך און דער איינהייטלעכער יידישער אויסלייג” אין יידישע שריפטן 177 (2): 15-13.

נודעלמאַן, מ.

1960 לייטיש געלעכטער. הומאָר פון יידישן לעבן אין אַמעריקע, ציקאָ: ניו⸗יאָרק.

ניגער, ש.

1910 „דאָס בוך” אין לעבן און וויסנשאַפט 1.8: 74-57, 1.9: 82-61.

↤ 317

1912 „דייטשמעריש” אין לעבן און וויסנשאַפט 12-11: 55-49.
1913 (רעד.), דער פּנקס. יאָרבוך פאַר דער געשיכטע פון דער יידישער ליטעראַטור און שפּראַך, פאַר פאָלקלאָר, קריטיק און ביבליאָגראַפיע, ב. א. קלעצקין: ווילנע.
1934 „בריוו פון בער באָראָכאָוו. אַרויסגעגעבן מיט אָנמערקונגען” אין ייוואָ בלעטער 6: 24-5.
1941 „לאָמיר זיי כשרן” אין יידישע שפּראַך 1: 24-21.

דער נסתר [ניסטער]

1939 די מישפּאָכע מאשבער. ראָמאנ. ערשטער טייל, מעלוכע⸗פארלאג „עמעס”: מאָסקווע.

נתן נטע בן הקדוש מוהק״ר משה הנובר זצ״ל הי[״]ד אשכנזי שהיה קודם מתושבי ק״ק זסלב

1660 ספר שפה ברורה: פּראָג.

סאַנדלער, באָריס

1986 טרעפּלעך אַרוף צו א נעס. דערציילונגען און נאָוועלן, פארלאג „סאָוועטסקי פּיסאטעל”: מאָסקווע.

סדן, דב

1979א „אויסלייג, נאָרמעס וכדומה” אין סדן 1979ב: 262-256.
1979ב טויערן און טירן. עסייען און עטיודן, ישראל בוך: תל אביב.

↤ 318

סוצקעווער, אברהם

1990 „באַגעגענישן” אין די גאָלדענע קייט 130: 218-213.

סטוטשקאָוו, נחום

1950 דער אוצר פון דער יידישער שפּראַך. אונטער דער רעדאַקציע פון מאַקס וויינרייך, ייוואָ: ניו⸗יאָרק.

סטעקין⸗לאַנדאַו, מוסיע

1992 „לייענענדיק ד״ר מרדכי שעכטערס לייטיש מאַמע⸗לשון” [= רעצענזיע איבער שעכטער 1986א] אין לעבנס⸗פראַגן 478-477: 13-12.

סימכאָוויטש, ש.

1990 בלענדיקער האַרבסט. לידער, ש. סימכאָוויטש בוכפאָנד: טאָראָנטאָ.

סלוצקי, ב.

1935 „דער וועג פונעם כ׳ נ. שטיפ צו בּאפרײַענ זיכ פונ זײַנ ייִדישיסטישער יערושע אונ דער זשורנאל ’אפנ שפּראכפראָנט’ (’די ייִדישע שפּראַכ’)” אין אפנ שפּראכפראָנט 2: 89-69.

ספּיוואַק, א.

1931 שפּראכ⸗קולטור (טעאָריע און פּראקטיקע), פאָלקסקאָמיסאריִאט פאר בּילדונג פונ או. ס. ר. ר., צענטרפארלאג אלוקראיִנישע אָפּטיילונג: כאַרקאָוו, קיעוו.
1935 „וועגנ דעהעבּריייִזאציע אונ וועגנ דעם ↰ 319 העבּריייִשנ ’עלעמענט’ אינ ייִדיש” אין אפנ שפּראכפראָנט 2: 22-3.
1939 נײַע וואָרטשאַפונג, וויסנשאפט⸗אקאדעמיע פונ אוססר. קאבּינעט פאר ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור, שפּראכ אונ פאָלקלאָר, מעלוכע⸗פארלאג פאר די נאציִאָנאלע מינדערהײַטנ אינ אוססר: קיעוו.

עלבערג, יהודה

1991 „באַצאָלט דעם חוב” אין די גאָלדענע קייט 132: 93-83.

