Tag Archives: poetic parodies in Yiddish

Keepsakes of Old Jewish Vilna (44)


by Dovid Katz


 ווילנער אַנטיקל⸗זאַכן מ″ד

אַ ווילנער פּאַראָדיע אויף משה קולבאַקס באוואוסט ליד „שטערנדל“

       אין דער געשיכטע פון דער מאָדערנער יידישער פּאָעזיע איז אַ סך מאָל געזאָגט און ווייטער געזאָגט געוואָרן, אַז משה קולבאַקס ליד „שטערנדל“, צווישן זיינע ערשטע לידער, איז נאָכן פאַרעפנטלעכט ווערן אין ווילנע אין 1916 אַזוי ברייט געזונגען געוואָרן ביים עולם אַז ס′איז שיער ניט פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פאָלקס⸗ליד ממש. אָפטמאָל פעלט דערביי דער „בשם אמרו“, וואָס איז, ווי אין אַזויפל אַנדערע פאַלן אין דער נייער יידישער ליטעראַטור געשיכטע — זלמן רייזען. אין דריטן באַנד פון לעקסיקאָן (באָריס קלעצקין, ווילנע 1929, ז. 601) דערציילט רייזען אַז ער האָט פאַקטיש באַקומען פון יונגן קולבאַקן צוויי לידער, וואָס קולבאַק האָט צוגעשיקט אין די ווילנער לעצטע נייעס. האָט רייזען גראַדע אויסגעקליבן „שטערנדל“ און עס פאַרעפנטלעכט אין ערשטן נומער פון די ווילנער ליטעראַרישע העפטן וואס איז דערשינען ימים⸗נוראים צייט תרע″ו \ 1916. אין ביכער איבער דער יידישער ליטעראַטור ווערט די מעשה שטערנדל אָפטמאָל עד⸗היום פאַררעקאָרדירט אַלס זעלטענער פאַל ווען אַ ליד פון אַ יידישן פּאָעט ווערט גיך מגולגל אין אַ פאָלקס⸗ליד וואָס מען דערמאָנט אַרום דעם ווייניק אָדער אינגאַנצן ניט דעם מחבר (זע למשל ביי רוט ווייסן אין איר  The Modern Jewish Canon, דערשינען אין 2000ז. 121).

       אין אונדזער קליינעם ווילנער מוזייעלע איז די וואָך גראַדע אַריינגעפאַלן אַ נומער פון ווילנער טאָג⸗צייטונג די צייט, פון פרייטיק דעם 4טן דעצעמבער 1925, וואו עס גייט אַ טשיקאַווע פּאַראָדיע אויף קולבאַקס „שטערנדל“, ניט אין גייסט פון אַ פּאַראָדיע אויפן מחבר, משה קולבאַק, וועלכער האָט דעמאָלט כידוע געלעבט דאָ אין ווילנע, נאָר אין גייסט פון פּאַראָדירן טאַקע אַ פאָלקס⸗ליד מיט אַ געזעלשאַפטלעך⸗פּאָליטישן ציל אויסצודריקן אַ ריי טענות ומענות לגבי אַ צייט⸗ענין, ווי עס פּאַסט טאַקע פאַר אַ טעגלעכער צייטונג. דאָס דערלאַנגען די טענות אין לבוש פון די ווערטער און פון דער מעלאָדיע מיט וועלכער מען זינגט אַ באַליבט לידל גיט צו שוואונג, ענערגיע און הומאָר.

       ס′איז אין סאָטירישן קעסטעלע פון פאַר⸗שבתדיקן נומער, וואָס טראָגט דעם נאָמען: אונדזער פעטער „טשאָלנט“ — לכבוד שבת — צוזאַמענגעשטעלט פון כת⸗לצנים. נאָר וואָס, צום סוף פון דער פּאַראָדיע גופט טרעפט מען דעם מער ספּעציפישן פּסעוודאָנים: וו. בן⸗אלי (ניטאָ אין בערל כהנס רשימה פּסעוודאָנימען וואָס אין זיין צוגאָב באַנד צום נייעם לעקסיקאָן, ד.ה. זיין לעקסיקאָן פון יידיש⸗שרייבערס (ניו⸗יאָרק 1986). טאָמער קען דאָ צו הילף קומען ווער⸗ניט⸗איז פון אונדזערע לייענער איז אַ יישר כח אין פאָראויס.

