Vilna Jewish Committee for Refugees Certifies Status of Matis Kolinsky (July 1940)


by Dovid Katz                                            Index in English

  ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן ע″ד (74); בשעת מעשה  ט″ז (16) פון מוזייעלע פון דער אומאָפּהענגיקער ליטע 

יידישער קאָמיטעט פאַר פּליטים⸗הילף אין ווילנע באַשטעטיקט דעם סטאַטוס פון מאַטיס קאָלינסקין (23טן יולי 1940)


  אָט דער דאָקומענט פון ווילנער קאָמיטעט פאַרן העלפן די יידישע פּליטים — דאָס הייסט די פּליטים פון היטלער⸗אָקופּירטן פּוילן וואָס זײַנען אַנטלאָפן קיין ווילנע — באַשטעטיקט דעם פּליטים⸗סטאַטוס פון אַ יידן, מאַטיס קאָלינסקי. פּליטים זײַנען אָנגעקומען פון פּוילן קיין ווילנע פון אָנהייב סעפּטעמבער 1939 ווען די נאַציס זײַנען באַפאַלן פּוילן, און ווײַטער.

  ביז וואַנעט די נאַציס זײַנען אַרײַן אין דער לעצטער וואָך פון יוני 1941 האָט ווילנע אַדורכגעמאַכט אַ ריי גלגולים: די צעפאַלנדיקע פּוילישע רעפּובליק אין דער ערשטער העלפט פון סעפּטעמבער 1939; סאָוועטישע אָקופּאַציע פון מיטן סעפּטעמבער ביז שפּעטלעך אין אָקטאָבער, ווען דער סאָוועטנפאַרבאַנד האָט אָפּגעגעבן די שטאָט דער קאָוונער ליטע (פּרעזידענט סמעטאָנאַ′ן) „אַ מתנה“; ווײַטער סאָוועטנפאַרבאַנד פון מיטן יוני 1940 ביז צו דער נאַצישער אינוואַזיע אין דער לעצטער וואָך פון יוני 1941.

  אָט דער דאָקומענט איז דאַטירט דעם 23טן יולי 1940, ד.ה. די פריאיקע צײַטן פון דער סאָוועטיזירונג. דעמאָלט האָט געהאַלטן אין סאָוועטיזירט ווערן דער יידישער אויסלייג און וואָקאַבולאַר (אין דער פּרעסע און פאַרשיידענע אָפיציעלע דאָקומענטן), אָבער אָט דער בלאַנק איז געווען אָפּגעדרוקט פון פריער, אין די „ליטווישע חדשים“ מיטן קעפּל (אות באות): „ייִדישער קאָמיטעט פאַר פּליטים⸗הילף בײַם ליטווישן רויטן קרייץ אין ווילנע“, וואָס האָט זיך געפונען אויפן הויפּט בולוואַר („דער פּראָספּעקט“) פון ווילנע, געדימין, נומער 28 (דאָס איז הײַנט געדימינאָ; צווישן די מלחמות: מיצקעוויטש; אין די צאַרישע צײַטן — געאָרגעווסקע פּראָספּעקט).

  פון די דרײַ פאַרשיידענע טעלעפאָנישע נומערן, פונעם נומער פונעם בלאַנק (דאָס איז דער 3,128טער), פונעם אָפיציעלן סטאַטוס בײַם ליטווישן רויטן קרייץ, קען מען משיג זײַן דעם באַנעם פון דעם קאָמיטעט. פון די פּאַראַלעלע יידישע און ליטווישע טעקסטן, ווערט קלאָר, אַז דאָס איז אַ יש, געדרוקט טאַקע אין פאָרם פון אַ סך צוויישפּראַכיקע ליטוויש⸗יידישע דאָקומענטן פון דער צווישנמלחמהדיקער ליטע (זע אויך אונדזער מוזייעלע פון דער אומאָפּהענגיקער ליטע). די צוויישפּראַכיקײַט פון אַ סך דאָקומענטן איז אַ סברא געווען אַ יחיד⸗במינהדיקע אין דער צווישנמלחמהדיקער ליטווישער רעפּובליק.

  דער אָפּגעקלאַפּטער ליטווישער טעקסט זעצט זיך איבער אַן ערך:

צערטיפיקאַט

אָט דאָס איז אויף צו באַשטעטיקן אַז דער מלחמה⸗פָּליט [אַרײַנגעשריבן מיט אַ פעדער:] קאָלינסקי, מאַטיס, ווערט געשטיצט דורך אונדזער קאָמיטעט. אָט דעם צערטיפיקאַט דאַרף מען דערלאַנגען אין די שייכותדיקע אינסטיטוציעס.

[שטעמפּל:] ליטווישער רויטער קרייץ

קאָמיטעט פאַרן אונטערשטיצן די יידישע פּליטים

[ליטווישע חתימה און ווײַטער אָפּגעקלאַפּט אויף דער מאַשינקע:] סעקרעטאַר: י. באַראַנטשיקאַס [דער משפּחה נאָמען „באַראַנטשיק“ מיטן ליטווישן סופיקס -אַס].


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר
  • דינסטיק, פיר⸗און⸗צוואַנציק טעג אין טבת תש″ף \ דעם 21טן יאַנואַר 2020

Comments are closed.