עסטרייך, גענאַדי

1988 די רויטע באַלקע [= ביבליאָטעק פון סאָוועטיש היימלאַנד (95), 11], פארלאג „סאָוועטסקי פּיסאטעל”: מאָסקווע.

פּעלץ, רחמיאל

1990 „די פּאָליטיק פון פאָרשן די גערעדטע שפּראַך אין די פאַראייניקטע שטאַטן און אין סאָוועטן⸗פאַרבאַנד” אין אָקספאָרדער יידיש 1: 158-141.

פּראַגער, משה

1992 „זכרונות פון ’דאָס אידישע טאָגבלאַט’” אין דאָס אידישע וואָרט 304: 73-67.

פּרילוצקי, נח

1909 „מאַטעריאַלן פאַר יידישער גראַמאַטיק און אָרטאָגראַפיע” אין לעבן און וויסנשאַפט 1.5: ↰ 320 68-61 [איבערגעדרוקט פאַרקירצטערהייט: פּרילוצקי 1978\1980].
1927 „די יידישע בינע שפּראַך” אין יידיש טעאַטער 2 (אַפּריל⸗מאַי⸗יוני): 144-129.
1930 „יידישע דיאַלעקטאָלאָגיע” אין ייוואָ 1930א: 158-143.
1938א „זשאַרגאָניזירונג פון יידיש” אין יידיש פאַר אַלע 1: 8-3.
1938ב „געפעלטער פּוריזם” אין יידיש פאַר אַלע 1: 31-30.
1938ג „צום, אַם, אום, אין” אין יידיש פאַר אַלע 1: 95-94.
1938ד „מעטאָדאָלאָגישע באַמערקונגען צום פּראָבלעם דייטשמעריש” אין יידיש פאַר אַלע 1: 209-201.
1978\1980 „מאַטעריאַלן פאַר יידישער גראַמאַטיק און אָרטאָגראַפיע” [אויסצוגן פון פּרילוצקי 1909, מיט הערות פון מ. שעכטער]” אין יידישע שפּראַך 37: 68-65.

פוקס, א. מ.

1961 די נאַכט און דער טאָג. דער קוואַל (י. לאָנדאָן): ניו⸗יאָרק.

פוקס, ל.

1957 L. Fuks, The Oldest Known Literary Documents of Yiddish Literature (c. 1382), 2 vols., E. J. Brill: Leiden.

↤ 321

פײַן, יאָני

1992 „דער מאָנומענט” אין די צוקונפט 97.2: 83-76.

פישמאַן, שיקל

1972 Joshua A. Fishman, Language and Nationalism. Two Integrative Essays, Newbury House: Rowley, Massachusetts.
1977 (ed.), Advances in the Creation and Revision of Writing Systems, Mouton: The Hague.
1981 'Never Say Die! A Thousand Years of Yiddish in Jewish Life and Letters, Mouton: The Hague.
1987 'Ideology, Society and Language. The Odyssey of Nathan Birnbaum, Karoma: Ann Arbor.

פעלזענבאַום, מיכאל

1992 עס קומט דער טאָג, ד״ר שמואל און רבקה האָראָוויץ ליטעראַטור פאָנד ביי דער יידישער קולטור געזעלשאַפט אין ירושלים: תל אביב.

פעפער, איציק

1948 אפסנײַ, מעלוכע⸗פארלאג „דער עמעס”: מאָסקווע.

צאַנין, מרדכי

1992 „די קאַלטע מקווה” אין די צוקונפט 97.2: 25-19, 104.

צ.ב.ק. און וויל. ביג. [ = שטיף 1925 + מ. וויינרייך 1925]

1925 (אַרויסגעבער), די אָרגאַניזאַציע פון דער ↰ 322 יידישער וויסנשאַפט. נ. שטיך. וועגן אַ יידישן אַקאַדעמישן אינסטיטוט. \ ווילנער טריבון וועגן יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט. \ רעזאָלוציע פון צווייטן שול צוזאַמענפאָר, ווילנע.

צווײַג, א. ר.