       דער פּאָלעמישער ציל פון דער פּבראָדיע איז די דעמאָלטיקע ציווילע אָנפירונג פון דער שטאָט ווילנע (סוף 1925). דער בעל⸗פּאַראָדיע איז ניט איבעריקס פאַראינטערעסירט אינעם תוכן פונעם מקור⸗ליד, קולבאַקס „שטערנדל“, וואו דער מחבר בעט אַ שטערן, העכסט⸗פּאָעטיש, אַ שליח ווערן צו דער ווייב און צו דער משפּחה, פאַרבליבענע אין שטעטעלע, פונעם בעל⸗דיבור וואָס איז ווייט פאַרוואָרפן אויפן פראָנט אָדער אין אַ ווייטער עוואַקואַציע⸗גלות און זאָגט אָנעט דעם שטערנדל דעם שליח⸗מיוחד, ווי אַזוי צו טרעפן אין דער ריכטיקער שטוב לויט אַזעלכע סימנים ווי אַ גריבעלע, אַ געסעלע, אונטערוועגנס אין דער חרובער שטיבעלע.

       דער באַליבטער ניגון, די ברייט⸗באַקאַנטע ווערטער, און אַ סברא ספּעציעל די ווערטער „גריבעלע“ און „שטעטעלע“, זיינען שוין אַפּנים געווען גענוג אויף צו אינספּירירן דעם בעל⸗בפּאַראָדיע עס אויסנוצן אויף שטאָף פאַר זיין (ניט זייער פּאָעטישן, דווקא טאָגטעגלעכן) פּראָטעסט צום שטאָט⸗ראָט, צום מאַגיסטראַט, פון ווילנע, אַלמאי מען טרעפט „געסעלעך, שמאָלע און ברייטינקע, לאַוועס צעהאַקטע און גריבעלעך גרייטינקע“. אויך די דימינוטיוון, סיי פון שמות⸗דברים סיי פון אַדיעקטיוון, ברענגען אַ פריילעכע אַסאָציאַציע מיט די צאַרטלעכע דימינוטיוון פון אָריגינעלן ליד. נסים ונפלאות, אַ שטיקל רעמאָנט האָט מען יאָ געמאַכט לעבן דעם שטאָטישן מאַגיסטראַט גופא, מיט „שטייגערס גראַנאַטעלע“.

       אין אַלגעמיין ווערט די שטאָט כאַראַקטיריזירט דורך דער אָפּגעלאָזנקייט וואָס פּאַסט פאַר אַ שטעטעלע, ניט פאַר ווילנע, און די פּאַראָדיע ענדיקט זיך מיט: „שטערנדל, שטערנדל, בלויער שטאַפעטעלע! קוק נאָר אַרונטער אויף ווילנע די שטעטעלע…“.  און אינצווישן איז דאָ נישקשהדיקע אָפּלאַכעניש פון דעם וואָס פאַראַ פּנים ס′האָבן די באַלעבעסעלעך אויף רודניצקער גאַס (היינטיקע Rūdninkų gatvė). דער מחבר איז אַפּנים אויך ניט איבעריקס צופרידן פונען אויסזען פון די „פרומינקע יידעלעך“…

       די פּאַראָדיע, אויף ז. 4 פונעם נומער פון דער צייטונג פון 4טן דעצעמבער 1925:

Shterndl lite

     צום סוף פון לעצטן זייטל ווערט אָנגעוויזן אז דער רעדאַקטאָר און אַרויסגעבער איז א. צינצינאַטוס. דאָס איז אהרן⸗שלמה צינצינאַטוס (1895 – 1961), וועלכער האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין סאָוועטישע לאַגערן און האָט עולה געווען אין ארץ ישראל אין 1950. די פּרטים פון דער צייטונג און פון אָט דעם נומער ביים אויבנאָן פון דער ערשטער זייט:

masthead - lite

       אָט איז קולבאַקס ליד אין ערשטן נומער פון די ווילנער ליטעראַרישע העפטן (צונויפגעשטעלט פון די קאַלאָנקעס 29 און 30 וואָס אין זשורנאַל). נאָכן ליד גייט דער פאָדערשטער טאָוול פונעם נומער. די ביידע פאַקסימיליעס זיינען געמאַכט פון עקזעמפּלאַר וואָס אין דער נאָציאָנאַלער ליטווישער ביבליאָטעק א.נ. מאַרטינאַס מאַזשווידאַס. אַ האַרציקן דאַנק ווי תמיד דעם פּערסאָנאַל פון דער יידישער אָפּטיילונג און בפרט פּאָלינאַ פּאַיליסן.

Shterndl 1916 lite

Cover of Literarishe heftn lite - Copy

לסוף, דער נוסח פון קולבאַקס „שטערנדל“ וואָס מען טרעפט (מיט קליינע וואַריאַציעס) אין נייערע אויסגאַבעס און בנטאָלאָגיעס (צווישן זיי שמואל ראָזשאַנסקיס מוסטערווערק 67: משה קולבאַק, אויסגעקליבענע שריפטן, בוענאָס איירעס 1976, זז. 30-29).

  • שטערנדל
  • פון משה קולבאַק
  • שטערנדל, שטערנדל,
  • בלויער שטאַפעטעלע
  • זיי מיר אַ שליחל
  • פאַל אין מיין שטעטעלע.
  •  
  • זען וועסט אַ געסעלע,
  • נאָך דעם אַ גריבעלע,
  • דאָרטן געפינט זיך
  • מיין חרובע שטיבעלע
  •  
  • עלנט, אַליין ביי דעם
  • פינצטערן שייבעלע,
  • זיצט דאָרט פאַרטרויערט
  • און דאגהט מיין ווייבעלע.
  •  
  •       שטערנדל, שטערנדל — —
  •  
  • טרייסט איר, דו, שטערנדל,
  • לייכט איר אין שטוב אַריין,
  • זאָג איר, דער אייבערשטער
  • וועט זיך מרחם זיין.
  •  
  • פרעג, וואָס מאַכט יאַנקעלע,
  • לאהצע און ריוועלע,
  • זאָג זיי: איך וויין און
  • איך קוש זייער בריוועלע.
  •  
  •      שטערנדל, שטערנדל — —
  •  
  • זאָג זיי, אַז יאַנקעלען
  • זאָל מען ניט זשאַלעווען,
  • געבן אין חדר —
  • גענוג אים צו באַלעווען!
  • זאָל ער זיך אויסלערנען
  • קדיש ווי ס′דאַרף צו זיין.
  • אפשר… מען ווייסט נישט …
  • גאָט וועט זיך מרחם זיין!
  •  
  •      שטערנדל, שטערנדל — —
 

די מוזיק צו קולבאַקס „שטערנדל“, לויט שמואל ראָזשאַנסקיס אויסגאַבע (דאָרטן, ז. 29):

001 (2)


  • הירשע⸗דוד כ″ץ
  • ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע
  • פינף⸗און⸗צוואַנציק טעג אין טבת תשע″ה \ דעם 16טן יאַנואַר 2015
  • לעצטע הגהה: ניין⸗און⸗צוואַנציק טעג אין טבת תשע″ה \ דעם 20טן יאַנואַר 2015

Edit

Tagged , , , , , , | Comments Off on Keepsakes of Old Jewish Vilna (44)