יידיש קאָן מען דערלאָזן די צעשטערטע מיטשטימונג צווישן סובּיעקט און פּרעדיקאט?” אין די ייִדישע שפּראך 2.4/5 (12-11): 34-31. אָקספאָרדער
1929 „מאטעריאלן פאר א סיסטעם ייִדישע אָרטאָעפּיִע” אין די ייִדישע שפּראך 3.2 (15): 28-21.

צייטלין, אהרן

1938 „צווישן ווערטער” אין יידיש פאַר אַלע 1: 58-56.

צענטראַלע יידישע שול אָרגאַניזאַציע

1921 „כללים וועגן אָרטאָגראַפיע” אין שול און לעבן 1: 38.

צענטראלער פעלקער⸗פארלאג

1930 די נײַע ייִדישע אָרטאָגראפיע. באשטימונג פון פאָלקסבילד וו.ס.ס.ר., צענטראלער פעלקער⸗פארלאג: מאָסקווע, כאַרקאָוו, מינסק.

קאָאָפּעראַטיווער פאַרלאַג „קוּלטוּר⸗ליגע”

1928 יידישע אָרטאָגראפיע. פּראָיעקטן, און מאטעריאלן צום II אלפארבּאנדישן יידישן קולטור⸗צוזאמענפאָר, קאָאָפּעראטיווער פארלאג „קוּלטוּר⸗ליגע”: קיעוו.

↤ 323

קאַזשדאַן, ח. ש. [= קאַזדאַן, ח. ש.]

1928 [רעצענזיע איבער:] איליאַ ערענבורג — דער רייסער (רוואַטש), יידיש — א. פרידקין, ווילנע, פאַרלאַג „טאמאָר”, אין ביכער וועלט 3: 49-47.
1973 „די מאַניע פון וואָרט⸗ און שפּראַך⸗מאַכעריי” [אינעם אינהאַלט ווערט דער אַרטיקל אָנגערופן: „איבערמאַכער פון דער יידישער שפּראַך”] אין אונדזער צייט 10 (אָקט. 1973): 17-14.

קאַץ, הירשע⸗דור [= קאַץ, דור]

1987א Dovid Katz, Grammar of the Yiddish Language, Duckworth: London.
1987ב “The Proto Dialectology of Ashkenaz”, Katz 1987c: 47-60.
1987ג (ed.), Origins of the Yiddish Language. Papers from the First Annual Oxford Winter Symposium in Yiddish Language and Literature, 15-17 December 1985 [= Winter Studies in Yiddish, 1], Pergamon: Oxford.
1988א „אַלכסנדר האַרקאַווי און זיין דריישפּראַכיקער ווערטערבוך” אין האַרקאַווי xli-xxiv :1988.
1988ב (ed.). Dialects of the Yiddish Language. Papers from the Second Annual Oxford Winter Symposium in Yiddish Language and Literature. 14-16 December 1986 [= Winter Studies in Yiddish, 2], Pergamon: Oxford.
1990 „די עלטערע יידישע לעקסיקאָגראַפיע. מקורות און מעטאָדן” אין אָקספאָרדער יידיש 1: 232-161.

↤ 324

1991א „דער סעמיטישער חלק אין יידיש: אַ ירושה פון קדמונים” אין אָקספאָרדער יידיש 2: 95-17.
1991ב „אַ שטעקעלע אַריין, אַ שטעקעלע אַרויס, די דייטשמערישע געפאַר איז — אויס” אין יידישע קולטור 53.5: 31-24.
1992א „זייער גערעכט, מוסיע סטעקין⸗לאַנדאַו! (צו די פּרינציפּ פון דער יידישער סטיליסטיק)” אין 482-481: 15-14.
1992ב „דער קריזיס פון דער יידישער סטיליסטיק” אין יידישע קולטור 54.3: 44-38.
1993א „צום שטומען אלף אין 21טן יאָרהונדערט” אין אונדזער צייט 2-1 (יאַנ.⸗פעב. 1993): 42-35.
1993ב “The Phonology of Ashkenazic”, L. Glinert (ed.), Hebrew in Ashkenaz, Oxford University Press: New York, 46-87.
1993ג “Notions of Yiddish”, G. Abramson & T. Parfitt, (eds.), The Academy, Gordon and Breach: Reading.
אין דרוק „נייע גילגולים פון אַלטע מחלוקתן: די ליטווישע נאָרמע און די סיכסוכים וואָס אַרום איר” אין ייוואָ בלעטער 2 (נייע סעריע).

קאַץ, מעינקע

1939 ס׳האָט דאָס וואָרט מיין באָבע מאָניע: ניו⸗יאָרק.
1979א „אַ וואָרט וועגן אָרטאָגראַפיע” אין מ. קאַץ 1979ב: 10-7.

↤ 325

1979ב צפת, פאַרלאַג י. ל. פּרץ: תל אביב.
1990 „זייגערמאַכעריי אין מיכאַלישעק” אין אָקספאָרדער יידיש 1: 245-233.

קאַרפּינאָוויטש, אברהם

1991 „אַ פאַרשניטענע טעאַטער היים” אין אָקספאָרדער יידיש 2; 269-255.

קולטור ליגע (ביאַליסטאָק)

1918 כללים וועגן אויסלייג. אויפגעשטעלט דורך אַ קאָמיסיע ביי דער „ביאַליסטאָקער געזעלשאַפט פון יידישע פאָלקס⸗לערער”, פאַרלאַג קולטור ליגע: ביאַליסטאָק.

קופּערשמיד, ש.

1928 „די נעקודעס אינעם נייעם אויסלייג” אין די יידישע שפּראך 2.4/5 (12-11) 36-35.

קלאָס, הײַנץ

1952 Heinz Kloss, Die Entwicklung neuer germanischer Kultursprachen von 1800 bis 1950, Pohl & Co: München.
1967 “‘Abstand Languages’ and ‘Ausbau Languages’”, Anthropological Linguistics 9.7: 29-41.

קלמנאָוויטש, ז.

1930 „צי איז מיגלעך אַ פאָנעטישער אויסלייג פאַר דער יידישער ליטעראַרישער שפּראַך?” אין ייוואָ 1930ב: 17-3.

↤ 326

1938 „דער שורש פון דייטשמעריש” אין יידישע פאַר אַלע 1: 216-209.

קערלער, רוב⸗בער

1988 Dov-Ber Kerler. The Eighteenth Century Origins of Modern Literary Yiddish, Oxford University DPhil thesis.
1990 „די התחלות פון דער מאָדערנער ליטעראַטור שפּראַך” אין אָקספאָרדער יידיש 1: 316-271.
1991 (ed.), Histoiy of Yiddish Studies. Papers from the Third Annual Oxford Winter Symposium in Yiddish Language and Literature, 13-15 December 1987 [= Winter Studies in Yiddish, 3], Harwood: Chur.

קערלער, יוסף

1992 „פון אַמאָליקע און איצטיקע העפטן” אין ירושלימער אַלמאַנאַך 22: 58-53.

ראָבאַק, א. א.

1948 „פאַרשיידענע נאָטיצן” אין יידישע שפּראַך 8: 72-70.

ראָוויטש, מלך

1939 „פּראָסטע ווערטער מיט גאָט אין ניו⸗יאָרק — וועגן לעבן, טויט און יידישקייט” אין זאַמלביכער 4: 231-225.

ראָסקעס, דוד⸗הירש

1974 „יידישע שרייבשפּראַכן אין 19טן יאָרהונדערט” אין יידישע שפּראַך 33: 11-1.

↤ 327

רובין, ישראל

1929 „עקשנים” אין ליטעראַרישע בלעטער 32 (275): 621.

רייזען, אברהם

1926 „דער אומגעזעצלעכער אַבאָנענט” אין ליטעראַרישע בלעטער 133: 773-772, 134: 794-793.

רייזען, זלמן [= רייזין, זלמן]

1920 גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך. ערשטער טייל, ש. שרעבערק: ווילנע.
1929 „ד״ר מ. וויינרייך אָפּגעפאָרן קיין אַמעריקע” אין ליטעראַרישע בלעטער 9 (252): 108.
1938א „ווען זאָל מען ניצן ’אַלס’?” אין יידיש פאַר אַלע 1: 22-21 [איבערגעדרוקט: ז. רייזען 1973].
1938ב „דער פירטראַף ’דער’” אין יידיש פאַר אַלע 1: 24-22.
1938ג „צווישן ווערטער” אין יידיש פאַר אַלע 1: 220-219.
1973 „ווען זאָל מען ניצן ’אַלס’?” אין יידישע שפּראַך 32: 47.

ריינוס, ב. [= כהן, בערל]

1968 „וועגן י. מ. ליפשיצעס רוסיש⸗יידישן ווערטערבוך” אין יידישע שפּראַך 28: 23-21.

↤ 328

רעכטמאַן, מ.

1952 „די שניידערס אָדער די שניידער? די לערערס אָדער די לערער? (וועגן דער ענדונג ⸗ס אין מערצאָל ביי ווערטער וואָס האָבן דעם סופיקס ⸗ער)” אין יידישע שפּראַך 12: 47-43.

שאַפּיראָ, ל. [= שאַפּיראָ, לאַמעד]

1919 די יידישע מלוכה אַנדערע זאַכן, פאַרלאַג „ניי⸗צייט”.
1935 „דער אַמעריקאַנער שד” אין סטודיאָ 3: 349-273.
1945 דער שרייבער גייט אין חדר, פאַרלאַג „אַליין”: לאָס⸗אַנדזשעלעס.

שומיאַטשער, אסתר

1927 „ווייען” אין ליטעראַרישע בלעטער 9 (148): 169.

שטאָלצענבערג, אבא

1941 לידער, פאַרלאַג מאַקט נ. מייזעל: ניו⸗יאָרק.

שטיינבוים, י.

1956 „נאָכאַמאָל וועגן די תקנות פון יידישן אויסלייג” אין יידישע שפּראַך 16: 107-97.

שטיף, נחום

1925 „וועגן אַ יידישן אַקאַדעמישן אינסטיטוט” אין צ.ב.ק. און וויל. ביג. 1925: 34-3.

↤ 329

1927א „פון” אין די ייִדישע שפּראך 1.1: 28-11.
1927ב „די פּאסיווע זאצקאָנסטרוקציע (פון דער סעריע „די פּאפּירענע שפּראך)” אין די ייִדישע שפּראך 1.2: 30-9.
1928 „צו דער היסטאָרישער אנטוויקלונג פון ייִדישנ אויסלייג” אין די ייִדישע שפּראך 2.1/2 (9-8): 60-33.
1929 „די סאָציאלע דיפערענציאציע אין ייִדיש” אין די ייִדישע שפּראך 3.4/5 (18-17): 22-1.
1930 ייִדישע סטיליסטיק. 1⸗טע סעריע, צענטראלער פארלאג פאר די פעלקער פון פ. ס. ר. ר.: מאָסקווע, כאַרקאָוו, מינסק.
1932 „מײַנ ענטפער” אין אפנ שפּראכפראָנט 6.4 (31): 74-53.

שטערנבערג, יעקב

1987 וועגן ליטעראַטור און טעאַטער, ה. לייוויק פאַרלאַג: תל אביב.

שיינגאָלד, מ.

1923 „שוין געקוּמען דער מאָמענט. צוּ דער רעפארמע פון דער יידישער ארטאגראפיע” אין יידיש 1923: 46-45.

שלאָסבערג, בער

1930 „דער יידישער אויסלייג אין ראַטנפאַרבאַנד” אין ייוואָ 1930ב: 84-72.

↤ 330

1937 „עטיודן וועגן דער יידישער שרייבשפּראַך אין דער ערשטער העלפט 19טן יאָרהונדערט” אין אַ יאָר אַרבעט אין דער אַספּיראַנטור אויפן נאָמען פון ד״ר צמח שאַבאַד ביים יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט [= אָרגאַניזאַציע פון דער יידישער וויסנשאַפט, 18], ייוואָ: ווילנע, 68-63.

שלום עליכם

1888א „וועגן זשאַרגאָן אויסלעגען (אָרטהאָגראַפיע)” אין די יודישע פאָלקס⸗ביבליאָטהעק. אַ בוך פיר ליטעראַטור, קריטיק אונ וויסנשאַפט. הערויסגעגעבען פון שלום⸗עליכם. ערשטעס בוך, דרוק פון יעקב שעפּטיל, באַרדיטשעוו: קיעוו, 476-474.
1888ב שמר׳ס משפּט,אָדער דער סוּד פּריסיאַזשניךְ אויף אַללע ראָמאַנען פוּן ש׳מ׳ר. סטענאָגראַפירט וואָרט⸗אַם⸗וואָרט דוּרךְ שלום עליכם, דרוּק פון יעקב שעפטיל: ברדיטשוב [אָריגינאַל — מיט פולן ניקוד].

שניאור, זלמן

1948 אַ טאָג עולם⸗הזה, יובל פאַרלאַג: ניו⸗יאָרק.
1957 דער ממזר, דער קוואַל (י. לאָנדאָן): ניו⸗יאָרק.

שנײַדער, דור

1988 David Schneider, “Is there a ‘Mystical Dialect’ in Modem Yiddish Drama?”, Katz 1988b: 105-119.

↤ 331

שעכטמאַן, עלי

1992 „די פרילינג סאָנאַטע” אין די גאָלדענע קייט 133: 32-7 [טייל].

שעכטער, מרדכי

1959 „נחת פון יידיש” אין די גאָלדענע קייט 33: 108-102.
1964 „מ. וויינרייכס צושטייער צום אויסוואַקס פון יידיש” אין די גאָלדענע קייט 50: 171-157.
1966 „נעמען פון ביימער און קשאַקעס” אין יידישע שפּראַך 26: 80-65 [טייל].
1969א „צום יידיש פון מאָרגן” אין די גאָלדענע קייט 66: 248-234.
1969ב Mordkhe Schaechter, “The ‘Hidden Standard’ A Study of Competing Influences in Standardization”. M. I. Herzog. W. Ravid, U. Weinreich (eds.), The Field of Yiddish. Studies in Language. Folklore, and Literature. Third Collection, Mouton: The Hague.
1972 קורס פון יידישער אָרטאָגראַפיע. אַ קאָנספּעקט. צווייטער אַרויסקום, קאָמיסיע דורכצופירן דעם איינהייטלעכן יידישן אויסלייג: ניו⸗יאָרק.
1976 „אונדזער תשובה” אין אויפן שוועל 225: 11-10.
1980 „דעם ייוואָס יידיש⸗אויפטו. ראשי⸗פּרקימדיקע אָבזערוואַציעס און סך⸗הכלען צון אַ יובל דאַטע” אין ייוואָ בלעטער 46: 228-192.

↤ 332

1986-1984 „ליפשיץ, האַרקאַווי און ’האַרקאַווי⸗ליפשיץ’” אין יידישע שפּראַך 38: 46-24.
1985 „לייטיש מאַמע⸗לשון” אין אויפן שוועל 257: 13-14.
1986א לייטיש מאַמע⸗לשון. אָבזערוואַציעס און רעקאָמענדאַציעס. מיט אַ וואָרט פריער פון ד״ר שיקל פישמאַן, יידיש ליגע: ניו⸗יאָרק.
1986ב יידיש צוויי. אַ לערנבוך פאַר מיטנדיקע קורסן, אינסטיטוט צו פאָרשן מענטשפּראָבלעמען: פילאַדעלפיע.
1991 „ר׳ לייזערל דער קליינער” אין אויפן שוועל 281: 2-1.
1992-1991 „לייטיש מאַמע⸗לשון. פאַרדראָסיק. אָדער וואָס איז פריער — דער צוואָנציקסטער יאָרהונדערט צי דער אַכצעטער?” אין אויפן שוועל 285-284: 41-36.

שפּילריין, איטשע מייער

1926 אידיש. אַ קאָנספּעקט פון אַ קורס אין דעם 2⸗טן מאָסקווער מעלוכישן אוניווערסיטעט, פאַרלאַג „שול און בוך”: מאָסקווע.

↤ 335

זוכצעטל
פון געקליבענע מחברים, ענינים, ווערטער, ווערק

[ניט דיגיטיזירט]

Digitized by Andrey Rozenberg